די קאנטראווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי'ן ארום דעם האלאקאסט
169 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6831
אומוועלנדיג בארירט שעפטל א קריטיש וויכטיגע פונקט,
הלואי ווען איך האב מער צייט, ועוד חזון,
אבער ווי דער עולם זעהט איך ברענג באלענדע פאקטן עד מקום שידי מגעת,
נישט קיין ווילדע רעטאריק און דעמאגאיע,
כאף צו ממשיך זיין אפשר שפעטער ביינאכט אדער מארגן, סטעי טונד
signing off
שוין לאנג נישט דא געווען, בקוצר אמרים, עס איז מיר א חידוש אז אפילו די קלוגערע דא האבן זיך צוגעשטעלט צו די ווילדע פידינג פרענזי וואס איז לעכערליך און הויל, ממש באזיסלאז.
הוגה'ס קלאסיפיקאציע אלץ "קאנטראווערסיאל" איז איינזייטיג און פארפירעריש. איך האב געזען ביכער און מאמארים פון שואה לייקענער מיט קראנטע באווייזן און זאגאר ווידעאו און פאטאגראפן (געוויסע זאכן ברויכן טאקע א תירוץ), פיל שטערקער און קראנטער ווי קורן, אבער עס מאכט נישט די האלאקאסט קאנטראווערסיאל. הוגה האט דא קלאר גענומען א שטעלונג.
לעניננו, ווער עס האט בלויז אנגערירט די קלאמקע פון די שואה ווייסט אז דאס איז איינס פון די שטארקסטע קושיות, הלמאי די אונגארישע אידן זענען געווען אזוי אין די טונקל, און האבן זיך געלאזט ברענגן צו די שחיטה אזוי נאנט צום סוף פונעם דריטן רייך. אין א צייט וואס די בי בי סי און אפילו די ניו יארק טיימס פון די אנדערע זיייט אטלענטיק האט שוין (עטוואס) באריכטעט איבער די שחיטות. ווי אסאך אנדערע אספעקטן פון די שואה איז עס נישט צופרידנשטעלנד פארענפערט, אבער די פאקט איז קלאר אונגארישע אידן האבן "נישט" באגריפן די ערענסקייט פונעם געפאר. עס איז נישטא קיין באווייזן אז אין סאטמאר האבן די אידן ווייניגער געוויסט ווי ערגעץ אנדערש.
איין זאך וואס סאטמאר רב האט געטון אנדערש, איז זיין אקעגן שטעלן זיך אין "פריערדיגע צייטן" (בעפאר אפריל 44) צו די עליה, אבער עס איז נישט מעלה ומוריד כמעט. לכל היותר וואלטן עטליכע צענדליגע געזונטע אינגען און מוידן פון סאטמאר עמיגרירט, א דעמאגאראפיע וואס האט סייוי אין מערסטנטייל איבערגעלעבט די שואה. די עליה האט קיינמאל נישט געהאט די פאטענציאל פון ראטעווען גרעסערע קוואנטומען מענטשן, און נאר אינגע שטארקע מענטשן זענען זייער סעלעקטיוו אנגענומען געווארן. עס איז נישט שייך צו קלאפן אשמנו פארן ראטן איינעם אנצונעמען א זשאב אין WTC אפילו יענער איז דערנאך געהרגט געווארן 9.11 , עס איז א אינסאלט צו אונזער אינטעליגענץ צו טענהן אנדערש. כש"כ ווען זיין מיינונג איז געווען באזירט לשיטתו על פי תורה.
חוץ מזה האט ער גארנישט געטון אנדערש פון אנדערע רבנים און פאלקס פירער.
און פאר קינוח סעודה:
איר קענט אפשר די לעפקעוויצן און יאקאבאוויצן? ווען זיי וואלטן געהאט די מינדעסטע חשד אז ער האט א יד און די אומקום פון זייערע עלטערן וואלטן זיי אים געמאכט דעם טויט.
ובזה יובן מאמר החז"ל השבח של רועי ישראל שאמרו עוד מעט וסקלוני, והדבר צ"ב.
ועל פי דברנו מובן הכל כמין חומר, משה רבנו האט געזאגט, איך האב נישט דא קיין שעפעלעך, איך האב צו טון דא מיט אן עם קשה עורף, זיי שטייען גרייט מיט שטיינער אין די הענט, איין קרומע שריט או די חברה שיקן מיר אפ אויף יענע וועלט, אויב האט ער לסוף אויסגעהויכט די נשמה אין א בעט איז א סימן אז לא מצאו עול בו, ודו"ק.
און ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מ'רעדט צו דער זאך לאנדעט עס א לייק אין פנים.
מיך וואונדערט אז די אלע מענטשן וואס וואלטן געדארפט זיין זיינע בלוט שונאים זענען גאר געווען די הייסטע חסידים, ווי ממרום האט ערווענט, והמקרא אומר דרשוני.
ביי מיר איז די גאנצע שמועס ווי בלעימען זשוליאני פארן אנטלויפן פון די 9/11 דעבריס.
סארי הוגה, א קאנספיראטארישע אקיוזשעישאן.
כפארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, הוגה ברענגט ראיות ומקורות צו יעדע הנחה אדער שפעקולאציע וואס ער ברענגט און ביז דערווייל האב איך נישט געזעהן איינער זאל געהעריג רעפרעזענטירן די צד השני של המטבע. ממרום שלח אש פייערט אז עס איז הויל לעכערליך און באזיסלאז, כוכב בליצעלט מיט הויכע ענגלישע ווערטער אז עס איז קאנספיראטארישע אקיוזשעישאן און גאלד לייגט צו יעדע פאר מינוט נאך א בינטעל פרטים (נאר ווען ער האט צייט, שטייצעך..).
זאל איינער פון אייך אלע אזוי גוט זיין און שרייבן א געהעריגע ענטפער שורה ביי שורה אזוי ווי ווי מען טוט ביי א נארמאלע דיבעט ואח"כ ירא הקהל וישפוט.
יתרו דו ביזט מוראדיג, דווקא הוגה'ן האסטו געטראפן איבערצייגנד ווען ער אליין איז מודה אז די טעאריע איז לעכעריג, ווידעראום אלע אנדערע חולקים.
עניוועיס, פון דיינע אנדערע תגובות שיינט אז די מיינונג דיפרענצן הויבט זיך אן אינגאנצן ערגעץ אנדערש, דעריבער, זייטשע מיר געזונט.
You ask why his people continued with him. Well, for them life has no value if they cannot besmirch others
איך פארשטיי נישט די גאנצע טענה'ריי. אויפ'ן ערגסטן פאל האט דער סאטמארער רבי געלאזט אידן גיין אין די גאז קאמערן כדי צו זיכער מאכן אז זיי גייען נישט קיין ארץ ישראל אויפבויען דאס לאנד. נו, דער רבי איז דאך מברר אין ויואל משה מיט לומד'ישע ראיות אז שלא יעלו בחומה איז ביהרג ואל יעבור, האט ער דאך געפאלגט זיין אייגענעם פסק על פי תורה, וואס האט מען טענות.
ווייטער ער אליין האט זיך געמעגט ראטעווען, ווייל ער האט געוואוסט קלאר אז ער וועט נישט צוהעלפן צו די אויפבוי פון א אידישע מדינה רח"ל, נאר ער וועט פארבלייבן אונטער דעם עול הגלות פון די נאציס און זשאנדארן, העכסטנס וועט ער אריבערגיין ליידן גלות אין זיין אייגענע שטעטל אין אמעריקע. אדרבה, ער האט געמוזט בלייבן לעבן צו ראטעווען גאנץ כלל ישראל פון נכשל ווערן אין איינע פון די שלש חמורות ביהרג ואל יעבור, שלא יעלו בחומה.
@יאיר, זאגסט דאך אקוראט וואס די שרייבער פונעם ארטיקל זאגט, אז די רבי האט אנגענומען עקסטרעמע אנטי ציונית שיטות נאכן קריג (כגון ספר ויואל משה) כדי צו דזשאסטיפייען זיין הנהגה ביים קריג. ברוך שכוונת.
אגב, כ'האב נישט צוריקגעצויגן פון גארנישט דערווייל, איך דארף נאר טרעפן צייט צו שרייבן א לענגערע תגובה. איך וויל באדאנקן פאר אלע וואס האבן מגיב געווען לשני הצדדים מיט אן אנגעהאלטנקייט און נישט געלאזט אז די שמועס זאל פארפארן צו א קינדערישע געפעכט. ייש"כ
@גאלד פאר דיינע באלערענדע תגובות.
.
איך האב עס נישט באמערקט אין דעם ארטיקל, אבער מיין שאלה איז אויף די וואס זוכן אים צו פארענטפערט אז די טענות זענען נישט אמת. וואס א חילוק וואס ער האט פאקטיש געטון אין די האלאקאוסט, למעשה איז דא פון אים געשריבן א פסק אז דאס איז די ריכטיגע וועג לכתחילה.
