☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חכם מהו אומר

חכם מהו אומר

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7447
בלאט: 1 2

כוכב » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:20 pm

· #230564
חכם מהו אומר
אין דער מאמענט לויפט לעצטנס א זיסן קאלום אונטער'ן נאמען '' יש אומרים'' וועלכן ענטהאלט מערקווירדיגע ציטאטן פון דא און דארט, סעקולארע ווי אידישע צייטשריפטן און פאבליקאציעס צוגלייך, וואס טראגן מיט זיך א חידוש אז ס'זאל זיין אינטערעסאנט אנגעמערקט צו ווערן.
איך גלייך דעם געדאנק און איך וויל עס דא קאפירן.
צומאל באגעגנט מען זיך מיט א פאראגראף וואס טראגט מיט זיך א נשמה'דיגן אפקלאנג פיל מער, ברייטער און טיפער, וויפיל עטליכע טרוקענע שורות אויפ'ן פאפיר קענען אריינהייבן, זאל דא דינען אלס די אדרעס וואו מ'זאל עס קענען מיטטיילן מיט'ן כלל, ובזה החלי:

אויב נאך אלעמען וועלן בלייבן עטליכע מיידלעך מיט דעם לבוש וועלן מיר טראכטן וואס צו טון. אבער דער רבי האט אנגעזאגט אז מ'זאל בשום אופן נישט נוצן דעם לשון '' מוועט זיי ארויסווארפן ''...

(גליון זקניך ויאמרו לך, נח תשע''ה, איבער דער צוגאנג פונעם סאטמארער רבי'ן ווען א פירצה בחומת צניעות האט זיך אריינגעריסן אין זיין שולע).

*

אבער כ'האב נישט געכאפט קיין התפעלות פון די טעותים. איך נעם דאס בלויז אלס צייכן אז וויפיל מ'זאל נאר פרובירן ארויסהאבן און פארשטיין א צווייטער קולטור, איז עס כמעט אוממעגליך פאר איינעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין דעם געמיינדע צו גענצליך ארויסהאבן דעם בילד איבער וואס גייט פאר אינעם געמיינדע.


(שריפטשטעלער און וויסנשאפטלער אונטער'ן פסעוודאנים יידל אויף קאווע שטיבל, איבער די פילע גרייזן אינעם נייעם בוך איבער חסידים אין אמעריקא, פונעם ניו יארק טיימס שרייבער זשאסעף בערגער.)

*

דער סארט עלעמענט וואס באפרידיגט זיך דאס הארץ מיט זיצן אויף אנליין פארומס און האקן אויפ'ן סיסטעם וועט געווענליך ווערן א מיטליעריגער סיסטעם-האקער, נאכדעם וועט ער באקומען א העכערע ראנג און ווערן אן עלטערער סיסטעם-האקער, און דערנאך וועט ער ווערן שטארבעדיגער סיסטעם האקער.


(דברי חכמים כדרבונות פון באקאנטן חכם וסופר אונטער'ן פסעוודאנים יאיר, אויף קאווע שטיבל, אין א שמועס איבער דער פאראדאקס פון שמחה וואס קומט דייקא פון אן עמל צו ערפילן דעם אינערליכן דראנג פאר חובת האדם בעולמו).

*

מיר זענען געפארן צו דעם גאלאנטער רב און ער האט אונז געענטפערט אז ענדערש זאל איך בלייבן אין דעם גוי'אישן שולע, אבער בלייבן נאנט צו דעם טאטנס שטוב, ווי איידער לערנען אין א אידישער חדר און זיין ווייט פון מיינע עלטערן.


(פון א שמועס מיט'ן גאב''ד עדה החרדית, רבי יצחק טובי' ווייס, איבער זיין יוגנט, אין 'דער אוצר', נח תשע''ה, ארויסגעגעבן דורכ'ן באקאנטן שריפטשטעלער און קארעספענדאנץ פאר 'קול מבשר', וועלוול שמעלצער.)

*

א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה).


(איבערראשנדע און שאקירנדע ווערטער פון שלום דין, באקאנטער אטעאיסט און כופר, אנפירער פון' 'אנפייס' וועבזייטל מיט אפשאצונגען און קריטיק אויפ'ן חרדיש'ן געזעלשאפט און לעבנסשטייגער).

