☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7060

פארוואס? » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 9:22 pm

· #219951
האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
איך בין באקאנט פאר אלע מיינע ארומיגע אלס אן אויסגערופענער ירא-שמיים און עובד השם, און דערצו בין איך א גרויסער מתמיד אויך, מיין גאנצע קאפ איז אריינגעטוהן נאר אין תורה ועבודה, פון צופריה ביז די קליינע נאכט שעות. איך מיין דא חס-ושלום זיך נישט צו גרויס-האלטן, דאס איז פשוט די ריינע מציאות.

על כל פנים, איך פיהל פאר וויכטיג אייך צו מיט-טיילן א טאג וואס איז אריבער אויף מיר, אויף אלע גויים געוואונטשן, אלעס איז נאר צוליב א קלייניגקייט, וואס האט גורם געווען זייער שלעכטע רעזולטאטן.
איז אזוי, איין טאג בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס, (כדרכי בקודש), אין פארשטייטס-זיך גראד געלאפן אין מקוה, זיך צו מטהר און מקדש זיין בעפאר מ׳זאגט ארויס א יידיש-ווארט פון מויל. דאס איז א זאך וואס איך בין נישט מוותר דערויף עבור כל הון דעלמא.

אזוי ארויסגייענדיג פון מקוה בין איך צוגעגאנגען צו די מודעות וואס הענגען ביים אריינגאנג פון מקוה, און איך האב זיך אנגעשטויסן אין א הזמנה, א באקאנטער ידיד מיינע רופט דעם עולם צו די חתונה וואס ער גייט מאכן בשעטו"מ.

אזוי קוקנדיג אויף די הזמנה, נאך אביסל באטראכטן, זענען מיינע אויגן געפלויגן צו די "עטרת זקנים" ווי אלע זיידעס ווערן דערמאנט, און פלוצלינג האב איך באמערקט ווי אנשטאט עס זאל שטיין א מענערישע נאמען, איז געשטאנען א נאמען פון א .... (יא, יא! איהר לייענט ריכטיג, א נאמען פון א שלא-עשני).

מיין קאפ האט אנגעפאנגען צו ארומ-פליען און מיין הארץ האט אנגעפאנגען צו באמבען, איך האב מיר נישט געקענט באהערשן איבער מיינע מחשבות וואס דער יצר האט אריינגעשטארעמט אין מיר, איך בין נישט געוואוינט זיך צו שלאגן מיט אזעלכע נסיונות. איך בין געשטאנען אזוי געלעמט פאר עטליכע מינוט, ביז איך האב מיר שנעל געכאפט און גענומען אין די הענט אריין, און שנעל אנגעפאנגען צו ארויסטרייבן די אלע שלעכטע מחשבות רח"ל וואס האבן געשטורעמט אין מיין ריינעם קעפל.

מיט א צובראכן הארץ האב איך אנגעפאנגען זיך צו גרייטן צום דאווענען, איך האב זיך אביסל אויסגעוויינט צום טאטן אין הימל, ער זאל זיך דערבארעמען אויף מיר, און מיר ארויסשלעפן פונעם שווערן פלאנטער. אבער אין די זעלבע צייט, האט דער שטן נישט נאכגעלאזט, נעמען פון ... האבן געהאלטן אין איין ארויפשווימען אין מיין זיכרון, איך האב נישט געקענט סטאפן, און אזוי האב איך אנגעפאנגען צו דאווענען מיט א לב-נשבר.

במשך'ן גאנצן דאווענען האט דער שטן נישט גערוהט פאר קיין איין רגע כמימרא, ער האט מיר געהאלטן אין איין פארדרייען די קאפ, עד כדי כך, אז איך האב מיר אינמיטן פלוצלינג געטראפן אריבער מושן צו די "פסוקים לשמות הנשים", פארשטייטס זיך אז כ'האב מיר תוך כדי דיבור געכאפט, און גלייך אריבער געמושט, אבער די פאר סעקונדעס איז שוין פונקט גענוג געווען צו אריינקריצן א נצחיות'דיגן פגם אין מיין ריינע נשמה.

