☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » 3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

3 בחורים אין א''י געקידנעפט - השקפה (געטיילט)

210 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6641
בלאט: 1 2 3 4 5

גאלד » זונטאג יוני 15, 2014 9:09 pm

· #206150
איחוד פעלד
וואס איז אזוי ביטער אויב די ציונים געווינען?

ווייל למעשה געווינען זיי נישט, ס'דאכצעך נאר אז זיי געווינען,

בריסקער רב האט אמאל געזאגט, לפי שהי' לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה, אז די לצים האבן געטענה'ט אז דער נס וואס האט פאסירט מיט שרה אז זי האט געשוואנגערט ביי די 90 יאר איז בזכותו פון דעם רשע אבימלך, ממילא איז עס א רמז מן השמים אז מ'זאל זיך פירן בדרכי אבימלך, דער טמא, דעריבער צר קלסתר פניו דומה לאברהם, צו שיקן א קלארע מעסעדש מיר מאכן נישט קיין נסים פאר רשעים, און דער נס איז דוקא נאר בזכותו של אברהם,

די זעלבע די נצחונות מיט די מעגליכע נסים, דאס איז נישט נצחונות פון רשעים און כופרים, אזוי לאנג עס זענען דא פרומע תורה-טרייע אידן וואס בעניפיטירן איז עס זייער נצחון נישט קיין ציונים,

ועל כולם איז די רעדע יעצט נישט פון קיין נצחונות, מ'רעדט דא פון אפשוינען א טראגעדיע, און אויב די ציונים וועלן בע"ה מצליח, איז עס פשוט א ענין פון אויפקלינען א מעסס וואס זיי האבן אנגעמאכן,

בן-גריון האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש ווען איך גיי ארויס אין מלחמה מיט וואסערע געווער זאל איך ניצן ביקסן אדער גמרא'ס, האט איהם די חזון איש גראד געענטפערט פון מיין זייט אויס וואלט מען גארנישט געדארפט, איר האט אונז אריינגעלייגט און פעקל, פיגער די אליינס אויס וויזוי אונז צו ארויסשלעפן פון בלאטע,

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 9:26 pm

· #206153
גאלד: ייש"כ . דיינע ווערטער זענען גאלד. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. שפתיים ישק משיב דברים נכונים. נאכמער. די אלע שרייערס ( ובתוכם דער קעניג פון די היפאקריטן אין היינטיגן דור. מנשה'לע פיליפ. המכנה את עצמו ישראל מ. סופר.) האבן פארגעסן, אדער קיינמאל נישט געוואוסט וואס דער רבן של ישראל הצה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ספר הק' ויואל משה (דף ח') "אלא שצריכין לרחמי שמים שתכלה אותה מלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה מאת השי"ח, לא על ידי האומות. כי אם ח"ו ע"י האומות היא סכנה גדולה לישראל, כמובן". נאר דער היפאקריט קען נאך טענה'ן אז די ציונים האבן אריינגעשמוגלט די שורות אין ספר. ווייל אנישט פארוואס ווינטשן זיי אז די אראבערס, ימ"ש און אלע אנדערע שונאי ישראל זאללן האבן א ניצחון... 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 9:32 pm

· #206154
יין שרף
טיטאניק

איך האב ליב אידישע קינדער אפילו מיט א קליינע קאפעלע, א איד איז א איד אפילו אויב איז ער געבוירען אלץ א ציוני

א שמעקעדיגע סאטמארע וואס זעהט נישט קיין שויער מיוה"כ ליוה"כ, מיט א ברייטן אפגעוואשענעם היט, א קאפל פון אויער צו אויער, מיט א שמוציגען רעקל באצירט מיט זיין נעכטיגן אייער שפייז, פיאות ווי א וויידל פון א פערד, האסטו אויך אזוי ליב??? 🙄 🙄 🙄

InnocentQuestion#

יא. איך יא. נאר דאס האט נישט מיט סאטמאר. איך קען אנדערע חסידות'ן וואו דאס איז אויכעט א "נארמאלע" ערשיינונג... 😕 😎 😂 🙄 😃 😉 😳 😉 😮

דער שכן » זונטאג יוני 15, 2014 9:43 pm

· #206156
berlbalaguleh
גאלד: ייש"כ . דיינע ווערטער זענען גאלד. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק. שפתיים ישק משיב דברים נכונים. נאכמער. די אלע שרייערס ( ובתוכם דער קעניג פון די היפאקריטן אין היינטיגן דור. מנשה'לע פיליפ. המכנה את עצמו ישראל מ. סופר.) האבן פארגעסן, אדער קיינמאל נישט געוואוסט וואס דער רבן של ישראל הצה"ק בעל ויואל משה מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין די הקדמה צום ספר הק' ויואל משה (דף ח') "אלא שצריכין לרחמי שמים שתכלה אותה מלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה מאת השי"ח, לא על ידי האומות. כי אם ח"ו ע"י האומות היא סכנה גדולה לישראל, כמובן". נאר דער היפאקריט קען נאך טענה'ן אז די ציונים האבן אריינגעשמוגלט די שורות אין ספר. ווייל אנישט פארוואס ווינטשן זיי אז די אראבערס, ימ"ש און אלע אנדערע שונאי ישראל זאללן האבן א ניצחון... 😕 😎 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

איך זעה דו האבסט אגענדעס דא און אנדערע חשבונות. עולה על כולנה ווילסטו מאכן זיכער אז מען ווייסט אז די מענטשן וואס טאנצן נישט מיט מיט די פראקציע ווי דו געהערסט זענען נישט קיין ריכטיגע סאטמארע?.. און ווען דו זאגסט "לע" נאך'ן נאמען דעמאלץ האזטו גע'סיעל'ט דעם דיעל!... ווי א ריכטיגער פארצייטישע באלאגאלע.. אפשר גאר פארשעמסטו די בעל-עגלה'ס.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 15, 2014 10:01 pm

· #206161
ר' שכן: איך בעיט דיך נישט אזוי שארף. איך 'על נאך זיין פונקט אזא שיינער איד אין ביהמ"ד נאך דיין באוואשן אויכעט. נאר איך מיין אז איך בין מיט א טאג (נישט טע"ג, בלע"ז) אדער צוויי עלטער פון דיר. און איך האב געליינט דעים בעל דבר א ביסל מער פון דיר. נאר איך ווייס נאכאלץ נישט פארוואס דו ביסט געווארן אזוי אנגעצינדן און אנגעהויבן גיסן א קיתון של שופכין. איך האב ס"ה אראפגעברענגט די דבורים הקדושים פון סאטמאר'ער רבי זי"ע אין די הקדמה. האסט א ברירה נאכצוקוקן און זעהן אויב איך האב עפעס צוגעלייגט אדער אראפגענומען פון די דברים הקדושים. און לגבי מנשה'לע פיליפ 'עלל איך יעצט נישט אריינגיין אין א לאנגן (אדער אפילו א קורצן) ויכוח... 🙄 😈 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😢 😞 😮

petergrifin » מאנטאג יוני 16, 2014 12:11 am

· #206183
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 16, 2014 10:21 am

· #206219
איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.

