☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שנראה מעלת חברינו

שנראה מעלת חברינו

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6698

רויטע וואנצעס » מאנטאג יוני 30, 2014 10:32 am

· #208611
שנראה מעלת חברינו
Wow אזוי שנעל אדורך נאך א טויזענטער. איך דארף טוישן מיין "געפינט זיך" צו אין לאוו מיט קאווע שטיבל. באמת א געשמאק דא יעדע מינוט טייערע חברים. יעדער מיט זיין כאראקטער, מעלות, און שרייב געצייג. לכבוד די שמחה וויל איך נעמען די געלגנהייט אפ צו שרייבן א פאר קורצע שורות איבער אקטיווע ניקים, כל אחד בשמו הטוב יבורך.


@שמעקעדיג א גוטסקייט א אויסנאם,
א בר דעת מלא געשמאק און טעם,
א פליק אויך ווען ער פארלירט געדולד,
ווען א ניק ווערט דא צו ווילד.

@געפילטע פיש פון די לינקע חדר
ווארפט צאם בקיאות כסדר,
ידו בכל, מיט טענות וראיות,
די שיעור איז ווייניגער ווי כזית.

@ונבנתה העיר א זעלטן טיפ,
די רבי לעבט אויפן קליפ,
לעבט אינעם עבר פון אמאל,
שרייבט ווי א גדול בישראל.

@יואב וועט אונז בדחנות זאגן,
דארט אינעם לויתן'ס מאגן,
זיין הומאר איז טיף רייך,
שפתים קישאק, א גאלדען שפראך.

א שטערן אויפגעשיינט אין די טונקעל,
@כוכב פארשפרייט א שיין אין יעדע ווינקל,
א בדחן, א ידען, אן אבזערווער, אלע מעלות,
במה אברכיך? א געמיש פון אלעס.

איי @ברסלבער א פעדער פון דיימאנט,
ליגט ביי דיר אין האנט,
מחזק און מקרב צום שיין,
געפויעלט, איך פאר השנה צו אומאן.

@טיטאניק, א שיף רודער גאר גרויס,
שרייבט אן פחד, מאכט נאיז,
ויכוחים מיט סברות צום זאך,
אכשר דרא איז זיין פאך.

פון יאפאן, איי לאו יו, א קוש,
צו חברינו היקר @סאשי פיש,
שנעל, הייס, פרישע נייעס,
בילדער, מוזיק און צומאל דעות.

@שטילע אינגערמאן ליגענט, א בושה,
מלא חיות במדה גדושה,
א פעדער איינס אין די מקוה זו,
האט אויך ליב מייזנערס און דעלי 52

@לעיקוואד מי ידמה לך, זיי זאגן,
דיינע מאמרים יעדער טוט זיך פלאגן,
א הבנה ברייט, הויעך, און טיף,
אמאל גראד, און אמאל אביסל שיעף.

אונזער ליבע חבר @פלעין יודיש,
א געשמאק, א חידוש,
גראמען, און קליפס און רייכע שמועסן,
לעצטע אינפארמאציע טוט זיך גיסן.

איי לאוו @אנאנים,
א גוטס אלעמאל,
נייעס, בילדער און א גוט ווארט,
פון טוויטער, פעיסבוק און וואטסאפ.

בערל בעל עגלה איז איינס אין די וועלט,
ממונה צו לייגן די סמייליס עם געפעלט,
דעות, און ווערטלעך, מיט טעם בן חמישים,
א מומחה אויף געזעלשאפט און אישים.

לדובר מישרים גראד און קלאר,
ל@הוגה דעות אויפן האר,
תורה, מחשבה, און דרא,
פילפול, ויכוח, און סברא.

@מצטמק ויפה א ידען און א גוטער,
א תלמיד חכם היודע בין אסור למותר,
א טראכטער, א ישרן, א טייל פון די מעלות,
איך בין געפלעפט פון התפעלות.

פישעלע הערינג א שרייבער און א מגיה,
אין די הערליכע קאווע בלעטער אזויפיל יגיעה,
א גראדער, בטעמ'טער, און מידות,
אנגענעם, רואיג און מתינות.