[ציטאט אראפגענומען]
איך זעה נישט דארט דער איד, דאס איז אויף א צווייטער סייט?
איז וואס איז דער סוד? מען זוכט דאס אין א לייברערי?
יאיראיך האב עס נישט באמערקט אין דעם ארטיקל, אבער מיין שאלה איז אויף די וואס זוכן אים צו פארענטפערט אז די טענות זענען נישט אמת. וואס א חילוק וואס ער האט פאקטיש געטון אין די האלאקאוסט, למעשה איז דא פון אים געשריבן א פסק אז דאס איז די ריכטיגע וועג לכתחילה.
נישט ממש, יהרג ועל יעבור איז אויפן פארווירקליכן דעם רעיון הציוני, זיך מיטכאפן מיט די עליה, און אפילו וואוינען אין א קיבוץ און בארבעטן די ערד אדער אנדערע נספחים צו ציונות זענען נאך נישט קיין יהרג ועל יעבור, והדבר פשוט.
והדבר פשוט ג"כ, כביעתא בכותחא (באזירט אויף זיינע הוראות און התנהגות אלע יארן), אז אין די ברענעדיגע טעג, ווען מען האט שוין גערילייזט פונקטליך וואס די דייטשע דעפארטאציעס באדייטן וואלט ער קיינעם נישט אפגעהאלטן פון פארלאזן די בלוטיגע ערד אויף סיי וואספארא אופן.
ע"כ יאיר טייערער, זיי נישט אזוי ציניש, וויש אפ דיין סארקאסטישע שמייכעל, און פארענטפער נישט ווען עס איז נישטא וואס צו פארענטפערן.
ממרום שלח אשיאיראיך האב עס נישט באמערקט אין דעם ארטיקל, אבער מיין שאלה איז אויף די וואס זוכן אים צו פארענטפערט אז די טענות זענען נישט אמת. וואס א חילוק וואס ער האט פאקטיש געטון אין די האלאקאוסט, למעשה איז דא פון אים געשריבן א פסק אז דאס איז די ריכטיגע וועג לכתחילה.
נישט ממש, יהרג ועל יעבור איז אויפן פארווירקליכן דעם רעיון הציוני, זיך מיטכאפן מיט די עליה, און אפילו וואוינען אין א קיבוץ און בארבעטן די ערד אדער אנדערע נספחים צו ציונות זענען נאך נישט קיין יהרג ועל יעבור, והדבר פשוט.
מה שאין כן גיין צו די בחירות ווען די מדינה עקזיסטירט עניוועי, כדי ארויסצושלעפן געלט פון זיי פאר די ישיבות, איז יא יהרג ואל יעבור.
ממרום שלח אש
והדבר פשוט ג"כ, כביעתא בכותחא (באזירט אויף זיינע הוראות און התנהגות אלע יארן), אז אין די ברענעדיגע טעג, ווען מען האט שוין גערילייזט פונקטליך וואס די דייטשע דעפארטאציעס באדייטן וואלט ער קיינעם נישט אפגעהאלטן פון פארלאזן די בלוטיגע ערד אויף סיי וואספארא אופן.
ע"כ יאיר טייערער, זיי נישט אזוי ציניש, וויש אפ דיין סארקאסטישע שמייכעל, און פארענטפער נישט ווען עס איז נישטא וואס צו פארענטפערן.
דו מיינסט צו זאגן אז דער רבי איז געווען א היפאקריט וועלכער האט געשריבן גאנצע חיבורים און למעשה געטון פונקט פארקערט. איז נישט דאס אקוראט וואס דער ארטיקל באשולדיגט אים?
איך וויל קודם מאכן אן אינטערעסאנטע באמערקונג. כמעט א יעדעס מאל וואס עס איז דא א היציגע דעבאטע, מאכט לכה"פ איין חכם זיכער צו קאמענטירן אז עס איז אלעמאל די זעלבע לינקע מיט זייערע עקסטרעם ליבעראלע שיטות בלא בלא בלא. עס איז אמת! אבער פארגעסט נישט אויך אז עס איז אלעמאל די זעלבע רעכטע מיט זייער עקסטרעם רעכטע שיטות, די זעלבע צענטרישע מיט זייערע צענטרישע שיטות און עס איז אלעמאל די זעלבע סאטמארער מיט זייערע דיפענדן זייערע רבי. איר מיינט אוודאי אז ווען איר קומט מיט אזעלכע סטעיטמענטס "אז די גאנצע שמועסט איז בטל ומבוטל ווייל מען רעדט דאך פון א איש קדוש קודש הקדשים וואס האט אין זיין לעבן נישט געמאכט קיין טעות, וממילא וואס האט יענער פארגרעבטער מאנ'ס באשרייבונג אקעגן אונזער אמונה אין די הייליגע רבי", איר מיינט אז מיט דעם האט איר אפגעשלאסן די גאנצע דעבאטע. איר דארפט געדענקן אז סאטמאר זענען סך הכל אפשר הונדערט אדער צוויי הונדערט טויזנט אידן, נישט מער. און פון זיי זענען א גרויסע טייל נישט געשוואוירענע חסידים צו די רבי זכותו יגן עלינו אידעאלאגיע. ביי רוב המון עם וועט דאס נישט אנגענומען ווערן אלץ א לעהזונג צו די טענות. איז לאמיר אביסל קלאר מאכן וואו מען שטייט דא?
מנחם קרן שרייבט אן ארטיקל וואו ער טענה'ט אז די רבי האט פארפירט אידן אז זיי זאלן זיך נישט ראטעווען פון זיכערע טויט און אין די זעלבע צייט האט ער פארזיכערט אז ער מיט זיינע נאנטע ווערן יא געראטעוועט. נאכן קריג איז נתברר ווי שלעכט דאס זעהט אויס, האט די רבי פארמירט זיין גאנצע התנהגות כלפי די ציונים כדי צו פארוואסערן די פרשה אז עס זאל אויסזעהן כאילו ער האט געטון ריכטיג. ער באזירט זיין טעאריע און אנאליז אויף קראנטע מעשיות און פאקטן.
צו מקבל זיין אזא אנאליז איז צו שווער פאר מיר. איך וואלט געמוזט הערן אלע מעשיות פון מקור ראשון עס צו קענען גענצליך מקבל זיין. למעשה האט דאך די סאטמארער רב געהאט אזוי פיל נאכפאלגער, און ער האט אזויפיל געטון פאר אידישקייט, ווי אויך איז ער געווען אן אויסגעארבייטער איד. אבער איך בין אויך נישט קיין נער צו זאגן אז עס איז 'זיכער' נישט אמת. עס קען זיין אז עס איז אמת, און דאס נעמט נישט אוועק אנדערע מעלות פון די סאטמארער רבי. אבער איך בין נישט גרייט מקבל צו זיין מנחם קרן'ס אנאליז אלץ תורת משה.
וואס יא? די פאקט איז אז ער האט געהייסן נישט אנטלויפן. ער האט געהייסן נישט אנטלויפן בכלל און ער האט זיכער נישט געלאזט ארויפגיין קיין פאלעסטינע. און דורך דעם איז אויסגעקומען אז אסאך אידן זענען אומגעקומען. איך זאג נישט אז ער איז שולדיג אויף די חורבן אונגארין. איך זאג נאר אז SOMEHOW איז ער ארויס לעבעדיג בשעת אנדערע משפחות וואס האבן אים געפאלגט זענען אומגעברענגט געעווארן.
איז נישט מער ווי מן הנימוס אז ער זאל זאגן, רבותי טעיתי! אנטשולדיגט! טאנץ נישט חסדי השם אין די ארמארי, נאר אנשטאט דעם שטעל דיך אויף און זאג אז ווען איך ווען דעמאלטס וואס איך ווייס היינט וואלט איך אייך געהייסן אנטלויפן. אויב ער האט דאס נישט געטון, קענען מיר טראכטן איינס פון די צוויי. אדער איז ער געווען אן עגאואיסט און עס איז אים ניטאמאל איינגעפאלן אז ער דארף זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וואס זענען אומגעקומען נאכן אים פאלגן און נישט אנטלויפן. אדער האט ער ווייטער געהאלטן אז עס איז ענדערש אומגעברענגט ווערן דורך די נאציס און נישט אנטלויפן מיט די ציונים, אויסער אים פארשטייט זיך, מטעם הכמוס.
קומען די סאטמארער חסידים און נעמען זיך שרייען. וואס הייסט? די רבי איז דאך געווען ביי איין אסיפה! די רבי האט געשאפן געלט. קאסטנער איז געווען א שגץ! זייער פיין, אבער וואס האט דאס מיט וואס אונז טענה'ן דא? ביזטו מודה אז די רבי האט געהייסן נישט אנטלויפן קיין פאלעסטינע (לכה"פ אין די פריערדיגע יארן)? אויב יא זענען מיר אין אגרימענט, און דאס איבעריגע פעלט שוין נישט אויס.
