☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

די הלכה'דיגע פסקים אויף דעם אינטערנעט

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #739
בלאט: 1 2 3

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 12:08 pm

· #16428
שרייבער
נו, דער כינוס איז דאך געווען גענוי ווי מתן תורה כאיש אחד בלב אחד, און ס'איז געווען ווי דער מדרש זאגט קול ה' בכח לפי כחו של כל אחד ואחד, יעדער האט געהאט לויט זיין ערך, עיין ייטב לב יתרו

די פראבלעם איז אז די פלאקאטן צווינגן ארויף אן ערך אויף יעדן לויט די ספעציפישע עסקן'ס געשמאק...

משכיל » מיטוואך יוני 6, 2012 1:00 pm

· #16430
אזא פנים האט אונזער עולם, מען שלאפט א זיסן שלאף און מען לאזט די עסקנים רודערען און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג, זיי פארשלעפען אן אסיפה געצוונגען מיט טעראר און אויך מיט דעם כח פון אדווערטייזמענט פון שווערע געלטער, פלוצלונג דערזעהט מען זיך מיט אן אטאמישע עקספלאשען,

עס איז געגליכען צו די אלטע מייז כאפערס וואס מען האט געלייגט א שטיקל קעז אדער סאלאמי אינטער א ספרינג און ווען דער מייזל האט אריינגערוקט זיין קאפ צו עסען פלוצלונג האט דער אייזן געגעבן א שפרינג און איהם געגבען אין קאפ אריין,

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 6, 2012 1:16 pm

· #16433
משכיל

משכיל. די מייזעלעך האבן א טשויס נישט צו גיין אינעם כאפער. אונזער עולם שלאפט שוין גארנישט, נאר מיר האבן נישט קיין ברירה. די מוסדות האבן די גאנצע קאנטראל אויף אונז. אויב האסטו א עצה, טא לאמיר הערן.

קאמפלעינען קען יעדער.

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 1:35 pm

· #16437
מיר זענען ווארשיינליך אריין אינעם מויזן כאפער מיטן יארן צוריק, ווען אונזערע זיידעס האבן זיך נאך געשניטן די בערד און צעהלימע רב האט געפירט וויליאמסבורג.

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 1:53 pm

· #16442
בנוגע פאטענציאל מיסברויכן, נאדיר וואס כ'האב באקומען פון א חבר:

lets just imagine for a second,that the entire Jewish community from Lakewood to Monroe, including Passaic NJ, and of course Williamsburg, all have filtered Internet, and of course the filters are only from the 2-3 himeisha approved companies like Jnet and not those tumana goyishay companies like K9..

these himisha companies can easily be manipulated by the Rabunem (i.e. ppl like Hershal Klar Tzimmerman Etc) and if they want they make 1 phone call and a website like VIN is blocked from every Jewish household in 1 minute. they can use this power to control which news VIN should post, and even if they should approve ALTERG's comments.

now lets take it a step forward, imagine Mr Gotlieb decides to call up Yeshiva world and tells him if u don't pay me $5000 a month i will shut you down.......or Sklena rabba's Gaba decides to publish a Dvar torah from Sklena Rabba and he wants all major news outlets to publish it or............ and if Mordcha Duvid's ppl decide that Bentsion's Kehila can not be called BOBEV anymore...... or rather they can not be covered in any Jewish online newspaper at all or they will be banned and blocked.......and what if Zoly's company decides enough had from the aroinem's Hydepark story's lets shut em or monitor which comments or pages to allow and which comments or pages to block....

לעמיל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:29 pm

· #16450
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר האלט איינער אז הרב וואזנער איז נישט די פוסק הדור???? מיינט איינער אז ער רעדט זאכען אין די וועלט אריין??? אז ער זאגט אז מוסדות טארען נישט אריין נעמען קינדער וואס די עלטערען האבען נישט געפילטערטע אינטערנעט ווייסט ער וואס ער רעדט אין אזוי דארף מען טין

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:35 pm

· #16454
לעמיל
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר האלט איינער אז הרב וואזנער איז נישט די פוסק הדור???? מיינט איינער אז ער רעדט זאכען אין די וועלט אריין??? אז ער זאגט אז מוסדות טארען נישט אריין נעמען קינדער וואס די עלטערען האבען נישט געפילטערטע אינטערנעט ווייסט ער וואס ער רעדט אין אזוי דארף מען טין

צוויי שאלות:
וואס מיינט (דהיינו, וואס איז די דעפעניציע פון) פוסק הדור?
ווער באשליסט אדער וויאזוי ווערט באשלאסען ווער עס איז פוסק הדור?

