☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קרעטשמע מהו?

קרעטשמע מהו?

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6701
בלאט: 1 2 3

smart » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:24 am

· #261279
אשפ"ג פון דעם זייגער..

במילא ער האט אסאך ציט אבער ער זעט נישט וואו ער רעדט צום וואנט?? איך פארשטיי נישט וואו אזוי ער גייט אן...

איף האב דארט איבערגעקיקט האב איך געזען ביי אקטיווע אשכולות כמעט 4 בלעטער יאפ 4 בלעטער איז אלעס אראפ פון זייגער אין קיין איינס (אולי איינס) פון א צווייטען!!

נופת צופים » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:56 am

· #261288
Re: קרעטשמע מהו?
לינק ביטע?

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 25, 2015 10:56 pm

· #261866
דער זייגער דערקלערט זיך זיגער מיט גאנצע איין באזוכער אין די לעצטע פינף מינוט. (ביטע נישט קליקן דעם לינק אונטן מער ווי דריי מענטשן אויף איין מאל, איר קענט נאך קראכן זיין סערווער) 😉
און ווער איז די פארלירער? יא! צוגעטראפן, טאקע ק"ש ימח שמינו! 😛
<a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=6&t=478">http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=6&t=478</a>

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:38 am

· #261926
אינטרעסאנט וואס איך זעה אין תקנות הקרעטשמע
אלגעמיינע פאליסיס און תקנות.
הודעהעל ידי אדמיניסטראטאר » מיטוואך יוני 25, 2014 9:09 pm


ה) צו זיין קלארער: פערזענליכע אטאקעס, בפרט קללות און מיאוסע לאזונגען "גייען געמעקט ווערן", ביטע עס נישט שרייבען.

**קללות איז נישט ערלויבט אויף קיין שום איד, אויך נישט אויף קיין ציונים נישט "שר"י" נישט "ימ"ש" און נישט אנדערע קללות,



זעהט זיך אויס אז קאווע שטיבל זענען נאך ערגער פון ציונים...

<a class="postlink" href="http://kretchme.org/viewtopic.php?p=2#p2">http://kretchme.org/viewtopic.php?p=2#p2</a>

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:13 am

· #261940
who cares about them?

ישראל קאפקע » מאנטאג מערץ 30, 2015 10:59 pm

· #263017
די קאמישע אונטערגאנג פון קרעטשמע
<a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/search.php?search_id=active_topics">http://www.kretchme.org/search.php?sear ... ive_topics</a>

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:28 am

· #263046
ס'איז קיינמאל איבערגעגאנגן אז ס'זאל קענען אונטערגיין... לא היה דברים מעולם.

כוכב » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:10 am

· #263099
שטייצעך אז דער פאליטיק דארט צווישן זייגער און די אנדערע חברה, איז זייער אפרילס פולס וויץ.
א שמחה אין שטעטל און נישטא ווער ס'זאל לאכן.

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:32 am

· #263109
Re: קרעטשמע מהו?
ס'דא יעצט א לחיים אין קרעטשמע. ס'איז צוגעקומען א נייע תגובה

זייגער » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:43 pm

· #263592
קרעטשמע מהו!!
איך קוק מיר דא אום אין דיזע אשכול, און איך זעה דא צו די גאנצע קרעטשמע-קש סומעטאכע. איך האב באשלאסן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען א פארשטענדעניש צווישן די צוויי פראקציעס פון היימישע אינטערנעט.

קודם כל, איך פארשטיי און איך ווייס אז מען קען נישט אינגאנצן אפטון די צארן, און דאס איז די דרך העולם מיט קאמפעטישן, ועאכו'כ ווען ביידע זענען גרויס איך האף אי'ה איין טאג אפצושרייבן אן ארטיקל איבער די היסטארישע מחלוקת צווישן קש און קרעטשמע, וואס דאס וועט פארשטייט זיך פארשריבן וטערן אין זכור ימות עולם מיט זילבערנער פעדערן און גרויסע פאפירן, ועוד חזון למועד.

איך וועל אנהייבן מיט א מעשה וואס איז באקאנט. עס איז געווען איינער פון די קעניגן, איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען ינזריאל המלך אדער א אנדערע, אבער די מעשה גייט אז ער פלעגט זיך איינשפארן יעדער טאגאין א שטוב אליין, פאר בערך א שעה. די גבאים פלעגן זיך אלעמאל וואונדערן וואס דער קעניג טוט דארט. איין טאג האט איין גבאי זיך גענומען די חוצפה, און ער האט זיך באהאלטן אין די צימער. עס גייט דורך אפאר מינוט, און די קעניג קומט אריין, און ער פארשפארט די טיר.

די גבא. האט זיך מיט גרויס צרות פרובירט איינצוהאלטן זיין אטעם, היות ער האט געהאט א שווערער גוף. ער פלעגט אסאך עסן, כידוע ליודעי חן. די קעניג שטעלט זיך אוועק אינמיטן צימער, און ער הייבט אן רעדן צו זיך. דער גבאי האט זיך זייער דערשראקן, אפשר איז די קעניג אראפ פון זינען.

