☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #6330

אשכול אן א טיטל #6330

206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6330
בלאט: 1 2 3 4 5

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:22 am

· #357589
איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!

shlomyg » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 10:52 am

· #357594
berlbalaguleh
תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:18 am

· #357595
שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... 😂 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 11:29 am

· #357597
shlomyg
berlbalaguleh
תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

ווייל כמעט קיינער איז נישט עכט חסידיש. וויפיהל בחורים אין לעיקוואוד גייען שטאפענע היטען? וכדו' פון די סימני האדיקות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:20 pm

· #357602
berlbalaguleh
שלומי-ג: איז עס טאקע א חידוש. און ווערט צו באגריסן. מהם ילמדו וכן יעשו. אבער דער מציאות איז, ביי 99% פון די גרופירונגען, אז א יעדער וועט זיך וועללן האלטן צו זיין גרופ. נאך א מזל מ'דאוונט אין איין ביהמ"ד מכורח ההכרח. (גענוצט א מאדנע לשון)... 😂 🙄


יעדע מעידשער חסידות האט היינט א שטיבל אין לעיקוואד און עס וועט לכאורה נישט נעמען לאנג ווילאנג יעדע חסידות וועט עפענען אייגענע מוסדות דארט, די רבנים וועלן נישט צולאזן אזא מין צומישעניש פון חסידות׳ן וואס איז ממש כעין די ׳דור הפלגה׳. יעדע חסידות וויל קענען געוועלטיגן אויף זייערע קעלבלעך און זיי קענען קאנטראלירן און האלטן ‏hostage די מענטשען מיטן סטראשענען אז מ׳וועט ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.

אייז קריעם » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 12:26 pm

· #357603
שבת אחים
איך האב געהערט אז סהאט זיך געפענט א נייע וויזניצער שטיבל אין סטעטן איילענד מיט דרייסיג וויזניצער אינגעלייט, והנה בין איך ״מוחה בכל תוקף״ (מיטן נוסח פונעם מאנסיער פעטער) איך בין וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד- די עכטע וויזניץ מיט די ארגאנעילע ״אהבת ישראל״!

פון די אנדערע זייט, דערמאנט מיך א מעשה שהי׳ ווען סערט ויז'ניץ האט געפענט א תלמוד תורה אין בני ברק נאנט צו שיכון וויזניץ האט דער ישיעות משה ז״ל מרוב חכמתו געפרעגט זיין קאזין דער סערט ויזניצער רבי ז״ל פארוואס האט איר געפענט א ת״ת נאנט צו מיר?, זאג דער סערטער מה נפשך אויב בין איך וויזניץ וואלט איר געדארפט זיין בשמחה אז ס׳עפענט זיך נאך א וויזניצער מוסדות אין ב״ב, ווידער אויב בין איך נישט וויזניץ וואס בין איך אנדערש פון אלע אנדערע מוסדות וואס עפענען זיך אין ב״ב?.

איך זאג קלאר יענע שטיבל איז נישט וויזניץ די עכטע וויזניץ בין איך!

זארג דיך נישט, איך הער זיי רופן זיך וויזניץ-מאנסי בסטעטן איילענד.

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:14 pm

· #357637
ס'קען נאך איין טאג ווערען וויזניץ מאנסי סטעטן איילענד גיבערס...

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 4, 2017 5:40 pm

· #358908
לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 4, 2017 7:22 pm

· #358923
תורה ומדע
לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..


לכתחילה מאי קסבר?, מעהר דיטעלס ביטע, Do tell.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 4, 2017 7:26 pm

· #358927
שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 5, 2017 4:32 am

· #358989
בן אדם
שבת אחים, הייסט אז דו בוסט פון די רבנים וואס פליען אין הימל. דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין שטאט. ווי זענען דיינע גבאים?

בעוונותינו הרבים, די היינטיגע פני הדור,וואס קען מען טאהן ?. פאזיצע פאר גבאים/גבאי׳טע׳ס איז עוועלעיבאל ביטע זיך מעלדן מיט א אפליקאציע צו מיין סעקראטערי ר׳ שרגא <a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q=&esrc=s&source=images&cd=&cad=rja&uact=8&ved=0ahUKEwiZxIDf2KrRAhXEMyYKHX_eA5EQjRwIBw&url=http%3A%2F%2Fwww.theyeshivaworld.com%2Fnews%2Fheadlines-breaking-stories%2F451643%2Fphoto-essay-kosov-rebbe-davening-by-the-meoras-hamachpela-photos-by-jdn.html&bvm=bv.142059868,d.eWE&psig=AFQjCNGpqhntpSOmGnSXIvljOeUkY96ukw&ust=1483695000797260">https://www.google.com/url?sa=i&rct=j&q ... 5000797260</a>