לעמיל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:39 pm

· #16456
די האלסט נישט אז הרב וואזנער איז איינס??? אויב האלסטו אז נישט איז א שאד זיך צו טענען אינז וועמער במילא נישט אונקימען אין ערגעץ

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 3:41 pm

· #16457
לעמיל
די האלסט נישט אז הרב וואזנער איז איינס??? אויב האלסטו אז נישט איז א שאד זיך צו טענען אינז וועמער במילא נישט אונקימען אין ערגעץ

אלישב איז צוויי, שטיינמאן דריי, קניבסקי פיר, יוסעף פינעף, איבראן פון וומ'ס זעקס. שבעה מי יודע? ר' משה פיינשטיין'ס פסקים זענען בינדענד פאר דיר?

און ווי יודל האט געפרעגט, וויאזוי ווערט מען פוסק הדור? ווי אין הלכה איז דא אזא באגריף?

יידל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:47 pm

· #16459
יא, רב וואזנער איז פוסק הדור. לעמיל, ביטע שיינע זאג מיר וואס מיינט פוסק הדור?

לעמיל » מיטוואך יוני 6, 2012 3:51 pm

· #16462
פוסק הדור מיינט א איד וואס פסקנ'ט שוין שאלות פאר אזויפיל יארען און גאנץ כלל ישראל רעכענט זיך מיט זיין פסק ( חוץ אפאר חברה פין קאווע שטיבל)

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 6, 2012 3:56 pm

· #16465
לעמיל
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר האלט איינער אז הרב וואזנער איז נישט די פוסק הדור???? מיינט איינער אז ער רעדט זאכען אין די וועלט אריין???

יא, אסאך עסקנים האלטן אזוי. פון אינסייד סארסעס הערט מען אז זיי זענען היבש אנטוישט פון זיין שטרענגן פסק, וואס איז געווען העכער ווי ערווארטעט ביי רוב עסקנים. אנדערש ווי אפגעשמועסט לכתחילה. און מ'ארבעט אויף אים צוריקצוציען. און ער וויל נאך נישט....

יואליש » מיטוואך יוני 6, 2012 3:57 pm

· #16466
לעמיל
פוסק הדור מיינט אי איד וואס פסקנט שוין שאלות פאר אזויפיל יארען אין גאנץ כלל ישראל רעכענט זיך מיט זיין פסק ( חוץ אפאר חברה פין קאווע שטיבל)

וועם רעכענסטו אריין אין דיין "גאנץ" כלל ישראל? און ווען מיין גאנצע בילדונג נעמט אן זיין פסק, בין איך מחיוב? (כ'וואוין אין די פראזשעקס...)

ווען הרב וואזנער האט צוריקגעצויגן פון זיין איסור אויף בעלז האט עס איינעם געקיצעלט? ווען הרב וואזער (אן עקסעלענט פאליטיקאנט, דרך אגב) צייגט אומגעהויערטע חביבות צו ר' אהרן פון סאטמאר, צוקראצט עס די חסידים פון ר' זלמן? איינער האט שוין געפרעגט פריער, ווען ער הייסט די צוויי ברודער פון סאטמאר ארויסגיין פון ערכאות, פאלגן זיי? פארוואס הייסט ער נישט, ער איז דאך דער פוסק הדור?

איינער » מיטוואך יוני 6, 2012 7:41 pm

· #16504
יואליש
הרב וואזער'ס פסק איז מיר נוגע גענוי ווי אלע אנדערע אינטערענט פסקים אין א"י פון די לעצטע צען יאר, ס'איז מיר בערך אין די קאטאגאריע פון די תשובות היתרים להלכה פאר פרויען-הויזן: ס'איז נישט מיין סטאנדארד און ס'אינטערעסירט מיך נישט.

