☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6641
בלאט: 1 2 3 4 5

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:26 pm

· #207041
גאנצל
שוין אז ס'איז שוין סיי ווי פארדרייט די אשכול
דעמאלט נא אונז זען מיר אלע גרייט צו הערן הננו מוכן ומזומן וואס מיינט גזירות הגלות קודם אין פשוטע עברי טייטש אן קין מקורות נאר טרוקן אין אידיש

לכבודך האב איך געפענט אן אשכול.

דריידל » דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:47 pm

· #207043
ס'שרעקליך וואס גייט דא פאר!

דא שטייען דריי צעבראכענע משפחות וואס וויינען איבער די וואילזיין פון זייערע קינדער, טראכטענדיג פון דאס ערגעסטע און האפענדיג אויף דאס בעסטע. קומען זיך אן אפאר טרינקערס און זענען ביזי מאלען וואסער איבער שטותים. איך וויל נישט זאגן אז די שמועס געהערט נישט אין דעם אשכול, ווייל באמת געהערט עס בכלל נישט אין אונזער שטיבל. מ'טענה'ט זיך אהער און אהין און מ'זאגט גארנישט. נישט טיטאניק פרעדיגט ציונות און נישט גאנצל ווייסט די פראבלעם פון ציונות.

זיץ איך מיר און ווארט צו הערן עפעס גוטע נייעס איבער די דריי בחורים. איך האלט אינאיין ריפרעשן די פעידזש, אולי האט איינער געשטעלט א תגובה מיט אן אפדעיט. מיט האפענונג אויף גוטע נייעס, ליין איך אפ די פרישע תגובות און דאס הארץ ציפט מיר. האסט טאקע נישט געטראפן קיין בעסער פלאץ ווי אנצישמירען דיינע בויך ווייעניש?

איך וואלט סוזדזעסטעט אז מ'זאל אפלאזן דעם אשכול און עפענען א נייעם אשכול ווי מ'וועט מעלדן נייעס איבער די זיכעניש.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:50 pm

· #207046
רויטע וואנצעס
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס
טיטאניק, בערל בעל עגלה וועט דיר שלעפן אין קארט.

פשט...??? 😂 🙄 😮


ער ניצט דיינע סמייליס אזוי ווי ס'וואלט געווען הפקר.


ער דערמאנט מיך פון די רבי אין חדר וואס האט אייביג געשריגן : האסט א זאַק פין תירוצים!
ביי מיר אין קאפ שטעלט ער מיר פאר ווי אונזער באליבטע בעל־עגלה רייט אויף א פערד אנגעטוהן מיטן דאָושיק א שטייגער ווי טעביע דער מילכיגער פין פידלער אן דעי ראופ מיט א אלטע וואגן אנגעפולט מיט ריזיגע זעק פין סמייליס אין באווארפט דעם עולם מיט זיינע ווארימע סמייליס מיט כל הבא בידו , און טיילט פאר יעדעם בשפע,
ער איז צוקער זיס בליע״ה 😃 😛 😁 😂 😮 🤓 😈

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 20, 2014 12:39 am

· #207054
שבת אחים
רויטע וואנצעס
berlbalaguleh
רויטע וואנצעס
טיטאניק, בערל בעל עגלה וועט דיר שלעפן אין קארט.

פשט...??? 😂 🙄 😮


ער ניצט דיינע סמייליס אזוי ווי ס'וואלט געווען הפקר.


ער דערמאנט מיך פון די רבי אין חדר וואס האט אייביג געשריגן : האסט א זאַק פין תירוצים!
ביי מיר אין קאפ שטעלט ער מיר פאר ווי אונזער באליבטע בעל־עגלה רייט אויף א פערד אנגעטוהן מיטן דאָושיק א שטייגער ווי טעביע דער מילכיגער פין פידלער אן דעי ראופ מיט א אלטע וואגן אנגעפולט מיט ריזיגע זעק פין סמייליס אין באווארפט דעם עולם מיט זיינע ווארימע סמייליס מיט כל הבא בידו , און טיילט פאר יעדעם בשפע,
ער איז צוקער זיס בליע״ה 😃 😛 😁 😂 😮 🤓 😈

גיי מיר עס טאקע בלי"נ נוצן פאר א נייע אוואטאר. יישר כח... 😎 😂 😃 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 20, 2014 1:30 pm

· #207186
ווער איז דער מחבר פון די פערעל ווערטער?

עפל סיידער » פרייטאג יוני 20, 2014 1:32 pm

· #207187
שטארקע רייד פון נטרונא איבער די פארכאפונג

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/9xsils6nsm0m8rh/Kol%20Natrina%20Korach%205774.pdf">https://www.dropbox.com/s/9xsils6nsm0m8 ... 205774.pdf</a>

בר דעת » פרייטאג יוני 20, 2014 1:43 pm

· #207191
פארוואס מוזן די ראציגע האבן א מיינונג און א קלארקייט, ווי קומט אריין יעדע רגע השקפה? פארוואס מוז מען דא אריינמישן סאטאמר און ציונות. דריי אידן זענען אין א סכנה און מען בעט רחמים פאר זיי. זיי שפירן עפעס דערהויבן צו ליידן פון בלבול המוחות און נאכדעם ווערן אויסגעקלארט דורך לאנגע פלפולי הבל און הסברים. איך זעה נישט קיין קאשע און קיין טערעץ. דריי אידן זענען אין סכנה האט גארנישט מיט יענע אגדתא אין כתובות אויף וואס די ויואל משה איז געבעיסט

עפל סיידער » פרייטאג יוני 20, 2014 1:58 pm

· #207201
עס האט גארנישט קיין שייכות צום ויואל משה קוק וואס ער וויינט איבער זיין מתנחלישער עבר

בר דעת ליין דא
דא שאט אויך נישט, און קוק ווי די חברה וויינען אויף וואס מען האט זיי אלע יארען פארנארט
יעצט איז א זמן מוכשר זיך צו עפענען די אויגען צום מציאות.

