☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #739
בלאט: 1 2 3

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 7:53 pm

· #15802
ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.

איך אויך » זונטאג יוני 3, 2012 7:59 pm

· #15803
[quote="איינער"]
איינער זאל מיר העלפן, וויאזוי ארבייט דאס, ווען באקומט רעכט צו האבן די כוח רבנן ארויס צו געבן איסור וואס יעדער מוז פאלגן אן קיין ביאור אויף אלטע
יסודות.
[quote]
ווי אזוי קען דיר איינער העלפן? אפשר קען דיר מרס. איינער העלפן.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 8:03 pm

· #15805
זר זהב
ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.

ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא לוי שבימיך.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 8:05 pm

· #15808
😂

איינער » זונטאג יוני 3, 2012 8:30 pm

· #15819
זר זהב
ועשית ככל אשר יוריך, אין לך אלא כהן שבימיך.


אויב רב וואזנער זאגט קלאר אז דאס זיין מיינוג און ער פסק'נט אלס "ועשית ככל.." וואלט איך נישט געהאט קיין קשיות. אבער ער זאגט נישט דאס.

און נאכמאל איסורי דרבנן האבן נאר די נאר די "רבנן" געקענט מאכן נישט די "רבנים"

John Doe » זונטאג יוני 3, 2012 8:57 pm

· #15828
רב וואזנער איז בכלל נישט אנגענומען ביי רובו דרובו פון כלל ישראל (פארגעסט נישט אז מיר חרדים זענען א מיעוט פונעם ארטאדאקסישן כלל ישראל), אפילו די ליטווישע נעמען עם קנאפ אהן.

לאמיר מאכן א טעסט, זאל רב וואזנער הייסן די סאטמאר בראדערס ארויסציען פון ערכאות, עמער זעהן צי ער איז אנגענומען.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 9:03 pm

· #15831
נו איך בין גרייט צו הערן די פסק פון הרב עובדי' יוסף! וואס האלט ער לגבי אינטערנעט ? איך ווייס אז די חסידים ווילן נישט הערן וואס עובדי' יוסף האלט פון שייטלען...

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 9:32 pm

· #15840
איך ווייס אפילו נישט צו ס'שייך אזא זאך ווי "פוסק הדור" נאך די שו"ע (ואולי אויך די ערשטע נושאי כלים ווי ט"ז, ש"ך ומג"א).

DotCom » זונטאג יוני 3, 2012 10:35 pm

· #15853
עיין חינוך מצוה תצה אז לא תסור/מצוה לשמוע דברי חכמים איז נוגע בכל זמן און סיז פון די יסודי הדת.

אלע אנדערע טענה'רייען ווייסעך אויך נישט ווי עס קומט דא אריין, ווייל דא איז דאך געווען בהסכמת פון אלע רבנים סיי חסידיש און סיי ליטוויש.

איינער, דיינע ווערטער אויוון וואס דו ברענגסט אראפ פון רב וואזנער איז משמע אז ער רעדט פון אינטערנעט אינדערהיים באיסור, ווייל בהיתר האט ער אפאר שורות בעפאר נישט גענוצט די ווארט אסור.

DotCom » זונטאג יוני 3, 2012 10:47 pm

· #15856
קודם פארשטיי איך נישט פארוואס מען מישט אויס קאמפיוטער מיט אינטערנעט, עס איז צוויי באזונדערע זאכן.

צווייטענס, ווען ער זאגט אויף איין זאך 'איסור גמור' און אויף אן אנדערע זאך 'דעתינו' איז נישט משמע אז דאס איז אן איסור, נאר ער נויגט אזוי אבער ער קען עס נישט אסר'ן. כן נראה לעניית דעתי.

קען זיין ביסט געווען ביים כינוס און נישט אזוי דייטליך פארשטאנען, אבער אויוון האב איך צוגעברענגט א טראנסקריפט פון זיינע ווערטער מלה במלה, עיין שם ותתהנו.

איינער » זונטאג יוני 3, 2012 11:05 pm

· #15860
DotCom
עיין חינוך מצוה תצה אז לא תסור/מצוה לשמוע דברי חכמים איז נוגע בכל זמן און סיז פון די יסודי הדת.

אלע אנדערע טענה'רייען ווייסעך אויך נישט ווי עס קומט דא אריין, ווייל דא איז דאך געווען בהסכמת פון אלע רבנים סיי חסידיש און סיי ליטוויש.

איינער, דיינע ווערטער אויוון וואס דו ברענגסט אראפ פון רב וואזנער איז משמע אז ער רעדט פון אינטערנעט אינדערהיים באיסור, ווייל בהיתר האט ער אפאר שורות בעפאר נישט גענוצט די ווארט אסור.


די סיבה פארוואס די דארפסט ברענגען דעם חינוך, איז ווייל די ווייסט אויך אז הרב וואזנער'ס פסק גייט נישט אריין פון דעם גדר פון איסורי דרבנן.
און יעצט צום חינוך, דער חינוך זאגט נישט אז מען מוז פאלגן בלינדערהייט וואס איין רב זאגט.

לויט ווי איך בין באקאנט איז נישט פארגעקומן קיין אסיפה פון אלע רבנים, ווי מען האט דערקלערט אז רב וואזנער גייט רעדן מיט זייער שליחות און דאס איז זייער פסק.

רב וואזנער איז נישט קיין משנה וואס מען קען/דארף אריין לערנען פשט. זיינע ווערטער זענען קלאר אזוי ווי יאנקל האט שוין געשריבן.

נולד מאוחר » זונטאג יוני 3, 2012 11:26 pm

· #15866
די משפחה די וואך די ענגלישע האט א בריוו פין א רב וואס שרייבט אז די נעקסטע טאג איז געווען אן אסיפה פין איבער 150 רבנים. אין זיי האבן דארטן נישט גאסרט אינטרנעט אינדערהיים ווייל סאיז א גזירה שאין רוב הציבר יכול לעמוד בו, דער רב שרייבט דארט אז די אסיפה איז געווען א המשך פין די סיטיפיעלד.
אין ביי די סיטיפיעלד האט מען קלאר יא גאסרט אינטערנעט אינדערהיים.
במילא איז קלאר אז סיטיפיעלד איז נישט קיין קלארע פסק פין אלע רבנים. די עסקנים האבן גטאן וואס זיי האבן געוואלט.

DotCom » זונטאג יוני 3, 2012 11:55 pm

· #15869
איינער באטשי, האסט געפרעגט אין דיין ערשטע תגובה דא וויאזוי א רב קען אסר'ן האביך גענטפערט, האסט געפרעגט וויזוי מקען אסר'ן דעם אינטערנעט האביך אויך גענטפערט, למעשה קוקט נישט אויס אז דו זוכסט צו פאשטיין, נאר דו זוכסט עפעס אנדערש, איך קען דיר ענטפערן אויף אלעם וואס דו פרעגסט אבער איך קען אויך מיטלייגן וואס דו גייסט פרעגן נאכדעם, איך בין נישטא פאר אזעכע ענינים סא סטאפ איך דא, סארי. והטוב בעיניך עשה.

נולד, סוואלט אינטערסאנט געווען צו ליינען דעם ארטיקל, אויב דו ווייסט ווי מען קען עס ליינען אויפן נעט לאז פליז וויסן.

איין זאך איז מיר קלאר, רב וואזנער האבן די עסקנים נישט געקענט כושן, איך האב שוין געזעהן א געדרוקטן שמועס בערך א האלב יאר בעפאר'ן כינוס ווי ער זאגט אז עסקנים פון לעיקוואד זענען געקומען בעטן ער זאל חתמ'נען א געוויסע צעטל קעגן די אינטערנעט און ער האט נישט גע'חתמ'ט, און ער זאגט קלאר די טעם ווייל ער האט נישט מסכים געווען צו אלעס וואס דארט שטייט,

אךשמח » מאנטאג יוני 4, 2012 12:10 am

· #15874
דאטקאם, וועלכע שמועס איז דא פון הרב וואזנער, און וואס האט מען אים געבעטן אונטערצושרייבן וואס ער האט דערצו נישט מסכים געווען?

