בית בעלעד - נתחלק
233 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7095
Omg
מ'וועט מוזן איינזעצן אז דא מיינט ''השגחה'' אז ס'איז גוט און טעיסטי אין טעם...
נישט געזארגט, מארגן וועט מן הסתם ארויסקומען ראוסטעד גארליק דיפ בהגשגחת הרב ישראל טויסיג שליטא אב״ד בעלעד-45
די בעלעד'ער זענען אויף הייס פולווער, יעדע מסיבה, מאורע, יום טוב, האלבע יום טוב, אדער סיי וואס נאר, האט דזשעי די ען תיכף בילדער פון ביידע בעלעד'ער רביס, זעהט אויס אפאר דולה ומשקה'ס מאכן אפאר טאללער. אדער האלטן זיי זיך סתם אזוי ביזי.
א ייש"כ טאקע פאר מיר דערמאנען, דער צייט האט מיר פשוט נישט ערלויבט, אבער כ'דארף טאקע ארויף לייגען די שיחות קודש בין הני תרי צדיקיא כ"ק הגה"צ מבעלעד ומסקווירא (ספרינגוועלי) שליט"א, לויט ווי עס איז געוועהן געדריקט אין די סקווירא בלעטל המכונה 'בחצר הקודש'.
דא האט איר די לינק: <a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20141009&gil=126">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20141009&gil=126</a>
בברכתו ובעידודו של הגה"צ מבעלעד שליט"א איז אסעמבלימאן דוב הייקינד ווידער ערוועהלט געווארן צו זיין אמט אין די 48'סטע דיסטריקט. מיר ווינטשען איהם סאך הצלחה וויייטער אויף צו טוהן פאר יחידים און לרבים צוגלייך.
''איז'' נישט ''האט''
דולה ומשקהבברכתו ובעידודו של הגה"צ מבעלעד שליט"א איז אסעמבלימאן דוב הייקינד ווידער ערוועהלט געווארן צו זיין אמט אין די 48'סטע דיסטריקט.
😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂
גארנישט קיין וויץ, ר' שלמה טוסיג מ'בעלעד האט אנגעווינטשן קאלער זאל געווינען. און יעצט זעט יעדער ווער ס'האט די ווארט אויבן אין הימל! א בעלעדע רבי איז דא נאר איינס!
Thanks Doileh. I have not laughed this much in a very long time
איך זע אז דער בעלעדער ז״ל האט איבערגעלאזט צוויי זון
איינער א זינגער אין איינער א בדחן
ערליכער אידאיך זע אז דער בעלעדער ז״ל האט איבערגעלאזט צוויי זון
איינער א זינגער אין איינער א בדחן
א שאד האסט עם נישט געקענט, געזעצן אין געלערנט א גאנצען טאג מיט חברותות אין זיין בהמ"ד א תלמיד חכם עצום אין מיט דעם אלעם גערעדט צי יעדען מיט אזא עניו`ות אין מיט א איידעלקייט נישט צים גלייבען , מען טרעפט עס זייער זעלטען.
שמחת בית בעלעד
אין די מינוטן קומט פאהר די סעודת ברית מילה פאר נכד כ"ק הגה"צ אבדק"ק בעלעד שליט"א בהולדת הבן אצל חדב"נ הרה"ג ר' עזריאל געלב שליט"א, די תפלת שחרית וסדר הברית איז פארגעקומען אין דער גרויסע צייטווייליגע בית המדרש אויף 52 און 13 עוו.
ביי די געלעגענהייט ווינטשען מיר א הארציגע מזל טוב פאר כ"ק רבינו שליט"א זאל ער זעהן פיל נחת פון דעם אייניקעל און פון אלע אייניקעלעך, בתוך שאר אחינו בני ישראל.
איך קוק איינמאל און נאכאמאל און ווידעראמאל, זיך ציפנדיג אויב איך זעה גוט... איך האב אפגעלייענט דער אשכול פון ס'ערשטן בלעטל און ממש אזא ליידיגע אשכול אהן קיין שטאנדהאפטיגקייט, אדער עפעס תוכן עס איז פשוט מאדנע אז מען לאזט יעדעם ברעכן דא אהן אפווישן די נאכווייען... רבונו של עולם וואס דא גייט פאר! רופט א קראנקן שוועסטער! מען דארף אן איינשפריץ פלעשל....
