די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6831
יאירתמים, ביסט כשר גערעכט. נאר ס'איז פשוט אסאך גרינגער און באקוועמער צו ווארפן ליצנות'דיגע זאצן וואס קאסטן ווייניג כח און צייט ווי זיך אראפצוזעצן שרייבן א גרונטליכע אנאליז. אבער אין קורצן: איך האלט נישט אז דער סאטמארער רבי ז"ל איז געווען א לץ אדער היפאקריט, ער איז קלאר געווען א גדל'ישער מענטש. אבער ער איז געווען א קאמפליצירטער כאראקטער, און בעת ביי א פשוט'ער מענטש זעט זיך דאס נישט אן פונדרויסן, אויסער ביי זיינע נאנטע מענטשן, איז דאס ביי א גדול בולט אויף יעדן שריט זיינעם. איך האף נאכצופאלגן מיט א לענגערע תגובה כשיספיק הזמן. סטעי טונד...
wow איים ריעללי טונד!!
איך האב הנאה אז מיין תגובה וועט דיר ברענגען עס צי טוהן... ווייל ווי איך האב מיר פארגעשטעלט ביסטו צי קלוג סתם צי שיסן און באמת האלטן וואס די שרייבסט סארקאסטיש, און סאיז נישט אויסגעהאלטן צי לאזן דיין מיינונג אזוי ביליג אויף א גרויסער מענטש, סתם וויל די ווילסט אביסל אראפקילן די סאטמערע תמימים..
אבער איך בעט דיר איין זאך פינקט ווי די פארלאנגסט פון די סאטמורים אביעקטיוויטי אויף דעים איד, און נישט לאזן די פארטייאישע אינטערעסן בלינד מאכן די אויגן קעגן פאקטן, בעט איך דיר אויך ווער נישט געטריבען מיט קיין אגענדעס, צי מיט אנגעגעסענקייט צי פון אינדרויסען פון סאטמאר, צי נאך ערגער פון א געוועזענע סאטמערע וואס איז אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם און אויף גאר אסאך זאכן טאקע מיט רעכט, זיך נישט ארויסציברענגען נאר די אנדערע זייט דאס האסטו שוין גענוג געטוהן, שרייב וואס די האלטס אמתדיג אויף דעים גדול, עס וואלט מיר געווען גאר אינטרעסאנט, איך האב שוין באגעגנט גאר אסאך יודן בארץ ובחו"ל פון אלע שיכטן און קרייזען, און געהערט זייער בליק אויף דעים גדול, עס וואלט מיר געווען גאר אינטערעסאנט צי הערן פון מורינו
@יאיראיך האב יעצט אפאר מינוט צייט, וועל איך אפשרייבן וואס איך טראכט אויף סאטמאר רבי.
איך מיין אז לית מאן דפליג אז דער רבי איז געווען (אין געוויסע הינזיכטן) א קלוגער פראקטישער מענטש, און אין צוגאב איז ער באשאנקען געווארן מיט גרויסע טאלאנטן פון הנהגה, כאריזמע און כח הדיבור וכו'. עס וואלט געווען מסתבר אז אזא מענטש זאל אויפשטעלן איינער פון די שטערקסטע און מערסט באפעסטיגטע ארטאדאקסישע קהילות - און ער האט טאקע דאס געטון. אבער למעשה, אז מען באטראכט דעם מענטש שטעלט זיך ארויס מאדנע סתירות. ווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט? אויב איז ער געווען אזא פראקטישער און צינישער מענטש וואס האט געהאלטן אז נשתכח דרך הבעל שם און געלאכט פון סיפורי צדיקים, פארוואס האט אים אויסגעפעלט די גאנצע רביסטעווע וואס האט סתם צוגרונד געלייגט זיין חסידות און עס פארוואנדלט אין א סטאדע שאף? אויב האט ער טאקע געהאלטן אז ער איז א פשוט'ער בשר ודם, און דאס האט ער געפרעדיגט, ווי אזוי איז מעגליך אז זיינע אייגענע חסידים האבן אים פארוואנדלט אין אן עבודה זרה?
אלזא, צו פארשטיין די מיסטעריע קלער איך אז סאטמארער רב האט געהאט צו גרויסע שיך וואס האבן אים נישט געפיט. זיינע כשרונות און טאלאנטן זענען נישט געווען איינשטימיג מיט זיינע פסיכאלאגישע שוואכקייטן. ער האט נישט פארמאגט די נפשיות'דיגע שטארקייט וואס אזא מענטש דארף האבן צו קענען ארויסטרעטן מיט זיין אייגענע שיטות אויף א רואיגער, געלאסענער פארנעם.
משל למה הדבר דומה, דער איד וועלכער קומט אריין אין בית המדרש און הערט איינעם רעדן אויף זיין רבי'ן, און ער לויפט צו צו אים און ער הייבט אן מאכן קולות און פארפירן און ער שטאפט צו די אויערן נישט צו הערן חלילה די ווערטער אויף זיין היילגער רבי. עס וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער איז א געוואלדיגער חסיד פון זיין רבי'ן, אבער דער אמת איז פונקט פארקערט, צוליב דעם וואס ער אליין ווייסט אז זיין רבי האט חסרונות, פעלט אויס צו מאכן די אלע געוואלדעווען און פארפירן כדי צו אפשטילן דעם אייגענע קול פון מרידה וואס בורזשעט אין זיינע אויערן.
מיט דעם הושענה רבה משל ווערן אלע קשיות פארענטפערט. עס איז נישט קיין סוד אז דער סאטמארער רבי איז געווען א גרויסער פחדן, ער האט מורא געהאט צו פארן אויף אן עראפלאן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אן זיינע נאנטע מענטשן, ועוד. א מענטש וואס איז נישט פסיכאלאגיש אויסגעבויט, און ער פארמאגט אזעלכע כשרונות, דאן קען ער עס נישט דערהייבן און ער ווערט אינגאנצן ווילד און צולאזט און ער פארלירט דעם שכל. ווען דער רבי האט אזוי פארפירט אויף ציונות האט ער באמת זיך געשלאגן מיט זיין אייגענע ציוני ביי זיך אין הארץ (דער רבי איז געווען א גרויסער חובב ציון). דער רבי האט געמוזט ערפינדן מאדנע פלפולים, געבויט אויף מהר"ל'ס און כלי יקר'ס, פארוואס די בחירות זענען יהרג ואל יעבור, ווייל כדי אפצושטילן ביי זיך דעם אייגענעם פחד פון ציונות האט ער געמוזט ארויסגיין דערקעגן אזוי שארף ביז ער האט זיך בארואיגט.
א מענטש וואס איז באמת רואיג און זיכער מיט זיין שיטה דארף נישט פארפירן טאג און נאכט דערוועגן, און דארף זיך נישט טענה'ן דערוועגן מיט יעדן גדול וואס ער טרעפט. (פארשטייט זיך אלעס כדי די וועלט זאל איינזען דעם אמת, איי דאס זענען שטענדיג די זעלבע מענטשן וואס זיצן ביי שלשידעס תורה וואך איין וואך אויס?). דער חזון איש איז נישט ארומגעלאפן אין די גאנצע וועלט שרייען אז אידן אין יאפאן עסן יום כיפור, ווייל טראץ דעם וואס ער איז געווען אזא צוריקגעצויגענער און שטילער מענטש, איז ער געווען זיכער מיט זיין מיינונג. דער סאטמארער רב, מיט זיין גאנצע טאראראם, האט נישט פארמאגט די שטארקייט זיך אראפצוזעצן אין זיין ווינקל מיט א רואיגקייט און זאגן זיין מיינונג ווי א נארמאלער מענטש, אן ווילדע גוזמאות פון זיך ביקן צו צלמים און יהרג ואל יעבור'ס.