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:30 pm

· #230565
וואו האט דאס שלום דין געשריבן?

מאטי » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:38 pm

· #230567
דאכט זיך דא אין שטיבל, אבער כ'מיין ער'ט געזאגט "לערנען אוהחה"ק שבת צופרי."

בשבילי! » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:41 pm

· #230569
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/74779">viewtopic.php?p=74779#p74779</a><!-- l -->

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:58 pm

· #230571
איך וועל אייך זאגן אפן, אן קיין בושה, אז דער טעם פון לערנען אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס האב איך אין די פרייע וועלט נאכנישט געפונען


(דער אויבן דערמאנטער כופר שלום דין אין א קאמאנטאר בנוגע דעם חרדי'שן לעבנסשטייגער vs א פרייער לעבן).

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:00 am

· #231304
אנשטאט דאס אנצוקוקן ווי אן אטאקע אויף קאווע שטיבל, איז וויכטיגער דאס אנצוקוקן מיט א ברייטערן בליק. עס איז נישט מער ווי א קליין שרייפל אין דער גרויסער מאשין וואס רופט זיך גאט'ס פאליציי. די לעצטע האבן לעצטנס פארפלייצט אייוועלט, עד כדי הקאה.

(אנאנים און דענקער אונטערן פסעוודאנים יידל אויף קאווע שטיבל, איבער דעם 'מחאות' גייסט און אטמאספערע וואס דערטרענקט אייוועלט ביז איבער די נאז).

כוכב » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:55 pm

· #231571
שמעקעדיג בלייבט א לעגענד לעולמי עד. מרדכי בן דוד איז די קינג אוו זשואיש מוזיק (ס'א בפירוש'ער זשי ענד בי). מייקל זשעקסאן איז די קינג אוו פאפ. און שמעקעדיג די קינג אוו קאווע שטיבל!


(לעגענדארער מייסטער שריפטשטעלער און חוקר האישים אונטערן פסעוודאנים מאראנצןזאפט אויף קאווע שטיבל, איבער דעם אלעמען באליבטן און געערטן שמעקעדיג).

קאוועניק » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:41 pm

· #231673
כ׳וויל אַמאָל אָנשרײַבן אַ ליד וועגן די אַלע ייִדן, וואָס ליגן אין בית־עולם, און וועלכע וואָלטן אפֿשר געוואָרן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, אָבער קיינער האָט זיי נישט געגעבן די געלעגנהייט.‟

ליפא שמעלצער אין א אינטערוויא צו די פארווארטס
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/articles/182475">http://m.yiddish.forward.com/articles/182475</a>

פישלע העררינג » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:54 pm

· #231676
קאוועניק
„כ׳וויל אַמאָל אָנשרײַבן אַ ליד וועגן די אַלע ייִדן, וואָס ליגן אין בית־עולם, און וועלכע וואָלטן אפֿשר געוואָרן דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, אָבער קיינער האָט זיי נישט געגעבן די געלעגנהייט.‟
ליפא שמעלצער אין א אינטערוויא צו די פארווארטס
<a class="postlink" href="http://m.yiddish.forward.com/articles/182475">http://m.yiddish.forward.com/articles/182475</a>

"איך וויל אמאהל אנשרייבן א ליד וועגן די אלע יידן, וואס וואלגערן זיך אין די גאסן, און וועלכע וואלטן אפשר געווארן תלמידי חכמים און יראי השם, אבער ליפא האט זיי געזאגט אז חכמה רק בגוים תאמין".
פ. העררינג אין א אינטערוויו צו קאווע שטיבל

אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 2:02 pm

· #233533

ר' שלמה'לה, אני יודע שיהיו הרבה שירימו גם היום עין של תמיהה על דבריי, אבל אשאל אותם שאלה אחת (אותה גם שמעתי מידיד קרוב): הביטו סביבכם וראו, כמה אהבה, להשם יתברך ולרצונו, לתורה ולמצוות וגם לבריות, הצליח ר' שלמה'לה להשאיר אחריו… ביחס להרבה 'גוטע יידן' אחרים, שלדאבוננו, השאירו מאחוריהם קופה של שרצים מלאה וגדושה בשנאת הבריות ומחלוקות…