איינער » מאנטאג יוני 4, 2012 12:21 am

· #15877
DotCom
איינער באטשי, האסט געפרעגט אין דיין ערשטע תגובה דא וויאזוי א רב קען אסר'ן האביך גענטפערט, האסט געפרעגט וויזוי מקען אסר'ן דעם אינטערנעט האביך אויך גענטפערט, למעשה קוקט נישט אויס אז דו זוכסט צו פאשטיין, נאר דו זוכסט עפעס אנדערש, איך קען דיר ענטפערן אויף אלעם וואס דו פרעגסט אבער איך קען אויך מיטלייגן וואס דו גייסט פרעגן נאכדעם, איך בין נישטא פאר אזעכע ענינים סא סטאפ איך דא, סארי. והטוב בעיניך עשה.

נולד, סוואלט אינטערסאנט געווען צו ליינען דעם ארטיקל, אויב דו ווייסט ווי מען קען עס ליינען אויפן נעט לאז פליז וויסן.

איין זאך איז מיר קלאר, רב וואזנער האבן די עסקנים נישט געקענט כושן, איך האב שוין געזעהן א געדרוקטן שמועס בערך א האלב יאר בעפאר'ן כינוס ווי ער זאגט אז עסקנים פון לעיקוואד זענען געקומען בעטן ער זאל חתמ'נען א געוויסע צעטל קעגן די אינטערנעט און ער האט נישט גע'חתמ'ט, און ער זאגט קלאר די טעם ווייל ער האט נישט מסכים געווען צו אלעס וואס דארט שטייט,


האסט פראבירט צוויי וועגן, ביידע האבן נישט געארבייט, פינטל. פראביר עס נישט ספינען אנדערש.

DotCom » מאנטאג יוני 4, 2012 12:30 am

· #15878
אךשמח
דאטקאם, וועלכע שמועס איז דא פון הרב וואזנער, און וואס האט מען אים געבעטן אונטערצושרייבן וואס ער האט דערצו נישט מסכים געווען?



ס'איז געווען געדרוקט א שמועס פון אים מיט אדמור מהר"א אין די אהרוינישער אויסגאבע קול התאחדותינו פרשת תרומה, כאב עס נישט כעת מיט מיר אבער מארגן אי"ה וועליך עס קענען ארויפלייגן אויב וועסט זיין אינטערסירט.

לויט ווי איך געדענק האט מען אים געבעטן דעמאלט ער זאל זאגן אז אינטערנעט איז אסור אפילו לצורך פרנסה, און נאך פארשידענע נוסחאות וואס ער רעכנט נישט אויס דארט, למעשה האט ער נישט גענטפערט ווייל ער האט נישט געוויסט, און נישט געוואלט בלינדערהייט טראסטן די עסקנים (אנדערש ווי ר' חיים קניעווסקי וואס האט געזאגט יהרג ועל יעבור כידוע)

זר זהב » מאנטאג יוני 4, 2012 12:32 am

· #15880
הייסט אז די עסקנים האבן געוואלט אן איסור געפילטערטע אינטערנעט לצורך פרנסה ? ס'נישט מעגליך, ס'קען נישט זיין.

איינער » מאנטאג יוני 4, 2012 12:56 am

· #15887
DotCom
יישר כח רב איינער וואס האט ארויפגעברענגט דעם טאפיק, מיר האט עס אויך אינטערעסירט, און לאמיר דא מגיב זיין מיט וואס איך בין ארויסגעקומען.

קודם כל, דארף מען וויסן אז מקענישט ציען קיין מסקנות פון א קשיא, ביים בארג סיני האבן מיר אלע געזאגט נעשה ונשמע, קודם ווועלן מיר טהון דערנאך וועט מען פארשטיין, אז עס איז עפעס שווער מיינט נישט אז אין כאן לא איסור... דער איסור איז דא, נאר מען מעג און מ'מוז פארשטיין,

פונקט פארקערט עס איז נישט דא קיין איסור אן א ביאור, און חס ושלום צו מדמה זיין רב וואזנער׳ס פסק צו קבלת התורה/נעשה ונשמה.

צווייטענ'ס, אויף רב וואזנער קען מען נישט זאגן אז ער פארשטייט נישט דער מהות פונעם אינטערנעט וכדו', פאר ווער עס ווייסט איז רב וואזנער'ס שו"ת ספרים פול מיט שאלות אויף עניני טעכנאלאגיע און דארט איז איינע פון די הויפט פלעצער פון ווי מ'פסקנט אלע היינטיגע שווערע שאלות וואס מאכן זיך כסדר אין די ענינים,

ווילאנג איך זע נישט קיין בירור, נאר א גרונטלאזע פסק, נעם איך אן אז אזוי ווי רוב רבנים ווייסט ער נישט וואס דער אינטערנעט איז.

חוץ מזה ער מוז טאקע נישט זיין דיין רב אבער א פוסק הדור איז ער, נישט ווייל דער בלאט האט אים אזוי באקרוינט נאר ווייל דער רב איז שוין עוסק אין פסקענען שאלות איבער זיבעציג יאר! און ער האט שוין ארויסגעגעבן 10 שו"ת בענדער, ער איז געווען און איז נאכאלס פארמישט אין יעדע שווערע שאלה בעניני הכלל אין די לעצטע 70 יאר, אנגעפאנען פון די עגונה שאלות נאך די צווייטע וועלט מלחמה ביז צו הלכות סעקיוריטי קעמרע'ס, איבעראל זענען זיינע פסקים אנגענומען, ער האט שוין אדורכגעשוויצט אלע פאליטיק'ס און מחלוקת'ר, און אויך בהשקפה איז נישטא איינער וואס זאל אויף אים חולק זיין אינעם אשכנזישן פעלד, און בעיקר פארוואס מען דארף יא אויסהערן זיין פסק איז וויבאלד עס איז געזאגט געווארן ברוב עם,

אזוי ווי אסאך אירע האבן שוין ארויס געברענגט, ער איז נישט דער פסוק הדור.

די פסק איז פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט און קיינער איז נאכנישט ארויסגעקומען מיט א ביאור אקעגן דעם, סא מוז זיין אז יש דברים בגו, און סתם זאגן אז דער פסק איז אהן קיין פשט איז לעכערליך, נאר מ'מוז עס עס קודם אננעמען און דערנאך טרייען צו פארשטיין, אויב קומסטו אויף מיט א ביאור פארקערט קען מען דעמאלט זיך טענה'ן.

נאכמאל די ווארפסט די ראי אויף די אנדערע זייט. עס גייט נישט אזוי, אז איך זאג אסור, און אויב די האלסט פארקערט ברענג א ראי. צו אסרן דארפן מען בעיקינג.

און בנוגע צו ענטפערן אביסל דיינע תמיהות אויפ'ן הלכה איז אזוי, עס איז דא דריי מין איסורים 1) איסורי אורייתא וואס די תורה האט אונז ג'אסר'ט, 2) איסורי רבנן וואס די רבנים האבן ג'אסר'ט, און דאס איז כולל אלע גדרים וסייגים וואס די רבנים בכל דור ודור זענען אויף אונז מגדיר, 3) איסורי רשות וואס דער תורה האט אונז געזאגט קדושים תהי' - קדש עצמך, אפילו זאכן וואס מן הדין איז נישט אסור איז נאכאלס דא א ענין פון אפשיידן, והכלל, אזאך וואס מען דאף נישט במוכרח איז אסור, איי פארוואס האבן די רבנן נישט געמאכט איעדע רשות אלס א איסור? וועגן צוויי סיבות, איינס ווייל סנישט פאר יעדן גלייך, און צווייטנ'ס ווייל די רבנן האבן נישט גוזר געווען א זאך וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בה.

