☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7235
בלאט: 1 2 3 4

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:12 pm

· #225469
אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער
זינט 1982 פאר די לעצטע 32 יאר זיצט זיך דער 64 יעריגער דוב הייקינד אויף זיין פאזיציע אלס אסעמבלימאן פון די 48'טע דיסטריקט, וואס נעמט אריין בארא פארק, דייקער הייטס, און חלקים פון פלעטבוש.

מ'קען שרייבן און שרייבן אן קיין אויפהער איבער אסעמבלימאן בערל, ועוד חזון... דא האט איר זיין זייטל ווי ער לייגט ארויס זיינע גוטע טאהטן די לעצטע 32 יאר...

יעצט איז אויף די ארענע די קומענדיגע נאוועמבער 4 וואלן ווען דער רעפאבליקאנער דיסטריקט לידער און באקאנטער ריעל עסטעיט לויער, נחמן קאללער גייט לויפן קעגן הייקינד, וואס לויפט פאר ווידערוויילונג צום זיבעצענטן מאל...

ווי עס קוקט אויס גייט דא קומען א היפש שמיציגע קאמפיין, נאכדעם וואס הייקינד האט א ארגענעזירטע גרופע פון שונאים אין די פאליטישע פעלד...

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:56 pm

· #225478
ר' נחמן איז א שיינער ת"ח.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:03 pm

· #225481
איך מיין נחמן לויפט שוין אויך פאר 32 יאר.. אפשר וועט ער יעצט מצליח זיין. ער האט די מעלה אז ער איז נישט א גרינער, ער האט שטארקע פאליטישע קאנעקשינס. איין זאך נאר, אפשר איז ער צו איידל פאר די דזשאב.

shem-tov » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:06 pm

· #225483
נחמן קאלער האט קיין שום טשאנס נישט צו געווינען. ער איז אומערפארן. ער איז אלט און האט קנאפע חן. א חוץ א מעשה וואס ער איז א שוואכלינג און ער גייט נאך ארויסבעקן פונעם פארמעסט אזוי ווי ער האט שוין עטליכע מאל געטאן. הייקינד איז א אינטערסאנטער פארשוין און א געלונגענער פאליטישאן, זיין אפיס איז אפען צו יעדען תושב פון שטאט, דער מענטש איז אלל אווער די פלעיס ער טוט און ער מאכט און ער רוהט זיך נישט אפ. כפארשטיי אז די גאר שטארקע קנאים ווילן אים זעהן אינדרויסן וועגן זיינע מתנחלישע מיינונגען וגם אני בתוכם, אבער דאס האט דאך נישט קיין שייכות מיט זיין רעקארד פון טון פאר די קאמיוניטי. גא הייקינד גא

ארבעס » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:25 pm

· #225489
הייקינד איז א ריכטיגער עוסק בצרכי ציבור אין די היימישע עולם מיז אויסלערנען הכרת הטוב. רבי קאלער אויב וועט ער געווינען וועט ער חרטה האבען ביים ערשטן פאליטישע געראנגעל.
א פאליטישין איז א אומנות. ועכמ״ל.
עס איז נישט צי פארשטיין פארוואס הייקינד פארדינט נישט אינזער הכרת הטוב.
לאמיר הערן פין די עכטע עסקנים נישט פין די הולכי רכיל מעדיקעיד יונגען.

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:29 pm

· #225493
שוין 32 יאר וואס קאללער טוט א עקסעלענד דשאב מיטן לויפן, זאל ער ווייטער האבן הצלחה אין דעם תחום,

כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:23 pm

· #225524
רב נחמן לויפט ביי יעדע וואל פארמעסט, נעמט בריוון פון רבי יחזקאל און דערנאך טשיקנט ער ארויס.
מאך משוגע א צווייטן.

משגיח » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:59 pm

· #228790
ר נחמן גייט שוין ארום מיט זיינע קאמפיין לאזונגען צו דעליווערן פרישע 2000 דירות אין בארא פארק
מען קען באקומען זיין בוקלועט
<!-- e --><a href="mailto:Nachman@caller2014.com">Nachman@caller2014.com</a><!-- e -->

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:18 pm

· #228798
שוטה. 2000 דירות איז א אויפטו? קאנווינץ 250 משפחות צו מאפען קיין סאוט פאלסבערג!

לית דין בר נש » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:31 pm

· #228817
מזה וזה אל תנח ידך!