(לעגענדאר ברסלבער משפיע הרב מוטה פראנק, אויפ'ן וועלט-בארימטן, הייליגער, דאך קאנטראווערסיאלער קאמפאזאר און בעל מנגן, ר' שלמה קרליבך ז"ל)

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 7, 2014 3:12 pm

· #233537
צו שרייבן "מהרז"ל", מרז"ל, מהר"א וכדו' ווען מען רעדט פון די סאטמארע רבנים, איז אין מיינע אויגן נישט "ערוואקסען". און עס ברענגט אראפ די ניווא פון וועלטל א טראפעלע. איך וואלט פארגעשלאגען "כ"ק מהרי"י מסאטמאר", און "כ"ק מהר"א מסאטמאר". (און אויך נישט "כ"ק מהרז"ל" מסאטמאר.)

(פסעוודאנים לכתחילה אריבער אויף אייוועלט, אין א נייע קוריאז איינצוצוימען דעם פרייהייט פון אויסדרוק אויף אייוועלט, אונטער אן אזוי גערופענע עטיקס קאמפיין).

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 7:35 pm

· #233566
ביטע עפן א נייע אשכול "אויבער-חכם מהו אומר"..

אפטעמיסט » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 9:01 pm

· #233584
אין דער אלגעמיינער וועלט, אויסער דעם וואס מ'ווארפט דיך נישט אריין אין לאוו נאר מ'פאלט אריין, אליין; אויסער דעם וואס ליבשאפט און ראמאנס איז א פאנדימענטלער און באגריסענדע חלק פונעם לעבן; אויסער דעם וואס הייראטן איז א פארצויגענער פראצעדור פון ווען מען איז א קטן שצריך לאמו און נישט קיין תוצאה פון א צען-מינוט'יגן חתן-שיעור. איז דא אפאר יאר צי גאר לאנגע יארן וואס דער מאן און ווייב וואוינען צוזאמען — אליין — און האבן נישט אין לעבן עפעס אנדערש אויסער דעם ספאוס. ס'איז דא צייט, און ס'איז אייגענטליך נישט דא עפעס אנדערש צו טון אויסער זיצן לאכן און פארברענגן אינאיינעם, זיך מסלסל זיין באהבים און פארשטערקערן דעם אומבאגרעניצטע ליבליכע מאן-און-ווייב קשר.

טראכט אבער א מינוט אריין וואס עס טוט זיך ביי אונז פרומע אידן. לאמיר נישט אריין גיין אינעם פרט אז מ'פאלט נישט אריין אין לאוו. לאמיר אננעמען אז מיט דער צייט פארליבט מען זיך ממילא. אבער, א רגע, איז דען בכלל דא די צייט? איז בכלל מעגליך צו עררייכן א לאווער וואס זאל גארנישט האבן אויסער דיר?

א יאר נאכ'ן חתונה האט מען א קינד און א יאר שפעטער איז זיך מתרוצץ א צווייטע. פינף יאר שפעטער האט מען שוין א משפחה און זיבן יאר שפעטער, א גאנצע סטאדע. ווען גענוי איז דא צייט אז די ווייב זאל זיך אמת'דיג וויסענדיג מאכן פונעם מאן און זיך פארליבן כמו שכתוב בתורה? איז בכלל מעגליך צו פירן די ווירטשאפט אין שטוב, קאכן באקן רוימען, און דאן נאך קלערן פון דעם מאן? איז במציאות אז א פרוי זאל זיין פארנומען געבן לאוו פאר די קינדער, זיין פאריאגט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט און דאן ליגן אינעם ארעם פונעם מאן און פארגעסן פון דער וועלט?


(ציטאטן פון די מאמוארן פון א חסיד'ישער יונגערמאן איבער די פארווייטאגטע טעמא פון שלום-בית אין אונזערע לאגערן).

שמערל » מוצ"ש נאוועמבער 8, 2014 9:55 pm

· #233599
אפטעמיסט

ר' שלמה'לה, אני יודע שיהיו הרבה שירימו גם היום עין של תמיהה על דבריי, אבל אשאל אותם שאלה אחת (אותה גם שמעתי מידיד קרוב): הביטו סביבכם וראו, כמה אהבה, להשם יתברך ולרצונו, לתורה ולמצוות וגם לבריות, הצליח ר' שלמה'לה להשאיר אחריו… ביחס להרבה 'גוטע יידן' אחרים, שלדאבוננו, השאירו מאחוריהם קופה של שרצים מלאה וגדושה בשנאת הבריות ומחלוקות…


(לעגענדאר ברסלבער משפיע הרב מוטה פראנק, אויפ'ן וועלט-בארימטן, הייליגער, דאך קאנטראווערסיאלער קאמפאזאר און בעל מנגן, ר' שלמה קרליבך ז"ל)


כ'בין נייגעריג צו מען מעג נוצן די זעלבע הוילע פראזן, אויפן וועלט בארימטן "הייליגן"(כך קראו ר' שלמה'לה), קאמארנע רבי'ן שליט"א.

