☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בית בעלעד - נתחלק

בית בעלעד - נתחלק

233 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7095
בלאט: 1 2 3 4 5

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:43 pm

· #221081
בית בעלעד - נתחלק
הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א בכור לאביו הגה"צ מבעלעד זצ"ל האט מפני דרכי שלום מחליט געוועהן צו עפענען א אייגען בית מדרש, דערנאך וואס ער האט געזעהן אז עס איז דא בעלי ריב ומחלוקות בבית מדרשו של אבא זצ"ל וואס ער וויל נישט האבען קיין שום חלק דערין, וועט בעזהי"ת בויען א בית מדרש גדול ורחב ידים, ביזדערווייל דינגט ער דער מונקאטשע בנין אויף 52 ציווישען 13 און ניו יוטריקט. זיין אוועק גיין דארט וועט מן הסתם וויי טוהן כמה מהמתפללים נאך דעם וואס ער לערנט פאר כמה שיעורים במשך התקופות, אבער זיין באוויסטע ליל שישי שיעור ווי עס באטייליגען זיך קרוב צו דרייסיג משתתפים וועט ווייטער ווערן פארגעלערנט אין בעלעד 52.

דער אלטער בעלעד בית מדרש אויף די הויכע 50'סטע גאסן וועט אנפירען דער באוויסטע מנגן און זינגער הרב שלמה טוסיג שליט"א, וואס שוין עטליכע יאר וואס ער דינט דארט אלץ שמש.

איז אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:51 pm

· #221083
זייער נישט שיין געשריבען. סארי. רוב מנין און בנין פונעם בית המדרש וויל נאר הרב שלמה שליט״א.... היות זיי געדענקען אלע ווער האט זיך אפגעגעבען מיט׳ן שוהל און מיט זיין טאטע ז״ל.... און ווער ס׳איז געוועהן אפ׳געפרעמדערט פונעם טאטע׳ן.... מאך מיר נישט אויפעפענען א קאנטעינער ווערעם.....
און ריפען ר׳ שלמה ״א זינגער״ און א ״שמש״ וועט גארנישט אויפטוהן....

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:00 pm

· #221086
זיך אריין געשריבען א חודש צוריק א דאנק דער קינדערישע און רשעות'דיגע מחלוקות בבית באבוב, פון אלע פלעצער אלע זיינע תגובות איז בלויז אין דעם פארשאלטענע לשון הרע "צימעס" אפטיילונג. דער זיבעטע האט ער אוועק געשאנקען פאר "בעלעד".

רעד נישט וועגן עפענען א "קען פון ווערעם"...

ער איז געוועהן אפ'געפרעמדעד ביי זיין טאטע? היעלה על הדעת?
אזוי ווי יעדע ערליכע איד, האט הגה"צ רבי ישראל שליט"א אויך יארן לאנג געווארען גע'רודפ'ט פון כל מיני מענטשען, ואכמ"ל. ער האט אלעמאל אוועק געקוקט אויף נגיעות עצמו, ער שטייט און העלפט מענטשען מיט גרויסע סכומים אויף א ברייטע פארנעם, שטילערהייט אן קיין שום פרסום. דארף מען דען דערמאנען וויפיל הונדרעטע טויזענטע דוללערס ער האט מנדב געוועהן פאר האדמו"ר רבי יעקב יוסף האלבערשטאם שליט"א, ווען רבי יעקב יוסף שליט"א האט געמאכט א היסטורישע נסיעה האט ער מנדב געוועהן איבער 500 קליינע "צלותא דשלמה" סידורים נוסח בית באבוב, האבען זיי געלאזט דריקן אין גאלדענע אותיות אז דאס איז געוועהן מנדבת לבו פון רבי ישראל טוסיג שליט"א, ווען דער בעלעד רב שליט"א האט דאס געזעהן האט ער זיך מורא'דיג אויף גערעגט, ער האט זיך שטארק געבייזערט, אבער עס איז שוין נישט געוועהן וואס צו טוהן, ס'געוועהן צו שפעט.

