☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

צהלי ורוני יושבת בארא פארק, כי גדול בקרביך קדוש ישראל

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7529
בלאט: 1 2 3 4 5

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:14 pm

· #237363
ישר כח פיינע קאווע איך האב שוין געטראכט אז אין קאווע שטיבל איז נישטא קיין איינער וואס פארשטייט אז דא איז נישט קיין מחלוקת אהרונים מיט זאלונים און נישט אלעס גייט אריין אין די סאטמארע מחלוקת.

אויב נאכן גיסן אזויפיל געלט און וואכן פראפגאנדע איז די גאנצע קבלת פנים געווארן א ארוני זאלוני פייט איז דאס די גרעסטע ניצחון פארן יהדות החרדית

ב"ה דער מעמד איז נישט געווען נאנט צום מעמד תשנ"ח, און דאס איז באשטאנען פון ס"ה איין חלק סאטמאר נישט פאפא באבוב באבוב45 צווייטע חלק סאטמאר סקיוורא און איבער האלב פון די עדה החרדית קהילות אין א"י שטייען מיט מיט דעם חלק יהדות החרדית אין ניו יארק.

און פאר אלע אנפירער און שרייבער בעט איך ביטע לייגט נישט אריין יעדער איינער וואס טראכט אנדערש ווי דיר אין די סאטמאר מחלוקות

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:49 pm

· #237370
פיינע קאווע
וואס איז די סיבה אז פאפא סקווירא צעלים ספינקא איז נישט געווען?
געוויסע אהרונים זענען יא געווען. און אסאך זאלונים זענען נישט געווען.
מאך נישט פון יעדע זאך א נארישע פאליטיק.

פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן א.ג. סאטאמר קהילה און פאפא מיט סקווירא ??
זאג מיר ענק גייען אויך צום כותל אזוי ווי יענע חסידות'ר ??

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:57 pm

· #237372
פלוצלינג ווערט סאטמאר מר''א אייניג מיט פאפא און בעלזע און סקווירא ווען ס'קומט אויפצונעמען דעם גאב''ד פון קנאי'שן עדה החרדית... גארנישט טיפער ליגט דא אונטער דעם...'

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:00 pm

· #237375
chusid
וואס איז די אפיציעלע סיבה פארוואס די ארונים זענען נידט געוועען?


די זעלבע סיבה פארוואסזיי זענען נישט געגאנגען צו יעקב בער'ס חתונה די זעלבע סיבה פארוואס זיי זענען נישט געפארן אין א"י צו חיים הערש'ס חתונה די זעלבע סיבה פארוואס זיי גייען נישט צו זלמן לייבס כ"א כסליו

די בני מהר"א זאגן מיר האבן מיט די בני מהרז"ל עווענטס גארנישט און פארטיג אז רז"ל מיט זיינע מענטשן האבן נעכטן געזוכט חיזוק אזוי ווי אלעמאל. און יעצט האבן זיי גענומען דעם גאב"ד'ס קומען קיין נוי יארק פאר א געלעגענהייט צו ווייזן ווי נישט צובראכן זיי זענען און ווי גוט זיי שטייען. איז דאס זייער עווענט זאלן זיי גיין וואס האט דאס מיט סתם עמך אידן ?
אז אתרא קדישא א מהרז"ל קאמפעני זענען צוקלאפט מיט די בויען די בית שמש דירות בפיקוח הר' משה שטערנבוך זאלן זיי זיך שטארקן מיט מאכן צערעמאניעס
סתם עמך אידן איז אזוי ווער ס'האט געוואלט זעהן א שיינע צערעמאניע איז געגאנגען די אנדערע האבן נישט צייט צו דעם זונטאג איז גראדע געווען א פארנומענע טאג מקהאט געדארפט צו ענדיגן מס' שקלים אנהייבן ר"ה אין מס' שבת האלט מען אינמיטן א שווערע סוגיא און אזוי הל' ציצית אין שונה הלכות צו קענען על בורי' קען מען אויך נוצן אסאך פרייע צייט אין ק"י האט מען באוויינט א ת"ח מופלג שמת וואס אויף דעם שטייט מבטלין ת"ת מפני ת"ח שמת במילא קיין סאך איבריג צייט פאר צערעמאניס און פאר מהרזל'ס חיזוק איז נישט געבליבן

די בני מהר"א וואלטן גערן געגאנגען מחזק זיין מהרז"ל אבער ס'איז נישט געבליבן קיין סאך צייט אויסער דעם איז געווען זייער קאלט נעכטן צו שטיין שעות אויפ'ן גאס ואתכם הסליחה

