☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7235
בלאט: 1 2 3 4

chusid » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:03 pm

· #232470
נאך איינס

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:13 pm

· #232473
דירות דירות דירות!
דאס איז די הויפט קאמפיין יעצט פון קאללער איז דירות!
זענען די עסקנים אויפגעקומען מיט גאנץ א גוטע פלאן אנצוהייבן...

דא האט איר א זיבן שטאקיגע בילדינג, אויף 5024 10'טע עוו. אין בארא פארק

📎 5024 10th Ave.jpg

וואס דאס איז געבויט געווארן דורך צו בשתפות פון נחמן קאללער

📎 Deed.jpg
📎 Caller.jpg

אבער דאס איז געגאנגן פאר כינעזע!!!!

📎 Residence.jpg

די עסקנים וואלטן געקענט באשטיין אויב מעגליך זאל הרב קאללער קודם אליינס בויען פאר אידן און דערנאך רעדן פון דירות...

חזנים » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:34 pm

· #232481
ווי שווער האט ער געארבעט אויף דעים?

און וויפול געלט האט ער פארדינט אויף דעים ביזנעס דיעל?

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 1:40 pm

· #232484
לאו דוקא, קען זיין ער חתמעט אלץ יענעמ'ס לויער.

פליישיגער » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 2:02 pm

· #232492
📎 file-7.png
📎 file-9.png 📎 file-8.png

דולה ומשקה » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 2:33 pm

· #232499
מ'דארף גוט אנאלזירען דעם קליפ מיט א ניכטערן אויג, וועט ער זעהט פארוואס נישט צו שטימען פאר דעם זקן אשמאי.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=crQngIDntxM">https://www.youtube.com/watch?v=crQngIDntxM</a>

בכלל דער התגרות באומות/ציוני וכל משוגיני אחריני איז נישט קיין טענה קעגן הייקינד, יעצט נאך 32 יאר האסטו זיך דערמאנט איבער דעם, סאיז קיינמאהל נישט געוועהן קיין פראבלעם אין די עלעקשינס.


דעם אלטן דאכציך אז ער לויפט פאר פרעזעדענט, זיין סטעף זאל איהם קויפן א טעלע-פראמפטער, שנעל!
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=N3RUqFshlWo">https://www.youtube.com/watch?v=N3RUqFshlWo</a>

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:16 pm

· #232507
חזנים
ווי שווער האט ער געארבעט אויף דעים?

און וויפול געלט האט ער פארדינט אויף דעים ביזנעס דיעל?

דאס איז שוין זיין געשעפט. מיך אינטרעסירט נישט וויפיל, און ווי גרינג ער פארדינט געלט. ער זאל אבער נישט קומען און זיך מאכן פאר א צדיק. א טלית שכולו תכלת, אוןן טרייען איינצורעדן פאר'ן עולם אז ער ארבעט נאר לשם שמים. לא להנאת גופו אלא למצות בוראו. דארט שטעקט זיין היפאקריסי. והשנית. אין אלע זיינע אדווערטייזמענטס, רופט ער זיך אן "הרב" אדער "ר'" און דעם צד השני רופט ער אן סתם. אויך, טוט ער זיך אויף וויפיל ספרים ער האט שוין מחבר געוועהן. ווי איינער פון די מעוררים האט שוין מעורר געוועין דא אין קאווע שטיבל, אז ווען מ'וועט דארפן אויפנעמען א ראש הכולל, וועט מען קוקן וויפיל מאל ער האט שוין אדורכגעלערנט ש"ס און וויפיל ספרים ער האט שוין מחבר גיווען. אבער ווען מ'וויל וואוטן פאר אסעמבלימען קוקט מען ווער ס'וועט טון א בעסער'ן דזשאב. און דוב הייקינד האט א גוטן רעקארד פון עסקנות פאר'ן כלל און פאר יחידים אויך...!

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 3:23 pm

· #232510
ק/פ:

האוזינג איז זיין אישו...???

וואס זענען די אמת'ע מאטיוון פון דער נחמן קאלער? מיינט ער טאקע אזוי די טובה פון די בארא פארקע איינוואוינער און ס'גייט אים ממש בנפשו אז ס'זאל זיין ווי מער דירות? אויב אזוי פארוואס האט נחמן קאלער מיט זיין זוהן פינף יאר געפייט אז ביי בעי פארקוועי און 60 סט. אין בארא פארק זאל ווערן א קאמערשעל זאונינג און ארויפגעצויגן דארט א ריזן מעדיקעל סענטער, ווי ער שטאפט זיינע טאשן 40 מיליאן דאללער יערליך???????

