אשכול אן א טיטל #6330
206 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6330
שבת אחים,
טוה מיר א טובה און סטאפ שוין צו פארגלייכן סטעטן איילענד צו קרית טאהש אדער לפידות צי איחוד קאנטרי.
כ'מיין אז דו ווייסט גוט אז די אלע פלעצער זענען פריוואט אויפגעבויעט געווארן פאר א חסידות ווערסעס סטעטן איילענד וואס איז א סיטי וואו אלע מענטשען וואוינען.
איז דא עפעס נייעס אדער אלעס בלייבט ביים אלטען????????????
איך האלט אז אויב ארבעט זיך אויס די נייע ישוב וועט עס זיין בעזר השם גאר א שטארקע היסטארישער דורכברוך, עס וועט זיין די ערשטע מאל וואס די אינציטיוו איז געקומען דורך אינגעלייט אין נישט דורך אינזערע זעלבסט דעקלערטע הויכגעשעצטע עסקנים אדער די רבנים . אין דאס איז זיכער באגריסענד ווערט . אין עס ווייזט אז די ישועה וועט קימען דורך פשוטע אינגעלייט מיט א שטארקע רצון אין די זעלבע דארף געשען אין אלע הינזיכטען ווי למשל ישיבות . מען דארף מאכען א וועד בעלי בתים אין אנפאנגען צי פירען די זאך נאר אזוי וועט זיין change מען קען נישט ווארטען איוף קייינעם . די זעלבע איז אין אלע הינזיכטען ..וחפץ השם בידינו יצליח
וואס איז געווארן ? ווי מען איז געגאנגן האט מען געהערט פון א נייעם פלאץ א נייע ישוב וואס עס קען זיך אויס ארבעטן.... אבער פאססססבסבב קיינער רעדט נישט מער קיינער ווייס נישט, יעדער פרעגט ״וואס איז געווארן״. איך פלאן דארט צי קויפן א הויז דעם קומעדיגן וואך בעזר השם. ווער וויל מיט קומען ?
אודה השםאיז דא עפעס נייעס אדער אלעס בלייבט ביים אלטען????????????
12 משפחות פון אונזער קאממיונוטי האבען שוין אריינגעטאנצען און געקויפט.
כפי ווי איך פארשטיי איז עס נישט דורך אן עסקן, סאיז אפאר טאנצערס על דעת עצמם.
איך פלאן אויך אריינצוגיין און קאנטראקט בקרוב.
זייענדיג א שטיקעל עסקן, בין איך גרייט אביסעל צוטוהן להצלחת הענין, מקען מיר קאנטעקטין און אישי.
א גוי זאגט מיר ער זעט אידן קויפן הייזער און סטעטן איילענד און די מאסן.
איבער 62 הייזער האט מען פארקויפט לעצטענסט דארט פאר די היימישע ציבור,
איז דאס אמת ? אויב יא ווי קען מען קויפן וועלעכע געגענט.
i'm also looking to dance into this new neighborhood
which neighborhood in SI is this.
לעצטענס געכאפט א שמועס מיט א מאדערנע סטעטן איילענד אידל (גראדע א וויליאמסבורגע אפשטאמיגע)
ער זאגט אז היימישע קויפן אפ הייזער ארום זיין געגנט (ער וואוינט גלייך נעבן די בריק)
איך האב אים געפרעגט אויב עס שטערט אים, ער זאגט ער פרייט זיך זייער, ער האט זייער ליעב א היימישער טשולענט.
ער זאגט מיר, יעדער איז וועלקאם!!
ראו מה בין בני לבן חמי...
שוין לאנג נישט געווען קיין אפדעיט, ווייסט אפשר איינער וואס טוט זיך אין סטעטן איילענד?
וויפיל היימישע זענען שוין אריבער? ווי אזוי גיט מען זיך אן עצה מיט די מרחק פון ב.פ.?
I heard from people that made research on Staten Island that it doesn’t look like Staten Island has a future. The areas that people are looking at in Lakewood for example, there is a lot of room for new developments. In Staten Island, these areas are not places where large-scale new developments are possible. All of these houses are bought from goiyim. That means that there are no chances that enough people should room to move there so that they can have mosdos there. Therefore, it doesn’t look like a long term solution.