הוא הגבר האט טאקע אינגאנצען איבערגעבויט דאס בית המדרש "בית חיים יהושע", זיך מטפל געוועהן מיטן איבערבוי ביז צו דער קלענסטע פרטים, און פארשטייט זיך אויך דא איז געוועהן פארשידינע בעלי כבוד ובעלי מחלוקות וואס האבן טאג און נאכט גערעדט לשון הרע באוזן קשבת פון רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א ביז מ'האט איהם פארשיקט, ער וואלט געקענט עני טיים גיין צו בית דין היות ער האט געהאט א קאנטראקט אין די הענט, אבער ער האט מחליט געוועהן דאס צו האלטן בשתיקה, מפני דרכי שלום דאס אראפ געשלינגען, און אעפי"כ ווייטער געשיקט נדרים ונדבות.

אויסער זיין געלט נתינה'ס פאר מוסדות אין גמ"ח'ס, איז ער באוויסט אלץ א גרויסע יודעי ספר, א בקיאות אויף א ברייטע פארנעם, ער האלט דאס נישט פאר זיך, ער טיילט דאס אלעס מיט אין זיינע איבער צענדליגע שיעורים במשך די יארן, שיעורי גפ"ת יעדע וואך, שיעורי חומרש"י יעדן שבת וואס דער עולם באלעקט זיך דער פינגער, זיין ליל ששי שיעור, זיין פרקי אבות שיעור שבת נאכמיטאג בשבתות הקיץ, הלכה שיעורים פאר יעדן יו"ט, ועוד כהנה וכהנה.
אן קיין טראסק אן קיין כבוד, אלעס אזוי ווי ער האט געזעהן ביי להבחל"ח זיין פאטער אויף א באשיידנענע און שטילע אופן.

די לעצטיגע עטליכע יאר וואקסט אינטער א דור אשר לא ידע את יוסף, ווי אזוי רבי ישראל שליט"א זעלבסט האט אויף געבויעט זיין טאטעס בית מדרש, ווען די אלע בעלי ריב ושנאה וואס האבען איהם כל ימיו גע'רודפ'ט זענען נאך געוועהן אין די ווינדלן. אבער דער בעלעד רב שליט"א וואס איז א ריכטיגע ברא כרעה דאבוה וואס אנטלויפט פון די אלע זאכען, נעמנט אויף זיך די אלע חיצים ובלסטראות, די אלע צרות וואס מיטיילט איהם אויס, און ער זאגט דאס איז נישט 'בעלעד', נישט דאס האט דער טאטע אונז געלערנט.

אלץ א ריכטיגע איש השלום ואיש החסד, איינער וואס פארשטייט א צובראכענע מענטש, איז ער בלי שאלות וספיקות ראוי לאותו איצטלא, ה' יהיה בעזרו בכח ועוז, אין עוז אלא תורה, צו פירען זיין עדה וחסידים ומעריצים, ויאריך ימים על ממלכתו עד עמוד הכהן לאורים ותומים, בב"א.

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:21 pm

· #221095
most ppl dont want sruli he was in a fight with hes dead (for none sense) for years he didnt talk to him now he decided to become a shiney yid most ppl didnt forget hes record yet so tell him to chill about it
and btw i wish him all the best in hes new shil

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:34 pm

· #221097
דולה, דו מיינסט עס אמת'דיג אדער ביזט סארקאסטיש?

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:38 pm

· #221100
די וואס זענען נישט פון הגה"צ רבי ישראל שליט"א'ס אנהענגער זענען עפעס די פרומסטע חברה'ע, אז איינע איז נישט מקיים א מצוה פון כיבוד אב (עכ"פ לשיטתם) זענען זיי מוחה? האבן זיי דען געמיינט דעם כבוד פון דער בעלעד רב זצ"ל?
די בושות וועט זיין גרויס, זייער גרויס, ווען איך זאל נאר דערמאנען ווער זיינע רודפים זענען און זייער פארגאנגענהייט און טאקע פון דעם אלטע בעלעד בית המדרש, ובחייו חיותו פון דער בעלעד'ער רב זצ"ל.
מיינען זיי טאקע א ענין פון 'כיבוד אב'? אדער גענוצט דעם הוילע בלאף שקר גס אלץ זיך אליינס צו פארענפערן זייער שגץ שטיק וואס זיי טוהן און טוהן נאך אלץ פאר הגה"צ רבי ישראל טוסיק שליט"א אבד"ק בעלעד.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 1:39 pm

· #221101
דולה, אוי פארדרייסטו פאקטן.