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:36 pm

· #228819
משגיח
ר נחמן גייט שוין ארום מיט זיינע קאמפיין לאזונגען צו דעליווערן פרישע 2000 דירות אין בארא פארק
מען קען באקומען זיין בוקלועט
<!-- e --><a href="mailto:Nachman@caller2014.com">Nachman@caller2014.com</a><!-- e -->

אבער די מעשה איז אז ר' נחמן קאללער איז שוין באלד רעטייערמענט עידזש. יעצט דערמאנט ער זיך. ער האט שוין נישט די כוחות וואס ער האט געהאט מיט דרייסיג יאר צוריק...!

קאסטנער » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:58 pm

· #230435
אויב די האסט געזען א בילד פין סיי וואס פאר א רבי אין די לעצטע צוויי וואכן האסטוי זיכער באמערקט רב הייקינדס פענימעל

ער שאפט ארום אלל אוואר פין מאנסי ביז קנארסי ער קימט אן צי יעדן מו״ץל עס זעט אויס אז פין עפעס האט ער יא מורא אין פילט זיך נישט אזוי זיכער אויפן טראן

אינטרעסאנט אבער פארוואס ר׳ נחמן זעט מען נישט אזוי פיל נישט ביי קיין נעילת החג טישן פין קלויזנבורג אין נישט ביים סקווערען רבי
הרבה דרכים זיך צי לאזן הערן נא וואס פארשטיי מיר אינז ..

דולה ומשקה » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:01 pm

· #230444
דער קאללער זאל כאטש אראפ נעמען זיין פרצוף פון די אלע פאוסטערס, ער שטייט דארט ווי איינער איז אזוי משוגע איינגערעדט אין זיך, אז ער פארמאגט בלויז חכמה און פקחות, ווען איך זעה זיין בילד נעבן "מיין פלאן" זעה איך א פאנטאזיערע מיט א אבנארמאלע בעל דמיון.

Yossy » זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:36 am

· #230509
הרב נחמן קאלער האט אויסגעלייגט צעטלעך אין די שולען ווי ער רעדט זיך אפ אז הייקינד גייט נעגאטיוו קעגן עם אין אויף דעם ארויף רייסט ער ארינטער הייקינד. אינטערסאנטער פאראדאקס ער שרייט אז יענער גייט נעגאטיוו אינדערצייט וואס ער אליין איז דער וואס רייסט אראפ יענעם .. בכלל דע גאנצע זאך פון ציזאגען דירות איז אזא אויסגעדראשאנע טעמע איך קען נישט גלייבען אז איינער גייט נאך פאר דע נאנסענס , יעדעס מאל א פאליטישען לויפט זאגט מען צי דירות אין עולם גולם קויפט די שטותים. סאיז צייט צי זאגען דעם אמת. " סאיז נישט דא קיין housing crisis אין אמעריקא" ,, אין אויב ווילסטי דווקא וואוינען אינטער די מאמעס שירצעל האב איך פאר דיר צוויי עצות אדער מאך א מיליאן דאללער פלאס אין קויף דיך א שיינע גרויסע הויז אין הארץ פין בארא פארק , אדער שווייג אין סטאפ זיך אפרעדען , די future איז נישט בארא פארק אין נישט וויליאמסבורג. איך האלט אז עלטערן האבן א אחריות צי encourage די קינדער צי אויפסעטן shop ערגעץ אנדערש אויב מיינען זיי עכט די טובה פון די קינדער.....

קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:31 am

· #230523
אויב קאללער וויל בויען דירות, זאל ער בויען!
ווער לאזט אים נישט?
זיין אן אסעמבלימען וועט גארנישט גרינגער מאכן צו בויען.
ער ברענגט דאך נידערמאן פאר א ראיה, נו, נידערמאן איז נישט קיין אפישעל בכלל!
קאללער... בוי!... הייב יעצט אן... און 20 יאר ארום וועלן די 2000 דירות זיין פארטיג!

Yossy » זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:34 am

· #230525
אויב איז עס אמת אז ער האט ערלעדיגט דעס אז מען דארף נישט צאלען פאר transportation , איז עס א זאך וואס יעדער האט הנאה , יעדע ראש המשפחה פון בארא פארק .. מען פארגעסט זייער שנעל אבער יעדע משפחה שפארט זיך אפאר טויזענט דאלער א יאר דעס איז ריעל סעווינגס נישט הב טחות .....

