☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קרעטשמע מהו?

קרעטשמע מהו?

143 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6701
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 9, 2014 10:25 am

· #211008
אויך מיר א מתנחל.....

zurich » דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:22 am

· #211167
איך גלייב נישט, די נאר פרייליך האט נאכאמאל געמאכט די מיסטעיק פון די צוויי שטרעכלאך כזה: נאר,, פריילאך
ווי די פסוק זאגט......

I'm back » דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:54 am

· #211205
נאר,,פרייליך/עפל סיידער,,,, ס'איין זאך

סאשי פיש » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:48 pm

· #222560
איך ווער משוגע פון די איידיע פון עפענען ליידיגע אשכולות. למשל..
טעגליכע נייעס בולעטין
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז ווען איינער וויל ארויפלאדענען נייעס זאל עס קימען מיט א צייט אזוי אז מען זאל כסדר ווערן "אינפארמירט" מיט פרישע קורצע נייעסלעך וועלכע פאדערן נישט קיין באזינדערן אשכול

קול מבשר אינפארמאציע ליניע איז היינט א נעץ וואו באלד פיפציג טויזנט ציהערער טעגליך ווערן "אינפארמירט" מיט נייעס אין אלעס ארים אידישע מידיא
עס איז גאר פראפעסיאנאל אין מאסיוו אוועקגעשטעלט אין איז ווערד א אשכול אין אינזער "קרעטשמע"
דא קען מען אויסשמועסן סיי די נייעס וואס ווערן דארט געמאלדן סיי די נייע אינטערוויוס אין איבער קול מבשר זעלבסט

סיי ווער עס טרעפט עפעס ווערט פארבעטן צי עס מיטטיילן

יחי ההבדל הגדול...

פלעין יודיש » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 3:59 pm

· #222565
וואס פארשטייסטו נישט 😉
אינז האבן שוין כמעט האלב אזויפיל אשכולות וויפיל קאווע שטיבעל פארמאגט אצינד....
אזוי ווי פאפע האט שוין קרוב האלב פון די סכום משפחות וואס סאטמאר האט 😂

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:17 pm

· #222573
דער אינפארמירט האט געעפענט דארט אן אשכול איבער דעם מוראדיגן שרייבער שלום אויש פון אייוועלט.
יעצט דארף שלום אויש עפענען אן אשכול איבער דער מוראדיגן שרייבער אינפארמירט...

ישמעאל הכהן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:24 pm

· #222579
זיי זענען א רחמנות איך וואלט נישט אזוי חוזק געמאכט..., און דער מייסד דארט שרייבט אליינס מיט 8 ניק'ס, געב עס צייט אביסל און זיי וועלן דינגן מענטשן זאלן ליינען דארט,...,

ישמעאל הכהן » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:36 pm

· #222587
חחחחחחחחחח
איינער שרייבט יעצט דארט אזוי

עס קומען אן באריכטן אז די סעמי אפיקורסים פון ק"ש האבן אנגעהויבן א העץ קאמפיין קעגן אונזער קרעטשמע. דאס איז גינסטיגע נייעס ווייל דאס צייגט ווי שטארק זיי ציטערן פון אונזער סוקסעס.
אין די זעלבע געלעגנהייט ווענד איך מיך צו די וואס שרייבן אויף די אומאויסגעהאלטענע מקומות: איכא דרכא אחרינא! הבדלו מתוך העדה הרעה הזה! קומט קיין קרעטשמע וואו איר וועט נהנה זיין פון א גלעזל 'כשר'ע' ביר. וואס דארפט איר טרינקן נאר טריפה?


לאל! דער תלוש פרייט זיך און גאר מאכט זיך ווי ער האלט באמת אז מ'ציטערט דא פון דעם קאליקן קרעטשמע וואס האט נישט קיין אויסזיכטן. העי יו, שיק אריין א טשעק דא פארן ענק דערמאנען. ווען נישט ענקערע נארישע אגענטן וואס ענק שיקן צו לינקן דא יעדע פאר מינוט וואלט קיינער נישט גערעדט פון ענק.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 4:45 pm

· #222592
לאמיר שוין אויפהערן צו "אייוועלטן" קרעטשמע. לאז זיי צורו. די פארטריבענע פון דא דארפן א מקום מקלט, אויב נישט וועלן זיי צוריקקומען מיט נייע ניקים. אונז דארפן קרעטשמע פונקט ווי צימעס. אזוי ווי צימעס האלט ארויס די שמוץ פון אלגעמיינער שטיבל, האלט קרעטשמע ארויס די פאטריבענע פון דא.