ערליכער איד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:05 pm

· #237376
[quote="פיינע קאווע"
וויליאמסבורג האט בערך 50 טויזענט זכרים העכער די בר מצוה. נעכטען האט מען אריין געבאסט אידן פון מאנרא און סי געווען ס"ה טויזענט צו צוויי טויזענט אקעי דריי טויזענט אידן . קינדער אינקלאדעד. איז וואס אייגענטליך דארף דא איינער פלאצען?[/quote]

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:16 pm

· #237377
בשבילי!
פיינע קאווע
וואס איז די סיבה אז פאפא סקווירא צעלים ספינקא איז נישט געווען?
געוויסע אהרונים זענען יא געווען. און אסאך זאלונים זענען נישט געווען.
מאך נישט פון יעדע זאך א נארישע פאליטיק.

פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק צווישן אן א.ג. סאטאמר קהילה און פאפא מיט סקווירא ??
זאג מיר ענק גייען אויך צום כותל אזוי ווי יענע חסידות'ר ??


איך וועל עס זייער קלאר אויסשומעסן אויף א שנעלער פארנעם

תשנ"ח איז געווען א מעמד קבלת פנים פאר די חברי העדה החרדית וואס ניו יארק האט נאכנישט געזהען, אלע וואס זענען געווען קינדער יענע יארן געדענקען עס גוט און אלע קהילות האבן זיך צוגעשטעלט צום מעמד, פאפא, באבוב, סקיוורא, ספינקא, סאטמאר בראש.

יעצט איז אריבער 16 יאהר סאטמאר איז צושפליטערט, און די עדה החרדית איז צושפליטערט די עדה החרדית האט היינט 7 דיינים דער גאב"ד ראב"ד הרב אולמאן הרב יוראוויטש הרב ראזנבערגער הרב פרענקעל הרב פישער זיי שראייבען אונטער אלע מודעות פון די בית דין אין ירושלים פון דע 7 איז דא צוויי וואס זענען קלאר אויף איין זייט דער גאב"ד מיט הרב ראזנבערגער און 4 וואס זענען קלאר אויפן צווייטען זייט ראב"ד הרב יאראוויטש הרב פרענקל און הרב פישער, הרב אולמאן איז נוטה צום רוב אבער האט נאך אביסל שייכות מיט צד א'.

סאטמאר איז צושפליטערט אויף 2-3 חלקים און יעדער האט ב"ה א גרויסער ציבור אידן, אבער איין צד האט רוב רובם אידן וואס זוכן צו שטייגען זייער רבי זאל מצליח זיין און איין חלק זוכט צו זיין די בעלי בתים אויף די וועלט און לייגן טעראר אויף יעדעם איינעם.

דאס האט מען געמאכט א מעמד קבלת פנים פארן גאב"ד וואס האט מיט זיך זייער א קליינער חלק פון די עדה החרדית, מיטן ציל עם צו בויען דאהי אין ניו יארק מיטן ציל אז די קינדער זאלן עס געדענקען, דער ציל איז ב"ה נישט אויסגעפירט געווארן, א מעמד א שיינער איז געווען אבער נאר פון דער חלק וואס ווילן מיט טעראר שולט זיין אויפן יהדות החרדית די אלע קהילות וואס האבן פאריגע מאל זיך באטייליגט אבער זיי ווילן נישט זיין מלך ישראל מיט טעראר האבן זיך נישט באטיילוגט נעכטען נאכט.

צו נושא פון כותל איז לידיעה בעלמא גוט צו וויסן אז אין די עדה החרדית גייען רוב קהילות צום כותל, דאשינסקי, תולדות אהרן, תוא"י, משכנות הרועים, אנשי ירושלים, נאר סאטמאר גייען נישט

פיינע קאווע » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:16 pm

· #237378
איך זעה דו פארשטייסט נאכאלץ נישט.
ביים מעמד האבן גערעדט אזוינע רבנים וואס גייען צום כותל !!!!. די מעמד האט מען נישט פארופען לשם קנאות . עס איז געווען צו גיבן א באאסט פאר די וואס האבן געמאכט די מעמד. יחידים מיט אייגענע אינטערעסן וואס מיר וועלן אין דעם נישט אריינגיין.
היות דער ירושלימער רב זאל זיין געזינד איז יעצט געקומען צו א שמחה. נאך 4 יאר נישט דא זיין. האט מען אים גענומען אלס א מיטל פארשטייסט שוין אביסל?
א חלק אהרונים האבן נישט געקוקט אויף גארנישט נאר געגאנגען אפגיבן כבוד התורה. אנדערע ווי אני הק' האבן נישט געזעהן דאס נחיצות צו פארפאסען מייין שיעור און סאפער מיט די קינדער בעת מיר האבן ב"ה ווי צו הערן קנאות און דעת תורה. און דער תועלת פונעם מעמד איז נישט אזוי דרינגענד צו פארדרייען דעם סדר היום.