א ברייטער מענטש ווי אים וואס האט נישט מורא געהאט צו געבן געלט פאר חינוך עצמאי און צו פארברענגען געמיטלעך מיט חברי הכנסת וואלט געדארפט וויסן בעסער ווי צו שאפן אזעלכע עקסטרעמיסטישע שיטות, אבער אז מען פארשטייט אז ער האט זיך אליין געמוזט באפרידיגן זיין הארץ, און ארויסגעבן זיין פחד אויף דעם אופן, דורך באטיטלען יעדן איינעם וואס נויגט אפ פון זיין אייגענע מיינונג אלס א כופר בעיקר, באקומט די גאנצע זאך אן אנדער בילד.
מהאי טעמא האלט איך אז ער האט מורא געהאט פון קלוגע מענטשן. טאקע וויבאלד ער איז געווען גענוג ברייט צו פארשטיין אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביים חתם סופר און צאנזער רב, האט ער זיך געמוזט באפעסטיגן מיט מענטשן וואס פרעגן נישט קיין קשיות און זענען נאאיווע חסידים, נישט נאר כדי צו אויפבויען א זיכערע באזע פון מענטשן וואס קויפן אלעס אפ בלינדערהייט פון אים, נאר אויך כדי צו זיין זיכער אז ער ווערט נישט אוועקגעשלעפט, און זיינע אייגענע מענטשן כאפן נישט ווי ווייט זיין ציניזם גייט. און זיין ציניזם איז געגאנגען גאר ווייט.
א קלוגער איד האט מיר אמאל געזאגט, אז א פריוואטער מענטש האט א פראבלעם איז עס א פריוואטער פראבלעם. אז א ציבור'שער מענטש האט א פראבלעם איז עס א ציבור'שע פראבלעם. די פינגער אפדרוקן פון דעם רבי'נס שוואכקייטן זענען פארבליבן אין זיין קהילה. מענטשן וואס קענען נישט אויסהערן און אודאי נישט אקצעפטירן א צווייטנ'ס מיינונג, מענטשן וואס וועלן זיין די גרעסטע בעלי חסד און אפילו ליב האבן אלע אידן אבער אין די זעלבע צייט זענען זיי פארכאפט אין זייער אייגענע תפיסה, און זענען בכלל נישט אויסגעבויט פון א פסיכאלאגישן קוק ווינקל.
אלזא, דאס איז מיין מיינונג אויף דעם סאטמאר רב בכלליות, און איך אנערקען אז עס איז גאנץ מעגליך אז איך הויב נישט אן צו וויסן וואס איך רעד. למעשה האב איך נישט געקענט דעם סאטמארער רבי'ן, איך האב בלויז פרובירט צו נאשן אביסל פון זיין ביאגראפיע און פון זיינע ספרים צו קענען ארויסהאבן דעם קאמפליצירטן כאראקטער פון דעם מענטש. אבער איך מיין אז יעדער אויפריכטיגער מענטש וועט אנערקענען אז אזעלכע גלאטע, זשענערעלייזד הערכות אויף דעם סאטמאר רב, ווי למשל אז ער איז געווען א רשע מרושע וועלכער האט בלויז געוואלט אז זיינע חסידים זאלן גיין אין די אויוונס בשעת ער ראטעוועט זיך ארויס דורך א געניטע אופן מיט א צינישע שמייכל אויפ'ן פנים, אדער אז דער סאטמארער רב איז געווען א קדוש וטהור און אזא גרויסער בעל חסד, ממילא קען זיכער נישט זיין אז ער האט געהאט נאטורן וואס האבן אים געמאכט צומאל טון דאס פארקערטע ווי חסד און צדקות, זענען זייער אויבערפלעכליך און שאצן נישט אפ דעם מענטש.
How come ער האט נישט מורא געהאט פון זיך טרעפן מיט אגודוסטען?
גראדע, מיט רב סילבער האט ער אפגעהאקט שייכות ווען ער האט געחוזקט פון דברי חיים'ן. וזה עולה יפה.
יאיר שיין. לייגסט אבער אראפ דעם רבי'ן ווי זיין שיטה איז געווען זיין פערזענליכע בארואינגס פיל און נישט א דעת תורה וואס ער האט געהאלטן אז פארקערט דערפון איז נגד התורה. דו לייגסט עס אראפ ווי זיין מלחמה קעגן ציונות איז געווען זיך צו באראיגן אז ער איז טאקע גערעכט מיט זיין שיטה... ניין נאו, ער איז זיכער געווען מיט זיין שיטה גארנישט ווייניגער ווי די תורה איז זיכער אז עסן א ווארים איז אסור און דאך עס איבערגעזאגט זיבן מאל.
ער האט עס איבערגעזאגט און איבערגעחזר'ט פאר יעדן ''טאקע'' ווייל ער איז זיכער געווען דערמיט, און ער האט געוואלט ווי מער אידן זאלן זיין ערליך.
יאירווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
לאמיר לערנען א משנה אין סוטה (מב:)
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר, הגפן תתן פריה, והיין ביוקר, ומלכות תהפך למינות, ואין תוכחת, בית וועד יהיה לזנות, והגליל יחרב, והגבלן ישום, ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמות סופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, והאמת תהא נעדרת, נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו, ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים.
סתם אינטרעסאנט, וואס איז געווען די חשבון פון חז"ל צו שרייבן אזוינס? האבן זיי נישט געכאפט אז מיטן שרייבן אויף די גאנצע וועלט "יראי חטא ימאסו" וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
שמעקעדיג האסט עס גענאגעלט.
שטילערהייט ווען יאיר האט נישט מורא גלייב מיר ער שרייבט עס אויך ר''ל אויף דיין מראה מקום, איך האב נאר געוואלט צוצייכענען א שטארקע פאקט וואס ברענגט יעצט אין א גרינעם דינסטיג אזעלכע העסליכע איבערפעלער אויף דעם צדיק וקדוש וואס לעבט שוין נישט בתוכינו אזויפיל יאר, געבט א קוק
דא, ומשם תדרשנו פארוואס מען האט זיך סתם יעצט גענימען איבער די טעמע
יאיר, דיינע שאלות זענען שאלות ווייל דו קוקסט עם אן מיט דיין בליק.
משל למה הדבר דומה, א 22 יעריגע קאלעזש סטודענטקע אויף פסיכילאגיע לאנדעט ערגעץ טיף אין א זשונגעל באוואפענט מטיט א בליי און א נאוטבוק און הייבט אן שרייבן א טעזע וואספארא אומגעהויערע פסיכילאגישע דרוק קען זיין די דראסטישע גורם אז זיי זאלן עסן מענטשן פלייש.
די פליגן, די הונגער, די נאכנאנדע פחד פון די אדני השדה, די מאומיודיגע קולות פון די היענעס, כסדרדיגע מצב מלחמה מיט אנדערע שבטים, די וועטער, מאלאריע וכו. וכו.
גראדע זענען די אלע זאכן אמת אויך...
זי פארגעסט אבער איין זאך, זייערע עלטערן האבן געגעסן, זייערע עלטערן פאר זיי האבן געגעסן, עס ברויך נישט קיין שום ספעציעלע סיבה. זיי האבן נישט אריינגעבויט קיין עקל אדער ווידערווילן דערצו אין זייער פסיכא בכלל.
