☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בית בעלעד - נתחלק

בית בעלעד - נתחלק

233 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7095
בלאט: 1 2 3 4 5

איז אזוי » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:21 pm

· #223445
א שאד נאר מען קען נישט קלאר ליינען אויף די שטערן פין די גדולים וואס זיי האלטען פון דעם ״גדול״....
זיי האבען נישט קיין איינונג וואט די העק דער קאא-קאא וויל פון זיי

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 3:46 pm

· #223450
אזוי? וועגן דעם ווען ער איז אריינגעקומען צו רבנים און געבליבן שטיין, האבן די רבנים אים געהייסן זיצן???
געהייסן ברענגן א בענקל, און געהייסן זיך זעצן בראש השולחן און נישט פון די זייט?

נ.ב. איך געב נישט קיין העק וואס עס גייט דארט פאר, נאר קום נישט מיט דיינע שטותים און דמיונות!
#פאר_בייידע_צדדים

דולה ומשקה » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:02 pm

· #223454
אויך "די וואך" האט פארשטאנען למען התועלת אוועק צושענקן א גאנצע עמוד פאר הגה"צ מבעלעד שליט"א
beled rav shlita voch.jpg

יין שרף » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 4:38 pm

· #223461
וואס האסטו געמיינט? די וואך פארשטייט גאנץ גוט צו $500...

אויסגערוט » מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:33 pm

· #223490
בין איך געווען ביים גרויסער קידוש היינט אין בעלעד לרגל הולדת הבת צום רב שליט"א, און איז דעמאלטס אנגעקומען דער ברודער זז"ג. און סיי דער רב און סיי די מתפללים האבן זיך אויפגעפירט מיטן גרעסטען דרך ארץ.

הא דולה?

כוכב » מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:39 pm

· #223494
דולה ומשקה
אויך "די וואך" האט פארשטאנען למען התועלת אוועק צושענקן א גאנצע עמוד פאר הגה"צ מבעלעד שליט"א


😂
דולה, דו טשארטשסט אויף די שעה?

סאו וואט » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:30 pm

· #223600
דולה, לכאורה קאטשקעסטו זיך אויף געלעכטער בשע'ן טייפען דיינע שורות, ווייל דו גלייבסט נישט אליינס און וואס דו שרייבסט, און האלטס זיך אונטער
ווי יעדער ביי יעדער גייט ארויף דער בלוט דרוק, מיט וואס פארע מין איין זייטיג דו שרייבסט דא...

דו טרייבסט א געהעריגע ליצנות פונעם עולם דא, דער בעלדער ווי ער זיצט מיט סקווירא דיין, איז ביים טאטעס שלשים סעודה, און דער בילד ווי ער געט א שיעור, איז באותו מעמד
ווי ער האט געמאכט א סיום מסכת, [פרעג מיך נישט וועחעכע...], און מאכסט ליצנות פון זיך אליינס, אז "דער רב געט א שיעור"....

מסתמא קענסטו פון יענע מעמד טרעפן דער זעלבע בילדער אויף אחיו ר' שלמה...

ס'איז העסט צייט אויסצוברעכען מיט שרייענדיגע רויטע ווערטער קאלאוואר....................................................

ס'קוקט מיר אויס ווי ר' ישראל טויסיג האט געבארגט פון ר' אברהם אייזען מ'פוזנא זיין ש"ס, כדי צו מאכען דער זעלבע רוט וואס ער האט געמאכט, ארום ווייזען פאר אלע רבנים דו זעלבע שטיקעל גמרא....

איז אזוי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:13 pm

· #223673
בין איך געוועהן דעם שבת אין בעלעד׳ר בית המדרש, א הערליכע עולם געוועהן דארט לכבוד די שמחה בבית האבד״ק, אין ב״ה געזעהן מיט די אייגענע אויבען אז נישט קיין איין מתפלל איז נישט מיט געגאנגען מיט דולה צי זיין נייעם לעכעל.... נאר זיינע קינדער....

