☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » 10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6241

קאווע טרינקער » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:27 am

· #195219
10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

איש עברי » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:38 am

· #195221
הרב סאקס האט היינט א סייט וואו מען קען טרעפן אלע זיינע דרשות און ספרים, ישמח לב מבקשי ה'
<a class="postlink" href="http://www.rabbisacks.org/">http://www.rabbisacks.org/</a>

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:48 am

· #195222
איש עברי
הרב סאקס האט היינט א סייט וואו מען קען טרעפן אלע זיינע דרשות און ספרים, ישמח לב מבקשי ה'
<a class="postlink" href="http://www.rabbisacks.org/">http://www.rabbisacks.org/</a>

@קאווע טרינקער צייכענט צו צו א סעריא וואס טראגט דעם נאמען "10 פראגעס און ענטפערס דורך ראביי זאקס". נישט אז קאווע האט אליינס צאמגעקליבן 10 פון זיינע תשובות. די סעריא הייסט אזוי. יישר כח @איש עברי פאר דער לינק.

איש עברי » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:52 am

· #195224
יעצט געהערט די מראה מקומות, ווי אלעמאל הערנדיג הרב סאקס האב איך געוואלדיג הנאה געהאט, יישר כח @קאווע טרינקער
און א ישר כח פאר די וועבסייט קיינמאהל נישט געזעהן, זעהט אויס זייער אינטרעסאנט

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:53 am

· #195225
א דאנק @קאווע טרינקער, זייער אינטערעסאנט און באלערענד. איין זאך נאר, וואס האסטו געזעהן אין נומער 8 אז דו שרייבסט "חובה לשמוע"?

איש עברי » דינסטאג אפריל 8, 2014 11:59 am

· #195226
אמת'דיג חובה לשמוע ווייל ביי אונז איז מען זייער צומישט איבער די גאנצע ענין פון שכר ועונש, אזעלכע מאמרי חז"ל ווי התקן עצמך בפרוזדור וכדומה שאפן א פאלשע איינדרוק אז די וועלט איז עפעס א בדיעב'דיגע נווה התלאות וואס מען דארף זיך צושטאפן די נאז און דורכשוויצן.
הרב סאקס און די שמועס, [און ליתר הרחבה אין זיין מאנעמענטאלע ספר the great partnership] איז מוציא מלבן של הטועים וואס האבן אנגענומען די אלטע קריסטליכע טעארי אז די וועלט טראגט נישט קיין חשיבות....

איש עברי » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:02 pm

· #195230
און אגב גררא האט אונז קאווע טרינקער מגלה געווען די שם המפורש פון הרב סאקס, וואס צו מיין שטוינונג האב איך גארנישט געוויסט דערפון ביז איצט.

אפטעמיסט » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:08 pm

· #195231
פונקט יעצט ברענגט דאס @פשוט-קאמפליצירט צו אין אן אנדערע אשכול:

עס זענען פאראן מענטשן, וואס ארבעטן פאר א לעבן, נעבעך, בעת אנדערע לעבן פאר א לעבן - working for a living versus living for a living.

זאגט דער הייליגער ריזשונער: "ימי חייך," דאס לעבן, דאס האבן טעג פול מיט חיות, מיט לעבן, איז "בעולם הזה." פאראן מענטשן וואס טראכטן, אז דא, אויף דער וועלט, איז אים שווער - דא דארף פשוט זיין שווער. איינמאל כ'וועל אנקומען צו יענער וועלט, קען מען זיך מאכן א חשבון, דעמאלט וועל איך אנהייבן לעבן ווי עס דארף צו זיין.

דאס איז אבער א טעות. לעבן דארף מען יעצט און דא, ווי און וואו מען איז. יעצט איז מען דא, דארף מען זיך אנפילן די טעג מיט חיות און שמחת החיים דא. ווען מען וועט אנקומען דארט, וועט מען זיך שוין מאכן א לעבן דארט, אויך...

