☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » שוידערליכע ארוני'שער גניבת ובזיון המת

שוידערליכע ארוני'שער גניבת ובזיון המת

159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6287
בלאט: 1 2 3 4

גאנצל » דינסטאג יוני 10, 2014 2:32 pm

· #205212
שלמה יענקל לייגט אראפ א שיינע מעשה אז 'קוקט שוין באלד אויס אז ער איז גערעכט

טאמער די מעשה איז אזוי אמת ווי מושיען של ישראל וועלן די רבנים געבן גלייך גערעכט פאר ר' בנציון'ס טעכטער אז זיי האבן געטון פונקט וואס זיי האבן געדארפט כדי לקיים מכבדו במותו

שכלדיג » דינסטאג יוני 10, 2014 3:18 pm

· #205250
פארפאלן, א שקרן בלייבט א שקרן, א עם הארץ בלייבט א עם הארץ, און א לץ בלייבט א לץ, אגב, ר' פנחס בן אחיו המנוח ר' צבי אלימלך ע''ה זאגט אז זיין זיידע האט עם קלאר געזאגט אז ער וויל ליגן אין איין בית החיים מיט זיין טאטע (ר' בנציון'ס זון), כפי פסקו של הרב משארמאש, אלזא, בעל פה איז גארנישט מאסגעבענד, שלמה יעקב איז נישט נאמן, זיינע קינדער זענען נישט נאמן, ער שרייבט אז ס'איז דא א צוואה בכתב, זאל ער דאס ארויף לייגן, וירא הקהל וישפוט,

חרבונה » מיטוואך יוני 25, 2014 7:56 am

· #207963
@אנאנים די אנדערע תשובות פון די רבנים האסטו נישט? איך הער אז נאך רבנים האבן געשיקט א ענטפער איבער די נושא.

שכלדיג » מיטוואך יוני 25, 2014 2:26 pm

· #208055
אפרים הערש קען נעבעך נישט אפמאכן צו עס איז איין בית החיים צו נישט,
איין זאך איז זיכער אז ער האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן צו פרעגן די אנדערע קינדער זייער צד,
ער ווייסט נאר צו זאגן אז זיי זענען גנבים און פושעים, איי פארוואס זענען זיי פושעים? ער האט דאך געקויפט א קרקע
אין אלטן בית החיים, מען האט עם געלייגט אין זיין אויסגעצאלטע קרקע, ווי זענען די בזיונות, הא?
אפשר ווייל ער ליגט נאנט צום ברך משה זי''ע?, אגב, וואס איז די מעשה מיט אבראהאם? פארוואס איז זיין צוואה
נישט מאסגעבענד?, אדער האלט ער דארט אויך אז די זאליס זענען פושעים וגנבים און זייער חברה קדישא דארפן
זיך אפזאגן פון זייער אמט, WHAT A HYPOCRITE

signout » דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:56 am

· #208183
האלט דיך רואיג איך זעה ווי ווייסט נישט ווער אפרים הערש איז (וואלטס עס אויך געדארפט זעהן פין זיין טיפע ''תשובה'')

איך אויך » דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:48 pm

· #208249
ווער איז עס טאקע?

גדעון » דינסטאג יולי 1, 2014 1:11 pm

· #209002
וואס גייט דארט פאר יעצט?
📎 image.jpg

signout » דינסטאג יולי 1, 2014 6:24 pm

· #209044
ווי איז אתרא קדישא ווען מגרובט שוין ווייטער?

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 8:14 am

· #263441
אויפגעוועקט
ר' שלמה יענקל'ס פטירה
בלאט: 1 2 3 4