תורה ומדע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 2:51 pm

· #367622
לויט ווי מיין קרוב, א סטעטן איילענדער,גיט איבער, האט די סיטי מסכים געווען צו צאהלען פאר די באססעס פון די קינדער, תושבי סטעטן איילענד, אין אללע ברוקלינער מוסדות. די באדזשעט פאר דעם איז אין די מיליאנען דאללארן א יאהר.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 3:59 pm

· #367629
די גאנצע סטעטן איילענד אידיע לעבט נאך? שוין לאנג נישט געהערט דערוועגען.

יודישע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:17 pm

· #367650
shlomyg
berlbalaguleh
תורה ומדע: ווייל ס'איז נישט דא גענוג קינדער פון די זעלבע עידזש צו אויפמאכן אפילו איין כיתה. און וואס איז מיט די אנדערע גרופס...?!
די איינציגע פראקטישע סאלושן וואלט געווען אז מ'זאלל אויפמאכן אן אומפארטייאישע תלמוד תורה און מיידל שולע. איז אבער הדרא קושיא לדוכתיה. ווייל א סאטמערע וועט נישט לערנען צוזאמען אין איין קלאס מיט א בעלזער אדער גערער. די זעלבע איז מיט די 2 גרופירונגען פון וויז'ניץ. אדער באבוב...!


In Lakewood, you have Satmar, Belz , Bobiv, Viznitz in one classroom

@shlomyg, פון וועלכע חדר אין לעיקוואד רעדסטו?

יודישע שרייבער » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:22 pm

· #367651
תורה ומדע
לויט ווי איך הער איז דא אסאך פאליטיק בעייני העיר כשרות, מקוואות, עירוב וכו'. עס איז א גוטער סימן פון א אידישער שטאדט..

איך האב געהערט פון איינער וואס זיין ברודער וואוינט דארט אז דער רב (איך געדענק נישט די נאמען) לאזט נישט עפענען נאך בתי מדרשים/מנינים... אבער איינער האט אים גוט ציגעפיקסט ווען אדמו"ר מתוא"י איז געקומען און יא געמאכט א מנין.
@שבת אחים דו ווייסט מער דיטעילס?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 6:30 pm

· #367653
nope

איך וואוין נישט אין די היימישע סטעטן-איילענד געגענט, סאיז 2 מייל פון מיין הויז, איך האב מיין אייגענע שיכון... איך האב נישט קיין אהנונג וואס סגייט דארט פאר. איין זאך ווייס איך מיין ברודער האט יעצט געקויפט א הויז אין ווילעברוק, ער האט זיך געצויגן פון ב״פ און ער מיט זיין בני בית זענען העכסט צופרידן, און אזוי אויך אפאר פון מיינע אנדערע חברים וואס האבן זיך געצויגן קיין ס״א קוקן אויס זייער העפי און צופרידן פון זייער טויש.

תורה ומדע » מאנטאג מאי 1, 2017 3:10 pm

· #369611
לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.
📎 גטעטין.jpg

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 4:06 pm

· #369616
ווי ווייט אוועק האלט סטעטן איילענד אז אויף victory Boulevard זאל ווירבלען מיט אמן יהא שמא רבא באסעס???

בן אדם » מאנטאג מאי 1, 2017 4:37 pm

· #369626
דוכט זיך אז קיין סטעטן איילענד מופן אזעלכע וואס זענען אביסל אויפגעקלערט אונטערן טיש און זיי האבן קליינע געפילטערטע סמארטפאונ'ס, אדער גייען זיי באקומען, און א חלק פון זיי דרייען זיך שוין ארויף די פייעס ר"ל. זיי זענען לכאורה אינספערירט געווארן פון שבת אחים. אבער משא"כ קיין בלומענבערג, דזשערסי סיטי און לעיקוואד פאר'ן די מער פרומע עולם, די וואס די טאטעס דרייען זיך מיט די פליפ פאונ'ס און די קינדערלעך מיט די שומרים קארדס.