איך וועל נישט צענעמען דיינע מכלומרשטע מיסטעריעס, איך האב נישט קיין נערוון און צייט, אבער קוק צוריק אויפן טיילונג און אונגארן און אויף די שטרענג ארטאדאקסישע אידישקייט מיט וואס ער איז געווארן אויפגעוואקסן. און בכלל אויף די פסיכא פון א איד וואס איז געבוירן מיט הונדערט דרייסיג יאר צוריק אין מזרח אייראפע, שאץ אים נישט אפ מיט דיינע מושכלות ראשונות. וקצרתי.
קאווע טרינקערHow come ער האט נישט מורא געהאט פון זיך טרעפן מיט אגודוסטען?
גראדע, מיט רב סילבער האט ער אפגעהאקט שייכות ווען ער האט געחוזקט פון דברי חיים'ן. וזה עולה יפה.
איינמאל דאס טראכטן א מחשבה'לע לטובת די ציונים איז שוין ביהרג ואל יעבור, האט ער שוין נישט מורא געהאט אז ער וועט נכשל ווערן אין אזא הארבער איסור, פונקט ווי ווען ער טרעפט זיך מיט דעם רומענישן קייזער יר"ה צוזאמען מיט דעם קריסטליכער גלח גייט ער נישט נכשל ווערן אין אנטון דעם גלח'ס צלם (וואס איז נאר א הונדערטסל אזוי הארב ווי רעדן א ווארט עברית 🙂 ).
וואס איז די מעשה מיט הרב סילווער?
שמעקעדיגיאירווי למשל, וואס איז געווען זיין חשבון ביים אוועקשניידן ניינציג פראצענט שומרי תורה ומצוות אז זיי זענען עובר אויף אן עבירה ביהרג ואל יעבור? פארוואס האט ער נישט געכאפט אז פון האקן אזויפיל אויף די גאנצע וועלט וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
לאמיר לערנען א משנה אין סוטה (מב:)
בעקבות משיחא חוצפא יסגא ויוקר יאמיר, הגפן תתן פריה, והיין ביוקר, ומלכות תהפך למינות, ואין תוכחת, בית וועד יהיה לזנות, והגליל יחרב, והגבלן ישום, ואנשי הגבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמות סופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, והאמת תהא נעדרת, נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו, ועל מה יש לנו להשען על אבינו שבשמים.
סתם אינטרעסאנט, וואס איז געווען די חשבון פון חז"ל צו שרייבן אזוינס? האבן זיי נישט געכאפט אז מיטן שרייבן אויף די גאנצע וועלט "יראי חטא ימאסו" וועט מען צום סוף ווערן אינגאנצן צוהאקט?
מערצעשעם ווען דף היומי וועט האלטן ביי די גמרא וועט ונבתנה באהאנדלען דיין הארבע קשיא.
אן אינטערעסאנטע זאך, די סאטמארע האלטן אין איין שרייען אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון די אלע וואס פארגעטערן זייער רבי'ן, און אז דער רבי האט אליין געזאגט אז ער איז נאר א מענטש וואס קען מאכן טעותים, אבער ווען עס קומט למעשה וועלן די סאטמארע קיינמאל נישט טרעפן עפעס א חסרון אדער א טעות פון זייער רבי'ן.
עס מוז זיין אז זיי דערציילן דאס ווי נאך א מופת, צווישן די עקרות וואס ער האט פוקד געווען און די וואונדערליכע פסוקים וואס ער האט אויסגעלאזט ביים ליינען, האט ער אויך געזאגט אז ער קען מאכן טעותים, דערנאך האט ער זיך תיכף גענומען צו די גלגולים אין די פיש און צו איינטיילן די געלט אין באזונדערע קאנווערטן. ומי יעמוד בסוד קדושים.
ממרום שלח אש
איך וועל נישט צענעמען דיינע מכלומרשטע מיסטעריעס, איך האב נישט קיין נערוון און צייט, אבער קוק צוריק אויפן טיילונג און אונגארן און אויף די שטרענג ארטאדאקסישע אידישקייט מיט וואס ער איז געווארן אויפגעוואקסן. און בכלל אויף די פסיכא פון א איד וואס איז געבוירן מיט הונדערט דרייסיג יאר צוריק אין מזרח אייראפע, שאץ אים נישט אפ מיט דיינע מושכלות ראשונות. וקצרתי.
עס פאלט דיר גארנישט ביי אז די גאנצע אלטרע ארטאדאקסישע - אונגארישע צוגאנג פון חדש אסור מן התורה און מחדש זיין פרישע שלש חמורות יעדע פופצן מינוט קומט אליין פון א קינדערישע פחד? דער סאטמארער רבי איז פשוט געווען דער culmination פון דורות לאנג וואס האבן זיך געהאדעוועט אויף די כפירה'דיגע שיטות רח"ל וואס לויטעט אז אויב מען איז מפקפק אויף די נארישסטע מנהג וועט מען צום סוף אוועקווארפן גאנץ אידישקייט. ער האט גע'ירשנ'ט א פסיכאלאגישע שוואכקייט בנוגע רעליגיע און ער האט געארבעט דערויף עס צו פארגרעסערן און פארשענערן.
איין פראגע נאר צו יאיר פארוואס שטעלסט דיך אפ מיטן חוזקען ביי די גדולי אונגארין די ביסט דאך א מעריץ פינעם מוחאמאד אויף וועם דער הייליגער רמב''ם באטיטעלט המשוגע הידוע
נו גיי ביז אהין און זאג אפען וואס די האלטסט , באהאלט דיר נישט אינטער א שלייער פון אונגארישע גדולים א.ד.ג.
בשבילי!יאיר שיין. לייגסט אבער אראפ דעם רבי'ן ווי זיין שיטה איז געווען זיין פערזענליכע בארואינגס פיל און נישט א דעת תורה וואס ער האט געהאלטן אז פארקערט דערפון איז נגד התורה. דו לייגסט עס אראפ ווי זיין מלחמה קעגן ציונות איז געווען זיך צו באראיגן אז ער איז טאקע גערעכט מיט זיין שיטה... ניין נאו, ער איז זיכער געווען מיט זיין שיטה גארנישט ווייניגער ווי די תורה איז זיכער אז עסן א ווארים איז אסור און דאך עס איבערגעזאגט זיבן מאל.
ער האט עס איבערגעזאגט און איבערגעחזר'ט פאר יעדן ''טאקע'' ווייל ער איז זיכער געווען דערמיט, און ער האט געוואלט ווי מער אידן זאלן זיין ערליך.
אמת אז ער איז געווען איבערצייגט אין זיין שיטה, אמת ער האט געהאלטן דאס איז דעת תורה. די שאלה איז אבער, פארוואס האט ער אזוי געהאלטן? דו האסט א ברירה צו זאגן אז דער רבי האט פשוט דורכגעטון די סוגיא, און איז געקומען צו די מסקנה אז גיין צו די בחירות צו ארויסשלעפן געלט פון זיי איז ביהרג ואל יעבור ווייל מען שטיצט דערמיט די מדינה, און דערמיט איז מען מגלה דעת אז מען קען האבן א מדינה פאר משיח וועט קומען, און דערמיט זאגט מען קלאר אז עס פעלט נישט אויס מען זאל תשובה טון איידער די גאולה, און דערמיט ווערט דאס גערעכנט פונקט ווי מען וואלט געלייקנט אין די גאולה, כמבואר בארוכה בספר ויואל משה.