בר דעת » פרייטאג יוני 20, 2014 2:11 pm

· #207202
וואס איז ראנג מיט דעם עפל סיידער, רבותי? עני יוניטס עוועליבל? ער איז תלי תניא בדלא תניא און קומט אייביג מיט א פארקרומטע ענטפער שלא שערו אבותנו ורבותנו

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 2:15 pm

· #207204
מעג מען מתפלל זיין אז מאיער בלומבערג זאל מבטל זיין די גזירה פון מציצה בפה אדער דארף מען וויסן אז מרשעים תצא רשע?
אזעלכע קרומע שיטות ווערן געבוירן איינס ערגער פון צווייטן. מאיער בלומבערג נעמט מען אויף מיט טרויבן און נאר ביבי איז דער רשע. קען מיר איינער מסביר זיין מיט וואס ביבי איז מער רשע ווי בלומבערג?

בר דעת » פרייטאג יוני 20, 2014 2:30 pm

· #207205
בלומבערג איז א מומר און אנטי דתי, להבדיל נתניהו איז א מסורתי וואס האט פרומע קינדער און איז זייער מחשיב דעם דת און היט אסאך עיקרי הדת. טראץ וואס ער איז פארשטייט זיך נישט קיין פרומער.

כוכב » פרייטאג יוני 20, 2014 5:59 pm

· #207252
אויך באמערקט. די איינציגסטע וואס רעדט נאך נארמאל איז קול מבשר. ישיבה בחורים וזהו!
גראדע האבן זיך אלע דריי צייטונגען אויפגעפירט היבש רעספעקטפול. דער בלאט האט למען השם געזען פאר וויכטיג חוזק צו מאכן פון דער ישיבה אז זיי זענען חסידישע מזרחיסטן.

לאליפאפ » זונטאג יוני 22, 2014 12:38 am

· #207293
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז דער מחבר פון די פערעל ווערטער?

שמואל שלמה טעללער איינער

עפל סיידער » זונטאג יוני 22, 2014 12:50 am

· #207295
מיר בעטן נישט פאר די הצלחה פון די שולדיגע אינעם אינצידענט.
📎 file-51.jpeg

diff » זונטאג יוני 22, 2014 12:58 am

· #207297
most Israelis owe their life to the rayon hatzeyoni for rescuing them from the crematoriums

petergrifin » זונטאג יוני 22, 2014 1:03 am

· #207300
דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 22, 2014 3:05 am

· #207336
petergrifin
דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.

זיי (די צייטונג) האבן אבער געהאט כמעט מיום הווסדם א קאמפלעקס אז מ'זאלל ח"ו נישט מיינען אז זיי זענען ציונים. ווייל דאס איז דאך געוועין דער טאקטיק פון די אנשי בליעל. זיי אונטערצוברענגען. מ'האט געשריגן און טרומפייטערט אין אלע גאסן, איבעראל זענען געוועין אנגעקלעיבט סטיקערס (פארשטייצעך, נאר אין וויליאמסבורג.) אז מ'זאלל נישט קויפן דעם אפיקורס'ישן, ציוני'סטישן "צייטונג". ממילא האט ער אריינגענומען "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ (כ'ווייס ס'איז פארקערט. נאר למען תפארת הדרוש) און ער האט שוין איינמאל אויפגעוויזן אז "די צייטונג" איז פונקט אזוי כשר-קנאי'ש, אדער אפשר מיט א שמיץ אריבער פונ'ם אייגנטומער און פאבריקאנט פון קנאות, "דער איד". די זעלבע איז מיט'ן "בלאט" וועלכער האט געליטן איסורים, חרמות וקונמות. ביז ער האט אריינגענומען דעים "טעללער", וועלכער שרייבט , בדרך אגב, זייער קינדיש. כיתה ג' קינדער קענען אפשר זיין זיין אוידיענץ. און אויך ביי די העדליין שרייבער'ס. למשל. די העדליין/חידוש, "דער טמא'נער נחל חרדי". ישראל מ., פונ'ם "צייטונג" ווארפט כאטש אריין אין זיינע דיעות כוזבות א שלל מיט אינפארמציע און בקיאות, וואס ווייזט אז ער ליינט אדורך א יעדן ציוניסטישן צייטונג און מאגאזין. די אונטערשטע שורה איז, אז אלע, סיי דער צייטונג און בלאט האבן א פחד פונ'ם בלעם-פיסק "דער איד" אז מ'זאלל זיי נישט באשולדיגן אין זיין ציונים. ממילא בייגן זיי זיך איבער אויף די צווייטע זייט אויפצוווייזן זייער קנאות. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😢 😉 😮

צענטער » זונטאג יוני 22, 2014 3:17 am

· #207337
כוכב
אויך באמערקט. די איינציגסטע וואס רעדט נאך נארמאל איז קול מבשר. ישיבה בחורים וזהו!
גראדע האבן זיך אלע דריי צייטונגען אויפגעפירט היבש רעספעקטפול. דער בלאט האט למען השם געזען פאר וויכטיג חוזק צו מאכן פון דער ישיבה אז זיי זענען חסידישע מזרחיסטן.

