☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קרעטשמע מהו?

קרעטשמע מהו?

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6701
בלאט: 1 2 3

כוכב » מאנטאג יוני 30, 2014 12:00 pm

· #208641
קרעטשמע מהו?
מיט שאק האב איך געעפענט א לינק צו א פרישן וועבזייטל מיטן נאמען 'קרעטשמע' אויפן זעלבן פארעם ווי ק'ש און אייוועלט.
שטעלצוך מיין שאלה, מהו? שמוץ איז שוין דא אין פאליש, מעסיג דא, און הייליג אין אייוועלט.
וואס ווילן זיי? א חשד, הייליגער ווי אייוועלט.
בכל אופן איז עס א דורכברוך אז אידישקייט ציעט זיך אריבער צום ווירטואלען וועלט. מזל טוב.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 30, 2014 12:05 pm

· #208646
די 500 ניקס וואס מ'האט פון דא פארשיקט, האבן זיך גע'עפענט א גלות היים.

אפטעמיסט » מאנטאג יוני 30, 2014 12:25 pm

· #208650
לינק ביטע?

בר דעת » מאנטאג יוני 30, 2014 12:34 pm

· #208654
יעדער האט א ליבעראל און עקסטרעמיסט וועמען ער גלייכט נישט. קאווע שטיבל איז פאליש'ס עקסטרעמיסט, אייוועלט איז קאווע שטיבל'ס עקסטרעמיסט, קרעטשמע איז אייוועלט'ס עקסטרעמיסט.
כמובן אז קאווע שטיבל איז די עכטע אמתע דרך האמצעי 😃

חבקוק הנביא » מאנטאג יוני 30, 2014 1:50 pm

· #208686
אפטעמיסט
לינק ביטע?


<a class="postlink" href="http://kretchme.org/">http://kretchme.org/</a>

פישלע העררינג » מאנטאג יוני 30, 2014 2:00 pm

· #208692
@אנאנים דהתם היינו אנאנים דהכא?

positive.yid » מאנטאג יוני 30, 2014 4:45 pm

· #208776
אין קאווע שטיבל זיצן צוויי אידן, טאקע אנע קאפלעך, אבער דאך, אידן.
דארט איז דא דער אותו האיש.

איך אויך » מאנטאג יוני 30, 2014 6:18 pm

· #208798
זייער נישט קלוג אנציהייבן מיט יאשקע. איז עס טאקע ער?

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 6:52 pm

· #208804
זעט אויס ווי א נאדווערנער אייניקעל האט געוואלט עפענען א בית מעדרעש אבער עס איז שוין נישטא פארוועמען
דעריבער האט ער געפענט א "קרעטשמע" און ער זיכט מנין...................... 😃 😂 😛

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 30, 2014 7:42 pm

· #208810
טיטאניק...

👍 👍 👍

כוכב » מאנטאג יוני 30, 2014 7:43 pm

· #208811
😂

עפל סיידער » דינסטאג יולי 1, 2014 12:14 pm

· #208986
[ציטאט אראפגענומען]

אזוי זאגט דארט א ניק @אנאנים.

יידל » דינסטאג יולי 1, 2014 12:37 pm

· #208989
צוויי אידן, דריי דעות.
לענין דער לאגא זייערער, איז עס סתם גע'גנב'ט פון ויקיפדיה'ס "ויקרעטשמע"


אבער וואס איז טאקע פשט מיטן זיך באנוצן מיט ישו'ן אלס פאן-טרעגער?

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 1, 2014 12:48 pm

· #208996
מ'דארף אריינמישן יד לאחים

פינחס מאנדעל » דינסטאג יולי 1, 2014 3:49 pm

· #209031
זייער לאוגאו איז שוין געטוישט.

<a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/">http://www.kretchme.org/</a>

חרבונה » דינסטאג יולי 1, 2014 4:09 pm

· #209034
זעהט אויס יד לאחים האט דא אגענטן.

חרבונה » דינסטאג יולי 1, 2014 5:09 pm

· #209035
כוכב
מיט שאק האב איך געעפענט א לינק צו א פרישן וועבזייטל מיטן נאמען 'קרעטשמע' אויפן זעלבן פארעם ווי ק'ש און אייוועלט.
שטעלצוך מיין שאלה, מהו? מעסיג דא, און הייליג אין אייוועלט.
וואס ווילן זיי? א חשד, הייליגער ווי אייוועלט.
.


