☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7529
בלאט: 1 2 3 4 5

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:27 pm

· #233514
צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל
בארא פארק- ברוקלין אצינד קומט די גאר פרייליכע בשורה, אז כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א האט עדליך באוויליגט אפצושטאטען א באזוך, אין דעם עיר ואם בישראל בארא פארק יצ''ו.

א וועד איז פארמירט געווארן אין די איילעניש זיך אפצוגעבן מיטן מלכות'דיגען באזוך, און אין דער סאמער שפיטץ פינעם וועד איז געשטעלט געווארן דער לוחם מלחמות ה' במס''נ הרב יצחק שטערן שליט''א פון ווליאמסבורג, וואס שטייט שוין לאנגע יארן אין שפיטץ פון די פולע מערכת ישראל אין דער הייליגער שטאט וויליאמסבורג, ספעציעל איז ער געווען גאר אינטסטראמענטל אויסצורייסן דעם פוי פעך טמא'נעם פרעס-טראק פון וויליאמסבורג, אזוי אויך דעם טמאנעם גל-פז געשעפט פון די הייליגע לי עוועניו.

דער באזוך פארשפרעכט צו זיין א ששטארקע סוקסעס, און דער באזוך עס וועט ווארשיינליך איבערלאזען פולע באגאדזשען פון חיזוק און השפעות טובות, און אויך דירות פאר די תושבי בארא פארק יצ''ו.

די בארא פארק איינוואוינער שטייען און ווארטען מיט שפאנונג אויף דעם געהויבענעם באזוך, און קוקן שוין ארויס אויפן טאג ווי עס וועט מקיים ווערן דעם מלך ביפיו תחזנה ענינו.....

גלייכצייטיג וועלן פארקומען גאר שטרומישע דעמעסטראציעס דירך שלומי אמוני ישראל, און שפיטץ פינעם לוחם האדיר הרב יואליש צימערמאן הי''ו, פון דעם הייליגען שטאט וויליאמסבורג. די סיבות פון די דעמעסטראציעס איז נאך דערווייל נישט באקאנט, אבער פון אונטער די קוליסען הערט מען אז ר' יואליש שליט''א ארבייט גאר שווער צו טרעפן א סיבה פארוואס צו דעמנעסטרירען. וחפץ ה' בידו יצליח.....

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל......

פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:39 pm

· #233516
די קרית יואלע אידן גרייטען זיך אויך פאר גרויסע אויפנאמעס און מעמדי קבלת פנים
די קהילות צווישען זיך זענען נאכנישט אפגעמאכט ווער און ווי זאל אפרעכטן די צענטראלער קבלת פנים

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:44 pm

· #233519
וואס דארף מען זיך אריין לאזן אין מחלוקות צולוב דעם? דער קבלת פנים דארף פארקומען אין די הויפט קוואטיר פון די הייליגע "יוניידעט מאנרא" פארקערפערשאפט,
אזוי ארום וועלן אלע הייליגע קהילות אין קרית יואל זיין צופרידען...... ער איז דאך מלכי שלם מלך ירושלים, דער איש השלום מעיר השלם.

משולם שטיינפעלד » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:46 pm

· #233520
וואס איז די סיבה פונעם באזוך?

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 12:48 pm

· #233521
וווי געזאגט: איבערצולאזן באגאזדשען חיזוק פאר די דאזיגע וואס נויטיגען זיך דעראינען....

Kool man » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 1:06 pm

· #233524
א שטיקעל צימעס האט זיך אריינגעכאפט אין מילעכיגען קאווע שטיבעל
🙂

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 3:27 pm

· #233539
קאך_לעפל
וווי געזאגט: איבערצולאזן באגאזדשען חיזוק פאר די דאזיגע וואס נויטיגען זיך דעראינען....

און, בעכאאדע מאכטע אויפטרייבן א ביסל געלט פאר די מוסדות הק' וועלכע ציען אויף די יונגע דורות על טהרת הקודש, נישט זייענדיג נהנה משולחן איזבל. (לכה"פ בגלוי.). נישט אזוי ווי א טייל מוסדות וועלכע זענען נאך נתייסד געווארן אין די צייטן פון הגה"ק מהרי"ל דיסקין זי"ע און זיי האבן ליידער נישט געקענט עומד בנסיון זיין און זיי האבן זיך געבראכן און היינט זענען זיי יא נהנה פון די טמא'נע געלטער פון די ציונים,ימ"ש...!