אבער איך האב מער רעספעקט פאר דיין רבי'ן, און איך האלט אז ער וואלט נישט געמאכט אזא פורים תורה, ווען נישט ער האט געהאט א סאביעקטיווע עמאציאנעלע געברויך פאר דעם, וואס ער האט בלויז באפעסטיגט מיט א כלומר'שטע בירור להלכה וואס קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט ווייל אין משיבין על הדרוש.
רייכע אשכול. אינטערסאנט, יאיר געט א פרוידיען סייקא-אנאליז אויפן רבי'ן. באוואוסט אז מענטשן האקן צומאל גאר שטארק אויף אייגען צוקוועטשטע נטיות. אינטערסאנט, טראץ אז אפשר דארף מען פאלישן די לשון נישט צו פוגע זיין בכבודו הגדול, ער איז געווען א גאר גרויסער מענטש, א תלמיד חכם מופלג ווי יעדער קען זעהן די לאנגע תורות אין דברי יואל ווי ער געדענקט אזויפיל דברי חז"ל, ספרי ראשונים ואחרונים און אייגענע שיינע כח החידוש. ער איז געווען א ווארעמער מענטש וואס האט געטראגן אויף זיין פלייצע און גע'דאגה'ט פאר א געוואלד מיט מענטשן, ער איז געווען א געוואלדיגער ירא שמים און גאר קלוגער געריבענער מענטש וכו' וכו', און עס איז נישט קיין סתירה.
איך האב געהערט פון סאטמארע געווייקטע חסידים אז דער רבי איז געווען גאר א פעדאנטער מענטש, אזא בעסערע גאטשע ווי מען זאגט, גאר א ריינער מענטש וכ'ו און עס האט אים געקרענקט מורא'דיג אז ער איז נישט בכח צו עסן מיט די אייגענע כחות און די לעפל זאל זיך נישט אויסגיסן וכדומה, אדער אז ער זאל גיין מיט די אייגענע כחות, ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט ארויסקומען ברבים אויף א ווהילטשעיר אדער ווערן געפיטערט דורך א גבאי, דעריבער האט ער קיינמאל נישט געגעסן ברבים נאכן סטראוק, אויס פחד אז ער וועט נישט שולט זיין און די לעפל וועט זיך אויסגיסן וכדומה ויבוא לידי בזיון. דאס איז א פאקט וואס פארענטפערט די מאדנע סאטמארער מעשה מיט הכנות ואכמ"ל
יאיר געט א סימפליסטיק פרוידיען סייקא-אנאליז וואס מיר ווייסן שוין היינט איז שטארק איבערגעטריבן און רוב מאל פלאך נישט ריכטיג.
אנשטאט צו נתפעל ווערן פון סאטמאר רב'ס געוואלדיגע אמת קנה ואל תמכור, וועט מען גיכער זאגן אז ער האט געוואלט פארדעקן טיף צושטערטע פסיכישע נייגונגען.
אמאל ווען דער קליינער קריסטאפער האט געוואלט שפילן מיט א קלארינעט, האט מען געשעפט נחת, אה! דאס קינד האט א מוזיקאלישע נטיה. נאך פרויד, לויט די פרוידיענס, ווען דער קליינער קריסטאפער וויל שפיךן מיט א קלארינעט, באפאלט א קדחת, אוי געוואלד! עס מוז זיין אז די מאמע האט פארגעסן צו פארשפארן די טיר ווען זי האט זיך זעלבסט באפרידיגט מיט א לאנגע שווארצע קלארינעט.
Re: די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאק
איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט טענה'ן אז דער רבי איז געווען א פחדן. עס איז דאך ידוע ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען און געהאקט אויף די ציונים אפילו מען האט געווארפען אויף עם חצים ובליסטראות און געוואלט הרגנ'ען.
ולפי דרכך קומט גאר אויס דער רבי איז געווען דער גרעסטער נתפעל פון די הצלחה פון די ציונים אזוי ער האט אזוי מורא געהאט פון נשפע ווערן פון זיי און קלערן אז שווא עבוד אלוהים כמבואר בנשא תורה, און ער האט געהאט די גרעסטער יצר הרע פאר דעם האט ער אזוי געהאקט און געוויינט מתוך פחד ביי די שובבי"ם תורות.
די שמועס ווערט מער און מער אינטערסאנט, כ'האב זייער הנאה פון יאיר'ס און שמערל'ס פסיכאנאליז אויפן סאטמארער רב ז"ל, ווייל מער ווייניגער בין איך געקומען צו די זעלבע מסקנא, האמת אגיד איך האב דעם רבי'ן פערזענליך נישט געקענט, אבער ווי א געטרייער חסיד כסדר געליינט און גענאשט פארשידענע אנעקדאטן און מעשה'לעך פונעם רבי'נס לעבן, בימי בחרותי פלעג איך אסאך קוקן די נייע ספרים און ביכער וואס זענען ארויס פון דרוק, ביאגראפיעס פון פארשידענע גדולים וואס האבן נישט אנגעהערט אין די עדה החרדית לאגער, צעווישן אנדערע פלעג איך אויפמישן דעם אינדעקס אויפזיכן פאר טייטלבוים יואל צו זען און וואספארא קאנטעקסט די רבי ווערט געברענגט, טאמער איז דאס געווען וויאזוי זיי טרעפן א וועג אנצעווייזן ווי די רבי איז געווען א מעריץ פון יענעם און יענעם אגודאי בין איך געווען העכסט צופרידן, ווייל איך האב זיך געשפירט מוראדיג באקוועם ווי רבינו יואל איז א נומבער וואס יעדער קען באשטיין צו נוצן, טאמער אבער איז געשטאנען עפעס מיטן ציל צולייגן דעם רבין אין שאטן, אדער האבן זיי סתם אזוי איגנארירט אזא רשכבה"ג האב איך מיט מיין קינדישע כעס געשימפט ביי מיר אין הארצן, אט דאס זעה איך דא ביי אסאך חברים וויאזוי זיי האבן דעם קאך און ברען, ווען מ'ברענגט ארויף פארשידענס איבערן כאראקטער פונעם רבי'ן, די עיקר נקודה וואס איך וויל ארויסברענגן אז איך האב אסאך געליינט אדער געהערט איבערן רבי'ן וואס האט זיך מיר געשאפן א שטיקל בילד איבערן פערזענליכקייט פונעם רבין, און כ'בין אויך געקומען צום סעלבן החלטה.
דער אמת איך האב שוין פון אנהויב אשכול שוין מרמז געווען צו טייל פון די זאכן וואס זענען גערעדט געווארן דא און איך האב נאך אסאך וואס מאריך צו זיין אויסצושמועסן נאך פארשידענע פונקטן איבערן כאראקטער פונעם רבי'ן, ועוד חזון למועד.
דער אמת די ארטיקל פונעם טאבלויד ווייזט צוזיין געטריבן פון אן אגענדע אראפצומאלן דעם רבי'ן אלס א רשעותדיגע און סעלפיש פערזאן וואס ס'איז פארשטייט זיך אינגאנצן נישט די פאל, איך האב זיך אבער געוואלט אפשטעלן אויף א צווייטע פונקט וואס איך האב אבזערווירט איבער די געדאנקנגאנג פונעם רבין, ס'ווייסט יעדער אז איינס פון די צענטראלע טעמעס אין די חסידות איז די ענין פון דעמאנסטרעישאנס אנטקעגן די ציונים, אויף די פלאקאטן ווערט דאס אויך גערופן מחאה אדער הפגנה, די זאך איז נאר, אז מיט די חיוב מחאה וואס איז מבואר אין הלכה האט דאס גארנישט, ס'איז פארהאן פארשידענע גרופעס וואס מאכן מחאות אנע אויפהער אראפצונעמן די כ'סדרדיגע חרון אף וואס איז דא כל זמן ס'עקזעסטערט די מרידה במלכות שמים.