כוכב » פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 8:52 am

· #236865
און דאס איז אן אפטע ערשיינונג ביי חסידים, אז די חסידות זאל זיין זייער 'אני'. דאס איז דער זעלבער אני פון יעדן בעל גאוה, עס איז בלויז פארשטעלט און גארנישט מער. זיין 'אני' טוט זיך אן אן איצטלא פון חסידות, און ער גרויסט זיך מיט זיין חסידות און זיין רבי'ן, אז זיין רבי איז דאס גרעסטע ואין בדומה לו. דאס איז זיין זאך, מיט דעם איז ער א בעל גאוה.

(הגר''מ זילבער, גליון דברי תורה שע''י קהל תולדות יהודה תלמידי סטוטשין, שיעור מסילת ישרים, פ' תולדות תשע''ה.)

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:26 pm

· #238047
קיינעם אינטערעסירט נישט אויב אייער לעבן גייט גוט און יושר'דיג. אז איר וועט אריינפאלן אין א פלאנטער מיט רבנים און דיינים וועט איר נישט טרעפן קיין שום רב וואס זאל זיך אננעמען פאר אייך. איר קענט פארלירן אייער האב-און-גוטס, איר קענט אומ'יושר'דיג ווערן באשמוצט איבער דער גאנצער וועלט, איר קענט פארווערן אייער משפחה – קיין שום מענטש מיט רבנישער מאכט וועט נישט געבן קיין טרייסל, ניטאמאל א קרעכץ. דער זעלבער אדמו"ר פאר וועמען איר זענט מקריב אייער לעבן זיך צו באטייליגן ביי אלע זיינע מאורעות און פאליטיזירן לטובתו וועט קיין פינגער נישט אויפהייבן זיך אנצונעמען פאר אייך אין צייט פון רבנישער נויט.


(חכם וסופר אונטער'ן פסעוודאנים ראובן אויף קאווע שטיבל, אין א לענגערער אפשאצונג איבער דעם באבובער דין תורה.)

כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 11:15 pm

· #238110
דער אמת איז אז ביידע, דאס אננעמען יעדער ענין ביהרג ואל יעבור און דאס אוועקמאכן יעדער מנהג כל זמן ס'איז נישט קיין חיוב גמור, שטאמען פון די זעלבע שוואכקייט: נישט קענען לעבן מיט אפאר רובדי חיוב, זו למעלה מזו, אלעס איז שווארץ אדער ווייס, חיוב גמור אדער גארנישט, א זאך וואס דער א-ל רחום וחנון וועט נישט צערענען אויב לאזט מען אויס איז א ליידיגע זאק. הגרי"ז מבריסק האט געהאלטן אז א חלק עיקרי פון חינוך איז אויסצולערנען פארן קינד וואס איז דער מקור החיוב, מיר דארפן זיך אויסלערנען (און לערנען ווייטער) אז ס'איז דא גבוה מעל גבוה וגבוהים עליהם, דאורייתא, דברי קבלה, דרבנן, הידור, מנהג, ענין, מילי דחסידותא, סתם חניוקישקייט ומילי דשטותא. אונזער מערכת-יחסים מיטן רבוש"ע איז הערליך קאלירפול. און אפילו ביי די גאר שוואכסטע ענינים איז שיין אנצוהאלטן די טראדיציע, ווילאנג מ'ווייסט ווי שוואך ס'איז און ס'שטערט קיינעם נישט. אז זיינע עלטערן האבן זיך געפירט צו זינגען נון בוי דיין טעמפל שירה נאכן סדר, איז ער א נאר אז ער זינגט עס אויך? ער איז א נאר אויב שרייט ער אן זיין יונגעלע וואס זינגט נישט מיט, אבער אויך אויב קוקט ער אראפ די וואס זינגען יא.