@אפטעמיסט הומאר צו פלאצן,
זיינע אחיעזר צרות נישט אינטערשאצן,
שרייבט אויך ארטיקלן הערליך שיינע,
לעצטענס מער שטיל, אודך קיין טשיינע?

@פליקער איז א שרייבער, נישטא נאך אזוי,
די זעלבע נשמה נאר חילוף שמו,
הומאר און שפראך מלא טאלאנט,
אין אלע נושאים הפלא'דיג באקאנט.

@דריידל איז מתוק מדבש,
האלבע תורה אין די לינקע טאש,
ידו בכל, א שמועסער צו פאברענגן,
זאכליכע תגובות צום געדענקן.

@שלום בערגער ווי א ווינט אין די רייז,
יום השישי אויף אייער שפייז,
א קאטשקע גערעדט פארקערט צום צוויבל,
גילו אליהו אין קאווע שטיבל. 🙂

@אנאנים א דאנק,
אויף די געשאנק,
פאר די קאווע מיט די צוקער,
איך בין אדיקטיט ווי א שיכור,
איך וועל זיין צוריק היינט און מארגן,
אויב נישט וועסטו וויסן איך בין געשטארבן.

המשך יבא...

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 10:55 am

· #208617
פאזעטיוו און קינצלעך
👍 👍 👍 👍
אמאל דארף מען זיכען מעלות מיט ליכט אבער די רויטע מעלות פון דער בעל הוואנצעס שרייט און לייכט
יישר כח

דריידל » מאנטאג יוני 30, 2014 11:14 am

· #208625
רויטע רויטע במה אברכך
שכל הוואנצעס יהיו כמותך
נחת און פרייד
פון די רויטע קייט

פליקער » מאנטאג יוני 30, 2014 11:33 am

· #208631
רויטע וואנצעל על אף אין גריימען איך זייג
האב איך זיך אינטער דעים תגובה שטארק אינטערגעהאלטן (גראם?)
איך האב שטארק פון דיין קאמפלעמענט שטארק הנאה געהאט
עס איז געוועין פון דיר א לייטזעיליגע טאהט

איך וועל פאר דיין וואנצעל וואונטשען אז עס זאל זיך דיר נישט אריינכאפן צווישו די ציין
די שמייכעלעך זאל זיך ארויס זעין שיין

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 30, 2014 12:58 pm

· #208664
רויטע וואנצעס: יישר כח און מזל טוב לכבוד דיין ווערן א "חבר ותיק 2000".
דיינע ווערטלעך זענען
הערליך שיין
מלא חן
איין זאך איז זיכער
אז א חוץ שרייבן אויף טוויטער
ביסטו מהנה דעם עולם
קטנים וגדולים
(ואין אנחנו.אינז קענען נישט ווייטער )... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😠 😳 😮

פישלע העררינג » דינסטאג יולי 1, 2014 12:57 am

· #208860
דודי צח ואדום,
דיינע ווערטער זענען דאך כהררים התלויים אין א פאדים!
זיי אונז ווייטער מחיה מיט דיין פרשנדתא,
ביז ווילאנג דו טרעפסט אן א געהעריגע פרנסה...

הצלחה בכל!

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 10:38 am

· #208940
די אשכול איז אפן פאר די פאבליק. יעדער וואס וויל אויסדריקן עפעס פאזעטיוו איבער א צווייטן, ווען אימער, איז געלאדענט.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 1, 2014 11:16 am

· #208958
רויטע, שקויעך פאר די שבחים, לינקע חדר פארשטיי איך, אבער וואס מיינט ווייניגער ווי א כזית?

מאטי » דינסטאג יולי 1, 2014 11:30 am

· #208969
דאס מיינט אז דו ביסט נאר מוסיף אביסעלע, און קיינמאל א נייע "לאנגע" אשכול

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 1, 2014 11:32 am

· #208971
נישט אמת, איך האב שוין געעפענט בערך דריי אשכולות...