אגב, די פאקט אז די רבי האט אין 1944 נישט געלאזט די פליטי פוילן וגאליציע מעורר זיין דעם עולם זיך צו באהאלטן איז נישט מנחם קרנ'ס אויסטרעף. דאס איז א זאך וואס א יעדער האט געוואוסט שוין פאר לאנגע יארן. יא, אויך די מאדערנע פירער האבן נישט געלאזט און אויך די בעלזער רב האט נישט געלאזט. איך קען א משפחה פון הייסע בעלזער חסידים פון דער היים, די בעלזער רב פלעגט איינשטיין ביי זיי א יעדעס יאר, אבער נאכן קריג האבן זיי אפגעהאקט מיט בעלזא. פארוואס? ווייל די בעלזא רב האט זיי געהייסן נישט אנטלויפן חלילה קיין פאלעסטינא מיט די ציונים, ער האט געזאגט אז ענדערש צו שטארבן ווי גיין אהין. אבער ער אליין איז דערנאך אהין אנטלאפן.
.
הוגה. די האסט גארנישט מחדש געווען מיט דיינע דיברות שניות חוץ אביסל דעמאגאגיע קעגן די סאטמערע. בסך הכל חזרסטו איבער נאכאמאל קורנ'ס שטותים וואס איז נאכאמאל אויסדריקלעך נישט געבויעט אויף קיין שום קראנטע פאקטן, נאר בסך הכל איינזייטיגע האס קעגן סאטמאר. און ניין די איינע פאקט אז סאטמערע רב האט נישט געלאזט מאכן אן עליה פאר די צרות איז בכלל נישט גענוג אונז צו שטעלן אין אגרימענט, אפשר איז דאס א יסודות'דיגע ראיה אז זיין שיטה איז נישט געווען גערעכט, אבער וויבאלד ער האט נישט אזוי איינגעזען קען עס נישט גענוצט ווערן פאר א טענה פאר זיין התנהגות בשעת'ן קריג, וואס דעמאלטס האט ער שוין אויסדריקלעך יא געלאזט זיך צו ראטעווען דורך יעדע מיטל מעגליך, און יא א טייל פון זיינע נאנטע חסידים האבן זיך געראטעוועט מיט סערטיפיקאטן, און א טייל האבן זיך באהאלטן אין בונקערס, אדער זיך פארשטעלט פאר גויים, און עס איז נישטא גארנישט וואס ער האט אליין געטוען וואס ער האט נישט געלאזט זיינע חסידים טוהן.
און אגב די מעשה אז א משפחה האט איבער געלאזט דעם בעלזער קויף איך נאכנישט, קיין שום חסיד האט נאכנישט איבערגעלאזט א רבי'ן פאר א אומגעלונגענע מופת, ועוד אויב זענען זיי יא געווען ברוגז, וואלט די משפחה געדארפט זיין מער ברוגז אויפן באשעפער ווי אויפן בעלזער און גענצליך איבערלאזן אידישקייט.
אויב די סאטמארער רב האט צוריק געצויגן פון זיין שיטה און האט למעשה יא געלאזט אנטלויפן (אויב), דאן פארוואס אנטשולדיגט ער זיך נישט אויף זיין פריערדיגע טעות ווען ער האט געהייסן נישט ארויף גיין?
בנוגע די בעלזער משפחה, זיי זענען נישט ברוגז אויפן אייבישטער, סיי ווייל די אייבישטער האט זיי צוגעשטעלט א דרך הצלה וואס זיי האבן פשוט נישט גענומען, ע"פ עצת די בעלזא רב ז"ל. און סיי ווייל אויפן אייבישטער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות, משא"כ אויף א רבי - א בשר ודם קען מען יא.
.
א בעלזער חסיד פרעגט נישט קיין שאלות אויף א רבי, אויב יא איז ער נישט קיין בעלזער.
דער סאטמארער רבי האט אין פרידענסצייט נישט געלאזט מאכן קיין פרייוויליגע עליות דורך די אינגע ציונים וואס זענען על פי רוב גענצליך פריי געווארן דארט אין ארץ ישראל, משא"כ בשעת מלחמה וואס ער האט קלאר יא געשיקט אהין זיינע נאנטע.
עס קומט נישט אין באטראכט פאר אזא מענטש זיך צו אנטשולדיגען פארן נישט צולאזען עפעס וואס איז זיינע אויגן געווען שמד.
למעשה אנשטאט זיך צו טענה'ן אויף אומבאזירטע פאקטן, וואס האבן פאסירט זייער לאנג צוריק, און עס איז זייער שווער צו ברענגען קאנקרעטע ראיות לכאן או לכאן, איז מיר בייגעפאלן אז די צוויי עיקר יסודות וואס קורן באשולדיגט דעם רבי'ן, זיין פחד פון אנטלויפן יעדעס מאל וואס עס האט זיך געמאכט צרות, און זיין אומזיכערקייט פון זאגן פאר אנדערע וואס צוטוען בעת צרה, ביידע זאכן קען מען זען האט זיך נאכאמאל איבערגעשפילט סוף ימיו, און ער האט נאכאמאל געהאנדלט ממש די זעלבע וועג ווי ביים קריג, אזאך וואס מאכט פיל גרינגער אים צו אנאליזירן פון דער נאנט, ווייל דאס וואס איך וועל ברענגען זענען דברים ידועים לכל.
1. די קאנטרווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי ארום זיין ירושה.
דער סאטמארער רבי איז נישט פלוצלינג געשטארבן. ער האט זיך לאנגע יארן זיך געמוטשעט מיט א סטראוק, און הגם די סאטמערע חסידים האבן נישט געגלייבט אז ער וועט אמאל נפטר ווערן, איז שווער צו אננעמען אז דער רבי אליין האט אויך נישט געטראכט ווער עס וועט אים ירש'ענען.
עם כל זה האט ער נישט איבערגעלאזט קיין שום צוואה ווער עס זאל אים איבערנעמען, אזאך וואס איז באמת א מורא'דיגע אומאחריות, ווען מען נעמט אין באטראכט פון וואספארע מעכטיגע חסידות מיט מיליאנען דאלארען ווערד פון בנינים ער האט איבערגעלאזט, שוין אפגערעדט פון שרייבן אביסל דברי חיזוק והדרכה פאר זיינע טויזענטער חסידים וואס קאכן זיך נאך אין זיינע ספרים עד היום, דאס הייסט ער האט געהעריג איבערגעלאזט זיינע חסידים אויפן וואסער.
יעצט הגם איך פערזענליך האלט, אזויווי רוב חסידי סאטמאר אז די בעסטע אפציע איז געווען אויפצונעמען זיין נעפיו ממלא מקומו הברך משה. אזוי ווי מען האט טאקע געטוען, הגם דער ברך משה איז געווען זייער א שווערער מענטש און א שוואכער פאליטישן, וואס דעס האט אים שפעטער אריין געפירט צו גרויסע בזיונותדיגע מחלוקת'ן, עם כל זה קען מען היינט זאגן נאכדערצו נאכן טיילונג פון זיינע קינדער, אז סאטמאר וואלט בלי שום ספק נישט שענער אויסגעקוקט אויב מען וואלט אים נישט אויפגענומען א רבי'ן.
אבער מען דארף וויסן אז נאך זיין פטירה איז עס בכלל נישט געווען א מוחלט'דיגע זאך, איינער פון די שטוב מענטשן איז אפירגעקומען מיט א פאלשע צוואה אז ער דארף גאר זיין ממלא מקום, אנדערע האבן געהאלטן אז מען זאל אויפנעמען א בית דין פון דיינים, וכדומה, הסך הכל איז אז דער וועג וואס האט זיך אויסגעשטעלט איז בכלל נישט געווען עפעס וואס מען האט געקענט פאראויסזאגן מיט א זיכערקייט, אז מען זאל קענען פארענטפערן אז עס האט זיך נישט אויסגעפעלט קיין צוואה, ווייל עס איז געווען א דבר פשוט אז אזוי דארף זיין, ווייל עס וואלט פונקט אזוי געקענט געשען אז סאטמאר זאל אריין גיין אין א כאאס און עס זאל נישט קיינער איבערנעמען די לייצעס.
נאכמער די פאקט אז עס האט געפעלט א צוואה האט גורם געווען אז א שיינע חלק פון זיינע גאר נאנטע חסידים און שטוב מענטשן, האבן זיך קיינמאל נישט געהעריג צוגעשטעלט צום ממלא מקום, און דאס עווענטועל געפירט צום אויפשטעל פון קהילת בני יואל, א שמוציגע תקופה פון תולדות סאטמאר, עס איז קלאר אז אויב וואלט ווען געווען א צוואה וואלט די גאנצע מחלוקת פארמיטן געווארן.