פליישיגער » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 4:31 pm

· #233555
📎 file.jpeg

קאווע טרינקער » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:25 pm

· #233562
וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:38 pm

· #233567
ווער געדענט נאך דעם בלאט'ס פראנט קאווער ביי זיין התמנות? כ'מיין אז לפחות די לעצטע צוויי הונדערט יאר האט מען נאכנישט באטיטעלט איין מענטש מיט אזויפיל טיטלן (און א שיינע פאר וואס קלעבט כלל נישט אויף עם) ,איי ווי עס דרייט זיך א (פאליטישע) וועלט.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:54 pm

· #233570
קאווע טרינקער
וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?

נו, אפיקורסות. איך בין מוחה בכל תוקף ועוז. ציונות, ר"ל מהאי דעתא. די ציונים עקזיסטירן נישט און זייער מדינה הטמאה עקזיסטירט נישט. און זייערע רע-בנים עקזיסטירן נישט. די גאנצע מדינה איז בטל כעפרא לפומיה. כ'מיין כעפרא דארעא...!
שומו שמים. כ'פארשטיי נישט וויאזוי די גבאים לאזן צו אזא אפענע כפירה, ר"ל. אינז ערליכע אידן פון אי. וועלט קענען נישט הערן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה און בלייבן גלייכגילטיג...!
אנטשולדיגט. כ'האב געמיינט אז דעיס איז דער איי וועלט אשכול... 🙄

סאו וואט » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 9:52 pm

· #233597
סאו וואט? ביג דיעל.
פאר מיינעט וועגן, בלייב אונדערהיים.

דריידל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:16 am

· #233644
berlbalaguleh
קאווע טרינקער
וועלכע ירושלימע רב קומט? עמאר אדער שטערן?

נו, אפיקורסות. איך בין מוחה בכל תוקף ועוז. ציונות, ר"ל מהאי דעתא. די ציונים עקזיסטירן נישט און זייער מדינה הטמאה עקזיסטירט נישט. און זייערע רע-בנים עקזיסטירן נישט. די גאנצע מדינה איז בטל כעפרא לפומיה. כ'מיין כעפרא דארעא...!
שומו שמים. כ'פארשטיי נישט וויאזוי די גבאים לאזן צו אזא אפענע כפירה, ר"ל. אינז ערליכע אידן פון אי. וועלט קענען נישט הערן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה און בלייבן גלייכגילטיג...!
אנטשולדיגט. כ'האב געמיינט אז דעיס איז דער איי וועלט אשכול... 🙄

בערל, האסט פארגעסן צוצולייגן: אזוי זעהט מען אויס אז מ'ליינט נישט ישראל מ. סופר'ס (המכונה מנשה פילאפ) דברי מוסר והשקפה.

אז מ'רעדט שוין, וואס איז געשעהן צו דיינע סמייליס?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 5:10 am

· #233735
כ'על דיר ענטפערן על ראשון אחרון ועל אחרון מפטיר.
מנשה פיליפ מעיג האבן א ברעיק אמאל. זיינע שכנים ליידן די נאכווייען פונ' זיין שבת'דיגן טשולנט. ער האט שרעקליך באמבארדירט היינט ביינאכט...!
די סמייליס האביך ממעט געוועין ווייל איינער האט מיר מעורר געוועין אז ס'מאכט עים נערוועיז... 🙄

ראש המדברים » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:32 am

· #233767
ב"ה יעצט וועט יהדות החרדית אין ניו יארק אויך זוכה זיין צו מקבל זיין דעם מלך ישראל מיטן פעלץ
פונקט ווי פאריאר ביי די מסע המלכות אין שטאט בית שמש וואס האט געהאט די זעלבע מטרה

📎 orig_6B367D73276843798DB84FA86980F58D11.JPG

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:45 am

· #233769
אנעליסטען פראבירן צו אנעלעזירן די שיכט און קרייז פון די רבבות וואס גייען מקבל פנים זיין דעם מלך, דער אידישער אלגעמיינער גאס האט נישט צו אים קיין גרויס סימפאטיע, ביי זיי איז דער גאב''ד גאר רבי מרדכי אליהו, צו שלמה גורן, הרב עבודיה. אד''ג.
ביי די זאליבאנעצעס איז ר' מנשה גאב''ד, די ארוינים וואס האבן אים געמאכט פאר גאב''ד. האבן שוין געשלאגען כפרות מיט אים ווען ער איז ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל, געגאנגען קיין סאסמאנס, נא, פון וועם גייט באשטיין די רבבות? אויב די רבבות גייט באשטיין פון וויליאמסבורגע סיקריקים, דארף מען אלעמירן די באמב סקוואד, ווען רבבות סיקריקים קומען זיך צוזאם ה''י, עס וועט זיכער זיין דארט עטליכע אויפגעריסענע....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:46 am

