האב איך געהאט א פלאפ ווען...
82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7157
האב איך געהאט א פלאפ ווען...
ווען די געניץ/האפטשו איז נישט געלונגען כל צרכו.
ווען איך בין אנגעקומען צו מיין חבר'ס וואכנאכט 12 באנאכט א נאכט פאר די וואכנאכט.
ווען איך האב אנגעהויבן שמועסן מיט א מענטש אינמיטן באמערק איך אז ס'נישט דער וועם כ'האב געמיינט אז ס'איז.
ווען איך האב בטעות געשיקט א פעמעלי בילד -וואס וואלט געדארפט גיין צו מיין ברידער- צו א גרופ פון 50 מעמבערס.
ווען איך בין אנגעקומען חוה"מ אין ביהמ"ד מיט די טלית ותפילין.
ווען איך האב געהאלטן אינמיטן רעדן מיטן ווייב זאכן וואס קיינער ברויך נישט מיטהאלטן, אינמיטן כאפ איך מיך אז מיין חבר איז נאך אויף די ליין און האלט אלעס מיט.
ווען די דיין האט מיר גע'פסקנ'ט די שאלה אביסל צו הויעך.
רבותי לאזט מיך נישט אליין ווי א נאר אויפן מארק, טיילט מיט אייערע פלאפס אויך. איך וועל אי"ה אויך ממשיך זיין.
איך בין אנגעקומען צו א חתונה צוזאמען מיט די גאנצע משפחה אין מאנסי נאכ'ן אפזיצ'ן אין טרעפיק... א נאכט "נאך" די חתונה.
ווען צימארגנס נאכן חתונה האב איך געדאווענט שחרית מיטן היט אויפן קאפ
ווען איך האב אנגעהויבן ויצב ונכון ביי מעריב מיט א אויסטערלישן התלהבות.
ווען איך האב ארויפגעצויגן מיט די ניגון ווען יעדער איז אראפ געגאנגען צו די שטילע פאל.
ווען ביי מוסף ר"ח האב איך מיך צושריגן "נקדישך" אנשטאט כתר.
ווען די לעצטע רגע פארן זמן מעריב האביך געכאפט א מנין און נאך שמו"ע ווער איך געוואר אז דער מנין האט געדאווענט מעריב.
ווען איך האב געמאכט קידוש סיכות און מיט גרויס התרגשות געמאכט דעם לישב און... די שלאק איז געווען פארמאכט.
ווען איך קלאפ אויס ביי מעריב "יעלה ויבוא" און איינער ווייזט מיר אז הערשט מארגן נאכט איז ר"ח.
יעדער לאכט: ייש"כ. נאר אויב איינער קומט חוה"מ אינדערפריה אין ביהמ"ד מיט זיין טלית ותפילין, דארף ער זיך גיין אויסטשעקן צו ער האט נישט, ח"ו "אלצהיימער'ס".
מעשה שהיה. א מעשה וואס איז נישט געשעען. איך בין אמאל געגאנגען אויפ'ון גאס, פאר חנוכה, ווען כ'האב געזעען א איד גייט מיט אן אתרוג און לולב, אזוי ווי מ'גייט יו"ט. ביניך צוגעגאנגען עים פרעיגן .."ווי האלט מען ביי ענק אין ביהמ"ד? פרעיגט ער מיך צוריק..."וואו האלט מען ביי ענק???... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
ווען איך בין אנגעקומען כל נדרי ביינאכט מיט מיין שבועות מחזור.
ווען איך האב מיך האסטיג געקלאפט סלח לנו שבת ביי מנחה.
ווען איך האב געענטפערט הויעך אמן מיינענדיג אז דער בעל תפילה האט שוין געענדיגט די ברכה ביי הויעך שמו"ע.
ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.
ווען איך בין ארויף אויפן באלעמער עולה צו זיין און כ'ווער געוואר אז נישט מיך האט מען אויסגערופן.
ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..
אלס חתן ווען מיין מחותן האט מיר געזען רייכערען
ווען כ'האב אויסגעשריגן נאכן מנין "ברכו את ה' המבורך" און ס'איז געווען א מנין מנחה.
ווען כ'האב געשיקט פאר מיין טאטע די ראמענטיק מעסעדזש וואס האט געדארפט גיין צו מיין ווייב.
ווען כ'האב געענדיגט צוזאמלייגן מיין של יד תפילין און מיין של ראש ליגט מיר נאך אויפן קאפ.
ווען כ'האב געלייגט תפילין ברוב פאר והדר תשעה באב צופרי.
יעדער לאכט.
ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.
אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.
איך האב אריינגעארבעט דריי שעה אויף אן עקסעל שיעט און כ'האב עס פארמאכט אן סעיווען.
דריידליעדער לאכט.
ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.
אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.
אבער אין א ביהמ"ד ווי קיינער ענטפערט נישט און איינער שרייט עס מיט התלהבות איז עס פלאפ!
יעדער לאכטדריידליעדער לאכט.
ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.
אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.
אבער אין א ביהמ"ד ווי קיינער ענטפערט נישט און איינער שרייט עס מיט התלהבות איז עס פאלפ!