פארוואס? » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:17 pm

· #195234
נו, איך האב נישט געהערט אלע צעהן, ווייל איך האב אריינגעלערנט אין די חובה לשמוע, אז די איבעריגע איז נאר א זכות, (און א ייש"כ פארן גרינגער מאכן, און אראפנעמען פון אונזערע חובות לאסט).
על כל פנים, איין נקודה, וואס ער זאגט דארטן, אז אין די Hebrew bible פון אנפאנג ביז צום סוף, איז דא זייער ווייניג מקורות איבער נאכן-לעבן.
איך מיין, אז נישט נאר עס איז דא ווייניג מקורות דערצו, נאר עס זענען בכלל נישטא קיין אמת'ע מקורות, און פארקערט עס שיינט אז די תורה שבכתב, גלויבט בכלל נישט דערין.
ווי למשל, מ'זעהט נאכאנאנד אין די תורה, אז ווען עס קומט צו צוזאגן שכר פאר א מצוה, שטייט נישט אז דו גייסט האבן א גרויסע גן-עדן, און דו גייסט נהנה זיין מזיו השכינה, נאר "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה" (שמות, כ,יא) . וְשָׁמַרְתָּ אֶת חֻקָּיו וְאֶת מִצְוֹתָיו ... וּלְמַעַן תַּאֲרִיךְ יָמִים עַל הָאֲדָמָה (דברים, ד; מ).
און דאס זעלבע פארקערט, ווען עס קומט צו שרייבן א עונש איבער א עבירה, (פרשת בחוקותי און כי תבוא), זעהט מען אויך אז די תורה שרייבט עונשים אויף די וועלט, און דערמאנט נישט פון קיין עונשים איבער די אנדערע וועלט.
איך מיין אז מען דארף ממש צומאכן די אויגן כדי צו זאגן אז די תורה שבכתב איז געשריבן געווארן מיטן יסוד האמונה פון שכר ועונש.
ווידער אין חז"ל זעהן מיר אהן א שיעור דער מהלך פון "העולם הזה דומה לפרוזדור", וואס שיינט אז חז"ל האבן מער ארויסגעברענגט אט דער דאזיגער יסוד אין אמונה.
און דערפאר האבן טאקע די צדוקים נישט געגלויבט אין חיים שלאחר המוות.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:17 pm

· #195235
א גרויסן יישר כוח @קאווע טרינקער פאר'ן צוברענגען די לינקים. איך וועל זיי בלי"נ אויסהערן דורכאויס דעם קומענדיגן לאנג-דיסטענס טריפ...

בנוגע דער וועלט און יענער וועלט. כ'האב נאכנישט באוויזן צו לייענען דעם אשכול (וואס זעט בפירוש אויס זייער אינטערעסאנט). כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט. אויב עמיצער ארבעט אויס די מידה פון כעס, ער ווערט רואיג, טאלערירט אומבא'טעמ'טע מצבים, וועט ער גענוי אזוי זיין דארט. דאס זעלבע פארקערט: אן אומרואיגער מענטש, מיט א בוזשענדער נשמה, וועט דארט אויך זיין אומרואיג. ער וועט, אזוי צו זאגן, אויך דארט נישט האבן קיין זיצפלייש.
כ'ווייס נישט צי ס'האט שייכות מיט שכר ועונש אדער איז א זאך פאר זיך. ס'איז אבער זייער קלאר, אז אין יהדות טראגט דער געדאנק פון "דא-יעצט" זייער א סך וואג. יעצט איז יעצט. באלד איז נישט נוגע אזוי לאנג ווי ער ריקט זיך נישט אריין אינעם יעצט. דאס זעלבע מיט'ן עבר - וואס דארף אנגעקוקט ווערן גענוי אזוי ווי ער איז בטבעו: אינעם עבר.

פארוואס? » דינסטאג אפריל 8, 2014 12:23 pm

· #195238
פשוט-קאמפליצירט

בנוגע דער וועלט און יענער וועלט. כ'האב נאכנישט באוויזן צו לייענען דעם אשכול (וואס זעט בפירוש אויס זייער אינטערעסאנט).


איבער וועלכע אשכול איז די רעדע?

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 8, 2014 1:07 pm

· #195255
@פארוואס? מיט אנדערע,

וויאזוי אפצולערנען א שטיקל תורה שבכתב לערנען מיר פון אונזערע חכמים.

אונזערע חכמים האבן געווידמעט א גאנצע פרק אין מסכת סנהדרין, פרק חלק, אויף די סוגיא "מניין לתחיית המתים מן התורה".

ראביי סאקס זאגט בלויז אז די סיבה פארוואס די תורה שרייבט עס נישט בפירוש ארויס, נאר האט עס ענדערש איבערגעגעבן בעל פה, איז כדי צו עמפעסייזען די וויכטיגקייט פון קיום התורה והמצוות דא אויף די וועלט.

לעיקוואד » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:43 pm

· #195313
פשוט-קאמפליצירט
כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט.

סתם דרך אגב, ווי פונקט האסטו געטראפען א "יודע דבר" בעניני עלמא דאתי? איינער וואס איז שוין אפאר מאל דארט געווען?

פישלע העררינג » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:44 pm

· #195314
לעיקוואד
פשוט-קאמפליצירט
כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט.

סתם דרך אגב, ווי פונקט האסטו געטראפען א "יודע דבר" בעניני עלמא דאתי? איינער וואס איז שוין אפאר מאל דארט געווען?