גנדי » זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:46 am

· #230529
איך האב געהערט אז מיינע קינדערס מוסדות האט באקומען דאס יאר א פראגראם וואס צאלט פאר טרענספארטעישאן און זיי בעטן מיר נאך אלץ געלט פאר דעם אונטער אן אנדערע נאמען.

chusid » זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:02 am

· #230541
whats this kaller"s goal? whatis he looking for?

איש צדיק תמים » זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:53 am

· #230542
נייע ווידיא עד פונעם קאללער קאמפיין
<a class="postlink" href="http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k">http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k</a>

Yossy » זונטאג אקטאבער 26, 2014 8:42 am

· #230544
איש צדיק תמים
http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k

ווי איז יעדער געגאנגען?

shem-tov » זונטאג אקטאבער 26, 2014 9:40 am

· #230548
נאך אזאנע שטותים שוין לאנג נישט געהערט. מסתם איז ער א געזונטער לץ. ווייסט עמיצער צו דער קאלער פלעגט זיין פורים רב. אויך וואס איז פשט פון דער מיט די ר"ת גאטשעס אין בעט וואס טוט ער דארט ער זעהט אויס ווי ער איז נישט מיט אלעמען

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:32 am

· #230559
איש צדיק תמים
http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k


ראללער ברענגט בילדער אין זיין ווידיא פון 1970'ס כדי מ'זאל פון שטימען פאר איהם אין 2014.

אויב מ'זאל שטימען פאר איהם פשוט ווייל ער 'רעדט' פון אונזערע הויזינג פראבלעמען לאפוקי הייקינד, אויב אזוי קען איך און דיר אויך לויפן, ווייל סתם רעדן קען איך דאך אויך.

פליקער » זונטאג אקטאבער 26, 2014 3:07 pm

· #230586
דעיס איז לכאורה א לצנות פינעם הייקינד קווארטל, קאללער איז פיל קליגער פון אזא יו טוב קליפ, עס מאכט נישט קיין צענט נישט פאר קיין איד און בארא פארק און פארשטייצעך נישט פאר קיין גוי, דעיס איז זיכער עפעס א לץ

בנוגע קאללער, אים אינטערשאצען אלץ א בל דמיון גמור איז נישט שיין, ווען ער איז געוועין א געניטע אדוואקאט וואס האט געטיען ביזנעס אין בארא פארק פאר אזוי פיל יארן

הגם איך האלט אים פאר א בל דמיון ווייל ער לויפט נאר אויפן האוזינג טיקעט, פארוואס רייסט ער נישט אראפ הייקינד פאר אנדערע זאכן ווי הייקינדס ראלע מיט נ"ר און מיט היינס

ער קען וועין זאגן אז דרייצען איז געווארן פון א ביזי שאפינג געטוישט געווארן צי אימצאליגע בעינק וואס שפראצען ארויס ווי הייוון,

ער ברויך זאגן א ווארט צוויי וועיגן קריים, וואס איז זיין פלאן בנוגע די אראבישע שכנים וואס ציען איין די שטריק ארים בארא פארק'ס האלז,

ער איז נישט ממש א בל דמיון ער האט נאר א שטיקל אישו מבחין צו זיין פון א פלאן ביז א ריעלאטי.

קאללער'ס ריעלאטי אין ריעל עסטעיט איז אז ער האט געדזשאבט געלט פון אלע דיוועלאפערס די לעצטע דרייסיג יאר ווען ער איז געוועין די הויפט הארטע געלט ריבות בארגער

חוץ מזה איז איז ער שטארק אימסטאביל ער טוישט גאר שנעל זיינע געניאלע פלעינער וואס האלטן און איין ווידמען אין זיין געניאלען מוח

און דער הייקינד מיט זיין גרויס מאל קריכט שוין אויך אויפ די נערווען, זיין דראנג פאר עטענטשן וואקסט מיט אים מיט שרעקליך,

אויך האלט ער זיך אלס דער ווארט זאגער פאר מדינות ישראל אנלעיגענהייטן, ווען עס קימט צי באשמירן דעים פרעזידענט אלס אנטי סעמיט, בשעת זיין דיסטריקט באשטייט פון א גרויס חלק אנטי ציונים, און קיינער איז נישט נייגעריג אויף זיינע פערזעינליכע מיינינגען.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:56 pm