ציוואס פעלט אויס נייע דעוועלאפמענטס? אז ס'דא הייזער וואס מ'קען קויפן, איז דאך דאס די בעסטע זאך.
שמעון וואלףציוואס פעלט אויס נייע דעוועלאפמענטס? אז ס'דא הייזער וואס מ'קען קויפן, איז דאך דאס די בעסטע זאך.
אויב רעדט מען פון אויפבויען א נייע בארא פארק איז טאקע א טענה אז ס'איז נישט מעגליך צו האבן 30,000 משפחות דארט, אבער ווער זאגט אז מ'דארף בויען ריזיגע שטעט? אין די לעצטע תקופה האט זיך שוין אויפגעוויזן אז גרויסע דיוועלפמענטס וואס נעמט אריין אסאך אינוועסטערס ארבעט זיך נישט אויס, ווייל מ'מוז אריין לייגן ממון ודמים פאר ס'הייבט זיך עפעס אן, און די משקיעים ווארטן שוין אויף די רווחים און די גאנצע באבל פלאצט (אזוי איז געשען מיט די פלאן פון איוחד הקהילות), עז איז נישט מער ווי שכל'דיג אנצהייבן א יישוב אן קיין גרויסע חלומות און עס וועט שיין א ישועה פאר נאך אפאר טויזנט משפחות, איז דאך אויך א ישועה פורתא
אזא טעקטס האב איך באקומען איינע ווייסט וואס דאס איז?
Git Voch,
Thanks for your interest and support in the Staten Island - Nicholas Ave Estates Development!!
This is to notify, that after many hours and days of due diligence in to its surrounding area, and several meetings with city officials from various ranks and departments, it has been decided to abandon this project, due to severe safety and health hazards.
Thanks again and Hatzlacha!
פון דעוועלאפמענטס ווייס איך נישט
אבער איך ווייס אז העכער .30 היימישע יונגעללייט האבען. שוין געקויפט
עס איז איוך דא א שפעטערער מנין שבת פאר שחרית אין ר פאללאק'ס שול
די מנין אין היופט. שול דאווענט 8:45 חדר שני. 9:30
מען רעדט פון צוויי אנדערע געגנטער. איינס איז דער פון וואס אביסעלע רעדט, דאס איז א געפלאנטע דעעועלאפמענט נעבן דער Bayonne bridge, וואס דאס איז אין א גאר נידריגע שמוציגע געגנט.
חכם עתיק רעדט פון די Willowbrook געגנט וואו ס'געפונט זיך רב פאללאקס שוהל, וואס דאס איז א הערליכע רואיגע געגנט וואו ס'וואוינען שוין א שיינע צאהל אידען. דארט איז נישט דא וואו צו מאכן דעעועלאפמענטס. מען קען אפשר טרעפן אפאר הייזער צום פארקויפן. דעטס איט.
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ווען כ'ארויף געברענגט אויפן טיש פאר קרובים אפשר מופט מען קיין סטעטן איילענד, רופט מען זיך אן: וואס? אלע באמעס פון שטאט גייען אהין.
וואס איז פשט פון אן שמירען א נייע געגענט מיט א נאסע ליילעך?
לכאורה איז עס ווייל די ערשטע ארויסצומופן צו נייע געגנטער זענען געווענליך מענטשן וואס געבן נישט קיין דעעם פאר סיסטעם, מוסדות וכו'. אלע אנדערע ווארטן ביז ס'דא שטיבלעך, מוסדות און ס'ווערט כשר (נעבעך) אין די גאס.
אזוי איז אין סטעטן איילינד און די מאנסיער אויסער-געגנטער.
סאו וואטכ'ווייס נישט פארוואס, אבער ווען כ'ארויף געברענגט אויפן טיש פאר קרובים אפשר מופט מען קיין סטעטן איילענד, רופט מען זיך אן: וואס? אלע באמעס פון שטאט גייען אהין.
וואס איז פשט פון אן שמירען א נייע געגענט מיט א נאסע ליילעך?
I know of 2 very good yingeleit that signed contract in Staten island
רבותי! ס׳איז ווירקלעך א מציאות! מ׳זעט שוין שטריימלעך דא! איך האף נאר אז איר אלע האבן איבערגעלאזט ענקערע רבי׳ס און משוגעתן אין ברוקלין!