(אומפארגעסליכער געטליכער חכם אלקי, נהירין לו כל חכמות שבעולם, הנשר הגדול, פטיש החזק, עמוד הימיני, נר ישראל, גדול מרבן שמו הארי החי מרן אונטערן פסעוודאנים @שליח אויף קאווע שטיבל, אין אן ענטפער אויף קליינקעפיגע ציניזם קעגן מנהגי קודש.)

כוכב » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 2:10 pm

· #238269
א קינד איז אויך א מענטש! א קינד דארף מען אויך באהאנדלען ווי א מענטש צווישן מענטשן. א קינד דארף מען רעספעקטירן לויט זייער מדריגה. א קינד דארף מען געבן צוטרוי, אנערקענען זייער טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט און זיי צומאל אפילו רופן 'ברודער'...

(פענאמענאלער דענקער וכותב הדור, חכם ונבון, הרב יואל אשר לאבין, מאמענט, ויצא תשע''ה.)

קאוועניק » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 10:04 am

· #239189
רב קוק:
האנשים הטבעיים שאינם מלומדים, יש להם יתרון בהרבה דברים על המלומדים, בזה שלא נתטשטש אצלם השכל הטבעי והמוסר העצמי על ידי השגיאות העולות מהלימודים, ועל ידי חלישות הכחות וההתקצפות הבאה על ידי העול הלימודי.

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:54 am

· #240374
אויסער דעם וואס עס איז אנגעקנופט אין מיין הארץ אן אהבת וחיבת ארץ הקודש, און פון שטענדיג האב איך געהאט א גלוסטעניש דארט צו וואוינען, האף איך צום אויבערשטן אז סוף כל סוף וועל איך נאך זוכה זיין צו זיין פון די וואס גייען פאר'ן אויבערשטן בארצות החיים,


(ווערטער פון ליבשאפט און השתוקקות צום הייליג לאנד, געשריבן דורכ'ן אבי הקנאים, רבי יואל טייטלבוים, אבד"ק סאטמאר, אין א בריוו צו די עדה החרדית איבער זיין התמנות אלס גאב"ד, דאטירט ר"ח תמוז שנת תשי"ג)

מילכיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:43 am

· #240395
"כי השכל הוא המלאך בין היוצר והיצור".
(הגה"ק רבי אי"ש קרליץ ז"ל בחזו"א יו"ד סי' ק"נ).

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:42 pm

· #240418
מילכיג, ס'איז א לשון פון אבן עזרא אין הקדמה לפירושו.

כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:43 pm

· #240419
ווילסט מיר זאגן דער חזון איש האט פלאגיאירט?

מילכיג » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:03 pm

· #240423
ש'כח יידל.
כוכב
ווילסט מיר זאגן דער חזון איש האט פלאגיאירט?

פארוואזשע נישט? ער'ט זיך פארלאזט אז מעט כאפן פון ווי דאס קומט. [נישט דאס קומט ער דארט "מחדש" זיין - עי"ש].

געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:21 pm

· #241021
מעג איך אליין אויך זיין א חכם און זאגן א דבר בשם אומרו אני הקטן אדער נאר פון יענעם?
לגופו של ענין
שמעתי ממני הקטן מה שאמרתי לעת עתותי ערב:
איך בין נאר א מענטש, און צומאל דאס אויך נישט
והמבין יבין והמשכיל ידום

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:56 am

· #241161
[ציטאט אראפגענומען]

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:25 pm

· #241521
די לעכערליכקייט פון פילוסופיה


(הניק נישט, באתר אייוועלט)

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:43 pm

· #241559
@לעיקוואד קעפל דארט געטוישט צו ''די אומקראנטקייט פון פיזיקס און סייענס''

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:08 pm

· #241567
לעיקוואד
די לעכערליכקייט פון פילוסופיה


(הניק נישט, באתר אייוועלט)