איך בין שטאלץ צו זיין א בעלעד'ער חסיד...
דולה ומשקהאיך בין שטאלץ צו זיין א בעלעד'ער חסיד...
אנטשולדיגט, אבער אייערע נארישע, ליפטיגע, און דריי יעריגע תגובות פארשעמען דעם גאנצן יהדות קאווע שטיבל און כל זמן איהר שלעפט נישט ארויס אייער גרויסן גאפל פון דעם ארט צייגט עס שטערקער און באגרינדעט דעם פאקט אז איהר קענט נוצן א שטארקע דאזע פון איינשפריץ אין איינע פון אייערע "שטאלצע" גלידער
און בכלל דיין טאטע ווייסט אז די ביזט דא?
Lol
בעל מדות, קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט געהאט גוטע טויס אלס קינד און האסט זיך גוט אויסגעשפילט. פילע אנדערע דארפן נאך אמאל א גוד טיים אויך נאך די חתונה. עס איז גארנישט. טאטעס מעגן אויך האבן פאן.
.
דולה ומשקהאיך בין שטאלץ צו זיין א בעלעד'ער חסיד...
ביזט נאך אלס אדער אמאל געווען?
צו זיין א אנהענגער פון בעלעד תחת נשיאותו והדרכתו פון כ"ק מרן רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד יצ"ו איז פיל שענער ווי זיין א אנהענגער סיי פון באבוב-שטאלץ און סיי פון באבוב-45
אין להתווכח!!!
דולה ומשקה כ"ק מרן רבי ישראל טוסיג שליט"א
אין להתווכח!!!
???
דער גרויסע הצלחה פון כ"ק רבי ישראל טוסיג שליט"א אבד"ק בעלעד זעהט זיך שטארק אן פאר חסידיו ומעריציו שיחי'. גאר לעצטנס האט מען געדארפט צו לייגען נאך א גאנצע רייע פון טישען און בענקלעך, צו קענען אקאמענדירען די איבער הונדרעט פופציג און זיבעציג חסידים כן ירבו וואס זענען זיך מתחמם באור הבהיר פון כ"ק רבי ישראל מבעלעד שליט"א און שלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער כידוע איז דער בעלעד רב א געוואלדיגע פה מפיק מרגליות.
הונדערט פופציג אדער זיבעציג?
פופציג אפשר..
איך האלט דולה איז סארקאסטיש אינעם גאנצן אשכול ..
סהייסט ביסט נישט זיכער?
דולה ומשקה, איז בעלעדער רבי שליט"א דער מחבר ספר "קאנסומער אדווייזער"?
Was ones the owner (the rebbitzen ) but they sold it about 10 15 years ago
בעלעד בכלל
איך בין פערזענליך גוט מיט מתפללים פון בעלעד און איך הער גאר גוטע גריסן אויפן בית המדרש און אויפן רבי׳ן און איך האב שוין געהערט פון מערערע וועלכע ער האט געהאלפן פינאנציעליש מיט זיין גיט הארץ...
גאר א גרויסע עולם האבען זיך באטייליגט ביים דרשת שבת הגדול פון כ"ק הגה"צ רבי ישראל טוסיג שליט"א אין דער גרויסע בעלעד בית מדרש הזמני, איבער א שעה צייט האט הגה"צ מבעלעד משמיע געוועהן גאר א שטארקע און טיפע פלפול כדרכו און דערנאך דאס גאר הערליך אריין געפלאטכען צו הערליכע דרוש. מוצאי שבת נאך תפלת ערבית זענען תלמידי חכמים ומופלגים געבליבען זיך מפלפל זיין מיט הגה"צ אבד"ק מבעלעד שליט"א, ווס זענען ארויס בהתפעלות מגודל בקיאותו וידיעותיו פון דער רב שליט"א.