אה, יעצט הער איך עפעס זינגען אינדערויסן, מ׳האט שוין ווייטער פארשפארט די גאס? א הכנסת ס״ת? וואס גייט פאָר? קבלת פנים??? וועלכע רבי איז דאס??? געב נאר א קוק וויפל עסקעילעיטס מיט יוקאנס!!! טאקע א גרויסע רבי געקומען אין שטאט!!!!
שצדיק בא לעיר פניו זיוי פניו הודו!
😂 😂 😂
א שאד כהאב שוין געקלערט אהינגיין וואוינען ,
יעצט אז כזעע ווער סגייט אהין …[emoji17]
ירא שמיםא שאד כהאב שוין געקלערט אהינגיין וואוינען ,
יעצט אז כזעע ווער סגייט אהין …[emoji17]
שעפעלע טייערע אויב רעדסטו פון מיר וויל איך דיר זאגן אז איך וואוין שוין דא צום גיטן פיר יאהר נאך פאר חסידים האבן געחלומט אהער צו קומען און פונקט ווי עס איז מיר גיט געוועהן אן דיר פאר די לעצטע פיר יאהר וועל איך מיך לכאורה ווייטער אנ-עצה געבן אן דיר ווייטער אויך, און ווי דו גייסט נאר נישט זאלסטו מצליח זיין אין דיינע וועגן!.
@שבת אחים, איז דא דארט א מענטשליכע פליעיגרופ אדער פרי נורסערי פאר אידיש רעדנע?
BAL TSHIVAIn SI 2 people have shtreimels Rabbi Pollack and his son
@שבת אחים
אין טריביון לעצטע וואך האט ער א באשרייבונג דערוועגן. עס געפינען זיך שוין דארט אפאר צענדליג משפחות, שרייבט ער.
שמעקעדיגאין טריביון לעצטע וואך האט ער א באשרייבונג דערוועגן. עס געפינען זיך שוין דארט אפאר צענדליג משפחות, שרייבט ער.
בערך 25-30 האבן שוין געמאפט, נאך בערך 10-15 האבן שוין signed contracts/closed. That brings it to a total of 40 family's.
כה לחי
רויטע וואנצעס@שבת אחים, איז דא דארט א מענטשליכע פליעיגרופ אדער פרי נורסערי פאר אידיש רעדנע?
יא עס איז דא דארט א דעי קעמפ מיט בערך 25 קינדער פאר שטריימל און ספאדיק יוניפורם גייער וואס רעדן אידיש , אבער עס איז דערווייל נאר אויפן זימער
איר קענט נאך איינשרייבן אייער קינד פארן צווייטן העלפט דורכן מעלדען צום העד קאונסלער אויף
<!-- e --><a href="mailto:campgesher.si@gmail.com">campgesher.si@gmail.com</a><!-- e -->
רויטע וואנצעס@שבת אחים, איז דא דארט א מענטשליכע פליעיגרופ אדער פרי נורסערי פאר אידיש רעדנע?
@רויטע וואנצעסאיך האב נישט קיין אהנונג, כהאב נישט קיין קינדער די יארגאנג און כ׳האב קיינמאל נישט געשיקט מיינע קינדער דא אין סטעטן איילענד אין קיין שום מוסדות,איך וועל מיך פרובירן נאכפרעגן אז איר ווילט, אבער איך זעה אז איינער האט דיר שוין גענעטפערט.
מיט הצלחה
BAL TSHIVAמשולם שטיינפעלדדו כאפסט נישט אז שבת אחים איז א וויליאמסבורגער תושב וואס שפילט סטעטן איילענדער?
זיין אידיש האט זיך דראסטיש געטוישט פון די ערשטע תגובה צום נעקסטע
That's exactly my point
BAL TSHIVABAL TSHIVAIn SI 2 people have shtreimels Rabbi Pollack and his son
@שבת אחים
וואס איז דער קשיא בכלל? וואס פונקטליך דארף איך א שווערע לאסט אויף מיין קאפ??? איך בין נאך קיינמאל נישט געגאנגען מיטן שטריימל אין סטעטן איילענד, מיין שטריימל טוה איך אן נאר 3 מאל, פורים, שושן פורים נאכמיטאג (אויף א שעה צוויי פשוט יוצא צו זייו דעם עד דלא ידע), און ווען כבין שבת אין בארא פארק באזוכן מיינע חסידישע ברודערלעך וויל איך אויסקוקן פונקט ווי זיי.
