☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #6330

אשכול אן א טיטל #6330

206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6330
בלאט: 1 2 3 4 5

— » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:22 pm

· #198042

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 29, 2014 9:47 pm

· #198050
מיינע קינדער זענען אויפן באס יעדען טאג א גוטע האלבע שעה אפי איך וואין נישט ווארט פונעם חדר/שולע,
כ'מיין ס'נישט קיין נפק''מ צווישען א האלבע שעה קריכען די היימישע גאסן אין טרעפיק אדער א האלבע שעה אויפן הייוועי.

בן בג בג » דינסטאג אפריל 29, 2014 11:45 pm

· #198084
Wow כ'האב זייער הנאה דערפון, ווען איך פלעג דארטן אהין פארן פלעג איך אייביג טראכטן אז הלוואי ווען איך קען דארט וואוינען, איך האף אז ס'וועט זיך אויסארבעטן

מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:17 am

· #198091
ממי, אויב איינער גיבט דיר 400k בתנאי אז דו דארפסט פארן אויף א באס איין שעה א טאג, צופרי און ביינאכט, וואס וואלסטו געטון?

מאטי » מיטוואך אפריל 30, 2014 12:46 am

· #198099
דאס איז שוין א טענה... אבער א יעדע ביזנעס דיעל האט זיך אירע ריסקס.

גנדי » מיטוואך אפריל 30, 2014 1:26 am

· #198112
בערך וויפיל קאסט א דירה דארט?

Chuchem » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:03 am

· #198169
ככל שאני יודע, חסידי גור קנו בתים ליד בית הכנסת של הרב פולק

<a class="postlink" href="https://maps.google.com/maps?q=93+rupert&ie=UTF-8&ei=7Q1hU-SpKszmsASa8YHYCg&ved=0CAgQ_AUoAQ">https://maps.google.com/maps?q=93+ruper ... CAgQ_AUoAQ</a>

Chuchem » מיטוואך אפריל 30, 2014 11:25 am

· #198173
בית הכנסת שלו ממוקם ב
98 Rupert Ave.
<a class="postlink" href="https://maps.google.com/maps?q=98+Rupert+Ave,+Staten+Island,+NY&ie=UTF-8&ei=0xNhU9DjB6qvsASsq4DABQ&ved=0CAgQ_AUoAQ">https://maps.google.com/maps?q=98+Ruper ... CAgQ_AUoAQ</a>

היא קרובה לרחוב ראשי, שדרת ברדלי

נאך א פשט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 8:59 pm

· #198555
איך בין זייער צופרידען דאס צו הערען, פיינעלי טוט מען צום זאך. איך האף אז עס וועט זיין א סאקסעס און דאס וועט געבען די קוראש פאר אנדערע נאכצוטוהן
איבער יו"ט האט מיר א חבר פארציילט אז אין וויליאמסבורג איז דא 10 חתונהגעהאטע קאפלס וואס וואינען ביי די עלטערן ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין דירות

ווייסט איינער צו דאס איז אמת?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 1, 2014 9:04 pm

· #198558
ביי עלטערן ווייס איך נישט, אבער בשעת איך שרייב די שורות זענען דא עטליכע פארפעלקער וואס וואוינען אין פוינט פלאזא האטעל.

לית דין בר נש » פרייטאג מאי 2, 2014 9:56 am

· #198655
דאכט זיך מיר אז די עמי מעגאזי"ן רעדט דערוועגן דער וואך

מנשה לוסטיג » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:14 pm

· #198744
ס'איז שוין דא א ליסטע פון צוואנציג יונגעלייט פון סקווער אויפן ציל דארט זיך צו באזעצן

סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 6, 2014 3:39 pm

· #199234
שלום עליכם טייערע אידן,

די אינטערעסע אין זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד וואקסט ב"ה יעדן טאג, און ס'איז כדאי צו אפדעיטן דעם עולם וואס ס'גייט פאר.
צום ערשטן דארף מען קלאר מאכן אז דא רעדט מען נישט פון קיין דעוועלאפמענט וואס מ'גייט יעצט בויען, נאר מ'רעדט פון זיך אריינציען אין דעם עקזיסטירנדן שטאט, און זיך באזעצן דארטן. סטעטען איילענד איז בערך 25 מינוט אוועק פון בארא פארק, אבער די פרייזן פון הייזער זענען בערך 40% ביליגער.

📎 2.JPG
די וועג פון וויליאמסבורג, ביז בארא פארק, ביז סטעטען איילענד

רוב הייזער זענען איין-פאמיליע הייזער, און שטייען אויף א לאט פון 40X100. עס זענען דא פארשידענע סארט הייזער פון אלע מיני פרייזן – פונקט ווי אין יעדע אנדערע באוואוינטע שטאט. א קלענערע הייזקע קען מען קויפן פאר אזוי ביליג ווי $350,000, און גרעסערע הייזער קענען גיין ביז $700,000. א נארמאלע הויז פון 2,100 סקווער פיס + א בעיסמענט קען לויפן פון $475,000 און ארויף. דאס איז אלעס איין פאמיליע הייזער, מיט א גרויסע לאט, פארשטייט זיך מיט א דרייוו-וועי.

פארשטייט זיך אז די פרייזן ווענדן זיך אויך אויף די קוואליטי פון די הייזער, ווי אלט די הויז איז, און צי עס איז געבויט פון ציגעל אדער נישט.
די הויפט מעלה פון סטעטען איילענד – חוץ דאס אז עס איז אזוי נאנט צו בארא פארק – איז אז עס איז שוין דא א שטארקע אידישע אינפראסטראקטשור, מיט בתי מדרשים, מקוה, הצלה, וכו'. פאלגענד איז א מאפע פון די אידישע געגענט.

