שוידערליכע ארוני'שער גניבת ובזיון המת
159 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6287
Zalmen as always you did not disappoint as usual
Oh and if he would have been put in new he would have automatically become a mechitzev or a mongo as they say zalmenu a zebra does not change its stripes
sefishנו אויב אזוי דארפסטו זאגן א ישר כח פאר משה גבאי
און אז היינט קוקט אידישקייט אויס בעסער ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אפשר זאל איך זאגן א שכח פאר היטלער ימ"ש, טיפש איינער
פון וועלכע ביה''ח איז זאפיר ארויסגעקומען...שוין געמיינט ער האט זיך געהיילט
דא האסטו נאך א יש מנהיג לבירה
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=842727#p842727">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 27#p842727</a>
איך האב מיך שוין איבערצייגט ערשט האנטיג אז די זאליס - שיין גערעדט - קומען סעילסן גאנץ פרעשערדיג מ'זאל לייגן נפטרים ביי זיי,
ביי מיין פאל גראדע האבן זיי גאנץ ארענטליך אפגעלאזט נאכן זיי זאגן סדא א צוואה צו ארויפירן קיין אר"י,
אבער דאס האב איך קלאר זיך איבערצייגט אז זיי סעילסן, און זיי האבן גאנץ גוטע סעילס פיטשעס, זיי זענען מער-ווייניגער בחנם, זיי שטייען גרייט מיט אלע סערוויסעס,
זיי זאגן אז "אלעס" איז שוין מסודר און מ'דארף זיך "גארנישט" זארגן, און לייגן אזוי א לחץ זו הדחק,
ולפי האמת איך פארשטיי זיי אביסל, ווייל למעשה האט דער זאלי ביה"ח א שטיקל נאסער ליילעך און זיי זוכן עס צו נארמאליזירן,
לעניניו, לגבי ר' בנציון געלבמאן, ווי איז שייך גזל'ן די נפטר ווען לכו"ע איז דאס געטון געווארן דורך אייגענע קינדער, 2 איידעמער, די מיסיסעס זענען קינדער,
די טעכטער האבן געוואוינט מיט די עלטערן און זיך געפארעט מיט זיי פאר די לעצטע 50 יאר,
אמין עולם הפוך, ווען די זאלי חברא קדישא ווארפן ארויף זייער גאנצער פרעשער ביי יעדן נפטר דעמאלטס איז עס נישט געגזלט,
אבער ווען אייגענע קינדער טוהען נגד רצונם פון ווילד-פרעמדע זאלי בוליס, ווערט עס "גזילה",
און לאמיר זאגן אז שלמה יאנקל האט געוואלט די זאלי ביה"ח איז עס נאך אלס א "משפחה" פייט,
ווי פאר-א-שווארץ יאר קומט דא אריין די "ארונים",
אזוי ווי שטענדיג מאכסטע מעך לאכן, אבער יעצט איז עס א געשפאט געלעכטער. ווילסט רעדן וועגן פאקטן וואס אהרונים האבן שוין אפגעטוהן מיט משפחה און נפטר? ווילסט רעדן וועגן פרעשור אדער אויך וועגן בזיון המת אויף׳ן העכסטן dראד? אדער נאר וועגן טעראריזירן דעם בר מינן מיט די משפחה אזוינס וואס מ׳האט נאך נישט געזעהן אין א עהרליכע קהלה.
Cut the crap.
הרב ר' שלמה אליעזר זארגער האבן די זאלי'ס בארויבט נגד הרצון פין אלע קינדער מען האט אים באראבן ביי פאללאק'ס
די אלע קינדער שרייען מען האט בא'גזל'ט זייער טאטען ( עפעס א פעטער דארט געטיען די שייגץ שטיק )
למעשה לענינו דא ביי ר' בן ציון, שלמה יאנקעל האט פיין געוואסט אז זיין טאטע איז א אוועק והא ראי' זיינע קינדער אין רינדער זענען אלע געווען ביי די לווי'
נאר וואזשע דען ביי דעם שלמה יאנקעל איז דער געלעגער געווען חשוב'ער ווי זיין טאטע אין היצט שרייט ער קאנאק הנגזל
טא ליטל אין טא לעט
איך בין נישט אין די ביזנעס פון כלליות'דיגע רעטאריק, ווילסט רעדן פון א ספעציפישע געשיכטע, כל הכבוד, ולכו נא ונוכחה,
לענינינו, דא האט דער נפטר איבערגעלאזט 3 חשוב'ע קינדער לאוי"ט,
2 פון די קינדער וואס האבן זיך כל ימיו געפארט מיטן טאטן/שווער די זעלבע קינדער וואס זענען געווען סמוך ונראה האבן מחליט געווען צו מקבר זיין אינעם ארגינעלן ביה"ח,
נאכאמאל דא רעדט מען פון קינדער נישט קיין חברה קדישא, און דאס איז כו"ע מודה, אפי' דער זאלי טוויטער האט דאס אזוי באריכטעט,
דער איינער זוהן לרפו"ש פון מאנרא, וואלט אונטער נארמאלע אומשטענדן בלי ספק אלעס געלאזט פאר די 2 געשוויסטער וואס האבן זיך געמיטשעט און זיך געפארעט מיטן אלטען אינוואלידער טאטן די לעצטע 10 יאר בערך,
נו ווי קומט דא בכלל אריין "ארונישע גניבה" זיי זענען גענצליך חף מפשע,
דא קומען 2 כשר'ע קינדער מיט זייער נארוואס פארשטארבענעם טאטן,
א חשוב'ע סאטמארע מעמבער מיט א באצאלטע חלקה,
און בעטן תנו לנו אחוזת קבר ואקברה מתו מלפני,
פארוואס זאלן זיי נישט הארצן גערן טאן דער חסד של אמת,
לאז זיי מוחל ארויס די ארונים, עכ"פ בנידון דידן,
לאליפאפשרייבער, וואס ווישטע אזוי ארונטער? זיין זון וועלכע וואוינט אין ברוקלין איז נישט דארט געווען, פארוואס??
אין די גאנצע וועלט ווארט מען אפילו אויף קינדער וואס קומען צו פליען צוועלף שטונדיגע רייזעס, און דא פלוצלינג האבן דעי צוויי פיסיגע חיות קובר געווען א מת אינמיטן די נאכט בשעת וואס א זון זיינס גרייט זיך אים מספיד צו זיין אינדערפרי בבכי ובמספד.
חזקה.. נישטא ווער זאל לאכן. נעבעך.
וואס איז געווען ביי ר' בעריש ראזעבערג פארוואס האט מען מורא געהאט צו ווארטן אז ר' בעריש זאל טרעפן זיין טאטע פאר די קבירה? וואס הייסט קובר געווען אינמיטן די נאכט עס איז דאך געווען א לוי אין ב''פ אין קרית יואל, די ווייזט פין א פאל וואס מען שטופט אפ די לוי ביז נאך יו''ט?
לאליפאפשרייבער און שעפטל החשובים. איימסארי פאר מיין מיסטעיק, איך בין נישט קיין סאטמארער,
איך האב שוין געהערט מענטשן פין צד מהרז''ל קלעימען אז זיי אינטערסירט נישט זייער רבין אבער צו הערן אז זיי זענען נישט קיין סאטמערע הער איך די ערשטע מאל
אנבעליוועבעל@שרייבער @גאנצל @שעפטל @גאלד @[tag]זלמן זאפיר @signout אלע זענען דא, ממש א תחיית המתים, אויף איינמאל שפרינגען שוין אלע דא ארים, ארויס פון באהעלטניש, ווי זענט עטס געווען פאר די לעצטע חודש
@נאר פריילעך ווי ביסטו???