הפנים די רבי שרייבט אז מצד הלכה איז דא א חיוב מחאה (פארשטייט זיך ווי געווענליך באזירט אויף מקורות פון מדרש ואגדה וספרי דרוש) איז פון וואנעט איז נולד געווארן אט דער חיוב, נאך אלעם איז נישט געווען בזמן חז"ל קיין דעמאנסטראציעס אנטקעגן צדוקים (סיידן געוויסע הנהגות להוציא מלבן) אדער בזמן הרעפארמער האט מען נישט געמאכט קיין דעמאנסראציעס קעגן רעפארמער, נאר וואס דען אונעם רבינ'ס ווערטער ווערט אלעס פארענטפערט, כסדר איז דאס אינאיינעם ווי דער רבי רעדט פון דעם " אז מ'העט גוט קוקן וועט מען זען ווי זיי (די ציונים) פארארבעטן מעשים צומאכן אנטיסעמיטיזם דאהי (אין אמעריקע)" און נאך אנדערע ריווייזד היסטארישע פאקטן וואס יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז ווען היטלער האט געהערט אז די ציונים האבן געמאכט א באקיאט האט ער זיך אראפגעווארפן אויך די קארפעט און דאס געביסן פאר כעס און אויסגעשריגן אז איך וועל די אידן פארטיליגן ווי די הערשן און אינדן אויפן פעלד, מערקט דרך אגב דעם ענליכקייט צום לשון חז"ל, בכל אופן איז די רבי נישט געווען קיין גרויסע פאליטיקער און זאך-קענער אין אנגעלעגנהייטן פונעם מיטל מזרח ווי אויך אין אמעריקאנער פאליטיק, אזאך וואס די נארישע שרייבערליך זענען כסדר פארנומען, און ער האט געהאט אן איינרעדעניש אז ס'הערשט אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע מכח די ציונים, און אז מ'וועט מאכן א גרויסע דעמאנסטרעשן אין ניו יארק, דאן וועט גאנץ אמעריקע איינזען אז אידן האבן גארנישט מיט ציונים, ממילא האט ער געהאלטן אז מחאות איז א פראקטישע מיטל אראפצונעמן שנאת ישראל (און דרך אגב האט זיך דער רבי באנוצט מיט נאך אנדערע פראקטישע אמעריקאנער איינגעפירעכצער ווי מאכן א "דינער" אדער "אפיעלס") האט ער שוין געזען א חיוב און מקורות פון ספרים וסופרים אויף די מאדנע מצוה פון דעמאנסטרעישאנס.
בר דעת
איך האב געהערט פון סאטמארע געווייקטע חסידים אז דער רבי איז געווען גאר א פעדאנטער מענטש, אזא בעסערע גאטשע ווי מען זאגט, גאר א ריינער מענטש וכ'ו און עס האט אים געקרענקט מורא'דיג אז ער איז נישט בכח צו עסן מיט די אייגענע כחות און די לעפל זאל זיך נישט אויסגיסן וכדומה, אדער אז ער זאל גיין מיט די אייגענע כחות, ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט ארויסקומען ברבים אויף א ווהילטשעיר אדער ווערן געפיטערט דורך א גבאי, דעריבער האט ער קיינמאל נישט געגעסן ברבים נאכן סטראוק, אויס פחד אז ער וועט נישט שולט זיין און די לעפל וועט זיך אויסגיסן וכדומה ויבוא לידי בזיון. דאס איז א פאקט וואס פארענטפערט די מאדנע סאטמארער מעשה מיט הכנות ואכמ"ל
איז אמת ער האט קיינמאל געגעסן ברבים נאך די סטראוק? וואס האט ער געטוהן מיט די ריזיגע חלה פון די כ"א כסלו בילדער? איז ער נישט געווען אויף א ווילטישער דעמאלטס?
און ביטע זייט יא מאריך בענין די הכנות.
דער אשכול גייט שוין אריבער צו רעדן איבערין פערזענליכקייט פון רבי'ן בכלליות נישט דוקא איבער דעם האלאקסט, אפשר קען מען אפטיילן און מאכן א פרישן אשכול?
לעיקוואוד, מסתם מיינט בר דעת אז די גרויסע עבודה פון הכנות ביים רבי'ן איז פשוט געווען אן אבסעסיע מיט ריינקייט.
ממרום שלח אשיאיר געט א סימפליסטיק פרוידיען סייקא-אנאליז וואס מיר ווייסן שוין היינט איז שטארק איבערגעטריבן און רוב מאל פלאך נישט ריכטיג.
אנשטאט צו נתפעל ווערן פון סאטמאר רב'ס געוואלדיגע אמת קנה ואל תמכור, וועט מען גיכער זאגן אז ער האט געוואלט פארדעקן טיף צושטערטע פסיכישע נייגונגען.
מיר האבן דאך שוין אן אלטע מחלוקת דערין. איך האלט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז באלאנסירט, דו האלטסט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז עקסטרעם. האבן מיר א שיינע לשיטתיה.
אגב, די Defense Mechanism טעאריעס פון פרויד זענען יא פארבליבן שטארק אנגענומען אין די פסיכאלאגישע וועלט, און זענען טיילווייז באשטעטיגט געווארן דורך שטודיעס. איך האב יעצט נאכגעזוכט אין גוגל האב איך געטראפן איינער פון די דעפענס מעכאניזם'ס reaction formation וואס שטימט אויפ'ן האר מיט מיין פריערדיגע אנאליז. איך וועל ציטירן פון וויקי:
"[a] phobia is an example of a reaction formation. The person wants what he fears. He is not afraid of the object; he is afraid of the wish for the object. The reactive fear prevents the dreaded wish from being fulfilled.
"[r]eactive love protests too much; it is overdone, extravagant, showy, and affected. It is counterfeit, and [...] is usually easily detected. Another feature of a reaction formation is its compulsiveness. A person who is defending himself against anxiety cannot deviate from expressing the opposite of what he really feels. His love, for instance, is not flexible. It cannot adapt itself to changing circumstances as genuine emotions do; rather it must be constantly on display as if any failure to exhibit it would cause the contrary feeling to come to the surface.[3]
(פארשטייט זיך אז דא איז עס שנאה אנשטאט אהבה)
איך האלט אז דאס פארענטפערט אזוי שיין דעם מדרש פליאה פון ר' יואליש כמין חומר, אז אפילו דו ביסט נישט מסכים מיט מיר קענסטו הנאה האבן פון דעם שטיקל פרוידיען אנאליז, גארנישט ווייניגער ווי פון א שיינער תירוץ פון ר' חיים אויפ'ן רמב"ם...
לעיקוואדאיך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט טענה'ן אז דער רבי איז געווען א פחדן. עס איז דאך ידוע ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען און געהאקט אויף די ציונים אפילו מען האט געווארפען אויף עם חצים ובליסטראות און געוואלט הרגנ'ען.