📎 1.jpg

די בלויע ליניע ארום איז דער עירוב. די געגענט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים. אין חלק A וואוינען די היימישע ליטווישע, א חרדישע תורה'דיגע עולם. עס וואוינען אויך אסאך יאנג איזראעל טייפ אידן. עס איז מסתמא בערך 75% אידיש. אין חלק B וואוינען בעיקר יאנג איזראעל אידן. אין חלק C וואוינען אויך בעיקר יאנג איזראעל אידן, אבער ס'איז דא אסאך מער גוים. די רויטע סימן אין חלק A איז וואו עס געפינט זיך דער ביהמ"ד פון הרב פאלאק שליט"א, חתן הגה"צ ר' יונתן בנימין גאלדבערגער שליט"א.

עס זענען שוין יעצט דא צוויי חסידישע גרופעס וואס ארבעטן פעסט אויף זיך אריבערציען קיין סטעטען איילענד. א גרופע פון איבער 10 סקווערע יונגעלייט, און 15 גערער יונגעלייט. כ"ק האדמו"רים מסקווער און גער שליט"א האבן שוין געגעבן ברכת קדשם אויף דעם פראיעקט, און טייל פון די יונגעלייט שליסן שוין אדער האלטן שוין ביים שליסן דעם מקח. אויך איז דא א גרופע פון וויזניצע יונגעלייט וואס טוען שטארק אין דעם ענין. די אלע קוקן בעיקר דירות אין די געגענטער פון A און B.

פארשטייט זיך אז דער פראיעקט איז נישט געבינדן דווקא צו גרופעס פון חסידים. יעדער מענטש קען זיך אויפהייבן און אריבערציען קיין סטעטען איילענד, און מ'דארף נישט קיינעמ'ס הסכמה. יעדער קען צאמנעמען דריי פיר חברים און מחליט זיין צוזאמען זיך אריבערצוציען, און עס זענען טאקע דא אסאך וואס טוען שטארק אין די נושא.

דער עולם איז מכובד צו פרעגן שאלות, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 6, 2014 3:48 pm

· #199237
א דאנק!
דאס הארץ וואקסט פון פרייד און גליק ווען מען זעהט עפעס פירות נאך יארן ליידיגע קאמפלעינטס און וויינערייען וואס האט געפירט אין ערגעץ נישט, און ענדליך זעהט מען עפעס זאכליך, די ישועה הייבט אן שפראצן, עס איז דא ווי די ברכה זאל חל זיין.
מיר וואונטשן פאר די דעוועלאפער, עסקנים, און די משפחות וואס ציען זיך אריבער, רוב ברכות והצלחה בכל מעשי ידיהם בכל אשר יפנו.

געשוויסטער » דינסטאג מאי 6, 2014 3:56 pm

· #199241
@סטעטען איילענד, לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 6, 2014 4:02 pm

· #199242
און וואס איז די מעשה מיט די ריעל עסטעיט דארט, איז דא גענוג הייזער צום פארקויפן אז סזאל קענען ווערן א ישוב?

סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 6, 2014 4:05 pm

· #199243
געשוויסטער
@סטעטען איילענד, לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?

עס זענען שוין יעצט דא ווענס וואס פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, צו בית יעקב און צו סטאלין.
מאנסי טרעילס האט יעדן טאג זיבן באסעס פון לעיקוואד צו בארא פארק. זיי האבן שוין באשטעטיגט אז ווי נאר געציילטע משפחות וועלן זיך אריבערציען, ווען אלע באסעס מאכן א סטאפ און סטעטען איילענד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק. דאס מיינט יעדן טאג זיבן באסעס פון סטעטען איילענד צו בארא פארק.

סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 6, 2014 4:08 pm

· #199245
אפטעמיסט
און וואס איז די מעשה מיט די ריעל עסטעיט דארט, איז דא גענוג הייזער צום פארקויפן אז סזאל קענען ווערן א ישוב?

איך האב נישט די פינקטליכע נומערן, אבער ס'זענען דא אסאך הייזער עוועילעבל הן אין די אידישע געגענט, און נאך מער אינדרויסן ארויס - דאס מיינט אז מ'קען זיך גרינג אויסשפרייטן.

הירשל ציג » דינסטאג מאי 6, 2014 4:10 pm

· #199246
חסידי גער???
מיר איז שווער צו גלייבען אז געררער חסידים פארען וואוינען קיין סטעטן איילענד.

ראשית כל זענען דא ווייניג אינגעלייט בכלל. רוב האבען חתונה אין ארת ישראל און בלייבען דארט וואוינען

צווייטענס כל: קוים וואס זיי פארען קיין מאנסי, ביי זיי איז אדער ברוקלין אדער לעיקוואוד. זאלען זיי נאך פארען קיין סט"א? שווער צו גלייבען

זו רק דעתי. מה דעתכם?

סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 6, 2014 4:16 pm

· #199249
סטעטען איילענד האט פיל מער מעלות פון מאנסי. ס'איז באמת גאר נאנט צו בארא פארק, די פרייזן זענען אביסל ביליגער ווי מאנסי, פלאס, טעקסעס זענען שטאטישע פרייזן וואס איז אסאך ביליגער ווי מאנסי. און יא, ס'איז א פאקט א גערער יונגעלייט ציען זיך אריין קיין סטעטען איילענד.