זיי ווארטן פאר דיר, זיי זענען דאך געווען אזוי לאנגווייליג און דיפרעסט
שוין צייט אויפציגעבן אויף דיין רעזעגנאציע
פלעין יודישאנבעליוועבעל@שרייבער @גאנצל @שעפטל @גאלד @[tag]זלמן זאפיר @signout אלע זענען דא, ממש א תחיית המתים, אויף איינמאל שפרינגען שוין אלע דא ארים, ארויס פון באהעלטניש, ווי זענט עטס געווען פאר די לעצטע חודש
@נאר פריילעך ווי ביסטו???
זיי ווארטן פאר דיר, זיי זענען דאך געווען אזוי לאנגווייליג און דיפרעסט
שוין צייט אויפציגעבן אויף דיין רעזעגנאציע
גערעכט, ווי זענען זיי געווען ביי ר' שלום אליעזר זארגער, אדער ביי מרת לויפער, צו ביי ר' נח אבראהאם, ר' אלתר שמחה, איך דענק שוין נישט אלע נעמען,
signoutפלעין יודישאנבעליוועבעל@שרייבער @גאנצל @שעפטל @גאלד @[tag]זלמן זאפיר @signout אלע זענען דא, ממש א תחיית המתים, אויף איינמאל שפרינגען שוין אלע דא ארים, ארויס פון באהעלטניש, ווי זענט עטס געווען פאר די לעצטע חודש
@נאר פריילעך ווי ביסטו???
זיי ווארטן פאר דיר, זיי זענען דאך געווען אזוי לאנגווייליג און דיפרעסט
שוין צייט אויפציגעבן אויף דיין רעזעגנאציע
גערעכט, ווי זענען זיי געווען ביי ר' שלום אליעזר זארגער, אדער ביי מרת לויפער, צו ביי ר' נח אבראהאם, ר' אלתר שמחה, איך דענק שוין נישט אלע נעמען,
אויף דעם קען מען נישט האבן קיין טענות, ווייל דעמאלס איז מען נאך געווען פארנימען מיטן זיך טענה'ן איבערן בית החיים אין בית שמש...
signoutפלעין יודישאנבעליוועבעל@שרייבער @גאנצל @שעפטל @גאלד @[tag]זלמן זאפיר @signout אלע זענען דא, ממש א תחיית המתים, אויף איינמאל שפרינגען שוין אלע דא ארים, ארויס פון באהעלטניש, ווי זענט עטס געווען פאר די לעצטע חודש
@נאר פריילעך ווי ביסטו???
זיי ווארטן פאר דיר, זיי זענען דאך געווען אזוי לאנגווייליג און דיפרעסט
שוין צייט אויפציגעבן אויף דיין רעזעגנאציע
גערעכט, ווי זענען זיי געווען ביי ר' שלום אליעזר זארגער, אדער ביי מרת לויפער, צו ביי ר' נח אבראהאם, ר' אלתר שמחה, איך דענק שוין נישט אלע נעמען,
אדער ר׳ עוזיא׳ (זילא) פערלשטיין ז״ל? דאס איז געווען מנה אחת כפים. דער נפטר געלעגן אינעם הצלה אמבולאנס וכו׳ וכו׳.
און עטליכע יאר צוריק ווען מען האט אויפגעהאנגן א נפל אויפן קלאמקע פונעם טיר און געלאזט א גרעסער קינד עס טרעפן?
פיין געזאגט בית שמש מיט פאללאק'ס סעמעטערי טראגן דעם זעלבן פנים
איך האב נישט קיין חשק מער צו זיין ביזי דא, ווייל כ'בין נישט געוואוינט צו צימעס, און איין ניק באשולדיגט מיר שוין אפילו אין זיין א זאלי השם ירחם.
איך וויל נאר קלארשטעלן אפאר קלייניגקייטן.
1) פארוואס איך האב געעפנט דעם אשכול?
נישט כדי צו אטאקירן די ארונים, אפילו איך האב למעשה דירעקטירט די טענות צו זייער צד, אבער בעצם האב איך נאר געוואלט אז די נושא זאל אנהייבן צו דיסקוסירט ווערן. און פארדעם קענט איר פארשטיין פארוואס געוויסע פרטים אין די מעשה ווי למשל די צייט און די וואוינארט פון דעם זון וכו' האב איך פאלש ארויסגעהאט. נישט אז דאס טוישט די פאקטן פון די געשיכטע ווי טייל מיינען. דאך האלט איך נאך יעצט אויך אז אן עוולה איז געטון געווארן דורך די אלטע בית החיים - איידימער צד.
2) ווי עס שיינט האט דער נפטר דווקא געהאט חשק צו ליגן אין די נייע לאט, ווי איר קענט טאקע זען אז פאר זיין אשת חיל בזוו"ש האט ער דארט געקויפט א חלקה, און זי ליגט טאקע דארט נעבן ווי ער האט פאר זיך אליין געהאט רוכש געווען א חלקה, ווי עס זענען מעיד בני משפחתו. (אפגעזען צו עס איז יא אדער נישט דא א געשריבענע צוואה איז דאס די פאקט. זעט אויס אז ער האט נישט געוואוסט צו וואס זיינע קינדער זענען עלול, האט ער נישט געשריבן קלאר וואס זיין באגער איז.)
3) איך בין פארשטענדליך צו דעם אז פאר די קינדער די ארונים איז געגאנגען אין לעבן צו באערדיגן דעם טאטן אינעם אלטן לאט, און איך ווייס נישט צו איך וואלט בייגעשטאנען אזא נסיון אז מיין טאטע זאל ליגן ביים שונא אין לאט. אבער מ'דארף פארשטיין אז טאמער איז אמת אז דער אלטער האט געוואלט ליגן אין פאלאק'ס לאט איז א חטא בל יכופר וואס מען האט געטאן, אבער איך ערווארט גענצליך נישט אז די ארונישע קינדער זאלן עדמיטן אז זיי האבן געטון נגד רצונו, נאר אוודאי אויסגראבן באווייזן פון אונטער די פאדלאגע אז ער האט געוואלט זיין אינעם אלטן שטח איז א געשמאקערע מהלך.
4) וויבאלד די נושא דא איז איין ספעציפישע פאל, קומט גענצליך נישט אריין די אלע פארדרייענישן אז ביי יענעם אין יענעם פאל האבן די זאליס אזוי און אזוי געטון מיט א נפטר, בע בע בע.. אפי' ליצור דאס זאל זיין הונדערט פראצענט קראנט, וויבאלד קיינער האט דא נישט באשטימט אז זאליס זענען בעסער ווי ארונים אין געביט פון כבוד המת. און אויב זענען די קעקעצערייען די איינציגע פארענטפערונג מיטל אויף די יעצטיגע מעשה איז די ארגומענט אין בעד שעיפ.
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז. אבער נישט דאס איז מיין ציל. נאר וויבאלד מיר האט זיך אין קאפ אויסגעשטעלט די פרטים אז זיי האבן נישט געהאנדלט מיט יושר איז עס געווארן אזוי אפגעשריבן. איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז אין בעיסיק האב איך גארנישט אנקעגן די פראקציע וועלכע מ'רופט ארונים.
איך גלייך נישט צו מישן צימעס, אבער צומאל איז ההכרח לא יגונה.