שוין פריער ארויס געברענגט, רב וואזנער אדער א צווייטער רב פון די לעצטע 1500 יאר האט נישט די כוח צו מאכן אן איסור דרבנן.

דעט סעד, איז גוט צו וויסן אז אזאך וואס די רבנן אסר'ן איז אלעמאל אויפן מענטש און נישט אויפן זאך, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן צו מ'קען אסר'ן א קאנעקשען אדער פראטאקאל, ווייל די רבנים אסר'ן אונז נאר אויף זיך צו באנוצן דערמיט, און זיי קענען דיסיידן וואס און וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו אסר'ן דעם מענטש כדי צו האלטן די גדרי הקדושה אויף א העכערע לעוועל, און אז די וועסט מדייק זיין בדברי רב וואזנער וועסטו זעהן אז ער אסר'ט נאר "השתמשות באינטערנעט", און נישט די אינטערנעט אליינס,

אז ער אסר׳ט נאר דעם מענטש דאן פארוואס טאר מען נישט אריינגיין אין א הויז מיט אינטערנעט, און דאס אלס אויב ער קען מאכן אן איסור דרבנים. וואס ער קען נישט, אזוי אויבן דערמאנט.

העפענס טו בי אז פון אלע רעדנער'ס און אוסרים מאכט נאך זיינע ווערטער די מערסטע סענס, אלע זיינע ווערטער שטומען מיטן מציאות, און ער אסר'ט נישט קיין זאכן וואס אין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם, נישט קיין חילוק וואס די צעטעלעך ווילן דיר פארקויפן.

יא ער איז ערגער ווי די צעטליך, וואס האבן אביסל נאכגעלאזט פון זיין עקסטרעמען גרונטלאזע פסק.

שלמה_דיין » מאנטאג יוני 4, 2012 1:11 am

· #15889
מי שיש לו מוח בקדקדו ועינים בראשו וועט קלאר זען ווי די עסקנים טוען פארפירן דעם עולם נגד דעת תורה מיט ביליגע הכרזות.

ביים אסיפה האבן די דרשנים מסביר געווען אז דאס וואס ווערט אנגענומען אדער ארויסגעזאגט ברוב עם האט א ספעציעלע תוקף.

ברוב עם האט רב וואזנער קלאר געזאגט אז אויף אינטערנעט אין שטוב העלפט נישט א פילטער.

ברוב עם האט רב וואזנער פארלאנגט אז מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער וואס האבן אינטערנעט אין שטוב.

ברוב עם האט רב סגל פארלאנגט אז אידן זאלן נישט זוכן פרנסה אויף די אינטערנעט.

סארא חוצפה פארמאגן דאס די פלאקאטן שרייבער! וועם איז נוגע די גרויסע פלאקאטן אין די גאסן און וואס די עסקנים שרייבן דארט איז די החלטת הכינוס?

זענען מיר דען שוטים? זענען מיר דען נישט אליין געווען ביים כינוס און געהערט? איז דען ביים כינוס געווען אומגעענטפערטע פראגעס וואס דערויף קומט א החלטת הכינוס פינף טעג שפעטער?

באקומען יעצט גרויסע פלאקאטן און רעקלאמעס וואס טראגן אויף זיך די ווערטער "אסיפה" "כינוס" די זעלבע דין ווי די אסיפה זעלבסט? און אויב לייג איך שלמה דיין ארויס גרעסערע פלאקאטן טיטולירט "החלטת הכינוס" אז אינטערנעט איז מותר פאר יעדן מיט א פילטער און לצורך גדול אן א פילטער, ווערט דאס יעצט די החלטה פון די אלע פופציג טויזענט באטייליגטע?

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 4, 2012 1:45 am

· #15892
DotCom


נולד, סוואלט אינטערסאנט געווען צו ליינען דעם ארטיקל, אויב דו ווייסט ווי מען קען עס ליינען אויפן נעט לאז פליז וויסן.


"הקובץ גדול מדי, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB."
סאיז סאך הכל איין פעדזש , כהאב געמאכט א פיקטשר אין עס געוואלט עטעטשען.
וואס טוט מען?

John Doe » מאנטאג יוני 4, 2012 1:51 am

· #15893
שלמה_דיין
מי שיש לו מוח בקדקדו ועינים בראשו וועט קלאר זען ווי די עסקנים טוען פארפירן דעם עולם נגד דעת תורה מיט ביליגע הכרזות.

ביים אסיפה האבן די דרשנים מסביר געווען אז דאס וואס ווערט אנגענומען אדער ארויסגעזאגט ברוב עם האט א ספעציעלע תוקף.

ברוב עם האט רב וואזנער קלאר געזאגט אז אויף אינטערנעט אין שטוב העלפט נישט א פילטער.

ברוב עם האט רב וואזנער פארלאנגט אז מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער וואס האבן אינטערנעט אין שטוב.

ברוב עם האט רב סגל פארלאנגט אז אידן זאלן נישט זוכן פרנסה אויף די אינטערנעט.

סארא חוצפה פארמאגן דאס די פלאקאטן שרייבער! וועם איז נוגע די גרויסע פלאקאטן אין די גאסן און וואס די עסקנים שרייבן דארט איז די החלטת הכינוס?

זענען מיר דען שוטים? זענען מיר דען נישט אליין געווען ביים כינוס און געהערט? איז דען ביים כינוס געווען אומגעענטפערטע פראגעס וואס דערויף קומט א החלטת הכינוס פינף טעג שפעטער?

באקומען יעצט גרויסע פלאקאטן און רעקלאמעס וואס טראגן אויף זיך די ווערטער "אסיפה" "כינוס" די זעלבע דין ווי די אסיפה זעלבסט? און אויב לייג איך שלמה דיין ארויס גרעסערע פלאקאטן טיטולירט "החלטת הכינוס" אז אינטערנעט איז מותר פאר יעדן מיט א פילטער און לצורך גדול אן א פילטער, ווערט דאס יעצט די החלטה פון די אלע פופציג טויזענט באטייליגטע?


די פארברעך גייט נאך אסאך ווייטער און אויף א יסודיות'דיגן שטאפל. לויטן כוזרי (ווי מ'האט שוין געשמועסט אין אן אנדערן אשקול) מוז מעמד הר סיני זיין אמת ווייל מ'קען נישט פארקויפן פאר טויזענטער מענטשן א שקר. דא ווייזן די עסקנים אז מ'קען חלילה יא. מ'שפילט זיך מיט זעכציג טויזענט מענטשן'ס עדות ווי מיט א יאו יאו. די פאקטן האבן פשוט זיך שוין געטוישט ווייל די עסקנים האבן אזוי געוואלט, סוף פסוק. איי דער כוזרי? ס'גייט זיי אהן אין די לינקע פיאה, מ'רעדט דאך דא פון הצלת הדורות!

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 4, 2012 1:56 am

· #15894
וואס פארקויפן די עסקנים אנדרש ווי מ'האט געזאגט ביים כינס?

ברוין » מאנטאג יוני 4, 2012 8:51 am

· #15905
ס'פאנגט מיר אן צו גליסטן צו ווערן אן עסקן.
קלערטס אריין ווי די עסקן דרייט זיך יעצט ארום און ווארפט זיך פאר געלעכטער.

לאמיר עס מאכן ווי א שמועס צווישן א פשוטע איד און אן עסקן:

פ"א: וואס איז די פלאן ביים כינוס? וואס גייט מען דארט רעדן?