מען קען אפטייטשען זייער מכוון בתרי אנפין, אלף אז ס'איז א מלחמה מיט קאווע שטיבעל צו ווייזען אז מען קען זיין ברייט אנדעם וואס מען דארף צוקומען צום צמצום פון אייביג האקען אויפען סיסטעם, או אפ''ל אז ס'איז א מלחמה מיט אייוועלט ווייזענדיג אז מען קען זיין אידיש אנדעם וואס מען זאל דיקטעטן, והבוחר יבחר.

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 5:23 pm

· #209036
כהאב אביסל אריינגעקוקט דערין, די גרינדער זענען קליינקעפיגע קינדערלעך וואס בענקען נאך הייד פארק און האבן בעיקר צימעסדיגע אינטערעסן.
אונזער צימעס איז זיי נישט גענוג, סשטערט זיי אז סאיז בשכינות פון דברים של טעם.

חרבונה » דינסטאג יולי 1, 2014 6:13 pm

· #209039
.........
געכאפט ביי די מעשה.

עס האט מיר איינער געשיקט ביידע לינק'ס פון די נושא, און @אנאנים בויעט שוין גג על גג, עס איז פיינע נייעס.

גראדע האב איך א שטארקע אינטערעסע אין די עוז והדר נייעס ווייל איך האב בעבר אסאך פארדינט פון זיי.

@אנאנים איך האב מורא די רעדסט צופיל פינעם קרעטשמע, ווייל די ביסט דער גאנצער מהרס דא וואס וויל צוברעכן דעם שטיבעל.

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 6:14 pm

· #209040
שטארק! אנאנים.
נו, יעצט שטעלט זיך די שאלה, וואס איז חרבונה'ס אנדערע ניק דא...

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 1, 2014 6:21 pm

· #209041
אפילו די שורה אונטערן קעפל אויבן אויף די סייט העד "אין א היימישע כשרע'ן אטמאספערע" האט א פול סטאפ.

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 6:23 pm

· #209042
* אטמאסטפער...

חרבונה » דינסטאג יולי 1, 2014 6:26 pm

· #209045
אקעי איך גיי עס שוין מתקן זיין 😃

יין שרף » דינסטאג יולי 1, 2014 6:30 pm

· #209047
טיטאניק
זעט אויס ווי א נאדווערנער אייניקעל האט געוואלט עפענען א בית מעדרעש אבער עס איז שוין נישטא פארוועמען
דעריבער האט ער געפענט א "קרעטשמע" און ער זיכט מנין...................... 😃 😂 😛

דאן וואלט ער עס גערופן "די קרעטשניף"...

פלעין יודיש » דינסטאג יולי 1, 2014 6:35 pm

· #209050
כוכב

נו, יעצט שטעלט זיך די שאלה, וואס איז חרבונה'ס אנדערע ניק דא...

חרבונה זה @אליהו הנביא זכור לטוב (כך איתא בחז''ל)

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 1, 2014 6:39 pm

· #209052
נאך א זאך וואס מ'קען ברענגן פאר א שטיקל ראיה אז חרבונה איז דער חברה מאן: קוק זיין תגובה ביי אונז אין אשכול וועסטו זעהן ער ניצט די "justify" אפציע אפילו פאר קליינע הודעת'לעך. דארט טוט דער א.ג. אנאנים אויך אזוי. כמעט אלע זיינע הודעות זענען געשריבן מיט דעם "justify" אפציע.

איך מיין איך מיט @אנאנים גייען ארבעטן פאר די העיט קריים דיוויזיע. וואס האלט דער עולם?

ישי שטיינמעץ » דינסטאג יולי 1, 2014 6:47 pm

· #209055
איך האב געגרינדעט "קרעטשמע", ס'איז בכלל נישט "אקעגען" "קאווע שטיבל", קאווע שטיבל איז זייער פיין פאר וואס ס'איז, אבער ס'דארף זיין נאך פארומים, פונקט ווי מען עסט נישט יעדען טאג די זעלבע זאך פאר נאכטמאל,

קאמאן, גראו אפ, נישט אלעס איז געמאכט זיך צי שלאגען, נישט אלעס איז "פארטייאיש" און "מחלוקת",

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 1, 2014 6:51 pm

· #209056
דו האסט שוין ארויפגעלייגט פינף YouTube ווידיאס ביי אונז אין שטיבל. פארוואס איז עס דארט פארבאטן?

ישי שטיינמעץ » דינסטאג יולי 1, 2014 7:01 pm

· #209058
[ציטאט אראפגענומען]


זאגמיר ס'באדערט דיר באמת אז מיין שותף האט די ניק אנאנים ?