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 10:43 pm

· #369660
בן אדם
דוכט זיך אז קיין סטעטן איילענד מופן אזעלכע וואס זענען אביסל אויפגעקלערט אונטערן טיש און זיי האבן קליינע געפילטערטע סמארטפאונ'ס, אדער גייען זיי באקומען, און א חלק פון זיי דרייען זיך שוין ארויף די פייעס ר"ל. זיי זענען לכאורה אינספערירט געווארן פון שבת אחים. אבער משא"כ קיין בלומענבערג, דזשערסי סיטי און לעיקוואד פאר'ן די מער פרומע עולם, די וואס די טאטעס דרייען זיך מיט די פליפ פאונ'ס און די קינדערלעך מיט די שומרים קארדס.


האלאו! רעדט דיך איין! ווער איז אויפגעקלערט? סאיז אנגעקומען אפאר באסעס מיט פרישע גורער חסידים וואס שמעקן פון טיים-ציגערעטלעך, מיט די שווארצע קורצע הויזלעך און זאקעלעך, איינער פון זיי האט מיר פארציילט במסיח לפי תומו אז ווען די טאטע שפארט זיך איין מיטן דאס׳ל (נאכן באקומען רשות פון זיין משפיע-זיין ראביי) דעקט ער צו מיט א האנטוך די ״שיינעדיגע וועקער זייגער״ ווי אויך שטופט ער אפאר האנטיכער אינטער די טיר ווייל עס קען נאך אריינשיינען לייט פון די דיינוג רום.

אפשר די וואס מופן קיין בלומבערג און זשערזי סיטי זענען נאך פרומער, זייערע ווייבער גייען אנגעטוהן איינגעוויקלט אין די שווארצע העלבראנץ אנגעפישטע כאלאטן.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מאי 4, 2017 9:25 pm

· #369949
תורה ומדע
לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.

וואס איז די בילד? און ווער זענען די חברה. פאר וואס האט מען נישט געגעבן א גארטל פאר דיבלאזיאו אויך???

תורה ומדע » פרייטאג מאי 5, 2017 12:33 am

· #369976
די קעניג פין אמעריקע
תורה ומדע
לויט ווי איך הער פון מיינס א קרוב, וואקסט דער עולם אין סטעטין איילענד גאר גרויס. די בלאזיא זאגט צו טרענספארטעישאן פאר די מוסדות און א סיטי באס יעדע האלבע שטונדע פון און צו בארא פארק. לא יאומן וואס אונזערע עסקנים קענען אלץ.

וואס איז די בילד? און ווער זענען די חברה. פאר וואס האט מען נישט געגעבן א גארטל פאר דיבלאזיאו אויך???

דאס בילד איז גענומען געווארען חומה״פ ביין א טאונהאלל מיטינג אויף סטעטן איילנד אין וועלכער דער מאיאר האט געענטפערט פראגעס פאר די ארטיגע רעזידענטס. חסידי גור און נאך תושבי העיר זענען געקומען שתדלנ׳ען לטובת הישוב וטראנספארטאציע פאר די קינדערלעך קיין ברוקלין. דער מאיאר איז ריפארטעדלי געווען זייער ווארעם צום ענין צוליב דעם וואס בויען א אידישער מיטלער קלאסס געגענד אין סטעטן איילענד וועט צוריק האלטען די געמיינדע פון ארויסמופען קיין נוא דזשערסי אדער ראקלענד קאונטי, און וועט האלטען דער סיטי און די גלייזען.

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג מאי 5, 2017 12:40 am

· #369977
פארוואס האט מען נישט געגעבן פארן מעיאר אויך א גראבע גארטל ?

תורה ומדע » זונטאג מאי 7, 2017 8:02 am

· #370116
זעהט אויס ער ניט קיין חסיד..

תורה ומדע » דינסטאג יולי 17, 2018 6:12 pm

· #409100
לויט ווי עס גיט אי ער מיינער א באקאנטער איז שוין דא א בעלזער און א סקווערער שטיבעל און צווי גורער שטיבלעך. איך הער אז ס׳איז דא אויך א חסידישער קארלבאך מנין אין ווילאוברוק.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 17, 2018 8:04 pm

· #409115
תורה ומדע: ועוד ידם נטויה. בליעה"ר וכן ירבו. מעמבערס פון מיין משפחה האבן אויכעט שוין ב"ה געמופט קיין סטעטן איילענד. ס'איז שוין געווארן א כרך. נאר נישט ח"ו קיין קראך...!

נאך איין זאך פעהלט אויס אין סטעטן איילענד. עטליכע רעבעלעך ובנש"ק זאללן אהין מופן און מ'זאלל דארט אויפמאכן מוסדות החינוך. איש על מחנהו ואיש על דגלו...!

