דוק ותשכחאון שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..
גם אני בחלומי: איך בין אמאל אריין אין גראסערי. (קומענדיג אהיים פון מיין ארבעט). איך זעה א פרוי וואס זעהט אויס (א ביסל) ווי מיין ווייב. איך זאג..."העלאו. האו אר יו"...ערשט נאכדעם באמערקט אז דאס איז נישט מיין ווייב...לאל
טעפלווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..
טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!
אז מען רעדט שוין פון דעם,
איך בין אמאל געשטאנען ביים לופטפעלד אין אוקריינא ווען א יוד בעפאר מיר האט אראפגענומען די פאסיק פאר די מעטאל דיטעקטאר... והשאר אין להאריך.
דאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?
מהאי טעמא בין איך זיך מונע ווי ווייט מעגליך נישט צו פליען... וואס טראכטן די חברה, ווי אזוי דארף זיך די הויזן האלטן אנעם פאסיק?...
וואלווידאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?
זיין פלאפ איז אז ער האט מקיים געווען בשלימות דעם "לא תוכל להתעלם", און איז געכאפט געווארן קוקן אויף יענעם מיט נייגער מיט א שמייכל פון אויער צו אויער...
אנקומענדיג קיין מאנסי צו א חתונה נאכ'ן זיין אנדערטהאלבן שעה אין די קאר און די חתונה איז אין לעיקוואד (ווי א חכם נישט אנגעצונדען וועיז ווייל איך קען דעם וועג)
berlbalagulehטעפלווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..
טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!
אויך ווייס איך פון א פאל ווען א מענטש (איך) האט געהאלטן אינמיטן בויען זיין סוכה וואס איז געווען נאנט צו די רשות הרבים. דאס איז געווען קורץ פאר מנחה. ער איז ארויפגעקראכן אויף די לייטער. און (בפני קהל ועדה) האט זיך זיין הויזן געגעבן א גליטש אראפ...!
געהאט א שרעקליכע דורכפאל פארגאנגענע נאכט,
איך בין געפארן אויף א נסיעה קיין אייראפע, ווען דער דרייווער האט אונז אומגעראכטן געפירט קיין אומאן,
אנקומענדיג צום ציון האב איך בשו"א נישט געקענט טרעפן דעם אריינגאנג,
ענדליך איך טרעף שוין דעם טיר, זעה איך אז איך די אריינגאנג איז צו שמאל, איך קען זיך בשו"א נישט אדורך שטופן,
איך כאפ ארויס דעם טרייבל און טעלעפאניר צו איינער פון מיינע ברעסלאווע חברים, איהם אנצופרעגן וויאזוי מ'קען אריין צום ציון,
אבער נאך איידער ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאון, האט זיך מיין וועקער זייגער צוקלינגען מיט א אויסטערלישע קראפט, וואס האט מיך מיטאמאל צוריקגעשלעפט פון אומאן אהיים...
נעקסט טיים זאל ער אויפהייבן פאר איך דערוועק זיך...
נישט קיין פלאפ. זאג ייש"כ פאר די גוטע נסיעה...
ווען איך ווארט שעות אז די קינדערס pj זאלן ווערן טרוקן,נאכער זעהט מען אז דאס דרייער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעצינדן.
אין מיין ערשטע תקופה אין ישיבה קטנה האב איך איין טאג נאכ’ן שיעור איבערגעליינט די צעטליך (”notes") פון מיין חברותא, זעה איך דארט עפעס אזויווי ”פרעגט די טומאת הקרי” אדער ”די טומאת הקרי איז מסביר” וכדו’
האט מיר גענומען א גוטע פאר מינוט זיך צו דערמאנען אז די מגי”ש האט נאכגעזאגט א שטיקל תורה פון ”תרומת הכרי”...
אוי די גרוב וואס ער האט געזוכט נאך כ’האב אים שטילערהייט מסביר געווען וואס ס’מיינט......
(מעשה שהיה!)
berlbalaguleh טעפלווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..
טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!
ועוד באותו עניין: איך האב אמאל געוואוינט אויף 53 קארנער 13'טע עוועניו. קורץ פאר מנחה האב איך אנגעהויבן ארבעטן אויף מיין סוכה. פונקט ווען דער עולם גייט צו מנחה מעריב אין סאטמאר און שומרי שבת. איך גיי ארויף אויפ'ן לייטער. איך שפיר ווי מיין הויזן גליטשט זיך אראפ. איך בין געבליבן שטיין לעקיש בפני קהל ועדה. (היינט האב איך שוין הויזנטרעגערס.)
בערל, דו ביזט פון דעי וואס בלייבן שטיין לעקיש ווען די הויזן פארט אראפ?
איך האב ארויסגעומען מיין טעלעפאן פון טאש שטיינענדיג אין פאליש פון בית מדרש. און ס'שליידערט זיך מיט א בדיקה שמאטע.