גערעכט. איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן די הלכה.
אגב, ווען מ'שרייבט "פאלפ" אנשטאטס "פלאפ", איז אויך א פלאפ...
דריידל
אגב, ווען מ'שרייבט "פאלפ" אנשטאטס "פלאפ", איז אויך א פלאפ...
פארראכטן. שקויעך
האסט געטון א נערישקייט מיט'ן פארעכטן. וואלסט עס געקענט צולייגן צו דיין ליסטע פון פלאפס. נאך א מזל איך האב צוטירט דיין תגובה פאר'ן פארעכטן.
נו יעצט איז דער פלאפ אז ער האט עס פארראכטן נאכן ציטירן, סיי וויאזוי בלייבט עס א פלאפ....
דריידלאיך האב אריינגעארבעט דריי שעה אויף אן עקסעל שיעט און כ'האב עס פארמאכט אן סעיווען.
פרעיגט תוספות א קשיא: און ס'האט דיך נישט דערמאנט אויב דו ווילסט עס סעיוון? ענטפערט תוספות. אז ס'מסתמא געוועין גאר אן אלטער פראגראם, ישן נושן. ועוד יש לתרץ. אז דו ביסט געוועין אזוי שטארק מיעד אז דו האסט נישט באמערקט דעם פראמפט!. ועוד י"ל. אז מ'פרעיגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
כ'האב מיך געהאלטן פאר צו א גרויסע חכם מיינענדיג אז איך קען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ליינען א טעקסט און ארבעטן אויפ'ן קאמפיוטער אין די זעלבע צייט. מה עשה הקב"ה? ער האט מיר געוויזן פינקטליך ווער איך בין.
ויצא העגל הזה?
צופרי נעם איך מיין טלית און לייג עס אופ'ן אקסעל און פאנג אן צוזאגען ברכי נפשי. און נאך פאר איך טוה אן דעם טלית נעם איך ארויס די תפילין און נאכ'ן אנטוהן באמערק איך ווי דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער... וויל מיין טלית ליגט נאך אויף מיין אקסעל...
יעדער לאכטווען איך בין אנגעקומען {אין שול} כל נדרי ביינאכט מיט ---
--- א דאכענע ציך אנשטאט דעם קיטל און איך צי ארויף דעם ליילעך אויף מיינע אויגעהויבענע ארעמעס און אין יוצא ואין בא... נישט ארויף אין נישט אראפ, און דאן הייבן מיינע שכינים אן זיך צו שושקענען אז א בר מינן איז אראפגעקומען פון אויבן ... און דאס גאנצע ביהמ"ד איז ארויסגעלאפן....
מ גפנייעדער לאכטווען איך בין אנגעקומען {אין שול} כל נדרי ביינאכט מיט ---
--- א דאכענע ציך אנשטאט דעם קיטל און איך צי ארויף דעם ליילעך אויף מיינע אויגעהויבענע ארעמעס און אין יוצא ואין בא... נישט ארויף אין נישט אראפ, און דאן הייבן מיינע שכינים אן זיך צו שושקענען אז א בר מינן איז אראפגעקומען פון אויבן ... און דאס גאנצע ביהמ"ד איז ארויסגעלאפן....
און נאכדעים האסטו דיך אויפגעוועקט... 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮
ווען כהאב ארויסגעשיקט א זאפטיגע לשון הרע אויף א וואטס עפפ גרופ נאכדעם זעה איך א כהאב עס געשיקט פאר א אנדערע גרופ ווי דער חתן דינן איז א מעמבער
אז דעס הייסט א פלאפ, וואס רופט מען דער פאקט אז מיין technician (א גוי) נאכען אויסקלינען מיין קאמפיוטער רופט זיך אן why are you
!!!!going on these sites
אויסגערוטאז דעס הייסט א פלאפ, וואס רופט מען דער פאקט אז מיין technician (א גוי) נאכען אויסקלינען מיין קאמפיוטער רופט זיך אן why are you
!!!!going on these sites
וועלעכע?? 😉
טעפלאויסגערוטאז דעס הייסט א פלאפ, וואס רופט מען דער פאקט אז מיין technician (א גוי) נאכען אויסקלינען מיין קאמפיוטער רופט זיך אן why are you
!!!!going on these sites
וועלעכע?? 😉
זאליך זיך אויסטון נאקעט דא אין פראנט פון יעדן :-[
נעכטן ביי וכל החיים אנשטאט די אבינו מלכינו האבעך אויסגעשריגן בכל כוחי "וכתוב לחיים טוב.."
ווען איינער איז געקומען שבת מיט די ד' מינים אין ביהמ"ד. (די פלאפ איז ב"ה נישט געשעהן צו מיר)
ווען דער שחור מיט וועם איך דיעל שוין אפאר יאר האט מיר גע'אימעילט אז איך זאל אים איבערשיקן די לעצטע אינוואיס, האבעכעים בטעות גע'ענטפערט: tomorrow iy"h...
