☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט

169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6831
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:53 am

· #313092
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
ייש"כ ר' שש. מ'דארף צולייגען (אפשר איז דאס דיין כוונה) אז דער גאנצע בליען און וואקסען וואלט נאר אפשר נישט פאסירט ווען נישט פאר'ן קריג און די פליטים. הגם דער פראפאגאנדע ארבעט שטארק אין לעיקוואוד, איך גלייב אז ווען נישט פאר'ן מירער ישיבה און איהר פאר'אייניגטע ציבור פון שטארקע בני תורה, וואס זענען געווען איבערגעגעבען צום בני תורה לעבענסשטייגער, וואלט ר' אהרן געהאט א שוואכע הצלחה מיט'ן מאכען ישיבות. אזוי אויך מיט'ן צעהלעמער רב'ס כשרות. פליטים מיט א פולקאמער פרומע לעבענשטייגער, אויף אן אופן וואס האט ווייניג עגזיסטירט פאר'ן קריג דאהי, זענען געקומען בעטען די סארט פרומע עסען. ממילא, ברגע מ'ווייסט נישט אז דער קריג קומט, איז אמעריקא א געפערליכע סכנה, אפילו אין די אנהייב ת"ש'ס.
א"י איז נאך א פרשה, און דיין אנאליז איז ריכטיג אבער מ'דארף נאך אסאך אויסשמועס'ן אין דער געביט. זיך אויסרייניגען פון שקרי גערליץ נעמט צייט! (אגב, געטראפען א טעות הכתיבה, נאכ'ן קאמפלימענט פון נעכט'ן פון קאווע טרינקער - דער ווארט איז 'סאמע', נישט 'סאמער')

הוגה » מאנטאג מאי 30, 2016 4:40 pm

· #335342
רביס געבן זיך אן עצה ווען זיין מוזן דאנקן "אינשי דלא מעלי".

.
_20160530_163629.JPG

געוואלדיג » מאנטאג מאי 30, 2016 4:45 pm

· #335343
און איך האב נאך געמיינט אז די הצלה האט מיט א חלום צו טוהן און גארנישט מיט קאסטנער....

בן אדם » מאנטאג מאי 30, 2016 5:03 pm

· #335352
געוואלדיג
און איך האב נאך געמיינט אז די הצלה האט מיט א חלום צו טוהן און גארנישט מיט קאסטנער....

דעמאלטס איז מען נאך געווען מסופק מיט וועלכע ס'האט צו טוהן.

גאלד » מאנטאג מאי 30, 2016 6:30 pm

· #335377
איך הער אז ער האט גאר געוואלט שרייבן א תודה פאר אייכמאן אליין אמער אן זיין הסכמה וואלט דער טראנספארט קיינמאל פאסירט, עניוועי, למעשה האט ער מחליט געווען שב ואל תעשה עדיף,

אבער די פארשאלטענע ציונים לא די זיי האבן איהם נישט געזאגט קיין שכוח, האבן זיי נאך געהאנגען אינמיטן שטאט

Talk about a "קאנטרעווערסיאלע הנהגה"

סמבטיון » מאנטאג מאי 30, 2016 6:36 pm

· #335378
איך געטרוי מיר נישט אריינצירעדן אין סאטמערע רבי'ןס הנהגה, אבער די בילד וואס המלוכה האט דא אראפ געברענגט איז א שרעק צו קיקען. איך מיין אז הער קאפיטאן זאל עס אראפנעמען.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 30, 2016 8:20 pm

· #335404
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
וואס איז די אבער? ס'נישט ווי דו זאגסט, "סאטמאר רבי'ס הנהגה איז מיר טאקע אומפארשטענדליך...אבער..." איז מיט וואס ביסטו א מעסיגער?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:53 pm

· #355143
[ציטאט אראפגענומען]


ווער זענען די באטייליגטע ביי די אסיפה

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:54 pm

· #355144
.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 10:43 pm

· #355150
יאיר
דאס וואס ער שרייבט וועגן אפיקורסות וכו' איז סתם נאריש, אויב מען דארף שוין באטיטלען יענעם אלס אפיקורס מיינט אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן. אבער די פוינט אז אין יענע צייט איז ארץ ישראל בכלל נישט געווען אזוי פארזיכערט איז גאנץ א פיינער ענטפער.
אגב, פאריגע וואך האב איך געליינט אין די צייטונג אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א איד וועלכער האט געוויילט אין קראקא ביי די מלחמה, וואו דער בעלזער און בילגורייער רב זענען געווען. ער דערציילט אז ווען א קאר איז אנגעקומען אפנעמען דעם בעלזער רב זענען אידן נאכגעלאפן דעם קאר און געשריגן, "רבי, פארלאזט אונז נישט בעת צרה!" (והרה"ק העצים עיניו בדביקות כדרכו בקודש ולא ראה ולא שמע כלום).