צו דיין שלעכט מזל קענסטו נישט צייגן ווי די ציוניסטישע צייטונגען שרייבן "ישיבה בחורים" המודיע המבשר משפחה וכו' קיינער באטיטלט זיי נישט אלס "בחורים" נאר אלס "נערים". דעריבער ביטע לאזן די אידישע צייטונגען במנוחה פאדער נישט פון זיי מער געטליכקייט ווי פון די קרובים אל החלל די ארץ ישראלישע צייטונגען.

צענטער » זונטאג יוני 22, 2014 3:32 am

· #207338
berlbalaguleh
petergrifin
דער נײע מהלך פון ״די צײטונג״ צו װערן נענטער צו א סאטמער געשטימטער װי א ביזנעס מענטש
צײטונג באדערט מיך אז כמעט איך קויף עס נישט. שרײטס מיך נישט אן איך רעד נישט אויף סאטמער
נאר איך האב עס געלײנט פאר יארן און האב עס ליב געהאט ״עז איז״. איך בין נײגעריג אויב זײ
פארקויפען מער קאפיס יעצט װי פריער.

זיי (די צייטונג) האבן אבער געהאט כמעט מיום הווסדם א קאמפלעקס אז מ'זאלל ח"ו נישט מיינען אז זיי זענען ציונים. ווייל דאס איז דאך געוועין דער טאקטיק פון די אנשי בליעל. זיי אונטערצוברענגען. מ'האט געשריגן און טרומפייטערט אין אלע גאסן, איבעראל זענען געוועין אנגעקלעיבט סטיקערס (פארשטייצעך, נאר אין וויליאמסבורג.) אז מ'זאלל נישט קויפן דעם אפיקורס'ישן, ציוני'סטישן "צייטונג". ממילא האט ער אריינגענומען "הרב" ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליפ (כ'ווייס ס'איז פארקערט. נאר למען תפארת הדרוש) און ער האט שוין איינמאל אויפגעוויזן אז "די צייטונג" איז פונקט אזוי כשר-קנאי'ש, אדער אפשר מיט א שמיץ אריבער פונ'ם אייגנטומער און פאבריקאנט פון קנאות, "דער איד". די זעלבע איז מיט'ן "בלאט" וועלכער האט געליטן איסורים, חרמות וקונמות. ביז ער האט אריינגענומען דעים "טעללער", וועלכער שרייבט , בדרך אגב, זייער קינדיש. כיתה ג' קינדער קענען אפשר זיין זיין אוידיענץ. און אויך ביי די העדליין שרייבער'ס. למשל. די העדליין/חידוש, "דער טמא'נער נחל חרדי". ישראל מ., פונ'ם "צייטונג" ווארפט כאטש אריין אין זיינע דיעות כוזבות א שלל מיט אינפארמציע און בקיאות, וואס ווייזט אז ער ליינט אדורך א יעדן ציוניסטישן צייטונג און מאגאזין. די אונטערשטע שורה איז, אז אלע, סיי דער צייטונג און בלאט האבן א פחד פונ'ם בלעם-פיסק "דער איד" אז מ'זאלל זיי נישט באשולדיגן אין זיין ציונים. ממילא בייגן זיי זיך איבער אויף די צווייטע זייט אויפצוווייזן זייער קנאות. 😕 😎 😂 🙄 😠 😳 😢 😉 😮

פון וועמען האבן מורא די רעדאקטארס פון המודיע המבשר משפחה וכו'? מיט וועלכע רעכט פאדערסטו פון אמעריקאנע צייטונגען צו באטיטלען די מחזרחיסטן אלס "בחורים" אין די צייט וואס די אנטי סאטמארע צייטונגען טוען דאס נישט?

איך האב קאפיס פון אלע א.ד. צייטונגען איך קען טעכניש נישט ארויפלייגן, יעדער וואס גייט דורך א געשעפט וועלכע פארקויפט די צייטונגען קען זיך אפשטעלן און זיך אליינס איבערצייגן.

עס איז זינלאוז צו פארמאכן די אויגן און זייען זאמד קעגן סאטמארע און סאטמאר געשטימטע צייטונגען. טול קורא מבין עיניך.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 22, 2014 3:43 am

· #207341
צענטער: ביי די מאדערנע צייטונגען זענען זיי "נערים". ביי אונז, ווער ס'לערנט די הייליגע תורה ווערט אנגערופן א ישיבה בחור... 🙄 😈 😈 😛 😳 😢 😉 😞 😮

petergrifin » זונטאג יוני 22, 2014 4:04 am

· #207344
צענטער , טול קורא מבין עיניך סלאגאנען קענסטו איבערלאזן פאר די װעכענטליכע
ארטיקעל ״פון דא און דארט״.

צענטער » זונטאג יוני 22, 2014 4:09 am

· #207346
petergrifin
צענטער , טול קורא מבין עיניך סלאגאנען קענסטו איבערלאזן פאר די װעכענטליכע
ארטיקעל ״פון דא און דארט״.

מה זה?