די ביסט א טיפישע צימעס איד.

איז אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:03 pm

· #221116
מתוך כעסו בא לידי גנותו... האקט פאר פייער און וואסער און מיינט אז מיט קלאפען פריוואטע מענטשען וועלען זיך די פאקטען טוישען!
I don't need to reply at all.... You're putting your own foot in your own mouth...וד״ל

חסיד » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:21 pm

· #221133
כ'קען נישט גלייבן אז אזא צדיק ווי אדמו''ר מבית חיים יהושע זאל מרחק זיין אזא צדיק, קענסט עס אויפווייזן אדער ברענגן עדים לדבר?

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:03 pm

· #221156
לגבי בית מדרש בית חיים יהושע" פרעג נאר טייטעלבוים וואס וואוינט דארט אינעם בנין, דער געוועזענער גבאי בראננער, הערש בער קליין, ועוד ועוד.

האדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א איז נישט דער מדובר, דאס האב איך גענוצט אלץ א ביישפיל אחת מאלף פון דער בעלעד'ער רב שליט"א'ס גרויסקייט במדות ובצדקה.

די אלע וואס האבען עפעס צוזאגען לגנאי קענען איהם באמת נישט פרעזענטליך, נאר זענען נשפע פון רומערס און אנדערע רכילות'ן.

שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:20 pm

· #221179
אזוי גרויס איז בעלעד אז ס'איז דא כדי חלוקה?

בר דעת » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:57 pm

· #221194
דולה די מאכסט וויצן? די גייסט באלד שרייען קאלער-וואר?

ישראלי טויסיג איז א ביזנעסמאן וואס האט אפגעהאקט קשר מיט זיין טאטן און נישט געקומען אפילו צו שמחות פאר צענדליגער יארן, די אייניקלעך האבן נישט געקענט דעם זיידן,
זיין יונגערע ברודער שלמה האט אייביג געטריי געפריט די שול און געהאלפן דעם טאטן, געדאווענט פארן עמוד אלע תפלות און ממש געווען דער איינציגסטער הילף בגוף ובממון צו זיין טאטען און זיין טאטע האט אייביג געזאגט אז שלמה זאל איבערנעמען די בית מדרש.
ישראלי האט זיך ממש לעצטנס איבערגעבעטן מיט די משפחה און האט געוואלט ווערן רב, שלמה איז אן איידעלער וואוילער האט ער געזאגט אקעי, זאל זיין צוויי רבנים און זיי פארטראגן זיך , זעהט אויס אז מענטשן האבן אביסל געטשעעפט ישראלי אז ער איז נישטא די עכטע רב וכדומה מאכט ער אן אייגנע שול
דולה פארוואס שרייבסטו אזוינע טיפשות?

חקרן » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:03 pm

· #221196
איך שטיי און איך קייך זיך פאר געלעכטער... מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געוואוינט אין בארא-פארק, גאנץ בעלעד גייט ארויף אויף מיין קליינעם פינגער, מען רעדט דא פון גארנישט מיט גארנישט, און א מחלוקת איז שוין אויך גאר פאראן.

וואט עי דזשאוק...

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:05 pm

· #221200
The joke is on us my dear.

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:47 pm

· #221212
בר דעת
ישראלי טויסיג איז א ביזנעסמאן


אלץ בעלעד רב קומט זיך איהם כאטש דער טיטול 'הרב'.
דאס ווארט 'ביזנעסמאן' וואס דו נוצט כדי איהם ביליג צו מאכען, וויל איך דיר זאגען אז ער שטייט אין דער זעלבע ראם ווי דער אינשורענס ברוקער רבי זלמן לייב מייזליש וואס היינט קען מען איהם אלץ סיגעיט'ער רב, אזוי אויך דער דיימאנט שלייפער וואס היינט קען מען איהם אלץ "סטריזוב'ער רבי". דער בעלעד'ער רב שליט"א שטייט נאך סאך העכער ווי דער מוכר 'לאקשאן' וואס היינט קען מען דעם לאנדא אלץ 'חוסט'ער דיין' און ווי דער ראחוב'ער וואס פלאגט מאכען אינשורענס קלעימס אויף אומשילדיגע חסידישע אידן כאילו ער האט זיך געזאלט אויס גליטשען פארענט פון זייער סטאור וכו', די ליסטע איז א לאנגע.