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:19 pm

· #222623
אפיקורסות און כפירה זענען נישט ערלויבט אין שטיבל. אויב איינער באמערקט עפעס פון דער קאטאגאריע האט ער אן אחריות דאס צו באריכטן.
ווי ווייט איך געדענק, שטייט נישט אין רמב"ם אז רעדן קעגן גאלדענע בעקיטשעס הייסט כפירה.

Kool man » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:33 pm

· #222625
און ארומרעדען וועגען אוואלוציע האט אויכעט נישט מיט כפירה? האו עבאוט מאכען ליצנות, אדער גאר ארויסקומען שארף אקעגען מציצה בפה [וואס ווערט געברענט אין די פוסקים, און איז אמווייניגסטענס א אור אלטער מנהג ישראל]? און ווען מ'רעט אין א אשכול פון יודיש לעבען גויאיש לעבען האבען אפאר שרייבערס אפען גערעט כפירה לכל הדיעות, ס'יז דא זייער אסאך, דאס געדענק איך אויף די מינוט

Kool man » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 6:42 pm

· #222630
און אז מ'רעט, על'יך אויפברענגען נאך מענין לענין, מ'קען נישט בעטען קיין פאטא איידי ביים אננעמען א שרייבער, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז ס'זענען דא שרייבער אין אסאך יודישע בלאגס און וועבזייטלעך וואס זענען פורקי עול אינגאנצען, צו נאך פארשטעלט מיט עפעס פון יודישען לבוש נאר עובר כל עבירות שבתורה, און אויכעט אזעלעכע וואס פירען א פרייע גויאיש לעבען אינגאנצען, און זיי קומען אויף די יודישע וועבזייטלעך אויסגיסען דאס ברעכאכץ וואס איבעלט זיי אין די קישקעס אגאנצען טאג, ס'מוז זיין עפעס א סיסטעם דא אז פרייע יודען זאלען גיין צו די געשמאקע גויאישע וועבזייטלעך וועמען זיי שעצען און ליבען אזוי שטארק, און נישט זיך דרייען דא צווישען די עקעלדידע שמוציקע גלויביקע זשידען פון וועמען זיי גרוילען זיך אזוי שטארק,

פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 7:49 pm

· #222637
Kool man
און ארומרעדען וועגען אוואלוציע האט אויכעט נישט מיט כפירה?

סארי טו טעל יו, אבער ניין! ארומרעדן איבער עוועלוציע, איז אויסדריקליך נישט קיין כפירה. כידוע, אז עס זענען געווען עטליכע גדולי ישראל, וועלכע האבן קלאר געשטעלט אז עס בכלל נישט קיין סתירה צו תורת משה.
די וועלכע זאגן אז עוועלוציע איז כפירה, דארפן אזוי אויך האלטן אז זאגן אז די וועלט איז אזוי ווי א קוגל, און/אדער אז די זוהן איז אין די צענטער וכו׳ איז כפירה.

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 8:04 pm

· #222643
און ווער רעדט נאך אז האלטן שבת איז לאו דוקא ,עס זענן דא ביליאנען אראבערס וואס האלטן פרייטאג און בילאנען קריסטן וואס האלטן סאנדעי.

ווער עס רעדט זיך איין אז מען דארף דייקא האלטן שבת איז סתם א נישט קילע פרומאק נאך דער צו אז די אזוי פארהאסטע אדמורי''ם ורבנים היטן שבת.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 10:22 pm

· #222674
און אז מ'רעדט שוין וויל איך מעורר זיין אז א גרויסע טייל פון די ניקים דא רעדן מיט א גלייכגילטיגקייט דברי כפירה ומרידה בהשם, ואין פוצה פה ומצפצף. אדרבא, די א. ג. פרומע ניקים לייקן זיי נאך און געבן חיזוק רח"ל! די רבי ז"ל האט קלארגעשטעלט אז אזעלכע דיבורים זענען ביהרג ועל יעבור!!! די רבי ז"ל האט זיך געטראפן מיט רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן און קיין איינער האט נישט געקענט אפפרעגן זיין קלארע בירור הלכה אין ויואל משה, און אין על הגאולה. דאס מיינט אז די עניינים זענען מוסכם בפי כל. די מנהלים וואס לאזן דאס צו טראגן א גרויסע אחריות! געדענקט אז ס'נישט קיין הפקר וועלט.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה!