I'm back » דינסטאג מאי 6, 2014 4:19 pm

· #199251
פארוואס מיינען מענטשן אז א ישוב מוז האבן עטליכע טויזענט משפחות?

גאלד » דינסטאג מאי 6, 2014 4:42 pm

· #199254
וויפיל משפחות ברויך מען האבן אז א געגנט זאל זיין סעלף-סופישענט, סיי מיט מוסדות, ס'אל זיין גענוג פאר מער ווי איין שול, ביזנעסער פאר וויכטיגער צרכים זאלן זיין פראפיטעבל

מיין נומער איז 120, ברייט גערעדט

וואס האלט דער עולם?

I'm back » דינסטאג מאי 6, 2014 4:48 pm

· #199256
איך וואלט געזאגט אז איינמאל מען האלט ביי 250 קען מען זיך ווייטער רוקן. (קיין ניו דזשערסי)

סטעטען איילענד » דינסטאג מאי 6, 2014 5:39 pm

· #199268
עס איז כדי צו באמערקן א וויכטיגע נקודה.

אויב מענטשן וועלן אליינס אריבערלויפן און זוכן צו קויפן דירות וועט מען קיין ערגעץ נישט אנקומען. די פרייזן וועלן גלייך ארויפפליען, און פאר די געלט וועט מען שוין קענען בלייבן אין ברוקלין... קיינער גייט נישט פארדינען פון ארומגיין אליין קוקן הייזער, ווייל די פרייזן וועלן ארויפשיסן און עס וועט מער נישט זיין אפארדעבל צו קויפן. יעדער האט דאך אן אינטערעסע אז נישט נאר ער זאל אנקומען קיין סטעטען איילענד, נאר ער וויל דאך אז עס זאל ווערן א מוצלח'דיגע ישוב, ווי נאך הונדערטער אדער טויזענטער מענטשן זאלן קומען ווייל זיי וועלן טרעפן באקוועמע אפארעבל דירות. יעדע זאך וואס א מענטש טוט וואס קען הייבן די פרייזן מאכט נישט חרוב נאר פאר דעם גאנצן כלל, נאר אויך פאר אים אליין. ווייל ס'איז אין יעדנ'ס אינטערעסע אז די הייזער זאלן זיין עפארדעבל פאר נאך און נאך מענטשן.

די עצה פאר דעם איז אז מ'זאל נישט טוהן קיין זאכן אויף די אייגענע האנט. מ'דארף האבן א בראקער, אדער עטליכע בראקערס, וואס וועלן ארבייטן עקסקלוסיוו מיט'ן היימישן עולם, און מיט זייער עקספיריענס וועלן זיי זיכער מאכן אז די פרייזן וועלן זיך נישט הייבן. אדער אז די פרייזן זאלן זיך נישט הייבן צופיל. די בראקערס האבן אויך אן אינטערעסע אז די פרייזן זאלן זיך נישט צופיל הייבן, ווייל זיי ווייסן אז אויב עס וועט זיך הייבן וועלן מענטשן למעשה נישט אהינקומען און זיי וועלן פארלירן אלע היימישע קאסטומערס.

מ'דארף געדענקען אז די יונגעלייט וואס טוען אין דעם ענין זענען נישט דא צו פארדינען אויף דעם געשעפט. די איינציגסטע זאך וואס מ'וויל פארדינען איז א דאך איבער'ן קאפ! דאס איז נישט קיין דעוועלאפמענט פון וואס אינוועסטארס און בויערס פארדינען, דאס איז נאר א געדאנק וואס מ'זוכט צו פארשפרייטן אז אידן זאלן דאס ארייננעמען אין קאפ, און זאלן זיין גרייט צו קויפן הייזער און סטעטען איילענד. נישט אז קיינער גייט נישט פארדינען דערפון. איך בין זיכער אז ס'איז דא מענטשן וואס האבן אינוועסטירט אין סטעטען איילענד און זיי וועלן מעגליך פארדינען אויב דער היימישער עולם ציט זיך אריבער. אבער די יונגעלייט וואס זענען אין דעם אריינגעטוהן ראשם ורובם זענען דא צו העלפן דעם עולם און זיך אליין. איינער פון די יונגעלייט וואס זענען שטארק טעטיג איז ר' ישראל לויבער, א סקווערער יונגערמאן. ער אליין קויפט א הויז אין סטעטען איילענד, און זיין הויפט ציל איז אז ס'זאל זיך אויסארבעטן צו ווערן אן עקסטענטשען פון בארא פארק און אנדערע אידישע ישובים. ער וויל פאר זיך א דאך איבער'ן קאפ, און כדי דאס זאל זיך אויסארבייטן וויל ער אז דער געדאנק פון סטעטען איילענד זאל מצליח זיין.

דערפאר איז זייער וויכטיג צו האלטן די געדולד ביז מ'וועט זיך צאמנעמען אונטער א בראקער, און אזוי וועט דער עולם צוזאמען קענען זיך נעמען זוכן הייזער. דאס וועט פארזיכערן אז די פראיעקט זאל בע"ה מצליח זיין.