תורה ומדע » דינסטאג יולי 17, 2018 8:45 pm

· #409125
ווי קומט דאנס אז סזענען כמעט ניטא קיין סאטמערער וכדומיהן. רוב פריש געקומענע סטעטן איילענדער זענען פון פולישע גאליציאער חסידים.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 17, 2018 9:03 pm

· #409128
תורה ומדע: ס'איז דא פלענטי סאטמאר'ע חסידים דארט. נאר זיי באהאלטן זייער איידענטיטי. שלא כדרכם...! בעסער געזאגט. זיי אימפאוזן עס נישט אויף א יעדן...!

קומזיץ » מיטוואך יולי 18, 2018 1:07 am

· #409141
תורה ומדע
לויט ווי עס גיט אי ער מיינער א באקאנטער איז שוין דא א בעלזער און א סקווערער שטיבעל און צווי גורער שטיבלעך. איך הער אז ס׳איז דא אויך א חסידישער קארלבאך מנין אין ווילאוברוק.

איך ווייס נישט וועגן די אנדערע שטיבלעך אבער די בעלזא שטיבל האט אביסל מער ווי א מנין
די עולם וואקסט זייער שטאט דארטן , יונגעלייט ג'יין ענדערש קיין לעיקוואד אדער טאמס ריווער וואס מ'קען זיך איינהאנדלען אסאך מער פאר די זעלבע פרייז ווי מען באקומט פאר דעם און סטעטן איילענד , בכלל סטעטן איילענד איז מערסטענס קלענערע הייזער עלטערע הייזער
און די פרייזען זענען אסאך געשטיגען דארטן

ארי נוהם » מיטוואך יולי 18, 2018 2:46 am

· #409144
סטעטן איילענד - לעצטיגע אינפאו
כ'האב מיך גראדע לעצטנס אסאך נאכגעפרעגט איבער סטעטן איילענד, און לטובת החברים וועל איך עס דא אראפשרייבען.


שטיבלעך
חסידישע שטיבלעך אין סטעטן איילענד זענען דא: צוויי גערע שטיבלעך, א סקווערע שטיבל, א וויזשניצע שטיבל אין ווילאברוק. דארט זענען אויך דא א חסידישע קארליבאך מנין, און א חסידישע מנין אינעם צענטראלן פאלאק'ס שול. דארט פלאנט אויך הרב מילער - איידעם פון ר' יחזקאל ראטה - צו עפענען בקרוב א חסידישע צענטער מיט א מקוה און אלע צוגעהערן.
אינעם געגענט פון מענערהייטס און טאד-הילס, איז דא א בעלזע שטיבל, און א חסידישע שול פון הרב באב"ד - דאכצעך א זון פון ר' יחיאל באב"ד מטארטיקאוו (אדער דער טארנאפאלער)
אינעם געגענט פון וועסטערלי איז דא א חסידישע שטיבל בשם בארדיטשוב, פון ר' לוי לייפער (שמירה ארג.) א זון פון א נאדווארנער. דאס אלעס איז אויסער ליטווישע און יאנג איזראעל שולן.


די עולם וואקסט?
די עולם וואקסט טאקע שטייט צוליב צוויי פאקטן.
ס'איז פיל טייערער פון לעיקוואד, טאמס ריווער, בלומינגבורג (פאר סאטמערע), אדער מאנסי וגלילותי', און אסאך יונגעלייט מאכן דעם חשבון אז אויב שוין אוועק פון שטאט זאל שוין זיין אין א פלאץ וואו ס'איז זייער ביליג.
צווייטענס, די פרייזן האבן אנגעהויבן היבש צו שטייגן די לעצטע צוויי יאר.
למעשה איז אבער די לעצטע פאר חדשים די פרייזן אסאך געפאלן, און גאר אסאך הייזער זענען צוגעקומען צום מארקעט, וואס מיינט אז מ'רישט זיך די נעקסטע האלבע יאר אז היימישע אידן וועלן קויפן אין סטעטן איילענד.

אויב מ'קוקט אויפן גאנצן בילד, איז עס למעשה א געגענט ווי ס'וואוינען ארום 350 חסידישע משפחות - זע שפעטער, און דאס מיינט אז אין פיר-פינף יאר איז עס שיין געווארן א געהעריגע קרעמל.

נאכמער, ס'איז נישט געווען קיין ערנסטע שטופ פון קיין קהילה, ווי אין בלומינגבורג דורך סאטמער, אדער ניי ליעקווואד דורך בעלז, סאטמער, גער און וויזניץ-שוואנצונעס. עס איז א פלאץ פון יחידים וואס זענען ארויס מרצונם, און דאך וואקסט עס כסדר.