מאטי » דינסטאג יולי 1, 2014 11:35 am

· #208973
3÷6,058
=0.0004952129

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 1, 2014 11:51 am

· #208975
@טאמבל סאס'ן ווייטאגט בכלל
אז ער איז נישט מנוי עם הכלל
מעגליך ער איז לעצטנס צו שטיל
אדער רעגט ער אויף מענטשן צו פיל
כאטשיג קען ער, זאגן וואס ער וויל 😉

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 11:59 am

· #208977
געפילטע פיש
רויטע, שקויעך פאר די שבחים, לינקע חדר פארשטיי איך, אבער וואס מיינט ווייניגער ווי א כזית?


די כונה איז אז ביי די לינקע איז מען אלעמאל יוצא מיט ווייניג. די שיעורים זענען קליינע.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 12:01 pm

· #208980
טאמבל סאס
@טאמבל סאס'ן ווייטאגט בכלל
אז ער איז נישט מנוי עם הכלל
מעגליך ער איז לעצטנס צו שטיל
אדער רעגט ער אויף מענטשן צו פיל
כאטשיג קען ער, זאגן וואס ער וויל 😉


רויטע וואנצעס

המשך יבא...

טאמבל סאס » דינסטאג יולי 1, 2014 12:05 pm

· #208981
אז איך בין נישט גענוג ווערט אריינצוגיין אינעם ערשטן גרופע, איז מוחל טובות. 😠

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 12:09 pm

· #208982
כ'האב מורא געהאט דיר צו לייגן מיט א גרופע, וועסט יעדעם לייגן אין שאטן.

אפטעמיסט » דינסטאג יולי 1, 2014 12:15 pm

· #208987
וואנצעל, איי פיעל דע לאוו,
איך ווער שוין באלד א זב,
געוואלד — גאט אין הימל,
בין איך אפשר גימל?!

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 1:17 pm

· #209004
די חילוק פון מענער און פרויען איז אז פרויען שעמען זיך נישט צו בעטן פאר לאוו, מענער דארפן פונקט אזוי, מ'רופט עס נאר בלשון נסתרים א לייק, הכרת הטוב, אדער א קאמפלימענט.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 1, 2014 1:54 pm

· #209011
אפטעמיסט
וואנצעל, איי פיעל דע לאוו,
איך ווער שוין באלד א זב,
געוואלד — גאט אין הימל,
בין איך אפשר גימל?!

אפטעמיסט: פרעיג נחום. אויב ער איז דאהי, און נישט אין אוקריינא, צו פאררעכטן מיקווע'ס, וועט ער דיר ענטפערן. אה. כ'האב פארגעסן. ער איז יעצט ביזי מיט צוויי וויכטיגע פראדזשעקטס. 1( ארויסווארפן וו. ה.. סענדער פון די.עי.'ס אפיס.: 2(איינזעצן די.עי. טאמפסאן אין תפיסה. איך ווייס נישט וועים מ'עט פריער איינזעצן. טאמפסאן אדער עים. 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 8:24 pm

· #209078
למעשה האסטו היבש איבערגעלאזט:

@טאמבל סוס, די לעצטע נאמען אזוי פאסיג
שמך נאה לך, האלט, כבין בלויז שפאסיג

@אנאנים מגלה טפחיים מאוצר המנוצר
דער איד, ברעכער, אכשר דרא, דאס איז עס בקיצור

@יאיר בין איך ברוגז דעריבער
אים באזינגען איך נישט קימער
שטאמט פון מאלפעס א הולך בעקבי
ברא כרעיה נישטא אויף אים קיין תקוה

@ישמעאל הכהן נישט אזוי באקאנט
עפעס מיט ראדיא, כטאפ א וואנט

@מאטי אלץ צו דער זאך
היינט קלאר געווארן אין רעליטיוויטי געקאסט א לאך

@דער שכן אלעמאל שמייכלט זייער
דיין מאמע איז אינדערהיים, כוויל בארגן אייער

@ראש ישיבה טיפזיניגע שיעורים
אזוי וואויל
פאקט אונז אלע אויף בוירט קאנטראל

@קינד_אן_קייט פריש נאך אין די ווינדלען
א רויטע קו שוועבט אין אלע הימלען

@שבת אחים ברידערליך אינאיינעם
א שטיקל ציוני, כעל נישט פארציילן פאר קיינעם

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 1, 2014 10:40 pm

· #209097
אשירה נא שיר לידידי,
ארחיש שפתי ניבי,
אקוד מול משורר העם,
ג'ינג'י כזה, אדמדם.