· #233770
ראש המדברים: ייש"כ פאר ברענגען דעם הערליכן בילד פון דעם מלך (אותיות מתחלפות) ישראל ביפיו. ב"ה אז דער וועטער האט מיט געשפילט און דער גאב"ד שליט"א האט געקענט זיך פאטאגראפירן מיט זיין שיינעם פעלץ. משא"כ ווען ס'איז 70 דעגריס...!

פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:53 am

· #233773
קאך_לעפל עס גייט זיין א שיינע מעמד
מ'קען מאכען מיט די ראב''ד דאס זעלבע אז די ווילסט.
ווער דענקט דען נישט די שיינע און הערליכע לויב רייד פון די בלאט ווען ס'האט אויסגעזען לטובת ה.. אזוי צו שרייבען.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:54 am

· #233774
קאך_לעפל
אנעליסטען פראבירן צו אנעלעזירן די שיכט און קרייז פון די רבבות וואס גייען מקבל פנים זיין דעם מלך, דער אידישער אלגעמיינער גאס האט נישט צו אים קיין גרויס סימפאטיע, ביי זיי איז דער גאב''ד גאר רבי מרדכי אליהו, צו שלמה גורן, הרב עבודיה. אד''ג.
ביי די זאליבאנעצעס איז ר' מנשה גאב''ד, די ארוינים וואס האבן אים געמאכט פאר גאב''ד. האבן שוין געשלאגען כפרות מיט אים ווען ער איז ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל, געגאנגען קיין סאסמאנס, נא, פון וועם גייט באשטיין די רבבות? אויב די רבבות גייט באשטיין פון וויליאמסבורגע סיקריקים, דארף מען אלעמירן די באמב סקוואד, ווען רבבות סיקריקים קומען זיך צוזאם ה''י, עס וועט זיכער זיין דארט עטליכע אויפגעריסענע....

קאך לעפל: ייש"כ. אבער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר. אינז אידן זענען נאכנישט אזעלכע טיפשים ווי די אראבערס, וועלכע רייסן זיך אליינס אויף ווייל דער אימאם האט זיי געשיקט. די אידישע סיקריקים וועלן ענדערשער שיקן א צווייטן אין אראבישן גן עדן ווי זיך אליינס. האב נישט קיין מורא. הערשל קלאר (ע"ה?) און יואלי צימערמאן גייען נאר אזוי לאנג שרייען ווילאנג זייער אייגענע באקוועמליכקייט איז נישט באדראעט. די רגע ס'איז דא א ספק פיקוח נפש (זייער אייגענע. נישט יענעמ'ס) וועסטו זיי נישט זעהן. זיי זענען גאר ווייט פון די מדרגות פון ר' עמרם בלוי...!

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 12:00 pm

· #233776
פליישיגער
קאך_לעפל עס גייט זיין א שיינע מעמד
מ'קען מאכען מיט די ראב''ד דאס זעלבע אז די ווילסט.
ווער דענקט דען נישט די שיינע און הערליכע לויב רייד פון די בלאט ווען ס'האט אויסגעזען לטובת ה.. אזוי צו שרייבען.

אי''ה

חכם עתיק » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 2:58 pm

· #233829
אויב די כוונה דא איז צו בויען אתרא קדישא, וועלן אלע אומפארטייאישע נישט גיין. און ער וועט נאר פארלירן די שווייות אין יעדעמס אויגן.

אויב ביז איצט האבן אגודה און בעלזר געשריגן אז ער איז נישט ירושלימ'ער רב נאר רב פון די עדה.. ווען מען יעצט זאגט ער איז נאר רב פון האלב עדה..

פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:45 pm

· #233935
איך הער אז די חסידי מהר''א ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע חצרות צו פארזיכערן די מאקסימאלסטע הצלחה פארן קבלת פנים
עפעס וויל דער קאך_לעפל אויסניצען דעם קבלת פנים פאר פריוואטע ווייטאג

קאך_לעפל » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 9:15 pm

· #233939
פליישיגער
איך הער אז די חסידי מהר''א ארבעטן אינאיינעם מיט אנדערע חצרות צו פארזיכערן די מאקסימאלסטע הצלחה פארן קבלת פנים
עפעס וויל דער קאך_לעפל אויסניצען דעם קבלת פנים פאר פריוואטע ווייטאג

חלילה מיר ארבייטען אלע אינאיינעם פארן סוקסעס פינעם געהויבן באזוך פינעם מלך ישראל.
איך ווייס נישט פארוואס דער פליישיגער זאל לעבן ווי לאנג ער וויל האקט א טשייניק.
זאלי ורוני יושבת בארא פארק כי ג..... בקרביך, ק.... ישראל......

chusid » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 10:55 pm

· #233956
געבן דעם טיטל און כבוד מנהיג ישראל פאר איינער וואס איז נישט, טוט 2 זאכן 1- עס געט אום פארדינטע כבוד פאר איינעם( וואס דאס קען מיר מוחל זיין.. ) 2- שלעפט אראפ דעם אימעזש און אוטאריטעט וואס א מנהיג ישראל איז און אויף דעם וועט מען נישט און צען טאר נישט מוחל זיין

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:17 am

· #233998
chusid
געבן דעם טיטל און כבוד מנהיג ישראל פאר איינער וואס איז נישט, טוט 2 זאכן 1- עס געט אום פארדינטע כבוד פאר איינעם( וואס דאס קען מיר מוחל זיין.. ) 2- שלעפט אראפ דעם אימעזש און אוטאריטעט וואס א מנהיג ישראל איז און אויף דעם וועט מען נישט און צען טאר נישט מוחל זיין

דער טיטל מלך ישראל איז נאך צו הערן און דער טיטל שר צבא ה' איז נאך צו באטראכטן אבער דעם טיטל מרא דארעא דישראל דאס האט ער שוין געגנבעט פון הגה"צ ר' דוד סאלווטשיק שליט"א ר"י בריסק וואס האט באקומען דעם טיטל נאך די פטירה פון מהרי"ם דושינסקי

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:30 am

· #234007
ראש המדברים
chusid
געבן דעם טיטל און כבוד מנהיג ישראל פאר איינער וואס איז נישט, טוט 2 זאכן 1- עס געט אום פארדינטע כבוד פאר איינעם( וואס דאס קען מיר מוחל זיין.. ) 2- שלעפט אראפ דעם אימעזש און אוטאריטעט וואס א מנהיג ישראל איז און אויף דעם וועט מען נישט און צען טאר נישט מוחל זיין

דער טיטל מלך ישראל איז נאך צו הערן...

דער לעצטער מלך ביי אידן איז געווען צידקיהו המלך, וואס איז ברוטאליש ערמארדערט געווארן דירך דער גרויזאמער נבוכנצר דער קעניג פון בבל, נאכן ווערן געפאנגען אין יריחו.. און נאך צדקיהו איז נאך געווען ביי כלל ישראל אזעלעכע גרויסע לייט ווי הגרי''ט ווייס שליט''א, און מען האט זיי נישט געריפן מיטן טיטול "מלך ישראל".

איך געדענק נאך נאך דעם וואס סאטמאר האט באטיטלט די גרויסארטיגער נסיעה פון מרן הברך משה זי''ע קיין ארץ ישראל מיטן נאמען מסע המלכות, האט פפא זייער מקנא געווען סאטמאר, האבן זיי א נאמען געגעבן פאר די נעקסטע נסיעה פון פפא רב זז''ג "מסע מלך ישראל" און דער נאמען איז געווען דאס געשפרעך פינעם טאג, און דער מענטשהייט האט זיך פארסמאקעוועט און געטריבן לייצנות פין דעם נאמען, און עס האט טאקע געהאט יענץ פנים.......

אקורשט דאס זעלביגער שפילט זיך אפ אצינד, א פאר לייצים האבן באשלאסען צו באטיטלען הגרי''ט שליט''א מיטן נאמען מלך ישראל, טראץ דעם וואס מיר ווייסן אז אין מלך בלא עם, און דער טיטעל קלעבט זיך בכלל נישט אויף אים, בס''ה זיצט ער אויף א שטול וואס אויף איר זענן געזעצן גדולי עולם, אבער אים צוריפן מלך ישראל??????????