ראש המדברים » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:20 pm

· #237379
פליישיגער
אויף בחדרי שרייבט איינער גאנץ גוט
תשלים עם זה שסאטמאר-הופער כבר איננה חלק מהעדה.
מה לעשות.
אולי תערקו לאגודה......


ווייטער מישט מען אריין סאטמאר
נישט נאר סאטמאר איז דא קעגען די טעראר קאמפיין נאר איבער 80% פון די עדה החרדית, איז אפשר זאלן די 20% ארויס גיין און עפענען א נייע נטורי קרתא ווי אין שנת תשכ"ה?

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:27 pm

· #237381
א נחת צו זעהן ווי דער עולם קומט צום שכל........

גדעון » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:31 pm

· #237385
וועלעכע מוסדות, זענען למעשה דארט געווען?

פון וואס איך האב באמערקט:
מוסדות: סאטמאר קראסנא קראלי צעהלים שאפראן

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:55 pm

· #237387
אטו כי רוכלא ליחשב וליזיל
זייער פשוט יעדער וואס האט געהאלטן ביים ארויסנעמען עני בענעפיט פון די נעכטיגע שוי איז געגאנגען

גדעון » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:05 pm

· #237394
גאנצל
אטו כי רוכלא ליחשב וליזיל
זייער פשוט יעדער וואס האט געהאלטן ביים ארויסנעמען עני בענעפיט פון די נעכטיגע שוי איז געגאנגען

איך בין באמת נייגעריג,
פון דיין ענטפער זעה איך אז איך דארף פרעגן ווער איז נישט געגאנגן, דערווייל ווייס איך: סאטמאר-ווייט און פאפא.
נאך איינער?

אלץ ווייזער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:13 pm

· #237396
גדעון
וועלעכע מוסדות, זענען למעשה דארט געווען?

פון וואס איך האב באמערקט:
מוסדות: סאטמאר קראסנא קראלי צעהלים שאפראן

נישט ריכטיג.
עס איז געווען סאטמאר, שאפראן, קאשוי, תשב"ר
פון וומס"ב

בשבילי! » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:41 pm

· #237401
אלץ ווייזער
גדעון
וועלעכע מוסדות, זענען למעשה דארט געווען?

פון וואס איך האב באמערקט:
מוסדות: סאטמאר קראסנא קראלי צעהלים שאפראן

נישט ריכטיג.
עס איז געווען סאטמאר, שאפראן, קאשוי, תשב"ר
פון וומס"ב

נישט ריכטיג . גדעון איז גערעכט

פיינע קאווע » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:48 pm

· #237403
איך וויל שוין וויסען ווער איז געקומען קודם פאפא אדער קראסנא? נו איינער ווייסט איך דארף וויכטיג וויסען. אקעי איינער טעקסט מיך אז קראסנא. נו יעצט וויל איך שוין וויסען פארוואס האט פאפא רב נישט גערעדט ? גייט פאר עפעס א מערכה פון גאב"ד מיט פאפא רב? נו שנעל ווער ווייסט?
אקעי צוריק אין חדר דער רבי קומט דער רבי קומט

ערליכער איד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:49 pm

· #237404
געזען ערגעץ ווי בילדער ווי הרב ווייס נעמט אויף קוויטלעך ביים רעבין ז״ל ציון

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:55 pm

· #237405
וואס איז שלעכט?


דעס זענען אידן וואס לויפן צו ר' לייביש, צו סקולענע רבי, אא"וו... יעצט איז דער מלך ישראל אויף די ארענע דאהי אין אמעריקע...

ערליכער איד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:01 pm

· #237406
פון ווי האט ער זיך דאס געלערנט?

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:03 pm

· #237407
פון ווי אלע רבנים האבן זיך עס געלערנט

ערליכער איד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:10 pm

· #237409
ליינען קוויטלעך איז א רעבי׳שע זאך

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:22 pm

· #237413
שעפטל
וואס איז שלעכט?


דעס זענען אידן וואס לויפן צו ר' לייביש, צו סקולענע רבי, אא"וו... יעצט איז דער מלך ישראל אויף די ארענע דאהי אין אמעריקע...

מיט וואס איז איינער וואס לויפט נאר צו ר' אהרן מער רעספעקטפול, ווי איינער וואס זיכט צו טרעפן אן ערליכער איד.

