ליטוואק פון בודאפעסטמה ענין שמיטה אצל הר סיני? און וואס איז נוגע למעשה? אז מ'זאל נישט מאכען קעמא נאר תשובה טון? אדער מאכען גלגול שלג? ווער זאגט אז עס איז גענוג?
ווי קומט דא אריין צו עס איז נוגע אדער נישט? וואס איז עוואלוציע נוגע?
דער אמת איז, איך האלט אז דו האסט א שטיקל טענה אויף דעם מענטש וואס זאגט דיר, וויאזוי קענסטו האלטן אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך בריאת העולם, אלע סייענטיסטן זאגן דאך אז נישט?
און אויף דעם איז דער תירוץ אז די סייענטיסטן האבן דא אן אנדערע איקוועיזשאן, ביי זיי איז פרשת בראשית נישט אינטערסאנט, משא"כ דו, ביי דיר איז דאך דער תורה יא עפעס, ווייל אויב נישט, וואס דארף מען קומען מיט קשיות אויף די תורה, הייב אן גראד מיט די ערשטע שאלה, פארוואס גלייבסטו בכלל אין די תורה?
אבער דיין תגובה האט אויסגעקוקט ווי עפעס א טענה קעגן די סייענטיסטן, היתכן זיי רעכענען זיך נישט מיט די תורה און זיי האבן נישט קיין שום שטודיעס אפצופרעגן בריאת העולם, (הגם אויף דעם גיל העולם האבן זיי זיכער זייער שטארקע ראיות) און דאס איז נישט קיין טענה, פונקט ווי זיי גלייבן נישט די גריכישע מיטאסן, גלייבן זיי נישט, להבדיל, די תורה הקדושה, נישט ווייל זיי האבן עפעס אן אמונה קעגן דעם נאר פשוט פארוואס יא?
און די זעלבע זאך איז מיטן נושא דא וועגן מילה , עס איז History 101, אז די גאנצע היסטאריע פון די אור אלטע וועלט איז נישט מוכרח , און ווארשיינליך זייער אומפונקטליך, עס איז בסך הכל א טעאריע געבויט אויף די בעסטע עווידענס וואס איז עוועילעבל, און ממילא פארן היסטאריקער וואס זעהט א בילד פון מצרים פון פיר טויזנט יאר אלט (וואס דרך אגב, א בילד דעמאלט אריינגעקריצט אין שטיין, איז נישט געווען קיין קלייניגקייט, עס איז געווען זייער א שווערע ארבעט, און עס איז זיכער נישט געווען סתם א דמיון וואס אן ארטיסט האט אויסגעמאלן אין זיין ליידיגע צייט) און נאכדעם זעהט ער דעם בייבל וואס איז לויט די עווידענס געשריבן געווארן בלויז דריי טויזנט יאר צוריק, און לויט זיין עקספיריענס מיט מיטאסן פון די איבריגע וועלט נישט פונקטליך, וועט ער אננעמען אז די אידן האבן עס גענומען פון די מצריים.
פארשטייט זיך אז פאר דיר וואס מאיזה סיבה שהוא, האלטסטו אז די תורה איז יא מער ווי די גריכישע מיטאסן און אז עס איז יא פונקטליך, קען מען נישט אפפרעגן דיין אמונה מיט די קושיא, די בילד אין מצרים קען האבן טויזנט אנדערע סיבות, אבער אויפן היסטאריקער האב נישט קיין טענות.