בעל תשובה האסט שוין אמאל געהערט אזא זאך אז א ״בעל עבירה״ גייט אמאל אויך מיט א שטריימל? אויב נישט האסטו עס יעצט געהערט די ערשטע מאל 😛
BAL TSHIVABAL TSHIVAמשולם שטיינפעלדדו כאפסט נישט אז שבת אחים איז א וויליאמסבורגער תושב וואס שפילט סטעטן איילענדער?
זיין אידיש האט זיך דראסטיש געטוישט פון די ערשטע תגובה צום נעקסטע
That's exactly my point
שעפעלע טייערע ס׳גייט מיך גאנץ ווייניג אן וואס דו גלייבסט אבער דו הערסט נישט אויף מיט דיינע nonsense האב איך א פשוטע עצה שיק מיר דיין נומבער און איך וועל דיר שיקן מיין פערזענליכע אדרעס! קענסט קומען צו מיין נעקסטע פארטי אז דו ווילסט אזוי שטארק, איך האב גאנץ ווייניג מורא פאר גילו !לאמיר זעהן צו די האסט ביצים!
בד״וו ס׳איז דא היפש אפאר באוואוסטע ניקם וואס כהאב זיי געשיקט מיין אדרעס אין אישי ,
ווען איז די נעקסט פארטי ?
ירא שמיםווען איז די נעקסט פארטי ?
דו ווילסט אויך קומען? כמיין אז איך וועל מיזן טוישן די menu פאר אזא פארטי ווי א ירא שמים מיט א בעל תשובה וועלן אטענדען! 😃
פאר דיר? וואס הייסט וואס? געשמאקע היימישע אונגארישע גאלאש! מיטן הכשר פון ליטוואק פון בודאפעסט 🙄
@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?
לויט מיין מיינוג דארף אזא געגנט קענען פארנעמן לכה"פ 1000 משפחות (ווייניגער ווי קר"י און ניי סקווער) אויב נישט וועט עס בלייבן א קליין שטעטל און דער עולם וואס גייט אהינגיין וועט ווערן "קליין שטעטל עלמענט" און נאך מער קיין ענדגילטיגע סעלאשן איז עס נישט מיט אזוי ווייניג דירות (אינז געבען ארויס און צוויי יאר דער מספר פון פרישע שטריימלך)
די איינציגסטע טרייסט וואס איז יא דא איז אז מען וועט זעהן אז מען קען זיך אוועק ציהן פון בארא פארק וומ"ס פלייש פאבריק און מען וועט אויפבויען נאך אזאלכע געגנטע ווי עס וועט יא זיין די מעגלכקייט פון 5000 משפחות וואס דאס וואלט איך געוואלט
(דאס איז מיין פערזענליכע טעיסט אבער אנדערע וואס דארפן דאס נישט קוק איך גאר שטראק ארויף אויף די אינגערלייט וואס האבן גענימן די וואנדער שטעקן און געטיהן צו דער זאך איך בין פשוט מקנה זייער גאטס)
די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
ווי אזוי הייסט די געגענט וואס יודען גייען ?
ווילעברוק
רויטע וואנצעסדי סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
אזוי ווי אין ארץ ישראל איז דא הינדערטע פלעצער ווי יודן וואוינען אזוי דארף דא ווערן
רויטע וואנצעסדי סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
20000 איז שוין צו פול אבער אינטער 1000 איז צו קליין
איך רעד נישט פון אויפאיינמאל זיך אריינציען נאר עס זאל קענען ענדיגן מיט דעם מספר
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
די קעניג פין אמעריקע@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?
ס׳איז אסאך ביליגער ווי ברוקלין , און מ׳באקומט אסאך מעהר פאר די געלט ווי עני אנדערע פלאץ אין ניו יארק סיטי, א געוונטליכע איין פאמילע הויז ארום די אידישע געגענט אין סטעטן איילענד איז צווישן 450 און 600 פאר דעם באקומסטע געוונטליך -3500-3000 סקווער פיס מיט א דרייוועי און א בעיק יארד!
