☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » תורה ומצוות, פארוואס?

תורה ומצוות, פארוואס?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8731

ר' שלמה אבן גבירול » זונטאג אפריל 26, 2015 1:43 am

· #269606
תורה ומצוות, פארוואס?
לאור וואס הרב כבוד @ווארט זאגער, האט געעפענט דעם אשכול, ואח"כ אתא @כוכב הגדול והאיר עינינו, בטוב טעם ודעת, האט ער אויסגעקלארט, אז די אלע וואס פרעגן אפ זיינע געדאנקן, זענען פונקט אזעלכע מאמינים, פשוט ס'איז נישט דא קיין אבסאלוטע הוכחות און נאר די הוכחות פרעגן זיי אפ.

ווי איך פארשטיי מאכן אסאך דעם טעות, ווען זיי זעהן איינער פרעגט אפ זייערע יסודות אויף וואס זיי בויען זייער אידישקייט ווערן זיי היסטעריש, כפירה.. כפירה..,

דעריבער וואלט געוואלט איינלאדענען, לתועלת הקאווע ולתועלת השטיבל, אפאר פון די חכימאי דיהודאי וואס דרייען זיך אויף קאווע שטיבל, ביטע זייט מסביר פאר'ן עולם וואס פארשטייט נישט, וואס מאכט אייך גלייבן אין גאט? און וואס מאכט אייך היטן תורה ומצוות? כ'בין זיכער ס'וועט ארויסקומען פון דעם א מורא'דיגע תועלת פאר יעדן צוגלייך, להגדיל תורה ולהאדירה.

און איך וויל פרעזענליך איינלייגן הני חכימאי דיהודאי, ביטע אויב איר געקענט מסביר זיין אין קורצן
1) וואס מאכט אייך גלייבן אין גאט?
2) וואס מאכט אייך היטן תורה און מצוות?

@געפילטע פיש
@הוגה
@אנאנים
@יאיר
@מאטי
@טאמבל סאס
@ביבער
@אנאנים

ביבער » זונטאג אפריל 26, 2015 2:19 am

· #269611
איך בין א נער און איך גלייב, וואסי די שאלה?

און אויב איך מעג פארשטיין, וואס וועסטו האבן דערפון אז כ'וועל דיר זאגן? ווילסט קענען סותר זיין מיינע הוכחות אויך? ס'באדערט דיר אז איך גלייב? עניוועי האט שוין כוכב מסביר געווען אז ס'נישטא קיין שום אבסאלוטע הוכחה ווייל אז נישט וואלט נישט געווען קיין בחירה (וואס איז א טעות ווייל די אידן נאך מתן תורה זענען אויך נכשל געווארן מיטן עגל), אדער אפשר ווייל דו ווילסט זיכער מאכן אז איך גלייב טאקע? און אויב נישט מיינסטו איך וועל עס דא שרייבן? מ'מעקט דאך כפירה, בוטא.

בכלל בין איך נייגעריג צו וויסן וואסארא אלגאריטם האסט גענוצט אויסוועלן די ניקס וואס זענען דא געטעגט געווארן, א מין צאמשטעל דאס.

יאיר » זונטאג אפריל 26, 2015 2:32 am

· #269615
זע מיין אשכול פארוואס גלייבסטו?

ר' שלמה אבן גבירול » זונטאג אפריל 26, 2015 8:36 am

· #269644
@יאיר, א הערצליכן דאנק, אילו לבאת לקאווע שטיבל אלא לראות האשכול 'פארוואס גלייבסטו?', דיינו

@ביבער, איך האב גארנישט געמיינט פערזענליך, איך בין א נער דאס האב איך געוואוסט פארדעם אויך

נעם כאטש די קאמפילימענט, אז כ'לייג דיר אריין צווישן אזעלכע קלוגע ניקס

ביבער » זונטאג אפריל 26, 2015 10:58 am

· #269664
ר' שלמה אבן גבירול

@ביבער, איך האב גארנישט געמיינט פערזענליך, איך בין א נער דאס האב איך געוואוסט פארדעם אויך

נעם כאטש די קאמפילימענט, אז כ'לייג דיר אריין צווישן אזעלכע קלוגע ניקס


יישר כח פאר די קאמפלימענט, ביי מיר איז נישטא קיין קלוגע ניקס נאר קלוגע תגובות, יעדער איז קלוג אין די נושאים וואס ער טוט דורך, און יעדער איז א נער אין די נושאים וואס ער האט נאכנישט דורכגעטהון, און יא איך בין א נער און גלייב (מתאמרא בשם הבעש"ט), איך בין א נער פון בעפאר'ן פרעגן און נאך א גרעסערע נער נאכ'ן פרעגן, דאס זיין א נער איז נישט א תירוץ אויף גלייבן נאר א נער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, סיי וועלכע וועג דו ווילסט גיין צו סייענטיפיש, פילאזאפיש, צום סוף קומט מען אלעמאל אן צום דעד ענד פון איך בין א נער און פרעג נישט קיין קשיות.

אגב, דעי אשכול פון ונבנתה איז אויך זייער שיין.

מרדכי » זונטאג אפריל 26, 2015 12:40 pm

· #269681
Re: תורה ומצוות, פארוואס?
איך מיז זאגן א גרויסן שכוח רבי שלמה פארן עפענען די אשכול!

