☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מה נשתנה - לב טהור

מה נשתנה - לב טהור

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6318
בלאט: 1 2

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 8:21 pm

· #222284
איך וואלט מציע געווען פאר דעם ארז צו כאפן א בליק אויף דעם.

<a class="postlink" href="http://youtu.be/y8_4kQBJlnM">http://youtu.be/y8_4kQBJlnM</a>

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 10:01 pm

· #350963
אנאנים: אין דעם אינטערוויו וואס דער מאמענט שרייבער האט מיט דעם קולט פירשפרעכער נעמט די מאגאזין נישט קיין שטעלונ. זיי לאזן איהם נאר רעדן... און יענער שילדערט זייער זייט און היפט איבער די אלע באשולדיגונגען. אויך בלעימט ער אלעס אויף די ציונים כדרכם...!

פליקער » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:26 pm

· #350965
Re: מה נשתנה - לב טהור
יאפ איך האב געליינט די מאמענט ארטיקל, איך דינג זיך נישט אז עס איז זיי גאר עינג, און אז זיי זענען אויף געהאקטע צרות, אבער דער פאקט אז בלויז זייער קולטישע עקשנות האט געפירט צים ביטערן מצב אין וואס זיי געפינען זיך.
זייערע קינדער זענען רחמנות שוין איין מאל גרויסע רחמנות. אבער
מיין שאלה איז צו אים, אויב כלל ישראל איז דיר נישט געניג הייליג אזש אז אינזער שחיטה און אינזערע השגחות זענען נישט לפי רוח הקהילה, ווען מען כאפט אוועק די קינדער און זיי ווערן פלאצירט צווישן גיטהארציגע אידן אין קאנאדע, שרייבן זיי בלעכערהייט אז די קינדער געפינען זיך ביי אידן וואס זענען נישט געווען לפי רוח עסקני הקהילה.
איי געט איט, מיר די רוב ריבו פון כלל ישראל טויגן נישט, מיר זענען פארכאפט, מיר זענען פארסם'ט, פארדארבן, נאר איר פערציג משפחות זענען די וואס משיח גייט ווייזן מיטן פינגער, נאר איר אלע טויגן, אבער פארוואס ווען איר זענט אויף צרות איז אינזער געלט פאר אייך כשר, גייט אייך אייער וועג און זאל אייך אייער גאט באגליקן ווי איר זענט, דזשאסט קוק נישט אויף אונז ווען איר זענט א רחמנות, שמיץ נישט אן די מאמענט מיט אייערע זעלבסט געפלאנצטע וואונדען, ווייל פון מיין זייט זאלט איר זיך איינגלידערן ביי כלל ישראל און פטור אן עסק, איך אפרישיעט נישט אייערע קאשקעטלעך און שווארצע קליידונג און אייער אייגענע געמעלקטע קוען, פון מיינעט וועיגן קענט איר טרינקען גאלדען פלאו, דעריבער כאפט איר מיך נישט מיט אייער רחמנות וויי געשריי ווי איר ווערט געפייניגט אזוי ביטערלעך, לעש זיי מוחל אויס דיין קהילה און גוד בּיי טשארלי והגזירה בטילה.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:15 am

· #350981
Re: מה נשתנה - לב טהור
דער פותח האשכול וועט דיר ענטפערן אז די היפקראטיע איז נישט נאר ביי לב טהור. מה נשתנה לב טהור. צום ביישפול, באבוב לעבט פון איזי ענגלענדער. ער איז אויך נישט לפי רוח הקהילה. אזוי גייט עס ביים שנארן. מ'קערט זיך צו כלל ישראל. צו ווער ס'גיט.

ירח בן יומו » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:08 am

· #351050
ביים זיך געזעגענען פון גאטמאלא

ירח בן יומו » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:09 am

· #351051


The


בת קול » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:45 pm

· #351156
וואו זענען זיי יעצט?

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 12:24 am

· #351162
דא

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/250434/2016/09/25/oratorio-guatemala-jewish-community-in-guatemala-resettles-claiming-harassment/">http://www.vosizneias.com/250434/2016/0 ... arassment/</a>

חכמת שלמה » זונטאג אפריל 30, 2017 11:42 am

· #369439
יישר כח ראובן...

אונטער חכם » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 1:18 am

· #418606
Re: מה נשתנה - לב טהור
וועם האסטו געזען רעדן אזוי וועגן מער מאדערנע אידן?
אפשר וועגן פרייע אידן.

חכמת שלמה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:48 am

· #418622
אידן! - גלויבט נישט די פאר ווערטער אויסגעצויגענע שורות וואס די עסקנים פארקויפן אייך!

פארוואס ווייזן זיי נישט די גאנצע בריוו?

אין אן איינמאליגע פאקט, ברעכנדיג די פריוואטקייט למען הצורך, האב איך ארויפגעשטעלט דעם גאנצן בריוו אויפן אנדערן אשכול. וירא הקהל וישפוט.

און צו די פאר עסקנים; פארוואס האט איר בלויז ארויסגעגעבן איין קליינע חלק פון די בריוו? - וואס האט אייך געשטערט צו ווייזן דעם גאנצן בריוו?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:51 pm

· #418674
נאכן זען די גאנצע בריוו, האב איך פאר דיר אן עצה, הרב סגי נהור. נעקסטע מאך זאלסטו האלטן אין איין צוזאגן אז עס איז דא א בריוו און מ׳לאזט נישט ארויסגעבן. אזוי וועט מעגליך איינער האבן א הו"א אז יש דברים בגו. יעצט איז שוין נישט דא קיין הו"א אויך נישט.