סמבטיון » מאנטאג יוני 16, 2014 11:58 am

· #206237
נישט נאר ר בערל אין טיטאניק האלטן אזוי, סע איז א פאקט אז ווען נישט די מדינה וואלטן די הריגות אין פאגראמען אויף כלל ישראל געוועהן פיהלפאכיג, אינז וואלטן מיר געדארפט זיי מכיר טובה זיין, אבער כאטש אזויפיהל קען מען טוהן, איז זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים מיט זידיגע טרערן, אז גאט זאל זיך דערבארימען אין אהיים ברענגן אינזער פארלוירענע פארכאפטע 3 ברידער.

דריידל » מאנטאג יוני 16, 2014 1:34 pm

· #206261
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.

איך האב דיך געלייגט ווייל די האסט ארויסגעברענגט א גוטע פאינט. אבער דאס וואס די שרייבסט אז א"י איז מער מסוכנ'דיג ווי טעהראן, איז אביסול איבערגעטריבן

דריידל » מאנטאג יוני 16, 2014 1:37 pm

· #206262
סמבטיון
נישט נאר ר בערל אין טיטאניק האלטן אזוי, סע איז א פאקט אז ווען נישט די מדינה וואלטן די הריגות אין פאגראמען אויף כלל ישראל געוועהן פיהלפאכיג, אינז וואלטן מיר געדארפט זיי מכיר טובה זיין, אבער כאטש אזויפיהל קען מען טוהן, איז זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים מיט זידיגע טרערן, אז גאט זאל זיך דערבארימען אין אהיים ברענגן אינזער פארלוירענע פארכאפטע 3 ברידער.

ביסטי זיכער אז די ווייסט די דעפענישאן פון "פאקט"?

עפל סיידער » מאנטאג יוני 16, 2014 1:39 pm

· #206264
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב מורא אז ר׳ בערעל און טיטאניק האבען נאר פיינט אראבער ווייל זיי זענען מתחבר לר...... נ.ק.
דער רו׳איגע קישען האב איך נאך נישט געזען, נאר פארוואס איז דער וואס קוקט אן אמעריקא אלס ׳א רו׳איגע קישען ווי אוועק צו לייגען דער קאפ ביז משיח קומט׳ ווייניגער א מאמין אין ביאת המשיח ווי דער וואס זאגט דער זעלבע אויף דער מדינה׳לע? דער פאקט איז אז נאך אלע מעשה׳ס מיט שטארק און קלעצקי, מדינת ישראל איז נאך אלס די מערסטע מסוכנדיגע אידישע צענטער אינדערוועלט. מער ווי פאריז, מער ווי וומסב׳׳ג און מער ווי טעהעראן, לויט די מאס מענטשען וואס זענען ערמארדערט געווארען אין די לעצטע זעכציג יאר.

ערשטע בוך ארויסצוגעבן פון א ק''ש מעמבער, וואס גייט אין זיינע פוס טריט.

BAL TSHIVA » מאנטאג יוני 16, 2014 2:57 pm

· #206275
Kol mevaser has interviews with the uncle of 1 of the kids as per the uncle he's a big יחסן and cousins with belz and satmar

גאנצל » דינסטאג יוני 17, 2014 12:56 pm

· #206413
אלס א מאמין בד' שפיר איך א חוב צו אנווייזן אז מ'זאל זיך חלילה נישט פארלירן און האלטן גראד דעם דעת און געדענקן אז פון די אפיקורסים וכופרים די ממשלה אין א"י קען קיין ישועה נישט קומען

פון כופרים ואפיקורסים מנאצי ד' וואס זייער גאנצע "עקזיסטענץ" איז מרידה בד' ובגזירותיו ובתורתו פון אזעלכע איז נישט מעגליך אז ס'זאל א ישועה קומען ווייל ס'איז דאך פשוט א סתירה מיני' ובי' דו שטעלסט אויף א מיליטער וואס רעכנט זיך בכלל נישט מיט דעם אז ס'איז דא א באשעפער וואס האט געמאכט א גזירת הגלות דו גאנצע הלוך ילך דארט רייסט אויס יעדע מצוה אין הייליגקייט פון די תורה און אזא זאך איז מעגליך אז ס'זאל האבן עפעס א כח בכלל ?? ניין ניין ניין ווייל אויב אזוי איז דאך שוא עבוד אלקים וואס דארף איך דעם באשעפער מיט זיין תורה חלילה איך קען דאך אליין אויך חלילה חס מלהזכיר

ע"כ וואס אונז דארף מיר טון איז ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין 24 שעה פאר די וואוילזיין פון די טייערע בחורים זרע אברהם יצחק ויעקב ויוציאם מאפילה לאורה און געדענקן אז נאר השי"ת וועט זיי העלפן אויף וועלכע וועג זיין רצון וועט זיין און חלילה נישט זיך פארלאזן איין רגע אז די צה"ל וועט מאכן דעם דזאב טראץ וואס קול מבשר און אלע אנדערע נייעס זייטלעך האקט א גאנצן טאג אין קאפ אז די מדינה זאגט דעס זאגט יענץ ער טוט דאס פאר זיין ביזנעס (לדאבונינו) אבער אונז מוז מיר חזר'ן און געדענקן אז נישט זיי וועלן אונז דא העלפן אזוי צו טראכטן איז אין קעגנזאץ קעגן אונזער אמונה און אונזער ליבער גאט

מאטי » דינסטאג יוני 17, 2014 1:02 pm

· #206416
זאג...דו חכם.. . אויב א פארברעכער קומט אריין אין דיין הויז דיך צו אוועקלייגן, דו רופסט שומרים, דער מעמבער וואס קומט אן ווייסטו אויף אים אז ער איז א בעל עבירה. וועסטו לאזן דעם פארברעכער דיך הארגענען.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 1:07 pm