כוכב » זונטאג יוני 22, 2014 5:52 am

· #207349
איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.

צענטער » זונטאג יוני 22, 2014 5:43 pm

· #207460
כוכב
איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.

כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.

מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.

כוכב » זונטאג יוני 22, 2014 8:57 pm

· #207486
כהער, דעמאלט לייג זיי צו אויף די ליסטע פון קאך לעפלעך וואס שטופן אגענדעס אין יעדן פאראגראף וואס איז נאר אונטער זייער דרוקסארט.

צענטער » מאנטאג יוני 23, 2014 12:24 am

· #207515
כוכב
כהער, דעמאלט לייג זיי צו אויף די ליסטע פון קאך לעפלעך וואס שטופן אגענדעס אין יעדן פאראגראף וואס איז נאר אונטער זייער דרוקסארט.

גוט מארגן געלע, דאס איז זיכער אז חרדישע צייטונגען שמירן און פראפעגאנדירן זייער אדשענדע. קומען מיט טענות קעגן אמעריקאנע אנטי ציוניסטישע צייטונגן אין די זעלבע צייט וואס ארצי ישראלישע ציוניסטישע קרובים אל החלל צייטונגען טוען אקוראט די זעלבע - איז נישט אין פלאץ.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 23, 2014 5:23 pm

· #207629
צענטער
כוכב
איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.

כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.

מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.

צענטער: איין זאך זעה איך אז ס'גייט דיר בנפשך צו בארעכטיגן זיי אנצורופן "נערים", און נישט ישיבה בחורים. ערנסט גערעדט, וואס איז דען א נפקא מינה צו מ'רופט זיי נערים אדער ישיבה בחורים. דריי אידישע קינדער זענען אריינגעפאללן אין די הענט פון די גרעסטע רוצחים עלי אדמות די אזויגערופענע בני ישמעאל. יעצט אויפ'ן מאמענט איז נישט קיין נפקא מינה צו זיי זענען מתנחלים אדער נישט. דער פארשאלטענער אראבישער רוצח ימ"ש איז נישט מבחין. ער פארהערט קיינעם נישט צו מ'קען די שיטה אדער נישט. זיי ווילן ח"ו אומברענגען א יעדן איד באשר הוא שם. ווייל ער איז א איד. דארפן מיר מתפלל זיין אז דער אייבירשטער זאל זיי ארויסציען מצרה לרוחה. און פארטיג. אנע זייטיגע חשבונות. 🙄 😈 😳 😞 😮

צענטער » מיטוואך יוני 25, 2014 1:50 am

· #207943
אינטערסאנט אז דו שפירסט פאר וויכטיג מיר צו אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט צייט צו פארענטפערן די אידישע צייטונגן בו בזמן וואס עס פאלט דיר נישט ביי צו אויפמערקזאם מאכן די אטאקירער אז עס איז נישט אין פלאץ צו אטאקירן און מרבה זיין שנאה ווען די אזויגערופענע בני ישמעאל האבן פארכאפט וכו'... אדער אפשר איז דאס גאר א פשטות און נישט אינטערסאנט?!

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 25, 2014 3:56 pm

· #208065
צענטער
כוכב
איך קען נישט די פרעפערענצן אין עברית און ווען דער ניו יורק טיימס שרייבט 'טינס' האט אויך קיינער נישט קיין טענות.
אויף מאמע לשון, אז איינער שרייבט רעליגיעזע מזרחיסטישע סטודענטן הייסט עס געמישט נייעס מיט אנשויאנגען.

כוכב דו דרייסט מיטן צינג במקום געבן א גלייכע תשובה.

מ'רעדט נישט דא פון די ניו יארק טיימס מ'רעדט דא פון אגודה'ס שופרות המודיע און המבשר, מיום הווסדם האבן זיינאך בטעות נישט געשריבן דעם אויסדריק "נערים" אויף ישיבה בחורים. זיי שרייבן יעצט דווקא נערים אל אפם וחמתם פון מזרחי וועלכע לייגן איין עולמות צו באטיטלען די יונגען אלס תלמידי הישיבות. להוציא מליבם זענען אגודה אויפגעקומען מיט "נערים". דעריבער איידער די האסט טענות צו צייטונגען וואס שטייען בשיטה ווייט פון ציונות און די נאכשלעפער גיי קודם פארעכטן אגודת צייטונגען.

צענטער: נח, הנח אדער גאר ננח די שופרות פון די אגודה. אבער וואס איז מיט דיר, איכה (א-יע-קא), וואו ביסטו ערגעץ אויף די וועלט. וואו האלטסטו? באטיטלען אידישע בחורים וועלכע לערנען די הייליגע תורה, אלס "יונגען"?! דיין מהות האב איך שוין דערשמעקט נאך דיין צווייטע תגובה. שיטה אדער נישט (אפילו, לשיטתך). אבער וואו איז דיין אידיש הארץ?! האלא! די פארשאלטענע אראבישע רוצחים און זייערע סימפאטיקער פארהערן קיינעם נישט דעם ויואל משה אדער על הגאולה ועל התמורה, פאר זיי גייען רצח'נען און קידנעפן. זיי זענען גרייט צו הרג'נען א נטורי קרתא'ניק וואס וואוינט אין מאה שערים מיט די זעלבע רציחה וואס זיי נעמען אן צו די עקסטרעימסטע מתנחלים, נאר ווייל ער איז א איד. דו קענסט פונקט אזוי געקידנעפט און געהרג'ט ווערן אויב דו ביסט אויפ'ן פלאץ וואו זיי פיהרן אדורך די רציחות... 😕 😎 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😳 😢 😞 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:59 pm