.

ביבער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:07 pm

· #222684
איך אויך
גראדע אביסל שווער אנצוקלאפן מיט א אחראי א בעל דעת אבער איך האלט אינמיטן א אויסטויש מיט קעלנער און אויב איך באקום רשות איז מיין רצון צו עפענען א אשכול ווי מען וועט דיסקאסן אלע צדדים בטוב טעם. (און סתם אזוי איז אזא געדאנק פון א אשכול לאנג אווערדיו)

איך האף די אחראים האבען גענוג סעלף קאנפידענדץ צו פארשטיין אז אזא אפענע שמועס איז יעדעמ'ס טובה ,זיי אינקלודעד.


כאילו ס'פעלן אזעלכע אשכולות אין קאווע שטיבל..., כמיין סאיז די מערסט אויסגעדראשענע אישו נאך וועבערמאן, אדער לערנט מען זיך טאלעראנץ אדער מופט מען אוועק, קאווע שטיבל בלייבט א פלאץ ווי אלע אידן וועלן זאגן זייערע דעות אומגעשטערט.

מיין פעיוואריט קוואוט אף אלל טיים:
I may disapprove of what you say, but will defend to death your right to say it -Voltaire

קפנדריא » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:57 am

· #222755
Kool man
און אז מ'רעט, על'יך אויפברענגען נאך מענין לענין, מ'קען נישט בעטען קיין פאטא איידי ביים אננעמען א שרייבער, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז ס'זענען דא שרייבער אין אסאך יודישע בלאגס און וועבזייטלעך וואס זענען פורקי עול אינגאנצען, צו נאך פארשטעלט מיט עפעס פון יודישען לבוש נאר עובר כל עבירות שבתורה, און אויכעט אזעלעכע וואס פירען א פרייע גויאיש לעבען אינגאנצען, און זיי קומען אויף די יודישע וועבזייטלעך אויסגיסען דאס ברעכאכץ וואס איבעלט זיי אין די קישקעס אגאנצען טאג, ס'מוז זיין עפעס א סיסטעם דא אז פרייע יודען זאלען גיין צו די געשמאקע גויאישע וועבזייטלעך וועמען זיי שעצען און ליבען אזוי שטארק, און נישט זיך דרייען דא צווישען די עקעלדידע שמוציקע גלויביקע זשידען פון וועמען זיי גרוילען זיך אזוי שטארק,


קאאל מאן, האסט מיר אויסגעכאפט מיין מחשבה, ביודעי ומכירי קאמינא, איך ווייס פון דעפרעסטע אידישע גויים וואס זיצן אויף די היימישע סייטס וואו מ'גיט זיי א באקוועמע פלאטפארמע, נישט נאר וואס זיי קענען דא אויסגעבן זייערע נבילה אנגעגעסענע איבלען, נאר אפאר נארישע "מאראנען" און וואנעבי אפיקורסים'לעך קומען נאך צולויפן מיט די צונג ארויסגעשטעקט זיי צו "לייקן" ביי יעדע שטיקל נארישע השכלה אפיקורסות אדער סתם קינדערישע ליצנות פון כל הקודש, און די וואס ווערן עקסייטעד פאר אביסל "אויפגעקלערטקייט" (כפירה בלע"ז) קומען לעקן און שרייען "ס'איז דעלישעס, געוואלדיג", נאדיר א לייק, וואס איז די רעסעפי? ...

סאשי פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 3:16 am

· #223009
איינער שרייבט...
איך רעד פריער מיט א חבר וואס האט א חבר וואס שרייבט (ליידער) אויף ק"ש, זאגט ער מיר אז די פארשוינען דארט זענען אויסער זיך פאר פחד, און ציטערן פאר קאמפעטישן. אויסער דעם וואס קרעטשמע איז נישט קיין בר פלוגתא פאר יענעם טרייפענעם מקום -- יענס איז מקום מוכן לפרעניות -- און דא איז א בית וועד לחכמים, מעגן זיך די יעניגע ארייננעמען אין קאפ אז ס'איז דא גענוג פלאץ פאר ביידע צו לעבן זייט ביי זייט אויף דעם ווארלד ווייד וועב, און זיי דארפן נישט אזוי ציטערן פון אונזער עקזיסטענץ, עכ"פ עס נישט ארויסווייזן.