בר דעת
זעהט אויס אז מענטשן האבן אביסל געטשעעפט ישראלי אז ער איז נישטא די עכטע רב וכדומה מאכט ער אן אייגנע שול
דולה פארוואס שרייבסטו אזוינע טיפשות?


נאר אביסל געטשעפעט? וויפיל מאל שוין לאחר פטירת אביו הצדיק זצ"ל האט מען פאר די רב שליט"א קודם נישט צוגעלאזט א שטענדער, עטליכע מאל אינגאנצען ארויס געפירט, ששי, שמונה עשרה, נארמאלע כיבודים ווי עס פאסט זיך פאר א גברא רבה כוותיה, האט ער אוןועק געקוקט אויף די בושות, זייענדיק דער גרויסע עניו מיט גאלדענע מדות האט ער זיך קיינמאל נישט מתרעם געוועהן, אין מחליט געוועהן אוועק צו גיין איידער עס זאל ווערן א מחלוקות וואס וועט ארויס גיין פון פראפורציע, כאטש ער איז דער בכור הנוטל פי שניים מן התורה, האט ער מוותר געוועהן.

די היפוקראטיע מיט וואס דער עולם ווערט געפיטערט ווערט נישט טוישן די אמת'ע פאקטן.
מציאות ווערט נישט געשאפען לויט ווי זוי דו ווילסט עס גלייבען - נאר ווי עס איז אין דער ווירקליכקייט.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 6:51 pm

· #221224
בכלל יעדער מאל ס'איז דא א טיש, זינגט מען אריין.

כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 7:47 pm

· #221229
הגה'צ, גרויסע עניו, גאלדענע מדות, אינגאנצן משוגע געווארן דער דולה.
ישראלי טויסיג איז א פלעינע בארא פארקער איד וועמען סהאט זיך אנגעשמעקט די מעשה. איך פארגין אים עס געזונטערהייט, אבער פליז, קאט דע קרעפ.

לעמיל » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 8:55 pm

· #221247
איז עס גארנישט פאלש געווען...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/204987">viewtopic.php?p=204987#p204987</a><!-- l -->

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 10:40 pm

· #221274
הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א ביים פארלערנען א שיעור בגפ"ת
הרב מבעלעד ביים פארלערנען א שיעור גמרא.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 10:42 pm

· #221275
הגה"צ מבעלעד זצ"ל אין א פייערליכע און פרייליכע ריקוד אינאיינעם מיט להבחל"ח בנו בכורו ממלא מקומו וממשיך דרכו הגה"צ רבי ישראל שליט"א
אדמורי בעלעד זצל ולהבחלח.jpg הרב מבעלעד עם בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו שליטא.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 10:44 pm

· #221276
הגה"צ מבעלעד זצ"ל פארברענגט אינאיינעם ביי א משפחה שמחה בבית בנו בכורו ממלא מקומו וממשיך דרכו הגה"צ רבי ישראל שליט"א
אב ובנו.jpg

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 10:45 pm

· #221277
הרבנים הגאונים הצדיקים מבית חיים יהושע ובעלעד שליט"א אין א געהויבענע טאנץ.
אבדק בעלעד בריקוד עם אדמור מבית חיים יהושע.jpg

איז אזוי » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:13 pm

· #221279
דולה לעבען.... נו לויט דיינע הסברים אין בילדער, פארוואס ווערט נישט ר׳ ישראל אדמו״ר בית חיים יהושע 58?! לפי דיינע אייגענע ווערטער האט ער מער שייכות געהאט דארט....?!

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:25 pm

· #221285
איז אזוי
דולה לעבען.... נו לויט דיינע הסברים אין בילדער, פארוואס ווערט נישט ר׳ ישראל אדמו״ר בית חיים יהושע 58?! לפי דיינע אייגענע ווערטער האט ער מער שייכות געהאט דארט....?!


