☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7529
בלאט: 1 2 3 4 5

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:12 pm

· #237651
טעות

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:19 pm

· #237652
איך האב נאך נישט געזען קיין איין 'נישט טעות'דיג' תגובה דא פון דיר..

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 4:23 pm

· #237655
בשבילי!
איך האב נאך נישט געזען קיין איין 'נישט טעות'דיג' תגובה דא פון דיר..


יא! יא! עס איז פארשטענדליך: איך האב דיר פיינט און ביטע האב מיך אויך, און לאמיר שוין ענדיגען בעפארן אנהייבן

לחיים.....
"ידידך"
קאך לעפל

signout » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

· #237680
גאנצל
נישט געווען קיין 40 רבנים איך בין דארט געווען ס'איז געווען אפשר 20 און 10 פון די זענען דאך פון די קופה של שרצים מחוצפים און מבזי תורה בתוכם אידן וואס זיי האבן איינגעזעצט א איד פאר 50ניאר אין תפיסה און זיך אנגענומען פאר א שרוצה סאו וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט דא
עס איז נישט געווען ווער נאך זאל ארויסגיין, הג''ר משה גרין אדער וויזשניצער רב זענען נישט אנגעקומען לכתחילה אדער זיך צירוקגעדרייט די זעלבע מיט נייטרא אין די אנדערע גרויסע רבנים פין שטאט, עס איז א בושה צו בלייבן ווען מען רעדט אויף א תלמיד חכם

דעמאקראטיע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:53 pm

· #237710
signout
גאנצל
נישט געווען קיין 40 רבנים איך בין דארט געווען ס'איז געווען אפשר 20 און 10 פון די זענען דאך פון די קופה של שרצים מחוצפים און מבזי תורה בתוכם אידן וואס זיי האבן איינגעזעצט א איד פאר 50ניאר אין תפיסה און זיך אנגענומען פאר א שרוצה סאו וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט דא
עס איז נישט געווען ווער נאך זאל ארויסגיין, הג''ר משה גרין אדער וויזשניצער רב זענען נישט אנגעקומען לכתחילה אדער זיך צירוקגעדרייט די זעלבע מיט נייטרא אין די אנדערע גרויסע רבנים פין שטאט, עס איז א בושה צו בלייבן ווען מען רעדט אויף א תלמיד חכם


נו וואס איז די פראבלעם??? קענסטו זיי אויך רעכענען אין גאנצלס "קופה של שרצים מחוצפים און מבזי תורה"...

למעשה זענען דארט געזעצן א שיינע פאר זעלבסטשטענדיגע רבנים פון מאנסי צווישן זיי סקולענער רב. רבי יהושע לייפער. שיניעווער רבי שליט"א אין נאך

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:57 pm

· #237711
כ'בין נישט אזוי באהאווענט מיט די ירושלים'ער פרשה, אבער הגה''צ ר' חיים יהושע'לע שליט''א איז ווייט פון א קינד כידוע לתושבי מונסי, און א קלארער בעל דעת און בעל מידות, שווער צו גלייבן אז ער איז סתם געזעצן טאמער זענען באגאנגן געווארן עוולות.

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:13 pm

· #237715
עס איז פארגעקומען א מסיבה אין די גאסט הויז פון כ''ק גאב''ד י''ם לטובת א ביה''ח אין סלאוואקיי, אינדערמיטן איז אנגעקומען כ''ק מרן אדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביקור גומלין.

פון ר. צו ל., מרן אדמו''ר מ'סאטמאר, כ''ק גאב''ד י''ם, אדמו''ר מ'גאלאנטא, אב''ד ישראל והזמנים שליט''א.

📎 IMG-20141125-WA0041.jpg

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:15 pm

· #237716
📎 IMG-20141125-WA0042.jpg

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:19 pm

· #237717
עסט מען אזוי טרויבן אראן פונעם הענגל? וואס איז געשעהן מיט די ווערים?