· #206417
זעסט נאך א מזל אז גאנצל דערמאנט אינז, ווען נישט ווער ווער וואלט געזאגט תהילים
גאנצל, סתם אזוי פאר די רעקארד ווער האט געמאכט די שחיטות אויף אינזערע עלטערען אין אייראפע?
ת"ח ות"ט? קרייציגלער? בליט בליבולים? שפאנישע אינקוויזיצע? ערשטע וועלט מלחמה? צווייטע וועלט מלחמה?
האק אין שטייניק, דער גוי האט אינז פיינט, דערפאר שעכט ער אינז אויס און נישט ציליב עפעס אנדערשט
סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם, מען האט אינז פיינט בלויז פארען זיין א איד, די מדינה איז נאר א נייע בליט בילבול תירוץ פאר די שונאי ישראל, גארנישט מער, און במקום וואס מיר זאלען זיין ווי איין פאלק איין משפחה גייען מיר געבען לעגיטימאציע פאר די שונאי ישראל ווען מיר זאגען "יא איר זענט גערעכט איר מעגט הארגענען אידען ווייל זיי האבען דארט א קלייטשיגע מדינה'לע ווי מען טריט די ארבער שענער ווי מען טרירט זיי נאר סיי ווי אין די וועלט"
הערט אויס די ווערטער פון דער יו ען איזראעלישער קאנסול און זאגט מיר צי שמעקט עס נישט די זעלבע ווי אלע בליט בליבולים וואס די שונאי ישראל האבען געמאכט אויף אידען?
די זיבעציג וועלף האבען געזיכט א עבירה ביי דער שעפעלע און ענדליך האט מען עס געפינען! יא ער האט געגענבט א שטרוי פון דער בעל הבית שטיוועל, טאקע א עבירה קימט עם ארבע מיתות בית דין דערפאר
איי דער גוי אין סיריע האקט קעפ על לא דבר, אין איראן שיסט מען, אין ליביע באמבאדירט מען, וכו'ו וכוכוכוכוכוכוכו' דארט גייט עס קיינעם נישט אן ווייל דער גוי האט נישט פיינט א גוי ער האט נאר פיינט דער איד און ווען דער איד בויעט צי א פארטש אין גילה פון 3 פיס לויפען שוין די גאנצע יו ען מיטגלידער צי מאכען א שטרענגע מחאה ווי כאילו אין די וועלט איז דאס די גרעסטער עוולה
משוגעים! נאך נישט געווען אזאנס אין די היסטאריע אז אידען זאלען געבען ליגיטימאציע פאר דער גוי
עס שמעקט איין זאך דא "שנאת ישראל" די זעלבע שנאה וואס האט געמארדעט מיליאנער אידען אלע דורות די זעלבע שנאה איז דא יעצט
דער אראבער קען פינקט אזוי אימברענגען אידען דא אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג אויך! חלילה וחס! זייט נישט אזוי גרויס פיסקעדיג

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 1:18 pm

· #206419
גאנצעל! טיטוס האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
==== די אידען האבען זיך קעגען געשטעלט!
גאנצעל! נבוכנדצר האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען האבען זיך נישט געניג מכניע געווען!
גאנצעל! פרעה האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען נעמען צי זייער לאנד!
גאנצעל! לבן האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== יעקב לויפט אוועק מיט זיין געלט און קינדער אן רשות!
גאנצעל! די יוונים האבן אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען פאלגען נישט זייערע באפעלונגען!
גאנצעל! דער דייטש ימח שמו האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== דער איד איז א שווינדלער און א גנב!
גאנצעל! דער גלח אין דעם רוסישן דארף האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== דער איד איז שולדיג אין אלע פראבלעמען און האט געקראסט דעם יאשקע!
גאנצעל! סטאלין האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== אידען זענען א קראנקהייט פאר די וועלט!
גאנצעל! די פריצים אין פוילין האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען זענען באטריגער און שלעפערס!
גאנצעל! די שפאנישע אינקוויזיציע האט אויך געהאט א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== אידען מיזען פאלגען וואס מען הייסט זיי!
גאנצעל! די אראבער היינט האבן אויך א גאנצע רייע מיט טענות פארוואס עס איז מאראליש בארעכטיגט צי קוילען אידישע בעיביס!
=== די אידען האבען געוואנדערט פון איין לאנד צים צווייטען, מען פארטרייבט זיי פון איין לאנד צים צווייטען, מען שעכט זיי על לא עוול בכפם, זיי ווילען פשוט וואוינען אין זייער אייגען לאנד, האבען א דאך איבערען קאפ, א אייגענע מיליטער פינקט ווי די שומרים אין וויליאמסבורג, איינער זאל זיי שיצען, און דערפאר קימט זיי כל צרות שבעולם???

אבער צי דען האבען מיר אידען בני אברהם יצחק ויעקב געגעבען רעכט פאר די רציחות? איז דא איין תירוץ פאר דעם?

גאנצל » דינסטאג יוני 17, 2014 2:53 pm

· #206444
ס'איז אלעס אמת אבער פון קיין כופרים בד' קען קיין ישועה ניט קומען כמבו' בשכל

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 2:57 pm

· #206446
דערפאר טאקע ניצט מען איצטער די נחל החרדי
😃

גאנצל » דינסטאג יוני 17, 2014 3:16 pm

· #206454
און ביי די וועי אויב האסטו פארשטאנען פון מיינע ווערטער אז מ'האט פיינט אידן וועגן די מדינה האסטו נישט געליינט מיין תגובה איך האב בלויז געשריבן אז די כופרים בד' האבן נישט קיין שום כח און נאר השי"ת קען אונז העלפן

דא אין אמעריקא איז די "עקזיסטענץ" פון די מיליטער נישט קיין כפירה אמעריקא מעג טון וואס זיי ווילן אבער אין א"י וואס זיי לאכן זיך אויס פון גאט ב"ה יעדע מינוט אין טאג דער אויבערשטער דו באלאנגסט אין גלות אונטער די גוים און ער זאגט ניין די גאנצע "עקזיסטענץ און קיום" איז איין שטיק ניאוץ ד' פון אזעלכע קען קיין ישועה נישט זיין ווערי סימפעל די שנאת הגוי קומט דא אינגאנצן נישט אריין (דאס איז א עקסטערע שמועס)

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 17, 2014 3:20 pm

· #206456
טיטאניק פליז שרייב וואס עס מיינט אז אידן זענען אין גלות? אין וואס פארא גלות זענען מיר?
אבער פליז נארמאלע סיי"ז און נארמאלע קאלער"ס אותיות און נישט קיין מגילה, קורץ און שארף.
א דאנק

מ גפני » דינסטאג יוני 17, 2014 3:24 pm

· #206457
אינטערעסאנט אז די ווייט הויז דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן דעם איינעם בחור וואס איז אן אמעריקאנער

סאשי פיש » דינסטאג יוני 17, 2014 3:25 pm

· #206458
די טעמע אין די אשכול איז איבער נייעס,
נישט צו די מדינה איז אויסגעהאלטען צו נישט!
ביטע זיך האלטען צום נושא.