נאך א נקודה. ר' בערל פריעדמאן ע"ה פלעגט פארציילן אז ער האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן וואס וועט זיין לאחר מוע"ש, האט אים דער רבי געענטפערט אז ער האט איבער געלאזט א ויואל משה וואס אין דעם שטייט וויאזוי זיך צו פירן, יעצט ר' בערל האט אויסגעפירט זאל מיר איינער זאגן וואס דער רבי דער ברך משה האט משנה געווען פונעם ויואל משה. אבער אז למעשה אז דער רבי האט נישט אליין געענטפערט אז זיין נעפיו דער ברך משה וועט איבערנעמען, איז פונקט גענוג געווען פאר די בני יואל צו טענה'ן אז דער רבי האט אים נישט געוואלט.
דאס לאזט אונז איבער מיט די הימל שרייענדע פראגע, פארוואס האט דער רבי נישט איבערגעלאזט א קלארע צוואה וועם ער וויל זאל יא אדער נישט ירש'ענען זיינע מוסדות.
און מיין מסקנא איז אז דער סאטמארער רבי האט נישט געקענט פאסן שווערע באשלוסן, ווי מען האט שוין דא כמה פעמים אויפגעברענגט האט ער זיכער געהאט סימפטאמען פון או. סי. די., מחמיר זיין אויף איעדע חומרא און זיכער מאכן אז מען איז נישט משנה קיין סוס כל שהו, און בעיקר זיך בייזערן בעידן ריתחא, האט ער זייער גוט געקענט, אבער ווען עס איז געקומען צו ערענסטע פראגעס, סיי ביי זיין פערזענליכע נאכפאלגערשאפט און סיי ביי די מלחמה ביי פראגעס פון לעבן און טויט, איז ער געווען פארלוירן און נישט געקענט שאפן קיין באשלוסן, נאר געבליבן מיט א שב ועל תעשה עדיף, און דער אייבערשטער וועט העלפן.
2. די קאנטרווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי נאך זיין סטראוק.
דאס איז אפשר ווייניגער באוואוסט, אבער דער פאקט איז אז נאכדעם וואס דער רבי האט באקומען דעם סטראוק, האט ער כמעט גענצליך רעזיגנירט פון זיין רעבעשאפט, פאר די ערשטע צוויי יאר נאכן סטראוק איז ער ממש נישט ערשינען אין פאבליק, ער האט זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג צו א גאר מאדערנע געגנט בעל הארבער, ווי ער האט פארוויילט מיט נאר א געקליבענע צאל שטוב מענטשן, חסידים האבן נישט געקענט אריין גיין נאר מיט גאר גרויס פראטעקציע און מיט לאנגע אפוינטמענטס, הגם מען קען טענה'ן אז ער האט מער נישט געהאט קיין כח צו געזעגענען מענטשן, פארענטפערט עס נישט זיין זיך גענצליך אוועקצוען פון וויליאמסבורג, ער האט ווען נאכאלטס געקענט פירן טיש ברבים און טיילן שריים, אזאך וואס ער האט גענצליך אויפגעהערט נאכן סטראוק.
נאכמער, נאך אפאר יאר נאכן סטראוק האט ער צוביסלעך צוריק אנגעהויבן צו ערשיינען ברבים ווי דאווענען פארן עמוד יום טוב, און פארשטייט זיך די ריזיגע כא כסליו סעודות, ווי ער פלעגט אפילו רעדן דברי תורה. דער גרעסטער צוזאמקום ביי חסידי סאטמאר איז געווען ביים מעמד קרן הצלה תשלח שוין איין יאר פאר זיין הסתלקות.
עס איז אינטרעסאנט אז ווי עלטער און שוואכער ער איז געווארן איז ער צוביסלעך מער און מער ערשינען ברבים.
אבער אפילו שוין אין קרית יואל ווי עס האט זיך שוין געטוען א פארקער, און מענטשן זענען כסדר געקומען זיך געזעגענען, מאכן ברית'ן, וכדומה, פלעגט זיך כסדר מאכן אזעלכע מאד סווינגס ווי ער פלעגט זיך אויפרעגן פארוואס מ'קומט אזויפיל, און עס פלעגן זיין צייטן וואס ער האט נישט געוואלט בכלל אויפנעמען קיין מענטשן.
זיין מאדנער התנהגות פון זיך גענצליך אפזאגן פון זיינע פליכטן נאכן סטראוק דערמאנט מיר אביסל פון א קינד וואס ווען זיינע לעגאו בנין צופאטשקעט זיך אביסל, נעמט ער זיך קאפענען און צושטויסן דעם גאנצן בנין. עס קומט מיר פאר אז דער רבי, וואס דער סטראוק האט אים פיזיש באגרעניצט פון גרינג ארומגיין און בעיקר זיין רעדן, האט אנשטאט זיך אנשטרענגען און פראבירן צו ווייטער פירן קהלה ווי ווייט מעגליך האט אנשטאט זיך באליידיגט און זיך גענצליך צוריקגעצויגן פון זיין א מנהיג ישראל ווען עס קומט אן שווער.
נאר שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן, און זיין עקשנות און כח המעצר איז שוואכער געווארן, האבן זיינע שטוב מענטשן געקענט אביסל פועל'ן אז ער זאל מער ארויסקומען ברבים, און בעיקר ביי די ריזיגע צוזאמקומען ווי עס זענען געווען טויזענטער מענטשן האט ער געקענט באשטיין צו קומען א בחינה פון אנקומען צו שלחן עורך, און שעפן נחת פון זיינע חסידים.
דער זעלבער התנהגות פון אויפגעבן ווען עס גייט אביסל שווער קען צוגעשטעלט ווערן אויך פאר די מלחמה, ווען יעדעס מאל וואס עס איז געווארן צרות, האט ער זיך אפגעטראגן פון סאטמאר, און אנשטאט זיך מיטשענען צוזאמען מיט זיין קהילה, איז עם ענדערש געווען אונגאנצן אויפצוגעבן און אוועקפארן אינדערפרעמד.
הכלל, קענסט מיך שוין נישט באשולדיגן אין סאטמערע איינזייטיגקייט, אבער אויב שוין יא קריטיקירן, פארוואס זיך באציען צו אזעלכע פארנעפלטע פאקטן, וואס זענען בלויז א הי סעד שי סעד, בעת וואס די זאכן וואס איך לייג פאר, זענען אפענע דברים ידועים לכל.
הגם די זאגסט דברים של טעם, פעלט נישט אויס אים צומאכען פאר א שוואכער בלעטעלע כדי אים צו פארשטיין.
די איינציגסטע שאלה אויף זיין התנהגות איז, פארוואס האט ער נישט אליין געווארענט וועמען ער האט געקענט, ולא עוד, נאר נישט געלאזט אנדערע ווארענען.
אין הכי נמי, אנדערע האבען אויך נישט געווארענט. פארוואס?
מען קען זאגען תירוצים של הבל. דער מציאות איז ער האט נישט ווייל "ציונים".
טוט עס אים פארמיאוסען אין די אויגען?
איך האלט אז מען שרייבט דא אסאך נארישקייטן, כ'העל מקיים זיין דעם אל תען ווייל כ'האב נישט קיין ציייט און כ'וועל ממילא גארנישט איבערדרייען, קיינער וועט נישט טוישן מיינונג (וועלכע איז ממילא באזירט אויף "פאקטן"...). אבער איין קליינע נקודה וואלט איך געוואלט ארויסברענגען.
איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן טעראפיסט, וואס באהאנדלט אסאך שווערע קעיסעס פון שלום בית און חינוך (מיט הצלחה ב"ה), אז אייגענטליך האט ער (און יעדער אין דעם פאזיציע) א געוואלדיגע אחריות, ער איז מייעץ מענטשן וואס צו טון, אויף זיין ווארט וועט מען זיך יא אדער נישט גט'ן, ארויסווארפן אדער האלטן א שווער בחור אין א ישיבה, און אלע קאנסעקווענצן וואס קומען ארויס פון דער החלטה קען מען דערנאך צייגן פינגערס אויף אים, וואס קען צומאל זיין זייער אומאנגענעם, מילד גערעדט. פון וואו טאקע נעמט מען די שטארקקייט צו זאגן דעם פסק, עצה, ווי אזוי מען זאל זיך פירן?