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:21 pm

· #237718
ווערט דא געזען, דער סלאווקישער אמבאסאדאר און הרה''ח ר' משה דוד נידערמאן שליט''א פון UJO
📎 IMG-20141125-WA0040.jpg

יין שרף » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:40 pm

· #237720
חסיד
עסט מען אזוי טרויבן אראן פונעם הענגל? וואס איז געשעהן מיט די ווערים?

גלייב מיר די ווערים אנטלויפן ווען זיי זעהן רבי׳ס...!

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:43 pm

· #237721
אדמו''ר מהר''א מ'סאטמאר שליט''א ביי ביקור גומלין ביי כ''ק גאב''ד י''ם שליט''א.
📎 IMG-20141125-WA0066.jpg

דעמאקראטיע » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:10 pm

· #237728
עפעס קוקט ער אויס זייער אנגעווייטאגט
צוויבל העלף ארויס דארט

משה פיטות » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:46 pm

· #237744
ביידע רביס עסן טרויבן פונעם הענגל וואס איז טאקע פשט?
איך האב קיינמאל נישט געהאט די פראבלעם אבער פאר די וואס האבען יא געהאט ווא אי די תירוץ ?

chusid » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:20 am

· #237775
איך בין מער פין די יונגערע דא, ממילא געדענק איך נישט פינקטליך בשעתו ווען מען האט אים אויפגענומען אלץ גאבד אבער קענענדיג אים היינט קען איך נישט פארשטיין פארוואס פין די גאנצע וועלט האט מען נישט געטראפען איינעם בעסער, וואס איז פשט?

פלעין יודיש » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:08 am

· #237779
קיקט אויס ווי קיינער פון די רבי'ס האבן טאקע נישט ציגערירט די טרויבען
ביי ביידע ביקור גומלינ'ס ליגען אלע טרויבען און איר זעלבע פאזיציע
באטראכטס די בילדער!!!!!!!

גדעון » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 10:32 am

· #237792
chusid
איך בין מער פין די יונגערע דא, ממילא געדענק איך נישט פינקטליך בשעתו ווען מען האט אים אויפגענומען אלץ גאבד אבער קענענדיג אים היינט קען איך נישט פארשטיין פארוואס פין די גאנצע וועלט האט מען נישט געטראפען איינעם בעסער, וואס איז פשט?

א אינגע מחוצף...
קוים ארויס פון די ווינדלען און האט שוין א מיינונג אויף א אכציג יעריגע רב

חסיד » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:02 am

· #237800
פלעין יודיש
קיקט אויס ווי קיינער פון די רבי'ס האבן טאקע נישט ציגערירט די טרויבען
ביי ביידע ביקור גומלינ'ס ליגען אלע טרויבען און איר זעלבע פאזיציע
באטראכטס די בילדער!!!!!!!

או י''ל אז דער ערשטער האט געגעסן און דער בילד איז נאכן עסן, משא''כ דער וואס איז געקומען צווייט פארשטיי איך האט נישט געוואלט חלילה נכשל ווערן אינעם ברודער'ס שריים!

signout » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:33 am

· #237805
דעמאקראטיע
עפעס קוקט ער אויס זייער אנגעווייטאגט
צוויבל העלף ארויס דארט

אזוי באקומען איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ספעלינג איך שטעל עס ארויף פאר די קווינס בחורים
📎 B3XrebVIQAAsJ5F.jpg

קאסטנער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 12:33 am

· #237949
ישמעאל הכהן
אדמו''ר מהר''א מ'סאטמאר שליט''א ביי ביקור גומלין ביי כ''ק גאב''ד י''ם שליט''א.
📎 IMG-20141125-WA0066.jpg

וואס זענען די פינקען פייער וואס מהרא׳ס אויגן שפריצן?