· #230592
[ציטאט אראפגענומען]

נאר קאללער'ס הבטחות וועיגן דירות, האביך מורא וועט בלייבן הבטחות. ווייל ס'איז זייער א קאמפליצירטער פראצעס, ווען מ'וויל בויען דירות מיט פעדעראלע געלטער, כנוסח די פראדזשעקטס אין וויליאמסבורג און די איסט סייד. והשנית, דאס וועט אויפמאכן די געלעגנהייט פאר נישט-געוואונטשענע עלמענטן אריינצוקומען אין די געיגנט. כידוע. אפשר איז דאס איינס פון די טעמים פארוואס דוב הייקינד האט נישט געטון אין דעי זאך די אלע יארן. ווייל דאס וועט זיכער אראפברענגען פראפערטי וועליוס, און אריינברענגען די אומגעוואונטשענע עלעמענטן אין אונזער געיגנט...!

יין שרף » זונטאג אקטאבער 26, 2014 6:57 pm

· #230612
און די עולם קויפט לאקשן...
1414364070.jpg IMG-20141026-WA0029.jpg

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 26, 2014 7:17 pm

· #230615
מיין פלאן
נחמן קאללער איז נישט באמת אינטרעסירט אין לויפן פארמעסט אדער אפילו צו געווינען, ער וויל בסך הכל פשוט בויען 2000 דירות העכער די באן.

זאל קאללער איבערגעבן זיין טיפזינעדיגע פלאן פאר מר. דוב הייקינד, און אין צוואנציג יאר ארום ווען די הייזער וועלן שוין זיין קבוע על מקומם (נישט נאר אויף פאפיר...), זאל ער דעמאלס אין צוואנציג יאר ארום לויפן און שרייען "עטס זעהטס די אלע הייזער, דאס האב איך געבויעט"...

ואידך, זאל ער לויפן אלס א אסעמבלי מאן ערגעץ ווי אין ליידיגע שטחים, בויען דארט א ישוב, אלס אן אסעמבלי מאן וועט ער דאך זיכער האבן אלע מעגליכקייטן גארנישט וועט איהם שטיין אנוטקעגן, דאן גייט ער אויך קענען לויפן פאר 35 יאר אן אפשטעל.

לאמיר אלע שרייען אינאיינעם: "איי העוו עי פלעאן..."

כוכב » זונטאג אקטאבער 26, 2014 7:21 pm

· #230616
וארא איז אין צען וואכן ארום.

יואב » זונטאג אקטאבער 26, 2014 7:34 pm

· #230620
כוכב
וארא איז אין צען וואכן ארום.

😂 שוין פיין משוגע!

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:30 pm

· #230778
We Are Not For Sale...
📎 B0-8juRIAAE_raB.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:31 pm

· #230779
שיינע הויכע בנינים זענען לאקשן....
📎 B0-8cVTIQAAUzSi.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:32 pm

· #230781
ככה יעשה לאיש...
📎 B0-8R-5IUAAtrUS.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:33 pm

· #230782
מיר זאגן...
📎 B0-8L_cIEAAziC8.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:34 pm

· #230783
ליידיגע הענט...
📎 B0-4J55IgAIRFBr.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:35 pm

· #230784
הייקינד זאגט...
📎 B0-4D09IcAAnBN3.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:36 pm

· #230785
עס רעגענען טע''פ...
📎 B0-3_1jIQAEAQ5n.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:37 pm

· #230786
ווער דארף...?
📎 B0-3_6eIUAApUZz.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:37 pm

· #230787
בארא פארק איז נישט משוגע...
📎 B0-3_0fIQAEgJVo.jpg

משגיח » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:38 pm

· #230789
אין בארא פארק...
📎 B0-3_z_IQAEkWeV.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:41 pm

· #230791
משגיח
שיינע הויכע בנינים זענען לאקשן....

מ'דארף ענטפערן פאר "הרב" (אפשר איז ער א דאקטאר אויך?)? נחמן קאללער, אז אונזערע כינעזער און פארטא-ריקאנער שכנים האבן נישט קיין פראבלעים צו נעמען דעם עלעוועיטאר צו דעם 15'טן שטאק אום שבת ויו"ט. אבער א איד, יא... 🙄

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:01 pm

· #230795
הו הא! לעבעדיג!!!