די פסק אויב ס'איז דיר יעצט נישט נוגע, דאן געב עס א פאר טעג/וואכן און עס וועט דיר שוין איינמאל נוגע זיין, די זעלבסטגעקרוינטע אפוטרופוסים פון כלל ישראל ארבייטן זייער שווער אז עס זאל דיר שוין איינמאל נוגע זיין, און ביזדערווייל מיט גרויס סוסקעס. דאס איז נישט סתם א פסק נאר אן אטאם באמבע (קרעדיט:משכיל).

דבילה » מיטוואך יוני 6, 2012 9:57 pm

· #16516
משכיל
אזא פנים האט אונזער עולם, מען שלאפט א זיסן שלאף און מען לאזט די עסקנים רודערען און מען מאכט זיך נישט וויסענדיג, זיי פארשלעפען אן אסיפה געצוונגען מיט טעראר און אויך מיט דעם כח פון אדווערטייזמענט פון שווערע געלטער, פלוצלונג דערזעהט מען זיך מיט אן אטאמישע עקספלאשען,

עס איז געגליכען צו די אלטע מייז כאפערס וואס מען האט געלייגט א שטיקל קעז אדער סאלאמי אינטער א ספרינג און ווען דער מייזל האט אריינגערוקט זיין קאפ צו עסען פלוצלונג האט דער אייזן געגעבן א שפרינג און איהם געגבען אין קאפ אריין,

א בילד פונ'ם הייליקן ר' ישעי'לע קען אפשר העלפן?

📎 reb-shayeleh-kerestirer-150x114.jpg

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:31 am

· #16542
דער אמת איז, די פאקט אז גאטלוב האט נישט ציגעשטעלט אן היכן דנתנוי קינטרס ווייזט פינקטלך וואספרא עם חכם ונבון מיר זענען.
לאמיר זיך נישט נארן די סיבה פארוואס די מהיכן דנתנו עקזיסטירט נישט, איז ווייל די עסקנים פארשטיין אז 'דער עולם' דארף עס נישט. ווען דאס וואלט גאהאלפן פאר די מערכה וואלט עס געהאנגן איוף אלע גאסן. זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט א בריאה יש מאין. אזוי ווי ויואל משה לויט די לאנד ליבהאברס, אדער די ספרים פרא איזריעל לויט די סאטמרע.
וויכטיג איז געווען צי האבן יעדע וואך א נייע קאלערפאל פיקטשיר מיט דינרן בליצן אין ריזגע טעקסט 'ובאו כולם'
'עמלק' וכו, דאס האט גשלעפט 'דעםעולם' . מהיכן דנתוני בירור איז א שאד די געלט. ספאלט מיטאמאל ביי פאר'ן עולם עס צי פארלאנגן.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 7, 2012 8:28 am

· #16553
לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 11:25 am

· #16580
שרייבער
לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?

chasid » דאנערשטאג יוני 7, 2012 11:27 am

· #16581
שרייבער
לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט אן א פילטער איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

ל'יידער זענען נישט אלע אונזערע קאלעגעס דא אין קאווע שטיבל מודה צו דעם יא

געפילט פיש האקט, אה דא האסטו...

משכיל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 12:20 pm

· #16584
אלע קלוגערע רבנים זיינען געווען קעגען די אסיפה, אז עס וועט גארנישט אויפטועהן, אסאך האבען געהאלטען אז עס וועט קאליע מאכען, יעצט איז שולט א גרויסע ערבוביא, מען דארף נאך ווארטען וואס די תוצאות וועלן זיין, למעשה איז דאס א ריכטיגע גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה , לעמוד בה מיינט אנהאלטען נאכען טאמעל, דאס הייסט אז אפילו אויב א טייל האבען לעת עתה געמאכט שינוים, במשך הזמן וועט נאר זיין גאר א קליינער טייל וואס וועט אנהאלטען די שינוים,

יואליש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 1:18 pm

· #16607
געפילטע פיש
שרייבער
לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?

אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביזן עגל: קום עשה לנו אלהים אשר ילכו לפנינו, כי זה משה האיש אשר העלנו מארץ מצרים, לא ידענו מה-היה לו.

chasid » דאנערשטאג יוני 7, 2012 2:34 pm

· #16630
יואליש
געפילטע פיש
שרייבער
לאמיר פרעגן א שאלה
זענט איר מודה אז אינטערנעט איז א פראבלעם? (בגשמיות וברוחניות)
יא

האלט איר אז מען דארף עפעס טון דערצו?
יא

די שאלה ווערט נאר וואס מען דארף טון, טענה'ט איר אז מען גייט צו עקסטרעם, נו קום איך צוריק צו אויבן, טרעף א רב א תלמיד חכם וואס האלט גרינגער, נעם אן זיין פסק
און איך טראכט יעצט אזוי, וועסט דאך פרעגן פארוואס א רב? שתי תשובות בדבר, איינס ווייל ער האט א דעת תורה, און צווייטנס ווייל א רב האלט מיט מער פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט ווי סתם א עמך איד

ווי שוין אויסגעשמועסט דא מערערע מאל, די אינטערנעט פער סעי איז נישט שלעכט, נישט בגשמיות, און נישט ברוחניות, פונקט ווי יעדע כלי וואס קען ווערן גענוצט אויף גוט און אויף שלעכט.
און אפילו לשיטתך, אז די אינטערנעט איז בעצם שלעכט, וואס הייסט מ'דארף עפעס טוהן? אונז זעמער ערוואקסענע עדאלטס, וואב ווילן בעצם זיין גוט, והא ראי' די צענדליגע טויזענטע וואס האבן זיך באטייליגט ביים כינוס, סא לאז אונז אויספיגורען ווי אזוי צו זיין גוט! וואסארא מין ארויף צווינגאכטס איז דאס?

טרעפן א רב? קודם כל, גלייב איך נישט אז האבן א רב וואס איז מיט מתיר צו האבן אינטערנעט אינדערהיים גייט עפעס העלפן מיט די קינדער אין די מוסדות, און צווייטענס,
קענסט מיר צווינגען צו טרעפן א רב? טאמער וויל איך עסען א געוויסע הכשר אינדערהיים דארף איך פרעגען רשות? טאמער וויל איך אנהייבן באקן בילקעס פאר חתונות, וואס טראכטן פון בילקעס קען צוברענגען צום ארגסטען כידוע ליודעי חן, ברויך איך אויך האבן פערמישאן?
רבי, איך דארף גיין אין טוילעט.
ניין! פארוואס ביסטו נישט געגאנגען ביי ריסעס?

אשפג!!!

אונזער עולם, בדרך כלל, גלייכט צו זיין אונטערטעניג. מ'דארף נישט טראכטן, מ'וויל נישט טראכטן. מ'וועט טוהן וואס די פלאקאטן זאגן. אויב איז נישט דא פלאקאטן וועט מען טרעפען א רב, א שיינע איד, וואס זאל הייסן וואס צו טוהן. ס'פארנעמט אומזונסטיגע ענערגיע צו טראכטן פאר זיך.

די ערשטע זאך וואס פאסירט ווען ס'עפענט זיך א ביהמ"ד אין א געגענט איז א געשריי "שימה לנו מלך לשופטנו". בעיני ראיתי ווי מענטשן זענען נישט באקוועם צו דאווענען אפי' איין שבת אן האבן א שיינע איד אונטער וועם מ'קען זיך שטעלן, גיבן כיבודים און זיך "שואל עצה" זיין. דאס איז א טראדיציע וואס מיר האבן נאך למעלה בקודש ביז משה רבינו "ויאמינו בד' ובמשה עבדו"

יואליש » דאנערשטאג יוני 7, 2012 3:38 pm

· #16653
חסיד, נעם ביטע ארויס די רויטע ווערטער פון די ציטאט'ס גענזען פיסלעך און לייג עס אלס נופח משלך. ס'איז דא געזעצן וואס גאווערען עטישע ציטאטן אויפירונג.
בלאט: 1 2 3