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:41 am

· #237972
קלארמאכונג
ווי ס'זעיט אויס פראבירן די בני רז"ל סיי דא און סיי ווען מ'רעדט מיט זיי צו מאכן כאילו ס'איז דא א מחלוקה צווישן גאב"ד און מהר"א וואס גראדע האט ר"א נענוג סיבות צו זיין ברוגז אויפ'ן גאב"ד אבער מהר"א פארשטייט גוט די מצב פונעם גאב"ד און ער איז אים דן לכף זכות

ממילא איז ער אים מכבד מיט די גרעסטע כבוד הראוי לו אלס זיין גרויסע נשיאות אלס ירושלימע רב ער געט אים די גאנצע כבוד וואס קומט זיך אים

די וואך ווען רז"ל האט געמאכט א קיום האתרא קדישא צערמאניע איז ר"א נישט געגאנגען און זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די גאנצע פראפעגאנדע ווייל רז"ל רופט צוזאם עפעס א צערעמאניע ווייל ער האט עפעס א פראבלעים מיט ר' לייזער קעסטענבוים און מיט תולדות אהרן וועגן עפעס א חפירה אין בית שמש דאס האט מיט ר"א גארנישט ר"א האט נישט אריינגערעדט דעמאלס און ער רעדט נישט יעצט כ'האב נישט אנגעחזר'ט און איך קלין נישט

ס'איז געווען א שיינע צערעמאניע גרויס פראפעגאנדע ווייל סוכ"ס האט מען עס א נאמען געגעבן -אנשטאט זאגן פשוט ס'איז א מעמד החזרת כבודו של הגאב"ד - האט מען עס א נאמען געגעבן קבלת פנים נו פאסט דאך אז ס'זאל זיין א גרויסע עולם אבער מהר"א האט מיט רז"לס טי פארטיס גארנישט

ווי מ'זעיט אויפ'ן בילד די צהלת פנים פונעם גאב"ד ווען ער רעדט מיט מהר"א אין תורה זעיט מען די ידידות צווישן די צוויי גדולי תורה

יעצט גיי מאך דיך כאילו לא ידע און הייב קייען שטרוי כאילו דא איז דא עפעס א פעסטע מחלוקה און דער גאב"ד האט איינגעזען די גרויסקייט פון רז"ל און ר' אהרנען האט ער נישט ליב

פלעין יודיש » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 7:22 am

· #237978
קענסט אזא שפרעך ווארט?
אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס..... חלה דעקל (ליין: היטל)

signout » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 11:06 am

· #238018
פארוואס זאל די גאב''ד זיין צוקריגט מיט מהר''א?

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:54 pm

· #238052
פלעין יודיש
קענסט אזא שפרעך ווארט?
אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס..... חלה דעקל (ליין: היטל)


איך שטעל מיך פאר האסט מיר געוואלט מיט דעם פערנטפערן עפעס אדער סתם צו לייגן א הג"ה באט איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו ווילסט דא זאגען (אה! דו כאפסט נישט ?.... חלה דעקל......) לא זכיתי להבין

אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז דעס דארף צו זיין עפעס א לחש פון די חכמי רז"ל ווען זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן

יין שרף » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:17 pm

· #238055
פלוצלינג געפילט אז עפעס די הודה זיוה און הדרה איז אוועקגעגאנגען און נישט געקענט פארשטיין פארוואס. ביז איינער האט מיר געזאגט אז כ״ק מרן די גאב״ד שליט״א איז שוין אפגעפארן קיין ישראל. ויהי לפלא!

פיינע קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:56 pm

· #238061
יין שרף. צו וואס פעלט אויס חוזק מאכען?
אמת אפאר קלוגע אידן האבן אים געמאכט צו נער אין די שטאט. אלא מאי? קומט אים אז מזאל פון אים אפלאכען?
מיר ווינטשען אים אסאך סייעתא דשמיא אין ירושלים מיט אלע ערליכע אידן העומדים בראש העדה

קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 7:16 pm

· #238194
signout
פארוואס זאל די גאב''ד זיין צוקריגט מיט מהר''א?

די קשיא נעמט צי מיין ביינאכט שלאף.

קען איינער פארענטפערן?!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:47 pm

· #238294
מסתמא ווייל ר' אהרן ניצט ווייץ פון אריזאנא פאר קניידלעך אום שבועות.
אדער וועגען צומת הגידין.

