גיי איך שוין פארמעקן
"דער שפאקטיוו" מדי חודש בחודשו
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #624
יעצט זעהט שוין אויס ווי איך האב גערעדט צו די וואנט...
ברסלבעראינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.
עטליכע אויסצוגן פון דעם ארטיקל וואס איינער האט מיר צוגעשיקט.
איך קום אריין אין שול. די קלאמקע איז באצירט מיט דער לאגא פון "צדקה ומשפט", א מוסד וואס טיילט פּרעצלס פאר קינדער אין האנולולו און איז מזכיר נעמען ביים ציון פונעם גולם מפּראג. איך וויש אפּ מיינע בלאטיגע פיס אויפ'ן גרויסן טעפּיך פון "רפאנו ונרפא", א מוסד וואס העלפט מענטשן וואס ליידן פון אריינגעוואקסענע פיס-נעגל און זיי מאכן קאנצערטן יעדן ראש חודש צו דעקן די אסטראנאמישע קאסטן, איך הענג אויף מיין מאנטל אויף א הענגער פון "כי הם חיינו", א מוסד וואס פארשפרייט די וויכטיגקייט פון רייכערן נאר אי-ציגארעטלעך. איך נעם א גלעזל קאווע - דאס גלעזל איז פון "ברכי" אַן ארגאניזאציע וואס זאגט אויס אכציג מאל ברכי נפשי יעדן שבת נאכמיטאג און איז מזכיר אלע תורמים ביים נילוס ערב פּסח. די קאווע שטויב איז ברוין צו סימבאליזירן די ברוינע קאליר פון דער מעכטיגער ארגאניזאציע "עיטש סי זי", אַן ארגאניזאציע וואס ארלעדיגט פּארקינג פאר רבנים אין מירון. לאמיר שוין נישט אויסרעכענען אבער אזוי זענען די האנטעכער אין מקוה פון איין ארגאניזאציע, די זייפלעך פון א צווייטער, און אַן ארגאניזאציע האט מקנא געווען אין דעם זייף געדאנק האט אריינגעברענגט טישוס פון איין מוסד און טאשנטיכלעך פונעם קאנקורענץ.
*
אז מען וויל מאכן א דינער מוז מען מאכן א משונה'דיגן פּראגראם. א גוטער רעדנער און א בעל מנגן איז נישט גענוג, מען מוז האבן א דרייסיג טויזנט דאלאר'דיגע פּרעזענטאציע וואס זאל מאכן דעם עולם לאכן און וויינען, מען מוז ברענגען א מנין רבנים פון יעדן קאנטינענט אין דער וועלט, און לכל הפחות זיבן אנדערע סארטן פּרעזענטאציעס ביי וועלכע מען לעשט און מען צינדט אָן די לעקטערס.
און די איבערגעטריבענע דינערס ווערן ערגער און ערגער. ילד הפלא וועט זינגען? דאס איז שוין אייער נעכטנדיגע נייעס. מען מוז מאכן "ילד הפלא וועט זינגען מיט זיין זיידע זעקס דורות ארויף". באגלייט מיט א זעכציג-מענטשן ארקעסטער.
א איד וועט פארציילן וויאזוי ער איז געהאלפן געווארן? נע, דאס איז דאך ממש א קלישעי, מען דארף מאכן "תחיית המתים בשידור חי" אים אריינברענגען אין זאל אויף א שפּיטאל-בעטל און אים אויסהיילן אויפ'ן פּלאץ צו די אפּלאדיסמענטן פונעם ציבור.
א גדול בישראל זאל באשיינען? נע, דאס איז ווערטלאז, מען דארף אראפּברענגען די גאנצע סנהדרין פון ארץ ישראל און מאכן א פּאנעל וואו יעדער זאל פרעגן שאלות.
מען געט געלט פאר'ן פינעווער כאראקטער. פארוואס? זענען מענטשן ליבערשט וויליג צו געבן געלט פאר אַן אוגערקע ווי פאר אַן ארעמען ירושלימ'ער איד?
א ראפעל? נע, דאס איז גוט פאר די תש"נ'ס, מען מאכט א טשייניז אקשען, מיט דעם קומט ארויס א ביכל וואס קאסט א זיבעציג-אכציג אלפים צו דרוקן, פענסי און רייך, די פּרייזן זענען ווערט מיליאנען אויב זיי זענען אמת. א נסיעה קיין ארץ ישראל? נע, דאס פּאסט נישט. א נסיעה פון צען מענטשן אין ביזנעס קלאס, און א טאג פארדעם קען מען גיין איינקויפן אין אלע סטארס ממצרים ועד הנה פאר פריי.
פארוואס אזוי ארויפטרייבן די סטאנדארטן?
*
ווער איז שולדיג?