סייזעס, סטיילס און פרייזען פון הייזער אין אלע געגענטער
די הייזער זענען טאקע היבש קליין, אבער נאר אין מענערהייטס (וואו ס'וואוינען אסאך בעלזע) און אביסל אין ווילאברוק (וואו ס'וואוינען אסאך חסידישע אידן, איבערהויפט גערע).
ווידער אין טאד הילס און אין וועסטערלי זענען דא אסאך גרויסע הייזער. אין וועסטערלי זענען זיי אפטמאל מער עלטער, הגם מ'בויט כסדר נייע, אבער אין טאד הילס באשטייען זיי כמעט נאר פון נייע גרויסע הייזער. וועגן דעם איז עס אבער די טייערסטע ריעל עסטעיט פלאץ אין היימישע סטעטן איילענד, און דאס האט געברענגט דעם פארהעלטנמעסיג-נייע היימישע געגענט אין וועסטערלי.


א קורצע סקירה אויף די ערטער און זייערע פרייזן, הגם פרייזען מעסטן זיך לויט יעדעס הויז פאר זיך, און עס זענען דא אומצאליגע סייזעס אין סטעטן איילענד (שלא כשאר היימישע געגענטער וואס רוב הייזער האבן די זעלבע פאר געציילטע דיימענשענס), קען איך עס שאצן בערך'דיג אזוי:

ווילאברוק: זייער צונויפגעדריקט, חסידישע מיט ליטווישע צוזאמען, פרייזן לויפן צווישן $700,000 און 1,200,000 פאר א צוויי שטאקיגע הויז. נישט גרויסע הייזער, אבער נישט פיצל. געווענליך איז עס מער פון איין הויז צוגעקלעבט צום אנדערן. דער ערשטע געגענט וואו חסידים זענען אנגעקומען, נאך וואס ליטווישע וואוינען שוין דארט צענדליגע יארן מיט א קהילה פון ארום 250 משפחות. כ'גלייב אז ס'וואוינען דארט ארום 180 צי מער, חסידישע משפחות. עס איז טאקע דער צענטער סיי פאר ליטווישע און סיי פאר חסידישע, בעיקר גערע וואס האבן דארט מסתמא א זיבעציג משפחות.

מענערהייטס: די צווייטע חסידישע געגענט, זיך אנגעהויבן מסתמא צוויי א האלב צי דריי יאר צוריק, ווען פרייזן אין ווילאברוק האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין. מ'האט זיך דארט באזעצט ווייל ס'איז א שפאן אוועק פון ווילאברוק. עס וואינען דארט כמעט נאר חסידים אן ליטוואקעס, און בעלז האט דארט זייער צענטער. די הייזער זענען זייער שיין אבער ממש פיצל, ס'זעט כמעט אויס ווי באנגעלוי הייזער. אמאל איז עס געווען משוגע ביליג, א הויז פאר א האלבע מעלאנע צי 550, אבער היינט קאסט עס שוין לפחות 750,000. שווער צי טרעפן דארט א גרויסע הויז, און ס'איז שוין נישט ביליג דארט. היינט וואוינען דארט מסתמא ארום הונדערט משפחות.

טאד הילס: לעבן מענערהייטס, אבער פון די טייערסטע געגענטער אין סטעטן איילענד. הערליכע פאלאצן, גרויס שיין און ניי, געשוואלענע ריעל עסטעיט אבער מקען לעבן ווי א פריץ. כ'גלייב אז ס'וואוינען דארט ארום דרייסיג משפחות וואס קענען עפארדן א הויז. פרייזן לויפן פון 750,000 ביז א מעלאנע וחצי, בעיסד אויפן סייז הויז. הייזער זענען צומאל ווייט איינע פון צווייטען, און בעיקר איז עס ווייט פון די אנדערע אידישע צענטערן.

וועסטערלי: פיל ווייטער פון אלע אלטע געגענטער, מיט א הייוועי וואס האקט איבער. די מעלה איז אז ס'האט אלע סייזעס הייזער, און פרייזן לויפן צווישן א האלבע מעלאנע ביז א מיליאן. ס'איז נישט קליינע לעגאס ווי מענערהייטס, על פי רוב נישט פאלאצן ווי טאד הילס, נישט צודריקט ווי ווילאברוק. אבער ס'איז ווייט פון אידישע צענטערן. לעצטע יאר איז עס מער אויפגעכאפט געווארן, און כ'גלייב אז ס'וואוינען דארט ארום דרייסיג משפחות.