· #208199
בערעלע - ווי איז דיין אידיש הארץ? ס׳מאכט דען א חילוק צו ער לערנט תורה צו ער פארקויפט שווארמא? דער מערדערישע בארבארישע בלוט-דארשטיגע פאסקודנע ציוניס׳ט, אוי אנטשולדיגט, אראבער האט ווייניגער פיינט דער וואס ארבעט צו גייט סתם ליידיג?
איך קלער אז למעשה אונז זע׳מיר נישט קין בארבארען, און דאס אז ס׳איז דא א חילוקי דעות א שארפער צווישען אונז מיט די מזרחניק׳עס האט נישט מיט זייער גופים. ומ׳׳מ איז ראטזאם אז מ׳זאל זיך נישט פארמישען און געדענקען אז מיט הלכות דעות האט עס נישט און זיי בלייבען פונקט אזוי אומגערעכט ווי פאר דעם. אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער ווייבערישע טענה׳ס אז דער אראבער האט יעדעם פיינט דעריבער זענען זיייער ישיבות פונקט ווי אונזערע וועט מיר נישט טוישען דער מיינונג.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:57 pm

· #208228
ליטוואק פון בודאפעסט: קודם מזל טוב. היינט דאס ערשטע מאל וואס איך הער אז דו רעדסט דיך איין (אדער ווילסטו איינרעדן פאר אנדערע) אז דו ביסט א קנקאי. (נייו,ס'איז נישט קיין טייפא. שמעקעדיג. קענסט עס צו לייגן צו די ליסט.) אבער, דער איצטיגער מצב האט גארנישט צו טון מיט חילוקי דיעות. חוץ אז דו האלטסט (אזוי ווי א סאך אנדערע אחינו בני ישראל התועים,ליידער) אז זיי זענען נישט אונזערע ברידער, און אינז זענען נישט איין פאלק בני אברהם יצחק ויעקב. נאר סתם אקופירער, ווילדע יונגען וועלכע זענען געקומען אנטון צרות פאר די וואוילע און נעבעכ'דיגע אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג. דאמאלס איז דאך נישט דא קיין דעבאטע. איז דאך הכל מודים אז ס'קומט זיי די שטראף און נאך א סאך ערגער. אבער וואס זאל מען טון אז די מציאות פאטשט אין פנים. אז אינז יודן זעמיר א כבשה אחת בין שבעים זאבים. און נאך א זאך. פאר מיר טוט וויי דאס הארץ איבער די אכזר'ישע, מערדערישע קידנעפינג פון יודן. פאר דיר און פאר די אלע אנדערע גויים אויכעט נישט. און ווען די רוצחים כאפן אריין בארירט עס מיך בכלל נישט. און פאר די גויים און זייערע סימפאטיקער, יא. ויותר מזה. אינז גייען מיר זיך נישט משדך זיין מיט די מזרחי. אבער תורה איז איין תורה הנתונה מסיני. און ווער ס'לערנט די הייליגע תורה, ווערט ביי מיר פאררעכנט פאר א ישיבה בחור. און נישט קיין "יונג". כלשונם הקלוקל פון די אומוויסנדע, בייזוויליגע פארנארטע, אחינו בני ישראל... 😕 🙄 😎 😈 😈 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 26, 2014 8:02 pm

· #208251
בערעל - דו האסט צו פיל געטאנצט און איך פארשטיי נישט פונקט וואס דו ווילסט. דו רעדסט ווי א סאטמארער, אז יעדער וואס האט עפעס א מיינונג וועגען מזרחים איז פון זייערע שיטה הקדושה. ניין, מזרחי טויג נישט פאר כמה סיבות, און גזירת גלות איז נישט איינער פון זיי, און אז מ'געדענקט נישט פארמישט ווערען און נישט מיינען אז אונזער מהלך איז מער ווייניגער ווי זייער'ס איז נישט אזא עוולה.
פארקערט, דער פלאפעלעכץ וועגען אחדות, כאילו ס'איז געווען א הו"א אז ס'גייט אונז נישט אן אז זיי זענען אין צרות, איז ביי מיר עקעלהאפטיג.

טיטאניק » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:08 pm

· #208267
האסט עם קיינמאל באגעגענט מיסטאָמע
נקוט כללא זו בידך
אויב זעסטי אז איינער האט ליב דער """"" אימשילדיגער נעבעכדיגער"""""" אראבער, איז דאס א ראיה אז ער האט אין זיין לעבען נאך נישט באגעגענט א אראבער
אויב זעסטי אז איינער האט פיינט דער מזרחי ישיבה בחור איז דאס א ראיה אז ער האט אין זיין לעבען נאך נישט באגעגענט א א מזרחי ישיבה בחור
ואידך פירושא זיל גמור

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:51 pm

· #208274
''בחורים'' אין איד

📎 IMG-20140626-WA0128.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 27, 2014 6:07 pm

· #208353
ליטוואק פון בודאפעסט
בערעל - דו האסט צו פיל געטאנצט און איך פארשטיי נישט פונקט וואס דו ווילסט. דו רעדסט ווי א סאטמארער, אז יעדער וואס האט עפעס א מיינונג וועגען מזרחים איז פון זייערע שיטה הקדושה. ניין, מזרחי טויג נישט פאר כמה סיבות, און גזירת גלות איז נישט איינער פון זיי, און אז מ'געדענקט נישט פארמישט ווערען און נישט מיינען אז אונזער מהלך איז מער ווייניגער ווי זייער'ס איז נישט אזא עוולה.
פארקערט, דער פלאפעלעכץ וועגען אחדות, כאילו ס'איז געווען א הו"א אז ס'גייט אונז נישט אן אז זיי זענען אין צרות, איז ביי מיר עקעלהאפטיג.