שולדיג זענען נישט בלויז די מארקעטינג פירמעס. שולדיג זענען די מענטשן וואס פאלן פאר די גימיקס! פארוואס זאל א מיטגליד פון אַן עם חכם ונבון זיך פארלירן און נישט שולט זיין אויף דעם צדקה געלט ווי א איד און ווי א מענטש?
די געטרייע עסקנים וועלכע ארבעטן פאר די הייליגע היימישע מוסדות און ארגאניזאציעס וויינען און באקלאגן זיך איבער דעם מצב צו וועלכן מען איז צוגעקומען היינט אז די ארגאניזאציעס מוזן אויסגעבן אזויפיל שווערע געלטער כדי צו קענען קאנקורירן מיט די גרויסע, און ע"פּ רוב פרעמדע "ברענד נעים" ארגאניזאציעס, וועלכע האבן אריינגעברענגט דעם סטאנדארט פון פּזר'נען געלט פאר מארקעטינג, ווייל אנדערש זענען זיי אין א סכנה פון נישט אויפטרייבן די מינימום סכומים וואס זיי דארפן צו קענען אנגיין פון יאר-צו-יאר.
א מוסד וואס האט פּרובירט צו נידערן די סטאנדארטן און מאכן באשיידענע פאנד רעיזערס, אָן קיין פּאמפּע און איבערקערענישן, האט בייגעוואוינט א געפערליכן רעדוקציע אין צדקה-איינקונפטן.
און די ברענעדיגע שאלה איז פארוואס?
הייליגע מוסדות וואס טוען באמת און העלפן אידישע קינדער אין רפואה, וועלכע העלפן קינדערלאזע פּארפעלקער, און סיי וועלכע מוסד וואס טוט גוטע זאכן דארפן באמת האבן אונזער שטיצע, מיר מוזן זיי ווייטער העלפן.
מיר מעגן אבער ניצן דעם חפץ וואס ליגט העכער דעם האלז און טראכטן: איז דער צוועק וויכטיג? מען מעג אויך ניצן דאס פּאמפּעדיגע קעסטעלע ביים ברוסט-קאסטן און דערהערן דאס געוויין פון דעם קינדערלאזן פּארפאלק אדער דאס קראנקע קינד, און גיבן צו די הייליגע מוסדות; אבער ניצן נאר די אויגן און קוקן פארגאפט אויף בליצעדיגע לעמפּעלעך און געבן נאר ווען מען גיט אויף אויף אויפרייסנדע דינערס, דאס נישט!
ברסלבערדי קאווע שטויב איז ברוין צו סימבאליזירן די ברוינע קאליר פון דער מעכטיגער ארגאניזאציע "עיטש סי זי", אַן ארגאניזאציע וואס ארלעדיגט פּארקינג פאר רבנים אין מירון.
און איך גולם האב געמיינט אז עס קומט סימבאליזירן די "צימעס" אפטיילונג אין קאווע שטיבל.
בין איך דער איינציגסטער?
דא רעדט מען נאר וועגן דעם שפאקטיוו און נישט השקפה; אבער אז מען שרייבט שוין יא -- מען קען קיינעם נישט באשולדיגן איבער דעם מצב! עס איז פשוט געווען א הכרח, צווישן אזויפיל צדקה ארגאניזאציעס (ליידער), מער מקבלים ווי נותנים, צדקה צוועקן טוען זיך פארמערן דאפעלט ווי שוואמען נאכן רעגן, מוז מען מאכן איינער מער פונעם צווייטן, אז נישט באקומט קיינער נישט. סתם דער אויסרייד "צדקה" וועט נישט העלפן דא, ווייל קען איך דען אויסהאלטן אלע מוסדות אויף דער וועלט? יעדער איז דאך א רחמנות!! ממילא האט עס צוגעברענגט צו אזא נארישע קאמפעטישאן מצב, ווי יעדער בר דעת שטייט און שטוינט (מען האט עס שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט אין שטיבל).
ס'א שאד צו רעדן, עס וועט נישט בעסער ווערן אין דער נאנטער צוקונפט, בדרך הטבע.
ס'א שאד צו רעדן, עס וועט נישט בעסער ווערן אין דער נאנטער צוקונפט, בדרך הטבע.
פאקטיש האט זיך די קאנקורענץ אנגעהויבן פון דרויסענדיגע. די ערשטע איז געווען 'עורה', איך ווייס נאכנישט עד היום אויף וואס זייער ארגענעזאציע איז געשטעלט און וועם זיי העלפן פונקטליך. אבער זיי האבן קיינמאל נישט גערעדט באמת פון זייער ארגענעזאציע נאר פון זייערע מעכטיגע גורלות, למעשה איז דער עולם געפאלן דערפאר, און נאכדעם האבן שוין הצלה און אנדערע, וואס יעדער ווייסט וואס זיי טוהן, אויך געמוזט דאס נאכמאכן.