ווען דער נחמן קאלער לאזט עס פאר א רעזידענשעל זאוניג, וואלט ער געקענט בויען 500 דירות זיכער, (א פערטל פון 2,000...) פאר אחינו בני ישראל איז ער געגאנגען מיט זיין זוהן און ארויפגעצויגן א ריזן בילדינג אנצופילן זיינע טאשן מיט מעלאנעס, און יעצט פארקויפט ער אונז אז אונז זאל מיר אים ערוועלן צום אסעמבלי און ער ברענגט מיר 2,000 דירות... ר' איד איר האט שוין געהאט א שאנס צו ברענגן דירות פאר כלל ישראל אין בארא פארק, האסט עס נישט געטוען. אלזא, אונזערע שטימען באקומסטו נישט ווייל בארא פארק איז "נישט" משוגע!!!

📎 IMG-20141103-WA064.jpg

<a class="postlink" href="http://www.brooklyneagle.com/articles/one-stop-shop-medical-center-open-bensonhurst-2013-03-18-184000">http://www.brooklyneagle.com/articles/o ... -18-184000</a>

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:12 pm

· #232536
שעפטל: דו פארשטייסט נישט און דו ביסט נישט יורד לסוף דעתו פון דעם צדיק הגאון הקדוש. ער האט געוואלט אז די אידן וועלכע וועלן אריינמופן אין זיינע 2,000 דירות וואס ער גייט (נישט) בויען אין בארא פארק, זאללן האבן א מעדיקל סענטער זייער נאנט צו זייערע הייזער. האט ער קודם אויפגעבויעט דעם מעדיקל סענטער און געלייגט א פאר דאללער אין טאש. נאכדעים. אין די נעקסטע דרייסיג-פערציג יאר גייט ער אויפבויען די 2,000 דירות אין בארא פארק.
וואו וועט ער בויען? ער איז אויפגעקומען מיט א מורא'דיגן חידוש. די עם.טי.עי. וועט אראפנעמן די ביעמס אויף וואס די טרעינס לויפן. די טרעינס וועלן פארן אויפ'ן "גאדדער" 😂 און העכער פון דעים גייט ער בויען די 2,000 דירות...!

שעפטל » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:13 pm

· #232538
א שטימע פאר הייקינד איז א שטימע פאר טעראר 😃 🙂

תושבי בארא פארק: געדענקט מ'האט אייך געווארענט!!! 😂

📎 IMG-20141103-WA093.jpg

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:20 pm

· #232542
אויב בויעט מען 2,000 דירות מיט רעגירונג הילף וועט מען באלד האבן א פנים ווי די אידן אין קרוין הייטס און מ'וועט באלד קענען זינגען שלחנו כי עלה השחור, און נחמן קאללער וועט זאגן 'אוי אנטשולדיגטס כ'האב נישט דאס געמיינט', ווען על שארפטאן וועט איבערנעמן זיין זיץ אין אסעמבלי!

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:22 pm

· #232544
די בארא פארקער אינדענטום איז נישט משוגע אבער זי האט נאר נישט געלערנט שרייבן אידיש.

חסיד » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 5:24 pm

· #232545
אזויפיל קרעדיט קומט יא פאר נחמן אז דוב קען שוין נישט נעמען דעם עולם 'פאר גרענטיד'

ישראל קאפקע » מאנטאג נאוועמבער 3, 2014 7:12 pm

· #232573
@שעפטל 500 דירות זיכער? וואו? א זעכציג שטאקיגע טורעם?
@סושי פיש
עס איז א נחת צו זען ווי נייע ניקס (און טראלס) שפראצן ארויס

עס איז נישט קיין נחת צו זען ווי אלטעגעזעצענע קלוגע אנגענעמע ניקס ווערן פארוואנדלט אין טראלס! 😞