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: דו ענטפערסט שלא ממין הטענה. וואס דו האסט חילוקי דיעות מיט די מזרחי אידעאלאגיע איז יעצט נישט נוגע צום ענין. און ליהוי ידוע לך אז אן אמת'ער סאטמארער חסיד, וועלכער האט נאך געקענט דעם סאטמאר'ן רב זי"ע ווייסט אז ביי איהם איז אייביג געוועין די אונטערשטע שורה אויב יענער איז א איד א שומר תורה ומצוות, אפילו ער האט געהאט די שארפסטע חילוקי דיעות מיט יענעם, האט ער איהם מחשיב געוועין אלץ איד. נאכמער. אפילו א פרייער איד, אויב איז ער געווען געפאנגען דורך די פארשאלטענע אראבישע רוצחים, האט די סאטמאר'ע רבי ז"ע געהאלטן אז מ'דארף מתפלל זיין פאר איהם און טון פעולות כדי איהם צו באפרייען. ס'איז נאר די שפעיטער'דיגע מסלפים וועלכע האבן פארדרייט זיין שיטה הקדושה. איך ווייס נישט צו איך קען ברענגען א ראיה פון אזא טמא'נעם יונג ווי משה דיין. אבער כדי לסבר את האוזן קענמען מאכן א שטיקל פארגלייך. משה דיין, אלס יונגער שייגעץ, האט זיך אמאל אויסגעדריקט. (בשעת די צווייטע וועלט מלחמה.) "אינז דארפן מיר שטיין אויף די זייט פון ענגלאנד, כאילו ס'איז נישט דא דער קאמף איבער ארץ ישראל. און אינז דארפן מיר קעמפן אקעיגן ענגלאנד, כאילו ס'איז נישט דא די מלחמה אקעיגן די נאציס. להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה, קענמען מסביר זיין די שיטה פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע אויף דעים אופן. ביי א זאך וואס איז נוגע אין לעיבן פון אלע אידן, עקזיסטירט נישט קיין חילוקי דיעות. אבער דאס מיינט נישט אז מ'גייט ח"ו ווערן איינס, בדיעות מיט מזרחי... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😈 😈 😢 😞 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 29, 2014 6:46 am

· #208426
ר' בערל - זייער פיין, חבר אני לכל אשר יורוך. איז פארוואס מעג מען נישט דערמאנען די חילוקי דעות בשעת א טראגעדיע? וואס האט זייער קערפער מיט זייער דעות. מ'דאווענט אז זיי זאלען געראטעוועט ווערען און מ'איז זיך מחנך אז זייער מהלך טויג נישט. ס'איז נישט קיין סתירה.
אגב, איך האב געליינט דער 'עמי' און דער 'משפחה' און דער הארץ גייט אויס פאר זיי. זייער סיסטעם האט נישט קיין לעזונג און די ישיבות זענען אויף רעדער. איך גלייב נישט אז ווען ס'וואלט פאסירט ביי א געהעריגעע ישיבה, ליטוויש אדער חסידיש, וואלט מען געבליבען מיט אזא אנדרלמוסיא. א גאנצע טאג פסיכאלאגן מיט פאליטיקאנטן און סתם דו-גודער'ס קומען 'זינגען' מיט די בחורים. ס'פעלט דער שטארקע פירערשאפט פון א מוסד און ס'איז שטארק קענטיג.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 29, 2014 2:29 pm

· #208480
ר' היימישער ליטוואק: איך הער דיין טענה (אויב ס'איז אויפריכטיג, אדער נאר לתפארת הויכוח.). אבער דאס דערמאנען אינזערע חילוקי דיעות מיט די מזרחי/מתנחלים האט נישט קיין שום פראקטישן נוצן אדער תועלת. ווייל דער ציל פון א יעדן איד באשר הוא שם איז דאס ארויסראטעווען פון די דריי בחורים פון די הענט פון די רוצחים ארורים, די פאלעסטינער, ימ"ש. ווידער א התקרבות הדיעות צווישן די מזרחי און די הולכי השיטה. פון דעים איז אויך נישט דא וואס חושש צו זיין. ווייל אינז גייען נאכנישט וערן קיין מתנחלים. און זיי גייען נאכנישט ווערן קיין סאטמאר'ער חסידים. ממילא דארף מען לאזן פאלן אלע כינויים וגינויים פון איין גרופע צו די צווייטע און מ'דארף געדענקען דעם צד השוה. אז מיר אלע זענען אידן. און די רוצחים און זיייערע מסייעים, ימ"ש וזכרם צילן אויף אלע אידן. אפילו די פארדרייטע רשעים, די אזוי-גערופענע נטורי קרתא וועלן אויכעט איין טאג געשחט'ן ווערן דורך זייערע גוטע פריינט, אין וועלכער ס'ברענט די מידת הרציחה צו אלע אידן, רח"ל... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😢 😞 😳 😉 😮