דבר שפם אך למחסור,
המוסיף, גורע ומחסר,
על שפם יעטה,
כזה ראה וקדש גם אתה,
כי לא ידעתי האיש, רק את שיחו,
ניכר בניקו, בכוסו ובית נכותו.

דודי אדום וצח,
לא יריב לנצח,
מתהלך בין הטיפין,
זהב בדמות שיטין.

הלעיטיני נא מן האדום האדום,
על כן קרא שמו אדום,
שחקו עמו היהודים, הרימו שמו על נס,
כתב ולשון, יפיפיתו של יפת.

ברוך ה' בוא אתה עתה,
כלפי חסד מטה, אך בידו המטה,
מסיר נאקה, מקים מעקה,
לבעל השפם אני מהלל,
שבחו מי ימלל,
מכריע כהיל"ל.

כוכב » דינסטאג יולי 1, 2014 10:52 pm

· #209098

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 1, 2014 11:13 pm

· #209099
@ונבנתה העיר און @כוכב, אייער רייד זענען מורא'דיג טאלאנטפול און קונצלעך. א דאנק פאר אייערע רייכע ווערטער. ס'פילט גוט צו זיין אין אייער שאטן.

יאיר » מיטוואך יולי 2, 2014 11:08 am

· #209168
כוכב, עס זעט מיר אויס אז דיינע באזינגערייען באלאנגען נישט אין אשכול מעלות חבירינו נאר ענדערש אין ולא חסרונם 😂

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 2, 2014 11:23 am

· #209175
רויטע וואנצעס

@שמעקעדיג
א פליק אויך ווען ער פארלירט געדולד,
ווען א ניק ווערט דא צו ווילד.


דאס איז א מעלה??? ❓ 😛

רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 2, 2014 12:11 pm

· #209191
לאמיך אביסל מער צונעמען די זאך:

רויטע וואנצעס


@שמעקעדיג א גוטסקייט א אויסנאם,
איך ווייס נישט פון נאך איינער וואס פילט און טוט פאר אנדערע ווי שמעקעדיג.
א בר דעת מלא געשמאק און טעם,
שמעקי (בלשון חבה) איז קיינמאל נישט צו עקסטרעם לינק אדער רעכט, א געשמאקע דרך הממוצע.
א מיזוג פון אינטעלעקשולקייט, הומאר, פראקטישקייט, און גוטסקייט.

א פליק אויך ווען ער פארלירט געדולט,
א פליק נישט א פאטש.
ווען א ניק ווערט דא צו ווילד.
שמעקי איז די שומר החומות אז די קליינע קינדער, בחורים, און טראלס זאלן דא ביהעיווען.


ביי מיר איז דאס כולו מעלות. xoxo

סאשי פיש » מיטוואך יולי 2, 2014 12:17 pm

· #209192
מזל טוב, רויטע וואנצעס
דו ליגסט נישט ביי די שמאנצעס

קוים דא א יאר
דאך געט ער צו ביז גאר

ווען איך קען ווען מאך איז עס לענגער. אבער איך קען נישט. גיי איך פשוט, רויטע מיך ליבען אייך!!

יואב » מיטוואך יולי 2, 2014 7:03 pm

· #209299
(רעדנדיג פון לאוו, רויטע,
זע נישט אנצודרייען א סוטה
עצה טובה, זיי קיין שוטה
יו׳ל בי בעטער-אף מיט א גויטע.)