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:58 am

· #232696
/
📎 IMG-20141104-WA0020.jpg

לאליפאפ » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 1:59 am

· #232697
/
📎 IMG-20141104-WA0003.jpg

ארבעס » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:04 am

· #232738
איך שטים פאר רב קאלער.
די נאטאציע וואס איך כסדר פין מיינע חברים אז ער גייט סיי ווי סיי פארלירען איז נישט ריכטיג. ווייל שטימען דארף א מענטש פאר וועמען ער פילט איז לטובתו.
איז אזוי.
היות איך בין נישט געווארען מאלעסטעט (איך מיין....).
היות איך זיץ נישט ביים קאסע פין די אלע צדקה ארגעניזאציעס.
היות מיין שכר לימוד איז נישט ווינציגער מיט א פיאסטער.
היות מיין מוסד האט מיך אנהייב יאר קלארעהייט געשריבען א service charge פאר באס. אין זיי גייען עס באקומען פין מיך דורך צעהן אנדערע וועגען. Building fund. Book fee. Library fee. Capital assessment. Etc.
איז מיין שטים פאר רב קאלער איז פשוט פאר די שיטה אז דאס איז גאר וויכטיג אין די איינציגסטע סיבה א אינגערמאן זאל נישט שטימען פר עם איז מחמת א פאהר סיבות.
ער האט א אייגענע הויז.
ער איז געוואוינט נישט צי האבען דעת עצמו.
ער וויל שטימען פאר די געווינע. (טיפש).
ער וויסט נישט וואס טיט זיך.

די גאנצע ענין פין בויען נייע דירות פאדערט ארבעט פין אלע לעוועלס עסקנים. איז הייקינד אליינס וועט נישט קענען אין גרינפעלד אליינס קען אויך נישט.
ממילא. פארוואס דארף הייקינד ציריק שרייען אז מען קען נישט בויען.
לפי עניות דעתי וואלט ער בעסער געזאגט ווען ער מאכט א מיטינג אין זאגט קלאר. אז ער איז מסכים top priority באלט נאך די וואלען צי זיצען מיט אלע עסקנים. ......

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:49 pm

· #232921
ASSEMBLYMAN DOV HIKIND HAS WON REELECTION WITH A MAJOR LANDSLIDE, RESULTS: 79% HIKIND !!! 21% CALLER

(נישט זיכער ווי פארלעסליך דער מקור איז).

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:49 pm

· #232922
דא
<a class="postlink" href="http://project.wnyc.org/election2014/">http://project.wnyc.org/election2014/</a>

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 9:56 pm

· #232928
[ציטאט אראפגענומען]


נאך נישט קיין ראי׳, ס׳האלט אינגאנצן ביי 34.8%.

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:07 pm

· #232936
בארא פארק האט פארלוירן 2000 דירות און געווינען איין ראש הכולל

אפטעמיסט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:10 pm

· #232938
וואס איז געבליבן מיט די לאקשן למעשה?

קאווע טרינקער » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:15 pm

· #232943
אפטעמיסט
וואס איז געבליבן מיט די לאקשן למעשה?

דינסטאג וארא אי"ה.

קינד_אן_קייט » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 10:50 pm

· #232958

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:01 pm

· #232964
קינד_אן_קייט

און וואס וועט זיין וועיגן די אלע לשון הרע, רכילות, הוצאת שם רע און הלבנת פני חבירו ברבים וואס דער הרב הגאון דער מחבר פון ספרים און זיינע שלוחים האבן עובר געוועין אין פארלויף פון דעם שמוציגן קאמפיין וואס זיי האבן געפיהרט.
צום קרעדיט פון דוב הייקינד, איז קיין איין בלעטל מיט אומארנטליכע זאכן ארויס געגאנגען פון זיין קאמפיין....!

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:04 pm

· #232966
berlbalaguleh
קינד_אן_קייט

און וואס וועט זיין וועיגן די אלע לשון הרע, רכילות, הוצאת שם רע און הלבנת פני חבירו ברבים וואס דער הרב הגאון דער מחבר פון ספרים און זיינע שלוחים האבן עובר געוועין אין פארלויף פון דעם שמוציגן קאמפיין וואס זיי האבן געפיהרט.
צום קרעדיט פון דוב הייקינד, איז קיין איין בלעטל מיט אומארנטליכע זאכן ארויס געגאנגען פון זיין קאמפיין....!

