☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

מיט וועלכע ניק וואלט איר ארויס וועטשערענען??

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3972
בלאט: 1 2 3

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 12, 2013 4:57 pm

· #124417
איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט איינע פון די ניקים דא און כ'האב געכאפט א שאק.
#געשמאק געווען

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:06 pm

· #124422
מאראנצןזאפט
איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט איינע פון די ניקים דא און כ'האב געכאפט א שאק.
#געשמאק געווען

יעצט זעה מ'קען דיך נישט טראסטען.. מ'האמער אפגעשמועסט אז אפילו ברמיזה וועסטו נישט מפרסם זיין.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 12, 2013 6:25 pm

· #124450
ויקץ והנה חלום!

מאראנצן, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז #געשמאק צו כאפן א שאק.

הוגה » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:08 am

· #124557
איך וואלט געקענט באשטיין ארויסצוגיין מיט 'פידלער' צו די מעט.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:15 am

· #124576
.

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:10 pm

· #124631
כהאב א דילעמע כוויל הערען די וואס דער עולם דא האלט
כקען מיך פערזענליך מיט צווי ניקס דא וואס ביידע פון זיי חלשן זיך צו קענען איינער דעם צווייטען, דא און שטיבעל האבען זיי זיך זייער ליב ממש אהבת דוד ויונתן, און ריל לייף קען איך נישט זעהן אז די צוויי זאלען שטיין און די זעלבע ד אמות...
זאל איך צוזאם ברענגען ד צוויי, אדער כזאל עס לאזען אזוי???

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:17 pm

· #124633
ס'ווענדט זיך פון וועם דו רעדסט.. גיב א נמשל

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:22 pm

· #124637
קאוועלע ביידע פון זיי ווילען נישט כזאל זאגען זייער נאמען דא
סאררי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:44 pm

· #124640
איך רעד מיר איין אז איך ווייס וועמען דו מיינסט... שיק זיי ביידע א אישית און פרעג זיי.

דבילה » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:11 pm

· #124650
מיט קופערניקוס - אין אן עלעוועיטער וואס איז סטאק
מיט געפילטע פיש - ביי א לאנגע מצוה טאנץ
מיט יידל און יאנקל - ביי די Sats
מיט לעיקוואד - ווען מיין דיין לאזט מיך נישט צורי
מיט זר זהב - ווען 'ך שטויס זיך אן מיט איחוד פעלד
מיט גוגל הדור - שבת ביי א וויכוח
מיט יאיר - ווען מיינע ריעל לייף קאווע טרינקער ידידים באשייגעצן מיר אלץ אן אפיקורוס
מיט ק"ט - אין א שוואכע מאמענט
מיט בדחן - נעווער מיינד...

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:14 pm

· #124654
קאווע טרינקער
גיב א נמשל

...

איך אויך » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:04 pm

· #124709
איך קווענקל צו איך זאל זיין באליידיגט.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:34 pm

· #124722
די שאק איז געווען ווייל יענער האט קונצליך אפגעמאלן פון זיך אליין א בילד דא אין קאווע שטיבל כאילו ער איז דאס און דאס און דאס, און קיין איין פרט האט נישט געשטימט אין ריעל לייף.
כעוורע, דא זיצן א באנדע ליגנערס, גלייבט זיי נישט אויף טאג אז ס'איז טאג.
איך האב שוין לאנג א קאנספיראציע אז קאווע שטיבל באשטייט פון 5-6 בארירטע וואס גלייכן צו רעדן צו זיך אליין, זיי האבן א 10-15 ניקס דא און דרייען א רעדל, קריגן זיך צווישן זיך אליין און קלאפן זיך און פלייצע פאר א גוט ווארט; און איך גולם בין דער איינציגסטער תמים וואס מיינט אז קאווע שטיבל איז א שטאט.
ברסלבער, קומסט מיט מיט מיר?

ברסלבער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:36 pm

· #124724
און אויב יא איז וואס? וועם גייט עס אהן?
ווי לאנג איך ענזשוי מיך און איך האב הנאה, איז מיר זייער גוט דא.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:40 pm

· #124728
איך אויך
איך קווענקל צו איך זאל זיין באליידיגט.

צו די אלע וואס קווענקלען, נאך איידער עס ווערט צו ערענסט, ווענדט אייך צו מיר, מען וועט קעהר נעמען, אי"ה, ביז די 107 קען מען ארויסגיין יעדע נאכט...

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:40 pm

· #124729
שמעקעדיג
לעצטענס האב איך א קראש אויף נולד מאוחר.

אינטערסאנט לעצטענס ווען מיר האבן זיך באגעגענט האב איך עס געשפיערט.