איז אזוי » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 5:15 pm

· #223675
אנטשולדיגט.... די פעדער האט פארשריבען בטעות... געמיינט האב צי שרייבען ״אז נישט איין מתפלל איז מיט געגאנגען מיט הרה״ק מקארטשין-45-בית חיים יהושע צי זיין נייעם לעכעל״

הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:15 pm

· #223745
איך בין מוחה פארן מאכן ליצנות פון גדולי ישראל

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:32 pm

· #223747
סאו וואט
געבארגט פון ר' אברהם אייזען מ'פוזנא זיין ש"ס, כדי צו מאכען דער זעלבע רוט וואס ער האט געמאכט, ארום ווייזען פאר אלע רבנים דו זעלבע שטיקעל גמרא....

😂

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:37 am

· #223793
איז אזוי
בין איך געוועהן דעם שבת אין בעלעד׳ר בית המדרש, א הערליכע עולם געוועהן דארט לכבוד די שמחה בבית האבד״ק, אין ב״ה געזעהן מיט די אייגענע אויבען אז נישט קיין איין מתפלל איז נישט מיט געגאנגען מיט דולה צי זיין נייעם לעכעל.... נאר זיינע קינדער....


איז אזוי
אנטשולדיגט.... די פעדער האט פארשריבען בטעות... געמיינט האב צי שרייבען ״אז נישט איין מתפלל איז מיט געגאנגען מיט הרה״ק מקארטשין-45-בית חיים יהושע צי זיין נייעם לעכעל״


סאו וואט
ס'קוקט מיר אויס ווי ר' ישראל טויסיג האט געבארגט פון ר' אברהם אייזען מ'פוזנא זיין ש"ס, כדי צו מאכען דער זעלבע רוט וואס ער האט געמאכט, ארום ווייזען פאר אלע רבנים דו זעלבע שטיקעל גמרא....


אזעלעכע געשרייבעכטס ווייזט שטארק דעם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, די ניקס וועלן שרייבען סיי וועלעכע קינדערישע און ביליגע ליצנות אויפן חשבון פון דער בעלעד רב שליט"א, איך האב נישט געשריבען קיין איין ווארט לגנאי אויפן חשבון פון דער צד המתנגדים והרודפים, אבער מ'קען זעהן מיט וויפיל ליידיג גייערס בעלי לשון הרע ומחלוקות דער צד המתנגדים זענען ארום גענומען, אינטרעסאנט ווי מ'רייסט מיר אראפ אויף משבח זיין האי גאון האי צדיק והאי עניו, אבער יענער צד האט נאר אזעלעכע וואס זענען אנגעפילט מיט שנאה ומחלוקות אויף אנדערע.

מצד חסידיו ומעריציו פון הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד האב איך נאך נישט געזעהן אז קיין איינער פון זיי זאלן זיך אויס דריקן מיט אזוי פיל שטותים והבלים, ליצנות ורכילות, אויף מתנגדי הגה"צ שליט"א, דער בעלעד רב שליט"א איז א רועה נאמן לעדתו קערפערט אריין מדות טובות דרך ארץ ונימוסי בני אדם בתוך קרב עדתו, ממילא איז שטארק בולט דער קאנטראסט ציווישען צד הגה"צ שליט"א והצד שכנגד.

איז אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:29 am

· #223803
איים ווערי סארי דולה, ס׳איז גארנישט קיין שנאה וכו, און איך זאג עס מיט׳ן גרעסטען מאס דרך ארץ, די ביסט באמת נעבעך א פלעינע דשאוק! כ׳האב נישט וואס צוצעלייגען מער.

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:13 pm

· #223810
קוק גוט איבער וואס דו האסט געשריבען און זאגט מיר ווער ס'איז דער דזשאוק.
*
עכ"פ ב"ה דעם פארגאנגענעם שב"ק איז דער טאוועל בצד כניסת בית המדרש הזמני אויף דער גרויסע בנין אויף דרייצען עוו. קארנער 52, צוריק געווארען ארויף געלייגט אויף איהר פלאץ. אזוי אויך אנווייזענגען פאר די מענער און פרויען אריינגאנג.

גאר גרויסע חיזוק און ווארימע ווערטער האט הגה"צ מבעלעד שליט"א באקומען פון אדמורי"ם שליט"א ובמיוחד פון אדמור"י פאפא וראחמיסטריווקא שליט"א, אז יאריך ימיו על ממלכתו בהרחבת הדעת ומנוחת הנפש.