גאלד » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 2:50 pm

· #238372
דער חילוק צווישן ר' יצחק טובי' און ריח"מ איז כרחוק מזרח ממערב,
רי"ט האט קיינמאל עכט נישט געהאט מיט סאטמאר בכלל,
די גאנצע סאטמאר דרעק איז ביי איהם מהיכי תיתי,
ער איז מיטאמאל א ניו יארקער,
יא, קען זיין יעצט האט ער זיך מער ציגעשטעלט צו די זאלי ווינט, אדער יא אדער נישט,
אבער דאס איז מהיכי תיתי,
גלייב מיר, קיין שום ארוני שפירט נישט עפעס א ווייסעך וואס סטראשע פון רי"ט
ריח"מ איז פונקט פארקערט,
ביי איהם איז די זאלי אגענדע, נומער איינס,
ס'יתכן לומר אז דער גאנצער סאטמארע מחלוקה פעקל קען מען אראפלייגן ביי די שוועל פון זיין טיר,
הוא הגבר וואס האבן געגעבן די זאליס די אקעי אז זיי זענען פטור פון פעיסן דשאסטיס,
און דער אמת איז ער האט לעולם קיין שום עפעס אויסערגעוונליכע כשרונות,
לעטס בי אנעסט,
ער איז א מארמאראשער תם אן קיין קלאס,
פרוביר נאר צו האבן א אינטעלעדשנט דיסקאשן מיט איהם,
די איינציגע ספעציעלע סיבה איהם צו מאכן גאב"ד איז אך ורק אז ער איז א ראבער סטעמפ פאר די זאליס
דאס מיינט אז ער וואלט ווייטער געבליבן דער זאלי ראבער סטעמפ, דאס אמאל זיכער,
און אפשר אויך גאב"ד עדה"ח, סאל זיין, פאר די פיקטשערס,

איים סארי פארן זיין אזוי blunt,
אבער דאס איז די honest truth

גאנצל » מאנטאג דעצעמבער 1, 2014 3:19 pm

· #238375
@אנאנים ווען דו קוקסט ווען מיין תגובה געהעריג וואלסטוך געקענט איינשפארן אסאך כח

איך האב געשריבן צווישן מיינע שורות אז ר"א האט פ"וו צו זיין גערעגט אויופ'ן גאב"ד אזוי ווי דו האסט שיין ארויסגעברענגט וואס ר"א מיט זיין קהלה ליידן זיך אן פונעם גאב"ד

אבער איך האב צוגעלייגט אז פון וויפיל איך ווייס פירט ר' אהרן נישט קיין עמטליכע רוגזה ווייל ר"א פארשטייט דעם גאב"ד'ס מצב און נישט די אלע זאכן זענען א סיבה פאר'ן נישט אדער יא גיין צום ק"פ

יעצט לגבי אים ארייןשטיפן פאר גאב"ד עיי' בדברי @גאלד

קאסטנער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 12:13 am

· #238426
גאלד
דער חילוק צווישן ר' יצחק טובי' און ריח"מ איז כרחוק מזרח ממערב,
די גאנצע סאטמאר דרעק איז ביי איהם מהיכי תיתי,
גלייב מיר, קיין שום ארוני שפירט נישט עפעס א ווייסעך וואס סטראשע פון רי"ט
ריח"מ איז פונקט פארקערט,
ביי איהם איז די זאלי אגענדע, נומער איינס
אבער דאס איז די honest truth


אין א בחינה פין בוחר הרע במיעוטו האט מען אויסגעקליבן איינער וואס וועט נאר שיסן אין די פיס ווי איינער וואס וועט שיסן אין הארץ..

