☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס איך האב ליב

זאכן וואס איך האב ליב

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6773

יין שרף » מיטוואך יולי 9, 2014 6:44 pm

· #211131
זאכן וואס איך האב ליב
ווער קען זיך דען פארשטעלן א מקוה אן פאנגעס.... וואס וואלט מען געקראצט אין די ברענעדיגע מקוה פון 112 גראד... אהה...
ווער רעדט נאך מיט די נייע געלעקסי S5 וואס איז וואסער פראוו, שטיין אין שויער ברבים אין מקוה ווען די הייסע וואסער בראקט אויפן ריקן, און זיך מאכן ווי איך קוק עפעס וויכטיג, און באמת נאר ארויסקוקען פון אויבן מיט די שפיץ אויג ווארטן נעבעך אז איינער זאל קוקען און זיך אנרופן WOW קאאאל...

איינע פון מיינע אלטע בחורישע תאוות: שטיין אינדרויסן אן א מאנטל אין א דריי פיסיגע שניי, טרינקען א ברענעדיגע הייסע קאפי, און ארויסגיסען אויפן שניי אביסל בין זויף לזויף, זעהן ווי די הערליכע ווייסע שניי ווערט נעבעך פארברוינט מיט א לאך אראפ ביזן תהום...

זיך זעצן צום פיאנע, אנפאנגען שפילען א אלטע מעלאדיע, און צום סוף זיך זעהן קאמפאזירן גאר א נייע..., און עס נאך כסדר איבערשפילען...

זיך טענה'ן מיט א צווייטען א האלבע שעה, בעת איך האלט די זעלבע ווי עם...

א גוט שטיקל געבראטענע סטעיק, מיט סטימד וועטשעבעלס, עסן אינדרויסן אויפן ביטש בענקל, בשעת'ן זעהן די הערליכע רויטע שקיעת החמה אויף די בערג לעבן א קליין רואיג וואסערל, מיט די קינדער (ווען זיי זענען וואויל...)

גיין אין ביהמ"ד, אריינכאפן צוויי דריי שעה אפאר דפים גמרא מיט תוס'...

זעהן א גוט שטיקל קאמעדי שאו, אדער א "מבוי" שהוא גבוה למעלה...

ועוד ועוד ועוד... (פארשטייט זיך דאס איז נישט אלע מיינע תאוות ודו"ק...)

אבער איך בין נישט זאט, איך זיך נאך תאוות. לאמיר הערן וואס האט איר ליב???

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 9, 2014 7:42 pm

· #211146
יין שרף: איך קען א איד וואס איינס פון זיינע גרעסטע תענוגים בעולם הזה (פון עולם הבא רעד איך נישט.) איז, ליל ששי, זיך קראצן זיינע פאר'פאנגוס'טע פיס (ל"ע) און ליינען דעם "איד". בעיני ראיתי. (נאר ער האט מיך נישט באמערקט.(.... 😕 😎 😂 😠 😛 😳 🙄 😳 😳 😉 😮

שרייבער » מיטוואך יולי 9, 2014 7:45 pm

· #211148
אין די מקוה איז מיין גרעסע תענוג אריינצוגיין (ביי אונז אין קרית יואל קען עס נאר זיין בעפאר 5 פארטאגס) ווען די טרעפ פארן וואסער זענען נאך טרוקן, די וואסער איז דורכזיכטיג און ליידיג פון מענטשן, א טבילה און ארויס אין הייסע מקוה כאילו ס'איז נאר פאר דיר צוגעגרייט געווארן, אה!!!!!!!!
פאנגוס קראצן אין מקוה זאלסטו לאזן פאר אלע שונאי ישראל, פוי, יעדער דארף כאפן דיינע שיריים...

דריידל » מיטוואך יולי 9, 2014 8:18 pm

· #211151
פארוואס הייבט מיין פוס אן צו קראצן נאכ'ן ליינען דעם אשכול?

בשבילי! » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:37 pm

· #241614
לאטקעס

דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:31 am

· #241704
ווען איך זעה א טיקעט אויף א דאבל פארקט קאר אויף דרייצנטע עוועניו

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:54 am

· #241734
בנפול אויביך אל תשמח...

דריידל » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:23 pm

· #241738
שמעקי, בי"ס גערעכט אויב באקומט איינער א טיקעט פאר'ן נישט צאלן די מיטער. אבער דער וואס דאבעל פארקט רעכענט זיך נישט מיט די טרעפיק וואס ער מאכט אן. א טיקעט וועט אים דערמאנען אז די געפיראכץ איז אנעקסעפטעבל

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:27 pm

· #241739
און ווער שמועסט נאך ווען מ'דארף אדורכשטופן א באס צווישן די אומלעגאלע געפארקטע קארס בימי ב' וה'. אני הקטן האב נישט לאנג צוריק געהאט אזא מעשה אויף די 53'סטע גאס ביים ביהמ"ד הגדול. מ'איז מיר געקומען זאגן אז דער בעל דבר, פון די אומלעגאלע געפארקטע קאר ווייקט זיך אין מקוה...!

דוק ותשכח » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:55 pm

· #241749
נאך דערצו מיט פאר'פאנגוס'טע פיס

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:35 pm

· #241778
אויב שטייט עס ביי א מיטער איז עס דאך נישט קיין "אויביך", אבער ווען ער בלאקט דיר ווי א רשע, און דו ווילסט אים הרג'ענען, דאס איז טאקע די שוועריגקייט פון אל תשמח...
מיין נישט, איך רעד דא אזוי גרויס, טיף אין הארצן העט איך מיר אויך גוט געפרייט.....

דריידל » מיטוואך מערץ 9, 2016 10:45 pm

· #323858
איך האב זייער ליב די וועבזייטל gofundme. ווען איך הער פון א צוועק אויף וואס מ'שאפט געלט אויף gofundme בין איך אלץ גרייט זיך משתתף צו זיין. כ'האב אריינגעלערנט אז דאס קומט ווייל איך פיל נישט ווי איינער קריכט אויף די נערווען. פארקערט איך גיי אהין ווען ס'איז מיר באקוועם און איך ליין וויפול איך וויל און פערטיג. איך האב אויך נישט די פרעשור פון נישט געבן צו ווייניג און ווערן אנגעקוקט אלץ קארגער אדער געבן צו סאך און עפענען די אויגן פאר אנדערע אז מ'קען מיך מעלקן. אויך ווייס איך אז נישט קיין חילוק וויפול מ'גיט ווערט מען באדאנקט און מ'שפירט אז מ'האט איינעם ארויסגעהאלפן.

ביליג » מיטוואך מערץ 9, 2016 10:57 pm

· #323859
Re: זאכן וואס איך האב ליב
עס גייט אראפ 5% אדער 10% מען דארף מאכן אזא היימישע זאך
עס זאל בלייבן מער רווח פאר'ן צדקה צוועק