עס איז ראטזאם צו לייגן די בדיקה אין א ענוועלאופ
מרדכי מרדכיעס איז ראטזאם צו לייגן די בדיקה אין א ענוועלאופ
מיט א ריטורן אדרעס. על כל צרה שלא תבוא...
אין די עיר פארט ביי סעקיוריטי הייסט מען דאך אויסטוהן די פאסיק... נו מען קען שוין אליין פארשטיין... בפני כל קהל ועדה
עצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
וואלוויעצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך
פאלאצ'ינטא וואלוויעצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך
האט גארנישט מיט קיין סעודת אדער הויזן סייז.
דו געדענקסט נאך ווער עס איז געשטאנען אין די בעק פון דיר???
האק איר אן די ביינער!
יין שרף פאלאצ'ינטא וואלוויעצה טובה קמ"ל, טוה אן א קליינערע סייז הויזן אדער רוק אריין א סעודה פאר גיין צום עירפארט...
דאס קומט דאך פון ריקען צופיהל סעודה'לאך
האט גארנישט מיט קיין סעודת אדער הויזן סייז.
דו געדענקסט נאך ווער עס איז געשטאנען אין די בעק פון דיר???
האק איר אן די ביינער!
עס העלפט נישט היינט איז שוין דא קעמערעס איבעראל
מי ימצאווען איך ווארט שעות אז די קינדערס pj זאלן ווערן טרוקן,נאכער זעהט מען אז דאס דרייער איז קיינמאל נישט געווארן אנגעצינדן.
און ווען איך לויף קוקן נאך פינף מינוט צו זען אויב מיין פאון האט שוין עפעס בעטערי נאר צו זען אז די טשארדזשער איז נישט געווען איינגעפלאגט.
געהערט א מעשה שהיה (אדער נישט) אן אמעריקאנע בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל איז איינגעשטאנען ביי א פרעמדע ישיבה פאר שבת, פרייטאג צונאכט האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער באשלאסן צו כאפן א דרימל אין בית מדרש ווי עס איז דא עיר קאנדישאן,
ער האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן נשמת אנגעטון ווי פרעה ביים סדר
Re: האב איך געהאט א פלאפ ווען...
דאס איז טיפיקל מירע פאלקלאר..
היינט אנגעקומען אין מקוה מיטן ווייסן שלאף קאפל
איך בין אמאל געגאנגען דרייוון דעם באס מיט א שלאף קאפל. ומעשה שהיה כך היה. איך האב געהאט א שפעטע טריפ פאר בחורים אין ליל ששי. פארדעם האב איך געכאפט א שטיקל דרימל. זיך שנעל אויפגעוועקט און געלאפן צו דעם באס. ערשט אינמיטן דרייוון האביך באמערקט אז איך האב די שלאף קאפל.
אויך. איך האב אמאל געזעהן א (עלטערע) איד קערן די גאס אין פראנט פון זיין הויז מיט זיין שלאף קאפל.
אין ירושלים גייען זיין אפיציעל מיט'ן שלאף קאפעל א גאנצען טאג
פאלאצ'ינטאאין ירושלים גייען זיין אפיציעל מיט'ן שלאף קאפעל א גאנצען טאג
א בדחן האט אמאל געזאגט פארוואס גייען די ירושלימ'ע מיט א שלאף קאפל א גאנצן טאג?
ווייל יושב בטל כישן דמי...
(קען זיין איך האב עס שוין אמאל געשריבן ערגעץ, אבער חזרה שאדט נישט, פלעגט דער רבי זאגן) הרבי האמיתיגעהערט א מעשה שהיה (אדער נישט) אן אמעריקאנע בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל איז איינגעשטאנען ביי א פרעמדע ישיבה פאר שבת, פרייטאג צונאכט האט ער נישט געקענט איינשלאפן האט ער באשלאסן צו כאפן א דרימל אין בית מדרש ווי עס איז דא עיר קאנדישאן,
ער האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן נשמת אנגעטון ווי פרעה ביים סדר
איין מינוט - עס זענען דא מענטשן וואס גייען כאפן א דרימל אין ביהמ"ד מיט פאדזשאמעס?
מענין לקנין לבנין: ס'איז באקאנט דאס ווערטל פון הרה"ח (דערווייל) ר' פינחס/פינקי וועבער שליט"א...פארוואס ארבעט מען נישט אין ירושלים?!
ווייל ביי די לוי' פון הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל איז ארומגעפארן א קאר אין די ירושלימ'ער גאסן אויסרופן ...ביטול מלאכה...און ס'איז נאך (דערווייל) נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר אויסרופן אז מ'זאל זיך נעמען צוריק ארבעטן...!