ערשטנס וויל איך מוחה זיין בכל התוקף אויף זאפיר צו נעמען אזויפיל ערליכע אידן יראים ושלמים צדיקים וגאונים - פון וועלכע איך האב אסאך געקענט, צב"ש ר' צבי קעסטענבוים ע"ה און נאך אסאך אנדערע - און זיי אנרופן מיט אזעלכע נידריגע טיטלען. השם ירחם.
צווייטנס וויל איך בכלל מוחה זיין אויף דעם גאנצן אשכול. אפגעזעהן פון וואס איז געווען, איז שוין יעצט דערנאך, און אודאי דארף מען זעהן אז עס זאלן נישט פאסירן אזעלכע זאכן אינעם עתיד (לשיטת אויב עס איז בכלל געווען א פארברעך, איך בין נאך דערווייל נישט איבערצייגט). דאס איז אמאל זיכער אז די גרעסטע צער פארן נפטר איז מחלוקת, און זיין נשמה וועט האבן מער מנוחה נכונה אויב יעדער וועט זיך האלטן דאס מויל אפילו עס איז שווער זיך איינצוהאלטן. ביטע לאזט אפ, לעילוי נשמתו לאמיר נישט גיסן אויל אויפן פייער. מיר זענען נישט די וועלטס פארזארגער און זאל די משפחה טון וואס זיי האבן צו טון.
יעצט געמאכט אשטיקל ריסערדש פון א גאר פארלעסליכער מקור,
איך גיי נישט ממש אלעס אויספויקן, נישט ווייל ס'עפעס נעגאטיוו, נאר ס'נישט שיין צו צישמירן גאר פריוואטע פעמילי דיטעילס,
נאר אפאר קליינקייטן להענין
1. תיקון טעות: ר' בנצין האט נאך א 3טער איידעם דער יונגסטער קינד, א זאלי, ה"ה מעכל גרינפעלד, זייער א ארנטליכער לייטישער יונגערמאן, ער האט די טשעק קעשינג אויף לי עוו מיטן ברודער עוזר, ער האט אינגאנצן נישט גענומען קיין שטעלונג אין דעם עסק, און געלאזט די באן לויפן,
2. די עלטערע 2 איידעמער זענען ארונים, דאס איז ישראל ארי' פישער און דוד ראזענבערג,
3. ר' בנציון האט נישט איבערגעלאזט קיין שום צוואה פאר די קינדער איבער זיין מקום קבורה,
4. וואס יא, די זאליס זענען אראפגעקומען צו איהם פערזענליך בחייו, ווען ער איז שוין געווען אינוואליד על מטתו, און אראפגעלייגט זייער געווענליכע סעיל"ס פיט"ש ווי אינשורענס בראוקערס פארוואס ער מוז קויפן א חלקה ביי זיי, און ער האט געקויפט, און אונטערגעשריבן פאר זיי,
5. נישט איך און נישט מיין מקור ווייסט פונקטליך וואס די גאנצע ביזנעס פון די זאלי חברה קדישא צו ארומגיין צו שכיב מרע אידן פארקויפן חלקה'ס, ס'עפעס א נייער מאדנער מין זאך, אבער ס'עפעס אזאך וואס זיי טוהען שוין מיום הווסדו פון זייער ביה"ח און מיט גאנץ גוטע סוקסעס (אויב איינער קען דאס אביסל מער אויסקלארן למצוה גדולה יחשב, דהיינו וויזוי זיי רעדן איבער און וואס שרייבט מען אונטער וכו')
6. ר' בנציון האט אויסגעהויכט זיין נשמה ממש תחלת ליל אחרון של פסח, בערך 9:00 אזייגער ווען מ'האט געמאכט די קניידלעך,
7. איז געווען 2 אפשענס אדער מאכן די לוי' און באגראבן אדער ווארטן 24 שעה,
8. מ'האט זיך אלס נוהג געווען אז ביי אזא פאל טוט מען וואס איז א טובה פאר נשמה, און מ'באגראבט תיכף, און ס'מאכט זיך זייער אפט אז קינדער ווערן געוואויר שוין לאחר הקבירה מוצאי יו"ט, דאס איז אזאך וואס יעדער קען זיך נאכפרעגן, מ'זאל נישט וויסן
9. די קינדער אין ב"פ וואס האבן זיך מטפל געווען מיטן נפטר האבן נישט געהאט קיין שום צוואה פון דעם מנוח ווי ער זאל ליגן, און לויט זייער השגות האבן זיי געהאלטן אז די שענסטע כבוד און טובה וואס זיי קענען טאן פאר זייער באליבטער טאטע און שווער איז איהם צו מקבר זיין אינעם אלטן ביה"ח לעבן דעם רבי'ן זי"ע,
10. שלמה יאנקל איז דער בכור און דער איינציגער פארבליבענער זוהן, ער איז געווען אין מאנסי יו"ט,
11. ער איז געוואויר געווארן פון די פטירה ממש הארט פאר די קבירה, און ער האט זיך זייער געבעטן דורכן טעלעפון אז מ'זאל למען השם אוועקלייגן דעם טאטן אינעם נייעם ביה"ח
12. למעשה איז עס שוין נישט געווען בכדי שיעשו, און ר' בנציון ע"ה, וואס האט זיין גאנצן לעבן זיך אוועקגעגעבן צו לייסטן פאר דעם'ס רבי'נס מוסדות בארצינו הק' און מייסד געווען דער סאטמארער ביהמ"ד אויף 10'טע עוו. הנודע לשם ולתהלה, איז נקבר געווארן אינעם אלטן ביה"ח אויף א גאר חשוב'ן מקום הארט לעבן רבותינו הקדושים זי"ע,
13. שלמה יאנקל איז זייער ציבראכן דערפין, ער איז זייער ברוגז אויפן שוואגער, און שפירט ווי מ'האט איהם פאראטן, און קען זיי נישט פארגעבן,
14. ער זיצט אין מאנרא, און די 3 שוועסטער זיצן אין בארא פארק,
עד כאן המעשה דברים כהוויתן
שמעקעדיגאיך גלייך נישט צו מישן צימעס, אבער צומאל איז ההכרח לא יגונה.
ערשטנס וויל איך מוחה זיין בכל התוקף אויף זאפיר צו נעמען אזויפיל ערליכע אידן יראים ושלמים צדיקים וגאונים - פון וועלכע איך האב אסאך געקענט, צב"ש ר' צבי קעסטענבוים ע"ה און נאך אסאך אנדערע - און זיי אנרופן מיט אזעלכע נידריגע טיטלען. השם ירחם.
צווייטנס וויל איך בכלל מוחה זיין אויף דעם גאנצן אשכול. אפגעזעהן פון וואס איז געווען, איז שוין יעצט דערנאך, און אודאי דארף מען זעהן אז עס זאלן נישט פאסירן אזעלכע זאכן אינעם עתיד (לשיטת אויב עס איז בכלל געווען א פארברעך, איך בין נאך דערווייל נישט איבערצייגט). דאס איז אמאל זיכער אז די גרעסטע צער פארן נפטר איז מחלוקת, און זיין נשמה וועט האבן מער מנוחה נכונה אויב יעדער וועט זיך האלטן דאס מויל אפילו עס איז שווער זיך איינצוהאלטן. ביטע לאזט אפ, לעילוי נשמתו לאמיר נישט גיסן אויל אויפן פייער. מיר זענען נישט די וועלטס פארזארגער און זאל די משפחה טון וואס זיי האבן צו טון.
אני הקטן מצטרף להמחאה...