ע: וועסט קומען וועסטו הערן

פ"א: אבער מ'קען נישט רופן טויזענטער אידן אן זאגן א בערך'דיגן פלאן וואס דארט גייט זיין ניין?

ע: זיכער קען מען. ווארט נאר צו וועסטו זען אז די זאל וועט זיין פיל אן זאגן א ווארט וואס די פלענער זענען.

פ"א: און וואס טוט זיך מיט די רבנים, זיי ווייסן וואס די אינטערנעט איז אז זיי זאלן וויסן וויאזוי און וואס צו אסר'ן?

ע: אויף דעם זארג אויך נישט. מיר וועלן זיי מסביר זיין אקוראט וואס זיי דארפן זאגן.

ויהי אחר הכינוס.

פ"א: איך זע אז דו ביסט גערעכט. דער עולם איז געקומען אין די מאסן אן וויסן.

ע: וואס האב איך דיר געזאגט? איך קען מיין ציבור

פ"א: אבער דו האלטס נישט אז הרב וואזנער איז געגאנגען אביסל שארף מיט זיין פסק?

ע: מ'ארבעט דעראויף. אין די קומענדע פאר טעג וועסטו זען א טויש אין זיינע ווערטער.

פ"א: וואס הייסט? וויאזוי קען מען טוישן פון וואס ער האט געזאגט ברבים פארענט פון טויזענטער מענטשען?

ע: גלייב מיר מ'קען, ווארט נאר אויס. אזויפיל טראסט מעגסטו שוין האבן אין מיר אז איך ווייס וויאזוי צו פירן דעם עולם.

פ"א: יא ביסט גערעכט




יעצט פרעג איך אייך, זאל איך נישט ווערן אן עסקן?

DotCom » מאנטאג יוני 4, 2012 9:23 am

· #15908
John Doe
שלמה_דיין
מי שיש לו מוח בקדקדו ועינים בראשו וועט קלאר זען ווי די עסקנים טוען פארפירן דעם עולם נגד דעת תורה מיט ביליגע הכרזות.

ביים אסיפה האבן די דרשנים מסביר געווען אז דאס וואס ווערט אנגענומען אדער ארויסגעזאגט ברוב עם האט א ספעציעלע תוקף.

ברוב עם האט רב וואזנער קלאר געזאגט אז אויף אינטערנעט אין שטוב העלפט נישט א פילטער.

ברוב עם האט רב וואזנער פארלאנגט אז מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער וואס האבן אינטערנעט אין שטוב.

ברוב עם האט רב סגל פארלאנגט אז אידן זאלן נישט זוכן פרנסה אויף די אינטערנעט.

סארא חוצפה פארמאגן דאס די פלאקאטן שרייבער! וועם איז נוגע די גרויסע פלאקאטן אין די גאסן און וואס די עסקנים שרייבן דארט איז די החלטת הכינוס?

זענען מיר דען שוטים? זענען מיר דען נישט אליין געווען ביים כינוס און געהערט? איז דען ביים כינוס געווען אומגעענטפערטע פראגעס וואס דערויף קומט א החלטת הכינוס פינף טעג שפעטער?

באקומען יעצט גרויסע פלאקאטן און רעקלאמעס וואס טראגן אויף זיך די ווערטער "אסיפה" "כינוס" די זעלבע דין ווי די אסיפה זעלבסט? און אויב לייג איך שלמה דיין ארויס גרעסערע פלאקאטן טיטולירט "החלטת הכינוס" אז אינטערנעט איז מותר פאר יעדן מיט א פילטער און לצורך גדול אן א פילטער, ווערט דאס יעצט די החלטה פון די אלע פופציג טויזענט באטייליגטע?


די פארברעך גייט נאך אסאך ווייטער און אויף א יסודיות'דיגן שטאפל. לויטן כוזרי (ווי מ'האט שוין געשמועסט אין אן אנדערן אשקול) מוז מעמד הר סיני זיין אמת ווייל מ'קען נישט פארקויפן פאר טויזענטער מענטשן א שקר. דא ווייזן די עסקנים אז מ'קען חלילה יא. מ'שפילט זיך מיט זעכציג טויזענט מענטשן'ס עדות ווי מיט א יאו יאו. די פאקטן האבן פשוט זיך שוין געטוישט ווייל די עסקנים האבן אזוי געוואלט, סוף פסוק. איי דער כוזרי? ס'גייט זיי אהן אין די לינקע פיאה, מ'רעדט דאך דא פון הצלת הדורות!



לויטן כוזרי איז נאר דער עצם מעמד הר סיני וואס מוז זיין אמת צוליב'ן ריבוי עם, דא איז אויך יעדער מודה אויפן מעמד.

אבער ביסט גערעכט מיט דעם אז עסקנים פארדרייען די ווערטער וואס די רבנים האבן געזאגט, און מאכן אייגענע החלטות וכו' געמיינע אינגען די חברה.

שרייבער » מאנטאג יוני 4, 2012 11:09 am

· #15917
זר זהב
הייסט אז די עסקנים האבן געוואלט אן איסור געפילטערטע אינטערנעט לצורך פרנסה ? ס'נישט מעגליך, ס'קען נישט זיין.

אסאך משוגענע זאכן וואס קען נישט זיין האט שוין פאסירט

דו ווייסט נישט צו וואס די עסקנים זענען אויסן

שרייבער » מאנטאג יוני 4, 2012 11:12 am

· #15918
הרב איינער
קודם האט הרב דאט קאם גערעדט דברים של טעם, איך דארף נאך צוריקגיין אים לייקן, און איך האב שוין געבעטן צוויי בלעטער צוריק, אפשר זאגסטו ביטע וואס דיר שטערט? דו ווילסט דוקא האבן אינטערנעט אן א פילטער? כ'מיין זיי מסביר, וואס ווילסטו האבן וואס הרב וואזנער לאזט נישט?

איינער » מאנטאג יוני 4, 2012 1:29 pm

· #15940
שרייבער
הרב איינער
קודם האט הרב דאט קאם גערעדט דברים של טעם, איך דארף נאך צוריקגיין אים לייקן, און איך האב שוין געבעטן צוויי בלעטער צוריק, אפשר זאגסטו ביטע וואס דיר שטערט? דו ווילסט דוקא האבן אינטערנעט אן א פילטער? כ'מיין זיי מסביר, וואס ווילסטו האבן וואס הרב וואזנער לאזט נישט?


מיר קענען מסכים זיין אז איך האב די רעכט צו צווייפלן אין דעם פסק, אן אריינגיין אין פערזענליכע אטאקעס?

זר זהב » מאנטאג יוני 4, 2012 1:35 pm

· #15943
איינער
שרייבער
הרב איינער
קודם האט הרב דאט קאם גערעדט דברים של טעם, איך דארף נאך צוריקגיין אים לייקן, און איך האב שוין געבעטן צוויי בלעטער צוריק, אפשר זאגסטו ביטע וואס דיר שטערט? דו ווילסט דוקא האבן אינטערנעט אן א פילטער? כ'מיין זיי מסביר, וואס ווילסטו האבן וואס הרב וואזנער לאזט נישט?


מיר קענען מסכים זיין אז איך האב די רעכט צו צווייפלן אין דעם פסק, אן אריינגיין אין פערזענליכע אטאקעס?