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 17, 2014 4:31 pm

· #206477
די מעשה פון די טייערע אידישע קינדער, וואס זענען ליידער פארכאפט געווארן אונטער די הענט, פון די קאלט-בלוטיגע בני ישמאל, און זייערע טייערע עלטערן ווייסן ניטאמאל צו זיי זענען נאך ביים לעבן צי נישט ח''ו, שאפט א שווערע דילעמע פאר שלומי אמוני ישראל, ווייל וואו אזוי עס וועט זיך נאר אויסלאזן וועט זיין א פראבלעם.

ווען די אראבער האבן פארכאפט דעם מדינות ישראל סאלדאט גלעד שליט, האט מדינות ישראל געדארפט צאלן גאר א טייערע פרייז פאר זיין צוריקער. מדינות ישראל איז געווען געצווינגען פריי צולאזן א גרויסע צאל מסוכנדיגע טעראריסטן, וואס האבן געשמאכט אין די ישראלישע טירמעס, צילוב דער פאקט אז זייער זיך באוועגען אויף די פריי שטעלט אידישע קינדער אין געפאר, און ווער ווייסט וואס דאס האט טאקע אפגעקאסט, אדער עס קען נאך אפקאסטן, זאל דער אלמעכטיגע באשעפער אוודאי האלטען די רעכטע האנט.

דאס איז געווען ווען מען האט פארכאפט א סאלדאט וואס האט געדינט אין די שוץ כוחות פון מדינות ישראל, און ער איז געווען אנגעטאן אין מיליטערישע מינדירן, און ער איז אויך געווען באוואפענט מיט געווער. דאך האט מדינות ישראל געשפירט פאר וויכטיג צו באפרייען שענדליכע טעראריסטן פאר זיין ציריקער.

אצינד איז נאך דער מצב פיל ארגער, די רעדע איז פון ציוויליע איגענטליכע, וואס זענען בכלל נישט געווען באוואפענט, מי יודע וואו פול טעראריסטען מדינות ישראל וועט מיזן פריי לאזען, און וואס די קאנציקוועצען וועלן זיין, ה''י.

דעריבער איז טאקע מדינות ישראל אזוי ווילד, און זיי האבן איינגעשפאנט אלע זייערע מיליטערישע כוחות, אנגעהויבן פון די אינפאנטרי סאלדאטען, און גענדיגט ביי די געהיים דינסט, און די ספעציעלע קרעפטן די "צנחנים", דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל זיי זענען באזארגט אויף די לעבענס פון די 3 בחורים, נאר ווייל זיי האבן מורא פון די קאנציקווענסצן.

און ווידעאום אויב עס וועט געלונגען פארן דעם ישראלישער מיליטער צו ראטעווען די בחורים, דירך א מיליטערישע קאמאנדע אקציע, א שטייגער וואו חטיפת אייכמאן, מבצע יונתן, אד''ג, וואס דער מדינות ישראל מיליטער צייכענט זיך גראדע זייער גוט אויס, איז דאך ווייטער א פראבלעם, ווייל דעמאלט וועט גאנץ כלל ישראל ווערן דירך גענימען מיט פאטריאטיזם פאר די מדינה מיט איר טמא'נעם מיליטער, עס וועט ביי יעדעם אין הארץ אויפגעטליוט ווערן אזא גיטע געפיל, אה.. אינזער לאנד.... אינזערע סאלדאטען.... אד''ג... און דאס איז כפירה און מרידה במלכות שמים...

בלויז דער געפיל פאר א ממשלה מיט א מיליטער וואס סימבאלאזירט אז בכל הגוים בית ישראל, און כלל ישראל איז ח''ו א פאלק וואו אלע פעלקער, צו מען האלט יא די הייליגע תורה צו נישט, דאס איז מחשבת מינית, וואס די איינציגסטע תשיבה אויף דעם איז מיתה... כל דפריש ממינות מית....

ווען רבינו הק' מסאטמאר זי''ע וואלט נאך ווען געלעבט, וואלטן מיר כאטש געהאט ווער עס זאל אינז מחזק זיין, און אינז אויסוואשען אינזערע מוחות פון די אלע מחשבות מינות.....

מיר זענען ליידער אין א קלעם... וואס עס זאל נאר געשען וועט האבן נישט גוטע נאכפאלגען......

אפשר מיט די יו ען (עס שטייט נאך???) קען עפעס נאך עפעס ווערן..... גיי ווייס....

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 4:52 pm

· #206480
קאך_לעפל

און ווידעאום אויב עס וועט געלונגען פארן דעם ישראלישער מיליטער צו ראטעווען די בחורים, דירך א מיליטערישע קאמאנדע אקציע, א שטייגער וואו חטיפת אייכמאן, מבצע יונתן, אד''ג, וואס דער מדינות ישראל מיליטער צייכענט זיך גראדע זייער גוט אויס, איז דאך ווייטער א פראבלעם, ווייל דעמאלט וועט גאנץ כלל ישראל ווערן דירך גענימען מיט פאטריאטיזם פאר די מדינה מיט איר טמא'נעם מיליטער, עס וועט ביי יעדעם אין הארץ אויפגעטליוט ווערן אזא גיטע געפיל, אה.. אינזער לאנד.... אינזערע סאלדאטען.... אד''ג... און דאס איז כפירה און מרידה במלכות שמים...

