☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער
אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער
151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7235
בלאט: 1 2 3 4
outspoken » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:14 pm
· #230851
couldnt say it better 👍 👍 👍 @berlbalaguleh
שעפטל » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:15 pm
· #231029
יו האב איך געלאכט ווען איך האב געזעהן דעם קליפ!!!
http://www.youtube.com/watch?v=crQngIDntxM&sns=em
בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 3:26 pm
· #231186
ער מוז זיכער שטימען פאר קאלער...
IMG-20141028-WA0095.jpg
שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:00 pm
· #231194
זענען די לאקשן געבאקן נאך פסח?
לענינינו, איך וואוט נישט פאר קיין איינע פון די 2. איך וועל ענדערש שטימען פארן "מאמענט". זיין פלאן פאר דירות קוקט מיר אויס פיל מער רעאליסטיש און בעסער ברוחניות ובגשמיות. צי איז עס בלומינגבורג, קאנעקטיקוט, קעטסקילס, סטעטן איילענד, א.א.וו.
בכלל, אז דו שטעלסט צו 15 שטאקיגע הייזער, האף איך אז לכה"פ איין שטאק וועט זיין פאר אונטערערדישע פארקינג! אניש, אנה יכנס כל הפשתן הזה?
חכם עתיק » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:16 pm
· #231200
שמעקעדיג
זענען די לאקשן געבאקן נאך פסח?
לענינינו, איך וואוט נישט פאר קיין איינע פון די 2. איך וועל ענדערש שטימען פארן "מאמענט". זיין פלאן פאר דירות קוקט מיר אויס פיל מער רעאליסטיש און בעסער ברוחניות ובגשמיות. צי איז עס בלומינגבורג, קאנעקטיקוט, קעטסקילס, סטעטן איילענד, א.א.וו.
בכלל, אז דו שטעלסט צו 15 שטאקיגע הייזער, האף איך אז לכה"פ איין שטאק וועט זיין פאר אונטערערדישע פארקינג! אניש, אנה יכנס כל הפשתן הזה?
בכלל איז בעסער אז צו שטימען פארן מאמענט, ווייל די מאמענט וועט האבן יעדע יאר סוכות נייע פלענער, וואודערום די פאליטישענס נאר יעדע פיהר יאהר.
בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:42 pm
· #231211
IMG-20141028-WA0107.jpg
קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:20 am
· #231292
הייקענד גייט טיילן טשולענט ליל שישי, נעבן מונקאטש!
#באראפארקאיזמשוגע
סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:24 am
· #231293
קאווע טרינקער
הייקענד גייט טיילן טשולענט ליל שישי, נעבן מונקאטש!
#באראפארקאיזמשוגע
image.jpg
חסיד » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:43 am
· #231312
קאללער- עני ריעל ריזאלטס?
קען מיר איינער געבן א רעקארד פון קאללער'ס אויפטוען אלץ עסקן, אוזער אז ער האט פרובירט אלץ לויער (באצאלט אדער אומבאצאלט?) צו פייטן די קעטסקיל קאסינאוס, פון וועלכע מיר וועלן נישט וויסן רעזולטאטן ביז נאך די וואלן, ער ברענגט ארויס דעם איינעם לויער דזשאב ככלב שב על... אן אויפהער, עני פאקטישע רעזולטאטן צו ווייזן ?
דער פאקט אז ער לייגט ארויס איין בילד פון זיך ווי ער שטייט מיט די נאז און קראצט די וואלקענעס מאכט אים נאך נישט קוואליפיצירט צו פארהאנדלען פאליטיק אין אלבעני, די פאליטישינס דארט וועלן זי פארסמאקעווען פאר געלעכטער פון זיין אנקום און פקחות!
ועוד קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי א סאטמאר'ע תלמיד (ווי ער פארקויפט זיך) איז אנגעקומען אין א גוי'עשן קאלעדזש אויף צען יאר?! (פון זיין וועבזעטל עיין שם ותמצא נחת)
רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:19 am
· #231317
לייגט זיך טאקע זייער גרינג אויפן שכל.
אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:50 am
· #231327
דער קאמפיין ווערט שמוציגער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג
IMG-20141029-WA0021.jpg
ראש המדברים » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:02 pm
· #231392
📎 IMG-20141029-WA0222.jpg
ראש המדברים » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:05 pm
· #231394
📎 IMG-20141029-WA022311.jpg
רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:12 pm
· #231396
פאליטישענס זענען פונקט ווי רוב רעביס, זיי זענען דא פאר כבוד און געלט. חילוק איז נאר פאליטשאנס זאגן לכה"פ עפעס צו, בעת די רעביס טוען דאס אויך נישט.
שעפטל » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:24 pm
· #231400
אבער גרינפעלד שעמט זיך ניטאמאל צו זאגן אז ער סופארט קאללער'ס פלאן....
The Yeshiva World: Greenfield Supports Bold Plan to Build Housing over Borough Park Rail Yards
JP Updates: AD48 – Councilman David Greenfield Endorses Nachman Caller’s Housing Plan
berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:47 pm
· #231413
[ציטאט אראפגענומען]
ווען? ביי די איצטיגע וואלן. דאס איז דאך נעקסטע וואך. פארוואס איז ער נישט ארויסגעקומען ביז איצט?
אין פיהר יאר ארום? ווער זארגט זיך היינט וואס ס'וועט זיין דאמאלס?!...!
berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:58 pm
· #231415
אפטעמיסט
דער קאמפיין ווערט שמוציגער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג
אפטעמיסט: ייש"כ פאר ברענגען דעים פאשקוויל. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע פאשקווילן שרייבערס, אן אויסנאם זענען געשוואלענע עמי הארצים/ות. דער פאשקוויל איז אויך פול מיט גראמאטישע און ספעללינג גרייזן, א חוץ פון דעם שמוציגן תוכן. ווייל שרייבן פאשקווילן מיט זיין א תלמיד חכם איז א תרתי דסתרי. חוץ פון דעים, ווי שעימען זיך די וועלכע שטייען אונטער די פאשקווילן נישט עובר צו זיין אויף הוצאת שם רע, לשון הרע, רכילות און הלבנת פנים ברבים. דאס זענען אונזערע צדיקים, וועלכע רעדן אין נאמען פון די תורה און אידישקייט???!!....!
משגיח » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:58 pm
· #231462
נחמן קאלער האט זיך יעצט ארויסגעצויגן פונעעם פארמעסט נאך שווערע דרוק
http://www.youtube.com/watch?v=RBNxra46 ... e=youtu.be
קאסטנער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:07 pm
· #231466
דריק פין וועם?
שעפטל » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:10 pm
· #231468
נישטא וועם צו צומישן, ס'איז אן אלטע קליפ
חזנים » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:11 am
· #231870
דער עולם פאקעסט נישט ריכטיג...
וואס מיינט ערוועלן א פאלאטישאן?
עס מיינט זיך צו ערוועלן!
(ווען מען שטימט און א"י קען דאס זיין א שאלה פון אנטייל נעמען און די רעגירונג פון די עוכרי ישראל הציונים, אבער דא האט מען זיך אינזינען)
הייקינד פירט זיין אפיס אסאך יארן מיט גרויס איבערגעגעבנקייט פארן היימישן ציבור
איעדע יחיד וואס מיטשעט זיך מיט פראגראמן וכדו' העלפט ער עד הסוף
דאס האב איך אליין מיטגעלעבט אויף מיין אייגענע הויט
אבער דער קאלער קען איך גוט פאר א אלטע בעל דמיון, (צייגט אייך איבער אויף די לעצטיגע בילדער 🤓 )
איך בין אייך מבטיח "קיינער גייט גארנישט האבן פון אים!!!"
בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:19 am
· #231925
https://docs.google.com/file/d/0BxiFRDP ... 00/preview
בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:28 am
· #231927
הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.