מיטאמאל האט די גבאי געמאכט א גניחה. די קעניג גייט צו, און פרעגט עם 'וואס טוסטו דא? האט ער זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז ער איז געווען נייגעריג. די קעניג האט באשלאסן אז ער וועט עם מסביר זיין פארוואס ער טוט דאס, אבער ער האט געזאגט קום צום אנדערע צימער, צוליב דער שמעק פון די גניחה.

אין די אנדערע צימער, האט זיך די קעניג אוועקגעזעצט, און ער האט געהייסן די גבאי שטיין, משום חשש אז די בענקל וועט ווערן אויס בענקל. די קעניג האט אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין אז יעדער מענטש דארף זיך אויסגעבן די ביסל 'משוגא ' וואס מען האט אין זיך. און צוליב דעם האט ער דאס געטון. אבער אודאי, האט די קעניג פארגעזעצט, דאס איז ביי איינער וואס דארף עס באמת, נישט סתם רעדן אין וועלט אריין, וואס דעמאלס ווערט מען טאקע משוגא.

פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דא איז אזו . נישט יעדער האט ליב די זעלבע עסן, און נישט יעדער האט ליב די זעלבע וועבסייט. דא איז איין סטיל פון רעדן און שרייבן, און ביי אונז אין קרעטשמע מהו, זענען דא מענטשן וואס דארפן זיך אויסגעבן, און ממילא קומט מען אין קרעטשמע, ווי מען קען רעדן צו זיך.

איך דארף שוין ענדיגן, און איך וועל נאך צוריק קומען צו דעם, אבער דערווייל קענט איר דא פרעגן סיי וועלכע פראגן איר האט.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:44 pm

· #263593
דיינע פילן זענען אויסגעלאפן?

נופת צופים » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:47 pm

· #263594
Re: קרעטשמע מהו?
זייגער, איך קוילער מיך נאך

סומאטוכעס, גניחה'ס, גבאים, משוגעים, מטומטמים, מחלוקת

זייגער » מיטוואך אפריל 1, 2015 5:31 pm

· #263608
איך באקום פאזעטיווע פידבעק אין אישי ב'ה.

איך וועל אנגרייטן א ארטיקל פאר סוכות אין די סא-כות אויסגאבע

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:17 pm

· #263626
מיינסט אין די סיק-עסס אויסגאבע?

נופת צופים » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:20 pm

· #263631
Re: קרעטשמע מהו?
ניין, די סיק-עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע

זייגער » מיטוואך אפריל 1, 2015 6:21 pm

· #263632
נופת צופים
ניין, די סיק - עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע


ביי אונז איז נישט דא קיין גבאים

מפוזרי » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:02 pm

· #263645
ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.

קאסטנער » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:03 pm

· #263646
סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..

זייגער » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:12 pm

· #263648
מפוזרי
ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.


קרעטשמע שטייט מיטן פילן פראכט

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:54 pm

· #263654
אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.

יין שרף » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:14 pm

· #263708
וואס? וואס? 🙄

זייגער » מיטוואך אפריל 1, 2015 11:16 pm

· #263709
רויטע וואנצעס
אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.


דארט שאשקעט מען אזויפיל אז מען שלאפט איין.

זייגער » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 7:43 pm

· #263906
צו דער וואס רייסן אונז אראפ, און זאגן אונז זעמיר טויט, סיגעווען 3 תגובות היינט.

והוא שעמדה וכו'....

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 2, 2015 8:31 pm

· #263919
Re: קרעטשמע מהו?
קאסטנער
סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..

כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי

זייגער » זונטאג אפריל 5, 2015 9:24 pm

· #264169
רירענדע אשכול אין קרעטשמע מהו געבט איבער א פולן באריכט איבער דער פטירה פון רבי שמואל וואזנער זצ'ל:

<a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=482">http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=482</a>

נופת צופים » זונטאג אפריל 5, 2015 9:51 pm

· #264183
Re: קרעטשמע מהו?
נופת צופים
קאסטנער
סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..

כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי

יעצט קאנפירמט אז ער'ז אן אונזעריגער.

דו לץ איינער @זייגער

בעל מדות » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:09 pm

· #268575
איך האב געשטוינט ביים באזיכן די קרעטשמע דארטן צום ערשטן מאל, איך האב מיך געשפירט זייער אומהיימליך אויף דעם ליידיגן קאלטן באדן וועלכע ערקלערט זויערקייט און עלנדנעס. איך האב געפילט ווי אין טשערנאביל.