איך וויל נכשל ווערען אין די הארבע עבירה וואס שנעלער במהרה
כלל ישראל דאווענט פאר דעם אז די זעלנער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן זאלען מצליח זיין מיט זייערע הייליגע ארבעט פון הצלת ישראל
ובזכות די גרויסע מצווה זאל מקויים ווערען דברי חז"ל מצוה גוררת מצוה און זיי זאלען אינגאנצען תשובה טאן און ווערען ערליכע אידען שומרי תורה ומצוות
😂 😂 😂 😂 😂 🙂 🙂 🙂 🙂 😃 😃 😃 😃 😃

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 17, 2014 5:09 pm

· #206485

איך זע אז די ריפסט די צהלניקעס וואס פרעסן חזיר, און זענען מחללי שבתים, און האלטען נישט קיין איינס פון די תרי''ג המצות וואס דער אייבישטער האט אינז געגבן אויפן בארג סיני.
זעלנער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן
זאל זיין! איך דענק אז מאל זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן געווען: משה רבינו, יושע בן נון, פנחס בן אלעזר, עלי הכהן, שמואל הנביא, דוד המלך, שלמה המלך, יהושפט, יהושיהו המלך, צדקיהו... און נאך.
עס זעט אויס אז צייטן האבן זיך געביטן, און די לעצע יארן היינט שיקט שוין דער אייבישטער נייע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן
משה דיין, יעקב בר לב, דוד בן אליעזר, יצחק רבין, אריאל שרון, מאטי גור, בנימין נתניה... קען אפשר זיין, אבער נישט יעדער מיז דאך מיטשטימען מיט דיר... כ'האף אז די ביזט נישט ברויגעז....

נאר א קליינע נקידה'לע בעפאר מען גייט ציריק צו די גמרא... וואו אזוי מע''כ שרייבט.

עס זעט זיך עפעס אויס אז די ביזט א געוואלדיגע אוהב ישראל, און דאס וואס די 3 טייערע נשמות זענען פארכאפט געווארן.... טרעט דיר ממש צו צום געזינט... מי יתן והיה אז מיר זאלן אלע זיין בייי די הייליגע מדריגה....

פאר דיין אינפארמאציע: די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????

מבקר » דינסטאג יוני 17, 2014 5:31 pm

· #206490
שאול
איש בושת
דוד
שלמה
רחבעם
אביה
אסא
יהושפט
יהורם
אחזיהו
עתליה
יהואש
אמציה
עוזיהו
יותם
אחז
חזקיהו
מנשה
אמון
יאשיהו
יהואחז
יהויקים
יהויכין
צדקיהו
ממלכת ישראל
ירבעם בן נבט
נדב
בעשא
אלה
זמרי
תבני
עמרי
אחאב
אחזיהו
יורם
יהוא
יהואחז
יואש
ירבעם השני
זכריה
שלוּם
מנחם
פקחיה
פקח
הושע

נו וויפיל פון זיי זענען געווען אזעלכע צדיקים ווי די סאטמערע רב???? און דאך זענען זיי און נישט סאטמערע רב געווען אונזערע מלכים!

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 5:36 pm

· #206492
קאך_לעפל
טיטאניק
קאך_לעפל
\

פאר דיין אינפארמאציע: די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????

זיסקייט דאס טאקע מיין איך על אלה אני בוכיה ווי אזוי סאטמאר האט באוויזען צי מאכען אזא שטיפת מוח אויף אזויפיל אידען אז גאר די נאציס זענען פיינע מענטשען און ווען נישט די גרויליגע ציונים וואלט די שואה נישט פאסירט, א בלאף און א לינגט
ווער האט געראטעוועט דער הייליגער סאטמארער רבי אויב נישט די ציונים? גאנצע ספרים מלא שקרים האבען זיי געמיסט פארפאסען כדי צי אריינקריצען די ליגענט אין קאפ פון דער עולם
די זעלבע וואס האבען געמאכט די שטיפת מוח האבען אויך געמאכט די שטיפת הלב אז מען האט פארלוירען יעדע טראפ אהבה צי ארץ ישראל און צי די אידען וואס וואוינען דארט
טאקע מען קען וויינען
זאג ווען גייסטי זיך פארשטעלען פאר א פיינער נאצי? 😂 😂 😂 😂 😛 😛

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 5:38 pm

· #206493
מבקר
שאול
....
רחבעם
אביה
אסא
יהושפט
יהורם
אחזיהו
עתליה
יהואש
אחאב
אחזיהו
יורם

נו וויפיל פון זיי זענען געווען אזעלכע צדיקים ווי די סאטמערע רב???? און דאך זענען זיי און נישט סאטמערע רב געווען אונזערע מלכים!

ווען מיר וואלטען געהאט נביאים היינט וואס קענען שרייבען אמתע פאקטען וואלט מען געקענט מוסיף זיין אסאך אדמורים ורבנים אין יענע ליסטע זיי פאסען גיט אריין דארט 😂 😂 😂 😂 🙂 🙂 🙂 🙂 🙂

מבקר » דינסטאג יוני 17, 2014 5:42 pm

· #206494
קאך_לעפל
איך זע אז די ריפסט די צהלניקעס וואס פרעסן חזיר, און זענען מחללי שבתים, און האלטען נישט קיין איינס פון די תרי''ג המצות וואס דער אייבישטער האט אינז געגבן אויפן בארג סיני.
זעלנער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן

די אמת איז דאך אז תרי"ג מצוות ביסטו אויך נישט מקיים, ווידעראים אפאר (ממש געציילטע) מצוות דאורייתא וואס דו ביסט יא מקיים, האבן (רוב פון) זיי נאך אויך.
אמונה בהשם
כפירה בע"ז
אמונה בהשגחה
וכו'.
איי ס'איז דא אפאר מצוות וואס דו ביסט יא מקיים און זיי נישט? איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
יישוב הארץ
עזב תעזב
איש הירא ורך הלבב (וואס מן התורה זענען פרויען פונקט אזוי מחויב, וכלשון המשנה (סוטה ח, ז,)אבל במלחמת מצוה, הכל יוצאין, אפלו חתן מחדרו וכלה מחפתה.)

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 17, 2014 5:43 pm

· #206495
@טיטאניק עס איז גראדע נישט א סתירה עס קיין זיין אז די ציונים האבן געראטעוועט סאטמאר רב און עס קען זיין אז די זעלבע ציונים האבן געהאט א יד אין די שחיטות

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 17, 2014 5:44 pm

· #206496
מבקר
איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.

נמשל?

מבקר » דינסטאג יוני 17, 2014 5:47 pm

· #206498
לית דין בר נש
מבקר
איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.