איך פארשטיי זייער פחד. קרעטשמע, דער קוים געבוירענער זייטל, ווארפט אן ערענסטע סכנה פאר יענער מקום און די ניקס למיניהם ציטערן ווי פאר'ן טויט. הערט חברה, קרעטשמע איז א ריאליטעט צי איר ווילט צי נישט. איר זענט אלע געלאדענט צו קומען שרייבן דא, און מיר פארזיכערן אייך א רואיג מקום צו שמועסן און פארברענגן -- רואיג פון דעות כוזבות, און ריין פון אפיקורסות.

דער שרייבער פון די שורות פארשטייט נישט איין זאך אז אן קיין שרייבערס איז גארנישט דא! און טאקע דאס פעלט אים! ער האט קאפירט א אויסשטעל האלב פון דא און האלב פון אייוועלט האלב חומרות גענומען פון דא און האלב פון אייוועלט עס טוט זיך עולמות מיט היכלות מיט גבאים און אחראים און נדבנים אבער צוויי זאכען פעלן שרייבערס מיט ליינערס.

ניטעמאל דא ווער עס זאל לאכן...

א חבר׳ס חבר׳ס חבר׳ס וואס שרייבט אויף קאווע שטיבעל
, איך האב ליב ווען איינער דערציילט א מעשה פון זיין חבר.

נ.ב. ווער עס האט מורא, זאל לערנען תורה.

Kool man » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:26 pm

· #223130
למשל מאכען א שמחה גדולה ווען די רעגירונג וויל אסר'ן מציצה בפה איז א סימבאל פון א מאמין, אפלאכען פון יעדע רב און אנגעזעהנע יוד איז ממש א מורא'דיקע מאמין, אפלאכען פון יעדע מנהג ישראל און מסורה איז ממש א שטיק ריינע אמונה הטהורה, פשוט ס'שטינקט פון אמונה, אגוטען פורים,
קאט דע קרעיפ פעיפער
😈

חרבונה » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:33 pm

· #223133
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין גרייט צו בעט'ן, וויפיל ביסטו גרייט איינצולייגען?

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:59 pm

· #223256
נאר אויף סאטמאר מעג מען האקן?

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:07 pm

· #223262
קיינער אבער קיינער! שרייבט נישט אויפן רבי ז''ל אזעלכע שמוציגע ביליגע מיסטיגע לשונות וואס דער נוצט. בסך הכול איז זייער לעגיטים דן צו זיין אויב זיינע שיטות און תורות זענען אויסגעהאלטן תורה'דיג ,היסטאריש און מאראליש (ספעציעל אז ער אליינס האט אוועקגעמאכט במחי ווערטל אלע ריזן פון בעפאר אים און פון זיינערצייט אויב האט זיך עם געדאכט אז יענער האלט א טראפ אנדערש ווי זיין שיטה הק' ,דאן פארדינט ער דעם זעלבן טריטמענט).

אבער נאכאמאל אלעס וואס מען שרייבט איז פון געוויסע שטריכן פון זיינע התנהגות און פון זיינע שיטות בפועל ,אבער ווער דערוואגט זיך דען צו שרייבן עפעס אום דרךארצ'דיג אקעגן דעם אדם גדול וקדוש פערזענליך?

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:12 pm

· #223264
בקיצור ביי דיר ענדיגט זיך דער וועלט, וכמאמר החכם: ווייניגער ווי מיר איז א שייגץ, פרומער ווי מיר איז א בהמה.

#ך'הער דיין טענה.

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:13 pm

· #223266
דאס איז אויפן רבי'ן אליינס אבער אויף די מאפיאנערישע אנשי דלא מעלי מיט וועם ער איז ליידער געווען ארומגענומען ,וואס משום איזה סיבה האט מען זיי באקרוינט מיט די טיטלן 'חכימה דיהודאי' און 'לייב גווארדיסטן' וואס מיר אלע ווייסן אז די באנדיטן זעען געווען עלול אויף דאס ערגסטע (און אלעס ביז אהין) אויף זיי איז נישט דא קיין שום ענין מחפה צו זיין ואדרבה אבות לבנים יספרו אין וואספארא טעראר וועלט די יארן דמתקריא 'די בראשית יארן' מען האט געלעבט.