סך הכל שאץ איך די חסידישע עולם ביי ארום 350 משפחות. ס'וואקסט כסדר, אבער היבש שטייט. רוב מענטשן באשטייען פון יונגעלייט וואס האבן א מסודר'דיגע דשאב און האבן שוין אפאר קינדער. יונגעלייט אונטער דרייסיג זענען ממש זעלטן, און רוב זענען איבער 35 יאר אלט. ווי איינער האט געשריבן אויבן, זענען טאקע דא ווייניג סאטמארע. זיי האבן מסודר'דיגע קריות, קרית יואל, בלומינגבורג, און אפילו אין ניי-לעיקוואד. פארט זענען דא אפאר סאטמערע, הגם אן די "פלייש" און שיטה סטיל.


טעגליכע הלוך ילך
געשעפטן אין היימישע סטעטן איילענד זענען דא זייער ווייניג. איין סופערמארקעט, צוויי מילכיגע רעסטוראנען מיט פיצא סטאר, א פליישיגע רעסטוראן און נאך א טעיקאוט אינעם סופערמארקעט, וזהו. מ'קומט אריבער קיין ב"פ - א טריפ פון 15-20 מינוט, צו מאכן גרעסערע ארדערס. דאס איז די מעלה פון סטעטן איילענד, אז מ'איז א שפאן אוועק פון ב"פ און מ'קען זיין נאנט מיט משפחה, דזשאב, און כלערליי געשעפטן. דאס איז אויך די חסרון, ווייל ביז א מענטש מאכט אויף א געשעפט אין סטעטן איילענד, קען דוירן א לאנגע צייט.

היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.

דער עולם ארבעט אסאך מיט טעקסט גרופס, און ווען איינער לאזט זיך אריין אין שטאט איז מען מודיע פארן קבוצה, צו קענען ברענגען מענטשן צו חפצים ממקום למקום, ס'איז אזא זה נהנה וזה נהנה רילעישענשיפ, ווייל יעדער האט סוכ"ס הנאה פון די צוזאמענארבעט.


אן עירוב איז שוין דא, און עס נעמט שוין אריין כמעט אלע געגענטער. ס'איז דא דארט אויך א חברה הצלה און חברים.

כשרות פון עירוב, מקוה, און עסן פארלאזט מען זיך בעיקר אויף הרב פאלאק, א חסידישער רב אין סטעטן איילענד וממייסדי המקום פאר די ליטווישע (ער איז פארוויקלט אין פאליטיקלעך מיט געוויסע חסידישע קהילות. כ'ווייס נישט פרטים), וואס האט חומרות און וועגן דעם איז ער טראסטבאר.


מפי השמועה, אז וויזניץ ב"פ רבי'ס יונגערע ברידער, דאכצעך ער הייסט ר' ישראל, האט געהאט געקלערט זיך אריבערצוציען קיין סטעטן איילענד און דארט עפענען א שול-מוסדות-רביסטעווע. כ'ווייס נישט צי ער האט נאך דעם חלום צי ס'איז שוין אויסגעוועפט.

תורה ומדע » מיטוואך יולי 18, 2018 10:35 am

· #409166
כ׳וויל נאר צולייגען אפאר איינצעלהייטען וואס איך האב גפארשט. מעננערהייטס פארמאגט אויך פארשידענע ערליי הייזער. די קליינע cape cod הייזער זענען נאכאלץ גאר ביליג, און אויסערדעם זענען דא גרויסע שיינע הייזער אויפן מארקעט. ווילאוברוק איז א ברייטער געגענד, רוב הייזער זענען גיבויעט אין די 1970 יאהרען אויף א שטח פון 40x100.
א בראוקער האט מיר געזאגט נעכטען אז עס געפונען זיך שוין 400 שטריימל יונגעלייט אין אנדערן זייט פונים ווערעזאנא בריק.
די פרייזען זענען געפאלען לעצטס מחמת ריבוי סופליי פון הייזער.
די סאציעלע מעיקאפ פונעם געזעלשאפט איז ערליך און חסידיש בינוני, בדרך כלל מיט א רבין אבער אהנע שוואנצנות.

תורה ומדע » מיטוואך יולי 18, 2018 10:59 am

· #409169
סאיז אויך דא א הכשר אויפן יאנג איזראעל מקווה טהרה פונעם פפא׳ער דיין הרב מ״מ ווייס שליטא.