האט ער מסביר געווען, ווען ער מאכט א באשלוס - בפרט א גורל'דיגע באשלוס - מוז ער אינאכט נעמען אלע צדדים, שוקל זיין יעדע צד מיט ישוב הדעת, אויסהערן יעדנ'ס מיינונג פארוואס יא אדער פארוואס נישט, און נאכן אדורכטון דעם ענין על בורי' מכל הצדדים, זאגט ער זיין פסק לויט וואס עס קוקט אויס פונעם סך הכל בילד, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות, און מען איז ביי זיך 100% קלאר אז לויט די אומשטענדן און אינפארמאציע וואס מען האט האט מען געגעבן די ריכטיגע עצה. והיה למחרתו, אויב וועט מארגן אריינקומען א פרישע שטיקל אינפארמאציע וואס טוישט דעם בילד? דאן איז TOO BAD, א מענטש האט נישט קיין רוח הקודש און מוז נישט פסק'ענען נעכטן לויט וואס ער גייט געוואר ווערן מארגן. ניטעמאל דארף מען זיך אנטשולדיגן און פילן גילטי דערוועגן. ווייל אם כן אין לדבר סוף.
דאס איז אויך שייך ביי סיי וועלכע באשלוס א מענטש דארף מאכן, צב"ש א שידוך, א דזשאב, וכדומה, דארף ער וויסן אז עס איז אלץ מעגליך אז ער וועט שפעטער חרטה האבן אויף זיין באשלוס און זיך באשולדיגן הלמאי ער האט נישט גענומען דעם אנדערן מיט יענעמ'ס מעלות, א שאד ער האט נישט דעמאלס געהאט דעם היינטיגן שכל און געוואוסט וואס ער ווייסט היינט וכו', און א גאנץ לעבן זיך ארומדרייען מיט די גילטי פילינגס... חס ושלום, א מענטש טאר זיך נישט אזוי נוהג זיין, דא דארף מען גלייבן אז מען האט אים מן השמים מעלים עין געווען, און ער האט געמאכט דאס בעסטע באשלוס לויט זיין אינפארמאציע באותה שעה.
לענינינו, נניח אז דער סאטמאר רב האט טאקע נישט ריכטיג גע'פסק'ענט און לויט זיין אינפארמאציע און דעת תורה האט ער נישט געלאזט אנטלויפן, איז נאריש צו פארלאנגען אז ער מוז זיך קומען אנטשולדיגן בשעת ער האט געטון וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג, איי נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש? דארף ער גלייבן אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט. א מענטש איז א מענטש. די חסידים וואלטן געקענט אנטלויפן על דעת עצמם לויט ווי זיי אליין זעהען פאר ריכטיג, אלא מאי זיי האבן דייקא געוואלט פרעגן זייער רבי'ן זיין חוות דעת, וואס איז ער שולדיג? ער קען נאר ענטפערן לויט ווי אזוי זיינע אויגן זעהען פאר ריכטיג.
און אלס א זייטיגע הערה, מעגליך אז אויב האט ער טאקע געפילט שולדיג האט ער אנשטאט "זאגן סארי" ליבערשט געטון א ריכטיגע תשובת המשקל, און מקריב געווען זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן כל ימי חייו ברוחניות ובגשמיות, כידוע. און אויב פאר א טייל חברה באדערט פשוט דער "טאנצן חסדי השם", קען איך נישט העלפן, איר וועט מוזן אליינס ארבעטן אויף אייערע מדות....
Same goes to Rav kook and the misnachlim. To tell them to say oshamnu is wrong, at least leshitas satmar.
And remember, you will one day pay the price for your false kanues
(not personal)
שמערל,
נישט איבערלאזן א צוואה קען איך פארשטיין די תמיהה, וכבר דשו בה רבים. הגם פאסן א באשלוס בלויז אויף דעם איז לעכערליך. ווייל עס פארנעמט נאך צענדליגע טעאריעס און עקספלעינעשאנס. אבער עס איז זיכער ווערד אן אפהאנדלונג.
דיין תמיהה פון נאך די סטראוק איז אבער ממש חסר טעם אינגאנצן, דו ווייסט דען וויאזוי א מענטש פילט נאך א סטראוק? כמיין, דו ביזט שוין בכלל אמאל ערענסט קראנק געווען? אדער געווען אכציג יאר? ממש פיטפוטי דברים בעלמא! כ'רעד נישט דערפון וואס דיין מסקנא איז הבל הבלים, אבער דיין תמיהה הייבט זיך בכלל נישט אן, חוץ אז דו ברענגסט עפעס מעצידינישע רעקארדס וואס ווייזן אז בעצם איז ער געווען קעיפעבל וכו. אבער קומען פערציג יאר שפעטער און בויען פאקטן אויף טריוויאלע אנקעדאטן, ווי צ.ב.ש אז בעלל הארבער איז א מאדערנע געגענט, אדער אז ער ברויך ווען פירן טיש אפילו ער איז טויט קראנק ווייל זיינע חסידים דארפן א טיש ווי לופט צום אטעמען איז א וויץ חסרת טעם.
און אפילו דעמאלס, קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן צו קאטגאריזירן א מענטש פון זיין אויפפירונג נאך א טראומע, הנקרא בלשוננו PSTD. (נניח אז דאס איז אמת)
איך שטום אבער צו צו דיין מסקנא, מען קען דעבאטירן פאקטן, אבער מיט אביסל אויפריכטיגקייט. די לעוועל פון סובזשעקטיוויטי אין דעם אשכול איז רעפולסיוו.
I'm backמאכט טאקע סענס.
אז ס'בלייבט נאר 3, נעמט עס די פירער.
ל'ע
חייך קודמים איז נישט שייך ביי א מנהיג?
עס איז אזוי לעכערליך, איך האב נאר נישט מגיב געווען ווייל איך האב געגלייבט אז יעדער זעט עס אדורך. אבער איך זע אז נישט...
די איינציגסטע סיבה פארוואס ער האט באקומען דריי קארטן איז ווייל זיי האבן געוואלט האבן סאטמאר רב משום איזה סיבה שיהי', ווען ער קומט נישט איז נישטא קיין שום סיבה אים צו געבן דריי קארטן.
משל למה הדבר דומה, איינער איז מכבד הרב וואזנער צו זיין סנדק, זאגט ער, איך וועל עס ניט אננעמען, אבער זיי מכבד מיין אור אור אייניקעל ער פרובירט צו לערנען פלייסיג לעצטענס, ער האט זיך אפילו פארהערט א פרק משניות די אנדערע וואך, עס וועט אים זיין א חיזוק גדול אויף ווייטער...
היימישער ליטוואקI'm backמאכט טאקע סענס.
אז ס'בלייבט נאר 3, נעמט עס די פירער.
ל'ע
חייך קודמים איז נישט שייך ביי א מנהיג?
די הלכה איז אנדערש ביי א מלאך אלוקים
פייער פון הימל,
קודם פארלעש דעם ברענענדיגן פייער 🙂
יעצט, ווען די הנהגה פון סאטמאר רב וואלט געווען מיט א קלארקייט און אויסגערעכנטקייט ביז'ן סטראוק, און ערשט נאכדעם וואלט זיך אנגעהויבן א צעמישעניש און אומזיכערקייט, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז טאקע בלויז צוליב דער סטראוק. אבער זיין הנהגה א גאנץ לעבן שטימט דאך זייער גוט מיט זיין הנהגה סוף ימיו, ממילא פעלט נישט אויס צו זאגן נייע תורות. עס איז ברייט באקאנט אז סאטמאר רב איז געווען א שרעקליכער פחדן. עס איז אויך ברייט באקאנט אז ער האט ערפינדן גאר מאדנע שיטות וואס ער אליין האט זיך געפירט פונקט פארקערט, וואס ווייזט אויף אן אינערליכע אומזיכערקייט. (א באלאנסירטער מענטש קען פארנעמען אזא זאך אז עס איז דא א מחלוקת להלכה אויב מען מעג גיין צו די בחירות, און אז עס איז העכסטנס אן אומאויסגעהאלטענע זאך, מען דארף נאכנישט באטיטלען די אלע משתתפים אלס עוברים אויף די שלש חמורות).
אויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון. אלס איז געגאנגען דורך זיך ארומנעמען מיט מענטשן וואס זענען זיינע געשוואוירענע חסידים (און בדרך כלל קנאפע חכמים), און אריינרופן די גבאים און זאגן אז מען מוז שאפן געלט וכדו'. אן אמת'ער זיכערער מענטש האנדלט נישט אזוי. אלזא מיט זיינע אלע מעלות איז דער סאטמארער רב געווען אן אומבאלאנסירטער מענטש, וואס האט געלעבט אין א שטענדיגע פחד פון זיך אליין. און עס איז נישט קיין שום בושה, זייער אסאך אידישע און גוי'אישע גדולים האבן געהאט פסיכאלאגישע שוועריקייטן, און עס נעמט גארנישט אוועק פון זייער גדלות.
יאיראויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון.
אדרבה, צייג מיר וויפיל גדולים נאך בימיו האבן אויפגעטון מער פון אים.
קודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
און אזוי ציט זיך זאכן און ווערן פאקטן..
אפשר איז סאטמאר רב יא קליג געווען און האט זיך נישט געוואלט ארומנעמען מיט קליגע און זיי זאלן אים פארדרייען א קאפ?