ופשוט הוא לכל בר דעת אז אויב וואלט דער רבי זוכה געווען צו זיין ארומגענומן מיט מעסיגע בעלי שכל ומדע וואלט זיין אייגענע הנהגה גאנץ אנדערש געווען און סאטמאר וואלט געטראגן גאר א אנדערע פנים דעמאלטס און היינט.עכשיו שלא זכינו זעמיר טיף אין תחת.

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:16 pm

· #223267
וואטעווער

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:19 pm

· #223270
אה ניצחתנו.

Ben-Shishim » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 10:32 am

· #223363
איך אויך
דאס איז אויפן רבי'ן אליינס אבער אויף די מאפיאנערישע אנשי דלא מעלי מיט וועם ער איז ליידער געווען ארומגענומען ,וואס משום איזה סיבה האט מען זיי באקרוינט מיט די טיטלן 'חכימה דיהודאי' און 'לייב גווארדיסטן' וואס מיר אלע ווייסן אז די באנדיטן זעען געווען עלול אויף דאס ערגסטע (און אלעס ביז אהין) אויף זיי איז נישט דא קיין שום ענין מחפה צו זיין ואדרבה אבות לבנים יספרו אין וואספארא טעראר וועלט די יארן דמתקריא 'די בראשית יארן' מען האט געלעבט.

ופשוט הוא לכל בר דעת אז אויב וואלט דער רבי זוכה געווען צו זיין ארומגענומן מיט מעסיגע בעלי שכל ומדע וואלט זיין אייגענע הנהגה גאנץ אנדערש געווען און סאטמאר וואלט געטראגן גאר א אנדערע פנים דעמאלטס און היינט.עכשיו שלא זכינו זעמיר טיף אין תחת.


איינע פון די איינציגסטע ארטיקלען דיינע וואס איך קען דיך לייקען מיטן גאנצען הארץ.
נאדער 👍 👍 👍

איך אויך » פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:05 pm

· #223381
טענקס פאר דעט. אפשר ביסטו מער מאריך וואס איז אזוי שלעכט מיט מיינע אנדערע שרייבעכצער? געוויס וויל איך מיך פארבעסערן אויב מעגליך.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:04 am

· #223798
כ'מיין אז ק"ש דארף טאלערירן ניקס וואס האקן אויף ק'ש פארן לאזן שרייבן דא ענינים וואס איז כפירה לפי שיטתם.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 8:39 am

· #227033
אפאר שטיקלעך צו ליינען ציטירט פון קרעטשמע.

דא
עס איז מיר אויסגעקומען מיט אפאר טאג צוריק זיך ארומצוטענהן מיט א נאנטער ידיד מיינער וואס איז געווארען אביסל אויפגעקלערט און זיך ערקלערט אויבער חכם און פארשטייט בעסער פון אלעמען

צווישען זיינע רייד איז מיר אויסגעקומען אז מער ווייניגער איז ער געווארן גאר קלוג מיטן ליינען און דורכנישטערן אפאר איבערגעקלוגטע איינגערעדטע חכמים פון ק''ש, צווישען אנדערע האט ער מיר איבערגעוויזען אז די קלוגע דארטן האבען רעכט מיט די אויפקלערונג אז שפייען אין יענעמס קאווע איז נישט א איבעלדיגע זאך, אויב דער שפייער זעלבסט זעהט נישט אין זיין שפייעכץ קיין עקלהאפטיגקייט

איך האב פאר מיין חבר גענטפערט גאנץ קורץ אויף דעם גאונישער בייפאל, ענדערש זיין פארנומען וואכן לאנג מיטן שפיל אינטערן בילד (כדרכן של חברי אייוועלט) און זיך אינטערהאלטען מיט דעם, ווי איידער צוקומען צו א שטאפעל פון חכמה צו פארשטיין אז שפייען אינעם קאווע פון א צווייטען איז א נארמאלע זאך


דא
10 חברה האבען זיך איינגעשריבען זייט די קאמפיין איז אריין אין קראפט, ברוכים הבאים פאר די פרישע תושבים


אז עס טוט ווי שרייט מען...