נאכן דאווענען, בין איך געלאפן שנעל אין כולל אריין, פראבירנדיג מיט די גאנצע כחות, צו באהאלטן פון מיינע חברים מיין טלטול הנפש, און שנעל אנגעפאנגען צו לערנען אויפן קול, האפנדיג אז די הייליקע תורה וועט קענען דאס וואס דער דאווענען האט נישט געקענט באווייזן.

אבער עס איז נישט אריבער קיין פאר מינוט, און מיין קאפ האט ווידער אנגעפאנגען צו פליהען און שוועבן, כ'האב זיך נישט מצליח געווען צו קאנצעטרירן. די מחשבות האבן געהאמערט אין מיין קאפ, אז עס איז נישט מעגליך געווען צו עס אוועק טרייבן.

דער לימוד איז פונקט געווען דעמאלס אין הלכות טבילה (יור"ד סי' קצ"ח סעי' ל"ה), מיר האבן געלערנט ווי אזוי די פרוי דארף שטיין נאקעט אינעם בור הטבילה, און ווי אזוי זי דארף שטיין בשעת'ן ברכה. מיין חברותא האט מיר געהאלטן אין איין צוריק שלעפן צו די עניינים, אבער איך האב נישט געקענט טראכטן פון גארנישט, מיין קאפ איז צוריק געפלויגן צו די הזמנה וואס איך האב געזעהן צופרי.
מיין חברותא האט געהאלטן אין איין פראבירן מיר צוריק אריינשלעפן אין לערנען, ער שרייט ארויס פון שו"ע: ויהיה תחת דדיה נראה כדרך שנראה בשעה שמניקה את בנה! נו..., און איך קען האב אפילו נישט געהערט. נאכן איינזעהן אז מיין קאפ איז נישט אויפן פלאץ, און אז איך קען נישט טראכטן פאר איין מינוט אין לערנען, האט ער מיר פראבירט צו אויספרעגן, אויב אלעס איז אקעי מיט מיר.

בצר לי, האב איך מיר אויסגעגאסן מיין צובראכן הארץ צו איהם, צוזאמען מיט מיין כעס אויף די אלע מחותנים וואס רעכענען זיך נישט מיט די אקעלע געפיהלן פון אויסגעארבעטע יונגעלייט, איך האב איהם מסביר געווען ווי אזוי עס האט צושטערט מיין גאנצע מנוחת הנפש פאר א גאנצע טאג.

מיין חברותא, האט מיר פראבירט איינרעדן אז ער זעהט נישט וואס איז ראנג דערמיט, כאילו ווי ער האט א הארץ פון אייזן, צו איהם רעדט נישט די סארטן זאכן, איך האב איהם אפגעענטפערט מיט די באקאנטע עובדא, ווער ווייסט וויפיל מאל דו האסט שוין... כדי צו אנקומען צו א מצב אז עס זאל דיר נישט שטערן.

על כל פנים, מכאן הקריאה יוצאה צו די אלע מחותנים וואס לאזן דריקן אינוויטעישנס, אז זיי זאלן זיך רעכענען מיט די געפיהלן און באדערפענישן פון חסידישע כעניאקישע יונגעלייט, זיי זאלן כאטש וויסן אז לא אלמן ישראל, עס איז נאך דא ריינע אידישע הערצער ביי כלל ישראל.

ביבער » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:17 pm

· #219961
ווען וועט מען זיך שוין אויסלערנען אז ס'דא פארוועם די עטרת זקנים נעמען מאכן פונקט אזוי פראבלעמען אויב נישט מער ווייל למעשה גייט מען צוזאמען אין מקוה, די איינציגסטע עצה איז נישט צו שרייבן קיין שום נעמען, בלויז לעצטע נעמען.

שטאפענע קאפעליטש » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:32 pm

· #219966
לערן דיך פון מיך, דייקא וועגען דעם האב איך זיך אמאל אונטערגענומען בשו''א נישט צו ליינען מער די מודעות אין ביהמ''ד,
כ'האלט באמת מ'דארף מאכן א כינוס דערוועגן, אבער כ'בין נישט גאט'ס פאלציי, ס'דא גענוג געטרייע עסקנים וואס קוקן זיך אים אויף כלל ישראל,

אבער ביז דערווייל עפן איך מעך נישט די פאסט אינדערהיים ביז מיין רעבעצין כשר'ט די טריפענע הזמנות פון די מאגעזינען. אין פארשטייט זיך כ'קוק נישט אויף די ווענט אין ביהמ''ד.