לפי מיינע ווערטער גארנישט, דאס האב שוין פריער געשריבען:

דולה ומשקה
האדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א איז נישט דער מדובר, דאס האב איך גענוצט אלץ א ביישפיל אחת מאלף פון דער בעלעד'ער רב שליט"א'ס גרויסקייט במדות ובצדקה.


האיך יוכל החי להכחיש את החי?
איך בין נישט דא אין אויסן אריין צו קריכען אין יענע דוגמא, כ'האב נאר געוואלט ארויס ברענגן א נקודה.
אזעלעכע ווי דיר פארדרייען פאקטן. דו קענסט דען דער בעלעד רב? האסט אמאל געהאט א שמועס מיט איהם? האסטו אויסגעהערט איינע פון זיינע שיעורים?

דו האסט קיינמאהל קיין שייכות מיט איהם געהאט, ווי קענסטו בכלל רעדן הן בשבח וכ"ש לגנאי?

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:32 pm

· #221286
כ'מיין די אשכול באלאנגט אין שמייכעל. @אפטעמיסט? 😂

I'm back » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:16 am

· #221292
רויטע וואנצעס
כ'מיין די אשכול באלאנגט אין שמייכעל. @אפטעמיסט? 😂


אז @דולה ומשקה שרייבט, קומט עס אטאמאטיש אין צימעס.

בר דעת » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 10:36 am

· #221350
דולה וואס איז די וויץ דא? חוץ אויב די ביסט אליין ישראלי טויסיג, זעה איך נישט קיין סיבה די זאלסטו מאכן אזוינע וויצן.
איך גיי נישט שרייבן בגנותו, ווי אנדערע האבן דא געשריבן און עס איז געווארן געמאקט, ווייל ישראל האט אסאך שונאים אין ביזנעס, זיי זאגן אז ער איז א וועלטס גנב און רשע, קען זיין אז זיי זענען נישט גערעכט און ער איז סתם א גוטער שטייפער ביזנעסמאן, אבער וואס איז די דזשאק פון אים מאכן א גאון וצדיק ווען ער האט קיינמאל נישטאמאל פרובירט צו אראפשטעלן זיך אזוי?
ישראל טויסיג איז נישט געווען צוקריגט מיט זיין טאטן ביז ממש לעצטנס סוף ימיו?
ער איז נישט קיין ביזנעסמאן נאר א גרויסער באקאנטער מורה הוראה ומרביץ תורה ועובד ה', וואס איז די וויץ דא?
אויב גייסטו נישט זאגן "קאלערוואר" מוז איך ציען א מסקנה אז....

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:32 pm

· #221476
ניין איך בין נישט דער בעלעד'ער רב, מסתפקוני צו דער בעלעד'ע רב שליט"א ווייסט בכלל צו זאגען פון קאווע שטיבל.
אויף גרעסערע צדיקים האט מען אויך אנגעוויזען אויף זיי אלץ א גנב און א רשע (אפילו אזא שטייגער ווי דער ברך משה מסאטמאר, פרעג נאר זיינע שונאים).
יא איך האב געשריבען אויף הגאון און צדיק, סיי צוליב ער איז א גאון אין תורה ווי שוין געשריבען איבער זיינע הערליכע שיעורים וואס ער גיבט, וואס אלע זיינע מתנגדים האבען זיך קיין איינמאהל זיך אוועק געזעצט הערען. אזוי אויך איז ער א צדיק אין מדות ווי שוין געשריבען פריער איבער זיינע גרויסע פעולות צו העלפען א צווייטען.
אז דער בעלד'ער רב שליט"א פארופט זיך נישט אזוי, בין איך נישט שולדיק, כ'האב נאך נישט געזעהן א אנדערע רבי זאל זיך פארופען אוף אייגענע מדות, וואס דאס בלייבט איבער פאר די חסידים צו טוהן.
ממילא דארפסטו נישט איבערטרייבען מיט ציכישע לשונות ווי "גרויסער באקאנטער מורה הוראה ומרביץ תורה ועובד ה'", איך האב דאס נישט געשריבען, כ'האב נישט געזאגט אז ער איז א מורה הוראה, אבער איינער וואס לערנט פאהר שיעורים הייסט יא ביי מיר א "מרביץ תורה".
דער באשעפער זאל העלעפן שילך מחיל אל חיל, ויתרבה על ידו תורה ותפלה בישראל, ויתגדל ויתקדש שם שמים על ידו, צו געזונטע און לאנגע יארן.