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 11, 2019 1:01 am

· #421869
ארי נוהם


היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.



הער איך אז נחום קליין (פון בית שרה/בעלז בארא פארק) וויל עפענען דארט א כלל חסידי מיידל סקול, וועט זיין א שטארקע הילף אויב ער וועט מצליח זיין

וואלווי » פרייטאג יאנואר 11, 2019 3:00 am

· #421878
מור וקציעה
ארי נוהם


היימישע מוסדות זענען נישטא, און ס'איז א פעין אין די נעק ווייל מ'דארף צוקומען טרענספארטעישן קיין ב"פ, אבער פאר נעקסטע יאר זענען דא פלענער אז מענטשן ווילן עפענען א מוסד. כ'ווייס נישט ווי קראנט. מפי השמועה אז דאס יאר האט גער שוין כמעט געעפענט, און מ'האט זיי געסטראשעט פון די העכערע פענסטער, פון ב"פ, זיך אפצולאזען פון די פלענער. אפשר איז עס אויך אינוואלווד אין זייער ב"פ פאליטיק פון זייערע צוויי חדרים. כ'ווייס נישט מער פרטים.



הער איך אז נחום קליין (פון בית שרה/בעלז בארא פארק) וויל עפענען דארט א כלל חסידי מיידל סקול, וועט זיין א שטארקע הילף אויב ער וועט מצליח זיין


ער מיינט אז דארט וועט עם דוב הייקינד נישט באדערען?...

תורה ומדע » מאנטאג יאנואר 21, 2019 11:06 pm

· #423040
כ'הער אז סיהאט זיך אפגשטעלט. מיינסטנס עולם לויפט ענדערשט קיין לינדען, נוא דשערסי

ארי נוהם » דינסטאג יאנואר 22, 2019 2:03 pm

· #423083
די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.

קוקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:15 pm

· #426767
ארי נוהם
די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.

סטעטן איילענד איז היינט מיין וואוינארט, און ס'ווערט מער און מער חסידיש, וואס באיכות איז עס פון די שענסטע נייע ישובים, ממילא דריי נישט קיין קאפ מיט נייע פלעצער, 'סטעטן איילענד' איז די זאך

איך אויך » מאנטאג מערץ 18, 2019 6:40 pm

· #426776
אדער פאר ישראל גלויבער ז''ל.

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 18, 2019 8:03 pm

· #426783
ארי נוהם
די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.

עס מופן קיין סטעטן איילענד בערך צוויי מענטשן א חודש. קיין לינדאן מופט מען טאקע מער, אבער לע"ע איז דער שוואנג איבעראל טויט, יעדער וויל זען וואו ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן א ישוב צווישן לעיקוואוד, לינדען און סטעטן איילענד אדער גאר ב"פ וואו מ'בויעט יעצט קרוב צו טויזנט קאנדאוס.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 19, 2019 9:50 am

· #426809
יעדער פלאץ האט זיך איהרע אייגנארטיגע מעלות און חסרונות. בארא פארק איז צו טייער פארן דורכשניטלכען פאמיליע, לעיקוואוד איז א שטאט מלא פראבלעמען סוציאל, עקאנאמיש, און חינוך׳דיג. סטעטן איילענד איז נאך קליין אהנע מוסדות, אבער ס׳האט ווארשיינליך א שיינעם צוקומפט. לינדן איז נאך אין איהר אינפענסי.

אדונינו » דינסטאג מערץ 19, 2019 10:27 am

· #426812
תורה ומדע
יעדער פלאץ האט זיך איהרע אייגנארטיגע מעלות און חסרונות. בארא פארק איז צו טייער פארן דורכשניטלכען פאמיליע, לעיקוואוד איז א שטאט מלא פראבלעמען סוציאל, עקאנאמיש, און חינוך׳דיג. סטעטן איילענד איז נאך קליין אהנע מוסדות, אבער ס׳האט ווארשיינליך א שיינעם צוקומפט. לינדן איז נאך אין איהר אינפענסי.

לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 19, 2019 11:25 am

· #426823
די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 19, 2019 11:26 am

· #426824
אדונינו

לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.

אין אוזבעקיסטאן ביסטו שוין געווען?

אדונינו » דינסטאג מערץ 19, 2019 12:19 pm

· #426826
איסר האטלקי
אדונינו

לדעתי איז די גלילות פון מאנסי די בעסטע.

אין אוזבעקיסטאן ביסטו שוין געווען?