ברוך השם ס׳דא וואס טרעפן וואס צו שרייבן. 🙄
שרייבערsefishנו אויב אזוי דארפסטו זאגן א ישר כח פאר משה גבאי
און אז היינט קוקט אידישקייט אויס בעסער ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אפשר זאל איך זאגן א שכח פאר היטלער ימ"ש, טיפש איינער
קלאפ אויפן מויל פאר'ן אריינברענגן היטלער דא. היטלער ימ''ש האט סך הכל פארברענט זעקס מיליאן גופים, ווען משה גבאי האט פארברענט אידישע נשמות מיט צומת גידין און לאנג איילענד ווייץ, חכם איינער
נו איך וויל ער זאל קלאפן מיט זיינע ''פינגער'' אויפן מויל, די פינגער זאלן אים וויי טון..
שמעקעדיגאיך גלייך נישט צו מישן צימעס, אבער צומאל איז ההכרח לא יגונה.
אפגעזעהן פון וואס איז געווען, איז שוין יעצט דערנאך, און אודאי דארף מען זעהן אז עס זאלן נישט פאסירן אזעלכע זאכן אינעם עתיד (לשיטת אויב עס איז בכלל געווען א פארברעך, איך בין נאך דערווייל נישט איבערצייגט).
@שמעקעדיג פארדעים איז כדאי דער אשכול אז לפחות וויפיל מען קען בעתיד פארמינערן אז אזעלכע פאסירונגען זאלען זיך נישט איבער'חזר'ן און קהילות זאלען שטיין ווייט פון סכסוכי משפחה איבער ווי זיי ווילען לייגען זייער קרוב
און אויב איז אמת אז די וויליאמסבורג טשאפעל איז א פלאץ פון
כל דאלים גבר ברויך מען זעהן צו טון שריט אז אזעלכע זלזול ופגיעה בכבוד המתים זאלען קומען צו אן אפשטעל, אבער זאפארט.
איך קום נישט אריין דא געווענליך, נאר יעצט נאכן מיטהאלטן די אינפארמאציע דורכן יום טוב.
גאלדס פאקטן זענען דורכאויס פאלש, ר מעכל גרינפעלד האט נישט גענומען קיין שטעלונג נישט ווייל ער איז א אידעלע אינגערמאן, (גאלד ביטע נעם נישט יעצט צוריק דיין ברייטהארציגע טיטל) נאר ווייל ער האט נישט געוויסט... אחרון של פסח אינמיטן שחרית איז מען געקומען מעלדן פאר מרת גרינפעלד אין דושינסקי שול אויף ראס סטריט אז איר טאטע איז אוועק און מען האט אים שוין באגראבן אויך...
די עולה פון נישט מודיע זיין און אויסווארטן די קינדער וואס געהערן צו צד רז"ל און זיי שטעלן פאר א געשענעם פאקט, איז א עון בלתי יכופר. און אויב די ח"ק פון די ארונים האבן געוויסט דערפון, איז ידם במעל הזה.
אויב איז מען מודיע און מען קריגט זיך נאכדעם איז עס קיינעמס נישט עסק, איז עס א משפחה פייט, אבער אינגאנצן פארהוילן און נישט ווארטן אויף די קינדער, כאילו עס איז נישט זייער טאטע, איז א שטארקע עולה.
די פאקט איז אז מען ווארט כמה פעמים אויס אויף נאך יום טוב כדי קינדער זאלן זיך משתתף זיין, ספעציעל ווען מען איז נפטר געווארן הערשט אום יום טוב שני, עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס, וואס זיכער איז, אז דער זון און די אנדערע טאכטער האבן געדארפט אריינגענומען ווערן אינעם דעסיזשאן מעקינג.
ממרום שלח אש
גאלדס פאקטן זענען דורכאויס פאלש
שאק! 😂
יעצט ארויס פון די ראדני שול, עס קוקט אויס ווי נאך א עפל סיידער נאכט,
דער עולם ברענט היתכן מען האט פארכאפט א קהילה אנהענגער אינעם שונא'ס בית החיים עס קוקט אויס ווי ראיאטען זענען ערווארטעט
צימעס האט די לעצטע דרייפערטל יאר אנגעהויבען לעבן פון די מתים
ווי זעהסטו אין מיין תגובה אז גרינפעלד האט געוויסט, וואס מיין קוואל זאגט מיר איז אז סיי מרת גרינפעלד און סיי דער מאן שרייען חי וקיים אז זיי האבן קיין שום פראבלעם מיט מקום קברתו פונעם טאטען/שווער, אפגערעדט אז מרת גרינפעלד האט זיכער קיין פראבלעם, בכלל פרויען זענען נישט אזוי אויסגעקאכט אין די פאליטיק דרעק, ביי זיי רעגיסטרירט זיך לגמרי נישט אין קאפ וואס זאל דען זיין א פראבלעם מיטן אלטן ביה"ח, זי זיצט אינאיינעם מיט אירע באליבטע שוועסטער אן קיין שום פאראיבל, ווייטער מיכל וואס איז דער יונגסטער קינד וואלט קיינמאל אין טויזנט יאר זיך קעגנגשטעלט קעגן זיינע 2 עלטערע שוואגערס, ס'נישט זיין מענטעליטי, סאו לאז אינגאנצן ארויס דעם איידעם ורעייתו שתחי', ער קומט לגמרי נישט אריין און דעם מהפכה, אויב האט מען איר נישט געזאגט האט עס געהאט גארנישט צוטאן מיטן מקום קבורה, זערא,
איין שלמה יאנקל, בין איך מודה, יא מ'האט מקבר געווען זיין טאטען נגד רצונו פונעם בכור און איינציגער זוהן, און ער איז נעבעך זייער אנגעווייטוגט דערפין, און איך פיל שלעכט פאר איהם, מיינסט איך בין עפעס העפי אז אידיש קינד איז אזוי ציבראכן, הלואי ווען משפחה זאל זיין באהבה ואחוה,
פון ישראל ארי' פישער'ס סטענד פוינט, ער האלט ערענסט (און מ'ברויך איהם קענען צו פארשטיין) אז זיין שווער האט דא געהאט עפעס אויסטערלישע זכי' אז דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז ער איז אנקומען צו אזא מקום מכובד, און ער האלט אז ער האט דא געטאן די שענסטע זאך פארן נפטר,
ער באטראכט עס כאילו ער זאל ווען האבן א שוואגער למשל וואס וויל קרימעיט'ן די קערפער, איז אפי' דער זוהן האט מער רעכט ווי ער, איז אבער חובה עליו לכבודו ולטובתו פונעם נפטר צו טאן כל מה שבידו צו אפשוינען דעם באליבטן שווער און איהם מקבר זיין כראוי וכיאות
און ווען מ'איז ווען מקבר א איינעם נגד רצונו פון ''זיין בכור און איינציג קינד'' ווען יענער בכור און איינציג קינד איז אן ארויני וואלט מען געהאט צו הערן פון דיר מחאות אויף די רשעים די זאליס. יעצט טוסטו א טובה און פילסט שלעכט פאר אים... ווערסט נישט רויט ניטאמאל
ארונים זענען דאך אזוי בלינד, א גרויל.
.