גדעון » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:39 pm

· #237414
אלץ ווייזער
גדעון
וועלעכע מוסדות, זענען למעשה דארט געווען?

פון וואס איך האב באמערקט:
מוסדות: סאטמאר קראסנא קראלי צעהלים שאפראן

נישט ריכטיג.
עס איז געווען סאטמאר, שאפראן, קאשוי, תשב"ר
פון וומס"ב

בעיני ראיתי!
יעצט הער איך פון תשב״ר און קאשוי. און איך שטעל זיך פאר אז וויען איז אויך דארט געווען ציליב וואס זייער רב האט גערעדט.
אלזא נאר די ארונים מיט פאפא זענען נישט געקומען - א שיינע קאאליציע.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:43 pm

· #237416
איך האב גראדע געזען דארט אסאך חסידי מהר"א

די קינדער פון חדר זענען נישט געגאנגען וועגן ביטול תורה זיי זענען נישט געגאנגען צו ר' זריל'ס לוי' אויך נישט אין איין ווארט מ'גייט נישט מבטל זיין תורת תשב"ר פאר צערמאניעס זאגסטוך אליין אז וויען איז נאר געגאנגען ווייל זייער רב האט גערעדט (איך מיין זייער רב האט גערעדט ווייל מ'האט געוואלט האבן זייערע קינדער )

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 4:09 pm

· #237419
אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי מענטשען קוקען אהן א זאך
די וואס שיקען ארום טעגליך אויף פארשידענע אופנים מיאוס'ע פערסענעל פאשקעווילען קעגן די ירושלימער רב זיי זענען די אוטענטישע עדה החרדית והא ראי' פאפא מיט נאך באשטעטיגען אזוי.......

און דאס וואס הגה''צ רי''מ שעכטער און הגאון ר''א קאלמאנאוויטש זאגען בפה מלא און זענען מעיד אז דאס וואס א גרויסער טייל פון די ''עולם התורה'' און נאך קרייזען זענען היינט בחירוף נפש לוחם קעגן די סכנת הגיוס ''איז צום פארדאנקען דעם רב העומד בראש המערכה'' די קלארע דבורים האבן נעכטן טויזענטער אידן געהערט בעת די אסיפה אפצוגעבן די כבודה של תורה פארן גברא רבה.
עפעס די ווערטער געהער נאר פאר א קליינע טייל פון די עדה החרדית.

טאקע א פלא.

יין שרף » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 4:18 pm

· #237421
היסטארישער מעמד יעצט אין מאנסי, ווי די צוויי גאב״ד׳ס האבן זיך צוזאמגעטראפן...

גאלד » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 4:57 pm

· #237433
כ'זעה קיינער האט נאך באריכטער, כדי זאל זיין א דבר השלם וועל איך באריכטן,

דער גאב"ד איז פריער געווען באזוכן סאטמאר רבי שליט"א ר' אהרן אין קרית יואל,

ער האט איהם שיין אויפגענומען אוואו יעדער חשובער פערזענליכקייט און איהם באגלייט בכבוד והערצה ביזן גאס

אבער קיין קבלת פנים בחוצות קרית יואל האט סאטמאר רבי נישט געמאכט,

יצמחפרקני » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:04 pm

· #237434
פליישיגער
שעפטל
וואס איז שלעכט?


דעס זענען אידן וואס לויפן צו ר' לייביש, צו סקולענע רבי, אא"וו... יעצט איז דער מלך ישראל אויף די ארענע דאהי אין אמעריקע...

מיט וואס איז איינער וואס לויפט נאר צו ר' אהרן מער רעספעקטפול, ווי איינער וואס זיכט צו טרעפן אן ערליכער איד.


פשוט! ער איז אויפגעוואקסן ביי אים און ביי זיין טאטען און פעטער, געלערנט אין זייערע חדרים און ישיבות, חתונה געהאט מיט א אשה כשרה פון זייערע תלמידות, שיקט די קינדער און אייניקלעך נאר אין זייערע מוסדות! וכו' וגו'

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:06 pm

· #237436
הייסט'ס נאכלויפען וואס (עכ"פ לפי דעת הלויפער) איז אן ערליכער איד איז מאדנע, אבער נאכלויפען א מענטש וואס האט געירשנ'ט אסאך ריעל עסטייט (נדל"נ בלה"ק) איז פארשטענדליך!!!!

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 5:19 pm

· #237440
גאלד
כ'זעה קיינער האט נאך באריכטער, כדי זאל זיין א דבר השלם וועל איך באריכטן,

דער גאב"ד איז פריער געווען באזוכן סאטמאר רבי שליט"א ר' אהרן אין קרית יואל,

ער האט איהם שיין אויפגענומען אוואו יעדער חשובער פערזענליכקייט און איהם באגלייט בכבוד והערצה ביזן גאס

אבער קיין קבלת פנים בחוצות קרית יואל האט סאטמאר רבי נישט געמאכט,

בילדער איז נישטא?