א ת"ח וואס איז געקומען קיין בעלעד צום ערשטן כדי צו הערען דער באוויסטער 'שבת הגדול דרשה' פון דער בעלעד רב שליט"א וואס איז שוין היינט ברייט באקאנט ציווישען למדים, האט זיך דער ת"ח אויסגעדריקט אז ער שוין געהערט אסאך תורה ריזען אבער דאס וואס ער האט יעצט געהערט איז טאקע א זעלטנקייט הן זייענדיק א ערשט קלאסעדיגע פה מפיק מרגליות והן א גאון עצום ובעל מחדש נפלא.
דולה ומשקה
א ת"ח וואס איז געקומען קיין בעלעד צום ערשטן כדי צו הערען דער באוויסטער 'שבת הגדול דרשה' פון דער בעלעד רב שליט"א וואס איז שוין היינט ברייט באקאנט ציווישען למדים, האט זיך דער ת"ח אויסגעדריקט אז ער שוין געהערט אסאך תורה ריזען אבער דאס וואס ער האט יעצט געהערט איז טאקע א זעלטנקייט הן זייענדיק א ערשט קלאסעדיגע פה מפיק מרגליות והן א גאון עצום ובעל מחדש נפלא.
👍 👍 👍
יא, ער גייט אי״ה פארטרעטן רב וואזנער שליט״א, נאךנישט זיכער ווי אזוי משה שאול קליין גייט אויפ ענין די נייעס,
מגיד איז ער טאקע ווי קיינמאל ביפאר, רבי יענקעלע גאלינצקי קען זיך שטעקען
יארצייט מהאדמו״ר מבעלעד זי״
כ״ה ניסן מאנטאג נאכט גייט אב״ד בעלעד גיין צום ציון פון זיין טאטן הרב הגאון ר׳ יוסף מבעלעד זי״ע מתפלל זיין ביים ערשטן יארצייט. איר זענט העפליך געלאדנט די באסעס וועלן אויפנעמען די עולם בחינם ביי אנשי ספרד... איר קענט קומען - פילט אייך היימיש
איהר קענט קומען אדער פליז איהר זאלט קומען?
איר קענט עס וועט זיין גאר אינטערעסאנט
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די שרף פון בעלעד איז שוין נישט דא מיט אונז, פאר א גאנצע יאר.
זייגערעס לאזט זיך נישט גלייבן אז די שרף פון בעלעד איז שוין נישט דא מיט אונז, פאר א גאנצע יאר.
נאר אזא איינער וואס האט אזא חתימה
אויסגאבע, וועלכע ווערט ארויסגעגעבן דורך די קרעטשמע, לכבוד קראצמעך.
קען אזוינס שרייבען, אפשפעטן און אפ'חוזק'ן פון א איד א צדיק זצ"ל
אלענפאלס, דער סעודת יומא דהילולא פון כ"ק הגה"צ מבעלעד זצ"ל ווערט ווערן געפראוועט היינט אווענט דורך בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו כ"ק הגה"צ רבי ישראל שליט"א און די זאלן פון 'אנשי ספרד', 14 עוו. און 45 סט.
און אלע זאלן פון אנשי ספרד, אדער נאר צוויי, דריי?
וואס גייט זיין אינטרעסאנט?
Re: בית בעלעד - נתחלק
לצים! הוללות אין ספירה ר''ל.
יארצייט מהאדמו״ר מבעלעד
נאך מלא התרגשות קומענדיג יעצט פונעם דערהויבענעם יארצייט סעודה וואס איז געפראוועט געווארן דורכ׳ן אב״ד האב איך מיך געזעצט שרייבן די פאלגענדע שורות. די מעמד איז געווען א אויסערגעווענליכע סוקסעס אנגעהויבן האט זיך עס מיט׳ן סיום פונעם אב׳ד און געענדיגט האט זיך עס מיטן דרשה פונעם קארלסבורגער רב - ידידים האט באשיינט די מעמד - עס איז געווען צענדליגע רבנים אויפן אויבן אן - ווען די אב׳ד האט גערעדט איז עס געווען געפאקט מיט הונדערטער מענטשן - דערנאך האט זיך די עולם ארויסגעלאזט מיט התרגשות צום פעלד...