אז איך רעד שוין, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה, נישט ארויף לייגן אויף קאווע שטיבעל די טריפענע הזמנות, און ביטע נישט ארומשיקן אויף וואטסעפפ גרופעס, איך מיין מ'קען זיך באגעניגען מיט די אלע קליפס, מ'דארף זיך קענען אן האלטן פון חתונה הזמנות

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:40 pm

· #219968
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/158528">viewtopic.php?p=158528#p158528</a><!-- l -->

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:40 pm

· #219969
האסט פארגעסן! אויפן וועג אין כולל ביסטו דערציטערט געווארן זעענדיג א לעידי באג אויף א שטיין אין א זייט...

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:13 pm

· #219985
ר' פארוואס: הגם דיין הודעה איז איין שטיק לצנות, אבער איך פארשטיי אז די מטרה איז אויפ צו ווייזן דעם הילוך המחשבה פון די אלע אזוי גערופענע צדיקים און "הייליגע" אידן, וואס שטאטס צו האבן דעם מרדות אחת בליבו של אדם, און זיך גובר זיין און מחזק זיין אויף זייערע פראבלעימען וועלן זיי באשולדיגן א יעדן און אלעס נאר נישט זיך אליינס. זיי 'עללן לייגן קול קורא'ס, פאררופן אסיפות און ברענגען בארימטע רבנים, מחברי ספרים פול מיט שטותים והבלים, אויף זאכן וואס א יעדער נארמאלער מענטש וועט זיך נישט אפשטעללן טראכטן קיין איין איבעריגע מינוט. לייגן זיי זיך אריין ראשם ורובם אין די געפאסטע קליידער פון פרויען און די צענטימעטערס איבער די קני/אונטער די קני פון די קליידער. זאכן וואס קיין שום נארמאלער מענטש (נישט קיין סיקקא) באמערקט נישט און זעהט נישט.
נ.ב.: פאר די אלע העיליגע אידן. עטץ זאלטץ נישט אויפמאכן א חומש, לכה"פ אין די נעקסטע צוויי וואכן. איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן וואס ס'שטייט דארט, רח"ל. סיי פרשת כי תצא, (ספעציעל אין אנהייב פרשה) און פרשת כי תבא (ביי די תוכחה, רח"ל.(... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮 😮 😮

פליקער » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:21 pm

· #219987
און דא, איבער די גאנצע ענין פון איינלאדעניג'ס בריוו

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:58 pm

· #220006
איך וויל נישט פארקריכן פון ענין ווייל אפטעמיסט וועט מיר באלד מעקן. אבער מענין לענין וואס איז דאס א מין מעשה אז אויף מיין מיידל'ס סקול באס דארף איך יעדן טאג זעהן די ווארט בית שרה, איך טויש שוין קיין באבוב דארט איז מער אויסגעהאלטן, ס'שטייט בנות ציון. (פרעג נישט וועלכע באבוב, אפטעמיסט שטייט גרייט מיט'ן שערל)

אפטעמיסט » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:02 am

· #220007
דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?) אבער פרויען מיט רויטע האר? איז עס נישט קיין פראבלעם אז ס'איז שרייעדיג?

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:08 am

· #220011
אפטעמיסט
דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?)

א נייע מעשה...

איך אויך » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:10 am

· #220012
און וואס טייטשט בנות?

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:12 am

· #220014
גערעכט, איך גיי שיקן צו בית יעקב.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:16 am

· #220019
אדער אין סטערן ישיבה .

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:45 am

· #220023
רויטע וואנצעס
גערעכט, איך גיי שיקן צו בית יעקב.

בית יעקב - אלו הנשים, שוין ווידער נישט גוט.