אפשר זענען זיינע ארימיגע יא קליג געווען? ווי האסטו געזעהן אז נישט?
אפשר האט ער געזעהן אז לתועלת די אידישקייט וואס ער האט געוואלט אויפשטעלן "ביי זיין עולם" (איך שרייב נישט סתם אידישקייט אין אמעריקע...) איז ס'בעסטע אז ער נעמט זיך ארום מיט די תמימי לב וואס וועלן אים פאלגן בלינד...?
כ'מיין מ'מאכט דא השערות אן קיין דעקונג און מ'ווארפט סטעיטמענטס אן קיין שום באווייז דערצו....
שעפטל, אקוראט דאס איז דער פוינט. א קלוגער מענטש וואס איז אויך גראד און אויסגעהאלטן האט נישט אזוי מורא פון אנדערע קלוגע מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי אים, און אודאי צילט ער נישט צו אויפשטעלן א אידישקייט וואס נאר נארישע מענטשן קענען זיך האלטן דערביי.
איך האב געשריבן דריי "אפשר'ס"...
איך האלט נישט אז זיינע נאנטע נאנטע זענען געווען נארישע מענטשן, אפשר טאקע נישט אזוי קליג ווי מ'לייגט זיי אראפ אין סאטמאר, אבער נישט אזעלכע נערנים ווי געוויסע וועלן זיך נאך באלד צוכאפן אז זיי זענען געווען..
צווייטענס, ער האט געהאט קליגע רבנים וואס זענען מיטגעשטאנען מיט אים (חוץ אז די ענטפער גייט זיין אז מ'האט מורא געהאט פאר טעראר)
דריטענס, איבער אידישקייט גייט די מחלוקה אנגיין ביז איך וועל האבן א שאנס צו פרעגן אליהו הנביא ווער ס'האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקע..
יאירפייער פון הימל,
קודם פארלעש דעם ברענענדיגן פייער 🙂
יעצט, ווען די הנהגה פון סאטמאר רב וואלט געווען מיט א קלארקייט און אויסגערעכנטקייט ביז'ן סטראוק, און ערשט נאכדעם וואלט זיך אנגעהויבן א צעמישעניש און אומזיכערקייט, וואלט מען געקענט זאגן אז ס'איז טאקע בלויז צוליב דער סטראוק. אבער זיין הנהגה א גאנץ לעבן שטימט דאך זייער גוט מיט זיין הנהגה סוף ימיו, ממילא פעלט נישט אויס צו זאגן נייע תורות. עס איז ברייט באקאנט אז סאטמאר רב איז געווען א שרעקליכער פחדן. עס איז אויך ברייט באקאנט אז ער האט ערפינדן גאר מאדנע שיטות וואס ער אליין האט זיך געפירט פונקט פארקערט, וואס ווייזט אויף אן אינערליכע אומזיכערקייט. (א באלאנסירטער מענטש קען פארנעמען אזא זאך אז עס איז דא א מחלוקת להלכה אויב מען מעג גיין צו די בחירות, און אז עס איז העכסטנס אן אומאויסגעהאלטענע זאך, מען דארף נאכנישט באטיטלען די אלע משתתפים אלס עוברים אויף די שלש חמורות).
אויסער דעם האב איך שוין לאנג געטראכט אז דער סאטמאר רב האט באמת זייער ווייניג פערזענליך אויפגעטון. אלס איז געגאנגען דורך זיך ארומנעמען מיט מענטשן וואס זענען זיינע געשוואוירענע חסידים (און בדרך כלל קנאפע חכמים), און אריינרופן די גבאים און זאגן אז מען מוז שאפן געלט וכדו'. אן אמת'ער זיכערער מענטש האנדלט נישט אזוי. אלזא מיט זיינע אלע מעלות איז דער סאטמארער רב געווען אן אומבאלאנסירטער מענטש, וואס האט געלעבט אין א שטענדיגע פחד פון זיך אליין. און עס איז נישט קיין שום בושה, זייער אסאך אידישע און גוי'אישע גדולים האבן געהאט פסיכאלאגישע שוועריקייטן, און עס נעמט גארנישט אוועק פון זייער גדלות.
עס איז ברייט באקאנט.. און יעצט בין איך פשוט צירוקגעבליבען אז איך ווייס נישט.... יאיר, איטס בעלוי יור דיגנעטי, דעמעגאגיע לאז פאר מרדכי הצדיק און פראפעסער שאפירא מיט זייערע אנדערע 17 ניקס..
איך הייב אן צי פארשטיין
@כוכבס חתימה, "ד״ר דניאל באָיאַרין, אַ באַקאַנטער ייִדישער היסטאָריקער און דענקער, האַלט, אַז דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, איז געווען די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטיקער ייִדישקייט. בדרך־כּלל, בין איך מיט אים מסכּים." וואס אלץ איך באגעגן נישט צאם אויף איין כאראקטער, מיז זיין דער מענטש איז גאר גאר גרויס געווען, אזא מין מיזוג וואס יעדע אנאליז וואס פיט נאר פאר א מענטשליכע כאראקטער איז שוין אין אים אריינגעטייטשט געווארן.
אבער איך פארשטייי נישט דא זאגסטו ער האט ערפינדען גאר מאדנע שיטות, (ווי למשל וועלכע שיטות וואס ער האט ערפינדען איז גאר מאדנע?) און ער האט זיך געפירט פארקערט, און א רגע נאכדעים ווערט גאר די זעלבע זאך א אפטייטש פון א באלאנסירטער מענטשט, נישט געפערליך, האלטסט עפעס ?? אבער נעם עס נישט צי די עקסטרעים. און דאס איז וואס סאטמאר רב האט טאקע געטוהן אפילו לויט זיינע בירורים איז אויסגעקומען אז די בחירות איז יהרג ואל יעבור האט ער נישט געאסרט צי נעמען תפילין פון א סופר וואס גייט צי די בחירות, אפילו חינוך העצמאי וואלט אויסגעקומען די ארגסטע לשיטתו האט ער געקענט זיי שטיצן מיט געלט. אפילו פארן אויף ארץ ישראל גרעניצט זיך מיט די הייקעלסטע מחשבות האט ער נישט געאסרט דאספארן און וואוינען דארט, אין אזוי ווייטער, וואס דאס איז א תוצאה פון נישט נעמען זאכן ראדיקאל ווי למשל איין זאך וואס קומט מיר יעצט און קאפ, אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען נישט לאזן און בית מדרש א גמרא פון די מסכת מען האט געלערנט ביים דף היומי, און דאס מיינט א ראציאנאלער פראקטישער מענטשט חוץ אף זיין גרויסקייט.
און אגב אז מען האט דא א אשכול וואס גיט זיך אפ מיט די פסיכילאגישע כאראקטערן פון די גדולי ישראל וואלט איך אפשר געקענט הערן א פסיכילאגישע אנאליז אויף בעלזער רב ז"ל אדער אויף קלויזענבערגער רב ז"ל ? 😂 עס וואלט ווען געדארפט זיין גאר אינטערעסאנט..
און ח"ו איך זוך עס בכלל נישט צי הערן און נישט קיין חילוק וואס איך וועל הערן איז דאס א חלק פון מיין אמונה, און איך בין צי אלט אנציהייבן פונדאסניי ווייל אויב וויל איך דאס דאבל טשעקן האב איך אסאך גרעסערס נאכציפארשן, איך זאג עס נאר פאר די אנטי סאטמאר'ע דא פון אנדערע קרייזן, וואס שטראלן פאר פרייד ווען זיי זעהן דא די שפראך קעגן סאטמאר רב, אז עס איז בבחינת ווי הרב דאמפ ז"ל האט זיך אפגערעדט אז אמאל איז געווען א סטייפלער א מנחת יצחק וכדו' איז געווען אויף וועם צי האקן אויף וועם זאל איך היינט רעדן אויף אהרן זלמן לייב ?? די זעלבע דא בייי יאיר אויף סאטמאר רב רעדט ער, ווילסט אבער נישט הערן וואס ער האלט אויף דיין רבי.
געפילטע פישקודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
most of his people may have ended in public school if not for him
איך האלט נישט אזוי מיט געהעריג, אבער הרב
@שמעקעדיג דו האסט געזאגט אז אזוי ווי א פסיכאלאג אן א נאמען, אזוי איז דער סאטמארער רב, יא? טאמער איינער מאכט א גרייז ווייל ס'האט געפעלט אינפארמאציע, ער האט געמיינט אז זיין וועג איז א בעסערע ווי א צווייטע און למעשה פיהרט זיך אויס אז ער איז נישט גערעכט, דארף ער נישט זיך אנטשולדיען פאר דער וואס ער האט פאלש געפיהרט, ווייל אזוי האלט ערגעץ א געלונגענע פסיכלאג, יא? אפילו ווען אנדערע האבען בעסער געזען און דו האסט זיי פארשווארצט אז זיי ווייסען נישט וכדו, און למעשה לאזט זיך אויס אז זיי האבען יא געוואוסט און דו האסט נישט, יא?