זענען די אלע צעטליך אין די בארא פארקע גאסן? און וואס דער "הרב" דערצו?

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:51 pm

· #230804
אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער
ר' נחמן קוקט אויס היבש 'פיסד אף' 😛
איך האלט אז ער איז אבער היבש גערעכט, ער האט ארויס געלייגט א פלאן, אפשר איז עס אביסל (אדער מער ווי אביסל) פאנטאסטיש, און אפשר גאר אינגאנצן אומרעאליסטיש, אבער ר' דוב האט אן קיין שום סיבה אנגעפאנגען אים צו אטאקירן פערזענליך, חוזק מאכן כאילו ער איז די נאר פון שטאט, און האט נישט צענדליגע יארן ערפארונג אין דעם פעלד, אן קיין אייגענע אלטערנאטיווע פלענער נאר רידיקיול לשם רידיקיול,

בכלל אלס א וויליאמסבורגער איינוואוינער האלט איך אז ר' נחמן האט א שטארקע פוינט, ר' דוב איז אין די נייעס יעדע צווייטע וואך, אבער נישט פאר אישוס וואס זענען נוגע פאר זיינע קאנסטיטיוענס נאר אדער איז ער ביזי מיט עפעס א נידריג ראנגיגע פאליטיקאנט אין סערביע אדער אין בראזיל וואס האט געזאגט עפעס וואס איז יא אדער נישט אנטיסעמיטיש, אדער איז ער ביזי צו פראטעסטירן און ווייזן זיין קענטעניס אין הייפערבאול און ערפארונג אין דעמעגאגיע צילנדיג זיינע פיילן אויף עפעס א פארשטונקענע פראפעסער אין עפעס א פארווארפענע קאלעדזש אין איינע פון די פופציג שטאטן וואס גייט געבן א לעקציע וואס איז אנטי מדינת ישראל,

חוץ פון דעם ברענגט ער נאכאנאנד שלעכטע דעקונג אויף די בארעפארקע געמיינדע אין די גויאישע פרעסע, צי ווען ער האט זיך פארשטעלט פורים בלעק-פעיס, אדער ווען ער העצט קעגן פרעזידענט אבאמא, מיט אזעלכע צינדערישע סטעיטמענטס אז א אומוויסנדע גוי קען זיך דאכטן אז בארעפארק איז פיל מיט עקסטרעמיסטישע, אומטאלעראנטע אידן,
דאס אין שארפן קאנטראסט צו ר' דוד גרינפעלד וואס איז כמעט יעדע חודש אין די נייעס איבער עפעס וואס איז נוגע פאר די בארעפארקער איינוואוינער, אדער ר' משה דוד נידערמאן וואס 'טוט' אויף זאכן פאר אידן אפט מאל אין ווייטע לענדער אבער קודם כל פאר וויליאמסבורגער איינוואוינער,

און צום שליס אפילו אויב ר' נחמן פארלירט זיין ביד, וועט ער אויך האבן אויפגעטון א וויכטיגע זאך פאר בארעפארק, נעמליך אז די אישו פון האוזינג וואס איז א ברענענדיגע אישו פאר בארעפארק ווי פאר וויליאמסבורג, און איז ביז יעצט בכלל נישט געווען קיין הויפט טעמע פאר די פארשטייער פון די בארעפארקע אידישע פארשטייער איז געווארן די הויפט אישו, וואס אפילו אויב ר' דוב געוואונט וועט ער זיין געצוואונגען צו אדרעסירן און ארבייטן אויף מער עפארדעבל האוזינג אין בארעפארק,

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:54 pm

· #230805
די צעטלעך דערמאנט מיר פון "קאלאר וואר" אין קעמפ. הרב נחמן קאלער וואר!

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:58 pm

· #230806
ישראל קאפקע
אדער ר' משה דוד נידערמאן וואס 'טוט' אויף זאכן פאר אידן

האמנם?

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:01 pm

· #230808
אפטעמיסט
ישראל קאפקע
אדער ר' משה דוד נידערמאן וואס 'טוט' אויף זאכן פאר אידן

האמנם?

וויאזוי מיינסטו איז ארויס געוואקסן פינף ביז זעקס טויזנט פרישע דירות אין וויליאמסבורג ('ניי וויליאמסבורג') אין די לעצטע פופצן יאר,

אבער אפילו ער טוט גארנישט אויף, מאכט ער לכל הפחות זיכער גארנישט קאליע,

אפטעמיסט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:12 pm

· #230812
איך ווייס נישט צי דו ביסט באהאווענט מיט די פאקטן, אבער נידערמאן איז גארנישט אזא צדיק.