Milk shake » זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:32 am

· #220038
ס'איז געווען פרומע יונגעלייט וואס זענען געשטאנען אזוי ווייט פון די "אנדערע סארט" אז זיי האבן נישט געוואלט גיין איינקויפן ביי "זעלדא'ס טרימינג", גענוי אזוי זענען געווען פרומע פרויען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן פון גיין צו מענערישע געשעפטן אמשל ווי "מעכעל'ס".

דריידל » זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:53 am

· #220040
מ'דערציילט אז @פארוואס? האט אמאל געזיכט די קבר פון זיין זיידן און אזוי ליינענדיג די נעמען אויף די מציבות איז ער נכשל געווארן מיט'ן ליינען עטליכע נעמען פון פרויען. באותו שעה האט מען מחליט געווען אז אין ק"י בית החיים וועלן מענער און פרויען זיין גענצליך אפגעטיילט.

והיה מחניך קדוש!

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:34 am

· #220062
פליקער
און דא, איבער די גאנצע ענין פון איינלאדעניג'ס בריוו

מענין לענין: כ'האב פונקט היינט אינדערפריה, אויפ'ן וועיג גייענדיג אין ביהמ"ד געזעען א "העיליגן" איד, וואס איז מקפיד נישט צו טראגן מיט'ן עירוב געט פאר זיין אינגל זיין שבת טלית. האביך איהם געוואלט פרעיגן "ר' איד, אויפ'ן עירוב זענט איהר מקפיד, און אויף משכב"ז נישט"?!... 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:15 am

· #220084
כ'פארשטיי נישט

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:37 am

· #220089
רויטע וואנצעס
איך וויל נישט פארקריכן פון ענין ווייל אפטעמיסט וועט מיר באלד מעקן. אבער מענין לענין וואס איז דאס א מין מעשה אז אויף מיין מיידל'ס סקול באס דארף איך יעדן טאג זעהן די ווארט בית שרה, איך טויש שוין קיין באבוב דארט איז מער אויסגעהאלטן, ס'שטייט בנות ציון. (פרעג נישט וועלכע באבוב, אפטעמיסט שטייט גרייט מיט'ן שערל)

ר' רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר מעורר זיין. איך האב אבער אן אנדערע קשיא . איך האב זיי זייער שטארק ליעב (די סקול). אבער וואסי פשט פון דעים וואס שטייט אויף די בית שרה באסעס?! "בית ספר חסידי? וואס הייסט חסיד'יש. מ'לערנט דארט אויס וויאזוי צו באקן קוגל, אדער עסן קוגל? מילא ווען מ'שרייבט "בית ספר חרדי, פארשטיי איך. אבער וואס מיינט חסידי. 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😃 🙂 😉 😮 ביי א סקול פאר מיידלעך. אפשר ווייל מ'לערנט דארט ספרי חסידות. אדער די שיחות פונ'ם רעבי'ן

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:09 pm

· #220100
אפטעמיסט
דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?) אבער פרויען מיט רויטע האר? איז עס נישט קיין פראבלעם אז ס'איז שרייעדיג?
ס'עט נאך אויפקומען עפעס א גוטע נשמה, א רעבעצין וואס וועט צוזאגן ברכות פון איהר טאטן, בזכות וואס אלע מיידלעך מיט רויטע האר און פרויען מיט רויטע שייטלעך וועלן זיך לאזן איבער פארבן די שייטלעך אויף שמוציג/גרעי (נישט ח"ו אויף בלאנד, ווייל דאס טויג אויכעט נישט, וד"ל). זי וועט אנגעבן עטליכע אדרעסן פון וואוילע אידענעס וועלכע האבן שוין באקומען אט די ברכות, ווייל זיי וואלונטירן צו איבערפארבן די שייטלעך און האר, ביי זיך אין שטוב. שטייצעך, נאר אין די שעות ווען דער מאן און די יונגלעך זענען נישט אינדערהיים... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

מנחם » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:03 pm

· #220194
ציפעדיג.
איך האב פונקט געראכט אז מען דארף ווען טרעפן אן אלטערנעטיוו צו די "ווייבער שוהל", אפשר זאל מען עס אנרופען יער אלינות? איך ווייס נישט, ווייבער שוהל זיכער נישט.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:05 pm