דאס קעפל האט מיר אויך פארשאפט הארצוויי ווען דער מאן דאמר בארירט נישט קיין ווארט איבער פיליאזאפיע און געוויס נישט איבער איר לעכערליכקייט, די אלע פוילע תירוצים דארט ווייזט נאר אויף דעם איגנאראנץ פון דעם אייוועלט קליענטעל.
אבער לו יצוייר אז ער וויל זיך באציען צו די לעכערליקייט פון פיזיקס צוליב די גרייזן פון די פריערדיגע חכמים, איז אויך אן אומריכטיגע פערספעקטיוו, אדרבה דאס ווייזט אויף די אויפריכטיגקייט פון דער וועלט פון סייענס אז אלע גרייזן ווערן באזייטיגט מיט דער צייט. אויך לגבי תורה להבדיל זאגן אונזערע חכמים, אז אין אדם עומד בה אלא אם כן נכשל בה, דאס איז אן עלעמאנטארע פונדאמענט פון לערנען יעדע חכמה אבער צייגט ווייט נישט אויף סיי וועלכע לעכערליכקייט נאר פונקט קאפויער, און ווי דער חזון איש שרייבט "אני מלא טעיות, פעם בגמ' פעם בסברא", און ווי ער פירט אויס איז דאס אים בכלל נישט קיין בושה ווייל עס איז נישטא קיין מענטש וואס ווערט ניצול פון טעותים.

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:06 pm

· #242031
📎 IMG-20141219-WA0000__1419015645_66.87.116.179.jpg
(חכם וסופר, איש עת"י, דען הערריס, אינעם בוך פונעם יאהר-הונדערט 'צעהן פראצענט פרייליכער'.)

כוכב » זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:59 pm

· #242192
די דריטע דרשה איז געווען געווידמעט איבער דער טעמע פון "יהי כבוד חבירך חביב כשלך"; דאס טייטש, אז די לערערינס זאלן אליין מכבד זיין יעדע תלמידה. יעדעס קינד איז אן עולם מלא, א חלק אלוק ממעל. אודאי און אוודאי איז דער פליכט אויף די תלמידות צו האבן דרך ארץ "מורא רבך כמורא שמים" און ס'פארלאנגט זיך פון די תלמידות די העכסטע מאס רעספעקט און דרך ארץ פאר די לערערינס. אבער גלייכצייטיג דארפן די לערערין האבן די ריכטיגע הערכה און געבן חשיבות פאר יעדעס קינד באזונדער. און ווי חז"ל לערנען ארבעט עס ארויף צוריק און איז א שליסל-יסוד פאר דרך ארץ ווייל "איזהו מכובד המכבד את הבריות".


(ווארעמהארציגע דברים של טעם דורכאויס אן אינטערוויו מיט הרב בנציון פייערווערגער, מנהל בית רחל, געדרוקט אין "עשר תעשר", אן אויסגאבע לרגל דעם דינער השנתי פאר מוסדות סאטמאר.)

ונבנתה העיר » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:50 pm

· #244592
עין חומד, נו נישט אלץ וואס גליסט זיך דארף מען נאכגעבן..


לעיקוואד

יואב » מוצ"ש יאנואר 17, 2015 9:11 pm

· #248531

"גאר מפורסם איבער דער וועלט איז ישיבת מיר מיט אירע עלטערע בחורים. כאטש ניט איינער פון זיי איז שוין א בן-ארבעים, איז שווער צו געפינען פאר זיי פאסיקע שידוכים. אדער דער נדן איז ניט גענוג גרויס פארן מירער'ס תורה, אדער די כלה איז צו אלט פאר זיין ייצר-הרע."

דער מייסטער אידישער שרייבער און דענקער חיים גראדע אין זיין מאסט-ריעד בוך "צמח אטלאס".

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 19, 2015 4:51 pm

· #248910
רעדן איז מטרה, נישט קיין מיטל.

יואב » פרייטאג יאנואר 23, 2015 2:30 pm

· #249771
Rep. Nancy Pelosi (D-CA) recalled for The Washington Post that when she was new to Congress and opposed a bill restricting abortion, “one of the Republican members got up and said, 'Nancy Pelosi thinks she knows more about having babies than the Pope.'”

Responded Pelosi, who has five children: “Yeah. Yeah. That would be true

מאטי » מאנטאג יאנואר 26, 2015 3:17 pm

· #250200
מפי ניק חכם אחד בעילום שמו:

נאכן שרייבן אגאנצן טאג דברי חכמה ובינה, לויף איך אריין סוף טאג אינעם שמייכל פורום און פרוביר שרייבן עפעס א שטות, כדי אריינצוכאפן א לייק אדער צוויי.

