☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חכם מהו אומר

חכם מהו אומר

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7447
בלאט: 1 2

קינד_אן_קייט » פרייטאג מערץ 20, 2015 12:58 pm

· #260200
וואס איז שוין אז מים חיים מאלט וואסער פאר אומגעפילטערטע געבעקסן?

חבר השטיבל @יואליש אין רעאקציע צו היימישע אמונות טפילות, בין For Profit ובין Non for Profit.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 20, 2015 4:58 pm

· #260269
הודעה דורך בן נריהו » פרייטאג מערץ 20, 2015 3:07 pm

מען קאן נישט קומען צום טעם - פון עפעס וואס קיין טעם עס פארמאגט - אפילו נאך פיל מאל פריווען. אויסלעדיגען די גייסט - מיט פוסטע צייט אנברעגעניש - וועט צופרינהייט קיינמאהל ברענגן.


כדרבונות - זענען לדעתי - די דברים...

ר' שלמה אבן גבירול » פרייטאג מערץ 20, 2015 5:13 pm

· #260272
כוכב
לעיקוואד
די לעכערליכקייט פון פילוסופיה


(הניק נישט, באתר אייוועלט)


דאס קעפל האט מיר אויך פארשאפט הארצוויי ווען דער מאן דאמר בארירט נישט קיין ווארט איבער פיליאזאפיע און געוויס נישט איבער איר לעכערליכקייט, די אלע פוילע תירוצים דארט ווייזט נאר אויף דעם איגנאראנץ פון דעם אייוועלט קליענטעל.
אבער לו יצוייר אז ער וויל זיך באציען צו די לעכערליקייט פון פיזיקס צוליב די גרייזן פון די פריערדיגע חכמים, איז אויך אן אומריכטיגע פערספעקטיוו, אדרבה דאס ווייזט אויף די אויפריכטיגקייט פון דער וועלט פון סייענס אז אלע גרייזן ווערן באזייטיגט מיט דער צייט. אויך לגבי תורה להבדיל זאגן אונזערע חכמים, אז אין אדם עומד בה אלא אם כן נכשל בה, דאס איז אן עלעמאנטארע פונדאמענט פון לערנען יעדע חכמה אבער צייגט ווייט נישט אויף סיי וועלכע לעכערליכקייט נאר פונקט קאפויער, און ווי דער חזון איש שרייבט "אני מלא טעיות, פעם בגמ' פעם בסברא", און ווי ער פירט אויס איז דאס אים בכלל נישט קיין בושה ווייל עס איז נישטא קיין מענטש וואס ווערט ניצול פון טעותים.


גראדע, דארטן פרעגט אים דער ניק 'מיליכיגער' די זעלבע שאלה, אז אדרבא דאס ווייזט די אויפריכטיגקייט.
און ער ענטפערט אים אז ער האלט אויך אזוי אז ס'ווייזט אויף אויפריכטיגקייט, און ער שרייבט אים זיין כוונה

יואב » זונטאג אפריל 26, 2015 12:24 am

· #269581
"אז משיח איז נישט געקומען צו די יידן, זענען די יידן אוועק צו משיח'ן." – יצחק באשעוויס זינגער.

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 26, 2015 11:04 am

· #269666
ס'געפעלט מיר וואס @ביבער שרייבט דא:

ביבער


ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון

רויטע וואנצעס » זונטאג אפריל 26, 2015 11:08 am

· #269667
לפי דעם קען מען נישט טייטשן כפשוטו, חכם מה הוא אומר בפשטות, ווייל זיין גאנצע חכמה ליגט נאר אין דעם וואס ער זאגט. מוז מען גיין מיט די תורה וואס מיין ברודער האט אריינגעהאקט אינמיטן הגדה, אז חכם מה הוא אומר, די חכמה ליגט אין וואס מ'זאגט. ואתא שפיר.

ביבער » זונטאג אפריל 26, 2015 11:10 am

· #269668
נישט אזא קשיא, אין מוקדם ומאוחר בתורה.

הקטן » זונטאג אפריל 26, 2015 12:49 pm

· #269683
ביבער

ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון

יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך???
מיט די אנדער חלקים בין איך מסכים all the way

פ.ס. איך האב די נושא דורכגעטהון

כוכב » מאנטאג אפריל 6, 2020 7:00 pm

· #445495
יעדער מענטש אין וויליאמסבורג וואס טשעפעט מיך נישט, ווער רעדט נאך ווען עמיצן איז פריינטליך צו מיין ריכטונג, איז עס ווי נאך א שטיין צו מיין פערזענליכן בית המקדש. איך קען נישט געהעריג ערקלערן פארוואס, אבער עס איז גוט און בייהילפיג פאר מיין נשמה צו קענען קומען אין היימישן וויליאמסבורג קויפן א גוט שטיקל קאקאש קעיק, זען א פריינטליכן פנים, רעדן א היימישן אידיש, און אהיימגיין פראווען מיין אייגענעם סארט שבת-טיש.

-פריידא וויזעל אין "חסידים אלס אטראקציע" אינטערוויו אין וועקער, ניסן תש"פ.
בלאט: 1 2