מיין בעה"ב קומט אריין צו מיר (פון אונטער מיין רוקן) און ער זעהט ווי איך
שרייב אויף קאווע שטיבעל אז איינער זאל אים מודיע זיין מיר צו געבן וועקעשאן....
ענק ווילן נישט וויסן די ענד פון די פלאפ....
דו האסט באקומען אנלימיטיד וויקעישין
א לייק פאר דיין אויסדרוק!!!
אויסגערוטטעפלאויסגערוטאז דעס הייסט א פלאפ, וואס רופט מען דער פאקט אז מיין technician (א גוי) נאכען אויסקלינען מיין קאמפיוטער רופט זיך אן why are you
!!!!going on these sites
וועלעכע?? 😉
זאליך זיך אויסטון נאקעט דא אין פראנט פון יעדן :-[
עקזעקטלי. טעפל, וואס ווילסטו פון עמען? ס'איז גענוג אז די אנדערע דארט זענען נאקעט.
[ציטאט אראפגענומען]
דערמאנסט מיר די מעשה וואס מיינע רבי'ס פלעגן פארציילן, אז עס איז געווען א יונגערמאן וואס איז איין וואך שבת צופרי אויפגעשטאנען שפעט, און זעהנדיג אז זיין ווייב ציט נאך אין גרויסן האט ער באשלאסן צו שפילן וואו ער איז שוין געווען אין שול, ער טוט זיך אן, טוט אן דען שטריימעל, טלית, ער גייט ארויס מיט שטילע טריט, דרייט זיך אויס און פראלט אויף דעם טיר מיט א הילכיגן גוט שבת.. זיין ווייב וועקט זיך אויף און פרעגט אים, פון וואו קומסטו יעצט?? ער הייבט אן ווערן פארלוירן, און שטאמעלט ארויס, פ ו ן ש ו ל.....
און קיינער האט דיר נישט געזאגט דארט אז דו האסט אן דיין שלאף קאפל?...
[ציטאט אראפגענומען]
זיי האבן זיכער נישט פארשטאנען וואס די ווארט מיינט
[ציטאט אראפגענומען]
עמעזאן קאמפאטישן?
(מיזט נישט ענטפערן).
איך בין געזעצן ביי א סטאפ סיין פאר פינף מינוט ווייל כ'האב געמיינט ס'איז א רויט לייט.
ווען איך האב הייינט ר"ח אויסגעטוהן די תפילין פאר מוסף האב איך אויך אויסגעטוהן די טלית און אנגעהויבען גיין צום טיר.....
נעכטן האב איך
געמאלדן אז אלטערנעט סייד וועט זיין סוספענדירט פאר היינט. למעשה האב איך פארגעסן דערפון און היינט האב איך געזיכט פארקינג פאר צען מינוט
איך האב באקומען א קנאקעדיגע (שמוציגע) וויץ און איך האב עס געוואלט שיקען פאר א חבר מיינע. אבער בטעות האב איך עס געשיקט צום רב...
דער רב האט וואצעפ?
Re: האב איך געהאט א פלאפ ווען...
ס'גארנישט, דיין רב האט מיר עס נארוואס געפארווערט
שמעון וואלףנעכטן האב איך
געמאלדן אז אלטערנעט סייד וועט זיין סוספענדירט פאר היינט. למעשה האב איך פארגעסן דערפון און היינט האב איך געזיכט פארקינג פאר צען מינוט
יעצט פארשטייט איר שוין אז מדארף מער ווי איין דערמאנונג
[ציטאט אראפגענומען]
נאך א מזל נישט אין די פראנט
און שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..
כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,
כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)
איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש
כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר
אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...
צוקלאפטע הושענאכ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

די הכנה איז דאך גרעסער פון די מצוה אליין, אוודאי קומט עס נעבעך אן אזוי שווער
כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר
כ'האב געמיינט אז נאך מקוה גייט מען צום דאווענען, דערווייל זעה איך אז אז האסט געכאפט א טבילה פאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען.
למעשה, דאס ליידיגע צעטל איז נישט אזוי ווייט דיין פלאפ ווי דעם רעבין'ס פלאפ.
אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...
פארוואס זאל ער מיינען אז ס'איז געווען א מיסטעיק, לויט דיין התנהגות ביז דעמאלטס?שמעקעדיגדער רב האט וואצעפ?
וועלעכע האט נישט?
ביי "כתר" בין איך פארפארן נאך ברוך כבוד ד' ממקומו - אריין צו ממקומך פון שחרית. איך האב מיך געגארגלט "מתי תמלוך בציון..." און פלוצים הער איך די בעל תפילה לאזט אויס "פעמים באהבה שמע אומרים".
כאטשיג האב איך געמאכט אן עונג שבת פאר די ארומיגע וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן
צוקלאפטע הושענאכ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,
כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)
איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש
כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר
אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...
ויקץ פרעה. ויהי חלום: איך האב אויך אמאל געחלומ'ט אז איך האב געטראפן א פעקל מיט הונדערטערס. איך האלט אינמיטן ציילן. ביי9,900. פלוצלינג האביך מיך אויפגעוועקט...!