@אנאנים
@כוכב

פארוואס? » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 8:45 am

· #227036
פון וואו ציטירסטו?

כוכב » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 8:59 am

· #227042
פארפאלן, קרעטשמע ראקט, איינער האט אפילו געמאכט א האטשוווו דארט לעצטנס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 10:23 am

· #227054
מדרש הנעלם: תנא על הצדיקים ועל החסידים זהו אייוועלט, ועל זקני שארית זהו קרעטשמע, הבוטחים בשמך באמת זהו קאווע שטיבל. תנא רבי טרפון סבראי, ושים חלקינו עמהם על סיפא קאי.

כוכב » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 1:08 pm

· #228280

אראנדש קאונטי » זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:15 am

· #228460
איך האב געמיינט מען מעקט נישט ביי קרעטשמע, יעצט זע איך אז מען מעקט דארט דעם גרויזאמער

בשבילי! » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:48 am

· #230356
איינער בעט דעם לעצטן זאל פארמאכן די לעקטער...

<a class="postlink" href="http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=7&t=295">http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=7&t=295</a>

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:40 pm

· #230382
שוין פארמעקט.
דא האט איר א סקרין-שאט.
image.jpg

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:30 pm

· #230487
רויטע וואנצעס
מדרש הנעלם: תנא על הצדיקים ועל החסידים זהו אייוועלט, ועל זקני שארית זהו קרעטשמע, הבוטחים בשמך באמת זהו קאווע שטיבל. תנא רבי טרפון סבראי, ושים חלקינו עמהם על סיפא קאי.

איך פארשטיי נישט די גאנצע פשט'ל. אבער מיט די לעצטע ווערטער פונ'ם סענטענס ביניך מסכים....!

חכם עתיק » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:20 pm

· #234083
הייליגער ווי אייוועלט זיכער נישט, זיי לאזען יוטוב לינקס.

איין מעלה ביי זיי נישט דא קיין גרויסע קליינע, גרינע און רויטע.

עס סאונד מער ווי צווישן אייוועלט און קאווע

בשבילי! » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 9:58 am

· #239852
קוקט אויס ווי קרעטשמע איז געשטארבן. האט עס דען אמאל געלעבט? נעבעך

newkave » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:07 pm

· #254259
זיי האבן אויפגעלעבט

לית דין בר נש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:13 pm

· #254261
איז גיי צריק אהין! וואס קומסטו מיר דא מודיע זיין?

ישמעאל הכהן » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:11 pm

· #254582
newkave
זיי האבן אויפגעלעבט

אזא לעבן אויף מיינע פיינט

כוכב » מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:46 pm

· #254587
גרויזאמער פון קרעטשמע זאל ביטע קומען צו מיר אין אישי...

ישראל קאפקע » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:01 pm

· #256017
כוכב
גרויזאמער פון קרעטשמע זאל ביטע קומען צו מיר אין אישי...

דער לעגענדארע 'גרויזאמער' פון קרעטשמע האט פארוואנדלט די גאנצע אשכול פון די קליפ פונעם חפץ חיים צו א פאלעמיק איבער קאווע שטיבל און @ונבנתה עיר.

<a class="postlink" href="http://kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=434&start=48">http://kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=434&start=48</a>

אין אנדערע נייעס. צוליב דעם פאלעמיק איז די ס"ה טרעפיק אויף קרעטשמע געשטיגן מיט גאנצע פיר הונדערט פראצענט. 😛

כוכב » מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:08 pm

· #256022
יאפ, דער גרויזאמער איז מתוק מדבש. און דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'מעקט אים רעכטס און לינקס.

סאשי פיש » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 1:12 pm

· #259791
וואס זאגען די דיינים צום שאלה?...
image.jpg

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:33 am

· #261260
אבי מ'זאגט אז קרעטשמע האט נישט קיין טרעפיק,
זייער זייגער האט זיכער אסאך צייט...
📎 Screenshot_2015-03-24-10-23-19~01.png 📎 Screenshot_2015-03-24-10-23-10~01.png

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:35 am

· #261262
עס "זייגט" אוועק...

איך אויך » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:10 am

· #261274
דיין אוועטער אויך.
בלאט: 1 2 3