אינעם לוויתן מיך געלייגט קאקן
אלץ כדי גראמען צו קענען האקן
קיין סך האב איך צו זאגן
שרייבענדיג לייוו פון זיין מאגן
אבער רויטע, דו טוסט ראקן
קיפ-אפ, נאך תגובות צו קנאקן

די וואנצעס נישט געשניטן
און קאווע אזוי סך צו זיפן
פארט נישט ווי מיין מלמד
מיט א בארד לאנג ווי מוכאמעד
ס׳טראפט נישט פון דיין ליפן
און ס׳קלעבן נישט שיריים פון תיקון

ביזט מיך שטענדיג מהנה
ווי באבל-בעטס אין וואנע
ענגליש, אידיש, לשון הקודש
אלעס ווערט צוגעפיצט רויטיש
איך בין דיך ממש מקנא
עני גראם עוועילעבל? הושענה!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 3, 2014 10:35 am

· #209460
אנשטאט אין לויתן צו קאקן,
איז @יואב מיר געקומען אויספראקן,
מ'צאלט נישט גענוג אלץ בדחן,
איז ער געווארן גאר א שדכן,
א גויטע מיט לאוו מיר אנגעטראגן,
אזא איידיע קומט זעכער פון לויתן'ס מאגן,
די וואנצעס באשיצן מיר פון היץ און קעלט,
חוץ וואס די בארבער בעט צו אסאך געלט,
דעם מוכאמעד נישט געקענט א שאד,
וויאזוי מ'האנדלט מיט וואנצעס אין בארד,
אזוי שטארק געוואלט זעהן די תיקון,
אריינגעדרייט מיט די י"ג מידות אין אלע קניפן,
יואב'ל די באבל-וואנע איז גרייט,
אבער נישט זיצען אויף איין זייט,
ווייל @אפטעמיסט וועט באלד מאכן א טומעל,
אז אונז זעמער ביידע גימל.

כוכב » פרייטאג יולי 4, 2014 4:34 pm

· #210030
אפילו נישט ספאסט מיר
את חטאי אני מזכיר
שלעכטע מדות
מודה זיין כמוז עס
גערעדט נישט ווי מטאר
נישט אמאל וואר
חושד בכשרים קומט מיר מכות
@טיטאניק א קנאק איז
שארף און צום פינטל
אמאל סאליד, אמאל א שטורעם ווינטל
דברים של טעם ודעת
טאפ פון דע קלאס
טיטאניק איז דאך מיין פילם בעסטע
אקטערס די גרעסטע
אן עפיק דראמא אטעםפארכאפנד
שרעקעדג הארץקלאפנד
אונזער טיטאניק נאך בעסער פיל
זונקען וועט ער קיינמאל איז דער דיל'
פירט דעם שיפל געניט
פאר קנאים גיט נישט קיין ש'ט
ושני בדומה מורינו @איך אויך
שטיל אטענשאן נישט קיין געברויך
אלעמאל א ווארט געשמאק און וואויל
חלילה נישט קיין טראל
חטאתי כטו תשובה
כבעט מחילה
כעל שוין ביהעיוון
מיין שטרעבן
כבוד פאר אלעמען אפגעבן

איך אויך » מוצ"ש יולי 5, 2014 10:55 pm

· #210089
החיותנו ,א גוטע וואך פאר דיר און פאר אונז אלע.
שמעקי זעהסט אז דיינע תפילות פאר את והב בסופה העלפט ווי גוטע גאלע?

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 8:47 pm

· #233936
האט זיך דא אריינגעריקט א היפשער גאון מיט א געוואלד ידיעות אין שפראך, פאליטיק, היסטאריע, תורה ודעת און וואס נישט. און פאר איך פארגעס, ריין אין השקפה אויך 🙂. ענדליך א קנאי וואס שרייט נישט סתם שגץ, נאר בעקט אויף יעדע זאך ער זאגט אין דעם ענין. @ישראל קאפקע ווי לאוו יו.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:04 am

· #233968
ר' בערל איז מכובד צו געבן א לייק פארן לעצטן תגובה!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:59 am

· #234029
בערל, נא!!!!! ריגעלע ריגעלע רוגז מיר זענען געווען ברוגז....