בר דעת » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:50 pm

· #223818
נישט געזארגט דולה, דער ציבור זעהט צוביסלעך איין דאס גדלות הנפש און הייליגע נשמה פונעם בעלעדער צדיק, זיין עבודת ה' בתמימות און זיין פרישות פון עולם הזה, זיין גדלות אין קבלה וחסידות, זיינע הונדערטער תלמידים און ועל כולם זיינע זמירות'לעך וואס ער האט מנדב געווען ברוב צדקתו ורוחב לבו פאר קהל בית חיים יהושע. די אלע יארן וואס דער צדיק נפלא האט געליטן יסורים, געגאנגען נאקעט און בארוועס בהתבודדת לעבודת ה', ליידענדיג ביטערע בזיונות אוו חירופים פונעם צד שכנגד, די אלע טויזנטער נעכט אויף זיין בהתמדה, בתעניתים ובביטול היש גייען נישט לאיבוד. אט די אלע נעכט האבן משפיע געווען אז טראץ די טעראר פונעם צד שכנגד האט דער פאפאר גאון אים געזאגט די ברכת יאריך ימים על ממלכתו

הרב_שלום » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:16 am

· #223974
FYI פאר די אלע ליינער
אז די גאנצע בעלעד חסידות באשטייט פון א שול אויף 59 סטריט מיט 50 זיצען

בר דעת » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:53 am

· #224016
הרב_שלום
FYI פאר די אלע ליינער
אז די גאנצע בעלעד חסידות באשטייט פון א שול אויף 59 סטריט מיט 50 זיצען

זינט ווען מעסט מען לפי די נומער זיצן, הטרם תדע אז דער צדיק האמיתי מבעלד האט מנדב געווען זמירות'לעך און פאפא רב האט אים געזאגט יאריך ימים על ממלכתו, דעטס ווהאט קאונט!

חזקואמץ » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:14 am

· #224238
דברים מהלב
איך קען סיי ר' שלמה און סיי ר' ישראל פאר זייער א לאנגע צייט. איך בין געווען מקושר צי הגה''צ ר' יוסף זצוק''ל פאר קנאפע צוואנציג יאהר. ר' ישראל איז באמת א פיינער מענטש אבער פאקט איז אז ר' ישראל האט געהאט זיראו שיכות מיטן טאטן בפרט און מיטן בית מדרש בכלל. ביז ממש לעצטענס האט מען עהם קיינמאל נישט געזעהן נישט ביי קיין תפילות און נישט ביי קיין מסיבות ווי למשל ביי דעם יערליכן מלווה מלכה לטובת דעם בית מדרש. לאמיך אייך דערציילן א פאקט ווי ווייט ר' ישראל איז געווען ווילד פרעמד צי בעלעד. ווי עס איז באקאנט פלעגט די יערליכע מלווה מלכה פארקימען אין פאראדייס מענאור אויף ניו יוטרעקט און 58 סטריט און ווי דערמאנט איז ר' ישראל נישט געקימען צי קיין איינס פין די מלווה מלכה'ס. מאכט זיך אז ר' ישראל מאכט א שמחה און ער וויל דינגען דעם אויבן דערמאנטן פערעדייס זאל איז ביים שרייבן דעם קאנטראקט פרעגט דער בעה''ב פין פערעדייס ר ישראל'ן, וואס איז דיין נאמען? ענפערט ער טויסיג! פרעגט דער בעל הבית, ביסטו אפשר רילעיטעד צי הרב טויסיג פין די שול אויף דעם בלאק? ווייל איך האב דיך נאך קיינמאל נישט געזען, ענפערט עהם ר' ישראל ''ער איז מיר נאר א פעטער''
אמת לאמיתו איז אז ר' ישראל האט זיך איבערגעבעטן מיטן טאטן סמוך לפטירתו, אבער פאקטיש איז ר' שלמה געווען דער וואס האט געבויעט דאס בעלעדע קהילה. ר' שלמה איז געווען דעם טאטענס שווארץ אפעל פין אויג. הרב טויסיג זצוק''ל האט מיר פערזענליך געזאגט אז שלמה'לה איז א טייער קינד און אז זיין כיבוד אב ואם איז מבהיל הרעיון. איך קען ר' שלמה פין ווען ער איז געווען א יונג בחור'ל און איך קען אייך מבטיח זיין אז ער איז אן אמת'ר ירא שמים און א תלמוד חכם מובהק. ער איז א מענטש מיט א הארץ פין גינגאלד. עהם גייט בנפשו נישט צי וויי טין קיינעם,און נישט רעדן אויף קיינעם. ס'איז נישט קיין שום ספק אז דאס ביהמ''ד קימט זיך איהם.