· #220276
איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט

ס'איז שווער מסביר צו זיין ברבים. נאר אט דעים הייליגן איד וואס איך האב געזעהן שבת קודש אינדערפריה. ביי איהם אין די משפחה האט מען נישט זייער שטארק מקפיד געוועין אויף דעים לאו וואס שטייט אין די תורה "ואת זכר לא תשכב משכבי אשה". זעהט אויס אז ער האט געהאלטן אז ס'איז נאר א מנהג. אבער טראגן מיט'ן עירוב איז דאך א איסור דאורייתא... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

מאטי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:29 pm

· #220284
לאכט נישט...אבער אין בעלזא אינדערהיים האט א בחור נישט געזאגט דאס ווארט "פינפערל". איר ווייסט פארוואס? ווייל א פינפערל האט געקאסט א בייגעלע וואס די פרויען האבן געקויפט צופרי פונעם בעקער.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:36 pm

· #220286
מאטי
לאכט נישט...אבער אין בעלזא אינדערהיים האט א בחור נישט געזאגט דאס ווארט "פינפערל". איר ווייסט פארוואס? ווייל א פינפערל האט געקאסט א בייגעלע וואס די פרויען האבן געקויפט צופרי פונעם בעקער.

נאר וויאזוי האבן זיי געזאגט, די בחורים? געב מיר א דאס'ל פאר מיין דאס'ל... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

פארוואס? » זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:41 pm

· #220288
מ'דערציילט אז אין גער, פלעגט מען נישט ארויסזאגן דאס טמא'נע ווארט "אשה" פון מויל. נאר מ'פלעגט זיי רופן נשמה.
געווען איינמאל א גערער חסיד, וואס איז געקומען זיך אדורכרעדן מיטן רבי'ן איבער פריוואטע עניינים, (קען זיין בנוגע מצות עונה), און די רעביצין איז געווען אין צימער, וויבאלד דער חסיד האט זיך געפיהלט אביסל אומ-באקוועם אז די רעבעצין זאל מיט-האלטן זיינע פריוואטע עניינים, איז ער שטיל געבליבן און געווארט.
פרעגט איהם דער רבי: אויף וואס ווארטסטו?
ענטפערט דער חסיד מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד: איך ווארט דער רבינ'ס נשמה זאל ארויסגיין...

קול דודי » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:14 am

· #220338
פארוואס?
מ'דערציילט אז אין גער, פלעגט מען נישט ארויסזאגן דאס טמא'נע ווארט "אשה" פון מויל. נאר מ'פלעגט זיי רופן נשמה.
געווען איינמאל א גערער חסיד, [...]
ענטפערט דער חסיד מיטן גרעסטן מאס יראת הכבוד: איך ווארט דער רבינ'ס נשמה זאל ארויסגיין...


יא, דאכט זיך אז דער זעלבער האט יעדן טאג, פאר׳ן זעלבן טעם, אנשטאט מאכן די ברכה ״שלא עשני אשה״ געמאכט די ברכה ״שלא עשני כרצונו״.

אדמו״ר » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 9:06 pm

· #221249
אין גור פלעגט מען נישט ח״ו זאגן אויף די פרוי ווייב, אויך נישט אידענע, נאר ״יענצל״.
איז פארציילט מען א ווערטל, אמאל זענען די גערער רבי מיט דער ברך משה מסאטמאר געווען אינאיינעם אויף א פליגער. און דער גערער רבי האט געוואלט זיצן נעבן דעם סאטמארן רבי. זענדיג אז די זיץ נעבן אים איז ליידיג, איז ער צוגעגאנגן צי אים און געפרעגט צו ער ברויך אפשר די זיץ? דער ברך משה ענטפערט אים, אז לכתחילה האב איך עס געדארפט פאר מיין יענצל(ער פלעגט זאגן א י׳ אנשטאט א ר׳ כידוע- רענצל) און אז איר ווילט קען איך לייגן מיין יענצל אויפן אנדערן זיץ, וועט איר דא קענען זיצן.
דער גערער רבי איז תיכף אראפ פונעם פליגער....