You gotta be kidding! Right? I 😂

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:14 pm

· #232972
No. I'm not kidding at all. Because rabbi Carl/Nachman Caller presented himself as the righteous, holy person vs. the other candidate who fell short in religious fervor. In addition to the fact that he is a Zionist supporter of Israel.
Rabbi caller's supporters, with his tacit approval, conducted a smear campaign against his opponent. The same can not be said about the campaign of Mr. Hikind...!
As a religious person and respectable businessman I would expect a higher standard of Mr. N. Caller...!

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 4, 2014 11:49 pm

· #232988
מיט זיבעציג פראצענט געציילט, האט הייקינד אויסגעברייטערט זיין אויבערהאנט צו 77% / 23%,

שאלה איז נאר וואו גייען בארא פארקע אידן וואוינען? גייט הייקינד זיך ענדליך נעמען צו האוזינג?

שטילע אינגערמאן » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:39 am

· #232997
היינט ארום געפארן טראקס אין ב"פ פון די הייקינד חברה אין אפגעשפילט א שיין קונצלעכידיגע ניגון געזינגען דורך א שיינע קאפעלע אז מ'זאל שטימען פאר הייקינד,
דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
כ'האב געשאפט די ניגון פון א שוויצע, כ'טראכט פון עס מאכן אלץ מיין רינגער אויף מיין סעלל, ס'ראקט אוועק
כ'וויל עס ארויף לייגן אויפן שטיבעל פאר די נישט בארא פארק איינוואינער וואס האבן דאס נישט געהערט,
ווי אזוי טוע איך דאס?

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:18 am

· #233030
יע אומגלויבליך אז ס''ה האבען נאר 15337 גענומען די מיה צו שטימן.

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 9:30 am

· #233037
דוב פלעגט געווינען מיט 95%.

בשבילי! » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 10:01 am

· #233044
רויטע וואנצעס
דוב פלעגט געווינען מיט 95%.

פלעגט נישט. אין 2010 האט זיין קעגנער געהאט איבער 4000 און ער ארום 9000. דוב האט שטארק געווינען נעכטן.

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:25 am

· #233050
אנאנים האט דאס ארויף געשטעלט נעכטן, מיין שארפע אויג האט דאס אויף געכאפט. מוחה.
IMG-20141104-WA0150.jpg

בשבילי! » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:29 am

· #233051
לייג עס אריין דא

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7514">viewtopic.php?f=10&t=7514</a><!-- l -->

קאסטנער » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:31 am

· #233052
דולה:

אריין אין אייוועלט אשכול
(אין א עצה טובה אויב דיין לעבען איז דיר עפעס ווערד מאך זיכער נישט אויסציזאגען אז די האסט עס אליינס געזען, זאג אז די האסט עס געהערט פין דיין שטיף באבעס חברטע ...)

לך לך » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 11:50 am

· #233055
קוקט אויס אז רוב עולם דארף נישט קיין האוזיננג 😃

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 12:00 pm

· #233058
שטילע אינגערמאן
היינט ארום געפארן טראקס אין ב"פ פון די הייקינד חברה אין אפגעשפילט א שיין קונצלעכידיגע ניגון געזינגען דורך א שיינע קאפעלע אז מ'זאל שטימען פאר הייקינד,
דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

מיר גייט עס אויך נישט ארויס פון קאפ ווייל 8:50 PM האט ער זיך אפגישטעלט פאר מיין הויז און אויפגעוועקט פיר פון מיינע קינדער וואס זענען געשלאפן!!!

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 5, 2014 5:05 pm

· #233118
ישראל קאפקע
מיט זיבעציג פראצענט געציילט, האט הייקינד אויסגעברייטערט זיין אויבערהאנט צו 77% / 23%,

שאלה איז נאר וואו גייען בארא פארקע אידן וואוינען? גייט הייקינד זיך ענדליך נעמען צו האוזינג?

תשובה: דארט וואו זיי האבן געוואוינט ביז היינט. ס'איז דא ב"ה גענוג גאסן אין די שכינות'דיגע געיגנטן. די אלטע איינוואוינערס, די גויים מופן צוביסלעך ארויס פון זייערע הייזער. זיי פארקויפן עס פאר די אידן בשמחה. ווייל פאר די פרייז וואס זיי באקומען פאר זיייער הויז קענען זיי קויפן צוויי הייזער אין די גוי'אישע געיגנט פון די סאבוירבס. און נאך לייגן געלט אין טאש. א גוי דארף נישט קיין מנין, מקוה, כשר'ע גראסערי, בוטשער סטאר, וכו'. צו זיין טשוירטש קען ער צו פארן מיט זיין קאר...!