טאמער ס'איז דיר אזוי וויכטיג אפשער קעניך אים בעטען עס צי טוישען,

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 7:09 pm

· #209062
רבי ישי זיסער מיר וואונטשן אלע אייך די גרעסטע הצלחה.
אז מיר האבן אייך דא, אפשר קענט איר זיין אביסל קלארער וואס איז דער געברויך פון קרעטשמע וועלכער חלל גייט זי ממלא זיין, און וואס זענען אירע אינטערעסן.
א דאנק

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 1, 2014 7:11 pm

· #209063
ישי, אלס גוטער פריינד, ס'איז עכט נישט פראפעשאנעל פאר א פארום אדמיניסטראטאר צו קומען אהער און זיך ארום טעהנען ווי א אינגל. מ'האט דיך געפאקט? וויש דיך אפ די נאז און דעק איבער די מצות.
די דזשאוק ווערט לאכעדיגער פון מינוט צו מינוט.

ישי שטיינמעץ » דינסטאג יולי 1, 2014 7:24 pm

· #209066
קיינער האט מיר נישט געחאפט, און די ניק אנאנים איז נישט מיינס, ס'איז א צווייטענס,

טיטאניק » דינסטאג יולי 1, 2014 7:43 pm

· #209069
שטעל דיר פאר ווי גיט גאט איז אז ער האט אינז געגעבען נאדווערנע אייניקעלעך
זיי זענען שוין לאנג נישט אזוי ציניץ געקימען ווי אין די היינטיגע לאווייליגע גרינער דינסטאג 😃 👍

העלא ישי וואס איז נייעס?
וואס טיט זיך?

יין שרף » דינסטאג יולי 1, 2014 8:49 pm

· #209085
רח"ל וויזוי די נאדווערנער אייניקלעך קוקען היינט אויס...
2098.png

ישי שטיינמעץ » דינסטאג יולי 1, 2014 10:19 pm

· #209092
פאר אלע גוטע יארען, כ'בין נישט קיין נדברנה אייניקעל.

petergrifin » מיטוואך יולי 2, 2014 12:47 am

· #209123
העי ישי, אפילו אן אחראי געבט אמאל א לײק. 😃

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 1:19 am

· #209128
העי ישי וואס באדייט ״כשר למהדרין״ ???
און ווער געט די הכשר???

דולה ומשקה » מיטוואך יולי 2, 2014 10:50 am

· #209164
חרבונה
@אנאנים איך האב מורא די רעדסט צופיל פינעם קרעטשמע, ווייל די ביסט דער גאנצער מהרס דא וואס וויל צוברעכן דעם שטיבעל.


@חרבונה אביסל רואיג, דער קרעטשמע איז נאך במעי אמו ניטאמאהל א יונק שדים, דו האלטסט טאקע אז @אנאנים איז פרא אבארשין?

עפל סיידער » מיטוואך יולי 2, 2014 11:19 am

· #209171
@ישי שטיינמעץ איך קען דיר דאך יא פון נדבורנה? וואס האסטו מורא צו זאגען.

שבת אחים » מיטוואך יולי 2, 2014 11:20 am

· #209172
יין שרף
רח"ל וויזוי די נאדווערנער אייניקלעך קוקען היינט אויס...


עפל סיידער
@ישי שטיינמעץ איך קען דיר דאך יא פון נדבורנה? וואס האסטו מורא צו זאגען.





ער איז א אייניקל פון א חשובע פוילישע משפחה דער ראש הקהל פון קראקא און פון די מאמעס זייט זענען זיי אונגארישע פון דעברעצין און קערעסטיר זיין עלטער זיידע הרה״ח ר׳ ישי שטיינמעץ ז״ל איז געוועהן דער אייגנטימער פון די קרעטשמע אין דזשיקוב געוועהן א גרויסער ת״ח א תלמיד פון ישיבה דנהרדעא

דרך אגב זיי האבן זיך קודם גערופן ׳אנאנים׳ און שפעטער האבן זיי געטוישט דעם נאמען צו ׳ראש הקהל׳ משום מעשה שהיא
עיין ערך קרעטשמע דפוס ראשון <a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/index.php">http://www.kretchme.org/index.php</a>

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:41 pm

· #209752
מ'קען זיך רייסן.