דו ביזט נישט גוט מיט סארקאזם שעפעלע
ביי די זאלי'ס גייט ארום אז מען גייט מפנה זיין דעם נפטר
פין די אהרונים הערט מען מיט איין תנאי זענען זיי מסכים אז זיי נעמען מיט יאנקעל מיט וויגדור יאקאבוויטש
איך קען עכט נישט מוחה זיין ווען קינדער זענען די וואס האבן געמאכט די דעסיזשען, ס'נישט מיין ביזנעס, אזוי לאנג משפחה זענען געווען די וואס האבן זיך געוואנדן צו די ארוני חברה קדישא, זענען די ארונים אינגאנצן אומשולדיג,
אבער ווען די זאלי חברה קדישא שטיפן זיך אריין די נאז און לויפן ארום אפערן זייער ביה"ח אויף א pushy וועג, דעמאלטס בין איך שוין דער זעלבער מחותן ווי פעלדמאן און יאקאבאוויטש,
נארמאל וואלט אזוי ווען געדארפט זיין די 2 חברה קדישא'ס וואלטן געדארפט שטיין אינדרויסן, און די משפחה זאל זיך אליינס אויסקריגן, און צו וועם די משפחה ווענד זיך דער האט עס, און דאס בדיוק האט פאסירט ביי משפחת געלבמאן הנכבדה והרוממה
ביי די זאלי'ס גייט ארום אז מען גייט מפנה זיין דעם נפטר
פין די אהרונים הערט מען מיט איין תנאי זענען זיי מסכים אז זיי נעמען מיט דעם ברך משה
sefishביי די זאלי'ס גייט ארום אז מען גייט מפנה זיין דעם נפטר
פין די אהרונים הערט מען מיט איין תנאי זענען זיי מסכים אז זיי נעמען מיט דעם ברך משה
אין אלטא פייגא בלייבט ביי די אהרונים?
@גאלד איך בין זייער נישט קלאר אין דיינע פאקטן
קיקט אויס פון דיינע ווערטער ווי מען האט אים באערדיגט יו''ט און דאס איז די תירוץ פארן נישט מודיע זיין פאר די אנדערע קינדער
דערנאך שרייבסטו
גאלד
10. שלמה יאנקל איז דער בכור און דער איינציגער פארבליבענער זוהן, ער איז געווען אין מאנסי יו"ט,
11. ער איז געוואויר געווארן פון די פטירה ממש הארט פאר די קבירה, און ער האט זיך זייער געבעטן דורכן טעלעפון אז מ'זאל למען השם אוועקלייגן דעם טאטן אינעם נייעם ביה"ח
וואס גייט דא פאר פון וועלעכע יום טבדיגע טעלפון רעדסטו?
קלאר זיך אויס אביסל
פרעג יאסל ווייס, איינע פון די אייניקלעך האט זיך אראפגעלייגט אויפן ארון איבערבעטן, און ער איז געליגן דארט באלד 15 מינוט, און יאסל ווייס איז צוגעגאנגען זען וואס ער טוט אזוי לאנג, האט ער געזען ווי ער פארהאנדלט אויפן טעלעפאן מיט שלמה יענקל וואס מ'זאל טון
כך שמעתי, איך נעם נישט קיין אחריות על אמיתית הדבר (איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דערין א חילול יו"ט ווי באלד לפי דעתם איז עס צרכי המת, איך שרייב נאר די מעשה פשוט, ער פרעגט א קשיא זאג איך וואס איך האב געהערט)
איין קשיא איז נאכנישט דא פארענטפערט געווארן די ווערטער שוידערליכע ארונישע גניבה איך האלט נישט די ארונים האבן עפעס שלעכטס געטון דא ?אפי' דו טענהסט אז זיי האבן געדארפט צוריק האלטן די נפטר וואס איז אגב גאר א שוואכע טענה איז עס נאך אלס ווייט פון שוידערליך
וואס איז דאס דראמאטעזירן די זאך דא ?
איך פארשטיי נישט...
קען מיר איינער מזביר זיין וואס פאר א אבליגעישאן האבן די איידימער צו פאלגן שלמה יאנקלען, זיי (זייערע ווייבער) זענען פונקט אזעלעכע קינדער ווי שלמה יאנקל, זיי האבן עם באדינט בחייו אסאך מער ווי שלמה יאנקל, וואס פאר א גיט יאר האט מען טענות צו זיי, זיי האלטן אז לכבודו דארף מען עם לייגן סמוך צו זיין בעל הביתטע, סמוך צו זיין זון, סמוך צו זיין ברודער (אויך א זאלי) ועל כולם סמוך צו זיין רבין וואס ער האט געארבייט פאר עם אזוי געטריי, איך פארשטיי נישט די טענות.
ממרום שלח אש
גאלדס פאקטן זענען דורכאויס פאלש, ר מעכל גרינפעלד האט נישט גענומען קיין שטעלונג נישט ווייל ער איז א אידעלע אינגערמאן, (גאלד ביטע נעם נישט יעצט צוריק דיין ברייטהארציגע טיטל) נאר ווייל ער האט נישט געוויסט... אחרון של פסח אינמיטן שחרית איז מען געקומען מעלדן פאר מרת גרינפעלד אין דושינסקי שול אויף ראס סטריט אז איר טאטע איז אוועק און מען האט אים שוין באגראבן אויך...
.
איך האב געזעהן ווי א' וו' האט געשאלטען אחרון של פסח אינדערפרי דעם איידעם פישער לעבן ויואל משה (געווען בערך 8:30) אין די גייסט מיר זאגען אז זי האט נאכנישט געוויסט דעמאלטס? מיר קוקט אויס ווי דיינע פאקטען זענען פאלטש
א' וו' איז געווען לעבן עטרת אברהם 8:30. מאך אויף א נייע מעשה ביטע
sefishא' וו' איז געווען לעבן עטרת אברהם 8:30. מאך אויף א נייע מעשה ביטע
גיט גענטפרט
ס'דא א לייק קנעפל פאר דעם
📎 Bl_kBPAIQAAuvlv.jpg
פרישע סחורה פון מיין מקור נאמן:
1. גרינפעלד האט שוין געוויסט פון די פטירה גאנץ אנהויב נאך איידער זיין פרוי, ווי פארשטענדליך האט ער נישט געפלאנט איר צו זאגן ביז מוצאי יו"ט,
2. אין ביהמ"ד דושינסקי האט זי אבער באמערקט ביי יזכור אז עפעס קאכט זיך צווישן איר מאן אין די קינדער, ביז איינער האט איר פארציילט,
3. מצידו וואלט גרינפעלד "לכתחלה" געלייגט זיין שווער אינעם אלטן ביה"ח, ער האלט קלאר געהאלטן אז דאס איז לפי כבודו, פארדעם איז עס לכתחלה געווען ביי איהם א נאן-אישו
4. שפעטער נאך יו"ט, נאכן זיך דערוויסן אז דאס איז געווען למרות רצונו פון שלמה יאנקל, און נאכן זעהן ווי זיין שוואגער איז אזוי אנגעווייטאגט, און נאך אלע העצערייען פון די זאליס און זיינע קינדער איז ער יא ברוגז אויפן שוואגער פישער פארן זיך מתחצף זיין קעגן דער בכור,
5. קען זיין ער איז גערעכט, אבער ווער בין איך זיך צו מישן און א פריוואטע משפחה פייט,