יצמחפרקני » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 6:58 pm

· #237468
פליישיגער
גאלד
כ'זעה קיינער האט נאך באריכטער, כדי זאל זיין א דבר השלם וועל איך באריכטן,

דער גאב"ד איז פריער געווען באזוכן סאטמאר רבי שליט"א ר' אהרן אין קרית יואל,

ער האט איהם שיין אויפגענומען אוואו יעדער חשובער פערזענליכקייט און איהם באגלייט בכבוד והערצה ביזן גאס

אבער קיין קבלת פנים בחוצות קרית יואל האט סאטמאר רבי נישט געמאכט,

בילדער איז נישטא?
📎 B3Pl9wdIQAAvWbi.jpg large.jpg

דעמאקראטיע » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:27 pm

· #237474
ובמקהלות רבבות אלפי ישראל מה נהדר היה המראה
קאמענטארן זענען איבריג
📎 קבלת-פנים-לגאבד-ירושלים-ברחובות-ויליאמסבורג-16-470x322.jpg 📎 קבלת-פנים-לגאבד-ירושלים-ברחובות-ויליאמסבורג-8-470x341.jpg

signout » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:37 pm

· #237497
איך האב פריער געזעהן עטליכע 'קלארע' קליפס פין אנפאנג אין מער צום סוף מעמד גענומען פין די האלב גאס צו בעדפארד, עס איז טאקע געווען א שיינע ציבור אבער ווייט אנצופילן אפילו האלב פין טעילאר סטריט,

signout » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:38 pm

· #237498
chusid
וואס איז די אפיציעלע סיבה פארוואס די ארונים זענען נידט געוועען?
וואס איז די אפיציעל הסבר פין די קבלת פנים נאכדעם וואס ער איז שוין געווען אין אמעריקא אלס גאב''ד כמעט 20 מאל

signout » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:39 pm

· #237499
בשבילי!
פלוצלינג ווערט סאטמאר מר''א אייניג מיט פאפא און בעלזע און סקווירא ווען ס'קומט אויפצונעמען דעם גאב''ד פון קנאי'שן עדה החרדית... גארנישט טיפער ליגט דא אונטער דעם...'
האסט פארגעסן פין וויזניץ מאנסי - וואס האט אויך נישט געשיקט די קינדער, צד מהרז''ל האט זיי לעצטנס געקרוינט אלס זקן הקנאים

signout » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:40 pm

· #237500
גדעון
אלץ ווייזער
גדעון
וועלעכע מוסדות, זענען למעשה דארט געווען?

פון וואס איך האב באמערקט:
מוסדות: סאטמאר קראסנא קראלי צעהלים שאפראן

נישט ריכטיג.
עס איז געווען סאטמאר, שאפראן, קאשוי, תשב"ר
פון וומס"ב

בעיני ראיתי!
יעצט הער איך פון תשב״ר און קאשוי. און איך שטעל זיך פאר אז וויען איז אויך דארט געווען ציליב וואס זייער רב האט גערעדט.
אלזא נאר די ארונים מיט פאפא זענען נישט געקומען - א שיינע קאאליציע.
כמעט א מנין ת''ת זענען נישט געווען,

signout » מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:41 pm

· #237501
אז מען רעדט פין די כבוד פין די עדה, צד מהרז''ל האט געהאט א יד אין צובראכען די עדה, אין די עדה איז צירוק צאמגעשטעלט געווארען דורך נישט קיין צווייטן ווי מהר''א ביי זיין באזוך, סוי צד מהרז''ל האט מיט די כבוד פין די עדה ווי די כבוד פין מהר''א

chusid » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:28 am

· #237530
i got a txt that mechel shlaisinger is putting pressure on gav'd to condemm the destrying the zaly buildiing