זייענדיג א גאסט דא אין שטיבל האט מיך זייער געבאדערט וואס האט די עולם דא אזוי פיינט אידישקייט???

געפין איך גאר אויס אז חברה דא האלטן סאך העכער אין אמונה ווי רוב אידן אין בית מדרש וואס לעבן א אידיש לעבן ווייל אזוי זענען זיי אויפגעוואקסען אן אריינצוטראכטן פארוואס זיי היטן די תורה.

ונבנתה איך האב מוראדיג הנאה געהאט פין וואס די שרייבסט. כהאב דיך געזעהן ליינען א חלק פין מיינע מחשבות וואס איך האלט, אין זייער שיין ארויסגעשריבן!

אז איך רעדט שוין מיז איך צולייגען אז דע עולם דא שרייבט דאך הערליך! פין ווי נעמט מען אזעלעכע גאלדענע פעדערס!

קים איך אן צו די נקודה וואס באדערט מיך זייער פין די סיסטעם. פארוואס אין די פיפצען יאהר וואס מלערנט אין די מוסדות לערנט מען אינז נישט אויס די וויכטיגסטע זאך פין אידישקייט, אמונה?? פארוואס דארפן אינז אלע אליין ארבעטן דערויף אן "צופיל" הילף פין אינזערע מחנכים?

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 26, 2015 1:18 pm

· #269689
Re: תורה ומצוות, פארוואס?
נקוט האי כללא בידך, עני נושא וואס קען / וועט העלפן דו מענטש אין זיין לעבען, וועלן די מוסדות נישט לערנען.

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 1:52 pm

· #269698
גראדע אין דעם הינזיכט פארשטיי איך יא די מוסדות, אז מ'זאל אנפאנגען מיט אמונה פשוטה. אבער למעשה וואלטן זיי יא גמעגעט זיין מער ריאליסטיש, און זיי זאלן אנערקענען אז אונזערע מוחות ארבייטן פיין. (אפשר איז בעסער אזוי, וויל זיי לערנען אניוועי נישט אויס אויף א פראפעשענאל וועג ?)

קאצקע ציקער » זונטאג אפריל 26, 2015 2:21 pm

· #269708
מרדכי איך כאפ נישט וואס דו זאגסט דארפסט דאך עניוועי אנקימען צו איך בין א נער און איך גלייב, נו כאפ עס גלייך אן אין די פירסט פלעיס, פארוואס דארף מען עס לערנען אין חדר?

מרדכי » זונטאג אפריל 26, 2015 2:37 pm

· #269711
Re: תורה ומצוות, פארוואס?
1 אין די מוסדות ווי איך האב געלערנט האט מען אויף אמונה פשוטה אויך נישט געלייגט קיין דגוש.

2 נאכדעם וואס מפארשטייט מיטן שכל אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט איז סאך גרינגער צו זיין א נער אין גלייבן.

בד"ו מדארף זיין א נער צו גלייבן?

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 2:46 pm

· #269717
א מחיה צו זעהן די אלע אלע אשכולות, עס איז דאך א גוטע מפתח פאר די אמונה אשכולות, אילו לא באתי הנה אלא לראות במו עיני אשכולות אלו אשר כפורחת עלתה ניצה הבשילו אשכולותיה ענבים אשר טובים הם למראה וכי תאוה הם לעינים דיינו.

געוואלדיג » זונטאג אפריל 26, 2015 2:47 pm

· #269719
אנאנים איז מסביר דהיינו טעמא דֶעַרביי עכו"ם שחפצים בפיגור בני מדינתם והיננו טעמא דמוסדות החפצים בפיגור תלמידיהם, והבן.

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 2:54 pm

· #269721
מרדכי


בד"ו מדארף זיין א נער צו גלייבן?

ניין. אבער מ'דארף זיין א נער צו גלייבן ווי א נער. והדברים עתיקין.

מפוזרי » זונטאג אפריל 26, 2015 7:32 pm

· #269850
כ'האב שוין אנגעהויבן שרייבן מיינע פאר צענט, על אף וואס איך בין נישט געווארן נאמינירט, וויבאלד ס'האט מיר געברענט אין די ביינער.
דערווייל האב איך אריינגעבליקט אין די אשכולות וואס מ'האט דא צוגעלינקט, זעה איך אז ס'איז שוין ברייט אויסגעשמועסט, והרבה ממה שרציתי לומר כבר כתוב שם.
וועט מען זיך קודם דארפן זעצן אדורך לערנען, און נאכדעם וועט מען זען צו ס'נאך דא וואס צוצוללייגן.
איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

בן אדם » זונטאג אפריל 26, 2015 7:40 pm

· #269851
מפוזרי

איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

ואני אומר, אז מ'קען זיך דא גאר אנשעפן מיט אמונה...

מפוזרי » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:50 am

· #270060
בן אדם
מפוזרי

איין זאך זעהט מען שוין; דער עולם גלייבט ב'' ה.

ואני אומר, אז מ'קען זיך דא גאר אנשעפן מיט אמונה...

מ'קען טאקע, אבער מ'דארף קענען...