Better keep the mouth closed and be suspected of being a fool, than to open the mouth and remove all doubt

מילך טראק » מאנטאג מערץ 11, 2024 10:27 am

· #554333
Re:
חבקוק הנביא #
שיק דיינע קינדער אויף לב טהור אויף צוויי חדשים, נאכדעם וועסטו שוין נישט האבען קיין קשיות,
דאס איז טאקע די פוינט, ווייל "איך" וויל נישט די לייפסטייל איז עס נאך נישט אפגעפרעגט

היום » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:58 pm

· #554362
Re: Re:
מילך טראק #
חבקוק הנביא #
שיק דיינע קינדער אויף לב טהור אויף צוויי חדשים, נאכדעם וועסטו שוין נישט האבען קיין קשיות,
דאס איז טאקע די פוינט, ווייל "איך" וויל נישט די לייפסטייל איז עס נאך נישט אפגעפרעגט
דער עולם דייוועד טיעף אריין.
ארויף ברענגען אלטע אשכולות…

ביבער » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:37 am

· #554891
Re: מה נשתנה - לב טהור
צ/ק מה נשתנה

סאיז אוודאי דא א געוויסע חילוק און מ'קען עס מעסטן לויט די BITE מאדעל אבער מיט רוב כאראקטעריסטיקס איז עס גלייך. איך וויל נאך אמאל צוריקקומען און בעסער מרחיב זיין איך לייג דא א וויכטיגע תגובה פאר רעפערענס.

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=554867#p554867
חכמת שלמה #
זיי ווילן נישט גיין פון דארט. אויב יא, וואלטן זיי געגאנגען. זיי ווייסן אז מען גייט זיי אריינלייגן אין א הויז, די טיר איז אפן יעצט און ווער עס וויל קען גיין. זיי ווילן נישט גיין, זיי ווילן אריינגיין אין דעם הויז און ארויסקומען פון דארט נאך זעקס חדשים (אדער פריער - ווי זיי ווייסן אליין אז זאכן ווערן גרינגער במשך די צייט).

אזא מעלדונג, איבער אזא עונש, מיינט אין אנדערע ווערטער, "גיי ארויס פון דא, גיי". זיי ווילן דאך נישט גיין, זענען זיי גרייט צו טון וואס זיי קענען, אז זיי זאלן קענען דא בלייבן.

עס קוקט דיר אויס מאדנע? - דו פרעגסט די קושיא, פארוואס ווילן זיי טאקע נישט גיין? - די ענטפער איז פארשידענע תירוצים:
1. זיי דארפן זייערע ווייבער. זיי האבן אפילו נישט די אפציע צו טרעפן אנדערע ווייבער אינדרויסן. זיי וועלן קייען מרור און עסן שטרוי ביז זיי וועלן קענען טון א געהעריגע שידוך אינדרויסן, וכולה האי ואולי... ס'איז נישט גרינג. זיי דארפן אהבת נעוריהם, די פרוי וואס פארשטייט זיי און וועלן קענען געהעריג לעבן מיט זיי.
2. זיי האבן נישט וואו צו גיין. זיי האבן נישט קיין באקאנטע אויף די גרויסע וועלט. אפשר וועלן אפאר גוטע אידן רחמנות האבן און צואווארפן עפעס א ביינדל זיי צו העלפן, אבער בדרך כלל וועט זיי דאס לעבן זיין ביטער שווער ערגעץ-אנדערש. פרעג נאר די אנדערע וואס זענען ארויסגעקומען פון דארט, וויפיל זיי האבן זיך געפייניגט דערויף. מאנכע זאגן אז עס איז שווער אין לב-טהור, אנדערע זאגן אז עס איז פיל שווערער פאר א געוועזענע לב-טהור זיך איינצוגלידערן אין דער סוסייעטי אין אמעריקע. זיי ווייסן דאס און זיי קענען נישט מחליט זיין ביי זיך דאס דורכצוגיין. עס איז זיי גרינגער דא צו בלייבן.
3. זיי האבן געשוואוירן ביי א ספר-תורה און זיי ווילן נישט צושטערן זייער שבועה.
4. זיי זענען באמת יראי-שמים און זיי זענען איבערצייגט אז דער אמת איז דא און עס איז כדאי צו ליידן די אלע תיקונים, אבי אנצוקומען צום תיקון.
5... עס זענען פארהאן נאך א סך סיבות פארוואס זיי זאלן נישט וועלן גיין.

הצד השוה שבהם, אז די הנהלה ווייסט אז מען גייט נישט אזוי שנעל פארלירן נאך אנדערע. ממילא זענען זיי גאנץ זיכער מיט זיך.

new news » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:30 pm

· #554985
Re:
ליטוואק פון בודאפעסט #
נאכן זען די גאנצע בריוו, האב איך פאר דיר אן עצה, הרב סגי נהור. נעקסטע מאך זאלסטו האלטן אין איין צוזאגן אז עס איז דא א בריוו און מ׳לאזט נישט ארויסגעבן. אזוי וועט מעגליך איינער האבן א הו"א אז יש דברים בגו. יעצט איז שוין נישט דא קיין הו"א אויך נישט.

Better keep the mouth closed and be suspected of being a fool, than to open the mouth and remove all doubt
א לינק צום בריוו?
בלאט: 1 2