אפטעמיסט » דינסטאג מאי 6, 2014 5:51 pm

· #199270
ס'איז נאריש צו זאגן אז דער עולם זאל נישט ארבעטן אויף די אייגענע הענט. מ'רעד נישט פון קיין חדר אינגלעך וואס מ'קען פירן כצאן לטבח. אז איינער קלערט פון קויפן דארט א הויז, וועט ער שיינערהייט אליין ארום גיין, קלעטערן און זיכן דאס בעסטע פאר זיין געלד. צו גיין הייסן דעם עולם נישט צו ארבעטן אליין, איז קיין וועג. וואס מען קען יא בעטן איז אז דער עולם זאל האבן שכל — און א טובה טון פאר גאנץ כלל ישראל און זיך אויך — און נישט צאלן מער ווי דער פרייז בשום אין פנים ואופן. מ'דארף נישט מער ווי א פאר איינצעלע בטלנים וואס וועלן איבערצאלן מיט א פאר דאללאר, און מען קען זאגן קדיש אויף דער נייעם ישוב.
אויב זאל די פלאן זיך ווייטער אנטוויקלען, וואלט געוועהן כדאי צו האלטן דרשות פאר'ן עולם (וואס ווייסט נישט קיין כי הוא זה, און פארשטיין נישט צו ריעל עסטעיט) און זיי אויפקלערן אז מען זאל ארבעטן מיט שכל. סתם גיין בעטן אז מען זאל נישט אליין ארום פארן און רעדן מיט בראקערס, איז געקייט וואסער.

איחוד פעלד » דינסטאג מאי 6, 2014 10:10 pm

· #199328
<a class="postlink" href="http://newyork.craigslist.org/search/rea/stn?zoomToPosting=&catAbb=rea&query=manor&minAsk=&maxAsk=&bedrooms=&housing_type=&excats=">http://newyork.craigslist.org/search/re ... e=&excats=</a>

בכלל נישט אזוי ביליג.

דריידל » דינסטאג מאי 6, 2014 10:35 pm

· #199332
מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.

הירשל ציג » דינסטאג מאי 6, 2014 10:45 pm

· #199333
דריידל
מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.


ווטעט מען די ערשטע זאך אסר'ן דעם עירוב... חחחח

Big Boy » מיטוואך מאי 7, 2014 8:42 am

· #199360
סטעטען איילענד
געשוויסטער
@סטעטען איילענד, לויט ווי איך פארשטיי, וועט מען צוזאמענשטעלן א ווען צו א באס פאר די קינדער, זיי צו פירן קיין בארא פארק יעדער טאג.

דו קענסט אפשר מער מסביר זיין ווי אזוי דאס וועט ארבעטן, און אזוי אויך, אויב מען וועט צושטעלן א ווען פאר פרויען וואס דארפן פארן צו זייערע דזשאב אין ברוקלין?

עס זענען שוין יעצט דא ווענס וואס פארן יעדן טאג קיין בארא פארק, צו בית יעקב און צו סטאלין.
מאנסי טרעילס האט יעדן טאג זיבן באסעס פון לעיקוואד צו בארא פארק. זיי האבן שוין באשטעטיגט אז ווי נאר געציילטע משפחות וועלן זיך אריבערציען, ווען אלע באסעס מאכן א סטאפ און סטעטען איילענד אויפ'ן וועג קיין בארא פארק. דאס מיינט יעדן טאג זיבן באסעס פון סטעטען איילענד צו בארא פארק.


You think the Lakewood people won't have a problem with getting off the highway and making stops everyday? Also, what if the buses are full? Makes no sense.

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 7, 2014 12:09 pm

· #199393
הירשל ציג
דריידל
מיר געפעלט דאס מערסטע אז ס'איז שוין דא דארט אן עירוב, אזוי וועט מען זיך שפארן א פאטענטשעל מחלוקה.


ווטעט מען די ערשטע זאך אסר'ן דעם עירוב... חחחח

דער רבי האט קיינמאל נישט גע'אסר'ט אין לאנג איילענד דוכט זיך

שטילע אינגערמאן » מיטוואך מאי 7, 2014 2:16 pm

· #199416
נישטא וואס צו מאכן. ס'ביטער ווי א גל.
א חבר דערציילט מיר יעצט א זיין בעה"ב האט געהערט אז די עולם פלאנט אהין צו גיין, ער האלט שוין אינדערמיט פון האנדלען מיט כמה בעל בתים פון הייזער אין די סטעטען אילענד.
רבותי ס'דא גראויליגע מענטשען וואס האבן נאר זיך אינזינען, ווי אזוי צו מאכן נאך אפאר דאללער, אין גייט נישט אן די מצב פון די כלל.

סטעטען איילענד » מיטוואך מאי 7, 2014 3:22 pm

· #199435
זיי מאכן זיך אליינס חרוב. אויב זיי גייען גורם זיין אז די פרייזן זאלן ארויפגיין, וועט דאך די עולם נישט אהינגיין, וועלן זיי בלייבן שטעקן מיט זייערע אינוועסטמענטס...