ברסלבער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:42 pm

· #124731
ביזדערווייל קען איך נאכנישט קיין איין ניק דא אין ריעל לייף, איך האב א גאנצע ליסטע פון ניק'ס מיט וועם איך וויל זיך באקענען, אבער איך קען עס נישט ארויפלייגן ווייל עס איז דא א לימיט וויפיל ווערטער מען קען שרייבן אין איין תגובה.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:35 pm

· #124743
.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:05 pm

· #124747
לויט קאווע שטיבל: וועגט ארום 275, גייט א גרעי יואלי ווייס רעקל, 40 יאר, א קראך היטל, קייט פאפיטעס פרייטאג צונאכטס אויף דער גאס, שפייט ווען ער רעדט, און ניצט א ראבער בענד פאר זיין בארד.
האט א ביל אין די גראסערי פון איבער 2000 טויזנט דאלער, צאלט נישט שכר לימוד אבער פארמאגט א הייזקע אין אלפיינס, שולדיג אין פלייש געשעפט אבער פארט קיין מירון. זיינע האר זענען אויסגעקראכן, לויפט צו די נויסטענד 10 מינוט נאכ'ן זמן און כאפט א פאוסט, און דרייווט א רעינזש ראווער.
ווען מ'גייט דורך זיין הויז כאפט מען א שפריץ פון די גראז באוואסערער, זיינע טעכטער פארן אויף ראלער בלעידס, און זיין בן יחיד'ל האט א מאטאר סקוטער. ווען ער מאכט חתונה ברענגט ער ארה'לע סאמעט מיט מאיר אדלער, פורים נעמט ער אויף נאר 1 שעה, קויפט עליות און צאלט נישט, און ווען ער מאכט א שמחה באקומט יעדער א האג.
גלעזער גייט ער ווי מהר"א ומהרז"ל נאר אביסל קלענער, אין מקוה קומט ער נאר ערב יו"כ מיט א ריזיגע היי בעירי האנטוך און קראקס, פאר יעדן אומגעלונגענעם וויץ שמייסט ער פאר געלעכטער.
ער האט א גוט קעפל, און שבת נאכמיטאג האט ער א שיעור מיט'ן רב'ס איידעם וועלכער האט שוין לאנג אויפגעגעבן האפענונג צו זען פון אים א גרייצער. מ'לערנט מנחת חינוך און מ'קייט פאפקארן.
זונטאג ארבעט ער נישט און אלע אנדערע טעג האט ער צייט ווייל ער איז אין ריעל עסטעיט.

אין ריעל לייף: אן אברך משי, 27 יאר, פונקט 120 פונט, א שווארצן ראק קאסטעם מעיד - א שניט אין די בעק מיט קאווערד באטנס, א הויכער ביבער היטל, א קוויטשיג קול, און א באבי פין פאר די בארד.
קויפט איין אין כולל גראסערי און ביינאכט אין סופער 13 אבער האט נישט קיין ביל, האט וואטשערס, גייט נישט אין קאנטרי, און ליינט נאר די וויקלי לינק מיט דער לוח הציבור.
האט נישט קיין אייגענער קאר אבער א מעמבער אין זיפקאר, פארמאגט 3 קאר סיטס, וואוינט אין א קאנדא די פיפטע שטאק, איז עולה איינמאל א יאר לכבוד שמחת תורה. פורים גייט ער נאך געלט, ער ליינט די המודיע, א שטיקל יודע ספר וכו'.

גענוג?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:12 pm

· #124751
פון וואנעט דערשנאפט מען דעם כח הדמיון?

ענן כבד » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:20 pm

· #124755
.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:34 pm

· #124762
מאראנצנזאפט, האסט מיך דערהרגעט (((:

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:42 pm

· #124767
.

יידל » זונטאג יוני 16, 2013 10:18 pm

· #125379
איך וואלט ארויסגעגאנגען מיט געפילטע. אבער נישט צו וועטשרענען ווייל איך וויל זיך נישט שטיקן בשעת'ן עסן.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 16, 2013 11:59 pm

· #125389
אקעי, אויב נישט וועטשערע, אפשר פרישטאג?

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 4:22 pm

· #128259
כ'בין פערצופאל נעכטן ארויס מיט מיין 2'טן ניק. וואס זאלי (נו צימעס) כענק זאגן? ס'געווען געשמאק, בא'טעמ'ט, רואיג, געווען שא שטיל. און ער האט נאך באצאלט מיין ביל אויך

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 26, 2013 4:25 pm

· #128262
פארוואס ביסטו נישט ארויס מיט דיין ווייב'ס ניק?

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 4:25 pm

· #128263
זי איז געגאנגען מיט אן אנדערן

טעפל » מיטוואך יוני 26, 2013 5:09 pm

· #128293
איך וואלט די ערשטע ארויס מיט ר' זר איך ווייס אז ער וועט האבען די מערסטע צייט רואיג פאר מיך און מיר וועלען קענען רואיג וועטשערענען!!

משה געציל » מיטוואך יוני 26, 2013 7:32 pm

· #128338
איך פייגער ארויסצוגיין מיט gehlungen. אבער נישט בעפאר ת"ב ווייל איך האב מורא אז אינמיטן קינות וועל איך מיך נעמען לול'ן אן א אויפהער.

זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 7:40 pm

· #128341
Lol

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 26, 2013 8:02 pm

· #128347
זר זהב
Lol

L O L 😂

אבגד » מיטוואך יוני 26, 2013 8:29 pm

· #128351
געפילטע פיש
זר זהב
Lol

L O L 😂

LOL 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 9:16 pm

· #128360
דאט קאמ'ס חתימה:
לול'ן לול'ט ווער עס לול'ט דער לעצטער!
עמיר זעהן ווער דער לעצטער וועט זיין, און זאל ער מוחל זיין און פארלעשן די לעקטער ווען ער גייט ארויס.

אבגד » מיטוואך יוני 26, 2013 9:24 pm

· #128370
שמעקעדיג
דאט קאמ'ס חתימה:
לול'ן לול'ט ווער עס לול'ט דער לעצטער!
עמיר זעהן ווער דער לעצטער וועט זיין, און זאל ער מוחל זיין און פארלעשן די לעקטער ווען ער גייט ארויס.

די לעקטער איז שוין געווען פארלאשן פארוואס האסטו עס צוריק אנגעצינדען, איז יעצט זיי מוחל לעש דו אויס די לעקטער

יואליש » מיטוואך יוני 26, 2013 9:25 pm

· #128371
מאראנצןזאפט, ריזיג! והנה לול'טי וגם אשפגתי.

DotCom » מיטוואך יוני 26, 2013 10:50 pm

· #128410
איך וואלט זיך גוועטשערענט מיט א טריאו פון נולד און בדחן, אבער אויך נאר נאך ת"ב.

atmybest » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:52 pm

· #164474

I'm back » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:22 pm

· #217639
איך וואלט געגאנגען מיט @ישראל קאפקע כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז אידן קענען זיצן צוזאמען און פארברענגען מיט אראבער.

בשבילי! » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:26 pm

· #217640
ער וואלט זיכער ארויס מיט דיר כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז א חסידישע ערליכע איד קען זיצן צוזאמען און פארברענגען מיט א ציוני.
איז עס א win win situation, מ'קען שוין בוקן דעם רעסטאראנט.

I'm back » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:29 pm

· #217641
בשבילי!
ער וואלט זיכער ארויס מיט דיר כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז א חסידישע ערליכע איד קען זיצן צוזאמען און פארברענגען מיט א ציוני.
איז עס א win win situation, מ'קען שוין בוקן דעם רעסטאראנט.


הייסט ער איז אן אראבישע ציוני...?

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:15 pm

· #217677
וואו גייסטו עסן? וועלכע רעסטאראנט פארקויפט סיי כשר און סיי האלאל פלייש...?

לאליפאפ » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:54 am

· #218687
איך וואלט ארויס מיט @סאשי פיש

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:31 am

· #218722
דער אשכול דערמאנט מיר זיסע מעמאריס.
אסאך פון מיינע וועטשערען חלומות זענען שוין מקויים געווארן, מ'האט שוין פותר חלום געווען און געשאקלט הענט......

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:41 am

· #218725
נו, טוב פתר צו נישט?

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:13 pm

· #218742
וועלקאם בעק געפילטע,
דו ביסט נאך אלץ אויפן טאפ פון מיין חלום ליסטע.... וואן דעי אי"ה.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:45 pm

· #218756
שמעקעדיג
וועלקאם בעק געפילטע,
דו ביסט נאך אלץ אויפן טאפ פון מיין חלום ליסטע.... וואן דעי אי"ה.

וויאזוי שטייט נאר אין פסוק. "ויישן ויחלום שנית". ער האטציך איבערגעדרייט אויף די אנדערע זייט און ווייטער געחלומ'ט. אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א, ער זאלל מאריך ימים ונשים זיין, פארציילט איבער די מלחמת היצר וואס האטציך אפגעטון ביי עים אינדערהיים. ווען דער וועקער זייגער האט געקלינגען און ר'האט זיך אויפגעוועקט, האטציך אנגעהויבן א מלחמה צווישן יצר טוב און יצר הרע. דער ייצ"ט האט געהזאגט "שטיי אויף". דער יצה"ר האט געזאגט שטיי נישט אויף. האט ער זיי ארויסגעשיקט אין קאך קריגן, און ער איז ווייטער געשלאפן... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 😠 😳 😉 😮

בשבילי! » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:49 pm

· #218760
ער ענדיגט צו אז צום האט דער ייצ''ט גובר געווען, נאך זיבן שעה זיך קריגן

רויטע וואנצעס » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:47 pm

· #218812
@ברסלבער @שמעקעדיג @כוכב @ונבנתה העיר @אפטעמיסט

און נאך, מ'קען אבער נישט כאפן די וועלט אויף איינמאל.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:53 pm

· #218817
העי! אפשר בין איך דיין מאן?
בלאט: 1 2 3