יא, אזוי? וועמענ׳ס נפש האט ער מוסר געווען? וויאזוי האבען אויסגעקוקט די בליסטראות? סתם אזוי, ווי קויפט מען בליסטראות? איך וויל אנווארפען מיין רבינ׳ס ברידער ימ׳׳ש מיט בליסטראות, וואס כפי הנראה, איז דאס ערגסטע זאך.
און ווער האט איהם געוואלט הרגנ׳ען? דער באהאלטענעם גוי אינ׳ם קלאזע׳׳ט? אדער אפשר האט מען געשיקט דער סיירת פון מיטל-מזרח פון איהם פטור צו ווערען?
גלייב מיר, ווען דער שב׳׳כ וויל איהם זען טויט, דערלעבט ער נישט די ערשטע יארען אין אמעריקא.
און לגבי דער גרויסע קעמף אויף ציונות, עי׳ חתימתי.
אויב א בודאפעסטער כאפט נישט קיין וויצן, קענט איר זיך פארשטעלן ווי לאנג ס'נעמט פאר א ליטוואק פון בודאפעסט צו כאפן א וויץ...
לעיקוואדבר דעת
איך האב געהערט פון סאטמארע געווייקטע חסידים אז דער רבי איז געווען גאר א פעדאנטער מענטש, אזא בעסערע גאטשע ווי מען זאגט, גאר א ריינער מענטש וכ'ו און עס האט אים געקרענקט מורא'דיג אז ער איז נישט בכח צו עסן מיט די אייגענע כחות און די לעפל זאל זיך נישט אויסגיסן וכדומה, אדער אז ער זאל גיין מיט די אייגענע כחות, ער וואלט אין זיין לעבן נישט געקענט ארויסקומען ברבים אויף א ווהילטשעיר אדער ווערן געפיטערט דורך א גבאי, דעריבער האט ער קיינמאל נישט געגעסן ברבים נאכן סטראוק, אויס פחד אז ער וועט נישט שולט זיין און די לעפל וועט זיך אויסגיסן וכדומה ויבוא לידי בזיון. דאס איז א פאקט וואס פארענטפערט די מאדנע סאטמארער מעשה מיט הכנות ואכמ"ל
איז אמת ער האט קיינמאל געגעסן ברבים נאך די סטראוק? וואס האט ער געטוהן מיט די ריזיגע חלה פון די כ"א כסלו בילדער? איז ער נישט געווען אויף א ווילטישער דעמאלטס?
און ביטע זייט יא מאריך בענין די הכנות.
זינט תשכ"ח האט דער רבי נישט געגעסן ברבים. נאר איינמאל האט ער עפעס אמאל טועם געווען ברבים.
ליטוואק פון בודאפעסטלעיקוואדאיך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט טענה'ן אז דער רבי איז געווען א פחדן. עס איז דאך ידוע ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען און געהאקט אויף די ציונים אפילו מען האט געווארפען אויף עם חצים ובליסטראות און געוואלט הרגנ'ען.
יא, אזוי? וועמענ׳ס נפש האט ער מוסר געווען? וויאזוי האבען אויסגעקוקט די בליסטראות? סתם אזוי, ווי קויפט מען בליסטראות? איך וויל אנווארפען מיין רבינ׳ס ברידער ימ׳׳ש מיט בליסטראות, וואס כפי הנראה, איז דאס ערגסטע זאך.
און ווער האט איהם געוואלט הרגנ׳ען? דער באהאלטענעם גוי אינ׳ם קלאזע׳׳ט? אדער אפשר האט מען געשיקט דער סיירת פון מיטל-מזרח פון איהם פטור צו ווערען?
גלייב מיר, ווען דער שב׳׳כ וויל איהם זען טויט, דערלעבט ער נישט די ערשטע יארען אין אמעריקא.
און לגבי דער גרויסע קעמף אויף ציונות, עי׳ חתימתי.
אוודאי איז דער רבי געווען גרייט אויף מסירות נפש. ביי א דרשה האט ער אפילו - לויט די לעגענדע - געעפנט די קנעפל און געשריגן "זיי קענען שיסן"
וכבר תמהו המפרשים למה צריך לפתיחת הכפתורים, יש מרבותנו אומרים שחשש אולי החיצים ובליסטראות לא חזקים די לקרוע את הכתונת ולכן פתח, ויש אומרים שמשום בל תשחית, כי חשש על הכתונת מפני היורשים.
וועגען דעם גיי איך א שניפס (necktie בלע׳׳ז) . ווען כ׳על עפענען דאס קנעפעל, וועל איך געשיצט ווערען פונ׳ם פארשאלטענע בליסטר.
סאטמארע תלמיד, ישכר כץ, שרייבטSo Tablet now has told us about one Rebbe who was a passive murderer (Satmar), and another who espoused heresy (Lubavitch). (All we need now is for them to find a Rebbe who was a philanderer. Then Tablet would be able to present the perfect inflammatory picture of a triumvirate of Hassidic leaders who between them transgressed the three cardinal sins.)
In a cheap race for Facebook stardom, Tablet, in the last few days, published two shocking essays. One accuses the Satmar Rebbe of being complicit in the Nazi regime's murder of Hungarian Jewry-people who were his family, friends and community. Another one makes the claim that the Lubavitcher Rebbe inspired (conned?) his followers to accept a heretical understanding of Jewish Messianism.
Both essays are populist and inflammatory. They lack nuance and a basic appreciation of historical and theological complexity.
Satmar Rebbe terribly misread the political reality of the early1940s and Lubavitcher Rebbe did believe in a mystical theology which led him to interpret certain Jewish tenets in a hyper-immanent fashion. That makes them complex and subtle, perhaps even wrong, but it certainly does not turn them into murderers and heretics.
Apparently, if populism is what the masses want, then that is what Tablet will provide. Pandering is the second oldest profession; why not engage in it, especially if it will garner you "Likes."
Deconstruction is good and important-when done responsibly and correctly. When done in THIS manner, it is damaging and destructive.
Shame on you!
יאיר יאיר, אייערע תורות אויף סאטמיר רב פאסט פאר די פשטליך זאגערס , נישט פאר אייך .