זיין פסק האט ער קלאר געגעבן מילא קענסטע נישט צווייפלען דערין.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 5, 2012 1:46 am

· #16054
נאך א ראי' אז רב וואזנער מיינט נישט הלכה'דיגע פסק.
יעדער איינער וואס קען אביסל לערנען ווייסט אז ס'איז דא זייער אסאך הנהגה'ס און מנהגים אין ש"ס וואס תנאים ואמורים האבן זיך נוהג געווען, און אז איינער זאל זיך היינט אזוי נוהג זיין וואלט רב וואזנער אים מחרים געווען (גוזמא).
ס'איז געווען וואס האבן נישט געדאווענט ווייל זיי האבן געלערנט זייער פלייסיג. ס'איז געווען וואס ווען זיי זענען געקומען אין א אנדערע שטאט האבן זיי געפרעגט ווער וויל זיין מיט זיי פאר א טאג, וועלכע פרוי. (רב כי מקלע לדרשיש מכריז מאן הויא ליומא רב נחמן כד מקלע לשכנציב מכריז מאן הויא ליומא)
אזוי איז דא צענדליגער משל'ם וואס מיר פסקנ'ן נישט ווי די מנהגם.
די ביסל וואס רב וואזנער האט אונז יא מגלה געווען ווי אזוי ער בויט אויף זיין הלכהדיגע פסק לגבי די אינטערנעט, ברענגט ער א מעשה פין גמ' אין ב"ק דף פ' ע"א אין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל.
די מעשה אז די חכמים האבן נישט געוואלט אריינגיין אין די הויז ווערט בכלל נישט גע'פסק'נט אין רמב"ם http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A8%D7%9E%D7%91%22%D7%9D_%D7%94%D7%9C%D7%9B%D7%95%D7%AA_%D7%A0%D7%96%D7%A7%D7%99_%D7%9E%D7%9E%D7%95%D7%9F_%D7%94
פין די אגדתא קען מען בכלל נישט בויען קיין הלכה.
משל למה הדבר דומה, רב וואזנער וואלט שפאצירט אויפן גאס און ער דארף א טרינק, וואלט ער נישט אריין געגאנגען אין macys אדער אין Apple store קער נעמען פון זיינע געברויכן, ס'פאסט נישט. כאטשיג ס'נישט אסור. שטעלטס ענק פאר 100 יאר שפעטער גייט א פוסק און בויעט אן הלכה "מ'טאר נישט אריינטרעטן אין macys".
די חכמים האבן געמאכט א גזירה "אין מגדלין בהמה דקה בארץ ישראל" צו מחזק זיין זייער גזירה פארשטייט זיך ווען זיי קימען אן צו א הויז ווי מ'איז מגדל בהמה דקה גייען זיי נישט אריין, וועןן א פשוט'ער מענטש זאל פרעגן די חכמים צי ער מעג אריינגיין איז זייער מעגליך אז די תשובה וואלט געווען 'יא'.

נאכאמאל מיט די גרעסטע מאס רעספעקט רב וואזנער איז א גאון ער וויסט די אלע תורה'לעך בעסער פין מיר, ער האלט נישט אז זיין פסק איז הלכה, ס'איז השקפה.

אז ס'איז דא א מנין מנחה אין א הויז מיט אסור'דיגע אינטערנעט וואלט רב וואזנער ג'פסק'נט ענדערש דאווענען ביחידות ווי איידער אריינגיין אין די הויז??? I doubt!

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 5, 2012 4:38 pm

· #16263
שרייבער
הרב איינער
אפשר זאגסטו ביטע וואס דיר שטערט? דו ווילסט דוקא האבן אינטערנעט אן א פילטער? כ'מיין זיי מסביר, וואס ווילסטו האבן וואס הרב וואזנער לאזט נישט?


לויט ווי איך פארשטיי איז די איסור פון האבן אינטערנעט אינדערהיים אפילו מיט א שטארקן פילטער א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה. אז נישט היינט, דאן איז מארגן. האבן "במקום עבודה דייקא" איז ממש אוממעגליך פאר טויזענטער וועלכע האבן היים-בעיסד ביזנעס.

און בכלל, עס נוצן "בלויז" לצורך פרנסה ותו לא מידי איז אויך אומרעאליסטיש. פירן די מארטגעדזש, באנק, קרעדיט קארדס, טרעקן פעקעדזשעס, און קויפן אויף איבעי אדער עמעזאן וכו' קען נישט בטל ווערן אזוי איבערנאכט.

(עממ.. מען קען יא. מען וועט ארויסווארפן אלע דיינע קינדער פון זייערע מוסדות, און דאן וועסטו פאלגן ווי א טאטעלע)
📎 Wosner.jpg

איינער » דינסטאג יוני 5, 2012 11:47 pm

· #16345
נולד מאוחר
נאך א ראי' אז רב וואזנער פסק, איז נישט הלכה'דיגע פסק.

תיקון טעות

איינער » מיטוואך יוני 6, 2012 12:05 am

· #16350
איך זע דער עולם פארגעסט. איז כדאי אראפ צו ברענגן דעם גרונדלאזער פסק.
איך וויל זאגן א קיצור פון הוראות און פון הלכות וואס אן
דעם האט מען נישט יוצא געווען די גרויסע אסיפת
קודש. ווי א דבר פשוט אז א איד וואס ער דארף נישט צו
זיין פרנסה די השתמשת בכלי אינטער-נעט, דארף ער
נישט משתמש זיין און דארף אים נישט ברענגען אין
שטוב און אפילו במקום עבודה, אפילו ווען דער
אינטער-נעט איז מיט א פילטער.
די וואס איז איבערצייגט אז זיי דארפן א חלק פון
אינטער-נעט לצורך פרנסתם, איז א איסור גמור און א
תנאי בל יעבור
, נאר משתמש זיין מיט א אינטער-נעט
וואס האט דעם פילטער וואס דער מרחק איז די גאנצע
מעגליכקייט אז מ'זאל נכשל ווערן חלילה וואס מ'איז
נכשל געווארן עד היום.
אבער אפילו דעם אינטער-נעט מיט א פילטער דעתינו
על דעת תורה
אז מען זאל אים נישט ברענגען אין שטוב,
נאר צו מקום עבודה כדאי מונע צו זיין מכניס זיין דעם
אינטער-נעט אין א אידישע שטוב.
אויב חלילה וחלילה עס טרעפן זיך נאך פורצי גדר וואס
וועלן נישט מרחק זיין דעם אנדזשעקס?? דעם אסון פון
אינטער-נעט, איז א איסור גמור על פי התורה אריינצוגיין
אין זייער שטוב!


דער איסור פון השתמשת באינטער-נעט איז א גדר
בצורה סיי אויפן קאמפיוטער, הן דורכן טעלעפאן, הן
מתוך אלע כלים וכלים שונים! א דבר פשוט אז די אלע
גדרים זענען נישט קיין חומרא וחסידות נאר חובה על פי
התורה על כל אדם בישראל,
הירא והחרד לדבר ה'! און
ווער ס'איז נישט מקבל אויף זיך די גדרים איז ער א פורץ
גדר מיט אלע תוצאות פון א פורץ גדר וואס די תוה"ק
האט קובע געווען.
און ס'איז א באזונדערע חוב אויף די אידישע
עלטערן, אויף טאטעס און מאמעס משגיח צוזיין און
בודק צוזיין די קינדער די ילדים מ'זאל נישט
אריינברענגען די נוגע פון אינטער-נעט בלא פילטער!
דער זעלבער איסור און די זעלבע חוב איז חל אויף דעם
מוסד החרדים, די ישיבות גדולות די ישיבות קטנות, בתי
חינוך לבנות בנות ישראל הצניעות, אז ס'ליגט אויף די
הנהלת המוסדות די הנהלת הישיבות אויף די ראשי
ישיבות און אויף די מרבצי תורה א חוב גדול אז ס'זאל
נישט נמצא ווערן די חבורא פון די תלמידים, אפילו איין
תלמיד… וואס איז מנוגע וואס ער איז איינגעגריפן פון
דעם באציל פון דעם חיידאק פון אינטער-נעט! וואס
דער איינער תלמיד קען זיין א גורם אריבערצוברענגען
דאס צו די אנדערע תלמידים!
א איסור גמור אויף מוסדות חרדים מ'טאר נישט
ארייננעמען א תלמיד פון א משפחה וואס איז מחזיק א
אינטער-נעט באיסור! א איסור גמור אויף די מוסדות
החינוך פון אידישע טעכטער אז זיי טארן נישט
ארייננעמען א תלמידה וואס קומט פון א משפחה וואס
מ'איז נישט מקפיד מ'איז פורץ גדר אין דעם אינטער-
נעט!