ווען איך האב געלערנט אין דער בריסקער ישיבה האב איך געהערט פונ'ם ראש ישיבה א מעשה - ווען הרב יצחק מאיר לוין ע"ה איז געקומען קיין אמעריקא איין מאל, איז דאס געווען הארט נאכ'ן לויה (השניה) פון הערצל. ער איז מיט געגאנגען דער לויה, א זאך וואס האט אויפגעברויזט אסאך קנאים (ועי' באין חזון מכתבי הרב בעל קהלות יעקב). דער סאטמארער רב האט איהם פארגעהאלטען וועגען דעם, האט ער גע'ענטפערט 'יא, ס'איז א טעות געווען', האט ער גע'ענטפערט 'איינער וואס מאכט א טעות דארף זיך באהאלטען אונטער'ן דאכענע, נישט ארום גייען דער וועלט כאילו לא היה'.
דער סאטמארער רב זאגט אז מ'דארף נישט אנטלויפען, דער מציאות לאזט זיך אויס נישט ווי איהם. נאך דעם קומט ער אין אמעריקא און זאגט ווייטער וואס וועט זיין ווען מ'וועלען נעמען געלט פונ'ם מדינה, און טאמער מ'וועט זיך שלאגען מיט די ציונים פון אינעווייניג, און אלע 'יהרג ואל יעבור' מצוות. אנטשולדיגט, דו זעסט אליינס אז דו ווייסט נישט, וואס קומסטו ווייטער פרעדיגען, באהאלט זיך אונטער'ן דאכענע.
@שמעקעדיג איר ברענגט אראפ דער לעוועל פון אחריות פון א מענטש אויף זיינע באשלוסען אויף א שטאפל וואס פאסט נישט בכלל.
עס איז נישטא אזא זאך מחליט זיין הונדרעט פראצענט וואס איז ריכטיג אמת א מענטש דארף אמאל פאסן א באשלוס אפילו אן וויסען אלעס און ער איז דאך א בשר ודם און אלץ קען זיין אספעקטן וואס ער האט נישט גענומען אין באטראכט אדער אינפארמאציע וואס ער האט נישט געהאט אדער סתם עס איז נישט געלונגען די סטראטעגיע וואס מען האט געמיינט. במחילת כבודו פון דער חשוב'ער טעראפיסט וואלט איך קיינמאל געטראסט א מענשט וואס האלט אז וואס ער איז מחליט איז הונדרעט פראצענט. ער קען זאגען אז לפי ראות עיניו דארף מען אזוי טוהן, און והיה אז מארגען שטעלט זיך ארויס דאס איז געווען א טעות איז דער גלייכקייט נעמען אחריות אויף דעם זאגען טאקע וועגן מיר איז ארויסגעקומען נישט גוט און פראבירען מפייס זיין און מתקן זיין ווי מעגליך.
א גוטער משל אויף איינער וואס נעמט אחריות אויף זיינע באשלוסען איז א זאך וואס איך האב לעצטנס געליינט אויף דער גענעראל אייזענהאער, וואס אין די טעג פון הכנה צו'ם די דעי אינוואזיע אין נארמענדי זיך צוגעגרייט א סטעימענט וואס צו זאגען אויב ל"ע וועט דער אינוואזיצע דורכפאלען. דער צעטל
ליינטOur landings in the Cherbourg-Havre area have failed to gain a satisfactory foothold and I have withdrawn the troops. My decision to attack at this time and place was based on the best information available. The troops, the air, and the Navy did all that bravery and devotion to duty could do. If any blame or fault attaches to the attempt it is mine alone.
דאס הייסט אן ערנסטער מנהיג וואס האט טאקע די גאטס צו מאכען א מסוכנ'דיגע באשלוס באזירט אויף די אינפארמאציע וואס ער האט, אבער האט די מענטשליכקייט און אחריות אז טאמער געלונגט דאס נישט נעמט מען קלאר די אחריות אויף זיך און מען אנטלויפט נישט אונטער לאזונגען און טעאריעס.
די מעשה מיט סאטמער רבי'ס סטראוק און וואס שמערל איז מעיר דערויף איז מיר אינטרעסאנט. משום מה, בכל ימי שגדלתי אצל חסידי סאטמער ושמעתי כל סיפוריהם, האב איך קיינמאל געקענט ארויסבאקומען פון דארט קלאר וואס איז געווען אין די אלע יארען פון תשכ"ח ביז תשל"ט. עפעס טוהט זיך א שרעקליכע אומקלארקייט ארום דעם, איז דער רבי געווען ביים הכרה די אלע יארען געהעריג? איז ער געווען ביי זיך נפשי'תדיג? איז עס געווען אמאל יא אמאל נישט? אין די תורות וואס זענען געדרוקט למשל איז פון תשכ"ח האקט זיך אפ עס איז נישטא קיין שום תורות, פלוצלינג אינמיטען די למ"ד יארען איז שוין יא דא געדרוקט פארשידענע תורות. וואס איז דער פשט פון דעם?
קען זיין ביי די סאטמערע חסידים איז דאס באוואוסט, אבער איך זעה אפילו דא מען ברענגט ארויף פארשידענע השערות אפשר איז עס נישט געווען מעגליך פיזיש, אפשר יא, אפשר אהער אפשר אהין, פארוואס טוהט זיך אזא אומקלארקייט ארום דעם אפילו וואס איז מפורסם אין סאטמער? עס איז גאנץ חשוד, און שמערל'ס טעאריע הייבט מיר אן שוין צו מאכען סענס.
נאך ערגעץ ווי סאטמאר רב איז געווען קאנטראווערסיעל און לויט
רב ישכר כ"ץ -א סאטמארער תלמיד- איז דאס וויכטיגער ווי דער האלאקאוסט חלק, דאס איז זיין איבערגעטריבענע אבסעסיע מיט קדושה וטהרה, און לויט ווי רב כ"ץ טענה'ט האט ער מיט דעם ב'גנב'ט זיינע חסידים און נאך מער זיינע חסידות'טעס פון א געזונטע משפחה לעבן, אויך האט עס געשעדיגט די נאטורליכע סעקסואלע לעבן אויף א שעדליכן אופן וואס די תוצאות זענען זייער ווייטאגליך און זעהט זיך ליידער אן ביי אסאך פון זיינע חסידים.
שעדליך מיינט ער מאלעסטערס?
diffגעפילטע פישקודם זאג וואס ער האט "אויפגעטוהן".
most of his people may have ended in public school if not for him
Please add : so was I told.
סאיז קינדיש צו זאגן אז סאטמארער רב האט רעזיגנירט נאכן סטראוק, קודם כל ווי ממרום האט ערווענט, ער איז געווען א סטראוק פאציענט, קוים ביים לעבן. פילע פון זיינע גרעסטע אויפטוען א שטייגער ווי קרית יואל, קרן הצלה, סאטמאר מאנסי, רב טוב, און נאך זענען געגרינדעט געווארן אין די נישט געזונטע יארן בשארית כוחותיו. דער רבי איז ווייטער אנגעגאנגען אלס פערזענליכער טאטע פאר טויזנטער חסידים, וועלכע האבן זיך נישט גערירט אן אנפרעגן, בעצתו וברכותו, דער רבי האט געמופט צו בעל הארבער, לול, א סאטמאר חסיד האט געהאט דארט א הויז האט מען עס גענוצט פארן רבין, שפעטער האט עס די רעבעצין אפגעקויפט שלא בידיעתו פון רבין. ווען עס איז געקומען צום פארקויפן די חמץ האט דער רבי געפרעגט מיט וואונדער, איך האב א הויז אין בעל הארבער?
אבותינו ספרו לנו וויאזוי עס האט אויסגעזען א יו"ט ביים רבין אין די נישט געזונטע יארן, דער רבי פלעגט צוגיין צום עמוד בקול דממה דקה, דאס ערנסטקייט אין ביהמ'ד האט מען געקענט שניידן אין די לופטן מיט א מעסער, אבותינו ספרו לנו וויאזוי עס האט אויסגעזען א געזעגענען ביים רבין אין די נישט געזונטע יארן, פון א בליק פון רבין איז געווען דא לדא נקשן, דער רבי פלעגט ענטפערן און זאגן זיין מיינונג נעמען שטעלונגען אויף אלע אנפראגעס מיט א קלארקייט, לעצטנס פארציילט מיר א איד אז ער האט אנגעפרעגט דעם רבין אין תשלא וועגן אן אפשערן חוה'מ, דער רבי האט געזאגט מ'זאל שערן ל'ג בעומר, דער איד איז געווען א שטיקל אויבער חכם, געט ער זיך א רוף אן, אז דער באר היטב איז מתיר זיך שערן אום חוה'מ. דער רבי גיט אים א קוק אן און רופט זיך אן, איך ווייס אויך פון דעם באר היטב, עד היום, זאגט מיר דעם איד, לויפט אים דורך א סקרוך אין אלע ביינער ווען ער דערמאנט זיך די מעשה.