די חילוק פון קרעטשמע ביז טשערנאביל איז נאר אז אין טשערנאביל האבן אמאל געווירבלט די גאסן מיט מענטשן און אין קרעטשמע האט געהערשט א פוסטע שטילקייט מיום וואס זי איז געווארן געגרינדעט, זייענדיג עדות צו נאך א אומסוקסעספולע פראיעקט וואס איז געווארן אינטערגענימען דורך מענטשן ווערנדיג געפירט מיט א דזשי. פי. עס. וועלכע איז ווי עס שיינט, געניצט געווארן נאכן אריינפאלן אין וואסער.

איש את רעהו » זונטאג אפריל 26, 2015 12:44 pm

· #269682
יעצט זעה איך זיי האבן פארשיקט זייגער

@זייגער וואס האט פאסירט?

נופת צופים » זונטאג אפריל 26, 2015 1:07 pm

· #269685
Re: קרעטשמע מהו?
זעהט אויס אז זייגער האט נישט גענוג געשריבן דארט.

מפוזרי » זונטאג אפריל 26, 2015 1:38 pm

· #269693
דארט שרייבט זייגער אז מ'האט אים דא אויסגעשפארט.

איש את רעהו » זונטאג אפריל 26, 2015 5:10 pm

· #269782
וואס האט ער געטון שלעכט דא

נופת צופים » זונטאג אפריל 26, 2015 9:42 pm

· #269880
Re: קרעטשמע מהו?
היינט 1:10פמ האט ער באזוכט דא. ווען האט ער געשריבן אז מ'האט אים אויסגעשפארט?

lazar » מאנטאג יולי 6, 2015 11:46 am

· #287344
@אנאנים ס'נישטא וואס צו באוויינען

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 6, 2015 11:53 am

· #287345
דער קרעטשמע איז אויסגעלאפן פון שנאפס.

ליפא » מאנטאג יולי 6, 2015 11:56 am

· #287349
קיינמאל קיין שנאפס נישט געווען....

lazar » מאנטאג יולי 6, 2015 12:08 pm

· #287351
קומענדיגע יאר שבעה עשר בתמוז וועט מען מקונן זיין ביי די סליחות 'אוי נא לנו כי חטאנו, כי בשבעה עשר בתמוז נבטל קרעטשמתינו'.

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 13, 2015 9:24 pm

· #289158
ישי שטיינמעץ
איך האב געגרינדעט "קרעטשמע", ס'איז בכלל נישט "אקעגען" "קאווע שטיבל", קאווע שטיבל איז זייער פיין פאר וואס ס'איז, אבער ס'דארף זיין נאך פארומים, פונקט ווי מען עסט נישט יעדען טאג די זעלבע זאך פאר נאכטמאל,

קאמאן, גראו אפ, נישט אלעס איז געמאכט זיך צי שלאגען, נישט אלעס איז "פארטייאיש" און "מחלוקת",

וואס איז געשען @ישי שטיינמעץ?

ישמעאל הכהן » מאנטאג יולי 13, 2015 9:49 pm

· #289161
זעט אויס ער האט מחליט געווען אז מ'קען יא עסן יעדן טאג דעם זעלבן נאכטמאל

שבת אחים » מאנטאג יולי 13, 2015 10:58 pm

· #289179
ישמעאל הכהן
ישי שטיינמעץ
איך האב געגרינדעט "קרעטשמע", ס'איז בכלל נישט "אקעגען" "קאווע שטיבל", קאווע שטיבל איז זייער פיין פאר וואס ס'איז, אבער ס'דארף זיין נאך פארומים, פונקט ווי מען עסט נישט יעדען טאג די זעלבע זאך פאר נאכטמאל,

קאמאן, גראו אפ, נישט אלעס איז געמאכט זיך צי שלאגען, נישט אלעס איז "פארטייאיש" און "מחלוקת",

וואס איז געשען @ישי שטיינמעץ?


ער האט (מסתם) געטראפן א דזשאב אין יראים טשאפל היטן אויף די טויטע זאלן נישט אנטלויפן אדער ארבעט ער גאָר אין די מצה בעקעריי שעל ידי קהילתנו הקדושה והטהרה

ליפא » פרייטאג יולי 24, 2015 12:31 pm

· #291548
לכבוד תשעה באב האבן זיי צוריק געעפענ.... ווי זינגט זיך דען בעסער דער איכה ישבה בדד ווי דארט אין קרעטשמע? 😎

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 24, 2015 12:37 pm

· #291549
מאך נישט חוזק, בקרוב וועט מען קענען פרעגן 'קאווע שטיבל מהו'.
אויב נישט אין קוואנטיטעט, דאן אין קוואליטעט.
😞

ליפא » זונטאג יולי 26, 2015 4:04 pm

· #291782
📎 Screenshot_2015-07-26-16-01-50-1.png
📎 Screenshot_2015-07-24-12-28-19-2.png
מ'טאר נישט אזוי לאכן היינט!

פלעין יודיש » זונטאג יולי 26, 2015 6:04 pm

· #291797
שיין קיקט מען אויס ווען מ'שטאלצירט זיך אז מ'שטייט בעסער ווי קרעטשמע 😞
בלאט: 1 2 3