I'm back » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 3:19 am

· #233732
[ציטאט אראפגענומען]


מקור?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 4:34 am

· #233733
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: מ'דארף נאכנישט צוזאמנעמען געלט פאר עים אין ביהמ"ד. אדער ארויפלייגן אויף די ליסט פון תומכי שבת פעקלעך. ער האט נאך ב"ה פון וואס צו מאכן שבת.
איין זאך איז יא קלאר געווארן פון דעים איצטיגן קאמפעין. וואס כאטש ער (מר. קארל/נחמן קאללער) האט אנגעהויבן זיין קאמפעין אויף זייער א מענטשליכן וועיג, אבער ווען ער איז געווארן דעספערעיט, ביים ענד פון קאמפיין, האט ער זיך אראפגעלאזט און געפיהרט א שמוציגן קאמפיין, וואס פאסט בכלל נישט פאר א איד. ספעציעל א ת"ח. אזוי ווי מ'האט עים פארקויפט. זיינע ,הייליגע, בריונים האבן גענימען דעם באשעפער אין זייער ארבעט. זיי האבן ארויסגעגעיבן כל'ערליי פאשקווילן אקעיגן דוב הייקינד, כאילו ער איז נישט קיין ערליכער איד. און ארויסגעהויבן זיין ציונות לגאי. אזוי ארום האבן זיי געהאפט אריינצובאקומען נאך וואוטס פון א סאך אידן תמימים און קנאים. ס'הייסט. וואוטן פאר א ציוני און א נישט ערליכן יוד?!... 😈

ראש המדברים » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 11:34 am

· #233768
[ציטאט אראפגענומען]

די שמעות זאגן אז דאס איז נאר א תירוץ פאר די הונדערטער בעלי חובות די צייטונגען שרייבער'ס גרעפיקער און שיק יונגלעך וואס האבן נישט באקומען באצאלט די תירוץ איז אז די קאמפיוטער איז געגנבעט און סאיז נישטא די רעקארד פון די חובות

זאלן אלע וואס האבן געגלייבט משה פר"מ הידוע יעצט עסן זייער שטרוי

קאסטנער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:08 pm

· #234947
אין די מאמענט די וואך אינטרוויאן זיי ר נחמן קאלער אין הייקינד צי הערן וואס זיי האבן זי זאגן אחרי ככלות הכל נאך די שטורמישע וואלן.
צווישן די שאלות פרעגן זיי הייקינד צי ער גייט יעצט פראבירן צי ארבעטן מיט זיין קעגנער קאלער איבער די דירות? ענטפערט ער אז באמת א יעדע פאליטישן וואס געווינט גלייכט צי זאגן אז ער גיייט זיך אראפ זעצן מיט זיין קעגנער אבער דא וויבאלד מען האט אים אזוי מיאוס פארשעמט אין ביליג געמאכט וויל ער נישט האבן מיט קאלער.
איין שורה ארויף ציר זאגט ער אז ער וועט ארבעטן פאר די קאמיונטי נאך שווערער ווי ביז היינט אין דא קימט אויס אז בעצם וואלט געווען א טובה פאר בארא פארק ווען ער זעצט זיך אראפ מיט קאלער אבער וועגען זיינע פרייוועט פייטס וואס ער האט אים פארשעמט וועט ער לייגן די טובה פין בארא פארק אין די זייט אין בלאזן אויף קאלער??!!
קליין בעבי אפשר נעמסטוי קאלער אין זינג רינג ראנג ראזי ...?

אויסגערוט » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:43 pm

· #234953
ער איז נישט קיין בעיבי פארן דעס זאגען. ער האט נישט געזאגט אז ער וועט נישט ארבייטען צו בויען דירות ער האט סך הכל געזאגט אז ער האלט נישט ביים ארבייטען מיט איינער וואס האט אים באשמוצט אין די גאסען. נחמן קאללער אוינט נישט די לאטס און סדא גענוג אינוועסטערס וואס וועלן זיין מער ווי צופרידן אריינצוטאנצען אין דעם. ווען דו האסט א קאמפעטישען וואס לייגט ארויס מעשיות אויף דיין ביזנעס און ער פארמאכט זיין געשעפט נעמסטו אים אריין אין דיינס???