שמערל. די פרובירסט עפעס אראף לייגן דעים רבי׳ן נאכ׳ן סטראוק
מיט אסאך הנחות אין מסביר זיין זיין מהלך מיט זיין פערזענליכע מהלך המחשבה , ווען די זאך איז גאנץ פשוט אין סאטמערע חסידים זאגן עס גאנץ קלאר ליידער נאכ׳ן סטראוק האט די רבי געליטן פין דעפרעסיא וואס כידוע איז דאס די נאכוויען פין די מחלה , אין דאס איז די סיבה פארוואס ער פלעגט נישט ערשיינען ברבים , שפעטער איז האטזיך די מציב אין דעים געביט אביסל געבעסרט , כאטשיג זיין גופנית׳דיגע מצב איז גיווארן אלץ שוואכער אין שווערער איז זיין מח גיווארן שטערקער אין בעסער אין דאס איז אויך די סיבה אויף די תורות וואס מ׳זעעט שפעטער ,איז וואס די ווילסט זאגן איבער סאטמיררב זאג געזונטערהייט אבער מיש נישט אויס מיט זיינע מחלות וואס ער האט ליידער געליטן אין מאך נישט קיין מסקנות פין יענע תקופה
קען איינער פארציילען עפעס איבער וואס איז געווען ביים סאטמער רבי און וואס ער האט געטוהן אן קיין סקרוך אין די ביינער א קול דממה דקה און אנדערע אזוינע מליצות?
און אויב סאיז געווען א סקרוך אין די ביינער אדער דממה דקה זאל מען עס אויסשניידן?
אזוי פלעגט מיין זיידע זאגן, איך בין בטבע א גבר אלים, און פאר איך פלעג אריינגיין צום רבין פלעגט מיר הענט און פוס ציטערן.
פראבלעם?
לעיקוואוד, נאכ'ן סטראוק האט דער רבי געגעבן א בליק און א זאג און דער עולם האט גע'פחד'נט. וואס דארפסטו מער פון דעם?
לאמיר נישט פארגעסן אז ברוב ענותנותו האט מען אים כמעט געדארפט צווינגען צו געבן קוויטלעך בסוף ימיו. ומי יעמוד בסוד קדושים.
@כוכב, עס איז זייער שיין צו הערן די מעשה מיט'ן סקרוך, אבער קיין סאך אינפארמאציע גיט דאס מיר נישט.
דאכט מיר אז מיין תגובה האט אינפארמאציע אויך (טייל עקסקלוסיוו, די מעשה מיט די הויז אין בעל הארבער האב איך געהערט פון ר' משה יאזאפאוויטשעס קינדער פאר וועמען דער רבי פלעגט פארקויפן די הויז) און די סקרוך ביינער דממה דקה געבן בלויז צו צום אויטעטישקייט וויאזוי זאכן האבן זיך אפגעשפילט.
# וואטעווער, גיי לערן מיט א לעיקוודער ברטנורא
די ציניישקייט סארקאזים און ליצנות דא אויף סאטמאר רב איז צופיל פאר א חסיד צי דערהייבן.. מען מאכט שוין באלד מיט אים וואס "פון דא און פון דארט" און דער איד, טוט מיט די מדינה..
אבער ערענסט גערעדט, יאיר, קום ארויס קלארער, סאיז אביסל שווער צי פארשטיין ווען די שרייבסט אלעס סארקאסטיש.
הוגה זאגט קלאר וואס ער האלט, אז סאטמאר רב איז געווען גאר א הייליגע איד, נאר ער האלט אז ער איז דאך געווען א מענטש, נישט קיין מלאך, ממילא שטימט די אלע זאכן וואס מען שרייבט אויף אים. אבער ווי איך האב שוין ערווענט אויב אנאלזירן כאראקטערן פון גדולים לויט אונזער פארשטאנד, און ציגיין דערצי מיט לאגיק, אן פארשטיין אז כי גבהו מחשבותיו ממחשבותינו, און אהן ציגיין אז נישט אלעס פארשטיי איך, וואלט נישט געווען מער ווי גלייך צי ממשיך זיין און אנאלזירן אנדערע גדולי ישראל מיט א פראקטישען בליק.
אבער יאיר עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צי הערן פון אזא אינטעלעגענטע קלוגע ניק ווי דיר, דיין מיינונג און בליק אויף סאטמאר רב ז"ל, פון דיינע תגובות דא שיינט אז בגשמיות איז ער געווען א אומבאלאנצירטער מענטש, איינער וואס האט מורא געהאט פון א קלוגע איד, זיין גילטי קאנטשעס האט אים געטריבען אויף גאר גרויסע באשלוסען, ברוחניות איז ער געווען א היפאקריט, ער האט גארנישט אויפגעטוהן, דאס איז וואס איך האב נאר באגעגנט און די איינעם אשכול. איך וואלט געוואלט הערן דיין מיינונג אויף אים בככליות און נאכדעים איז גרינגער צי דן זיין פרטים אויף זיין יחידותדיגע לעבן, צי האלטסטו בככל אז ער איז געווען א לץ א שוי שפילער, צי איז ער געווען א ערענסטע איד? צי איז ער געווען א ת"ח צי ער האט סך הכל געקענט אביסל טייטעלבוים סטייל פשעטלעך? .
ווי איך האב שוין געשריבען ביי א אנדערע נושא איז רוב פלוגתות הא בהא תליא, און ביידע פון אונז קענען זעהן די זעלבע פאסירונג, און אונז קענען עס ביידע אפטייטשען אנדערש, און סאיז נישט פשט אז איך בין א חסיד שוטה פארן עס פארענטפערן, און דער אונטערהאקער איז א שונא, נאר די שריט ווענדט זיך באמת צי דער איד מיינט את אמתדיג צי ער טוט עס מיט זייטיגע חשבונות,
עס וואלט כדאי געעוען אויב די קענסט מער עלאבעאירן דיין מיינונג אויף דעים איד, איך בין זעכער אז סאיז געבעסט אויף ידיעות און פאקטן.
חוץ אויב די ביסט בכלל מסופק אויף די מושג פון העכערס, און דיינע ווערטער עפלייען לאו דוקא דעים סאטמאר רב...
גיי לערן מיט א כוכב. איך פראביר דא צו פארשטיין וויאזוי דער רבי'ס הנהגה איז אנגעגאנגען אין די נישט געזונטע יארען. שמערל זאגט ער האט בערך רעזיגנירט פון די הנהגה. סודני זאגט ער איז געווען דעפרעסט און אז דאס איז ידוע אין סאטמער (איך האב זיך אסאך געדרייט ארום סאטמער ולא שמעתי מזה, אבער אינו ראיה), פארציילסטו אז מעשה ער האט געהייסען מאכען אן אפשערען לג בעומר, פארשטיי אליינס דאס איז נישט קיין גרויסער גאונות פון א פסק אדער אחריות צו נעמען, און איז כמעט נישט משנה דא בכלל, עס ווערט נאר אינטערסאנט מיט די סקרוך אין די ביינער, דאס איז אינטרעסאנט און אוטענטיש פאר א חסיד אבער פארשטייסט אז מיר גיט עס נישט קיין סאך צו. איך ווייס אז דער רבי האט אויפגענומען מענטשען אין די יארען אמאל באיזשהו אופן, די שאלה איז נישט דאס.
לגבי בעל הארבער גלייב איך דיר, עס איז אבער אויך נישט די פוינט צו וועם די הויז האט באלאנגט אדער אויב איז עס א מאדערנער געגנט.
תמים, ביסט כשר גערעכט. נאר ס'איז פשוט אסאך גרינגער און באקוועמער צו ווארפן ליצנות'דיגע זאצן וואס קאסטן ווייניג כח און צייט ווי זיך אראפצוזעצן שרייבן א גרונטליכע אנאליז. אבער אין קורצן: איך האלט נישט אז דער סאטמארער רבי ז"ל איז געווען א לץ אדער היפאקריט, ער איז קלאר געווען א גדל'ישער מענטש. אבער ער איז געווען א קאמפליצירטער כאראקטער, און בעת ביי א פשוט'ער מענטש זעט זיך דאס נישט אן פונדרויסן, אויסער ביי זיינע נאנטע מענטשן, איז דאס ביי א גדול בולט אויף יעדן שריט זיינעם. איך האף נאכצופאלגן מיט א לענגערע תגובה כשיספיק הזמן. סטעי טונד...
אריין אין סקומט א זאפטיגס אשכול...