6. די קינדער אין ב"פ וואס האבן זיך מטפל געווען, האבן געפרעגט 3 דיינים אין ב"פ ובתוכם רב ביק, און ר' משה פרידמאן (די 3'טער ווייס איך נישט), צו מ'מעג אנקלינגן די אנדערע קינדער און זיי האבן קלאר געפסקנט אז ס'נישטא קיין היתר, אויך האט מען געפרעגט אז אפשר זאל דער ארון דורכפארן וומ"ב אזוי אז מ'זאל קענען מודיע זיין משפחת גרינפעלד און זיי האבן געפסק'נט אז ניין, נאר גראד פארן צום פעלד,
7. די קינדער פון שלמה יאנקל און להבחל"ח פון הערש מיילעך ע"ה וואס וואוינען כמעט אלע אין קר"י האבן זיך שוין דערוויסט פון די KJ patrol ממש עטוואס נאך די פטירה און אז די לוי' גייט זיין כחצות הלילה ביים פעלד פון אלטן ביה"ח,
8. טראץ וואס זיי האבן געהאט גענוג און נאך צייט צו אנרופן שלמה יאנקל קיין מאנסי ער זאל נאך אנקומען קיין קר"י גענוג פרי צו אריינזשירן די קבירה אינעם נייעם ביה"ח האט עס אבער נישט פאסירט, פארוואס, ווייסט נישט מיין מקור, אבער דאס איז די פאקט, קען זיין ער האט נישט אויפגעהויבן, אדער קען זיין אז דער דיין אין קרית יואל האט געהאט דער זעלבער שו"ע ווי דער דיין אין ב"פ און געפסקנט אז מ'טאר נישט,
9. הערשט גאר שפעט האט א זוהן פון הערש מיילך ע"ה, א זאלי שטייצעך, אנגערופן דער פעטער, און אויף דעם נעפיוס טעלעפון האט ער זיך געבעטן בתחנונים אז מ'זאל טוישן צום נייעם ביה"ח, אבער ס'שוין געווען צו שפעט,
10. ווי שוין באריכטעט האט דער נפטר געקויפט א חלקה ביי די זאליס, זאגט מיר די מקור נאמן, אז 2 אידן מקהל הזלונים זענען אראפגעקומען צו איהם און געזאגט שקר 1, אז די ארונים ווילן איהם נישט, שקר 2, ס'שוין נישטא קיין פלאץ אין די אלטע, שקר 3, די וואנט גייט אראפקומען גאר בקרוב,
11. ער איז קיינמאל נישט געווען עקסייטעד איבער דעם, קיינמאל מצווה געווען די קינדער, די גאנצער לקיחה איז געווען מהיכי תיתי, ווייל מ'האט דאך איהם געזאגט א סנישטא עפעס אנדערש,
12. ער ליגט ביי א שיינע מקום מכובד, פארנט פון די חלקת נשים, לעבן ר' זכרי' בראנער, ר' זלמן ליכטמאן, ר' ישעי' אשר וועלץ און נאך פון די פיאנערן פון קהלות סאטמאר בארא פארק
טייל זאגען אז שלמה יענקל איז העכסט עקסייטעד וויאזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, לפנים קען ער באשטיין צו שפילען ברוגז פאר די סביבה.
עניוועי וואס האבען מיר אריינצורעדן אין יענעמ'ס סכסוך זאלען זיי גיין צו די''ת זיך אויסטענה'ן.
-------
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די פאלגענדע רייד אבער אזוי גייט ארום א שמועה, אז די קהל בני יואל קומען אויך מיט עפעס א צואה וואס זיי האבען אז ער האט דארט געוואלט ליגען,
#ביים.טויט.ברויך.דיר.יעדער.
Wow....
ענק אלע שאצן אונטער סאטמאר...
ווי לאנג מיינט איר וועט דויערן אנצופילען די ליידיגע שטח אז ביידע וועלן ווערן איין גרויסע בית החיים?.... נישט לאנג.
אין מיין וויסטן חלום האב איך נישט געטראכט אז עס וועט זיין איין נארמאלער מענטש וואס באלאנגט צו ר' אהרן'ס קהילה וואט וועט פארענפערן די אויסנאם רשעות'דיגע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט דעם יו"ט. אזוי ווי יעדער אייינער האב איך פארשטאנען אז יעדער נארמאלער אביעקטיוו ארוני וועט זיך אפטרייסלען פון דעם גרויליגן אקט און עס ארויפשמירן אז דער פישער איז פשוט משוגע לאותו דבר, און די פארשטינקענע פאליטיק איז ביי אים מער טייער ווי כבוד חמיו, רצון המת, כבוד המת, דין בכור, נארמאלקייט, ערליכקייט, מענטשליכקייט, א.א.וו., איי די חברה קדישא האט קאאפערירט? אויף דעם וועט מען העכסטנס זאגן אז זיי האבן נישט געוויסט וויאזוי צו האנדלען אין אזא פאל ווען זיי שטייען יו"ט ביינאכט באישון לילה מיט א נפטר און איין קרוב משפחה שטייט און פארלאנגט מיט א פעסטקייט אז מען זאל אים שוין יעצט באערדיגן, ממילא האבן זיי פארלוירנערהייט מקבר געווען. בערך אזוי האט זיך יעדער נארמאלער מענטש פארגעשטעלט וועט זיין די אנטווארט פון די נארמאלערע ארונים.
איך האב מיר אבער באמת נישט געגלייבט וואספארא ברוך הבא איך וועל טרעפן דא אין קאווע שטיבל, די משוגענע ארוינים זאלן זיך בידים אריינלייגן אין אזא קראנקע בעט?! יעדער בהמה פראבירט צו פארענפערן די אבנארמאלע שייגעץ שטיק ווי באלד עס האט פאסירט דורך א אנהענגער פון ר' אהרן?!
יעצט צו די פאקטן: וואס איז מיר געווען באקאנט נאך פאר ר' בנציון ע"ה איז אוועק און איז אונטער א פאר שעה שוין געליגן צוגעדעקט מיט ערד - נאר שנעלער ווי ווען איינער ווערט נפטר ממש לפני כניסת השבת – כדי די קליינע קינדער זאלן יא איינשלאפן און זאלן נישט קענען פרעגן די קשיות הלמאי מען האט אונז איינגערעדט אז נאר מאנגאליענס, דאן סינדראמס, נפלים, גרושים און וחלוצים, און גרים, גייען ליגן אונטערן פלויט, פאלאקס לאט, אליין אין וואלד, העס פארעס, און נאך אזעלכע הויכע מאס ליצנות וואס מען האט ארומגעדרייט די אייגענע קינדערלעך. און דא זעה מיר אונז פלוצלינג אז טראץ די אלע אויבענדערמאנטע חאזעריי, פלאס בויען הויכע ווענט, לייגן שטעכערס, לייגן בריקאדעס, גיסן פעך מיט מייאנעזס, קעטשאפ מיט מאסטערט, שרייען ציון רבותינו הק', א.ד.ג., איז דאס כהיום די אפיציעלע ביה"ח פאר די מעמבערס פון קהל יטב לב וומס"ב און מיט דעם האט מען ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער און די ארונישע טעראריסטן האבן ב"ה פארלוירן קאנטראל אויף די מעמבערס פון קיט"ל וומסב"ג, און יעדער נארמאלער חבר הקהילה וואס איז דא אויפגעוואקסן און ער דאווענט אין אונזערע בתי מדרשים און ער שיקט די קינדער אין אונזערע מוסדות א.א.וו. (און ער האט נישט קיין קינדער מיט הערנער) וויל פונקט אזוי אנקומען אין די ביה"ח פון זיין קהילה לאחר מאה ועשרים שנה.