אין וויליאמסבורג זענען נישט געבויט געווארן קיין 7000 דירות אזוי ווי ער פרובירט צו פארקויפן. ניטאמאל נאנט צו דעם. די דירות וואס זענען יא געבויט געווארן זענען א דאנק אינדיווידאולע דיוועלעפערס וואס טוען דאס פאר פרנסה. וויאזוי נידערמאן האט די העזה צו נעמען קרעדיט דערפאר ווייסט איין באשעפער.
וואס ער (מיט אנדערע) האט קאליע געמאכט? דאס אז ער האט זיך משתלט געווען על נכסי ציבור און מאכט נישט פלאץ פאר אנדערע אידן צו זיצען אויפ'ן בענקל וואס וואלטן אפשר יא געטון א גוטער ארבעט.
(חוץ פון דעם וואס ער מאכט אן שוידערליכע בזיונות פאר אונזער געמיינדע מיט זיין אומדערהערטע שוואכע סאשעל-סקילס, כעס אויספלאצען, און נעבעכדיגע ענגליש, אבער אין כאן המקום להאריך).

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:22 pm

· #230813
@אפטעמיסט,
מען קען זיך טענהן, אבער ער לויפט יעצט נישט (קיינמאל נישט!) פאר ווידערוויילונג, מען קען עפענען אן עקסטרע אשכול איבער אים, אבער יעצט רעדט מען וועגן קאללער/הייקינד,

למדן » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 8:17 pm

· #230820
BREAKING!!! NACHMAN CALLER WITHDRAWS FROM THE ASSEMBLY RACE AND ENDORSED DOV HIKIND!!!

outspoken » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:00 pm

· #230826
משגיח
שיינע הויכע בנינים זענען לאקשן....



YES WE CAN DO WHAT THE CHINESE DO, BUT THERE IS ONLY 1 MINER PROBLEM WE DONT HAVE THE MONEY LIKE THE CHINESE

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:12 pm

· #230833
outspoken
משגיח
שיינע הויכע בנינים זענען לאקשן....



YES WE CAN DO WHAT THE CHINESE DO, BUT THERE IS ONLY 1 MINER PROBLEM WE DONT HAVE THE MONEY LIKE THE CHINESE


Therefore we can and must do nothing, (besides taking tens of thousands of dollars illegally from Maimonides medical center)

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:59 pm

· #230847
ישראל קאפקע
@אפטעמיסט,
מען קען זיך טענהן, אבער ער לויפט יעצט נישט (קיינמאל נישט!) פאר ווידערוויילונג, מען קען עפענען אן עקסטרע אשכול איבער אים, אבער יעצט רעדט מען וועגן קאללער/הייקינד,

מיין טענה (און קשיא אדער שאלה) צו ר' נחמן קאללער איז. וואו איז ער געוועין די אלע יארן?
איצט ווען ער איז שוין נאנט צו ריטייערמענט עידזש וועקט ער זיך אויף?
והשנית. זיין פלאן איבער אזוי-גערופענע עפארדעבל האוזינג איז נישט מער ווי א פאנטאזיע. ווייל אן פעדעראלע געלטער קען אזא פראיעקט נישט צו שטאנד קומען. און די פעדעראלע רעגירונג איז אין די היינטיגע צייטן אויסן צו שניידן וואס מער פונ'ם בודזשעט. און נישט אלאקעיטן נייע געלטער.
והשלישית. און איך מיין אז דאס איז די עיקר טעם פארוואס דוב הייקינד, און אנדערע לאקאלע פאליטישנ'ס האבן נישט געארבעט זייער שטארק אויף מאסיווע לאו-אינקם האוזינג כנוסח די פראדזשעקטס. ווייל אויב ס'איז סובסידירט פון רעגירונגס געלטער, מוז מען ארייננעמען אלערליי נישט טויגעדיגע עלעמענטן. מיר זעהן דאך וואס ס'טוט זיך אפ אין וויליאמסבורג אין די פראדזשעקטס. ממילא איז מען מוותר אויף די פראדזשעקטס. אבי אנצוהאלטן דעם כאראקטער פון די געיגנט...!
בלאט: 1 2 3 4