איך פארשטיי אז א טייל קוקן אן אזא פסק, און זאגן wow אזא שארפער פסק, איך גיי שוין פאלגן.
אבער א טייל, אינקלאדינג איך, זאגן, זייער שארף אבער פון וואו נעמסטו עס?

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 6, 2012 1:00 am

· #16360
איינער

ווער ביסטו? ווער ביסטו בכלל צי פרעגן קשיות? רב וואזנער איז שכינה מדברת מתוך גרונו.
קשיות האסטו??? תיריצם איז עס....פאר דיינע גשמיות.
זייט ווען דארף א גדול הדור מסביר זיין פאר יעדם זיין פסק.
עין תחת עין פארשטייסטו שוין פארוואס ס'קעען נישט מיינען כפשיטו?
אונז האמיר אלטס געוויסט ....

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 6, 2012 1:07 am

· #16363
איינער
נולד מאוחר
נאך א ראי' אז רב וואזנער פסק, איז נישט הלכה'דיגע פסק.

תיקון טעות

מיינסט צי זאגן אז רב וואזנער האלט אז סאיז יא הלכהדיג? אדער די מיינסט נאר צי מתקן מיין לשון?

DotCom » מיטוואך יוני 6, 2012 8:43 am

· #16372
רב וואזנער זאגט קלאר אז עס איז הוראה און הלכה, וויזוי קען מען דאס אויפטוישן אלס השקפה? אגב, רב וואזנער איז זייער שיין מבאר אין זיינע ווערטער פון ווי ער נעמט עס, ער אסר'ט אונז זיך צום באנוצן מיטן אינטערנעט אן א פילטער אלס גדר צו מרחק זיין דעם מענטש פון אן איסור, וואס דאס איז די אויפגאבע פון די רבנים אין יעדן דור, וויפיל בענדער ספרים דארף ער מחבר זיין כדי מסביר צו זיין די זאך,? אזאך וואס איז שוין הונדערטער מאל אויסגעשמועסט אין ש"ס? גאנץ תושבע"פ איז פול מיט גדרים וסייגים, וואס דאס האבן די אידן נישט געוואלט מקבל זיין ביי מתן תורה דעריבער איז געווען כפה עליהם כגיגית כמבואר במדרש?

די רבנים אין יעדן דור האבן א חיוב צו מאכן גדרים וסייגים און ע"פ התורה זענען די אידן מחויב צו פאלגן, אז איינער וויל נישט איז נישט, ג-ט האט אונז געגעבן א בחירה און בזמן הזה קען עס קיינער נישט אוועקנעמען, אבער אויב איז מען בוחר צו זיין א צוריקגעבליבן נעבעכדיגן תורה'דיגן איד דארף מען צאלן א פרייז דערפאר, ווערי סימפל.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 6, 2012 9:12 am

· #16380
Dotcom
זאג מיר די האלטס באמת אז על פי הלכה טאר מען נישט אריינטרעטן אין א הויז ווי ס'געפינט זיך אינטרנט?
וואלסט עס ציגעלייגט צי די ועל חטא ליסט?
קאמאן.

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 6, 2012 9:19 am

· #16381
נולד מאוחר
איינער

ווער ביסטו? ווער ביסטו בכלל צי פרעגן קשיות? רב וואזנער איז שכינה מדברת מתוך גרונו.
קשיות האסטו??? תיריצם איז עס....פאר דיינע גשמיות.
זייט ווען דארף א גדול הדור מסביר זיין פאר יעדם זיין פסק.
עין תחת עין פארשטייסטו שוין פארוואס ס'קעען נישט מיינען כפשיטו?
אונז האמיר אלטס געוויסט ....


וואס איז הרב וואזנער'ס פסק הלכה אנדערש ווי א מימרא פון אביי ורבא. ווען א תנא אדער אמורא זאגט עפעס מעג מען פרעגן, אבער ווען א היינטיגער גדול זאגט טאר מען נישט?

איז דיין טענה אויך שייך צו זאגן אויף "מהיכן דנתני"?

שרייבער » מיטוואך יוני 6, 2012 9:34 am

· #16384
אז דו ביסט א רב א תלמיד חכם (איך וועל זיין צופרידן אפילו ביסט נישט אזוי גרויס ווי אים) האסטו אפשר רעכט צו פרעגן מהיכן דנתני, און פרובירן צו קריגן און פסק'נען אזוי פאר ווער ס'וויל דיך פאלגן

אבער אויב ביסטו סתם א עמך איד, בנוסף וואס דו האסט דיינע אייגענע נגיעות ווייל דו באנוצט זיך דערמיט, ווער ביסטו אריינצורעדן

דו האלטסט אז יעדער וואסער טרעגער בימי התנאים האבן געקענט פרעגן אויף אביי ורבא

משה געציל » מיטוואך יוני 6, 2012 9:36 am

· #16385
פרובירן צו פארשטיין די עמקות פון אביי ורבא איז נישט געמאכט פאר פשוטע אידען היינטיגע צייטען?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 6, 2012 9:46 am

· #16386
שרייבער
אז דו ביסט א רב א תלמיד חכם (איך וועל זיין צופרידן אפילו ביסט נישט אזוי גרויס ווי אים) האסטו אפשר רעכט צו פרעגן מהיכן דנתני, און פרובירן צו קריגן און פסק'נען אזוי פאר ווער ס'וויל דיך פאלגן

אבער אויב ביסטו סתם א עמך איד, בנוסף וואס דו האסט דיינע אייגענע נגיעות ווייל דו באנוצט זיך דערמיט, ווער ביסטו אריינצורעדן

דו האלטסט אז יעדער וואסער טרעגער בימי התנאים האבן געקענט פרעגן אויף אביי ורבא



זע משה געציל'ס ענטפער.

"מהיכן דנתוני", הייסט עס, איז געמאכט געווארן נאר פאר רבנים?

שרייבער » מיטוואך יוני 6, 2012 9:51 am

· #16388
משה געציל
פרובירן צו פארשטיין די עמקות פון אביי ורבא איז נישט געמאכט פאר פשוטע אידען היינטיגע צייטען?

ס'איז דא א מעשה א איד האט ארויסגעגעבן א ספר צו פארענטפערן אלע וצ"ע פון רבי עקיבא איגער, און ער האט עס געברענגט פאר רעק"א (דאכט זיך) און ער האט געזאגט איך האב פארענטפערט אלע וצ"ע אויסער איינס, האט ער אים געזאגט, די איינס וואס דו האסט נישט פארענטפערט דאס האסטו פארשטאנען, די אנדערע האסטו ניטאמאל פארשטאנען

פארשטייסט לענינינו, ודוק

*
פשוט האקט, לענ"ד איז מהיכן דנתני שייך ביי א דין תורה, ווען א רב זאגט אבער א פסק הלכה בעניני איסור והיתר ואורח חיים דארפסטו אים פאלגן אפילו דו פארשטייסט נישט, ווייל מיר פארשטייען אויך נישט אלע תקנות חז"ל

נאר וואס, איך פארשטיי מיר לעבן היינט אין א דור וואס רבנים נעמען ענטווענטעזש פון אונז, אדער בעסער געזאגט עסקנים רייטן אויף רבנים און מאנעווירן זיי צו אסר'ן זאכן, לענ"ד אין אזא פאל קענסטו קוקן, אויב האסטו א רב א תלמיד חכם וואס געט דיר א היתר, און דיין ארימע דעת זאגט אז מען קען נישט אזא זאך אסר'ן, און פארלאזט זיך אויף יענעם רב המתיר, לכאורה וועסטו האבן וואס צו ענטפערן ביים בי"ד של מעלה

אויב אבער איז עס א זאך וואס קיין איינער איז נישט מתיר, ווער ביסטו צו גיין קריגן אויף א רב בישראל

gehlungen » מיטוואך יוני 6, 2012 9:55 am

· #16389
נולד מאוחר
וואס פארקויפן די עסקנים אנדרש ווי מ'האט געזאגט ביים כינס?