יעצט צו די פאקטן. איך האב זייער גוט געקענט ר' בנציון און פונקט ווי יעדער וואס האט אים געקענט איז ער געווען פון די וואס האבן – מילד גערעדט – געהאסט ר' אהרנ'ן אזוי ווי רובא דרובא תלמידים פונעם רבין ז"ל און נוסח שלמה יענקל האט מען כסדר געהערט פון אים ליצנות אויף ר' אהרן און זיין קאמפעני (ער וואלט זיכער ארומגעקאכט יעצט ביי אזא מעשה...) און ביי די מעשה פון זילא איז ער געווען אויפגעברויזט ביז גאר וואס די חברה האבן אפגעטוהן, און פונקט ווי אלע אנדערע עלטערע חברי הקהילה איז ער געווען אויסער זיך פאר שמחה ווען מען האט מקדש געווען די נייע ביה"ח, און ער האט אויסגעדריקט כמה פעמים זיין רצון פאר זיין בן יחיד און פאר אלע זיינע ידידים פאר א דבר פשוט אז ער וויל דארט ליגן לאחר מאה ועשרים שנה, און ער האט זיך נישט באגענוגנט מיטן רעדן נאר ער האט אריבערגערופן די חברה קדישא און געקויפט א חלקה פאר זיך און זיין ווייב בזו"ש וואס ליגט שוין דארט (צווישן די מאנגאס). עכ"פ א געהעריגע זאלי מיט אלע מפרשים און א שונא מוחלט פאר ר' אהרן, וואס דאס איז אגב געקומען פון זיין אזוי נאנט מיט רביה"ק און ארבעטן פאר זיינע מוסדות יטב לב, און ער האט גערן מוותר געווען אויפן זכות פון ליגן אינעם תחום שבת פונעם רבין אויב איז עס מיטן פרייז פון דארפן צאלן און ליגן מיט די חברה וואס יומם ולילה רייסן זיי אויס אלעס וואס דער רבי האט מיט אונז געלערנט. א שטייגער ווי ר' משה יאזעפאוויטש ר' פנחס וויינבערגער, ר' משה חיים רובין, ר' בערל יאקאבאוויטש, ר' יחזקאל בינער, ר' חיים אביגדור קאהן, ועוד ועוד, תלמידים פונעם רבי'ן וואס האבן ענדערשער איינגעזעהן אז דאס איז דער רצון פון רביה"ק. (און אונטער נארמאלע אומשטענדען וואלט אזא מענטש באקומען און אלטן ביה"ח דאס פלאץ וואס וואס זיי האבן געוואלט געבן ר' אביגדור יאקאבאוויטש...). יעצט ווען אזא מענטש שטארבט קינדערלאז אן א צוואה פארשטייט יעדער איינער ווי זיין פלאץ איז!!!
צווייטענס: ווען א מענטש האט נישט קיין שום דעה אין פאליטיק ער זאל זיין אין א קאומא רח"ל די לעצטע 15 יאר און ער זאל איבערלאזן 3 טעכטער מיט איין זוהן פארשטייט יעדער אויך וועמענס החלטה איז ווי צו לייגן זיין טאטען. (איך האף אז דאס איז נאך דערווייל יעדער מודה וואס דער זוהן האט געוואלט).
דריטענס: אויב א מענטש האט א זוהן וואס איז אוועק בחייו קומען די איייניקלעך (די זוהנ'ען פון די זוהן וואס לעבט שוין נישט) על פי דת תורתינו הק', פאר די טעכטער פונעם זיידן הן מדין ירושה והן לכל דבר וואס איז נוגע, ד.מ. אז אויב צוליב עפעס א סיבה קען מען נישט צוקומען צום זוהן אין מען קען אים נישט אנפרעגן (מיר וועלן באלד בארירן די שקר לענגער) קומט די החלטה אין זייערע הענט! (עטץ קענט עס פראָווען ביי ר' געציל).
פערטנס: אויב צוליב עפעס א סיבה איז עפעס נישט קלאר מיט דעם און עס איז דא מענטשען מבני המשפחה וואס פארשטייען פארקערט און זיי זענען גרייט צו זאגן זייערע טענות ברבים, וואלט מען אפשר געקענט פארשטיין אז זיי זאלן זיך אקעגנשטעלן קעגן דעם זוהן, אבער אויסקרויזען אינגאנצען דעם זוהן מיט די אנדערע בני המשפחה נאר פלעין פשוט מאכן א שווייג אז א איד איז יעצט נפטר געווארן און מען דארף זיין זוהן זאל קומען זיך געזעגענען, זיך איבערבעטן און זאגן א קדיש ביים קבר, נאר נעמען דעם נפטר אין א שווייגעניש דארט ווי עס איז דער רצון פון דעם וואס האט יעצט אויפן מינוט משמש געווען דעם נפטר???!!! איז מיין קבורה אויך תלוי אין דעם אייניקל וואס גייט מיר משמש זיין פונקט אין די שעה וואס דער אייבערשטער גייט אוועקנעמען מיין נשמה? און אויב נעמט מיין איידעם א איידעם פון באבוב און ער איז פונקט אין שפיטאל ביי יציאת נשמה, האב איך טאקע די מעגליכקייט אנקומען אין באבוב'ע חלקה און ער וועט זאגן אז ער האט מיר געוואלט ראטעווען פון די סאטמארע חיות וואס שלאגן זיך, צו אנדערע שטותים?! איז די וועלט טאקע הפקר?
פיפטענס: נישט אז עס איז נוגע נאר ר' בנציון האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטערע יארן ביי ר' שלמה יעקל טאכטער שטערן וואס האט אים זייער געטריי באדינט די אלע יארן און מען פלעגט יעדן טאג זעהן ר' שלמה יעקב ביי ר' בנציון אים באדינען. דרך אגב, די געטרייע טעכטער האבן שוין געוואלט פאר 5 יאר צוריק אים אריינלייגן אין א האום מחמת גרויס געטריישאפט, ווי איידער ער זאל זיין ביי א אייניקל וואס האט דעות נפסדות...
יעצט די מעשה: די טעכטער האבן געבעטן אז זיי ווילן ר' בנציון זאל זיין אין בארא פארק אויף יו"ט דארט ווי ער פלעגט וואוינען, און ער איז טאקע אהינגעפארן פאר יו"ט. ר' שלמה יעקב איז געווען אין מאנסי ביי א זוהן, זיך ערהוילענדיג פון א אפעראציע וואס ער איז נארוואס אדורך. שביעי של פסח אינדעפרי האט ר' בנציון געדאווענט אין סאטמארע ביהמ"ד אויף 10 עוו. אינמיטן דאווענען האט ער זיך שווער צוהיסט און מען האט אים אריינגעפירט אין מיימאנעדיס שפיטאל ווי דער מצב האט זיך פארערגערט דורכאויס די טאג. פארשטייט זיך אז שלמה יענקל וואס איז יעצט געווען אין מאנסי און די טאכטער גרינפעלד פון וומסב"ג האבן נישט געהאט קיין אנונג אז עפעס ערנסט האט פאסירט מיט זייער פאטער, נאר די 2 טעכטער וואס וואוינען אין ב"פ ראזנעבערג און פישער האבן מיטגעהאלטן. בערך 9 אזייגער ביינאכט האט ר' בנציון אויסגעהויכט זיין נשמה. דא איז פאר זיין איידעם ישראל ארי' פישער בייגעפאלן א ווילדע המצאה: היות עס איז דאך יו"ט און קיינער ווייסט נישט, וועל איך אין איילעניש מאכן די טהרה, קאלן די חברה קדישא, ארויספארן אויף מאנרא, מקבר זיין דארט ווי איך וויל, צודעקן מיט ערד, און מוצאי יו"ט ווען די משפחה וועט געוואר ווערן וועט מען זיך שוין דעמאלס זארגן און ר' בנציון וועט שוין זיין אונטער די ערד.