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 26, 2015 3:23 pm

· #250202
איך האב פארשטאנען דיין רמז...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 7:06 pm

· #250871
א חבר מיינער האט שפאצירט ביים וואסער מיט א ציגארעטל, טרעפט ער אהן אן אכציג יאהריגער זקן וואס פראבירט צו פאנגן פיש, ווי יענער דערזעהט איהם רופט ער אויס צו איהם מיט גרויס דראמא:

How do you know?

Maybe there is a gigantic giant who spat, within his spit there are bacteria – we the people, which catch smaller bacteria – a.k.a. Fish, soon the spit will hit the ground and everything will be over...

EVERYTHING will be over!...

יידל » פרייטאג יאנואר 30, 2015 12:36 pm

· #250945
ונבנתה העיר

How do you know?

Maybe there is a gigantic giant who spat, within his spit there are bacteria – we the people, which catch smaller bacteria – a.k.a. Fish, soon the spit will hit the ground and everything will be over...

EVERYTHING will be over!...

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:58 pm

· #250964
אה, @יידל, געוואלדיג.

כ'האב אלץ געהאט אקוראט די זעלבע דמיון אויף מענטשן ווס. מורעטשקעס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 1:57 pm

· #251904
WOW
דאס דארף מען ארויסהענגען אויף ליע עוועניו העכער דעם הייוועי.

יואב » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:29 am

· #252975
Perhaps religion provides the justification for wars, but science provides the weapons.


James Rozoff

ישראל קאפקע » מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:55 pm

· #253009
שטעלנדיג מיין טריט דורך דעם טויער וואס פירט מיר צו מיין פרייהייט, האב איך געוואוסט אז אויב וועל איך נישט איבערלאזן מיין ביטערקייט און האס אונטער מיר, וועל איך אלץ בלייבן אין טורמע.
~ נעלסאן מאנדעלע נאכן באפרייט ווערן נאכן זיצן 27 יאר אין תפיסה

ישראל קאפקע » זונטאג פעברואר 15, 2015 12:24 pm

· #253734
Some people are so poor, all they have is money

Patrick Meagher ~

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:20 pm

· #253749
געוואלדיג
איך האב פארשטאנען דיין רמז...

פאטש דיר נאכנישט אויפ'ן בויך. ער מיינט נישט דיך... 😂

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 1:23 pm

· #253751
ישראל קאפקע
שטעלנדיג מיין טריט דורך דעם טויער וואס פירט מיר צו מיין פרייהייט, האב איך געוואוסט אז אויב וועל איך נישט איבערלאזן מיין ביטערקייט און האס אונטער מיר, וועל איך אלץ בלייבן אין טורמע.
~ נעלסאן מאנדעלע נאכן באפרייט ווערן נאכן זיצן 27 יאר אין תפיסה

און איך וועל נאכזאגן א דבר חכמה פון א אידישן חכם...פאר געלט וועט מען קענען באקומען א שונא בצע אויך.. 😂
דער ערשטער פרעמיער פון מדינת ישראל, דוד בן גוריון. ווען מ'האט איהם געפרעגט פון וואו ער וועט נעמען א שונא בצע פאר דעם בית דין אין זיין נייע מדינה...!

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:38 pm

· #253808
ער האט אויך געזאגט:
איך האב געוואלט אויפשטעלן א דור פון אפיקורסים, און איך האב אויפגעשטעלט א דור פון טפשים

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 4:46 pm

· #253810
געוואלדיג
ער האט אויך געזאגט:
איך האב געוואלט אויפשטעלן א דור פון אפיקורסים, און איך האב אויפגעשטעלט א דור פון טפשים

געוואלדיג: מיין נישט אז איך בין אזא גרויסער חסיד פון איהם און זיינע דברי חכמה. ס'איז נאר געווען אביסעלע לקנטר... 😂 😠

ישמעאל הכהן » פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:56 pm

· #256272
סאטמארע רב האט געהאט אהבת וחיבת הארץ

לעיקוואד » זונטאג מערץ 8, 2015 7:11 pm

· #257506
[ציטאט אראפגענומען]

גוגל ברענגט מיר נאר דער ציטאט
Chance is perhaps the pseudonym of God when he did not want to sign. - Theophile Gautier

איז דאס דער חכם?
בלאט: 1 2