They are saying now that in the house is no problem to have internet (for business purpose only)with a filter. 😛

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יוני 6, 2012 10:00 am

· #16390
שרייבער
פשוט האקט, לענ"ד איז מהיכן דנתני שייך ביי א דין תורה, ווען א רב זאגט אבער א פסק הלכה בעניני איסור והיתר ואורח חיים דארפסטו אים פאלגן אפילו דו פארשטייסט נישט, ווייל מיר פארשטייען אויך נישט אלע תקנות חז"ל


אמת. כ'האב נאר געוואלט מאכן א פאינט אז "ווער ביזטו" איז נישט קיין טענה אין אידישקייט. עס דערמאנט אביסל אינעם "מי שמך".


שרייבער
נאר וואס, איך פארשטיי מיר לעבן היינט אין א דור וואס רבנים נעמען ענטווענטעזש פון אונז, אדער בעסער געזאגט עסקנים רייטן אויף רבנים און מאנעווירן זיי צו אסר'ן זאכן


א גערעדאכץ 😲


שרייבער
אויב האסטו א רב א תלמיד חכם וואס געט דיר א היתר, און דיין ארימע דעת זאגט אז מען קען נישט אזא זאך אסר'ן, און פארלאזט זיך אויף יענעם רב המתיר


און אויב איך אליין האב דורכגעלערנט יענעם סימן אין שלחן ערוך און געזען דארט אז איך מעג, איז שלעכט? און ווער איז יענער "רב תלמיד חכם" אז ער זאל קענען מחולק זיין מיט הרב וואזנער, וועלכער איז לכאורה פיל גרעסער פון אים?

DotCom » מיטוואך יוני 6, 2012 10:26 am

· #16397
נולד מאוחר
Dotcom
זאג מיר די האלטס באמת אז על פי הלכה טאר מען נישט אריינטרעטן אין א הויז ווי ס'געפינט זיך אינטרנט?
וואלסט עס ציגעלייגט צי די ועל חטא ליסט?
קאמאן.


צו די ועל חטא ליסטע וואלט איך עס נישט צוגעלייגט ווייל עס ליגט שוין דארט עטליכע מאל, בעיקר ועל חטא וגו' מכת מרדות וואס ס'גייט ארויף אויף איסורי דרבנן. אבער רב וואזנער אסר'ט נאר ביי א איד'ס הויז וואס איז א פורץ גדר עיי"ש, סא דו דארפסט אליינס דן זיין ווען דו מעגסט יא אדער נישט, א גויאיש האטעל אדער אינטערנעט קאפע איז פשטות נישט קיין שום שאלה.

רב פשוט- אוודאי מעג מען פרעגן און מ'מוז פרעגן, ס'ווערן געברענגט עונשים אויף די וואס פרעגן נישט, ווייל אזוי קען נאך ח"ו נשתכח תורה מישראל, אבער קודם מוז מען פאלגן און דערנאך קען מען פרעגן, און די הגדה פרעגן ביידע די חכם און די רשע, פארן חכם ענפערט מען ווייל ער וויל פארשטיין, משא"כ פארן רשע איז הקהה את שיניו ווייל ער זאגט לכם ולא לו, פארשטייסט די חילוק.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 10:38 am

· #16404
אויפן פסק פון רב וואזנער גופא רעד איך יעצט נישט - ער האט קלאר געזאגט אז ער אסר'ט דאס וואס ער אסר'ט מכוח פריצת הגדרים.

אבער לגבי די עצם שמועס צו אן עמך יוד מעג פרעגן אויף א פסק "מהיכן דנתוני", ס'איז ברור אז יא. תורה הוא וללמוד אני צריך איז א פשוט'ע יסוד בתורה. מעולם לא שמענו א תשובה ספר מיט פסקי הלכות אן קיין הסברים ונימוקים פאר יעדעם צו זען. אפילו דער מחבר האט באזירט זיין שו"ע אויף א ב"י און אנגעווארנט אז מ'זאל זיך נישט דערוואגן ארויסנעמען א הלכה אן נאכקוקן אין ב"י. דאס איז מעולם געווען די דרך הפסק ביי אונז אידן און א רב וואס קומט פסק'נען הלכות אן געבן נימוקים איז נישט דא לכאורה קיין שום סיבה צו זיין סר למשמעתו. (די איינציגסטע אויסנאם איז ווען די רב זאגט אז ער איז גוזר אזוי בגזירת מרא דאתרא ווייל ער האלט אז דאס פעלט זיך אויס לצורך הציבור).
און פרעגן מהיכן דנתוני האט נישט קיין שייכות מיט זיך "קריגן" אויפן פסק. מ'קען אויספאלגן א פסק און נאך אלץ פרעגן וואס איז די מקור, יסוד און נימוק פון דעם פסק.

משכיל » מיטוואך יוני 6, 2012 10:54 am

· #16410
געהערט בשם א פוסק אז א רב פון איין שטאט קען נישט מאכן קיינע גזירות אויף אן אנדערע שטאט

DotCom » מיטוואך יוני 6, 2012 11:01 am

· #16411
משכיל
געהערט בשם א פוסק אז א רב פון איין שטאט קען נישט מאכן קיינע גזירות אויף אן אנדערע שטאט


דאס איז ביי א לאקאלע שאלה וואס איז נוגע נאר די מענטשן פון יענע שטאט קען א צווייטער רב זיך נישט אריינמישן, אבער אוודאי קען א רב פסק'נען געוויסע זאכן וואס איז נוגע יסודות הדת, און שייך פאר גאנץ כלל ישראל.

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 11:44 am

· #16422
פאר איך שליידער אריין מיין צוויי צענט, לאמיר קלאר מאכן: איך האב אינטערענט אין אפיס און אינדערהיים. כ'האב קאמפויטערס און סמארטפאנס און טעבעלטס, אלעס מיט אינטערנעט. און קיינער גייט דאס מיר נישט אוועקנעמן. כ'בין מיין אייגענע מאן און מאך מיין אייגענע החלטות. מיין רב און מורה הוראה, א ת"ח גרעסער פון רוב אדמורי"ם אויפן כינוס קו"ק, האלט אז מ'טאר נישט אסר'ן אינטערנעט, אבער פארט איז ער געווען ביים כינוס פאר "פיר פרעשור". איך בין פערצואל נישט געגיינגען צום כינוס (הגם ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט פון אן אנטראפאלאגישע שטאנדפונקט), אבער א טאג נאכן אסיפה האב איך צום ערשטן מאל ארויפגעלייגט קעי 9 פילטער אויף מיינע טעכנעלאגישע כלים און געפילטערט א קאטאגאריע ווי איך פערזענליך האב ממילא נישט געהאט קיין אינטערעסע און כ'האב געשפירט "פארוואס נישט?" כ'האב נישט וואס צו דערלייגן און א מאראלישע גדר איז געזינט פאר מיר און פאר מיין שטוב. כ'האב בכוונה נישט געניצט קיין פילטער וואס איז אינטער א אידישע קאנטראל און אויסגעשטעלט צו מיסברויכן. הרב וואזער'ס פסק איז מיר נוגע גענוי ווי אלע אנדערע אינטערענט פסקים אין א"י פון די לעצטע צען יאר, ס'איז מיר בערך אין די קאטאגאריע פון די תשובות היתרים להלכה פאר פרויען-הויזן: ס'איז נישט מיין סטאנדארד און ס'אינטערעסירט מיך נישט. כ'האלט נישט ביים אריינלאזן מוסדות התורה אין מיין פריוואטן תחום און כ'האף אז זיי וועלן נישט פרובירן. מיין אדמו"ר פון די חסידות אין וועמען'ס מוסד מיינע קינדער ווערן ערצויגן פרעגט מיך נישט אויב די קוויטעל געלט האב איך פארדינט פון געפילטערטע אינטערנעט, און כ'האב נישט געהערט אז ער זאל סיי וועמען האבן צוריקגעבן קוויטעל געלט צוליב דעם (כאטש רבנים און כלי קודש ברויכן זיך האלטן אויף אן העכערן סטאנדארד...) מסתם האט אים זיין גבאי מסביר געווען אז בענק אוו אמעריקע אקצעפטירט עס ממילא.