יארצייט מהאדמו״ר מבעלעד זי״ע
יעצט קומען די אפדעיטס פון פעלד. עס איז געווען א שיינע עולם - מען האט געזאגט תהילים דערנאך האט די אב״ד גערעדט בשבחו פון זיין אומפארגעסליכען טאטע הרב הגאון ר׳ יוסף מבעלעד באוואוסט אלץ א גרויסע מרביץ תורה און ער האט געזאגט אז יעצט איז די צייט וואס מען קען זיך אויסבעטן אלעס גוטס - דערנאך האבן זיך צענדליגע צוגעבויגן צום ציון און מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן (גע׳פועלט) אלעס גוטס - דערנאך איז געווען א לחיים - דערנאך איז דער עולם אהיים מלא התרגשות און מיט הויפענעס חיזוק פונעם דערהויבענעם מעמד.
ווילאנג גייט דאס זיין פאני? די בעלעדערס קענען קומען ווישן מיין טוילעט.
ישמעאל הכהןווילאנג גייט דאס זיין פאני? די בעלעדערס קענען קומען ווישן מיין טוילעט.
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. - און אוודאי נישט קיין רבים. לאמיר פרובירן זיך האלטן רואיג. יישר כח
נישט אטאקירט קיין איין מעמבער.
נאכמער אטאקירט א קהילה... Let's skip it and stick to the נושא
יארצייט מהאדמו״ר מבעלעד
מאכט זיכער די וואך צו קויפן ״די וואך״ עס וועט זיין דארט ברייט געדעקט די יומא הילולא...
גאר גרויסע פייער היינט ערווארטעד בבית בעלעד המעטירה.
52 צווישן דרייצן און ניו יוטרעקט איז בלאקירט פאר פשוטי עם צו פארקן. הערליכע זילבערנע גראטעס ספעציעל צוגעשיקט פון די פאליציי לרגל די מאורע פארמיידט קארס פון פארקן און אויך פון תערובות.
א געמיינע סקעפאלד וואס האט ביז נישט לאנג צוריק באדינט א ספאנישע גוי ביים לייגן שיטראק, גייט יעצט נתעלה ווערן בעשר קדושות ווען כ"ק אדמו"ר שליט"א גייט מיט א פלאם אנצינדן דעם פלאם, עס ליגט שוין גרייט צענדליגע ראולס קאטטאן, פאכמאניש אויסגעשטעלט עס זאל אויסזעהן ווי א ווענילע אייזקריעם.
עס איז צום ערווארטן א פולקאמע באריכט פון דולה ומשקה
Re: בית בעלעד - נתחלק
באקומען א גאר וויכטיגע טעקסט.
Beled text: Maariv 9:00 sharp, followed by HADLAKAH with music on 52nd st near 13th Ave. Men to 53rd side Women to 51st side
ברוך השם, זכה, מלאכתן מעשית על ידי אחרים.
צוביסלעך אנערקענען חסידים ואנשי מעשה אז גאר א גרויסע איש צדיק וחכם שוכן אתנו, ואין הדור דור יתום, אשרי לנו ככה.
גאר א גרויסע עולם פון קרוב צו 300 הונדרעט חסידים ומערצים פון הוד כ"ק אדמו"ר הגה"צ מבעלעד שליט"א זענען זיך צוזאם געקומען לראות את ה'אור' כי טוב.
בפרט ווי ס'ידוע אז דער איש שכמו למעלה מאכט שוין די הכנות ליום אור הבהיר להילולא דבר יוחאי שוין וואכען דורך פאר לערנען סוגיות פולפולי דאורייתא במשנתן של התנא האלוקיע רבין שמעון בר יוחאי, און וואס ס'איז נישט אזוי ידוע בשעה שבני אדם על מיטתן בתורת רבי שמעון עפ"י ספר הזוהר הקדוש.
ועוד לדלות ולהשקות אי"ה.
פארפאלן דו ביסט גוט.