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:54 pm

· #234041
ס'דרייט זיך א מעשה אז הגאון הגדול ר' משה פיינשטיין זצוק''ל האט אמאהל געזעהן ווי מ'האט אויף הגה'' ק מסאטמאר זצוק''ל געשריבן דעם טיטל 'המלך הקדוש'
האט ער זיך אויסגעדריקט מיט א ווערטל: וואס האט נישט געטויגט דער טיטל פון א גאנץ יאר? ודפח''ח

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:57 pm

· #234043
נאר א רעבע מיט א שיינע צאל פארגלויבטע איז בארעכטיגט צום גרויסען טיטל מלך?
@קאך_לעפל דיר האב איך געפרעגט די שאלה

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:30 pm

· #234050
פליישיגער
נאר א רעבע מיט א שיינע צאל פארגלויבטע איז בארעכטיגט צום גרויסען טיטל מלך?
@קאך_לעפל דיר האב איך געפרעגט די שאלה

זאג וואס ווילסטו פון מיר? אפשר קריכסטו אראפ פון מיר? נעם דיך ביטע צו א צווייטען, כ'האב נישט קיין נערווען צו דיר, ואתכם הסליחה....

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:21 pm

· #234106
רבותי דער פעלץ איז שוין באשטעלט ב"ה די יודע דבר זאגן אז די רעדע איז פון א פעלץ וואס איז נאכנישט גזהען געווארן

פליישיגער » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:47 am

· #234201
דארפסט נישט איבערטייטשען אין אידיש
ברענג ארגיניעל אלע דיינע שיינע ליצנות פון שאולזאן וואס האט יעצט סחורה פאר נאך אפאר וואכען, נעם דיר קאפיען זיינע בויך וויי.

קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:31 pm

· #234435
אצינד קומט אן דער דריקענדע ידיעה, אז דער גרויסארטיגע קבלת פנים פארן ירושלימער מלך איז אפגעשטיפט געווארן אויף א פאר טעג, די מלכות'דיגע ווייסע ווייסע מיצרישע פערד וואס האבן געדארפט פאראדירן מיט שטאלץ לפני המלך, זענען ציריק אפגעליפערט געווארן אין די שטאלן, און די אלע טינקל-שווארצע אוטומאבילן וואס איז ארויסגעדינגען געווארן אז די לעלא-לייט זאלן האבן זייער דעספערירטע אויפמערזאמקייט, זענן שוין ציריק געגבן געווארן פאר ענטערפרייז קאר רענטל.

פינעם שטוב פינעם קעניג גיבט מען ביזדערווייל נישט ארויס פארווואס דער קבלת פנים פאראדע איז אפגעשטיפט געווארן, אבער די יודע דבר ומביני ערך שאצען אז דאס האט צו טאן מיטן גרויסן הייליגען פעלץ, מיט וואס דער מלך קליידעט זיך אן ווען ער וויל גיט אויסנעמן ביי די מאסן, ממלא ר''ח כסלו האפט מען אויף א קאלטע וועטער, אזוי ארום וועט דער מלך קענען זיצן איינגעהילט שעות אריכות אין דעם לייב-אויסזעהענדן פעלץ, און מיט האלטן די אלע פלאם-פייערדיגע דרשות פון די מקנא קנאת ה' צבאות.

תושבי בארא פארק והגלילות ציילן שוין מיט גרויס שפאנינג די טעג ווען זיי וועלן זוכה זיין צו זעהן דער מלך אליינס איינגעהילט אינעם גרויסען פארכטיגען ווינטער-טילאפ.

יראו ענינו וישמח לבינו.....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:32 pm

· #234443
חסיד
ס'דרייט זיך א מעשה אז הגאון הגדול ר' משה פיינשטיין זצוק''ל האט אמאהל געזעהן ווי מ'האט אויף הגה'' ק מסאטמאר זצוק''ל געשריבן דעם טיטל 'המלך הקדוש'
האט ער זיך אויסגעדריקט מיט א ווערטל: וואס האט נישט געטויגט דער טיטל פון א גאנץ יאר? ודפח''ח

זייער א גוטע מעשה, נאר מסתמא נישט אמת. ר' משה פיינשטיין איז נישט געווען אזא סארט צו מאכען אזא מין וויץ, כפי מיטב ידיעתי.

