☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל

קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6771

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 9, 2014 1:05 pm

· #211040
קאווע-שטיבל (אותיות) קוועטש-איבל
איכה היתה לזונה קריה נאמנה
איכה היתה לחזיריי שטיבלינו, איז ביאנד מיין הבנה

מען ענדיגט נישט קוועטשן, ממש עס איבלט
אין יעדנ'ס חסרונות מען גריבלט

די סיסטעם איז נישט גוט
זיי טיילן דיר איין וועלכע הוט

חינוך איז אין דער ערד
ווער דארף בערד

עס דרייען זיך איבעראל מאלעסטער
דאס איז די עבירה דער גרעסטער

ביי די מוסדות זיצן רשעים ארורים
די איינציגסטע עצה ארויס זענען עשירים

פארוואס זאלן נישט די ווייבער אויפן קאר לייגן מיילעדזש
און די מענער זאלן זיך לערנען א פאך אין קאלידזש

די שידוכים סיסטעם סאקט אוועק
נישטא קיין ליבע אונטער די דעק

נישטא קיין פרנסות, מען ברעכט אונטער
דער עולם ווערט קראנק, נישט געזונטער

די רבנים די פני הדור זענען צום כלב געגליכן
זייערע תקנות און גזירות מאכט ברעכן

אנשטאט העלפן אידן און בחורים מיט ישועות
מאכט מען גזירות און אסיפות אויף צניעות

אונז זעמיר שוין אלע נמאס
פון די דרעק הנקרא צימעס

מען ענדיגט נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן
אבער עס קוקט נישט אויס עפעס א ישועה וועט ווערן

עס איז קענטליך פשוט א געשמאק אויף יעדן צו האקן
די סארט תגובות טוען כסדר ראקן

סיי וועלכע אשכול איך וויל נאר ליינען
באקלאגן, אפרעדן און וויינען

איך פיל ממש ווי איך זעץ זיך שבעה
כמעט אלע תגובות זענען נעגעטיווע

איך בין נישט אויסן מיינע גראמען צו באווייזן
אבער פארט נויט ברעכט אייזן

באט העי, קוק ווער עס רעדט, חזיר, גיי זויף!
ווער האט געעפנט דעם אשכול "זאכן וואס רעגן מיך אויף"?

א אשכול פאר זאכן וואס דו גלייכסט האסטו פארגעסן
נאר ביזי זיך באקלאגן אז מען ווארפט אוועק עסן

נאך א מזל מיר האבן געציילטע פאזעטיווע ניקס
זיי ברענגען ווערטלעך און שיינע פיקס

א רואיגקייט ווינקל מיט פאקטן וואס ברענגט א שמייכל
הלואי האבן נאך פילע ניקס אזוי שכל

איך רעד סיי צו מיר און אויך צו יעדן איינעם
לאמיר מיט א שמייכל פרובירן מיט שיינעם

דער לעבן איז דאך ליידער גענוג אנגעצויגן
צו וואס ברענגען נאך טרערן אין די אויגן

לאמיר אויפלעבן אויף אלע באקן
נאר פאזעטיווע תגובות זאל ראקן

לאמיר שוין אויפהערן זיין אזוי זויער
נאר זיך ארומדרייען מיט א שמייכל פון אויער צו אויער

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 9, 2014 1:32 pm

· #211052
שמעקעדיג, דו ביסט מורא'דיג
איך וואלט געזאגט ס'אפילו תורה'דיג
דייינע תלונות זענען צום זאך
דו טענה'סט אז אינז זעמיר שוואך
מ'זיכט נאר צו בארעדן און האקן
אפילו ס'איז נאר אויפגעמאכט און געבאקן
לאמיר זיך בארעכענען און באקלערן
און צו די גיטע מידות זיך אומקערן.
ובזה יצאתי ידי חובתי
כי אני יודע שהכל לטובתי.................... 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

כוכב » מיטוואך יולי 9, 2014 2:37 pm

· #211070
סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.