בנוגע די באזיז פון א "איסור" דורך א גדול, פוסק, שטאט'ס רב, שיינע איד, רביש אייניקעל, וועד החינך, מקוה איד אדער שול שמש - ס'איז אלעס אירעלעווענט. מ'ברויך פארשטיין מיר לעבן אין אן "עסקנים" עפאכע. די עסקנים זענען אזוי ווי לאביאיסטן אין קאנגרעס. זיי שרייבן געזעצן, איבערצייגן געזעץ געבער עס צו שטיצען (מיט גיטן אדער מיט פרעשור), טרייבן אויף פי אר ביים ציבור, פארפלייצן די מידיא מיט טאלקינג פאונטס. די פראבלעם איז אז ס'איז דא עסקנים בלויז לאיסור. ממילא די ציבור און רבנים וואס זענען פאר מער שכל און היתר, שווייגן א שווייגעניש. ס'איז שוין צייט אז ס'זאל זיך יאווען א לאבי פאר די ציבור וואס וויל לעבן א לעבן ע"פ תורה וואס ווייסט אויך פון היתרים. ווילאנג דאס וועט נישט געשעהן, וועט מען טרעטן אויפן ציבור - אונטערגעשטיצט דורך די מוסדות און שידוכים סטראשע. אמאל וועט מען ניצן פסקים, אמאל קאווע, אמאל כיבודים, אמאל פראטעסטן.

צו פארשטיין די עסקנים עפאכע, פאדערט זיך א לענגערע שמועס, בעיקר א שטודיע אין היסטארי פון אמאל און פון די לעצטע ניינציג יאר.

כ'וועל פרובירן צו ביילייגן א ביבליגראפיע פון נתן סליפקין'ס עסיי אויף חרידיזים. מ'קען דארט געפינען גיטע ביכער וואס אנאליזירן די אישו באריכות.
📎 Bibliography - The Making of Haradim.pdf

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 11:54 am

· #16424
DotCom
John Doe
שלמה_דיין
מי שיש לו מוח בקדקדו ועינים בראשו וועט קלאר זען ווי די עסקנים טוען פארפירן דעם עולם נגד דעת תורה מיט ביליגע הכרזות.

ביים אסיפה האבן די דרשנים מסביר געווען אז דאס וואס ווערט אנגענומען אדער ארויסגעזאגט ברוב עם האט א ספעציעלע תוקף.

ברוב עם האט רב וואזנער קלאר געזאגט אז אויף אינטערנעט אין שטוב העלפט נישט א פילטער.

ברוב עם האט רב וואזנער פארלאנגט אז מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער וואס האבן אינטערנעט אין שטוב.

ברוב עם האט רב סגל פארלאנגט אז אידן זאלן נישט זוכן פרנסה אויף די אינטערנעט.

סארא חוצפה פארמאגן דאס די פלאקאטן שרייבער! וועם איז נוגע די גרויסע פלאקאטן אין די גאסן און וואס די עסקנים שרייבן דארט איז די החלטת הכינוס?

זענען מיר דען שוטים? זענען מיר דען נישט אליין געווען ביים כינוס און געהערט? איז דען ביים כינוס געווען אומגעענטפערטע פראגעס וואס דערויף קומט א החלטת הכינוס פינף טעג שפעטער?

באקומען יעצט גרויסע פלאקאטן און רעקלאמעס וואס טראגן אויף זיך די ווערטער "אסיפה" "כינוס" די זעלבע דין ווי די אסיפה זעלבסט? און אויב לייג איך שלמה דיין ארויס גרעסערע פלאקאטן טיטולירט "החלטת הכינוס" אז אינטערנעט איז מותר פאר יעדן מיט א פילטער און לצורך גדול אן א פילטער, ווערט דאס יעצט די החלטה פון די אלע פופציג טויזענט באטייליגטע?


די פארברעך גייט נאך אסאך ווייטער און אויף א יסודיות'דיגן שטאפל. לויטן כוזרי (ווי מ'האט שוין געשמועסט אין אן אנדערן אשקול) מוז מעמד הר סיני זיין אמת ווייל מ'קען נישט פארקויפן פאר טויזענטער מענטשן א שקר. דא ווייזן די עסקנים אז מ'קען חלילה יא. מ'שפילט זיך מיט זעכציג טויזענט מענטשן'ס עדות ווי מיט א יאו יאו. די פאקטן האבן פשוט זיך שוין געטוישט ווייל די עסקנים האבן אזוי געוואלט, סוף פסוק. איי דער כוזרי? ס'גייט זיי אהן אין די לינקע פיאה, מ'רעדט דאך דא פון הצלת הדורות!



לויטן כוזרי איז נאר דער עצם מעמד הר סיני וואס מוז זיין אמת צוליב'ן ריבוי עם, דא איז אויך יעדער מודה אויפן מעמד.

אבער ביסט גערעכט מיט דעם אז עסקנים פארדרייען די ווערטער וואס די רבנים האבן געזאגט, און מאכן אייגענע החלטות וכו' געמיינע אינגען די חברה.


כ'האב יענע וואך געטראכט גענוי דאס: דאס איז א שפיל מיט פייער! מ'צייגט פאר טויזענטער אידן אז אפי' אין די פארגעשריטענע אינפארמאציע עידזש, אפי' ס'זענען דא טויזענטער אידן וואס זענען געווען ביים כינוס, ס'איז דא יוא טוב ווידיאו פון די דרשות, ס'איז דא טעקסט פון די דרשות, אפי' יעדער האט מיטגעהאלטן אז קיינער האט נישט געוויסט פאראויס וואס מ'גייט אנאנסירן ביים כינוס - אעפ"כ קען מען פאר אונזערע אויגן אונז, אנחנו אלה פה היום כולנו חיים, מסביר זיין מיט כל מני געקינצעלטע ווערטער, געשניטן לויטן פארלאנג פון יעדען שטיבל ווי די ספעציפישע פלאקאט הענגט, וואס גענוי אונז האמיר געהערט. מ'איז אונז מסביר אז ס'איז געווען א כינוס ווי מ'האט זיך "אונטערגענומען" תקנות. בשעת וואס קיינער האט נישט געוויסט וואס מ'גייט דארט טוהן.

און עולם גולם כאפט נישט. וואספארא איינדרוק קען דאס מאכן אויף א איד בנוגע די מעגליכקייט פון אנרעדן די מענטשליכע מוח? רח"ל!

שרייבער » מיטוואך יוני 6, 2012 12:00 pm

· #16426
נו, דער כינוס איז דאך געווען גענוי ווי מתן תורה כאיש אחד בלב אחד, און ס'איז געווען ווי דער מדרש זאגט קול ה' בכח לפי כחו של כל אחד ואחד, יעדער האט געהאט לויט זיין ערך, עיין ייטב לב יתרו
בלאט: 1 2 3