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 8, 2014 6:08 pm

· #199652
סטעטן איילענד ־ דער נייער ישוב מיט א פּראספּעקטיוו פין א סטע
ברוכים הבאים צי אונזרע טייערע ברידער אין שוועסטער וואס פלאנירן זיך צי באזעצן אין אונזער קאָמינוטי

אני הקטן האָבֿ גענימען דעם וואַנדער שטעקן אַ קנאַפּע 3 יאָהר צוריק און אלײנס אַריבער געקראָסט די בּריטש און זיך בּאַזעצט מיט מײן פאמילע אין אַ שטילע ווינקל אין סטעטן אײלענד לעבּן די יודישע געגענט אין איך בּין הײנט צי טאָגס פין די אײנציגסטע (אדער טאַקע די אײנציגסטער) חסידישער יוד מיט אַ שטרײמל דא אין ס״א

איך וועל נישט יעצט אַרײנגײן אין די פּרטים וואָס האָט מיך געמאַכט צי טוהן די שריט (האָפֿנטליך אין אַנדרע געלעגנהײט אי״ה) אָבּער וואס איך װאָלט יא געװאלט ארויסבּרענגן אין אַפּילן צים הײמישע עולם איז אפשר אַ האַקעלע קאַנטיווערסיל אישו וואָס איך גלײב אז עס איז שוין דורך גערעדט כמה פעמים דא אין שטיבעל

אין סטעטן איילענד איז פאַרהאַנען אסאַך ערליי אידן פין פארשידנע בּעקראונדס אין פין פאַרשידנע קרײזען אבער הצד השוה שבהן אַז רוב אײנװױנער זענען זײער ליבּעראַל געשטימט אַסאך מעהר ווי רוב הײנטיגע יודישע קאמיונטיס אין אמעריקא

רוב סטעטן אײלענדערס האָבן נישט קײן פּראבּלעם מיט קײן חסידים אבּער זײ װאלטן בּכל אויפן נישט געװאָלט סזאל װערן פֿאַרװאַנדלעט אין אַ חסידישע שטעטל , זײ ווילן בלײבּן לעבּן אין זײער קולטור אזוי װי זײ האבּן געלעבּט ביז יעצט , אין אזוי װי קײן שום אַנדרע קאמיונטי װאָלטן נישט געװאלט ס׳זאָלן זיך דאָרט אנרוקען אַ אַנדרע גרופּע מיט אַנדערע השקפות אין אַ טאָטאַלער אַנדערע קולטור, ווילן זײ דעס אויך נישט

איך זאָג נישט אַז חסידים אַר נאַט װעלקום עט אָלל , אונז װילן נאָר נישט אַז די פּאָולס אויף װיקטאָרי בּולאַװרט זאל װערן אנגעהאנגען מיט התאַחדות הרבּנים װײ געשרײ קעגן מציצה בּפּה אין שמאָלע געפּאַסטע קלײדער וד״ל אין אַװאַדי נישט אַרויפטרײבּן די ריעל עסטעט אין אלף הששי אַרײן

מ׳קען אַרומרעדן אַסאַך װעגן די נושא אבּער איך װעל נישט יעצט אַרײנגײן אין קײן פּרטים אבּער עס צים האָפן אַז דער עולם װעט נישט אױסדרײען מײנע װערטער אין פאַרשטײן מײן מטרה אין נעמען אין אַכט אַז עס װױאנען דא הונדרעטער יודישע משפּחות יאָרן לאַנג אויף אַ באזונדרע אײגענאַרטיגע לעבּענס שטײגער װאָס לויט װי איך קען בּײדע צדדדים זעט מיר עס אויס װי כּלאים װאס װעט זיך נישט גיט אויסאַרבּעטן צום סוף

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 8, 2014 6:13 pm

· #199653
אנטשולדיגט די קעפל / טעמע האט געדארפט זיין׃

סטעטן איילענד ־ דער נייער ישוב מיט א פּראספּעקטיוו פין א סטעטען איילענדער

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 8, 2014 6:24 pm

· #199658
איר זענט כשר גערעכט, אבער אין מה לעשות. גראדע, אויפ'ן וועג וויאזוי עס פארט איצט זעהט אויס אז ס'גיין דארט קומען וואוינען א געמישאכטס פון אסאך ערליי קרייזן, און נישט נאר די עקסטרעמע פון די קנאי'שע לאגער, אבער נאך אלעמען — חרדי'שע אידן. איר מוזט פארשטיין אז דא איז די פרייע אמעריקע און איש כל הישר בעיניו יעשה. מיר האט אויך נישט מורא'דיג געשמעקט ווען די ארטיסטן האבן זיך באזעצט אין ווילי, אבער מען האט מיר קיין סך נישט געפרעגט. עס איז צום האפן אז איר — סטעטנד איילענד אידעלעך — וועלן פראבירן צו לעבן אין הארמאניע מיט די חסידים, און נישט שאפן איבריגע קריגערייען.

שבת אחים » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:32 pm

· #199670
אפטעמיסט
איר זענט כשר גערעכט, אבער אין מה לעשות. גראדע, אויפ'ן וועג וויאזוי עס פארט איצט זעהט אויס אז ס'גיין דארט קומען וואוינען א געמישאכטס פון אסאך ערליי קרייזן, און נישט נאר די עקסטרעמע פון די קנאי'שע לאגער, אבער נאך אלעמען — חרדי'שע אידן. איר מוזט פארשטיין אז דא איז די פרייע אמעריקע און איש כל הישר בעיניו יעשה. מיר האט אויך נישט מורא'דיג געשמעקט ווען די ארטיסטן האבן זיך באזעצט אין ווילי, אבער מען האט מיר קיין סך נישט געפרעגט. עס איז צום האפן אז איר — סטעטנד איילענד אידעלעך — וועלן פראבירן צו לעבן אין הארמאניע מיט די חסידים, און נישט שאפן איבריגע קריגערייען.


