קענער, איך פארשטיי ביזט א גאסט(???) אבער פאר דו נעמסט דיך די מיה צו עפענען א ניק און רעאגירן, קוק כאטש איבער די איינע אשכול אויף וואס די רעאגירסט, און טוה וואס איך האב געטוהן.
איך בין גראדע בכלל נישט קיין גאסט דא, איך בין שוין כמעט א קאווע שטיבל גרעדיועט. זכרנו את הדגה, אוי געדענק איך די גוטע צייטן דא, מי יתננו ירחי קופי, מיט
@כוכב אינאיינעם טוה איך וויינען און בענקען (בדרך אגב: אונזער נייע "שטערן" אויפן האריזאנט אונזער שיין און די טונקעלע עתיד דא) ווער וועט אונז צוריקברענגען אזעלכע שכל הישר'ס ווי
@יידל, @אנאנים,
@דעת תורה, איר מיינט טאקע אז
@שמעקעדיג קען אליין? ווער וועט אונז צוריקברענגען די הומאר פון
@יואב,
@קופערניקס ודעמי', ווער וועט אונז היילן מיט די מלוגמא יעדע מוצ"ש ווי
@בענדזשאמין פרענקלין? וןער וועט ריפלעיסן
@מאראנצןזאפט מיט זיינע הערליכע באשרייבונגען, ווער וועט אונז געבן אויף יעדע זייט די איפכא מיסתברא ווי
@לעיקוואד, איך וואג מיך ניטאמאל צוריקצורופן דא א
@שרגא צי א
@שליח, ווער וועט אונז שטענדיג אינטערטעינען און דא זיין צו יעדע צייט ווי
@זר זהב, און העולה על כולנה, איך האף אז נאר איך האב עס באמערקט, איז אונזער כרכא דכולא ביה, איש האשכולות, וואס יעדע תגובה זיינע האט מיך געמאכט לאכן און וויינען ציזאמען, אונזער באליבטע קרוין
@קאווע טרינקער פארשווינדען געווארן??? 😢
עכ"פ איך בין שוין דא כמעט פון עפענונג, נאר זיך נישט גענומען די מי צו שרייבן, סיי ווייל איך בין אלעס חוץ א שרייבער און ס'קומט מיר אן טעכניש זייער שווער (און דעס איז איינע פון די סיבות אז איך שרייב יעצט, אמאל צווישן די לייבן דא איז מיר עס נישט עולה על הדעת געווען, מיין קאמפלעקס איז געווען געפערליך, אבער יעצט פיל איך ווי ס'איז ממש נישט דא פון וועם זיך שעמען)
לענינינו, הרב קענער. איך האב מיך דא גענומען די מי און דורך געבלעטערט די אשכול, כאטש איך האלט אז עס פארשמירט די אשכול און מדארף טוהן כדוגמת אייוועלט, מאכן א עקסטערע אשכול,
אבער למעשה, גאנצל ודעמי' זאגן סך הכל מיט די פולסטע רואיגקייט און קלארקייט זייער מיינונג, זיי אטאקירן נישט קיין ניקס, און אויך נישט די וואס האלטן אנדערש ווי זיי (עכ"פ דא ווען עס קומט צי סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צי זייער עכטע רבי ר' אהרן דארטן שיסן זיי כטיט היקר חבירינו אבער איז עס כאטש אין צימעס), ער זאגט סך הכל זיין תורה וואס ער איז אויפגעוואקסען, און פונקט ווי ישראל פריעדמאן פון יתד מעג באשולדיגען בנט מיט די דלי"ם און די מזרחיסטישע הרב ליאור מעג באשולדיגען די ממשלה, מעג דער סאטמארער באשולדיגען די ציונים, עס איז גארנישט מער עקסטרעם!! פון די אנדערע זייט קומט טיטאניק און רייסט גרויליג אראפ פערזענליך סיי סאטמארער רב, וואס די סאטמארע ניקס האבן נישט געטוה דא צו אגוד'יסטישע רבנים, סיי פערזענליכע ניקס, סיי א גאנצע קרייז פון טויזענטער יודן.
קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען עס קומט א יאיר צי ווער עס זאל זיין, צי אפילו א פאר הדור אדער ונבנתה, און נעמען זיך רעדן זאכן וואס איז געווען ביי אונז אפגעפרעגט, האסט א ברירה אדער ענטפער ווי א מענטש, אדער קוק נישט. און אז ס'איז צו שווער פאר דיר, גיי קיין אייוועלט ווי די הנהלה וועט זיכער מאכן עס צו באזייטיגען, און לייג אריין קאווע שטיבל אין די ליסטע פון וועבסייטס וואס דו נעמסט דיך אונטער יעדע פיר וואכן אז דו גייסט קיייינמאל מער נישט באזוכען. דעי מקום איז נתייסד געווארן מיט אנדערע צילן פאר אנדערע סארטן.
אבער סתם צו ענטפערן ווי א אומסטאבילע קינד און אטאקירן ווי א קליין קינד אין חדר, רעגט אויף יעדן דא, און קיינער איז נישט דא חושד יואב'ן מיט איבריגע אהבה צי עקסטרעמיזם, און אז דו האסט אים געמאכט עפענען זיין פענע האט עס א סיבה.
קוקענדיג יעצט משולם טענענבוים'ס תגובה ברענגט עס די בעסטע ארויס וואס איך מיין, כאטש ער אטאקירט גראדע יא סאטמאר, טוט ער עס מיט טעם און ברענגט ארויס נקודות שראוי לדון בהם, נישט סתם שיסן נידל, צמצום, בעק דרעק, און שיסן אויסגעזויגענע מעשיות וואס זיינע גרעסטע פיינט האבן די שטארקייט צו זאגן אז עס מאכט קיין סענס.