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:46 pm

· #234473
ליטוואק פון בודאפעסט
חסיד
ס'דרייט זיך א מעשה אז הגאון הגדול ר' משה פיינשטיין זצוק''ל האט אמאהל געזעהן ווי מ'האט אויף הגה'' ק מסאטמאר זצוק''ל געשריבן דעם טיטל 'המלך הקדוש'
האט ער זיך אויסגעדריקט מיט א ווערטל: וואס האט נישט געטויגט דער טיטל פון א גאנץ יאר? ודפח''ח

זייער א גוטע מעשה, נאר מסתמא נישט אמת. ר' משה פיינשטיין איז נישט געווען אזא סארט צו מאכען אזא מין וויץ, כפי מיטב ידיעתי.

גוט געזאגט לפי מיטב ידועתך, והיות שאין לך ידוע כלל... (גם אויל מחריש לחכם יחשב)

קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 5:06 pm

· #234489
איצט הערט מען די אמת'ע סיבה פארוואס די קבלת פנים פארן הויעכגשעצטען קעניג איז געווארן א נדחה.

דאס איז ווייל אזוי ווי דער טאטע פון דעם סיגוטער מלפנים ר' יענקל בערל הי''ו געפינט זיך אצינד אויף דאטשע אין צפון מיאמי, און ער האט נישט געפינען פאר וויכטיג איבערצוהאקן זיין דאטשע פארן כבוד המלך, ער האט ליבערשט געוואלט בלייבן וויילן ביים וואסער אויף נאך א פאר טאג, אפצוריען זיין אויסגעמיטשע גוף קדוש, האט דער לוחם ר' איטשע שטערן זז''ג געמיזט אפשטיפן די קבלת פני המלך, ביז זונטאג ר''ח כסלו, וואס דעמאלס ווען שוין דער רבי שליט''א זיין פולקאם אויסגערוהט, און ער וועט קענען באשיינען דעם קבלת פני המלך, לצידו של בנו ומ''מ ר' יענקל בערל הי''ו.

ווי אויך איז דא א גאנצע גראטשעקע ביי די סקריקים ווי דער געלט וואס דער מלך גייט ארויף טרייבן ביים באזוך זאל גיין, דער לוחם מר קלאר וויל אז עס זאל גיין פאר די מלחמה אין בית שמש, און דער לוחם שטערן וויל אז עס זאל גיין פאר די גזירות גיוס.... מען בייסט זיך די נעזער איינער פארן צווייטען..... מען האפט אז דער קעניג וועט טוהן מיטן געלט אזוי ער פארשטייט.... און מיר וועלן ביזדערווייל לערנען נאך א בלאט אין די חבירת יסודי התורה, און אך אן הלכה אין חבירת שונה הלכות.... און לאזען די לוחמים לוחם זיין זייערע מלחמות מיט הצלחה פאר ביידע צדדים..... און מיר האפן אז זיי וועלן ביידע געווינען, און דער מלחמה זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום אידיש קינד ח''ו......

פליישיגער » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 6:44 pm

· #234508
די אדמיניסטראטאר פון סאטמארע מוסדות אין וומ''ס ארבעט מיט רבי יצחק שטערן פאר די קבלת פנים, קאך_לעפל גיי נעם דיר איבער די ביינער פון ר' מרדכי אלעזר, עס איז נישט לויט די רוח ה'פארטיי און ער זאל זיך שוין אפלאזען דערפון

קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:08 pm

· #234512
פליישיגער
די אדמיניסטראטאר פון סאטמארע מוסדות אין וומ''ס ארבעט מיט רבי יצחק שטערן פאר די קבלת פנים, קאך_לעפל גיי נעם דיר איבער די ביינער פון ר' מרדכי אלעזר, עס איז נישט לויט די רוח ה'פארטיי און ער זאל זיך שוין אפלאזען דערפון

צום טויזענסטן מאהל, מיר אלע ארבייטען אינאיינעם, יעדער וויל זען די הצלחה פינעם קעניג, האסט מיך אמאהל געזעהן זאגן אנדערש??????????? וואס האקסטו א טשייניק?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 8:22 pm

· #234531
ווי אויך איז דא א גאנצע גראטשעקע ביי די סקריקים ווי דער געלט וואס דער מלך גייט ארויף טרייבן ביים באזוך זאל גיין, דער לוחם מר קלאר וויל אז עס זאל גיין פאר די מלחמה אין בית שמש, און דער לוחם שטערן וויל אז עס זאל גיין פאר די גזירות גיוס....