דוכט זיך אז זיי זענען געראטעוועט געוואנען פין די געטא אין באכניא.

ואגב, איז געוועהן אנגעשמועסט צו ראטעווען ר' ישעיה'לע טשעכויבער אויך, נאר ר' אהרן'ס גבאי, פויגעל, איז אריין צוזאמען מיט ר' אהרן און געלאזט ר' ישעיה'לע שטיין דארט.

די בעלזער זאגען אז דער גבאי האט עס געמעגט טוהן ווייל חייך קודמים. ווען דער בילגרייערס גבאי טוט עס צו ר' אהרן, נו, ווייסען מיר וואס די פסק וואלט געוועהן...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:35 am

· #355170
יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:19 am

· #355171
איש(בחור?)תישבי דו ווייסט אפשר וואס דער רמב''ם האט געזאגט פארען גר''א ווען זיי האבען זיך געטראפען ביי ר' מיילעך בידערמאן אינדערהיים?

שמערל » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:30 am

· #355289
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
ליטוואק פון בודאפעסט
יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

די מעשה האט געזאלט האבן פאסירט אין פעסט, ווען זיי זענען אוועקגעפארן פון דארט קיין ארץ ישראל. כנראה האט יאיר עפעס פארמישט.
א חידוש אז דו וואס קומט פון דארט ווייסט נישט די מעשה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:36 am

· #355290
דעמאלס האט עס א גאנץ אנדערע באדייט. זיי זענען נישט געווען אין א שטארבליכע צרה און ער האט קאלטמוטיגעהייט זיי אפגעזאגט. סך הכל האבען זיי אויסגעדרוקט זייער בענקשאפט צו א רבי'ן.

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 2:39 pm

· #357628
ליטוואק פון בודאפעסט
יאיר'ס מעשה פון די קאר איז נישט געשטויגען, פארשטייט זיך. ער איז דאך נישט געווען אין קראקא, ועוד ווען ער איז ארויס פון באכניא, איז עס געווען באישון לילה בסודי סודיות, און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט דערפון.

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 7:44 pm

· #357810
איך אויך
איש(בחור?)תישבי דו ווייסט אפשר וואס דער רמב''ם האט געזאגט פארען גר''א ווען זיי האבען זיך געטראפען ביי ר' מיילעך בידערמאן אינדערהיים?


וואס איז דיין פראבלעם?

בעלזער זענען אליך מודה צו דער מעשה מיט פויגעל

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 11:13 am

· #358048
הוגה
קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.


עס איז מיר אונטערגעקומען א אינטרעסאנטע באשרייבונג אין 'דער איד' פון א תלמיד פונעם רבי'ן (עס איז שוין ערגעץ אינמיטן זומער געווען באשריבן), און איך בין עס דא מעתיק.

.
📎 WW_R.jpg

הוגה » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 3:10 pm

· #358081
האמיר א סתירה צווישן דער איד און טאבלעט מאגאזין (ווי אויך די קאמען נאלעדזש).

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 20, 2020 2:42 pm

· #446236
ישראל קאפקע
"ווי דאס גרונדן אידישע זעלבסט שוץ ארגאניזאציעס"
"צו עמיגרירן צו אנדערע לענדער"
that's a good one.

או.קעי. דו האסט איהם געכאפט ביים ווארט. אבער דאס טוישט נישט די פאקטן און די טענות ארום. נאר פון דיר איז דאך נישטא עפעס בעסער צו ערווארטן. ווען אידישע קינדער ווערן ל"ע געהרג'עט און פארוואונדעט פון די ראקעטן פון עזה. און די פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש טאנצן אין די גאסן פאר פרייד אז אידישע קינדער ווערן געהרג'עט, האסטו נישט קיין בעסערע זאך צו טון ווי באוויינען דעם טויט פון די ..."אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער"...!

נאר רש"י הק' זאגט שוין אין פ' יתרו אויפ'ן פסוק ויחד יתרו...נעשה בשרו חדודין חדודין... היינו דאמרי אינשי גיורא עד עשרה דרי לא תבזי ארמאה באפיה...ווייל ס'טוט איהם דאך וויי אפילו ר'איז געווען א גוטער גוי...כן הדבר הזה. דו שטאמסט פון גויים. און ס'איז נאכנישט קיין עשרה דרי. ע"כ האסטו נישט קיין סימפאטיע צו אידן. נאר צו גויים. אבער אונז זעמיר ב"ה מזרע אברהם יצחק ויעקב...נישט אזוי ווי דו...!

נ.ב.: דער ניק ישראל (ס'וואלט ענדערש געפאסט ארמאה) קאפקע איז שוין לאנג צוריק געפגר'ט. לידיעתך הרב שמעקעדיג. אט דאס נעמט מיך ארויס פון די כלים...!
בלאט: 1 2 3 4