עס הערט זיך ווילד, אבער דאס האט אין ווירליכקייט פאסירט! מיט די הילף פון זיין זוהן יואלי פישער האט מען אנגעכאפט דעם אלטן, אריינגעלייגט אין קאר, ארויסגעפארן קיין מאנרא. אויפן וועג האט מען אנגערופן יוסל ווייס אז עס קומט א העווי פּעישאן, מיר האבן אריינגעכאפט דא א פעט פישעל. מען האט געמאכט די טהרה בחצות הלילה בערך, צוליב די לעגאלע ענינים האט מען פון דארט טעלאפאנירט יצחק מרדכי בראך פון יראים טשאפעל קלאר צומאכן עפעס, יצחק מרדכי וואס האט פארשטאנען אז עפעס גייט דא פאר אז ער האט גארנישט מיטגעהאלטן און דא זעהט ער אז יוסל ווייס איז זיך מטפל מיט א נפטר מאנשי שלומינו, האט ער גראד טעלאפאנירט ר' זלמן לייב פעלדמאן חברה קדישא דקיט"ל וומסב"ג מודיע זיין וואס דא גייט פאר, ר' זלמן לייב פעלדמאן האט גראד אנגערופען ר' געציל פאלאטשעק פון די זאלוינישע חברה קדישא אין קרית יואל, ר' געציל איז אריבערגעלאפן צו ר' ארי' ראזענפעלד דומ"ץ קיט"ל ק"י אנפרעגן וואס צו טוהן, ר' ארי' האט אים קלאר געמאכט די הלכה און געציל האט אנגעקאלט שלמה יעקב יעקב מודיע זיין אויף די פלוצלינגדיגע אבידה פון זיין טאטע און אז מען האלט שוין נאך די טהרה פון זיין טאטע, און מען האלט שוין ביים באגראבן אין די ארויני'שע חלקה. ר' שלמה יענקל האט געמיינט אז ער פאלט צאם פון די דאפעלטע בשורה! ער האט געבעטן ר' געציל זאל ארויפפארן אין ביה"ח קלאר מאכן פאר די ארוינישע חברה קדישא אז אלץ דער יורש דאורייתא פונעם נפטר אסר'ט ער זיי צוצורירן דעם ארון און זיי זאלן עס זאפארט איבערגעבן פאר ר' געציל פאלאטשעק.
ר' געציל האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און ער האט גערופן אפאר אייניקלעך פון ר' בנציון וואס וואוינען דא אין קרית יואל (אלע זענען זאליס, ווי אויך שטערן ביי וועם ר' בנציון איז איינגעשטאנען אלע יארן) און זענען ארויף צום ביה"ח זיי איבערגעבן די קלארע מעסעדזש פון ר' שלמה יענקל, אויך איז דארט געווען יואל געלבמאן א זוהן פון ר' הערש מיילעך ע"ה וואס האט געזאגט אז ער איז במקום זיין טאטע ע"ה און ער פארלאנגט מען זאל איבערגעבן זיין זיידן פאר ר' געציל פאלאטשעק, אברהם יושע ווערצבערגער וואס איז נאך האלב נארמאל איז גראד אוועקגעגאנגען וווען ער האט געזעהן ר' געציל מיט אייניקלעך אנקומען, ר' געציל האט אים צוריקגערופן וועלנדיג רעדן מיט אים דברים של טעם אבער ער האט זיך מחמת בושה געשעמט צוצוקומען, עכ"פ פישער האט געשריגן מען זאל זיך נישט וויסענדיג מאכן, און באפוילן פאר די פאליס וויטריאל זאל ארעסטירן פאר ווער עס מאכט פראבלעמען, און געוויזן פאר יוסל ווייס אנצוגיין מיט די קבורה. די אייניקלעך האבן געזעהן אז עס איז נישט דא וואס צו טוהן, מען האט פשוט און פראסט פארכאפט זייער זיידן, האבן זיי זיך געזעגנט און אהיימגעגאנגען.
יו"ט צופרי ווען דער עולם האט זיך ערוועקט צו די ביטערע בשורה אז ר' בנציון געלבמאן איז די נאכט אוועק און מען האט אים שוין גאר באגראבן באישון לילה און נאך אין די אלטע חלקה איז דער עולם געעוען אויפגעשוידערט וואס דא האט פאסירט, אזוי אויך אין וומסב"ג ווי די שאקירענדע נייעס איז אנגעקומען דורכן משמש ר' זלמן לייב פעלדמאן אז מען האט זיך דעלעבט צו א פרישן שטאפל פון חי'שקייט אז מען קרויזט גאר אויס א זוהן און פון זייער זייט אויס זאל דער זוהן געוואר ווערן מוצאי יו"ט אז ער דארף זאגן קדיש
איך האב במשך דעם יו"ט געטראפן אפאר נארמאלע ארונים וואס אלע האבן פארדאמט די שוידערליכע פארכאפונג זאגנדיג אז פישער האט זיך אויפגעפירט ווי א חי' טורפות. קום איך איך היינט דא אין קאווע שטיבל, זעה איך אז אלע זענען גאר פאראייניגט כאיש אחד בלב אחד זיך אנצונעמען אויף די מעשה נבלה
מה נאמר ומה נדבר!!
ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער נישט נישט...
שמייכל, כ'האב דורכגעליינט דיין באשרייבונג, ואם כנים הדברים ווייטאג איך מיט
הגם די זעלבע סארט מעשה וואלט געקענט פאסירן פארקערט, דער טאטע איז א ארוני, ער האט נאר איין זון א ארוני און דריי טעכטער זאליס, און מ'זאל אים פארכאפן, נאך אלעם זענען די זאליס פון די זעלבע סאטמארע טייג געקנעטן, און פארטיי שטייט העכער אלעם, אבער לאז מיר יעצט דאס לאזן אין א זייט
נאר איין קליינע נקודה וואס איך וויל מברר זיין, איך ווער יעצט געוואר אז ר' בנציון האט נאך געדאוונט שש"פ אין ביהמ"ד, און ער איז פלוצים אוועק, ס'איז גאר אינטערעסאנט צו הערן, ווייל אסרו חג האב איך געהערט פון איינעם פון די משפחה א זאלי גראדע, וואס האט ארויסגעברענגט זיין ווייטאג, אז ערב שש"פ האבן שוין די טעכטער גערופן שלמה יענקל פרעגן אויף געוויסע פון זיינע פערזענליכע זאכן וואס באלאנגט צו קבורה ווי ס'ליגט, און שלמה יענקל האט זיי נישט געוואלט ענטפערן, לויט די מעשה קוקט אויס אז ערב שש"פ האט מען שוין געשמעקט אז די מצב איז שמאל, און דא ווער איך געוואר אז ער האט נאך געדאוונט אין ביהמ"ד
ממילא פרעג איך סתם פאר די סעיק פון אמיתית הדברים, ווייסט נאך איינער דא צו ר' בנציון האט נאך שש"פ געדאוונט אין ביהמ"ד?
כ'שטיי און שמייכל גיט...
דאנט געט מי ראנג, כ'האלט אז מ'דארף פרעגן די זון וואו צו לייגן, און אויב וואלט די מעשה געווען פארקערט אז מ'זאל לייגן א חסיד מהר"א אין חלקה מהרז"ל וואלט דאס געווען א שטארקע עוולה, למעשה האט מען אים מקבר געווען אינעם חלקה פון זיין רבי'ן זצ"ל מיט נאך אסאך ערליכע אידן, פאר צעהן יאר צוריק וואלט ער זיך געווינטשן צו באקומען דעם חלקה, טא מה כל הרעש?!
(דיסקלעימער: כ'האב נישט געליינט די ערשטע פיר בלאט)