עס איז וויכטיג אפאר נקודות ארויסציברענגן סאטמיר רב האט נישט געהאלטן אז ער איז גלייך מיט יעדען ער האט קלאר געהאלטן , אז ער איז מער ו פין די אנדערע גדולים אין זיין תקופה
עכ״פ אין ציונת האט ער זעכער געהאלטן אז די גדולים באגרופין נישט די סכנה אין ער זעעט קלארער ווי זיי אין ער פארשטייט צי וועלטליכע עניים בעסער ווי זיי , ער האט געהאלטן די אנדערע גדולים זענען אדער נחמץ אדער אויפן בעסטן פאל נעבעך נישט גיקענט עומד בנסיון זיין אדער זייער תממותדיג ער האט נישט געהאלטן אז עס איז דא אפילו איין גדול וואס האט ארויס דעים ענין ווי עים , אין בכלל אין רוחניות האט ער אויך געהאלטן אז ער מיט זיין זכות אבות אין נאך סיבות אז ער איז מער , כידוע די מעשה מיטן ר מיכאל בער זצ״ל איבער די נושא פין רוח הקודש , אין ער האט אויך געהאלטן אז די גדולים גיין ציביסליך איינזעען אז ער איז גירעכט אין ווען דאס הא למעשה נישט פאסירט איז ער גיווארן זייער צובראכן אדאנק דעים . ער האט גענומען די נושא פין ציונת מיט אן עקסטרים אין איינער וואס האט געהאלטן אנדערש פין איז עס גיווארן א ״פערזענליכע מחלוקה״
אין זיינע אלע חסידים. האלטן קלאר אזוי עד היום הזה
יאיר . צי דיינע נקודת ער האט געהאלטן ניינציג פראצענט כלל ישראל פארט נישט גוט וויל ער האט אזוי גיהאלטן עס קען דאס איז אן עקסטרים שיטה , אין ער איז גיווען עקסטרעם . אדער איז ער אליין גיווען משוחד אזוי צי האלטן וויל אזוי וועט עס האבן א שטערקערע השפעה , ער האט וויטער געפירט ויש וויל ער איז למעשה נישט קיין פשוט׳ער בשר ודם ,
ער אט בכלל נישט געלאכט פין ספורי צדיקים , כידוע א מעשה פין קפיצת הדרך וואס ער האט אליין פארציילט אין גיהאלטן אז ער איז משפיע דעים ענין , ער האט מאמין מיט א תמומית אין יעדע מאמר חכ״זל אין יעדען מדרש אין ער וואלט גיהאלטן לכאורה אז איינער מאכט נישט מציצה בפה איז אויך א כופר , וויל מ׳טאר נישט זאגן אז חכ״זל האבן נישט גיקענט די מציאות ,אין ער האט זעכער נישט געהאט קיין שום נטיה צי ציניזים . אין דעיס וואס די פרעגסט האט ער דען נישט געזען אז מיטן האקן ווערט מען צי האקט, למעשה איז ער גארנישט ציהאקט גיווארן ער האט למעשה איבער געלאזט גאר גאר שטארקע השפעה אויף אלע אין די אלע זאכן וועט איר זעען ביי זיינע חסידים אין דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ביי זיי
איך בי לאו דוקא א סאטמערער חסיד, אבער איך ליין און שטוין.
רוב אדמורי'ם נאכן קריג זענען געווען מאדערן, און די רבי האט זיי צוריקגעברענגט.
עס איז א באוואוסט אז איינער פון די גרויסע רבי'ס איז געגאנגען אויפן גאס מיט א הונט, און די רבי זי'ע האט עם צוריקגעברענגט צו די דרך פון זיין טאטע.
אויך באוויסט אז דער קלאזענבורגער האט געשפילט פאר די מעטס דריי סיזענס ביז דער רבי ז''ל האט עם צוריקגעברענגט.
וועמען האט ער צוריק געברענגט, דער רבי צו דער הונט?
יא, כידוע האט דער רבי ארויסגעשלעפט רבי אהרן קאטלער פון א סטריפ קלאוב אום ליל יום כיפור תש"ט, און יעדער ווייסט איבער די אמשינאווער רבי פון בארא פארק, ער איז געווען א קאנדאקטאר פון די G טרעין, דער רבי האט אים ממש מיט געוואלד פאראידישט
הגם איך בין אויך נישט ריין, אבער אפשר דארף מען רחמנות האבען אויף
@געשוויסטער. ער איז א פרישע צוגעקומענער, און מ׳האקט אויף איהם אזוי שטארק. מ׳דארף איהם מחנך זיין צוביסלעכווייז נישט אין איין שאס.
ליטוואק האב נישט קיין רחמנות שוין אים נישט, זאג אים די אמת אז דא איז דא אחברה וואס האבען פיינט די סאטמאר רב, און פון דא און ווייטער וועט ער נישט ווערן אזוי צוקראצט, עס איז פריידיג צו זעהן ווי אזא אדם גדול האט נאך שונאים ווי א לעבעדיגע רבי וואס איז נאר וואס ארויס אין א סכסוך מיט זיינס א ברודער.
@[tag]עפל סיידער[/tag] איך ווייס שוין נשיט ווי איך שטיי. דו מאכסט א וויץ, אדער דו מיינסט טאקע אז מ'האט איהם פיינט ווי אן ארוני האט פיינט דער ראש הזאלי'ס אדער פארקערט?
אז האס מיינט נישט מסכים זיין אז ער איז דער אדם השלם, און נישט מסכים זיין אז דער דברי יואל איז עפעס בעסער ווי עס זעט אויס, און נישט מסכים זיין אז ס'איז בכוחו לחלוק על כל תלמידי חכמים שבדורו וואס האבען נאך אזוי פיל געקענט לערנען ווי איהם, און נאך אזוי פיל מוסר נפש געווען פאר'ן אייבישטער ווי איהם און האבען נאך אזוי פיל זכות אבות ווי איהם, ביסטו גערעכט אז מ'האט איהם פיינט.
מ'האט געזאגט פאר'ן קאצקער 'יעדער טרעט אויף מיר', האט ער גע'ענטפערט 'שפרייט זיך נישט אזוי פיל, 'עט מען דיר נישט באטרעטען'
בר דעתיא, כידוע האט דער רבי ארויסגעשלעפט רבי אהרן קאטלער פון א סטריפ קלאוב אום ליל יום כיפור תש"ט, און יעדער ווייסט איבער די אמשינאווער רבי פון בארא פארק, ער איז געווען א קאנדאקטאר פון די G טרעין, דער רבי האט אים ממש מיט געוואלד פאראידישט
וואס דארפסטו מער ,די בלא בלא 'היסטאריע' אפטיילונג שרייבט עמטליך אז טשעבינר רב איז געווען א מזרחיסט ביז דער רבי ז''ל האב עם אויפגעוויזן די שעדליכקייט פון די מזרחי. די סיבה פון די שנאה צום טשעבינר רב דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין.
פריער האב איך געזען א ס''ח לערנט ב''ח מיט א ב''ח, ס'איז געווען אן ערהארבענע בילד
יאיר
מיר האבן דאך שוין אן אלטע מחלוקת דערין. איך האלט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז באלאנסירט, דו האלטסט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז עקסטרעם. האבן מיר א שיינע לשיטתיה.
גערעכט, מיר האבן א שיינע לשיטתיה.
אבער, ממש א שאד, גענומען אזא שיינע מחלוקה'לע און עס געשטעלט מיט די פוס ארויף.
עס גייט פונקט פארקערט, איך האלט אז אמת קען ברענגן צו עקסטרימיזם און דו האלסט אז אמת קען נאר ברענגען באלאנס (א זאך וואס איז אוממעגליך צו פרעדיקטען, און אויב דו טוסט פאראויס באשטימען רעזולטאטן, קענסטו באין אופן עס נישט רופן אמת).
נאט אייך א פד"ף פון הוגה'ס לאנגע ארטיקל
📎 די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רב1.pdf
ממרום שלח אשיאיר
מיר האבן דאך שוין אן אלטע מחלוקת דערין. איך האלט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז באלאנסירט, דו האלטסט אז א מענטש קען נאר זיין אמת'דיג אויב ער איז עקסטרעם. האבן מיר א שיינע לשיטתיה.
גערעכט, מיר האבן א שיינע לשיטתיה.
אבער, ממש א שאד, גענומען אזא שיינע מחלוקה'לע און עס געשטעלט מיט די פוס ארויף.
עס גייט פונקט פארקערט, איך האלט אז אמת קען ברענגן צו עקסטרימיזם און דו האלסט אז אמת קען נאר ברענגען באלאנס (א זאך וואס איז אוממעגליך צו פרעדיקטען, און אויב דו טוסט פאראויס באשטימען רעזולטאטן, קענסטו באין אופן עס נישט רופן אמת).