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:42 pm

· #234066
שוין א לאנגע צייט איך ווארט געשפאנט
אפשר דאך וועט מיין נאמען ווערן דערמאנט

צו גוטן אדער פארקערט
אלעס איז מיר ווערט

יעדער פארנומען מיט'ן טפל נישט מיט'ן עיקר
פארשעמט און פארלאזט בלייבט דער היסטאריקר

זעט אויס איך געפעל נישט אין די אויגן פן די פירער
וועל איך נישט שרייבן בלייבן נאר א אבזערווירער

shem-tov » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:41 pm

· #234092
היסטאריקער, עמו אנכי בצרה. כהאב מיך שוין צוגעוויינט דערצו. אמאל האט איינער עולה געווען א גרינעם שבת און דערנאך נעמט ער זיך מאכן א מי שבירך פאר יעדען פערזאן עקסטער וואס געפינט זיך אין ביהמ"ד. סקריכט פאר יעדען אויף די נערוון. נאכדעם זאגט ער צוה לברכם. ער קומט אראפ פרעגט אים איינער וואסי פשט, האסטעך געקענט זאגן כל הקהל הקדש און פטור אן עסק. זאגט ער אים די חכם מיין גאנצע כוונה איז געווען אויסצולאזן מיין שונא פארוועם איך וועל קיינמאל נישט מאכן קיין מי שבירך....נאר א ווערטל

היסטאריקער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:56 pm

· #234097
אקעי וואנצעס (און אנדערע) האט מיך שוין אינזינען
א לייק האט ער/זיי מיר שוין פארגינען

איך ווארט אבער ער זאל מיך באגריסן
שםטוב אפילו מיט מיר שוין געטון שמועסן

כאטשיג אזוי ארויף אויף די ארענע
יעצט האף איך אויף די "רויטע" פענע

נא פארוואס אזוי לאנג שלעפעס
זאג שון עפעס

רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:31 am

· #234213
@היסטאריקער זיי נישט אזוי צוטראגן,
האסט אויפגעטוען מיט דיין קלאגן,
איך האב אויף דיר א פולע מאגן,
נאר גוטע זאכן צו זאגן,
היסטאריע פון אלע צדיקים,
אביסל פאליטיק אויף די חסידים,
באקאנט אין נייעס ווי און די אמאל,
יעדע שערוריה ביי כלל ישראל,
חבד, סאטמאר און מהר"א,
ווען ס'דא הייסע סחורה איז ער דא,
ווילאמסבורג עירוב און הפגנות,
אריזאנא און שודדים מערכות,
די הייסטע נייעס צו באקומען,
די מעשה מיט היסטאריע מוז שטימען,
אבער צוליב צימעס עפעס מוסר דאך,
פארברענג מער אינדרויסן פון לאך.

היסטאריקער » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:53 pm

· #234242
אה, יישר כח פאר דיינע ווערטער די גוטע
און אויך די לעצטע שורה, דיין ביטע

קוק גוט די בעסטע וואס איר קענט
מיין צימעס באטייליגונג איז ווייניגער ווי פופציג פראצענט

רוב דערפון חלילה קיינעם נישט צו אטאקירן
נאר אפענטפערן ליגנטס, זיך נישט לאזן פארפירן

קרוב צו א יובל אליין מיטגעהאלטן
אלעס ביים יהדות החרדית נאך ביי רביה"ק זי"ע דעם אלטן

קומען די היינטיגע יונגווארג זיי ווילן היסטאריע פארדרייען
פאר דעם בין איך דא דעם אמת אויסשרייען

ביז דערווייל נאכאמאל דאנקע שיין
האפענטליך נאך לאנגע יארן דא אינאיינעם צו זיין

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 8:58 pm

· #266062
רבותי די קאווע שטיבל אנ"ש ביכל איז זיך לעצטענס צוואקסען מיט אקטיווע נאמבערס. די צייטן פון אלף נכנסים ואחד יוצא איז פאראיבער. אנבעליוועבעל די כלים מ'האט דא באקומען.

@לית דין בר נש איז שוין דא א שטיק צייט, אבער ס'קומט אים געוואלדיגע דאנק פאר'ן זיין א גאר געשמאקער ניק מיט א לייק טוב. ווען גיימיר זיך טרעפן?
נא שבת געלט...

@נופת צופים א פלעזשור.. א פאעט, א הומאריסט, ידען, און קאמאן סענס אויף טריט און שריט.