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:03 pm

· #208735
איבער וואס דער סאטמארע קאך לעפל האט געשריבען
די צווייטע וועלט מלחמה האט גארנישט גארנישט גארנישט געהאט מיט די ציונים
דאס האבען די זעלבע עמלקים בני עשו די דייטשען פלאנירט און אויסגעפירט אן די הילף און שטיצע פון סיי וועמען
די זעלבע דייטשען האבען במשך אסאך דורות פארגאסען אסאך אידיש בליט אין די פארשאלטענע אייראפעאישע לענדער

אויב איז געקימען הילף פון ערעגעץ איז עס געקימען פון די בליט דארשטיגע אראבער
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9E%D7%99%D7%9F_%D7%90%D7%9C-%D7%97%D7%95%D7%A1%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%99">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A0%D7%99</a>

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:33 pm

· #208753
ס'איז מאדנע אז די אלע קנאים לויפען אוועק
זיי קענען זיך נישט האלטען צי תקנות און בקשות
זיי זענען נאר דא צי מאכען שמיץ ווי מען וויל נישט, ביי די רעגעלער אשכול זענען זיי דא ווי א משלחה וחוזרת אבער דא ווי מען געבט זיי רשות צי רעדען דא שווייגען זיי
כדוגמת ווען זיי מאכען מחאות אין תוך תוכי כיכר השבת געגענט אין ירושלים און פארברענען גארביטש אין די נעזער פון אימשילדיגע מענטשען
דאס זענען זיי, אנדערייער שמיץ מאכער'ס
סתם פראי אדם, נישט סתם אזוי זענען זיי אויף איין פעידש מיט די אראבער 😂

קאך_לעפל » מאנטאג יוני 30, 2014 3:34 pm

· #208756
טיטאניק
די צווייטע וועלט מלחמה האט גארנישט גארנישט גארנישט געהאט מיט די ציונים
דאס האבען די זעלבע עמלקים בני עשו די דייטשען פלאנירט און אויסגעפירט אן די הילף און שטיצע פון סיי וועמען
די זעלבע דייטשען האבען במשך אסאך דורות פארגאסען אסאך אידיש בליט אין די פארשאלטענע אייראפעאישע לענדער

אויב איז געקימען הילף פון ערעגעץ איז עס געקימען פון די בליט דארשטיגע אראבער
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%9E%D7%99%D7%9F_%D7%90%D7%9C-%D7%97%D7%95%D7%A1%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%99">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A0%D7%99</a>


רח''ל וואס די זאגסט נישט.... וואו האסטו אנדעקט די שרעקליכע האר-אויפשטעלענדע בילדער?????? דאס איז דאך ממש א שרעק....

גאנצל » מאנטאג יוני 30, 2014 3:44 pm

· #208762
יעצט ווען מ'האלט נאך די שרעקליכע נייעס ווילן מיר בעטן אפן ביי די ציונים נעמטס אראפ ענקער טמנ'ע הענט פון די קאפ פון כלל ישראל נישט גענוג געברענגט ציפקע צרות און די ערגסטע צרות פאר כלל ישראל אנגעהויבן ביים דייטש ווען חיים ווייצמאן שר"י האט געשריגן רק בדם תהיו לנו ארץ און זיך גערייצט מיט היטלער אז היטלער איז פארלוירן געווארן און זיך אראפגעווארפן צו דער ערד פאר כעס און געביסן די קארפעט און געשוווירן נקמה אלס האבן זיי געוואוסט אויפצורייצן די בער פון וואלד און נאכדעם געשריגן אז זיי זענען מציל

אונז בעט מיר ביי ענק זייטס שוין נישט אזויפיל מציל הקב"ה מצילנו מידם בעת שיעלה רצון מאת הבורא אמת די אראבער זענען שונאי ישראל סיי ווי און ווילאנג ס'איז אונז באשערט גלות דארפן מיר ליידן פון זיי אבער די אפענע רייץ מיט וואס די ציונים רייצן זיך איז זיכער מרבה די שנאה

זיי גייען יעצט אנהייבן צו וויינען אין אונזער נאמען אין כלל ישראל'ס נאמען אז מ'דארף מלחמה האלטן מיט די פאלעסטינע אונז שריי מיר אויס אין מיין נאמען רעדסטו נישט אונז ווארט מיר אויף די גאולה דורך אליהו הנביא ומלך המשיח ווען ס'וועט מקוים ווערן הנה אנכי שולח לכם בב"א

אונז ווארט מיר נישט אז אונז זאל מיר נקמה נעמען אונז זאל מיר קער נעמען פון זיי בפרט אזעלכע בעלי עבירה ורשעים ומשומדים