קודם כל יישר כח פארן מיר געבן גערעכט ,

דעס וואס די זאגסט אז יעדער האט א רעכט צי טוהן וואס זיי ווילן אין אמעריקא איז אמת ויציב, אבער צי סאיז גערעכט דאס ווייס איך שוין נישט , מקען זיך איבער דעם מפלפּל זיין שעות אריכות

דעס וואס די זאגסט וועגן די ארטיסטן אין ווילי איז אזוי׃
קודם כל די ארטיסטן וואוינען 90 פּראצענט נישט אין די אידישע געגענט בכלל, זיי וואוינען נישט טיר ביי טיר מיטן היימישען עולם אין זיי פלאנען נישט צי ניצן די זעלבע עירוב , גראסערי , ביהמ״ד , מקוה , רעסטעראנט , וכדומה וכדומה ,
אין טאמער קענסטו אביסל היסטערי ווייסטו גאנץ גיט אז אונז אידלעך האבן זיי אהער געברענגט אין זיי האבן פיין אנ׳געקעשט מיט דעי אינוועסטמענט זייענדיג די בעלי בתים פין רוב ריעל עסטעיט אין די נארט אין סאיז צי שפעט צי שרייען מה לי הצרה הזאת

איך זאג אייך נאכמאל רוב אידן וואס וואוינען דא ווילן נישט קיין חסידים דאס איז ליידער די פאקט !!!
אפשר וועלן זיי דיר נישט דאס מודה זיין אין פנים אבער סאיז א מציאות

galitzyana » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:47 pm

· #199674
Toooo baaad

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:54 pm

· #199676
אבי גערעד. די ארטיסטן וואוינען יא צווישן די אידן ממש. נעם די "זאזא בילדינג" אויף סויט אכט פאר א ביישפיל. און גראדע, אויב דאס איז דיין פראבלעם לאמיך אייך מודיע זיין אז די חסידים פלאנען נישט צו ניצען די זעלבע מקוה, בתי מדרשים און גראסעריס — דאס קען איך אייך צו זאגן. און איך זאג דיר נאכאמאל: רוב חסידים וואס קומען דארט גייט נישט אן וואס די איינוואוינער האבן צו זאגן, אפשר וועלן זיי דאס נישט מודה זיין אין פנים, אבער ס'איז א מציאות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 8, 2014 7:58 pm

· #199678
שלום עליכם שבת אחים.

אפטעמיסט, די ארטיסטן צווינגען ארויף זייער לעבנס-שטייגער אויף די חסיד'ישע אידן?
סך הכל בעהט ער, עס זאל נישט זיין האחד בא לגור וישפוט שפוט. גיב אביסעלע רעספעקט פאר די לאנג-יעריגע איינוואוינער און לאז זיי לעבן לויט זייער השקפה. וכשמו כן הוא, עס זאל זיין "שבת אחים".
אז די ניי-געקומענע ווילן מאכן קירוב און שטילערהייט פועל'ן ביי די נשים צו פארן קיין בארא פארק און זיך משתתף זיין ביי די צניעות אסיפות, אדרבה! אבער ער בעט זיך מען זאל נישט איבערנעמען די שטאט מיט א ויצעקו און לייגן פלאקאטן און שטעכן יענעם די אויגן.
איז עס אזא נישט-ריכטיגע בקשה?

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:08 pm

· #199682
אוודאי פארשטיי איך אים, און כ'האלט אז ער איז גערעכט. נאר פונקט ווי די ארטיסטן דרייען זיך נאקעט אין ווילי, און קישן זיך בפני קהל ועדה, אפילו ס'געפעלט נישט פאר א שיין חלק אידעלעך תושבי וויליאמסבורג, פונקט אזוי וועט פאסירן אין ס"א.
גראדע האלט איך אז מען קען זיך יא אויסקומען, אויב וויל מען טאקע, אבער ער האט געשריבן אז די חברה דארט זענען בייז און זיי ווילן אונז ערענסט נישט האבן, און אויף דעם איז די תירוץ — "גיי הענג דיר".

אפטעמיסט » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:18 pm

· #199685
דער פלאן, מיין איך, איז נישט צו מאכן נאך א בלומינבערג. נישט אלע חסידים פעלשן וואלן, און נישט אלע חסידים שרייען נאך פרויען. גערעכט, מיר חסידים זענען די ערשטע וואס דארפן זיך לערנען טאלאראנץ, און נאך ווי, אבער וויט אלל דו רעספערט, מעגן זיך די "ליבעראלע" אידן אויך לערנען צו לעבן און רעספעקטירן אנדערע. זיי דארפן וויסן אז נישט אויף אלע חסידים וואקסט הערנער, און נישט אלע פאברענען דעם פאן.
ס'איז אשאד צו מאכן א געפעכט פאר מען קומט דארט בכלל אן. בראדערס, גיוו אוס ע טשענס.

געשוויסטער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:25 pm

· #199686
ברויך מען אכטונג געבען סעזאל נישט קומען דארט וואוינען די נידריגע ברואים.
זאלן זיי צוריקגיין קיין אונגארי

שבת אחים » פרייטאג מאי 9, 2014 12:22 am

· #199725
שמעקעדיג
שלום עליכם שבת אחים.