@אנאנים איז די פיוטשער פון קאווע שטיבל. א באמבע.

@אנאנים (יש גורסין עדיאל) געבט א געוואלד צו מיט זיינע שיינע הסברים, מאמרים און ידיעות און קליפס.

כ'וואלט געזאגט @געוואלדיג איז געוואלדיג, אבער איך וואלט נאר איבער געזאגט זיין נאמען לבטלה. מוז מען זאגן ער איז אויסערגעווענדליך. ייש"כ פאר די פה-סח הילף.

@אנאנים איז א ילד הפלא. פריקן אנבעליבעוויל זיינע ידיעות.

@פרייוויליג ידו בכל. געבט א געוואלד צו איבעראל מיט זאכליכע תגובות.

כוכב » דינסטאג אפריל 14, 2015 9:00 pm

· #266063
אנאנים איז פון די משזר טיפ חברה.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 14, 2015 9:58 pm

· #266077
רויטע. כמוני כמוך. ממש מיינע מחשבות!
כל אחד בשמו הטוב יבורך.
יו גייס אר עקסעפשאנעל, פיינע נייעס!

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 14, 2015 10:00 pm

· #266079
דער לית דין בר נש איז אויסער אלע זיינע "אוממענטשליכע" מעלות, אויך א כראנישער לייקער. (נישט קיין וואונדער איך האב אריבערגעשפרייזט דעם 11,000 מארק נאך פאר די צייט...)

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 14, 2015 11:25 pm

· #266112
אין די ווירטואלע וועלט, ווי יעדער זוכט ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך, איז נישט שווער איינצוזעהן יענעמ'ס מעלות. ס'איז גראדע א גוטע עקסערסייז ווען מ'איז א גוטער אנליין, ס'זאל זיך אריבערגיסן אין ריאלעטי.

איך אויך » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:17 am

· #266133
אין טעות אחר טעות אלא לרבות.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:38 am

· #266147
נאך א מעלה דו האסט: ביסט מודה ווען דו האסט א טעות. ס'נישט א איינמאליגע זאך די מעלה, נאר איך זעה עס לעצטענס כסדר. 🙂

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:00 am

· #266157
רויטע וואנצעס
אין די ווירטואלע וועלט, ווי יעדער זוכט ארויסצושטעלן זיין בעסטע זיך, איז נישט שווער איינצוזעהן יענעמ'ס מעלות. ס'איז גראדע א גוטע עקסערסייז ווען מ'איז א גוטער אנליין, ס'זאל זיך אריבערגיסן אין ריאלעטי.

רויטע וואנצעס: ייש"כ. פאר די ווארעמע ווערטער וואס געבן נאר צו חיזוק. (און אמאל אויך, חוזק... 😂 )
אויך. ברוך שכיוונת לדעתי הקדושה. ווייל איך האב געוואלט מאכן דעם זעלבן פארגלייך פון דעם ווירטואלן ביז דעם עכטן קאווע שטיבל...!

לית דין בר נש » מיטוואך אפריל 15, 2015 11:23 am

· #266236
רויטע וואנצעס
@לית דין בר נש איז שוין דא א שטיק צייט, אבער ס'קומט אים געוואלדיגע דאנק פאר'ן זיין א גאר געשמאקער ניק מיט א לייק טוב. ווען גיימיר זיך טרעפן?


שמעקעדיג
דער לית דין בר נש איז אויסער אלע זיינע "אוממענטשליכע" מעלות, אויך א כראנישער לייקער. (נישט קיין וואונדער איך האב אריבערגעשפרייזט דעם 11,000 מארק נאך פאר די צייט...)

😳 😳 😳
איך ווייס נישט צו איך בין פארשעמט אבער איך בלאש זיכער
פליז איינער שיקן א לינק צו מיין אשת חיל עס קען באסטן די שלום בית!

ירא שמים » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 7:09 am

· #299651
Re: שנראה מעלת חברינו
אידן זוכען זיך זכותים סליחות נאכט… ,

אגב ווען מבעט פאר אגוט יאר זאל מען אויך אינזינען האבן ק״ש …