די שאלה איז וואס מיינט 'יענע וועלט'. אויף עולם הבא שטייט עין לא ראתה אלקים זולתיך.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג אפריל 8, 2014 4:58 pm

· #195318
פארוואס?
איבער וועלכע אשכול איז די רעדע?

טאקע אשכול הדין.

פישל'ע העררינג
די שאלה איז וואס מיינט 'יענע וועלט'. אויף עולם הבא שטייט עין לא ראתה אלקים זולתיך.

"יענע וועלט" איז ערגעץ וואו מיר געפינען זיך יעצט אויך. א חלק איז "דא" - אין א גוף, וואס פונקציאנירט אין די גרעניצן פון באשטימטע כללים.

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 16, 2014 5:06 pm

· #200856
פלאם פייערדיגע דרשה דורך הרב סאקס בענין עם ישראל והמדינה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 7, 2014 12:58 am

· #215775
אינטערעסאנטע קליפ ווי די העכסטע באאמטע און ענגלאנד בארימען הרב סאקס, און רעדן איבער די גרויסע השפעה וואס ער האט געלאזט אויף זיי פרעזענדליך, און אויפן לאנד.

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 6, 2015 11:58 pm

· #273107
אויפגעוועקט לכבוד התנא האלקי

moshav zekeinim » דאנערשטאג מאי 7, 2015 8:58 am

· #273165
ביאגראפיע אויף rabbi Sacks?

יואב » דאנערשטאג מאי 7, 2015 10:43 am

· #273177
אויב וויל איך אראפלאדענען די דאזיגע סחורה אין א MP3 פארמאט, קומט ארויף אז איך ברויך אריינלייגן א username and password.

ווייסט איינער וואס ווען און וויאזוי? תודה

Chasidishmashpia » זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:05 pm

· #461335
בקשת רחמים לרפואתו
קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
📎 IMG-20201025-WA0026.jpg

קנדה » זונטאג אקטאבער 25, 2020 2:54 pm

· #461357
Re: 10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס
Chasidishmashpia
קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
איז עס פון קראונס אדער פון יענע מעשה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

Chasidishmashpia » זונטאג אקטאבער 25, 2020 3:42 pm

· #461366
קנדה
Chasidishmashpia
קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
איז עס פון קראונס אדער פון יענע מעשה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ס'הייסט ס'איז יענע מעשה רח"ל

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:17 pm

· #461483
Chasidishmashpia
קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה

WHAT!?!
איז ער אנגענומען אין די היימישע קרייזן אויך?!

איך מיין, מען דארף מתפלל זיין אבער ביז זאגן אין די בתי מדרשים און אין די מוסדות א קאפיטל תהילים...

נעגעל וואסער » מאנטאג אקטאבער 26, 2020 5:28 pm

· #461486
Re: 10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס
מנחם ציון
Chasidishmashpia
קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה

WHAT!?!
איז ער אנגענומען אין די היימישע קרייזן אויך?!

איך מיין, מען דארף מתפלל זיין אבער ביז זאגן אין די בתי מדרשים און אין די מוסדות א קאפיטל תהילים...

קוקט אויס - און איז זיכער - א פאלשן בריוו.

טייערע ברודער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 5:50 am

· #461526
דער בריוו איז שקר וכזב מכמה טעמים, דער עיקר וואס מ'זעהט איז דער חתימה - דער גאב"ד חתמ'ט שוין לאנג נישט אויף קיין צעטיל בעווה"ר.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:46 am

· #461540
פאר ווער עס ווייסט איז די גאנצע גאב''דשאפט א 'טיטל אן א מיטל'. כ'ווייס נישט צו מען קען אנווייזן אפילו אויף איין איינצעלנע זאך וואס ר' אפרים זאל האבען אויפגעטון אין לאנדאן (אויב עפעס נאר געשטערט), אבער געזונט מעג ער זיכער זיין.

טייערע ברודער » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:50 am

· #461543
דער פרשה פון חזקי שטערן וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
דער קאללס קעגן דער עירוב וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
איך ווייס נישט צו אלי שפיצער וואלט גערעדט ווען דער גאב"ד איז בכוחו.

צפור בודד » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:00 pm

· #461545
טייערע ברודער
דער פרשה פון חזקי שטערן וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
דער קאללס קעגן דער עירוב וואלט נישט געשעהן ווען דער גאב"ד איז בכוחו.
איך ווייס נישט צו אלי שפיצער וואלט גערעדט ווען דער גאב"ד איז בכוחו.