מען דארף אויך געבן א סך קרעדיט פאר ר' ישראל וואס וועגן דרכי שלום האט ער אפגעטרעטן און געעפנט א ביהמ''ד פאר זיך. זאל דער אייבישטער העלפן אז ביידע ברידער הרבנים שליט''א זאלן מצליח זיין און קענען ממשיך זיין דעם טאטנ'ס זצ''ל דרכים און לאמיר אלע האבן א שנת גאולה וישועה

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:11 pm

· #224372
ס'איז אדר אדער אלול??? גודנעס!

יין שרף » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 12:51 pm

· #224684
בין איך די איינציגסטע וואס האט זיך געוואונדערט פארוואס דולה׳ס חתימה איז ״צום געזונט!״?!?!?!???

סאו וואט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:07 pm

· #224713
בין איך דער איינציגסטער וואס וואונדערט זיך, ווי אזוי דו נארישע נישט פאליטיק און בעלעד איז אנגעקומען, צו פיר פעידזשעס און צימעס?

לית דין בר נש » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:17 pm

· #224728
וויל אונז האבן א חשובע דולה ומשקה וואס הערט נישט אויף אהנצוטרינקען

משה פיטות » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:04 am

· #225150
איך האב געריפון די לוח הציבור פאר שבת צי לייגען א עד אין די פעפער, האב איך אים געבעטן אז איך וואל האבן די back page זאקט ער מיך אז עס איז שיון פארנימען פאר בעלעד ביז נאך ראש השנה,
ס'קיקט איוס אז ער האט גא הייערט א קמפיין מענידשער....

BLOOMINGBURG NY » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:47 am

· #225177
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/395436">http://www.jdn.co.il/news/395436</a>

ערליכער איד » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:37 pm

· #225206
קיינמאל נישט געהערט פין אזא חסידות בעלעד,
עס זעט מיר אויס אז זיי האבן אפעגרעדט צווישען זיך צו מאכן אזא כאילו מחלוקה, אין אזוי זאלען זיך ביידע קענען גוט אדווערטייזען

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:59 pm

· #225213
יא. די בילדער ווייסט beli52 האט א גרויסע עולם געהאט.
איך הער ער צאלט געלט מ'זאל קומען דאוונען דארט

איז אזוי » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:03 pm

· #225215
חוץ פון האדמו״ר מ׳בעלעד45/בית חיים יהושע שליט״א ובניו איז יעדער דארט א געצאלטע מתפלל אדער געקומען הערען חזן בלומענבערג.

לעמיל » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 2:05 pm

· #225217
אויך געהערט פון איינעם אז ער באצאלט $25 א תפילה. ער גייט דארט דאווענען ר''ה פאר די געלט

משה פיטות » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:29 pm

· #225343
איך הער אז ער צאלט פאר חזן בלומבענבערג 10 אלפים אין בלומבענבערג האט אים ציגעזאקט אז ער ברענקט מיט זיך 25 מתפללים
Not a bad deal

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:36 pm

· #225371
קהל בעלעד פרויען אריינגאנג
beled 12.jpg

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:37 pm

· #225373
קהל בעלעד מענער אריינגאנג
beled 16.jpg

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:38 pm

· #225374
קהל בעלעד אריינגאנג אנווייזונגען
beled 15.jpg

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:39 pm

· #225375
קהל בעלעד לוח הזמנים
beled 14.jpg

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:44 pm

· #225377
דער בעלעד רב שליט"א וועלעכע איז נישט הונגעריג פאר'ן עמוד האט ער דאס איבערגעגעבען פאר א צווייטע צו זיין דער שליח ציבור, אבער אף גודל ענוותנותו פון דער בעלעד רב שליט"א זענען מיר מאמין אז דער רב שליט"א איז עומד על כולנה און איז מעלה אלע תפלות צו אבינו שבשמים.