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:46 am

· #238436
[ציטאט אראפגענומען]


כאטש מען דארף נישט ענפערן אויף קיין ליפטיגע הודעות פון ניקים וואס זיכן סתם אזוי צו קאשקענען אויפן פאפיר, דאך וואלט איך יא געוואלט איינמאהל און נאכאמאהל קלאר מאכן:

אמת טאקע אז סאטמאר איז גוט אנגעווייטאגט אויף רי''ט צולוב זיין זיך אריין מישן אין די סאטמארע מחלוקות, און אנמאכן ציפקעדיקע צרות פאר כ''ק אדמו''ר מהר"א שליט''א ווען ער האט נאר געהאט דער מעגליכקייט, אפגעזעהן פינעם פאקט אז וועט נישט סאטמאר און די אלע קהילות וואס ער באקעמפט היינט, מיט די גוטהייסינג פון אונזערע זאליבאנישע גוטע פריינד, און די סיקריקים, וואלט עך נאך היינט געזיצן אין די ריאיגע אנטווערפן, מיט די סאלידע אייראפישע אידן.

אבער נישט דאס איז אצינד געווען די נושא דא, אז איר וועט קוקען אין די פריעדיגע תגיבות וועט איר זיך דאס איבערצייגן:

דער נושא דא איז געווען אז די כוחות הטומאה פון די סיקריקים, אתרא קדישא, משחתי המידות, פראים, זיכן זיך צושטארקן, זיי זיכן זיך ארויף צו צווינגען מיט כוח אויף די עדה החרדית, און רי''ט מיט זיין קנאפע פארשטאנד איז אריין געפאלן צו זיי אין די האנד ווי א רייפע פרוכט, און זיי האבן אים געניצט אלס א ווערצייג צו קענען ערייכען זייער ציל, אבער בחסדי ה' איז דאס נישט געלונגען און רוב מענטשען האבן פארשטאנען דעם ביייזוויליגען שפיל, און הרי''ט האט זיך נעבאך צושפאט געמאכט אין די גאנצע וועלט.

דולה ומשקה » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:31 pm

· #238466
אזווי עס גויעשט זיך אזוי אידיש'ט זיך עס
אז אבאמא קען זיין פרעזידענט להבדיל קען רבי טוביה ווייס זיין גאב"ד ירושלים.

קיינער ווייסט נישט לא בשכבו ולא בקימו.
יענעם איינמאל ביים אזוי גערופענעם 'קבלת פנים', יענער זעלבע עולם טרעפט מען ווי מ'גייט, צו זאל עס הייסען כ"א כסלו, דער רבי מאכט חתונה, יומא דהילולא קדישא, וכדומה, יענער נאכט האט עס געהייסען 'קבלת פנים'. אז עס הענגט טאוועלען און מ'האט סיי ווי נישט קיין אנדערע סארט אינטערטעינמעט גייט מען. מיטן גאב"ד האט עס אבער נישט קיין שום שייכות. ביי דער ענדע פון וואך קוק מען אויף דער בילדער מאגאזין און דא ענדיקט זיך עס, ער קען שוין צוריק פארען. אין דער צייטונגען קענען שרייבען רבבות אלפי וכדומה.

און הונדרעט יאר ארום וועלען די דעמאלסדיגע שרייבער און חוקרי היהדות שרייבען וואס זיי ווילן געבויעט אויף די צייטונג שרייבערס אין בילדער מאגאזינען. אבער באשר הוא שם, קיין רעספעקט ווי דער מנחת יצחק אדער ווי הרמ"א פריינד דושינסקי און פארשטייט זיך זייערע פארגייערס ווען רבי טוביה קיינמאהל נישט געניסען, נישט ער און נישט זיין בי"ד, א עוורינדש מענטש אויף דער גאס הייבט ניט אמאל אן צו וויסען ווער עס זענען די חברי הביד"ץ וואס דער גאב"ד איז עומד על גבם, ער וועט זיך דארפען ברעכען קאפ זיך צו דערמאנען כאטש איינער. דער איינציגסטער וואס רוב וועלן יא וויסען וועט זיין הגר"מ שטערנבוך, פשוט ווייל ער האט געדינט ווען דער עדה האט נאך געהאט א ריכטיגע נארמאלע אויסזעהן.

ויש יש להאריך בזה טובא.

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 1:44 pm

· #238469
דו ביזט נעבעך סתם אנגעווייטיגט אז מען האט נישט אויפגענומען בעלעדע רבי פאר גאב''ד.