שיינע פאנטאזיעס. פרשת חיים היילפרין איז געווען ווען דער גאב"ד איז געווען "בכוחו", ביי דער טעלעוויזיע פראגראם איז ער געווען "בכוחו", חזקי שטערן איז גראדע לעצטנס שוואכער ווייל ר' ברוך נתן האט אים משתיק געווען, דער עירוב וואלט סוף סוף געפלאצט און אפשר וואלט געווען א גרעסערע מלחמה, אלי שפיטצער האט גארנישט פארלייגט מיטן גאב"ד. ליידער האט דער גאב"ד קיינמאל נישט געהאט קיין גרויסער כוח פון דער רגע וואס ער האט געכאפט דאס רבנות דורך מיכל סירקוס.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:19 pm

· #461549
און סאטמערע בחורים זענען ארומגעפארן מיט א טראק רייסן דעם עירוב ביים ערשטן פריוו א שיינע פאר יאר צוריק.

אגב, לאמיר נישט רעדן ווי מיכל סורקיס זעהט היינט אויס, אבער דאס איז זיכער אז פאר בין אדם לחבירו באצאלט מען אויף דעם וועלט.

טייערע ברודער » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 6:36 am

· #461618
ר' חיים הלפרין איז געווען א שווערע פרשה ווייל זיין טאטע האט נאך געלעבט און ס'איז זייער שווער צו טשעפערן ר' אלחנן זצ"ל.
דער טעלעוויזיע פרשה מיינט ס"ה אז דער גאב"ד ווייסט נישט וויאזוי דער מידיא ארבעט, נישט קיין שוואכקייט זיינער.
דער עירוב איז דער שענסטע עירוב פון אלע גרויסע שטעט אין דער וועלט מיט דער חלק אז ס'איז נישט דא קיין שום הלכה מחלוקה אויף דעם.
דער גאב"ד איז געוועלט געווארען דורך בחירות פון דער וועד, נישט נאר מיכל.

דער עירוב אפאר יאר צוריק איז נישט געמאכט געווארען דורך רבני העיר מיט די הסכמה פון התאקה"ח.

אבער פליז זייטס מסכים אז דער בריוו אויבן איז געפעלשט.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:25 pm

· #461628
פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 8:58 pm

· #461644
איך אויך
פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

איך אויך: דא אין ניו יארק והגלילות אינטרעסירט (כמעט) קיינעם נישט די נארישע לאקאלע לאנדאנער פאליטיק. וואו א יעדער פרובירט איבער צו שטייגן דעם צווייטן מיט פרומקייט און טיפשות...!

תרמב » מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:07 pm

· #461645
berlbalaguleh
איך אויך
פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?

איך אויך: דא אין ניו יארק והגלילות אינטרעסירט (כמעט) קיינעם נישט די נארישע לאקאלע לאנדאנער פאליטיק. וואו א יעדער פרובירט איבער צו שטייגן דעם צווייטן מיט פרומקייט און טיפשות...!

גראדע קוקט עס אויס גאנץ אינטערסאנט די פאליטיק דארט פון די צוויי דריי תגובות דא, אזוי אריינצורוקן אזויפיל פרשיות אין די פאר שורות פון א קורצע תגובה, אבער אז מען שרייבט שוין יא קומט אריין מיט נאך פרטים מען זאל כאטש וויסן פון וואס מ'רעדט.

טייערע ברודער » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 7:42 am

· #461658
איך אויך
פארוואס שרייבסטו גראבע שטיקער שקר? וואס איז דיין ציהל?


וועלכער שקר איז געשריבן געווארען דורך וועמען?

איך אויך » מאנטאג נאוועמבער 2, 2020 3:12 pm

· #461910
רעב איד זייטשע מוחל און גייט דרייען די אייער פאר א צווייטן.

Chasidishmashpia » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 6:35 pm

· #462182
גלה כבוד מישראל

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 7:43 pm

· #462186
בד"ה: ווען איז דאס געשעהן? ער איז געווען איינער פון מיינע היעראוס...! א מענטש מיט געוואלדיגע ידיעות סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא. און ער האט געהאט דעם יראת ה' הוא אוצרו. געווען אן ערליכער איד. און א גוטער רעדנער...! יהא זיכרו ברוך...!

Chasidishmashpia » זונטאג נאוועמבער 8, 2020 9:05 pm

· #462292

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 2:17 am

· #462384
מיט הרב אבן ישראל.
📎 Steinzaltz-and-Sacks1.19-PM.jpg

טייערע ברודער » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 6:24 am

· #462487
Chasidishmashpia
📎 Screenshot_20201109-014759.jpg


ס'איז א זיוף

מנחם ציון » דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 12:19 pm

· #462500
טייערע ברודער
Chasidishmashpia
📎 Screenshot_20201109-014759.jpg


ס'איז א זיוף

וואס איז די מטרה פון פעלשן שוין צום צווייטן מאל?

טייערע ברודער » פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 6:36 am

· #462552
נישט קיין השגה, אבער למעשה איז עס בכלל נישט אמת.