משום איזה סיבה זעט מיר אויס אז דו האלטסט אז דער עקסטרעמיסט איז געווענליך מער נוטה צום אמת, אויב נישט אייביג. למשל, אין די מחלוקת איבער ציונות וועסטו מסתמא האלטן אז אדער איז דער סאטמאר רב גערעכט אדער איז בן גוריון גערעכט, די אגודה און מזרחי איז זיכער נישט גערעכט.
ניין, יאיר. דער סאטמאר רב איז אויך א פשרן, ווי מ'זייט אין אסאך זאכען זיינער. דאס אז ער איז געווען גרייט צו פארען קיין ארץ ישראל און זיך באנוצען מיט זייערע פאליציי (ער וואלט דען געגאנגען צו א שטאט וואס האט נישט קיין פאליציי?! פראביר דו גייען צו אפגאניסטאן) און נאך אפגענומען כבוד פון זיי מיט זייערע פערדען. דער גאנצע ענין פון די 'מידנעסטע שייכות' איז נאר אן אויסשפראך, נישט למעשה.
דער איינציגסטע וואס מ'קען זאגען אז זיין שיטה איז אויסגעהאלטען, איז איינער וואס וואוינט אין חוץ לארץ און ווען ער רעדט זאגט ער אז ער האט אזויפיל שייכות מיט'ן מדינת ישראל ווי מיט'ן רש"ף.
אנטשולדיגט אבער נאר נטורי קרתא מאכט סענ"ס.
גם אני מצטרף.
אויב האלט מען ווי די שיטה, איז עס נטורי קרתא, אלע אנדערע זענען צומישטע שיטות פיל מיט סתירות.
און ווידער אויב האלט מען פארקערט, איז עס הרג'נן אלע אראבער און אייננעמען די מקום המקדש און עס אויפבויען, אלע אנדערע וועגען אינדערמיט זענען מלא סתירות און איין גרויסע פאראדאקס.
אבער ס'איז פארהאנען אן אנדערע תירוץ. נישט שיטות און דעות און אידיאלאגיא, נאר פראקטיש. וואס קען מען טוהן מאכען אונזער לעבען בעסער און לייכטער, ותו לא מידי.
אין עברית <a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2014/08/blog-post_243.html?m=1">http://bshch.blogspot.co.il/2014/08/blo ... 3.html?m=1</a>
אפאר נקודות,
1) עס האט מיר פארציילט ר' משה כהנא-פראנקל, די זין פין ר' שמואל זנוויל כהנא פראנקל דער לעצטער ראש פין די ארטדאקסישע קאנצליי, אז בשעת די קריג איז דער סאטמערע רבי זצ"ל געווען ביי זיין טאטען אין פעסט (אפאר מאל), אין געזיצען דארט גאנצעטע טעג דורכרעדן וואס מקען טיען פאר הצלה פין די יודן אין אונגארין. (ער מיטען רבין אין זיין טאטע האבען געדאוונעט מנחה מעריב אין שטיב ווייל עס איז געווען א סכנה ארויסציגיין)
2) יא, דער רבי איז געווען קעגן פארן אויף א"י. די פאקט איז רובא דרובא וואס זענען געפארן קיין א"י זענען אפגעפארן פין וועג, אין עס איז בכלל נישט געווען מער זיכער א"י ווי אייראפע. ווי באקאנט איז דער דייטש שוין געווען ביי די גרעניץ פין א"י אין תש"א. נעמעדיג אלעס אין באטראכט אז די סכנה איז גועען איבעראל מער ווייניגער, אין א"י איז געווען אויך א סכנה ברוחניות, קען מען פארשטיין די רבינס געדאנק.
הוגה[i]פאריגע וואך איז פובליצירט געווארן א
קאנטראווערסיאלע ארטיקל וואס האט אויפגעשטורעמט די חרדי'שע וועלט, ספעציעל אינערהאלב די סאטמארער לאגער, געשריבן דורך מנחם קרן, אונטערן קעפל "דער סאטמארער רבי און די חורבן פון דעם אונגארישע אידנטום". אין דעם ארטיקל (באזירט אויף א
לענגערע באשרייבונג)
קרן צייגט אז נישט נאר האט דער רבי געטון גאר ווייניג צו העלפן זיינע מענטשן זיך ראטעווען פון די גרויסע סכנה, נאר ער האט זיי נאך אפגערעדט דערפון מיט כל מיני טצדקי, ווי לדוגמא אז מען דארף האבן אמונה און בטחון וכדומה. ביז היינט האבן מאנכע געמיינט אז די סיבה איז געווען צוליב דעם וואס דער רבי האט נישט ארויסגעהאט די ערנסטקייט פון די סיטואציע, און ער האט מעגליך טאקע געהאלטן אז די מצב איז נישט אזוי געפערליך. פארציילט אונז קרן, אז דער רבי האט געהאלטן די דאזיגע דרשות און ער האט געפירט דער הנהגה, אין די זעלבע צייט וואס ער אליינס האט שוין פארארבייט מעשים אויף זיין אייגענע רעטונג און דאס אנטרינונג פון זיינע נאנטע. דאס צייגט אונז אז דער רבי האט יא ארויסגעהאט ווי שלעכט דער מצב איז.
.
דער רבי (זייענדיג א קליגער אין אויך נישט דער גרעסטער אפטעמיסט נאר א ראעליסט) האט גאנץ גיט געוויסט וואס גייט פאר אין פולין רוסלאנד, אין ער פלעגט דאס דערמאנען ביי זיינע ימים נוראים דרשות אז אסאך יודען זענען ל"ע געהארגעט געווארען. ער האט גארנישט באהאלטען. עס איז דא די דרשות פן תש"ב, תש"ג אין תש"ד. אויך פלעגט ער נישט רעדן פין אמונה אין בטחון (ווי איינער: זאגט אז מגייט זיכער געהאלפן ווערן) אדרבה ער פלגעט אייביג זאכען אז ווער ווייסט אויב מיר גייען ניצל ווערן. ער פלעגט בעיקר רעדן אז תפלה אין תיקון המעשים קענען אינז "אפשר" העלפען.
אין בנוגע צי ער האט געטיען השתדלות קיק פריערדיגע תגובה.
אמת/Truth אין דעפיניציע איז: ווען די געזאגטע ווערטער שפיגלען אפ די ריכטיגע עקספיריענסעס פון די דרויסענדע פיזישע וועלט. אלע איבריגע געזאגעכטסער זענען מיינסטענס מיינונגען/שיטות.
דאס וואס ער שרייבט וועגן אפיקורסות וכו' איז סתם נאריש, אויב מען דארף שוין באטיטלען יענעם אלס אפיקורס מיינט אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן. אבער די פוינט אז אין יענע צייט איז ארץ ישראל בכלל נישט געווען אזוי פארזיכערט איז גאנץ א פיינער ענטפער.
אגב, פאריגע וואך האב איך געליינט אין די צייטונג אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט א איד וועלכער האט געוויילט אין קראקא ביי די מלחמה, וואו דער בעלזער און בילגורייער רב זענען געווען. ער דערציילט אז ווען א קאר איז אנגעקומען אפנעמען דעם בעלזער רב זענען אידן נאכגעלאפן דעם קאר און געשריגן, "רבי, פארלאזט אונז נישט בעת צרה!" (והרה"ק העצים עיניו בדביקות כדרכו בקודש ולא ראה ולא שמע כלום).
ארויפגעברענגט לכבוד דעם יום ההצלה.
ווער ווייסט וויפעל נאך אוצרות איך פארפאס דא. אבער די ארטיקל פון הוגה איז ריזיג. Wow קיינמאל נישט געזען.