ישראל קאפקע » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:43 am
· #231934
בשבילי!
הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.
ווען זיי האבן סכל שרייבן זיי וואס זיי ווילן אין צוויי ביז פיר זייטן, און פון א ער-דארף-אונז-פארטרעטן-וואס-איז-ער-ביזי-אגאנצן-טאג-מיט -מדינת-ישראל-און-פארדאמען-די-האלבע-וועלט שטאנדפונקט,
שאלה; ווען הייקינד גייט על פי דרך הטבע געווינען ווידערוויילונג, גייט ער נידערן זיין היציגע רעטאריק אלס רעזולטאט פון די איצטיגע קאמפיין?
פליישיגער » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:18 pm
· #231946
שווער צו ענטפערן אויף אזא פראגע.
א מעסעדזש שיקט עס זיכער אז מען דארף נישט אזעלכע סטעיטמענטס, פון די היציגע הייקינד קאמפיין זעהט אויס אז ער רישט זיך פאר א דורכפאל.
כוכב » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:29 pm
· #231950
ממש ער רישט זיך.
#פרישע טראול אין טאון.
שעפטל » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:38 pm
· #231953
ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!
ווילסטו אים שיקן א מעסעדזש, גיי וואוט פאר קאללער, האלסטו אז קאללער גייט אויפטוהן פארדעם גייסטו פאר אים שטיצן, גיי באזיך דיך!
חזנים » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:08 pm
· #231957
שעפטל
ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!
ווילסטו אים שיקן א מעסעדזש, גיי וואוט פאר קאללער, האלסטו אז קאללער גייט אויפטוהן פארדעם גייסטו פאר אים שטיצן, גיי באזיך דיך!
קיינער דארף נישט שטימען כדי צו שיקען א מעסעדש פאר הייקינד
קאלער גייט האבן פונקט גענוג שטימעס וואס זיין קאמפיין גייט אים ברענגען... קיינער דארף נישט העלפן ארויסגעבען דעים מעסעדש
ח"ו שטימען פאר קאלער
ער האט טאקע אסאך געלט פאר זיין קאמפעין פירערס
איך זאג ענק ער ווייסט אליינס נישט איבער וואס מען שרייבט ...
MY PLAN... איז די פלאן פון די קאמפעין פירערס
הירשל ציג » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:35 pm
· #231967
בשבילי!
הירשל איז נישט גערעכט. די וואס געבן ארויס דעם קונטרס נוצן נישט דעם שיטה קעגן הייקינד פון א תורה שטאנדפינקט. זיי זאגן אז ס'טוט אונז שאטן בגשם.
אדרבא, זייט מסביר וויזוי דוב שאדט אונז בגשם
בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:50 pm
· #231972
ליין דארט אין זייער בראשור, ס'שטייט געשריבן דארט טנטיסעמיטיזם וואס מענטשן זענען אדורך צוליב הייקינד'ס פרא ישראל אנטי אראבער העצערייען. (קען זיין ס'אויפגעבאקן, כ'ווייס נישט)
פליישיגער » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 10:35 pm
· #232051
שעפטל
ווי איך קוק עס אן, קיין שאנס אז הייקינד זאל פארלירן!
אז ער וואקט צו א פארזיכערטע געווינס אן קיין שאנס פון פארלירען
איז א שאד ער אינוועסט נישט די געלט וואס קאסט זיך מטפל צו זיין מיט קאללער פאר בעסערע צוועקן
galitzyana » מוצ"ש נאוועמבער 1, 2014 11:04 pm
· #232073
http://www.theyeshivaworld.com/news/ywn ... -park.html
טאטעלע שיינער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 12:49 pm
· #232179
נייע הארציגע עד פון די קאללער קאמפיין
Did you see? Borough Park's future is in your hands! What will you choose??? Watch Now! http://youtu.be/mxhcUZDMpKE
סאשי פיש » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:05 pm
· #232184
עס איז א נחת צו זען ווי נייע ניקס שפראצען ארויס...
רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:12 pm
· #232185
שיינע פראפעשינעל עד, אבער כ'האב נאר איין שטארקע קשיא אויף די קאלער קאמפיין, וויאזוי וועט קאלער - א רעפובליקאנער קענען אויפטוען אין א שטארק דעמעקראטישע אסעמבלי? די רעפובליקאנער וואס זענען יעצט אין אסעמבלי זענען ללעג ולקלס, קיינער קוקט נישט אויף זיי, און זיי האבן זירא מאכט.
פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:19 pm
· #232189
ווארשיינליך וועט ער טוישען פארטיי
בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:23 pm
· #232191
ווער האט איינגערעדט דעם אלטן איד אז ער מוז וואוינען אין בפ? זאל ער מופן צוזאמען מיט זיינע קינדער!
אגב איך וואלט אריינגעלייגט יענעם קליפ אין אשכול וואס האט געברענגט טרערן. איך וויין נאך יעצט, איינער האט טישוס?
קאסטנער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 1:24 pm
· #232192
נאכן אריינקימען האט ער די רעכט צי טוישן פארטי
(איינער פין די היימישע פאליטישינס האבן עס שוין אויך געטיען)
משגיח » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 3:37 pm
· #232239
בארא פארק איז נישט משוגע...
📎 B1dndNfIgAANKlI.jpg
מאטי » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:16 pm
· #232253
ווען איך וואלט געהאט כח
וואלט איך געשריגן הויך
"שטימט נישט! פאר קיינעם! שטימט נישט!"
בשבילי! » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:22 pm
· #232254
פארוואס מאטי?
מאטי » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:33 pm
· #232260
בשבילי!
פארוואס מאטי?
משגיח » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 4:54 pm
· #232265
טאטי ווי וועלן איך וואוינען...?
📎 B1d7yBYIUAAq2Px.jpg
berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 5:53 pm
· #232274
בשבילי!
ליין דארט אין זייער בראשור, ס'שטייט געשריבן דארט טנטיסעמיטיזם וואס מענטשן זענען אדורך צוליב הייקינד'ס פרא ישראל אנטי אראבער העצערייען. (קען זיין ס'אויפגעבאקן, כ'ווייס נישט)
ס'איז אויפגעבאקן. אזויווי דער גאנצער נטורי חרתא-נטרונא קאמפיין...!
פליישיגער » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 6:59 pm
· #232288
איין מעשה האב איך פארציילט פאר מיין שכן פאר דריי וואכען צוריק, קען זיין ער האט עס דארט אריינגעשטעלט
לויט די אנקעטע אויף אייוועלט קומט אריין קאללער מיט א אויבערהאנט קעגן דוב.
משגיח » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:40 pm
· #232316
אונטער די קוליסן
📎 B1evv_0CAAI4naQ.jpg
כוכב » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 8:52 pm
· #232321
מבעט דעם עולם אנטייל צו נעמען אין דער אנקעטע
berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 2, 2014 9:24 pm
· #232329
פליישיגער
איין מעשה האב איך פארציילט פאר מיין שכן פאר דריי וואכען צוריק, קען זיין ער האט עס דארט אריינגעשטעלט
לויט די אנקעטע אויף אייוועלט קומט אריין קאללער מיט א אויבערהאנט קעגן דוב.
שטייצעך אז אין איי-וועלט. וואו דען?
דארט וועללן זיי האבן אן אנקעטע אז די זון שיינט אויף אין מערב און גייט אונטער אויף מזרח און זיי וועלן אויכעט האבן א מאיאריטעט שטימען...!
אדער, צו אראפאט איז געוועין איינער פון די חסידי אומות העולם, וועלן זיי אויכעט האבן א מאיאריטעט שטימען...!.
פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 9:43 am
· #232413
די סאטמאר קאמפיין ארבעט אריין
📎 file-5.png 📎 file-3.png 📎 file-4.png 📎 file-6.png
chusid » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:00 pm
· #232468
רירענדע קליפ פון די קאלער קאמפיין
בלאט: 1 2 3 4