📎 Capture.JPG

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:45 pm

· #209753
זעט אויס ווי אפאר מדריכים אין קעמפס\דעי קעמפס פירען עס אן
😂 😂 😂

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:45 pm

· #209754
דער אדמיניסטראטער איז זיכער נישט וואקסינירט

כוכב » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:50 pm

· #209756
סתם א פורים די גאנצע סיסטעם.
מקען דן זיין אויב סדא א געברויך פאר נאך א פארום ערגעץ צווישן קאווע שטיבל און אייוועלט, לענ'ד איז סתם אזוי די גאלדן ערא פון אידישע פארומס פערטיג, דער עולם טרעפט בעסער וואס צו טון, אבער בכל אופן זיי זענען סתם קליינע קינדערלעך, די גאנצע זאך דארט האט נישט קיין הענט און קיין פיס.

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:52 pm

· #209758
ברוך ה' אשר הסיר חסדו מאיתנו און ציגעשטעלט פאר אלע סארט ליידיגעייער וואס צי טין מיט זייער צייט
דער פרימער ליידיגע שטריק שרייבט אין אייוועלט
דער אויפגעקלערטער (לעבט נישט אין באקס נאר אין א סורקעל) ליידיגער שרייבט אין קאווע
דער שייגעץ (וואס פארט מיט א שייגעץ בייק און רעד שייגעצדיג) שרייבט אין פאליש
דער וואס האט שוין אויסגעדראשען אלע 3 און האט נאך אלץ ליידיגע צייט (און די קנעפלעך אויף זיין קי באורד איז נאך נישט פלאך פון אזוי סאך טייפען) שרייבט אויף קרעטשמע
בקיצור עס איז א עולם השלם
יעדער איז ביזי און מען האט נישט קיין צייט צי די קינדער
👍

berlbalaguleh » דאנערשטאג יולי 3, 2014 8:49 pm

· #209785
טיטאניק
ברוך ה' אשר הסיר חסדו מאיתנו און ציגעשטעלט פאר אלע סארט ליידיגעייער וואס צי טין מיט זייער צייט
דער פרימער ליידיגע שטריק שרייבט אין אייוועלט
דער אויפגעקלערטער (לעבט נישט אין באקס נאר אין א סורקעל) ליידיגער שרייבט אין קאווע
דער שייגעץ (וואס פארט מיט א שייגעץ בייק און רעד שייגעצדיג) שרייבט אין פאליש
דער וואס האט שוין אויסגעדראשען אלע 3 און האט נאך אלץ ליידיגע צייט (און די קנעפלעך אויף זיין קי באורד איז נאך נישט פלאך פון אזוי סאך טייפען) שרייבט אויף קרעטשמע
בקיצור עס איז א עולם השלם
יעדער איז ביזי און מען האט נישט קיין צייט צי די קינדער
👍

טיטאניק. דו ביסט מורא'יג. בלעה"ר. עמו"ש. דו האסט אריינגעטראפן אין פינטל. את חטאי אני מזכיר. כ'האב נעכטן אריינגעשמעקט אין "די קרעטשמע" כ'האב מיר אפילו געמאכט א ניק. נאר איך בין שנעל צוריקגעלאפן דא אהער. דער גאנצער אויסלייג (דארט) האט נישט קיין טעם. און זייערע תקנות האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. כ'ווייס נישט. עולם ביצה מאכט מיך ממש דיפרעסט. ווען זיי טרייען נאכצומאכן קאווע שטיבל, נניח. אבער זייער פארמאט איז ענליך צו ביצה עולם... עמיר זעהן צו זיי וועלן אנציען גוטע שרייבער! 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

סאשי פיש » דאנערשטאג יולי 3, 2014 11:02 pm

· #209814
דער פינטעל איז שוין דארטען!
image.jpg

עפל סיידער » פרייטאג יולי 4, 2014 12:53 pm

· #209961
וועלמיר ווארטען צו זעהן ווילאנג מען וועט אים דארט לאזען, דא זעה'ך האט ער נישט צו לאנג מאריך ימים געווען.

ביבער » פרייטאג יולי 4, 2014 1:40 pm

· #209972
דער מיטן קאמפולסיוו ניק סינדראם האט זיך ב"ה געטראפן ווי צו שטילן זיי הונגער, די הערליכע מאנאלאגן וועלן אצינד קענען זיך אויסברייטערן צווישן עטליכע פארום'ס, די לייקס וועלן זיך טריפלען, איך שאץ אז ביז אפאר וואכן וועלן שוין 85% ניקס און לייקס אשכולות און תגובות פון איבער די אידישע אינטערנעט זיין אונטער זיין פירערשאפט.

עפל סיידער » מיטוואך יולי 9, 2014 7:55 am

· #210998
בלאט: 1 2 3