דאס האב איך געמיינט צו זאגן, איינס נאך אוזבעקיסטאן, אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 19, 2019 1:09 pm

· #426829
איסר האטלקי
די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 19, 2019 1:10 pm

· #426830
0

איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 19, 2019 3:21 pm

· #426834
תורה ומדע
איסר האטלקי
די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

ריזיגע לאטס און פארקס ארום דאס יא, אבער די ס"ק פער הויז איז פונקט ווי אין ב"פ. מ'צאלט 8 מאות פאר 1500 סקווער פיס.

יעקב מענטש » דינסטאג מערץ 19, 2019 3:51 pm

· #426836
איסר האטלקי
ארי נוהם
די שוואונג האט זיך טאקע אפגעשטעלט, אבער מענטשן האלטן נאך אין איין מופן קיין סטעטן איילענד. היינט איז שוין דא אזויפיל אנדערע פלעצער, אז ס'איז נישט דער אמאליגער אלטערנאטיוו, הגם ס'האט פארט מעלות וואס אנדערע ערטער האבן נישט, וואס ציט טאקע נאכאלץ אהין פרישע משפחות כסדר.

עס מופן קיין סטעטן איילענד בערך צוויי מענטשן א חודש. קיין לינדאן מופט מען טאקע מער, אבער לע"ע איז דער שוואנג איבעראל טויט, יעדער וויל זען וואו ס'וועט זיך למעשה אויסקאכן א ישוב צווישן לעיקוואוד, לינדען און סטעטן איילענד אדער גאר ב"פ וואו מ'בויעט יעצט קרוב צו טויזנט קאנדאוס.

1000 נייע דירות אפי' מ'זאל עס געבן בחינם וועט נישט סאלוון דעם קריזיס לויט וויפיל די פאפולאציע וואקסט, במילא איז מיין נבואה אז אלע שטעטלעך וועלן זיך אפשר רוקן שטייט פאר די נעקסטע יאר צוויי, אבער נאטורליך דארפן יעדע יאר-צוויי צוקומען פרישע עטליכע הונדערט משפחות וואס דערזעהן זיך מיט א גרויס פאמיליע און א צו-קליינע אפט. מיט נאך א קלענערע אינקאם וואס רוב פון זיי גייען עמיגרירן פון ברוקלין, און א געוויסע פראצענט גייען אנקומען צו די נייע חסידישע זיפ קאודס, מאנסי איז שוין זייער שווער זיך אריינצובאקומען ווייל די מוסדות קענען נישט אקצעפטירן נייע קינדער (א געוויסע פראצענט מיט פראטעקציע כאפן זיך אריין אבער ממש א מיעוט) און אויך איז עס שוין טייער פאר די דורכשניטליכע פאמיליע וואס פארמאגט א בודזשעט פון ארום 4-500 טויזנט טאלער פאר אן אייגענעם דיעד.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 19, 2019 5:59 pm

· #426849
איסר האטלקי
תורה ומדע
איסר האטלקי
די סטעטן איילענד פרייזן זענען כמעט ווי בארא פארק. קליינע הייזער, בערך אזויפיל סקווער פיס וואס מ'באקומט אין א בארא פארק קאנדא פארן זעלבן פרייז.

איהר מאכט א טעות. א סינגל פעמילי עטטעטשט הויז מיט א בעיסמענט אין סטעטן איילענד האט בדרך כלל איבער 2000 סקווער פיס, און א שיינעם גארטן פון פארנט און פון הונטען. שטיבלעך, מניינים, גראסערי, פארקס, און פארקינג איז דא לרוב. כתוצאה מזה, גיבן איבער די דארטיגע אז דאס ״קווליטי אוו לייף״ איז גאר הויך. פרייז פאר אזאן הויז איז בלויז ציווישען זעקס און זיבן הונדערט טויזנט דאללער. אין ברוקלין קאסט אזא קאנדאו מער ווי טאפאלט.

ריזיגע לאטס און פארקס ארום דאס יא, אבער די ס"ק פער הויז איז פונקט ווי אין ב"פ. מ'צאלט 8 מאות פאר 1500 סקווער פיס.

איבערהויפט נישט. א סקווער פיס אין ב״פ איז זיבן הונדערט דאללער, אפילו אין א קאנדאו. אין סטעטן איילענד אדער מאנסי איז עס פונקט האלב.

תורה ומדע » מאנטאג פעברואר 1, 2021 11:32 am

· #466306
נייע מקוה בויעט זיך אין סטעטן איילענד
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/simikvah">https://www.charidy.com/simikvah</a>
בלאט: 1 2 3 4 5