איך אויך » מיטוואך יולי 9, 2014 2:45 pm

· #211071
אויב עס טוישט דיין מהות אזויפיל דאן לייג ק''ש אויף ב''ק ,די קאנסענסאס דא איז אז עס איז אפילו נישט קיין שאלה.

יונגערמאנטשיק » מיטוואך יולי 9, 2014 2:47 pm

· #211072
[ציטאט אראפגענומען]



אדער קוועטשט מען אויף די קוועטשער וואס קוועטשן אויף קאווע שטיבל....

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 9, 2014 4:29 pm

· #211090
כוכב
סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.



[ציטאט אראפגענומען]

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 9, 2014 4:34 pm

· #211091
שמעקעדיג
איכה היתה לזונה קריה נאמנה
איכה היתה לחזיריי שטיבלינו, איז ביאנד מיין הבנה...


אזא טאלאנטפולע קינות. על זה נאמר:

שמעקעדיג

אילו לא באתי לק"ש אלא בשביל זה, דיינו

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 9, 2014 4:40 pm

· #211094
איך קען נישט טראכטן פון איינעם, אבער כ'בין זיכער אז איינער
ס'איז אין סטייל צו ציטירן


אפטעמיסט
ווייל אויב נישט, פארוואס ציטירט דא דער עולם אויף כוחות?

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 9, 2014 4:45 pm

· #211095
די אמת איז אז שמעקעדיג איז כסדר מוחה אויף ציטירן, אבער אז ער מעג כדלעיל, איז עס געווארן מותר.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 9, 2014 5:10 pm

· #211108
כוכב
סיסטעם צופרי סיסטעם ביינאכט, צימעס אהרן טייטלבוים שעלטן און שימפען, כי זה כל האדם.
נישטא קיין היסטאריע, קיין קונסט, קיין תורה ודעת, קיין העמק דבר קיין אנשי שם, קיין נייעס קיין אלטס, נישט קיין ספרים וסופרים, קיין ווערטלעך, קיין סיפורי צדיקים קיין פילמען און דאקומענטריס, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט וואס נאך צו דיסקוסירן, קאווע שטיבל איז געשטעלט פאר איין איינציגע סיבה וואס הייסט סיסטעם.
אייוועלט קען רואיג זינגען דידן נצח.
און מיין ווייב פרעגט מיר וואס איז געשען מיט מיר אז איך בין געווארן א דערביטערטער שווארץ קוקער. ליטעל דעט שי נאו עס איז צו פארדאנקען מיין עטליכע חדשים אין ק'ש.

כוכב: פאר דעים איז דא א רפואה. (נישט פאר קאווע שטיב. פאר דיפרעשאן.) ס'הייסט פילן. ס'קומט אין דריי סייזעס. די גרינע זענען די שוואכע.. רויט. איז מידיום. פוירפל זענען עקסטרא סטרענגטה. דאס קען נאר פארשריבן ווערן דורך א דאקטער.... 😂 🙄 😉 😮

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 9, 2014 5:29 pm

· #211115
אפטעמיסט
איך קען נישט טראכטן פון איינעם, אבער כ'בין זיכער אז איינער
ס'איז אין סטייל צו ציטירן


אפטעמיסט
ווייל אויב נישט, פארוואס ציטירט דא דער עולם אויף כוחות?

זיסקייט.......... 😂 😂

עס מאכט זיך צומאל אז איינער שרייבט עפעס אדער פרעגט עפעס, און פונקט האט אן אנדערער געענטפערט צום פינטל. איז אנשטאט אליינס ענטפערן, ציטירט מען דעם פראגע און דערנאך דעם תירוץ, און דער פאזל איז צוזאמענגעשטעלט. פשוט???

zurich » מיטוואך יולי 9, 2014 5:41 pm

· #211118
האט מען אויפגעהערט (ווייל מאיז שוין נמאס) צו בעשן דעים סיסטעם גייט מען בעשן קאווע שטיבל 😂

אפטעמיסט » מיטוואך יולי 9, 2014 5:42 pm

· #211119
פעסימיסט
איך פארשטיי

positive.yid » מיטוואך יולי 9, 2014 6:11 pm

· #211125
איך בין פאזאטיוו.