אדרבה לאמיר זען קאללער עפעס טון אפילו אן געווינען ער מיינט דאך אונזער טובה.

קאסטנער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:57 pm

· #234957
יעדע מענטש וואס שטעלט זיך ארויף אויפן פאליטשע בימה איז עס א אויטאמאטישע הסכמה אז מען גייט אויף אים זיכן זיינע שמיץ פין זיין געבורט ביז יעצט.
ביי גוים זענען אזעלכע קאמפיינס א געווענטליכע זאך אין דאך ארבעט מען נאכדעם ציזאמען.

אויסגערוט » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 4:00 pm

· #234959
וואס הייסט מארבעט צוזאמען אז מזאגט אזוי ביי דער סעלעברעישן ווען מען געווינט. נו הייקינד האט דאך דעס אויך געטון.

איך גלייב אז טאמער וועסטו אריינגראבען אין די היסטאריע פון קעמפעינס וועסטו טרעפן גאר ווייניג וואס האבן פאקטיש געארבעט צוזאמען.

קאסטנער » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 4:06 pm

· #234961
נו זאג כאטש! אינעם מאמענט זאגט ער אז ער גייט נישט.
וואס עס גייט זיין פאקטיש איז מיר נישט קיין חילוק זיי אבער נישט קיין קינד.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 4:15 pm

· #234963
קאסטנער
יעדע מענטש וואס שטעלט זיך ארויף אויפן פאליטשע בימה איז עס א אויטאמאטישע הסכמה אז מען גייט אויף אים זיכן זיינע שמיץ פין זיין געבורט ביז יעצט.
ביי גוים זענען אזעלכע קאמפיינס א געווענטליכע זאך אין דאך ארבעט מען נאכדעם ציזאמען.

ראשית כל. אינז זעמיר נישט קיין גויים. אוןן צווייטנס. ס'איז נאר געוןועין אן איין וועיג שמוציגער קאמפיין. ווייל פון דוב הייקינד'ס זייט האט קיינער נישט פערזענליך באשמוצט קארל/נחמן קאללער... אבער פאקערט...יא...!

קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 6:30 pm

· #234965
berlbalaguleh
קאסטנער
יעדע מענטש וואס שטעלט זיך ארויף אויפן פאליטשע בימה איז עס א אויטאמאטישע הסכמה אז מען גייט אויף אים זיכן זיינע שמיץ פין זיין געבורט ביז יעצט.
ביי גוים זענען אזעלכע קאמפיינס א געווענטליכע זאך אין דאך ארבעט מען נאכדעם ציזאמען.

ראשית כל. אינז זעמיר נישט קיין גויים. אוןן צווייטנס. ס'איז נאר געוןועין אן איין וועיג שמוציגער קאמפיין. ווייל פון דוב הייקינד'ס זייט האט קיינער נישט פערזענליך באשמוצט קארל/נחמן קאללער... אבער פאקערט...יא...!

טענו לו בחיטין והודו לו בזכר באנדלעך ...

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:12 pm

· #234971
קאסטנער
נו זאג כאטש! אינעם מאמענט זאגט ער אז ער גייט נישט.
וואס עס גייט זיין פאקטיש איז מיר נישט קיין חילוק זיי אבער נישט קיין קינד.

מיינסט צו זאגן, זאג ליגנט, בלאף ארום, מאך זיך ווי עס האט דיר קיינמאל גארנישט פארדראסן, אבער זאג נישט דעם קינדערישן אמת....

קאסטנער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:42 pm

· #234976
שמעקעדיג
קאסטנער
נו זאג כאטש! אינעם מאמענט זאגט ער אז ער גייט נישט.
וואס עס גייט זיין פאקטיש איז מיר נישט קיין חילוק זיי אבער נישט קיין קינד.

מיינסט צו זאגן, זאג ליגנט, בלאף ארום, מאך זיך ווי עס האט דיר קיינמאל גארנישט פארדראסן, אבער זאג נישט דעם קינדערישן אמת....

בעסער ווי ארטסקראל אין מתיבתא ציזאמען ...
בלאט: 1 2 3 4