איהר קענט אפשר מסביר זיין ואס איז דער חילוק צווישען די צוויי קאסעס? זיי ביידע גייען אויף חתונה מאכען אידען אין ירושלים וואס פארשטייען 'כי טוב סחרה מכל סחורה', און מאכען פרנסה פון אומשולדיגער תמימותדיג'ער אידען אין וומסב"ג וואס מיינען אז געבען געלט פאר א געשליפענע צונג פון ירושלים האט עפעס מיט מקיים זיין רצון צדיק לוחם זיין מיט דער ציונות ימ"ש.

חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:43 am

· #234576

דער חילוק איז הימל מיט ערד כרחוק מזרח ממעריב, אז ווי לדוגמא דער חיבור פון א ליטוואק אדער א בודאפעסטער!

פלעין יודיש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 7:20 am

· #234591
האטליין נומבער 212-776-0555

📎 1.jpg

חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:30 am

· #234605
פלעין יודיש
האטליין נומבער 212-776-0555

📎 1.jpg

אויף איין זייט א הייליגער פסוק ויעל מלך ישראל אויף איין זייט, און אויפן צווייטן זייט א האטליין נומער! הפלא ופלא!

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:00 pm

· #235498
וואס איז טאקע פשט פון די מצב ? ס'איז דען די ערשטע מאל וואס ער קומט ?

דעמאקראטיע » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:15 pm

· #235701
קאך_לעפל
ראש המדברים
chusid
געבן דעם טיטל און כבוד מנהיג ישראל פאר איינער וואס איז נישט, טוט 2 זאכן 1- עס געט אום פארדינטע כבוד פאר איינעם( וואס דאס קען מיר מוחל זיין.. ) 2- שלעפט אראפ דעם אימעזש און אוטאריטעט וואס א מנהיג ישראל איז און אויף דעם וועט מען נישט און צען טאר נישט מוחל זיין

דער טיטל מלך ישראל איז נאך צו הערן...

דער לעצטער מלך ביי אידן איז געווען צידקיהו המלך, וואס איז ברוטאליש ערמארדערט געווארן דירך דער גרויזאמער נבוכנצר דער קעניג פון בבל, נאכן ווערן געפאנגען אין יריחו.. און נאך צדקיהו איז נאך געווען ביי כלל ישראל אזעלעכע גרויסע לייט ווי הגרי''ט ווייס שליט''א, און מען האט זיי נישט געריפן מיטן טיטול "מלך ישראל".

איך געדענק נאך נאך דעם וואס סאטמאר האט באטיטלט די גרויסארטיגער נסיעה פון מרן הברך משה זי''ע קיין ארץ ישראל מיטן נאמען מסע המלכות, האט פפא זייער מקנא געווען סאטמאר, האבן זיי א נאמען געגעבן פאר די נעקסטע נסיעה פון פפא רב זז''ג "מסע מלך ישראל" און דער נאמען איז געווען דאס געשפרעך פינעם טאג, און דער מענטשהייט האט זיך פארסמאקעוועט און געטריבן לייצנות פין דעם נאמען, און עס האט טאקע געהאט יענץ פנים.......

אקורשט דאס זעלביגער שפילט זיך אפ אצינד, א פאר לייצים האבן באשלאסען צו באטיטלען הגרי''ט שליט''א מיטן נאמען מלך ישראל, טראץ דעם וואס מיר ווייסן אז אין מלך בלא עם, און דער טיטעל קלעבט זיך בכלל נישט אויף אים, בס''ה זיצט ער אויף א שטול וואס אויף איר זענן געזעצן גדולי עולם, אבער אים צוריפן מלך ישראל??????????

זאג נאר דעקעלע זייט ווען ביזטו אזוי קעגן איבערגעטריבענע טיטלען?? דאכט זיך אז דו באלעקסט דיך די פינגער יעדע וואך אינעם בלאט ווען די בלאט באטיטלט דיין הייליגן גאון (דער וועלכע דרייעט זיך אויס ווען סע "סרוכעט" אדער באטראכט יעדע פרוי "פון קאפ ביז פיס") מיטן טיטל הגה"ק עטליעסט 7 מאל אויף יעדע פעידזש...