יין שרף » מיטוואך יולי 9, 2014 6:47 pm

· #211132
זאכן וואס איך האב ליב
שמעקעדיג


א אשכול פאר זאכן וואס דו גלייכסט האסטו פארגעסן


נעתר לבקשתך...

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:00 pm

· #211231
אפשר ווייל ס'איז נישט בלויז ארבעט לשם פאראייביגן היסטאריע, ס'איז די אגענדע דערונטער וואס נישט יעדער גלייכט.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:26 pm

· #211235
ר' אנאנים היקר ביסט טייער גערעכט און איך האב געטוהן תשובה און געלייקט אלע דיינע הודעות דארט ,איך האף דו נעמסט אן מיין תשובה מלייקס.

I'm back » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:29 pm

· #211236
ישמעאל הכהן
אפשר ווייל ס'איז נישט בלויז ארבעט לשם פאראייביגן היסטאריע, ס'איז די אגענדע דערונטער וואס נישט יעדער גלייכט.


אוי, ס'ציפט!

כוכב » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:03 pm

· #211242
שאקירנד ראובן.
מיין נארישע לא תאכלו על הדם אשכול האט גענומען פופצן מינוט צו שרייבן און האט אנגעצויגן עטליכע און זעכציג לייקס. כהאב מיך געראכטן פאר צען לייקס אזויווי מיינע אנדערע אשכולות.
זעט אויס אז עס האט נישט אלעמאל מיט שווערע ארבעט, און ס'דא א געוויסע "קוועטש" וואס דער עולם גלייכט.

פישלע העררינג » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:42 pm

· #211252
@אנאנים היקר, גם אני בחלומי מיט די קאווע בלעטער.

מ גפני » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:46 pm

· #211253
פארדעם האסטו אויפגעגעבן? לאמיר האפן אז אנאנים וועט נישט טוהן אזוי

מאטי » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:54 pm

· #211257
איך מיין אז אנאנים'ס און שמעקדיג'ס דילעמא האבן איינער און דער זעלביגע תירוץ..

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:05 pm

· #211259
דאס קען מען נישט אויסרעכענען,
כ'האב געשריבען א ארטיקעל וועגען עביוזערס, ממש אין אפאר מינוט, נישט איבערגעקוקט, גאנץ שוואך אראפגעלייקט, אין ס'ארום געפארן ווי דראגס, די עולם האט זיך באלעקט די פינגער, סילעברעטיס האבן עס איבערגעשפילט, באקומען אויף כמה וואטסעפם, אעמעיל, וגו'

משא''כ אנדערע ארטיקלעך, אביסל מער תוכן, אריין געשוויצט א גוטע האלבע שעה, אין גארנישט, אפאר מינוט שפיטער שוין נישט געווען צו געפינען נאר אויף די צווייטע בלאט, (שקויח אשכולות וועקער),.

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:49 pm

· #219597
קעי רעב אנאנים איך האב געטוהן תשובה און געלייקט יעדעס ווארט אין יענע אשכול און יעצט האף איך וועסט אננעמען מיין דרך תשובה און מיין שאלה וועט זיין מותר לבוא בקהל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:55 pm

· #219643
@אנאנים יעדע תגובה פון דיר וואס איך האב נישט געלייקט מיינט אז כ'האב עס נאכנישט געליינט. נ"ק מתחלפים, וסימנך ק"ן ציפור.
@שמעקעדיג, הערליך... ס'וויל זיך לייקן... כ'האב אבער מורא צו קוועטשען אויף דעם קנעפל דארט...