היסטאריקער » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:40 pm

· #238481
בשבילי!
דו ביזט נעבעך סתם אנגעווייטיגט אז מען האט נישט אויפגענומען בעלעדע רבי פאר גאב''ד.


קיינמאל ניט געווען א מדובר אויפצונעמען בעלזער רבי אלס גאב"ד, איז נישט דא וואס צו באדערן

פון ריח"מ פר"מ שלט"א איז יא געווען א מדובר, און דאס באדערט דיך

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 2:47 pm

· #238484
באדערט איז אן אנדערסטעטמענט, איך האב קיין נאכט און טאג. מיין האפענונג איז אבער אז ריח''מ וועט נאך איין טאג ווערן גאב''ד און דאן וועל איך האבן דעם לעצטן לאך צוזאמען מיטן צוריק אנהייבן ארבעטן נארמאל און אנגיין מיטן לעבן.
יעצט לאז איך דיר האבן א באל מיט דיין חיי שעה. 😠 😂

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 5:32 pm

· #238512
גאלד:ביטע נישט אזוי שארף. דו לייגסט אראפ ריח"מ פרידמאן כאילו ער איז אן ע"ה און א גראבער יונג. חוץ זיין א ראבער סטעמפ פאר די זאלי אגענדא איז ער גארנישט...כלשונך. דאס איז אבער א נישט ריכטיגער פיקטשער. ווייל ער איז סוכ"ס א גרויסער און אלטער בעל הוראה. דעיס אז ער שטופט די זאלי אגענדא איז פארשטענדליך פון זיין קוק ווינקל. פון דארט איז ער יונק זיין געלט און כבוד. זיין גאנץ לעבן. ער איז נישט בבחינת דער מנחת יצחק, אדער להבחל"ח ר' משה שטערנבוך, וואס וואלט געווען פאררעכנט פאר א גדול אן די פארטיי צוטשעפעניש... 🙄

גאלד » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:50 pm

· #238596
berlbalaguleh
גאלד:ביטע נישט אזוי שארף. דו לייגסט אראפ ריח"מ פרידמאן כאילו ער איז אן ע"ה און א גראבער יונג. חוץ זיין א ראבער סטעמפ פאר די זאלי אגענדא איז ער גארנישט...כלשונך.

אנטשולדיגט! איך האב לגמרי נישט דאס געשריבן, מיטאמאל קיין משמעות. ליין ביטע איבער מיין תגובה.

קאך_לעפל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 9:54 pm

· #238599
גאלד
berlbalaguleh
גאלד:ביטע נישט אזוי שארף. דו לייגסט אראפ ריח"מ פרידמאן כאילו ער איז אן ע"ה און א גראבער יונג. חוץ זיין א ראבער סטעמפ פאר די זאלי אגענדא איז ער גארנישט...כלשונך.

אנטשולדיגט! איך האב לגמרי נישט דאס געשריבן, מיטאמאל קיין משמעות. ליין ביטע איבער מיין תגובה.


כסדר של הבעל עגלה אטאקירט בעפארן ליינען... מיט 17 שמייכל פעינימער אונדערזייט, עס זאל אויס זעהן חכמהדיג..... 😃 🙂 😉 😞 😮 😲 😕 😈 😈 😢 😳 😛 😠 😂 😎 🙄 ❗ ❓ 💡 ➡️ 😐 😁 🤓 🤓

פלעין יודיש » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:42 am

· #238641
קענען זיך נישט קיקען אין פנים

גדעון » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 11:30 am

· #238651
וואס מורמעלט ער דארט? אפשר קייט ער זיין אייגענע שריים

פלעין יודיש » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 3:43 pm

· #238684

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 6:40 pm

· #238730
כ'ווייס נישט ווי וואס ווען אבער די פעלץ מיט די אלע קאלירטע בעקיטשעס מאכן עם אויסזעהן ווי א פורים רב.

ערליכער איד » מיטוואך דעצעמבער 3, 2014 7:46 pm

· #238742
ווער קומט נעקסט?

אפשר הרב יונגרייז שליט״א דער ניקעלשבורגער רבי
בלאט: 1 2 3 4 5