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:12 am

· #225395
דולה, ווען איז א רואיגע צייט צי קומען פאר א קוויטעל?
כ'וויל נישט קומען ווען די גאנצע שטאט איז דארט, אין כ'זאל דארפן ווארטן אויפן ליין אפאר שעה,
פליז לאז וויסן ווען א רואיגע מאמענט מאכט זיך,
נ.ב. טאמער איז שייך נאך פאר ראש השנה, כ'וויל האבן א גוט געבענטשט יאר.
תודה למפרע
שטאפענע

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:03 pm

· #225482
עקזיסטירט טאקע א בעלעדע רבי, צו דא רעדט מען פון נאך א מילקשעיק פאראקעוועי סארט אשכול,

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:17 pm

· #225485
קרוב צו הונדרעט חסידי בעלעד וואס זענען געקומען א' סליחות בצל הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד
סליחות-אצל-הגהצ-אבד-בעלעד-2-470x352.jpg סליחות-אצל-הגהצ-אבד-בעלעד-3-470x352.jpg סליחות-אצל-הגהצ-אבד-בעלעד-1-470x311.jpg

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:21 pm

· #225486
@דולה ומשקה דאס ביסטו?
📎 סליחות-אצל-הגהצ-אבד-בעלעד-1-470x311.jpg

סמיילי » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:03 pm

· #225593
בעצם פארוואס ליגט די אשכול און צימעס? עס איז א מילקשעיק אשכול...

ברוך שאמר » דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 10:34 am

· #225624
איך מיין אינז זעמער א באנדע סטאפיד אידיאטן אז אינז רעד מער פין דעם בכלל

דולה ומשקה » מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 4:14 pm

· #225850
קהל בעלעד לוח הזמנים פאר ראש השנה.
אזוי אויך מעלדונג איבער דרשת הגה"צ מבעלעד שליט"א אום שבת שובה, שמעו ותחי נפשכם, עס איז א שאד אויס צו לאזען די דרשה פון הגה"צ שליט"א וואס איז ידוע אלץ א פה מפיק מרגליות, דער בעלעד רב שליט"א ווערט זאגען א פלפול עמוקה אין איינע פון די סוגיות הש"ס דערנאך דרוש ואגדה, צום סוף דברי מוסר והתחזקות בענינים העומדים על הפרק.
בעלע ראש השנה.jpg

דולה ומשקה » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 11:23 pm

· #225885
ליידער זעהט מען ווי הארט מוצאי ראש השנה, גלייך ביים זמן פון שבת שובה, זענען מתנגדי הגה"צ מבעלעד שליט"א ארויס אויף א מיסיע אפצו'חוזק'ן פון הגה"צ שליט"א, אבער דאס וועט זיי ווייניג העלפען.

דער וואס האט בייגעוואוינט די הייליגע ווארימע תפלות בצל הקודש, דער וואס האט בייגעוואוינט די דרשת שבת שובה, אזא איינער קען נישט אפשפעטן אפילו פון א צווייטער פשוטע איד כל שכן פון א גברא רבא דכוותיה ווי הגאון הצדיק מבעלעד שליט"א, [שכבר סמכוהו גדולי וגאוני הדור שליט"א].

דער כת השני' ממתנגדי הרב שליט"א האט א שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, וואס אונזער דור האט שוין לאנג נישט געזעהן. אבער מיט דעם אלעם ווינטשט מען זיי מיט א שנה טובה ומתוקה, הצלחה ונחת ממשפחתם ומפרנסתם.

Yossy » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:32 am

· #225916
איז דא פלענער אויפן טיש פאר א ישיבה? איך בין זיכער אז די רבי מיט זיין גרויסע כח אין הרבצת התורה וועט אויפטין גדולת ונצורות.