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:11 am

· #237547
פון די באריכט אויף בחצרות סאטמאר
ואחרון אחרון חביב האט דער יהדות נוי יארק אויפגענומען דעם גאסט גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס איז אנגעקומען צו באשיינען די שמחות פון עטליכע נגידים בעם וועלכע העלפן ארויס כסדר מערערע מוסדות על טהרת הקודש און אויך די צדקה קאסע פונעם גאב"ד שליט"א וכדומה.
נעכטן זונטאג האבן חשובע עסקנים אראנדשירט א גרויסער קבלת פנים לכבודו פונעם גאב"ד בשירה וזמרה בתופים ומחולות, וואו מערערע רבנים שליט"א האבן אויפגעטרעטן אין וומסב"ג פאר די מאסן פארזאמלטע אידן און מאריך געווען איבערן גרויסקייט פונעם חשובן גאסט וואס דינט אלס רב אין די עדה החרדית, דער בי"ד וואס איז פארבליבן דער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, דער בי"ד וואס האלט אן דעם ערליכן ציבור אין ארה"ק מיט א פאראייניגטע כח בי"ד יפה, ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופות, און ווען דער גאב"ד שליט"א האט אויפגעטרעטן ביים קבלת פנים האט ער גאר שטארק ארויסגעברנגט אז די גרעסטע גזירה וואס איז אצינד עומד על הפרק אין ארה"ק איז דער ביטערער גזירת הגיוס, וועלכע מען מוז באקעמפן מיט פאראייניגטע כוחות.


היינט – מאנטאג מיטאג איז כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, וועלכער אצינד צוגאסט דאהי אין ניו יארק לרגל א משפחה שמחה, געקומען אויף א באזוך צו מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

ראש המדברים » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:34 am

· #237552
די גאנצע באריכט פון בחצרות
די גאנצע באריכט פון בחצרות

מיט כבוד טוט יהדות אמעריקא אויפנעמען די רועי ישראל גדולי ארץ ישראל שליט"א וועלכע זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע טעג און וואכן קיין נוי יארק און אויפגענומען געווארן בכבוד הראוי דורך שלומי אמוני ישראל.
צווישן זיי איז דער תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א וואס איז ארויסגעקומען בטירחא דגופא כדי מחזק צו זיין מוסדותיו הקדושים עטה"ק וועלכע קלאמערן זיך בדרך הטהור גאר שווער, און ליידער איז דער ערשטער שבת צושטערט געוארן ווען דער רבי שליט"א איז שוואך געוארן און האט געמוזט ווערן אריינגעפירט אין שפיטאל און זאפארט אנהייבן א פראצעדור אויפן הארץ וואס איז ב"ה נעכטן פאראיבער בשלום, און דער ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין פאר מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה, עוד רבות בשנים זאל דער רבי קענען פירן די עדה הקדושה און מרבה זיין אמונה טהורה אין ארה"ק.
אזוי אויך וועט דער דושינסקי רבי שליט"א אנקומען קיין נוי יארק און ערליכע אידן וועלן האבן די געלעגנהייט לקבל ברכת האי גברא רבה ביים אנטיילנעמען מיט סכומים הגונים לטובת די ברייטפארצווייגטע מוסדות דושינסקי על טהרת הקודש אין שפיץ פונעם צענטראלן מוסד אין ירושלים עיה"ק וואס איז די גרעסטע ערליכע תלמוד תורה בעיה"ק ירושלים מיט אזויפיל טויזנטער קינדער בליעה"ר זרע ברך ה'.
אצינד געפינט זיך שוין דאהי דער תולדות אהרן רבי שליט"א וועלכע האט אונטערגענומען די יערליכע נסיעה לטובת המוסדות וואס איז א ריזיגער חינוך נעץ על טהרת הקודש, און שלומי אמוני ישראל זעעהן פאר א זכי' מחזק צו זיין דעם הייליגן נעץ פון הרבצת תורה בקדושה וטהרה וואס איז מקדש שם שמים על דרך ישראל סבא.
ואחרון אחרון חביב האט דער יהדות נוי יארק אויפגענומען דעם גאסט גאב"ד ירושלים שליט"א, וואס איז אנגעקומען צו באשיינען די שמחות פון עטליכע נגידים בעם וועלכע העלפן ארויס כסדר מערערע מוסדות על טהרת הקודש און אויך די צדקה קאסע פונעם גאב"ד שליט"א וכדומה.
נעכטן זונטאג האבן חשובע עסקנים אראנדשירט א גרויסער קבלת פנים לכבודו פונעם גאב"ד בשירה וזמרה בתופים ומחולות, וואו מערערע רבנים שליט"א האבן אויפגעטרעטן אין וומסב"ג פאר די מאסן פארזאמלטע אידן און מאריך געווען איבערן גרויסקייט פונעם חשובן גאסט וואס דינט אלס רב אין די עדה החרדית, דער בי"ד וואס איז פארבליבן דער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, דער בי"ד וואס האלט אן דעם ערליכן ציבור אין ארה"ק מיט א פאראייניגטע כח בי"ד יפה, ובפרט אין די יעצטיגע שווערע תקופות, און ווען דער גאב"ד שליט"א האט אויפגעטרעטן ביים קבלת פנים האט ער גאר שטארק ארויסגעברנגט אז די גרעסטע גזירה וואס איז אצינד עומד על הפרק אין ארה"ק איז דער ביטערער גזירת הגיוס, וועלכע מען מוז באקעמפן מיט פאראייניגטע כוחות.