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 8:43 pm

· #235707
מילא דער בלאט זענען דאך בעיביס פארווייטאגטע אבער ענק זענען דאך עדאלטס ביי ענק גיסן זיך נישט קיינע טיטלען אויף יעדעם איינעם ביי ענק איז דאך נאר דא אמתע טיטלען פון ענק פאסט עס נישט צו נעמען אזא גרויסע טיטול און געבן א לייג ארויף אויף סיי וויעם מילא אויף הר' לייטנער אדער הר' בלום אבער סתם אויף עפעס א רב ?

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:45 pm

· #236837
פארוואס גייען נישט די ארונים צום קבלת פנים?

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:49 pm

· #236839
ווער זאגט זיי גייען נישט? מיינע 2 שכנים גרויסע אהרונים האבן מיר געזאגט אז זיי גייען יא

chusid » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 10:55 pm

· #236840
א ארוני האט מיר געזאגט אז אפיציעל זענען זיי עס נישט גורס

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:19 pm

· #236845
אה יעס. אה נא. אהרוני האט דיר אליין געזאגט? מיינסט עס ערנסט? זיי נישט קיין תינוק.
נישט איבעראל דארף מען מישען פאליטיק. מהאט נישט פראקלאמירט א חוב קדוש אדער ביטול מלאכה ביי קיין איין קרייז. די גאנצע קבלת פנים איז א אינדיווידיולע זאך. געטריבן דורך פריוואטע אינטערעסן. מאנכע אידן וועלן גיין . אנדערע וועלן נישט גיין. ווער עס גייט נישט איז נישט צוליב א פארבאט דורך עפעס אן אפיציעלע שטעלונג. סי פשוט נישט אזא גרויסע מדובר צו מאכען א אפיציעלע שטעלונג. בעת דער גאב"ד קומט יאר יערליך און ער האט נישט קיין מוסדות און חסידים.
ווער עס ווערט איבערגענומען פון די צעטלעך אויף די גאס וועט אפשר גיין, ווער עס האט א דזשאב וועט לכאורה נישט גיין. ווער עס לויפט צו יעדע כאפצעם וועט זיכער גיין. קינדער וואס די מנהלים וועלן שיקען מיט א פענדעל און א פאטעיטע טשיפ וועלן אויף זיכער גיין. געוויסע רביס וואס האבו שוין געמארקט דעם קעלענדער אז זונטאג איז יא דא עקשאן וועלן אויך אוודאי גיין.

לויט ווי ווייט איך קען דעם גאב"ד. קען נאך זיין ער וועט אליין נישט אנקומען. ער איז א שייף עייל ושייף נפיק. א בורח מן הכבוד מאז ומקדם. אים אינטערסירט נישט די אלע בעבישע זאכן. ער וועט געוואר ווערן פון די התאחדות קול קורא אין אלע גאסן איז ער אומשטאנד צו בלייבן אינדערהיים

ירא שמים » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:21 pm

· #236846
ואס פארא רעכט האט ער בכלל זעך צרופן ירשלימער רב ,אויף וויפל משפחות איז ער דען רב,
נאך גוט אז ער קומט קיין אמעריקע מ'קען עם רופן צו דין תורה צו די בבואווע בוררות ,
מדארף שנעל כאפן גרויז אויף אונזער זייט

חסיד » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:17 am

· #236854
ירא שמים
ואס פארא רעכט האט ער בכלל זעך צרופן ירשלימער רב ,אויף וויפל משפחות איז ער דען רב,
נאך גוט אז ער קומט קיין אמעריקע מ'קען עם רופן צו דין תורה צו די בבואווע בוררות ,
מדארף שנעל כאפן גרויז אויף אונזער זייט

ער האט די רעכט זיך צו ריפן ירושלים'ער רב ווייל ער זיצט על כסאו פון די גאונים קדושים וצדיקים מהרי''ל דיסקין, ר' יוסף חיים זונענפעלד, מהרי''ץ דישינסקי, סאטמאר רב, מנחת יצחק, רמ''א פריינד, מהר''מ דישינסקי און ער האט מיטבאקומען דעם טיטל הראוי לו מיטן פאסטן, וואס קרענקט דיר?
ס'זעט אויס ווי ס'שטערט דיר אז נאר איינער רופט זיך ירושלים'ער רב!
יא יא היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה!
בלאט: 1 2 3 4 5