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:00 am

· #221290
מ'דערציילט אן ענליכע מעשה אויף א יונגערמאן (מוז נישט זיין א אידישע) וועלכער האט פריש אנגעהויבן ארבעטן אין א באנק. דער בעל הבית, באמערקנדיג זיין גרויס התלהבות צו אלע פינאנציעלע עניינים, האט איהם געפרעגט וואו ער האט באקומען זיין פינאנציעלע בילדונג. האט ער געענטפערט "אין יעיל". שפעטער פרעגט ער אים "וויאזוי הייסטו"? זאגט ער "יאים יענסען"... 😕 😎 😂 (קרעדיט: דער אנטיסעמיטישער, ריעדער'ס דיידזשעסט, וואס איז שוין ב"ה געפייגערט מיט א מיתה משונה. כן יאבדו כל אויבך ה'... 😂 🙄 😂 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 😮

שעפטאל » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:17 pm

· #539475
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
יעצט געטראפן

ב"ה דא אויף ק"ש זענען אויכעט דא ערליכע ניקים וואס רירן זיך נישט אוועק פונעם מסורה!

שמחהלע קאפשטיק » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:27 pm

· #539477
Re:
מאטי #
לאכט נישט...אבער אין בעלזא אינדערהיים האט א בחור נישט געזאגט דאס ווארט "פינפערל". איר ווייסט פארוואס? ווייל א פינפערל האט געקאסט א בייגעלע וואס די פרויען האבן געקויפט צופרי פונעם בעקער.

אויך האט מען נישט געטארט זאגן דאס ווארט "קופפער" ווייל א טאפ ווערט געמאכט פון קופפער און אין א טאפ קאכט מען אויף א חתונה, און א בחור טאר נישט גיין אויף א חתונה.
וואס געשעהט איז אז זייט די תקנה באקומט מען א הרהור רע יעדעס מאל ווען מען זאגט די ווארט קופפער.. גיי פארשטיי

ברוך שפינוזה » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:52 pm

· #539480
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
כ'פלעג אמאל לערנען מיט מיין טאטע בחברותא יעדע נאכט, האט זיך געמאכט איין נאכט אז ער האט געדארפט זיצן אין בית הוראה פונקט יענע צייט האבן מיר געלערנט דארט אין בית הוראה נישט מער געדאכט. זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע פאר מינוט האט די טעלעפאון געקלונגען און איך האב געדארפט אויסהערן ווי מיין טאטע איז מזיין דעם שואל'ס מוח מיט איסורים און היתרים מעשי ידי אדם און קעקעצט ארום אז בדרך אפשר בשעת הדחק קען מען זיך פארלאזן בשעת ווען מיר ביידע ווייסן אז ס'איז איין גרויסע שטיק בעלאוני, ס'האט מיר געפערליך געקרענקט די גאנצע זאך. די גולת הכותרת איז געוועהן ווען מיין טאטע האט מיך ארויסגעשיקט ווייל א תמימות'דיגע פרוי איז געקומען ווייזן אירע אונטערוועש, איך בין געשטאנען אינדרויסן און געשוימט פאר כעס און געבראכן פון גרויל. נאך אפאר מינוט רופט מיך מיין טאטע צוריק און איך זעה ווי ער ווישט זיך די הענט מיט purelle, הערשט דאן האב איך באמערקט זיינע קלאפערגעצייג אויפ'ן טיש, די לאמפ מיט'ן לופע, און מיין מוח האט אנגעפאנגען דמיונ'ען די גאנצע סצענע וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט... אזוי צווישן מיינע מחשבות הער איך מיין טאטע'ס קול "וואס קוקסטו אזוי, קענסט אויך נעמען purelle אז דו ווילסט..." דא האב איך געפלאצט און איך האב מיך אנגערופן "איך דארף נישט קיין purelle ווייל איך האב נישט אנגערירט א פרעמדע מענטשנ'ס בלוטיגע אונטערוועש!" 😂 😂 😂

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:30 pm

· #539483
Re: האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!
האסט נישט געכאפט דעם רמז. ער האט געמיינט אז אויב די וועסט פלייסיג לערנען, וועסטו אויך זוכה זיין צו האבן די ידים מלוכלכת ווי דוד המלך וועסטו אויך קענען נוצן פיורעל...