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:41 am

· #237554
צוויי באזוכן, קוקט וואס מ' טוט דא און דארט
📎 B3Pl9wdIQAAvWbi_jpg%20large.jpg

ראש המדברים » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:44 am

· #237555
היסטאריקער
צוויי באזוכן, קוקט וואס מ' טוט דא און דארט


די בילד קען נישט זיין פון די יעצטיגע באזוך לויט ווי איך ווייס ביי מהר"א אין שטוב איז נישטא קיין טרויבען די לעצטע 3-4 יאהר

דריידל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:46 am

· #237556
ערליכער איד
ליינען קוויטלעך איז א רעבי׳שע זאך


וואס עפעס? איך האב געזעהן ווי ר' חיים קאניעווסקי ליינט א קוויטל

ראש המדברים » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 11:47 am

· #237557
באקומען אין אימעיל פון נאמני העדה החרדית
מחאה גדולה על ביזוי כבוד התורה

ירהבו נער בזקן

היהדות הנאמנה ברחבי תבל והעדה החרדית בפרט מביעים זעזוע וחרדה על ביזוי כבוד התורה של אחד מגדולי דורנו, עמוד ההוראה אביר הרועים מרן הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א ראב"ד עיה"ק ירושלים, מחבר ספר מועדים וזמנים תשובות והנהגות ועוד הרבה ספרים, שנעשה היום בעוה"ר על ידי קלי הדעת בעיר מאנסי, אשר הרהיבו בנפשם החוטאת לפגוע בשר התורה פוסק מרן הראב"ד שליט"א בדברי חירופין וגידופין המצילים את אוזן שומעיהם.

אוי לו לדור שכך עלתה בימיו

***

היום בשעות אחר הצהרים הגיע הגאב"ד הגאון רבי יצחק טוביה ווייס שליט"א לעיר מאנסי, עסקני אתרא קדישא קראו מיד לכל רבני העיר לאסיפה דחופה בביתו של הרב חיים פלאהר בהשתתפות הגאב"ד שליט"א, וזאת מבלי להודיע להם כלום על מטרת האסיפה, למרות הלחצים שהפעילו נוכלי אתרא קדישא על כל רבני העיר לבוא ולהשתתף באסיפה, הגיעו בסופו של דבר מספר מצומצם מאוד של כמה רבנים.

במהלך האסיפה החל הר' פלאהר לדבר דברי נבלה על מרן שר התורה פוסק הדור הראב"ד שליט"א בזלזול נורא ועלילות רשע, לשמע דברי הבלע הנוראים שדיבר הר' פלאהר נגד גאון ישראל שר התורה מרן הראב"ד שליט"א קמו מיד רבני העיר שהשתתפו באסיפה, ובתוכם הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי והגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אב"ד טערצאל, ותיכף עזבו את המקום במחאה על כבוד התורה, ולא נשארו באסיפה הקלוקלת רק רבני אתרא קדישא הרב חיים יהושע הלברשטאם רב דקהל ויואל משה במאנסי והרב יחזקאל גאלד.

ראשי העדה החרדית הודיעו היום על פעולות מעשיות ומחאה גדולה הנערכת לנוכח בזיון כבוד התורה המתמשך על ידי אנשי אתרא קדישא, כאשר במשך כל התקופה פגיעתם רעה במרן שר התורה עמוד ההוראה הראב"ד שליט"א, הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א גאב"ד בית שמש, כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ועוד ידם נטויה.

לדאבוננו הרב אין אומר למלאך המשחית הרף, והקולר תלוי בראשי אתרא קדישא המעניקים גיבוי מלא לבזיון התורה המתמשך בעוה"ר.

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:05 pm

· #237563
דער צערטאלער איז אויך ארויסגעגאנגען?? אוי וואס וועט זיין דא... וויאזוי ברענגט מען אים צוריק? מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין אן דעם צערטאלער.... 😂

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:32 pm

· #237597
ראש המדברים
מחאה גדולה על ביזוי כבוד התורה

ירהבו נער בזקן

היהדות הנאמנה ברחבי תבל והעדה החרדית בפרט מביעים זעזוע וחרדה על ביזוי כבוד התורה של אחד מגדולי דורנו, עמוד ההוראה אביר הרועים מרן הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט"א ראב"ד עיה"ק ירושלים, מחבר ספר מועדים וזמנים תשובות והנהגות ועוד הרבה ספרים, שנעשה היום בעוה"ר על ידי קלי הדעת בעיר מאנסי, אשר הרהיבו בנפשם החוטאת לפגוע בשר התורה פוסק מרן הראב"ד שליט"א בדברי חירופין וגידופין המצילים את אוזן שומעיהם.