ווען ענק האבן אביסל שכל וואלט איר אלע אוועק געמופט פון די רוישיגע ברוקלין און געקויפט א הייזקע דא און געלעבט אסאך מעהר א ראוהיגע שטילע לעבן און ענקערע קינדער וואלטן זיך מחי׳ געוועהן , סטעטן איילענד האט די מערסטע פארקס און ביימער ווי עני אנדערע בארא און ס׳איז שטיל און ראוהיג דא , ס׳איז אייביג דא פארקינג ווי מגייט און ס׳האט אסאך מעלות, פאר מיר איז סטעטן איילענד ממש גן עדן!.
כהאב שוין געהערט אפאהר מאהל היימישע יודן ריפן דעם שטאט סטעטני איילענד מיט א חירוק נון ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דאס א אינגערישע טעות?
מ׳האט מיך געהאט געפרעגט אין אישי אויב איך ווייס פון א גיטע ריעל עסטעיט בראוקער אין סטעטן איילענד
איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי צוויי פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט לעצטענס הייזער אין ווילעברוק און זיי האבן זייער שטארק רעקאמענדירט ריעל עסטעיט אגענט Howard Spiegel ער איז א היימישער איד וואס וואיונט אין ווילעברוק און ער איז זייער מענטשליך און פארלעסליך, ער קען העלפן מיט רענטעלס און מיט קויפן הייזער
Howard Spiegel
Spiegel Realty LLC
2164 Victory Blvd.
Staten Island, NY 10314
718-356-4640
<!-- e --><a href="mailto:familyspiegel@gmail.com">familyspiegel@gmail.com</a><!-- e -->
מיט הצלחה
שבת אחיםברוכים הבאים צי אונזרע טייערע ברידער אין שוועסטער וואס פלאנירן זיך צי באזעצן אין אונזער קאָמינוטי
אני הקטן האָבֿ גענימען דעם וואַנדער שטעקן אַ קנאַפּע 3 יאָהר צוריק און אלײנס אַריבער געקראָסט די בּריטש און זיך בּאַזעצט מיט מײן פאמילע אין אַ שטילע ווינקל אין סטעטן אײלענד לעבּן די יודישע געגענט אין איך בּין הײנט צי טאָגס פין די אײנציגסטע (אדער טאַקע די אײנציגסטער) חסידישער יוד מיט אַ שטרײמל דא אין ס״א
ווען די האסט דאס געשריבן איז גיוועזן 2 שטריימליך אין S.I. רב פאללאק מיט זיין זין thats it וואס האקסטו אין קאפ אז די ביסט דער איינציגסטער, אז די ווייסט נישט פין רב פאללאק ביסטי נישט פין דארט.
יעצט זעי איך אז די ביסט גאר OTD נישטא ווער ס'זאל לאכן
ביסט נאך אלץ ביזי ציילן וויפל שטריימלך ס׳איז דא אין סטעטן איילענד? למעשה גיי איך נאך מיט א שטריימל אסאך מאל אויף שמחות און ווען איך גיי אין שול, און ווי לאנג איך האב נאך צוויי שווערע שווארצע רינדעכיגע באקסעס אין מיין הויז פארעכן איך מיר אלץ איינער וואס גייט מיט א שטריימל,
דערמאנסט מיך א מעשה(בערל אלערט) דער וויזניצער רבי דער ישיעות משה האט אמאל געפרעגט מיט יאהרן צוריק זיין חסיד פון קווינס הנגיד חיים שטערן, וויפל שטריימלך איז דא אין קווינס? האט ער גענטפערט צוויי, פרעגט די רבי ווער איז דער צווייטער, זאגט ער מיין געהריגע שטריימל מיט מיין רעגן שטריימל, 😛
למעשה האסטו קודם געטענהט אז איך וואוין בכלל נישט אין סטעטן איילענד און איך בין גאר א וויליאמסבורגער (טאקע דארט געבוירן און אויפגעצויגן געווארן) אבער למעשה האסטו נישט געהאט די ביצים ווען איך האב דיך געאפפערט צו קומען צו מיין הויז, איך בין נאך אלץ גרייט אויפן דיעל,
אבער ער קען נאך ווערן א
@BAL TSHIVA 😂 😂
די קענסט מיר שיקן אין אישי דיין אדרעס, איך זעי נישט צי וואס מ'דארף האבן ביצים פאר דעים.
געוואלדיגאבער ער קען נאך ווערן א
@BAL TSHIVA 😂 😂
איך מיין ס'איז נישטא אויף וואס.