אפטעמיסט, די ארטיסטן צווינגען ארויף זייער לעבנס-שטייגער אויף די חסיד'ישע אידן?
סך הכל בעהט ער, עס זאל נישט זיין האחד בא לגור וישפוט שפוט. גיב אביסעלע רעספעקט פאר די לאנג-יעריגע איינוואוינער און לאז זיי לעבן לויט זייער השקפה. וכשמו כן הוא, עס זאל זיין "שבת אחים".
אז די ניי-געקומענע ווילן מאכן קירוב און שטילערהייט פועל'ן ביי די נשים צו פארן קיין בארא פארק און זיך משתתף זיין ביי די צניעות אסיפות, אדרבה! אבער ער בעט זיך מען זאל נישט איבערנעמען די שטאט מיט א ויצעקו און לייגן פלאקאטן און שטעכן יענעם די אויגן.
איז עס אזא נישט-ריכטיגע בקשה?

👍 👍 👍
עליכם השלום הרב שמעקדיג , וויאזוי זאגט מען נאר דא אין שטיבל ? שפתים קישאק !


בד״וו נאכדעם ווי איהר פּאקט אויס די פּעקלעך זענט איהר העפטליך געלאדענט צי מיר אהיים כוועל אייך אויפנעמען זייער ווארים מיט פיינעם געשמאקע היימישע טשולענט און א קאלט גלעזעל בּיר , אין פארגעס נישט מיט צי בּרענגען דיין חבר הרב אפּטעמיסט אפשר וועט מען קענען אריינהאקן אין אים אביסל סענס אין אים מסביר זיין די חילוק צווישן ארטיסטן אין להבדיל חסידים 😂 😛 😂

שבת אחים » פרייטאג מאי 9, 2014 4:40 am

· #199745
אפטעמיסט
אבי גערעד. די ארטיסטן וואוינען יא צווישן די אידן ממש. נעם די "זאזא בילדינג" אויף סויט אכט פאר א ביישפיל. און גראדע, אויב דאס איז דיין פראבלעם לאמיך אייך מודיע זיין אז די חסידים פלאנען נישט צו ניצען די זעלבע מקוה, בתי מדרשים און גראסעריס — דאס קען איך אייך צו זאגן. און איך זאג דיר נאכאמאל: רוב חסידים וואס קומען דארט גייט נישט אן וואס די איינוואוינער האבן צו זאגן, אפשר וועלן זיי דאס נישט מודה זיין אין פנים, אבער ס'איז א מציאות.


איך וואוין טאקע היינט אין סטעטן איילענד אבער איך בין בכלל נישט קיין פרעמדער צים עיר ואם בּישראל , וויליאמסבורג עיר הבירה איז מיין געבּורט שטאט איך האב דארט געוואוינט מעהר ווי 20 יאהר , אין איך בין דארט כמעט יעדן טאג טאקע קאלעקטן רענט פין די דאזיגע ארטיסטן אויף וואס די וויינסט אזוי שטארק מיט קראקעדייל טרערן , אלזא פארקויף מיר נישט קיין לאקשען מיט קיין ״ זא זא בילדינג ״, רוב וויליאמסבורגער אידן וואיונען נישט טיר ביי טיר מיט קיין ארטיסטן , אידן מיט ארטיסטן וואיונען מערסטענס אפגעטיילט אין וומסב״ג אין די זאזא בילדנג איז אן אויסנאם אין איז פין די איינצלע בנינים וואס זענען אויפן זעלבן בלאק מיט אידן , אין סאוט אכט איז ביים עק פונעם שטאט וואס גרעניצט זיך שוין מיט די ארטיסטן

BAL TSHIVA » פרייטאג מאי 9, 2014 7:54 am

· #199750
In SI 2 people have shtreimels Rabbi Pollack and his son

משולם שטיינפעלד » פרייטאג מאי 9, 2014 8:00 am

· #199751
דו כאפסט נישט אז שבת אחים איז א וויליאמסבורגער תושב וואס שפילט סטעטן איילענדער?
זיין אידיש האט זיך דראסטיש געטוישט פון די ערשטע תגובה צום נעקסטע

שבת אחים » פרייטאג מאי 9, 2014 8:18 am

· #199753
אפטעמיסט
אבי גערעד. די ארטיסטן וואוינען יא צווישן די אידן ממש. נעם די "זאזא בילדינג" אויף סויט אכט פאר א ביישפיל. און גראדע, אויב דאס איז דיין פראבלעם לאמיך אייך מודיע זיין אז די חסידים פלאנען נישט צו ניצען די זעלבע מקוה, בתי מדרשים און גראסעריס — דאס קען איך אייך צו זאגן. און איך זאג דיר נאכאמאל: רוב חסידים וואס קומען דארט גייט נישט אן וואס די איינוואוינער האבן צו זאגן, אפשר וועלן זיי דאס נישט מודה זיין אין פנים, אבער ס'איז א מציאות.


הער אפטעמיסט !
חסידים עפענן אייגענע מוסדות ???
ווי אין סטעטן איילענד פלאנט מען צי בויען א נייע ביהמ״ד , מקוה , גראסערי , ???
אינטערעסאנט איך האב גארנישט באמערקט , נישט געהערט קיין טרעקטאר גראבּן ? נישט געזעהן קיין גרויסע שילדן מיט אויסשרייענדיגע קידוש לבנה אויתיות ״ כאן יבנה ... ״ בורא עולם בקנין ... גארנישט באמערקט !!! גארנישט געהערט !!!

אין אפשר אויבּ וואלסטו מיטגעהאלטן די שמועס אין געקוקט אויבן אינעם אשכול ווי אלע פה אחד האבן געזאגט אז איינע פין די הויפט מעלות פין סטעטן איילענד איז אז עס איז שוין איינגערישט מיט אלע ציבורישע געבּרוכן ??? מדארף נאר פּעינטען אין סקרעיפּן וגמרנו !
כהאבּ געמיינט ענק האבן אייגענע ???