אוי לו לדור שכך עלתה בימיו

***

היום בשעות אחר הצהרים הגיע הגאב"ד הגאון רבי יצחק טוביה ווייס שליט"א לעיר מאנסי, עסקני אתרא קדישא קראו מיד לכל רבני העיר לאסיפה דחופה בביתו של הרב חיים פלאהר בהשתתפות הגאב"ד שליט"א, וזאת מבלי להודיע להם כלום על מטרת האסיפה, למרות הלחצים שהפעילו נוכלי אתרא קדישא על כל רבני העיר לבוא ולהשתתף באסיפה, הגיעו בסופו של דבר מספר מצומצם מאוד של כמה רבנים.

במהלך האסיפה החל הר' פלאהר לדבר דברי נבלה על מרן שר התורה פוסק הדור הראב"ד שליט"א בזלזול נורא ועלילות רשע, לשמע דברי הבלע הנוראים שדיבר הר' פלאהר נגד גאון ישראל שר התורה מרן הראב"ד שליט"א קמו מיד רבני העיר שהשתתפו באסיפה, ובתוכם הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי והגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אב"ד טערצאל, ותיכף עזבו את המקום במחאה על כבוד התורה, ולא נשארו באסיפה הקלוקלת רק רבני אתרא קדישא הרב חיים יהושע הלברשטאם רב דקהל ויואל משה במאנסי והרב יחזקאל גאלד.

ראשי העדה החרדית הודיעו היום על פעולות מעשיות ומחאה גדולה הנערכת לנוכח בזיון כבוד התורה המתמשך על ידי אנשי אתרא קדישא, כאשר במשך כל התקופה פגיעתם רעה במרן שר התורה עמוד ההוראה הראב"ד שליט"א, הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א גאב"ד בית שמש, כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ועוד ידם נטויה.

לדאבוננו הרב אין אומר למלאך המשחית הרף, והקולר תלוי בראשי אתרא קדישא המעניקים גיבוי מלא לבזיון התורה המתמשך בעוה"ר.


די דאזיגע עפיזאד איז נאר איינס פון די טויזענטער וואס וועלן נאכפאלגן, מען האט געמאכט א גרויסער "קבלת פנים" פארן מלך, מען האט מחזק געווען די עושי רשעה, און מיר גייען עסן די פירות....... וכבוד הגאב''ד שליט''א במקומו מונח, ער איז נעבאך נישט מער וואו א ווערקצייג בידי רשע..... ויבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו.......

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:36 pm

· #237598
די קידוש השם פון די צוויי צדיקים וואס זענען ארויסגעגאנגען מפני כבוד התורה האט אפגעקלונגען מסוף העולם ועד סופו

אמת ויציב » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:06 pm

· #237604
ראש המדברים


במהלך האסיפה החל הר' פלאהר לדבר דברי נבלה על מרן שר התורה פוסק הדור הראב"ד שליט"א בזלזול נורא ועלילות רשע, לשמע דברי הבלע הנוראים שדיבר הר' פלאהר נגד גאון ישראל שר התורה מרן הראב"ד שליט"א קמו מיד רבני העיר שהשתתפו באסיפה, ובתוכם הגה"צ רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי והגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אב"ד טערצאל, ותיכף עזבו את המקום במחאה על כבוד התורה, ולא נשארו באסיפה הקלוקלת רק רבני אתרא קדישא הרב חיים יהושע הלברשטאם רב דקהל ויואל משה במאנסי והרב יחזקאל גאלד.



געווען דארט קרוב צו 40 רבנים און 2 זענען ארויסגעגאנגען

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:21 pm

· #237611
נישט געווען קיין 40 רבנים איך בין דארט געווען ס'איז געווען אפשר 20 און 10 פון די זענען דאך פון די קופה של שרצים מחוצפים און מבזי תורה בתוכם אידן וואס זיי האבן איינגעזעצט א איד פאר 50ניאר אין תפיסה און זיך אנגענומען פאר א שרוצה סאו וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט דא

פלעין יודיש » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:27 pm

· #237615
גאנצל
וועמענס גבאי ביסטו?
ר' אברהם צבי'ס?

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 2:30 pm

· #237617
נישט קיין גבאי זיך אריינגעכאפט מיט'ן גאבד
בלאט: 1 2 3 4 5