נמשל?

מבקר
איז דאך אבער דא אסאך מצוות וואס זיי זענען מקיים און דו נישט.
יישוב הארץ
עזב תעזב
איש הירא ורך הלבב (וואס מן התורה זענען פרויען פונקט אזוי מחויב, וכלשון המשנה (סוטה ח, ז,)אבל במלחמת מצוה, הכל יוצאין, אפלו חתן מחדרו וכלה מחפתה.)

מה????

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 5:52 pm

· #206499
לית דין בר נש
@טיטאניק עס איז גראדע נישט א סתירה עס קיין זיין אז די ציונים האבן געראטעוועט סאטמאר רב און עס קען זיין אז די זעלבע ציונים האבן געהאט א יד אין די שחיטות

ווי קען מען זאגען אזא זאך?
אפשר די נטורי קרתא וואס זענען געפארען קיין איראן לייקענען די שואה אולי די האבען א יד אין די שואה און אין די רציחות פון די אראבער וואס ווערט געספאנסערט דארעך איראן, דאס זענען פאקטען וואס יעדער ווייסט
אבער די תורות וואס סאטמאר האט מחדש געווען א די פרייע האבען געהאט א יד אין די קריג ווייסט יעדער אז דאס איז א חלק פון די שטיפת מוח
מען האט זיי געקוילעט פינקט ווי אינז

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 17, 2014 5:53 pm

· #206500
טיטאניק
קאך_לעפל
טיטאניק
קאך_לעפל
\

פאר דיין אינפארמאציע: די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן פון וואס די רעדסט מיט אזא שעצונג, האבן געהאלפן היטלערן' אויסקוילן 6 מיליאן יודן הי''ד, מיינע זיידעס, און דיינע זיידעס.... און איך זע נישט אז די זאלסט זיי פייינט האבן דערפאר די ריפסט זיי גאר אן שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן וואו איז דיין אהבת ישראל פאר די אלע קדושים וטהורים, רבנן ותלמידיהון, אבהות ואמהות, תינוקת של בית רבן, וגמילי חלב שלא טעמו טעם חטא וואס זענען ברוטל געהארגעט געווארן א דאנק דיינע שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן??????? זאל מען ריפן דעם קינן ביים נאמען? חיים ווייצמאן, יצחק גרינבוים, נתן שוואלב, סטיוון ווייס, סאלי מייער, רודאלף קאסנער, דוד בן גיריון ימ''ש און נאך????

זיסקייט דאס טאקע מיין איך על אלה אני בוכיה ווי אזוי סאטמאר האט באוויזען צי מאכען אזא שטיפת מוח אויף אזויפיל אידען אז גאר די נאציס זענען פיינע מענטשען און ווען נישט די גרויליגע ציונים וואלט די שואה נישט פאסירט, א בלאף און א לינגט
ווער האט געראטעוועט דער הייליגער סאטמארער רבי אויב נישט די ציונים? גאנצע ספרים מלא שקרים האבען זיי געמיסט פארפאסען כדי צי אריינקריצען די ליגענט אין קאפ פון דער עולם
די זעלבע וואס האבען געמאכט די שטיפת מוח האבען אויך געמאכט די שטיפת הלב אז מען האט פארלוירען יעדע טראפ אהבה צי ארץ ישראל און צי די אידען וואס וואוינען דארט
טאקע מען קען וויינען
זאג ווען גייסטי זיך פארשטעלען פאר א פיינער נאצי? 😂 😂 😂 😂 😛 😛

טייערע נשמה איך מיין אז די ביזט נישט אזוי געגערעכט,

די נאציס זענען געווען רוצחים:
די ציוניסטישע שישקעס האבן געקענט ראטעווען מיליאנען אידען, האבן זיי? ניין! פארוואס? ווייל דער שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן יצחק גרינבוים ימ''ש האט געזאגט אין שנת תש''ה, ווען די רעדער פון אייכמאן'ס וואגאנען האבן זיך העפטיג געדרייט אויף די שינעס, פון אנגארן קיין אוישוויץ, וואו די נאציס האבן אריינגעשיבט 12000 אידן א טאג, אין קאלעך-אויבען אריין. "איין קיה אין ארץ ישראל, איז מער ווערט וואו אלע אייראפישע אידן" עפ''ל: און זיין חבר נתן שוואלב ימ''ש, גאר נישט ווייניגער מערדער וואו אים, האט געשריבען פאר רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל, אין שנת תש''ב "אך בדם תיהיה לנו הארץ" עפ''ל:

דער רשע ישראל קאסנער שר''י האט געוויסט אז מען טראגט די אידן פון געטא קיין אוישוויץ, אבער ער האט געמאכט א גרויסע פתח שין. ווייל ער האט געוואלט האבן חן אין די אויגן פון זיינע נאצישע גוטע פריינד, מיט וועלעכע ער פרעגט צו שיכור'ן אין פעסטער קרעשמע'ס. טויזענטער אידן וואלטן זיך ווען געראטעוועט ווען זיי ווייסן ווען דעם אמת, וואו אהין מען פירט זיי. דאס האט קאסנער אליינס מודה געווען ביים פארצעס אין מדינות ישראל פארן אדוואקאט שמואל תמר: א דאנק דעם האט אים דער שב''כ געשיקט דארט וואו ער האט געשיקט די מיליאנען קדושים.
די אלע זאכן איז געשריבען, און באוויסט פאר יעדען, נאר די דאזיגע וואס ריפן די צהלניקעס שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן נאר זיי ווייסן נישט( ווילן נישט וויסן) דערפון!