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 7:41 pm

· #221478
הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד אין א תורה'דיגע שמועס מיט הגאון רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק
בעלעד סקווירא.jpg

געשוויסטער » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 9:47 am

· #221546
א גוטן טייערע אידן.

איך קען מיר פערסענליך מיט הרה'צ ר' ישראל שליט'א, און איך קען מעיד זיין אז אזא בעל חסד איז שוין נישט געווען יארן לאנג. א גאלדענע הארץ במלא מובן המילא. א איד וואס איז דבוק בתורתו של רבינו הקדוש והטהור מ'סאטמאר זי'ע ועכי'א. א איד וואס משכמו ולמעלה איז בלתי ה' לבדו. א איד וואס תורתו אומנתו, אפילו ווען ער ארבעט צו ברענגען ברויט צום שטוב.

איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי עטס קענטס עם אזוי בארעדן. ווי אזוי באגראבטס ענק זיך נישט פאר בושה?
מיין פנים פלאמט!
איך האב געליינט דער אשכול נעכטן נאכט, און איך האב נישט געקענט איינשלאפן. טרערן זענען גערינען, און איך האב באנעצט מיין בעט.
איך בעט אייך טייערע אידן, ביטע הערטס אויף בארעדן די ערליכע אידן וואס אונזער דור יתום האט נאך.

בשבילי! » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 10:23 am

· #221552
געשוויסטער, דו כאפסט טאקע נישט אז די אלע בארעדער'ס פון הגה''צ בנו בכורו רבי ישראל טויסיג מבעלעד שליט''א זענען פונקט אזאונע חסידים ווי דו? אבער געוואלד א עכטע רבי מוז דאך האבן מתנגדים אויך, האט מען אפגעדינגען עטליכע שרייבער זאלן דא האקן אויפ'ן עכטע בעלעד'ן רבין, אקטועלי האט מען זיי נאר געדינגען עס צו ארויפלייגן דא, געשריבן ווערט עס דורך דולה ומשקה'ן אליינס.... נו קענסט אויפהערן צי וויינען געשוויסטער...

כוכב » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 12:58 pm

· #221581
איך קען אויך דעם בעלעדער רבי'ן און איך בעט ענק, הערטס אויף מיט די נאנסענס. געפעלט מיר דולה'ס השגות אין זיין מדת החסד, ער האט געדרוקט פאר ר' יעקב יוסעלע זמירותלעך מיט זיין נאמען דערויף אין גאלד סטעמפינג.
נישטא ווער ס'זאל לאכן.

הדד בן בדד » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 1:05 pm

· #221585
איך האב נישט ארויס וואס דא גייט פאר, עפעס קוקט עס אויס די גאנצע מעשה דא ווי א קאלער וואר, די לשונות וואס מען שרייבט דא, עס איז עפעס הפלא ופלא, ווי כאילו אז בעלעד איז א ריזן חסידות. אבער אזוי פיל האב איך יעצט געהערט פון א קרוב אז איינער פון די בעלעד'ער קינדער האט געקויפט א הויז ממש אפאר טירן אראפ פון זיי און גייט דארט מאכן א בית המדרש.

סאו עפעס ליגט יא דא אונטער דעם.

גיי ווייס.

נו וואס פארשטייען מיר פשוט'ע מענטשעלעך...

דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 6:00 pm

· #221667
דער סידור "צלותיה דשלמה - נוסח באבוב" וואס הגה"צ מבעלעד שליט"א האט בשעתו מנדב געוועהן לרגל שבת התוועדות בראשות האדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א שבת פ' בלק תשס"ד און ארה"ק.
beled siddur 1.jpg

דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 6:06 pm

· #221671
דא קען מען זעהן דער גאלד סטעמפינג וואס די ראשי שבת התוועדות האבען ארויף געלייגט, געמיינט האבען לטובת דער נדבן ענין הכרת הטוב, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, אבער באמת איז דאס געוועהן שטארק אנטקעגן די רצון פונעם נדבן ה"ה הגה"צ מבעלעד שליט"א, וואס מגודל ענוותנותו, שטייט ער ווייט פון די סארט כבוד המדומה. ווי געשריבען ווען בשעתו ווען ער האט דאס געזעהן דעם ערשטן מאל איז שוין געוועהן צו שפעט צוריק צו נעמען די סידורים.

בכלל דאס גאנצע ענין איבער זיין "הוזיל זהב מכסו" פאר קהל בית חיים יהושע איז נאר איין דוגמא, פון הונדערטע אזעלעכע שטילע צדקות וחסד נדבים ונדבות וואס דער רב שליט"א איז עוסק אין זיי שטילערהייט בהצנע לכת.
beled siddur 2.jpg

בשבילי! » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 6:08 pm

· #221672
וויפיל נעמסטו בדחנות פאר א חתונה? ס'איז א שנעלע תקנה חתונה.

בר דעת » זונטאג סעפטעמבער 7, 2014 2:38 pm

· #221828
אשרי הדור שזכה לו! מיר זענען זוכה צו א רב וואס האט מנדב געווען זמירותלעך מיט גאלד סטעמפינג בהצנע לכת פאר א שבתון פון א בית מדרש'ל, ממש אן אר"י הקדוש בזמנינו, לאזט אייך ארויס אין א טאנץ שהחיינו וקיימנו!

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:08 am

· #222427
מתנגדי הגה"צ רבי ישראל טוסיג מבעלעד שליט"א האבען באישון הלילה אראפ געריסען די סיין וואס האט געהאט געהאנגען העכער דער בית המדרש הזמני אויף 52.
מ'זעט ווי אפילו ווען דער רב שליט"א האט מפני דרכי שלום אפגעטרויטען פונעם קליינעם בית המדרש הישן, דערגייט מען נאל אלץ די יארן, אבער דער באשעפער העלפט אז לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיק.

BLOOMINGBURG NY » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:47 am

· #222437
הגה"צ אב"ד בעלעד שליט"א באזיכט ביי רבינו שליט"א צום ווינטשן צום נייעם יאהר 😛 😛 😛
📎 beled1.jpg

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:27 pm

· #222486
נאאאא! חודש אלול!!!!

ניין... נישט די לשון הרע... כ'מיין די לצנות!

BLOOMINGBURG NY » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:22 am

· #222766
NEBECH
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/391123">http://www.jdn.co.il/news/391123</a>

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:25 pm

· #222781
די דברי הבל און ליצנות וואס מ'זעהט דא אויפן חשבון פון הגה"צ דער בעלעד רב שליט"א ווערט בטול ומבוטל, כקלופת השום, לעומת די גרויסע כבוד און הערצה וואס דער רב שליט"א האט באקומען און האלט און איין באקומען פון גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:15 pm

· #222800
דולה ומשקה
די דברי הבל און ליצנות וואס מ'זעהט דא אויפן חשבון פון הגה"צ דער בעלעד רב שליט"א ווערט בטול ומבוטל, כקלופת השום, לעומת די גרויסע כבוד און הערצה וואס דער רב שליט"א האט באקומען און האלט און איין באקומען פון גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א.


לול

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:23 pm

· #222802
ווי גייט דער מאמר החכם?

א שאד א שאד, אזא שיינע מחלוקה אין אזא קליינע קהלה

כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:37 am

· #223016
דולה, הער אויף, סדא דא אן ערנסטע חשש גילוי.

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:47 pm

· #223301
א געזינטע ציפ האט באקומען די מתנגדים און רודפים פון הגה"צ רבי ישראל טויסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יצ"ו, ווען אפילו דער ענגלישע 'לינק' האט געזעהן וויכטיג צו געבן א עמוד בילדער איבער הנעשה ונשמע בחצר בעלעד, ובמיוחד פון די ביקורי כבוד וואס הגה"צ מבעלעד שליט"א האט געגעבן פאר גדולי האדמורי"ם רבנים וזקני הדור שליט"א וואס מיט עטליכע פון האט דער בעלעד רב שליט"א פארברענגט מיט פלפולי התורה.
יאריך ימים על ממלכתו, וינהל עדתו בנחת בטוב ובנעימים, עד ביאת גואל צדק בב"א.