יהושע חיים » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:30 am

· #226125
דולה ומשקה
קהל בעלעד לוח הזמנים פאר ראש השנה.
אזוי אויך מעלדונג איבער דרשת הגה"צ מבעלעד שליט"א אום שבת שובה, שמעו ותחי נפשכם, עס איז א שאד אויס צו לאזען די דרשה פון הגה"צ שליט"א וואס איז ידוע אלץ א פה מפיק מרגליות, דער בעלעד רב שליט"א ווערט זאגען א פלפול עמוקה אין איינע פון די סוגיות הש"ס דערנאך דרוש ואגדה, צום סוף דברי מוסר והתחזקות בענינים העומדים על הפרק.

אפשר איז דא געדרוקט דער דבר ה' ? (דער פלפול וואלט איך אויך הנאה געהאט אויב מעגלך?)
איוב נישט וואלט אפשר ר' דולה אבערגעבען און קורצן די תוכן הדברים ?

ברוך שאמר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:56 am

· #226473
I am very sorry אבער איך האב געהערט פין גאר קראנטע מעקוירעס אז סוועט נאר זיין 4000 זיצן סא באק נישט קיין מאסעס!

shem-tov » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:18 am

· #226476
הייסע נייעס!!! משמועסט אז סאיז דא עפעס א פשרות בי"ד אז די אפגעטיילטע בעלעד מיז זיך צולייגן כאטשיק איין אות צום סוף, און מפני דרכי שלום האט ער מסכים געווען און אויסגעוועלט עפ"י סוד דעם אות יו"ד. בקיצור סאיז צום ערווארטן אז זיי גייען זיך רופן "בעלעדי" אזוי מלשון בלעדי. זאלן זיי טאקע זיין א גוטע וועגווייזער פאר די מער קלענערע חסידות אז מקען גיין מיט שלום און מפארדינט גארנישט פון זיך קריגן.

I'm back » זונטאג אקטאבער 5, 2014 2:07 pm

· #227455
ווי איז די באריכט איבער יום כיפור?

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:48 am

· #228714
ברוך השם דערווייל א הערליכע חודש תשרי פון דער ימי תשובה מיראה, די הייליגע ימים נוראים, ביז צו די ליכטיגע יום טוב סוכות, ימי תשובה מאהבה. אנשי שלומינו זענען די טעג מקבל מלוא חפניים בתורה ובחסידות פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד. דער רבי שליט"א איז משפיע די טעג פלפול דרוש ואגדה, שפע ברכה והצלחה. ואי"ה כפי מסת הפנאי וועלן מיר דאס ארויף שטעלן כדי לזכות בהם את הרבים.

חסידים ומעריצים זענען געשטוינט צו זעהן ווי באהאלטן דער רבי שליט"א איז געוועהן די אלע יארן, בבחינת והצנע לכת עם האלקים, אבער ווי מער מיר זענען זיך מסתופף תחת צל כנפיו, בצילא דמהימנותא, זעהט זיך ארויס מער און מער 'כי אדם קודש אתה', בפרט ווען און געוויסע צייטן קען זיך דער רבי שליט"א נישט איינהאלטן אין בעל כרחו זעהט מען כי אדם גדול בענקים אתה הוא בתוכינו.

צענדלגע אידן זענען געקומען ווייזען פאר די רבי שליט"א זייערע אתרוגים און לולבים פאר יו"ט. און גרובע סכומים צדקות האט דער רבי שליט"א פארטיילט ערב יו"ט. דער רבי כ"ק הגה"צ מבעלעד שליט"א האט נאך אלס צוריק געוויזען מגודל ענוותנותו זיך מתלבש זיין מיט דער קארליטע געבלימטע טיש בעקטישע כמנהג אביו הגה"צ מבעלעד זצ"ל, אבער געוויסע געהויבענע חסידים האבן ערקלערט אז יתכן אז בשנת אבלו של אבינו רועינו מבעלעד זצ"ל וועט דאס נאך נישט צושטאנט קומען.

האלט מיט פאר פאלגענדיגע נייעס, בילדער, ועוד.

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 1:04 pm

· #228727
פארפאלן דולה דו ביסט ווערט קעש.

פאלענד ספרינג » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:55 pm

· #228956
בהשגחת אב"ד בעלעד
📎 IMG-20141014-WA0025.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5