אגב רבינו הק' איז ניצל געווארן א דאנק רבי פנחס פרוידיגער און רבי חיים ראטה, זיי האבן געצאלט די געלט פאר די נאציס אז מען זאל ארויסלאזען די ציוניסטישע שישקעס אין כופרים פון אייראפא, אבער נאר מיטן תנאי אז מען לייגט ארויס רבינו הק' מסאטמאר אויפן באן:

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 5:54 pm

· #206501
דער עולם האט געבעטען אז מען זאל האלטען רוהיג דאס פלאץ און איך טריי אראפ צי ציען די שטימינג
אבער די סאטמארע תלמידים וואס זענען געבוירען געזויגען די שיטה מיט אלע דמיונות ארים קענען דאס נישט אראפ שלינגען אזעלכע כפירה רייד פון דער טיטאניק קען מען שרייבען אין אידיש? רחמנא ליצלן!
איך זאג אייך נאך א מזל אז די חורבן בית המקדש האט נישט פאסירט מיט 70 יאר ציריק ווייל ווען יא וואלט מען מיט דעם אויך באשילדיגט די ציונים
😂 😂 😂 😂 😂 😃 😃 😃 😃 😛 😛 😛 😛

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 17, 2014 6:06 pm

· #206502
טיטאניק
דער עולם האט געבעטען אז מען זאל האלטען רוהיג דאס פלאץ און איך טריי אראפ צי ציען די שטימינג
אבער די סאטמארע תלמידים וואס זענען געבוירען געזויגען די שיטה מיט אלע דמיונות ארים קענען דאס נישט אראפ שלינגען אזעלכע כפירה רייד פון דער טיטאניק קען מען שרייבען אין אידיש? רחמנא ליצלן!
איך זאג אייך נאך א מזל אז די חורבן בית המקדש האט נישט פאסירט מיט 70 יאר ציריק ווייל ווען יא וואלט מען מיט דעם אויך באשילדיגט די ציונים
😂 😂 😂 😂 😂 😃 😃 😃 😃 😛 😛 😛 😛

שוואך גענפערט. שוין ס'זאל זיין לאמיר טאקע הערן א שטיקל אפדעיט, וואס איז די מצב מיט די 3 טייערע נשמות? די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן מאכן עפעס פארשריט? אדער נאר ביי יאסעלע שוכמאכער ווען די מאמע האט אים געוואלט אפשמד'ן האבן זיי געקענט אויסגעפינען וואו ער באהאלט זיך?
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.

אויב דאס זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!

לית דין בר נש » דינסטאג יוני 17, 2014 6:07 pm

· #206503
נו די האסט דען א ספק אז די ציונים קענען ברענגען א חורבן בית המקדש?

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 6:10 pm

· #206504
קאך-לעפל,
אוואדי כלל ישראל האט אייביג געהאט פאררעטער אבער די פאררעטערישקייט האט גארניקס געהאט מיט די ציוניסטישע אידעלאגיע
און עיין ערך די אמעריקאנער רעגירונג און די אמעריקאנער אידישע פאליטיקאנטן וואס האבען געקענט טיען אסאך מער און האבען נישט געוואלט
עד כדי כך ווען דער אידישער ראטגעבער פון דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט האט עם ציריק געהאלטען פון ארויס קימען צי די רבנים וואס זענען געקימען פראטעסטירען קעגען די רציחות, און די מאטיווען פון די אידישע פאררעטערישע פאליטיקאנטען האט גארניקס געהאט מיט ציונים
און ווי שטארק קאסטנער איז געווען א פאררעטער זענען די נטורי קארתא נאך אזעלכע פארעטער ווי זיי אויב נישט ערגער
און פינקט ווי די האסט נישט ליב אז מען זאגט אז די נטורי חארטא נעמען זייערע מהלך פון סאטמאר און פון ויואל משה (וואס איז בעצם אמת, נאר זיי האבען עס גענימען צי א עקסטרעים) די זעלבע איז מיט די פאררעטער וואס זענען "אויך" געווען ציונים,

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 17, 2014 6:11 pm

· #206505
מנהלים טייערע איך מיין מען זאל צוטיילן דעם אשכול. א פחד ווי משוגע א אשכול קען פארפארן. עפעס איז ראנג מיט אונזער GPS

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 6:14 pm

· #206506
אלע מיינע סאטמארע פריינד
לאמיר לייגען אין א זייט אלע אינזערע הייליגע שיטות, און לאמיר פאוקעסען נאר אויף די בחורים
ווער עס קען זיך נישט איינהאלטען קען שרייבען דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6615">viewtopic.php?f=24&t=6615</a><!-- l -->
יישר כח
דער טריפהנער ציוניסט טיטאניק

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 17, 2014 6:18 pm

· #206508
טיטאניק
קאך-לעפל,
אוואדי כלל ישראל האט אייביג געהאט פאררעטער אבער די פאררעטערישקייט האט גארניקס געהאט מיט די ציוניסטישע אידעלאגיע
און עיין ערך די אמעריקאנער רעגירונג און די אמעריקאנער אידישע פאליטיקאנטן וואס האבען געקענט טיען אסאך מער און האבען נישט געוואלט
עד כדי כך ווען דער אידישער ראטגעבער פון דער דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט האט עם ציריק געהאלטען פון ארויס קימען צי די רבנים וואס זענען געקימען פראטעסטירען קעגען די רציחות, און די מאטיווען פון די אידישע פאררעטערישע פאליטיקאנטען האט גארניקס געהאט מיט ציונים
און ווי שטארק קאסטנער איז געווען א פאררעטער זענען די נטורי קארתא נאך אזעלכע פארעטער ווי זיי אויב נישט ערגער
און פינקט ווי די האסט נישט ליב אז מען זאגט אז די נטורי חארטא נעמען זייערע מהלך פון סאטמאר און פון ויואל משה (וואס איז בעצם אמת, נאר זיי האבען עס גענימען צי א עקסטרעים) די זעלבע איז מיט די פאררעטער וואס זענען "אויך" געווען ציונים,

דא זאגסט א גיטער נקידה, (כאטש עס איז שקר וואו די ע''ז) די זעלבעגיע איז אויך מיט סאטמאר, די ביזט געווארן אינגאנצען בייז, ווייל מאנכע שרייבער וואס ריפן זיך סאטמאר האבן געשריבען, און האסט דאך גענימען האקן אויף סאטמאר, מיט איר הייליגער רבי'ן, ביטע פארשטיי די קענסט נישט שרייען אויף גאנץ סאטמאר,ווייל עמיצער וואס איז נאך א ביסל יונג, אין ער האט ניישט קיין השגה וואס ער רעדט, רעדט דברי טיפשות: ואתכם הסליחה:

און לאמיר ציריק גיין צום ענין:

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 6:26 pm

· #206511
קאך_לעפל
טיטאניק
קאך-לעפל,

דא זאגסט א גיטער נקידה, (כאטש עס איז שקר וואו די ע''ז) די זעלבעגיע איז אויך מיט סאטמאר, די ביזט געווארן אינגאנצען בייז, ווייל מאנכע שרייבער וואס ריפן זיך סאטמאר האבן געשריבען, און האסט דאך גענימען האקן אויף סאטמאר, מיט איר הייליגער רבי'ן, ביטע פארשטיי די קענסט נישט שרייען אויף גאנץ סאטמאר,ווייל עמיצער וואס איז נאך א ביסל יונג, אין ער האט ניישט קיין השגה וואס ער רעדט, רעדט דברי טיפשות: ואתכם הסליחה:

