☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א טויזענט מאל יישר כח!

א טויזענט מאל יישר כח!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5471

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:09 pm

· #169313
א טויזענט מאל יישר כח!
די טויזענסטע הודעה... וואס מיינט עס? ווער זאגט ס'איז וויכטיג צוצולייגן מער קאפ ווי געווענדליך? ווייל מה יאמרו הבריות - דאס שרייבט ער פאר די איינמאל אין לעבן היסטארישע געשהעניש?

ביי מיר איז די טויזענסטע הודעה נישט א צייט צו שרייבן עפעס ווער ווייסט וואס, איטס נאט עבאט מי, איטס עבאט יו. ביי מיר איז עס נאר א געלעגנהייט צו זאגן: א טויזנט מאל...

יישר כח.

טייערע מנהלים און גבאים:

איר האט מיר געגעבן די געלענגהייט צו האבן חברים שאין כדוגמתם.
שארפן די פעדער און שפראך נאך יארן זיין טינטלאז.
באקומען ידיעות, הילף, און חיזוק, און אוודאי אויך געבן.
טרעפן מיין אמת'ע זיך אן פעיקען.
זיך לערנען פון ניקים ווי אזוי מען רעספעקט א צווייטן.

טייערע חבירים/ניקים כל אחד בשמו הטוב יבורך...

איי לאוו יו אלל, איר זענט מיין וואורטואלע משפחה.
אזויפיל חכמה, טאלאנט, הומאר, מידות, תורה, השקפה, ידענות, און הדרכה.
אזויפיל חסד, ווען מ'פרעגט עפעס, ביז 5 מינוט איז דא תשובה.

WOW! YOU ALL ROCK!!!

אונז זעמער טאקע אלע אינטער די זעלבע שווארצע רעקלעך מיט האמבורגער, שטאפן, הויכע, פלאכע, טיפע, שיפע, ווינע, באנאנא היטן. אבער אונזערע מהות איז אזוי אנדערש און קאלירפול. אויפן חושן האט יעדע שבט געהאט א שטיין פון אן אנדערע קאליר. יש לומר צו ווייזן ווי קאלירפול און אנדערש יעדע איד איז פונעם צווייטן, און צו לערנען פון דעם ווי טאלערענט מיר זאלן זיין איינעם פון צווייטן.

ק'אווע שטיבל שמה – הפוך דכולא בה
א'ל חברים יקרים צמודים – דבריכם מתוקים
ו'נתנו איש לאיש בשמחה – מנות אין קצבה
ו'יתן כ"א תודה לגבאים – ששמים לילות כימים
ע'ל זה אני מודה – על העבר העתיד וההוה

ש'נזכה כולנו יחד בחבריא – למשוך בסברא ודעה
ט'בין ותקלין תורה ומדע – להתענג בשתיית הקאווע
י'סוד ועיקר שטיבלינו - בל ישכח, הוא קבלת השני
ב'שורות אלו אסיים בברכה – לכל הניקים רוב הצלחה
ל'המשיך בנועם שיחתינו – אל תאמר דיינו.

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:11 pm

· #169314
מזל טוב מורינו ר' וואנצעס! אל תסתכל בוואנצעס אלא במה שיש בו! איר האט א הערליך זיסן פעדער! קיפ אפ וויט יאר ווארק, מיר דערקוויקן זיך!

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:18 pm

· #169319
פון ווען רויטע וואנצעס האט אנגעהויבן דא שרייבן און מיט דע צייט געווארן באליבט ביי יעדן זעט מען א איבערפלוס פון קאנפידענס ביי רויט האריגע מענטשן אימעטום! 😂

קיפעט אפ!

ונבנתה העיר » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 1:08 am

· #169348
מזל טוב וואנצעס, יו אר דע מאדעל!

ר'ויטע ו'ואנצעס, י'עדן ט'והט ע'ר ו'וייזן ו'וי א'זוי נ'ארישע צ'ימעס ע'סער ס'אקן... זיי מיר מוחל אויפן אויסדרוק, כ'בין משועבד צו א ר"ת...

ווען נישט וואלט איך אודאי געשריבן צימעס 'פרעסער'...

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 20, 2013 10:38 am

· #169383
משה געציל


איך געדענק מיינע ערשטע פאר וואכן דא ווען יעדע מאל א ניק האט מיר עפעס געזאגט, האב איך געמיינט אז איך האב בייפאלער דיסארדער. מיינע מודס האבן זיך געריקט לויט וואס מ'האט מיר גענטפערט אויף מיינס א הודעה. ברם זכרתי @משה געציל לטובה, א ניק וואס האט מיך תיכף מקרב געווען מיט לייקס אין יענע שווארצע טעג. זיין קאנסטראקטעוו קריטיק (כלשונו הזהב) האט אויך אסאך געהאלפן.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 10:42 am

· #170100
רויטע וואנצעס, כאן המקום להודות, קאווע שטיבל האט פריש אויפגעלעבט פון ווען דו ביסט אריינגעקומען!
קע"ה רייכע תגובות, מלא ידיעות און נאלעדזש, שיינע ווערטלעך, א געזונטער סענס אויף הומאר, ועל כולם דיינע הערליכע פאעזיעס (א שטייגער ווי די ליל קישקע, יעדע שורה איז שפתים קישאק), ממש א ברכה צו מאכן אויף יעדע תגובה.
כה לחי! און מיר אלע זאגן דיר צוריק: טויזענט מאל יישר כח פאר דיר פארן אונז אזוי מהנה זיין.

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

· #170145
רויטע וואנצעס א גרוין ישר כוח א געוואלד האסטו צוגעלייגט צו שטיבל הקדוש.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:27 pm

· #170148
שמעקעדיג
רויטע וואנצעס, כאן המקום להודות, קאווע שטיבל האט פריש אויפגעלעבט פון ווען דו ביסט אריינגעקומען!
קע"ה רייכע תגובות, מלא ידיעות און נאלעדזש, שיינע ווערטלעך, א געזונטער סענס אויף הומאר, ועל כולם דיינע הערליכע פאעזיעס (א שטייגער ווי די ליל קישקע, יעדע שורה איז שפתים קישאק), ממש א ברכה צו מאכן אויף יעדע תגובה.
כה לחי! און מיר אלע זאגן דיר צוריק: טויזענט מאל יישר כח פאר דיר פארן אונז אזוי מהנה זיין.

גם אני מצטרף, שוין זייער אסאך הנאה געהאט פון רויטע וואנצעס, א גרויסן יישר כח!

סאשי פיש » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:18 pm

· #170164
וואס זאל איך זאגען דער @רויטע וואנצעס איז פיינע נייעס אויף אלע פראנטן, איך גיי רעדען פון איין שטארקע נקודה זיינע = מידות!
פארשעמט נישט קיינעם, רייסט נישט אראפ א צווייטען!

איך מיין אז איז שוין צייט צו טוישען פון ״גיי גרין״ "go green" צו "גיי רויט״ "go red"

לאמיר אויסשרייען צוזאמען

!!!GO RED

רויטע וואנצעס » דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 1:26 pm

· #170166
אמאל איז נאר מיין וואנצעס געווען רויט, היינט אבער איז מיין פנים אויך רויט פון בלאשען פון די שיינע קאמפלימענטען. א דאנק אייך אלע פאר די חיזוק! איי לאוו יו מיי וואורטואלע בראדערס!