ואם תמצא לומר אז חסידים וועלן זיך מיט די צייט אויפבויען אייגענע מוסדות׳ן איז עס טאקע היא אשר דיברנו .... קיינער דא אין ס״א וויל דאס נישט פּונקט ווי קרית טאהש וואלט נישט געוואלט אז סזאל זיך דארט אנרוקן א גרופע פין משיחיסטן אין עפענן אייגענע מוסדות׳ן מיט אייגענע ווירטשאפטן ווילן מיר דאס אויך נישט

סטעטן איילענד איז א קליינטשיק שטעטעלע מיט עטליכע הונדרעט פרימע איינוואוינער וואס כמעט יעדער קען זיך איינער דעם צווייטען מיט קוים איינס אין א האלב גראסערי אין געציילטע בתי מדרשים אין מוסדות׳ן , אין סאיז בכלל נישט צי פארגלייכן צי אנדערע אידישע געגענטער ווי למשל לעקוואד אדער מאנסי וואס ווירבילעט אין בליעט מיום היולדו מיט הונדרעטער אינסטאטוטן , גראסעריס , סופערמארקעטס , היימישע שאפינג מאללס , אין געניג אין נאך בתי מדרשים פין אלע קרייזן אין פין אלעם גיטן צופרידן צי שטעלן יעדעם
(כמעט יעדעם ) אין עס איז גענוג גרויס פאר יעדעם אריין צי בלענדען , אין מקען דארט וואיונען יארן לאנג אין ניטמאל זיך קענען מיטן שכן פין נעקסטען טיהר

מה שאין כן סטעטן איילענד וואס איז פון אייבּיג אהן געבליבן א קליינטשיק שטעטעלע מיט א קליינע הייפעלע מאדערנע אידן אין אפאר בלאקס אין פארגעסענע מקום וואס איז אין א בחינה פין א ״בּאנגלוי קאלאני״ ווי יעדער קען זיך איינער דעם צווייטן אין יעדער ניצט דעם זעלבען איינגעפאלנע קאונטין אין די זעלבע שול אין די זעלבע מקוה

זאג נאר ווי וואלט געוועהן ווען אין איחוד אדער לפּידת באנגלא קאלאני רוקען זיך אהן אזא הונדרעט מתנחלים ???

לאמיר דיך פרעגן עפעס אנדערש , וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען איינער בּויעט ארויף א שטאק העכער דיין דירה אומגעראכטן נאכדעם וואס די האסטוך געפלאגט אזוי פיהל יאהרן אויף צי בויען דיין דירה אין זיך באקוועם געמאכט אויף א מקום אין דא קומט איינער העכער דיין קאף מיט 13 קינדערליך כ״י
ס׳וואלט דיר שטארק געפאלן ?

איך אויך » פרייטאג מאי 9, 2014 8:57 am

· #199757
משולם שטיינפעלד
דו כאפסט נישט אז שבת אחים איז א וויליאמסבורגער תושב וואס שפילט סטעטן איילענדער?
זיין אידיש האט זיך דראסטיש געטוישט פון די ערשטע תגובה צום נעקסטע

עס איז זייער בולט און ער איז אליינס מודה אז ער האט ריעל עסטייט וואס דארף מען מער.

BAL TSHIVA » פרייטאג מאי 9, 2014 9:08 am

· #199760
משולם שטיינפעלד
דו כאפסט נישט אז שבת אחים איז א וויליאמסבורגער תושב וואס שפילט סטעטן איילענדער?
זיין אידיש האט זיך דראסטיש געטוישט פון די ערשטע תגובה צום נעקסטע

That's exactly my point

שבת אחים » פרייטאג מאי 9, 2014 5:09 pm

· #199818
אפטעמיסט
אוודאי פארשטיי איך אים, און כ'האלט אז ער איז גערעכט. נאר פונקט ווי די ארטיסטן דרייען זיך נאקעט אין ווילי, און קישן זיך בפני קהל ועדה, אפילו ס'געפעלט נישט פאר א שיין חלק אידעלעך תושבי וויליאמסבורג, פונקט אזוי וועט פאסירן אין ס"א.
גראדע האלט איך אז מען קען זיך יא אויסקומען, אויב וויל מען טאקע, אבער ער האט געשריבן אז די חברה דארט זענען בייז און זיי ווילן אונז ערענסט נישט האבן, און אויף דעם איז די תירוץ — "גיי הענג דיר".


דאס איז נישט קיין נייע זאך אדער עפעס א נייע אנשיקערניש ווען איך בין אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג אין די 1960 ־ 1970 איז עס גארנישט געוועהן בעסער , אנשטאטס נאקטע ארטיסטן איז געוועהן נאקטע פּארטא ריקאנס ,

אז איהר גייט וואוינען אין א גרויסע שטאט לעבן מאנהעטן קענט איר נישט האבן קיין טענות אז מ׳דרייט זיך נאקעט אויף די גאס פּונקט ווי איר קענט נישט האבן קיין טענות אויף איינער וואס איז נאקעט אין מקוה אדער אין א spa וואס

די ארטיסטן זענען גארנישט אנדערש ווי מעינסטרים (mainstream) אדרבא זענען מעהר מענטשליך ווי זייער פארט ריקאנא פארגייער אין זיי ברענגן אריין אסאך אסאך מעהר געלט פאר די קאומיונטי
בלאט: 1 2 3 4 5