און לאמיר ציריק גיין צום ענין:

אקעי פיין, ווילסט האבען די לעצטע ווארט? שרייב נאך איין תגובה וועגען דיין קרימע שיטע אזוי וועסטי עס האבען
ביי ביי

שבת אחים » דינסטאג יוני 17, 2014 7:25 pm

· #206514
קאך_לעפל
טיטאניק
דער עולם האט געבעטען אז מען זאל האלטען רוהיג דאס פלאץ און איך טריי אראפ צי ציען די שטימינג
אבער די סאטמארע תלמידים וואס זענען געבוירען געזויגען די שיטה מיט אלע דמיונות ארים קענען דאס נישט אראפ שלינגען אזעלכע כפירה רייד פון דער טיטאניק קען מען שרייבען אין אידיש? רחמנא ליצלן!
איך זאג אייך נאך א מזל אז די חורבן בית המקדש האט נישט פאסירט מיט 70 יאר ציריק ווייל ווען יא וואלט מען מיט דעם אויך באשילדיגט די ציונים
😂 😂 😂 😂 😂 😃 😃 😃 😃 😛 😛 😛 😛

שוואך גענפערט. שוין ס'זאל זיין לאמיר טאקע הערן א שטיקל אפדעיט, וואס איז די מצב מיט די 3 טייערע נשמות? די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן מאכן עפעס פארשריט? אדער נאר ביי יאסעלע שוכמאכער ווען די מאמע האט אים געוואלט אפשמד'ן האבן זיי געקענט אויסגעפינען וואו ער באהאלט זיך?
נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.

אויב דאס זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!

איך גיי נישט יעצט אריין אינעם עצם שמועס אבער ס׳געפעלט מיר אז ווען מ׳רעד פין יאסלע שוכמאכער׳ס מעשה פון א היימישע פראספקטיוו לייגן זיי אראפ די מעשה ווי כאילו זיינע עלטערין זענען געוועהן מערדער אדער ווער ווייסט וואס, זי האט סה״כ געוואלט אז איר קינד זאל זיין אזוי ווי זי איז אין אזוי ווי 90 פראצענט כלל ישראל איז ! זי האט נישט געוואלט "אפשמד׳ן״ איר קינד זי האט געוואלט אז ער זאל אויפוואקסן סעקיולער און זי האט געהאט יעדע רעכט צי מחנך זיין איר קינד וויאזוי זי וויל און דער זיידע האט נישט געהאט קיין רעכט זיך אריינצימישען אין זיכער נישט צי קידנעפן דעם קינד פין די אייגנע מאמע

שבת אחים » דינסטאג יוני 17, 2014 7:51 pm

· #206519
קאך_לעפל
טיטאניק
דער עולם האט געבעטען אז מען זאל האלטען רוהיג דאס פלאץ און איך טריי אראפ צי ציען די שטימינג
אבער די סאטמארע תלמידים וואס זענען געבוירען געזויגען די שיטה מיט אלע דמיונות ארים קענען דאס נישט אראפ שלינגען אזעלכע כפירה רייד פון דער טיטאניק קען מען שרייבען אין אידיש? רחמנא ליצלן!
איך זאג אייך נאך א מזל אז די חורבן בית המקדש האט נישט פאסירט מיט 70 יאר ציריק ווייל ווען יא וואלט מען מיט דעם אויך באשילדיגט די ציונים
😂 😂 😂 😂 😂 😃 😃 😃 😃 😛 😛 😛 😛

נ''ב איסר הראל דער שב''כ הויפט האט דעמאלס געהאלטן ביים לייגען א האנט, אויף דער רוצח כל הדורות יאזעף מענגעלע ימ''ש, אבער ווען מען האט געדארפט טרעפן קינד אז מען זאל אים קענען שמד'ן האב איסר באפוילן פאר די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן אז מען זאל לייגען די אפאראציע אין דערזייט און מען זאל זיך בלויז קאנסאנטרירן צו כאפן יאסאלע צום שמד.

אויב דאס זענען די שלוחי עמך בית ישראל ושלוחי דרחמנן איז דער באשעפער ח''ו באנקראט!

כהאב שוין אפאר מאל געהערט די מעשה, איך לייקען עס נישט איך וויל נאר וויסן האט עס א קראַנטע מקור חוץ פון דער איד , בלאט, אידישע ליכט ? ס'מאכט נישט קיין סענס

שבת אחים » דינסטאג יוני 17, 2014 8:06 pm

· #206522
שוין גענוג ! וועגן די אלטע מעשיות צוריק צי די דריי בחורים , איך וויל נישט זיין דער גורם וואס פארדרייעט די אשכול ... ס׳קוקט אויס ווי דער עולם דא איז זייער בייז

סאשי פיש » דינסטאג יוני 17, 2014 8:09 pm

· #206524
שמעקעדיג
מנהלים טייערע איך מיין מען זאל צוטיילן דעם אשכול. א פחד ווי משוגע א אשכול קען פארפארן. עפעס איז ראנג מיט אונזער GPS

אפילו אין איי.... האט מען געמאכט צוויי באזונדערע אשכולות
קאווע שטיבעל חזר בך
ביטע זיך האלטען צום נושא

שרייבער » דינסטאג יוני 17, 2014 10:11 pm

· #206548
@טיטאניק סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וועלכע קהלה באלאנגסטו

יין שרף » דינסטאג יוני 17, 2014 10:13 pm

· #206549
ער נעמט די גוטע זאכן פון יעדעם, די שיטה פון לובאביטש, מיט די ADITUDE פן סאטמאר...

סמבטיון » דינסטאג יוני 17, 2014 10:34 pm

· #206552
לפי קט שכלי, איז טיטאניק אן אויפגעקלערטע סאטמערע תלמיד, וואס האט איינגעזעהן ווי ווייט די פאדרייטע אויסגעוועפטע שיטה האט גענימען דאס סאטמערע יודענטום.

טיטאניק » דינסטאג יוני 17, 2014 10:46 pm

· #206553
I love you all!!!!
😉
בלאט: 1 2 3 4 5