I'm back » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:13 am

· #223308
דולה, וויפיל נעמסטו פאר א שבע ברכות?

ישמעאל הכהן » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:24 am

· #223337
דולה ומשקה
א געזינטע ציפ האט באקומען די מתנגדים און רודפים פון הגה"צ רבי ישראל טויסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יצ"ו, ווען אפילו דער ענגלישע 'לינק' האט געזעהן וויכטיג צו געבן א עמוד בילדער איבער הנעשה ונשמע בחצר בעלעד, ובמיוחד פון די ביקורי כבוד וואס הגה"צ מבעלעד שליט"א האט געגעבן פאר גדולי האדמורי"ם רבנים וזקני הדור שליט"א וואס מיט עטליכע פון האט דער בעלעד רב שליט"א פארברענגט מיט פלפולי התורה.
יאריך ימים על ממלכתו, וינהל עדתו בנחת בטוב ובנעימים, עד ביאת גואל צדק בב"א.

דולה דולה פארוואס ברענגסטו נישט די צווייטע העלפט? ווייל סשטימט שוין נישט מיט דיין באן וואס דו דארפסט שטיפן דא און אויף וואס דו ווערסט גאנץ זיכער גראב באצאלט? הער דולה'לה, נייהויז פון דער לינק איז געווען פריער ביי הגה''צ המנגן כ''ק ר' שלמה מ'בעלעד שליט''א און זיך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוויסט גארנישט וועגן די בעלעדע פאליטיק, ר' שלמה א נועם המידות האט אים געגעבן מחילה גמורה אן העזיטאציע, בעלעד רבי האט אים געווינטשן א כתיבה טובה און פארברענגט מיט דברי תורה און ניגוני. א טאג פריער האבן חסידי בעלעד גערופן פאר א באויקאט קעגן דעם לינק פארן זיך מישן און לייגן בילדער פון ר' ישראל טויסיג. העט מען זען צו דער היינטיגער באזוך וועט איינשטילן דעם אויפברויז. נאכאמאל דולה טייערע איך בין נישט קיין בעלעדער איך נעם נישט קיין שטעלונג אין בעלעד איך שלאג נישט כפרות אין בעלעד, כ'גיי נישט אין בעלעדע מקוה כשיק נישט מיינע קינדער אין בעלעדע מוסדות און כפרעג נישט מיינע שאלות פונעם בעלעדע דיין, איך האב גארנישט קעגן אדער פאר די אלע א''ד זאכן וואס כ'האב אויסגערעכנט, סוי ביטע נעם עס נישט פערזענליך, אבער ביטע הער אויף מיט דיין רייצרישן איינזייטיגקייט, מיר זענען נישט קעלבער!

נ.ב. מיר ווייסן אויך גאר גוט וואס דיין אדמו''ר ר' ישראל האט גערעדט אויפן טאטנס שוואגער אינמיטן די לעצטע יעריגע הקפות פראווענען, ווען ס'האט זיך אים געדאכט אז יענער איז מער נוטה צו כ''ק אדמו''ר ר' שלמה שליט''א. כ'זאג גארנישט, זיץ איין.

איז אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:30 pm

· #223430
א ווארימע ברכת מזל טוב לכבוד הרהגה״צ פאר הדור מוה״ר ר׳ ישראל מ׳בעלעד-45-בית חיים יהושע-בית דולה ומשקה ועוד.... לרגל די שמחה און שטיב פון זיין ברידער אבד״ק בעלעד שליט״א, איך בין זיכער אז די רבי שליט״א וועט זיך קומען באטייליגען ביי די קידושא רבה און זיין ברידער׳ס בית המדרש דעם שבת.

דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:11 pm

· #223439
מיט גדולי דורינו שליט"א
beled rav shlita (2).jpg
בלאט: 1 2 3 4 5