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 3:47 pm

· #208765
גאנצל
ווען חיים ווייצמאן שר"י האט געשריגן רק בדם תהיו לנו ארץ

כל הזכיות שמורות לסענדער דער דייטש
ער האט דאס אויפגעמאכט, זיין חידוש

גאנצל » מאנטאג יוני 30, 2014 3:50 pm

· #208766
וכ@טיטאניק וואלט ווען געוואלט

elter-zeide » מאנטאג יוני 30, 2014 4:24 pm

· #208773
טיטאניק
גאנצל
ווען חיים ווייצמאן שר"י האט געשריגן רק בדם תהיו לנו ארץ

כל הזכיות שמורות לסענדער דער דייטש
ער האט דאס אויפגעמאכט, זיין חידוש

אויך רבי מיכאל בער ווייסמאנדל'ס זצ"ל חידוש, אין אויך קאסנער פראצעס טאקי אין דע מדינת ישראלדיגע געריכט, אין קאסטנער איז געהארגעט געווארען דארעך יודען, צי פארדעקען זייערע התגרות,

elter-zeide » מאנטאג יוני 30, 2014 5:04 pm

· #208778
טיטאניק
ס'איז מאדנע אז די אלע קנאים לויפען אוועק
זיי קענען זיך נישט האלטען צי תקנות און בקשות
זיי זענען נאר דא צי מאכען שמיץ ווי מען וויל נישט, ביי די רעגעלער אשכול זענען זיי דא ווי א משלחה וחוזרת אבער דא ווי מען געבט זיי רשות צי רעדען דא שווייגען זיי
כדוגמת ווען זיי מאכען מחאות אין תוך תוכי כיכר השבת געגענט אין ירושלים און פארברענען גארביטש אין די נעזער פון אימשילדיגע מענטשען
דאס זענען זיי, אנדערייער שמיץ מאכער'ס
סתם פראי אדם, נישט סתם אזוי זענען זיי אויף איין פעידש מיט די אראבער 😂

די קנאים מיינסטי?

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=I-h-YIj4jRw">http://www.youtube.com/watch?v=I-h-YIj4jRw</a>

לעיקוואד » מאנטאג יוני 30, 2014 5:07 pm

· #208779
הרב יצחק גינזבורג האט ארויסגעבען די סטעיטמענט :
התגובה המידית על רצח יהודים קדושים צריכה להיות נקמה, שבה טמונה גם תקומת העם, כנודע.
בחותם שירת האזינו (שירת ה"דעת" של משה רבינו לפני הסתלקותו) נאמר "הרנינו גוים עמו כי דם עבדיו יקום ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו". על כך כותב רבי אברהם אבן עזרא: "כי ישראל יעשו נקמה בגוים, והם יכפרו על ארץ ישראל בעבור הדם ששופך בה".
על עם ישראל מוטלת החובה לנקום ולהרוג את המחבלים. בפרט, אין להשאיר בחיים אף אחד מפעילי ארגון הטרור חמאס, שביצע בפועל את הרצח. כך צריכים לנהוג המופקדים על בטחון העם, וזו הדרך הנכונה להביא גם להרתעה ולזקיפת הקומה הלאומית.
בפעולה כזו מכפרים על הארץ ומטהרים אותה (כהמשך דברי הראב"ע שם), ובכך מכינים אותה לתחית המתים, שאזי, בקרוב, נזכה לחזות שוב בבנים שנרצחו בקיום היעוד "הקיצו ורננו שוכני עפר".

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 5:31 pm

· #208781
אלע זענען געלאדענט צי ליינען דעם אשכול
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6326">viewtopic.php?f=8&t=6326</a><!-- l -->
מיר גלייבען אז עס איז געווען א גזירה אבער די פאקט איז אז ביי רוב פלעצער ווי עס איז געווען א ווידערששטאנד איז געווען ווייניגער קרבנות
און ווען די ווידערשטאנד וואלט געווען גרעסער וואלט געווען ווייניגער קדושים

elter-zeide » מאנטאג יוני 30, 2014 5:43 pm

· #208784
דער הרב גינסבורג ברענגט דריי ווערטער אין לאסט אויס דעם עיקר ווייל א פסוק פריר זאגט דער אבן עזרא אופן פסוק "הרנינו גוים עמו" כאשר יקום "השם" דמם, דער נאך וועלן דע יודן נקמה נעמען פון דע גוים והם יכפרו על ארץ ישראל,

elter-zeide » מאנטאג יוני 30, 2014 5:50 pm

· #208785
טיטאניק
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=6326
מיר גלייבען אז עס איז געווען א גזירה אבער די פאקט איז אז ביי רוב פלעצער ווי עס איז געווען א ווידערששטאנד איז געווען ווייניגער קרבנות
און ווען די ווידערשטאנד וואלט געווען גרעסער וואלט געווען ווייניגער קדושים

דאס איז א פאקט? אזוי איז אייביג געווען? אפשר ביי גוים מיט גוים, אבער מיט יודען ווייס איך פינקט פארקערט,

טיטאניק » מאנטאג יוני 30, 2014 5:50 pm

· #208786
אבער איך פארשטיי נישט איין זאך
אין דער גוי דער רוצח שפל ונבזה רוצח בן בנו של רוצח מעג מען זיך נישט נוקם זיין
אבער אין דער חבד'סקער ר' מענדל וועכטער האט מען יא געמעגט?
אין דער בעלזער האט מען יא געמעגט?
ארוינם vs זאלוינים מעג מען יא?
פארוואס איז אידיש בליט ביי אייך מער מותר ווי דער גוי'ס?
ענפערט תוספות..... ווייל ווען א איד נעמט זיך ארויס פון די כלל פון עם ישראל איז ער א בחינה פון ישראל כשיורדים יורדים עד לעפר מילא וועט ער האנדלען מיט א איד ערגער ווי מיט א גוי
בלאט: 1 2 3 4 5