איז די שאלה פארוואס זאל מען מעסטן די צדקות לויט די בראשורן און נישט לויט די אייגנטליכע צוועק.
איז די שאלה פארוואס זאל מען מעסטן די צדקות לויט די בראשורן און נישט לויט די אייגנטליכע צוועק.
ברסלבער
איז די שאלה פארוואס זאל מען מעסטן די צדקות לויט די בראשורן און נישט לויט די אייגנטליכע צוועק.
ווייל כך הוא דרכה של פראפאגאנדע, עס ארבעט אויף די מח פון מענטשן, אפגעזעהן פון וואס דער אמת איז...
יעצט געענדיגט ליינען אין די לעצטע שפאקטיוו די דראמאטישע געשיכטע פון 2 יאר צוריק, ווי צוויי וואוילטעטיגע חברה זענען פארכאפט געווארן ביי די סאמאליע רויבער, און ווי אמעריקע שיקט אראפ א קאמאנדא אקציע, אוי ווי שפאנענד, דראמאטיש!
הערליכע דזשאב, שמעון! עס לוינט יעדן פעני. קיעפ איט קאמינג!!!!
הערליכע דזשאב, שמעון! עס לוינט יעדן פעני. קיעפ איט קאמינג!!!!
יא ס' טאקע א גיטע ארטיקל עס האט מיך דערמאנט די אלטע גיטע צייטן ווען שימעלע איז געוועין בתקפו
יא דעם חודש איז ער סאליד !! און דעם אויסערגעווענליכן ארטיקל איבער סאמאליע נוצט ער דאס ווארט "צויאכמערט " !! ...נישט שלעכט
געוואלדיג דעם חודש! די ארטיקל(ען) פון די קאוד ווערטער איז זייער שפאנענד!
ווערד דאס געלט צו קויפן.
ווערד דאס געלט צו קויפן.
בילד?
דעם חודש באשרייבן זיי א גאר אינטערעסאנטע שפיאנאזש געשיכטע פונעם קאלטן קריג [בכלל ווייסן מיר דאך אז אמת'ע שפיאנאזש געשיכטעס איז נאר געווען ביי אמעריקא ווס. רוסלאנד] 'דער ביליאן דאלער'דיגער שפיאן', עס קומט זיך זיי קרעדיט - דער בוך איז ערשט לעצטענס ערשינען.
עכ"פ ברענגען זיי דעם בילד [וואס ערשיינט אינעם בוך] ווי טאלקאטשעוו ווערט ענדליך פארכאפט דורך די קעי דזשי בי אינדרויסן פון מאסקווע אין 1985.
מיין פראגע איז: וואו קומט אן ענגליש-שפראכיגן סטאפ סיין אין מאמע רוסלאנד?

עכ"פ ברענגען זיי דעם בילד [וואס ערשיינט אינעם בוך] ווי טאלקאטשעוו ווערט ענדליך פארכאפט דורך די קעי דזשי בי אינדרויסן פון מאסקווע אין 1985.
מיין פראגע איז: וואו קומט אן ענגליש-שפראכיגן סטאפ סיין אין מאמע רוסלאנד?
Almost all of Europe, including e.g. France, Greece, Russia, Serbia and Spain except Turkey, use stop in Latin letters.
wikipedia
wikipedia
אך, כ'האב שוין געהאלטן אינמיטן א זאפטיגע קאנספיראציע...
ונבנתה העיר
דעם חודש באשרייבן זיי א גאר אינטערעסאנטע שפיאנאזש געשיכטע פונעם קאלטן קריג [בכלל ווייסן מיר דאך אז אמת'ע שפיאנאזש געשיכטעס איז נאר געווען ביי אמעריקא ווס. רוסלאנד] 'דער ביליאן דאלער'דיגער שפיאן', עס קומט זיך זיי קרעדיט - דער בוך איז ערשט לעצטענס ערשינען.
עכ"פ ברענגען זיי דעם בילד [וואס ערשיינט אינעם בוך] ווי טאלקאטשעוו ווערט ענדליך פארכאפט דורך די קעי דזשי בי אינדרויסן פון מאסקווע אין 1985.
האפענטליך װעט ארויס קומען א מאװי/פילם.
יאירדער שפאקטיוו דעם חודש האט אויך א גאר אינטערעסאנטער ארטיקל איבער אידענטיקעל צווילינגען וואס זענען געווארן אפגעטיילט הארט נאכ'ן געבורט און האבן זיך געטראפן יארן שפעטער, און מען האט געזען אז זיי זענען ממש אייניג.
דאס האט יאיר געשריבן איבער צוויי אהאלב יאר צוריק, פעברואר 2013. לעצטן חודש האבן זיי געהאט א ענליכן ארטיקל, אויך גאר אינטרעסאנט.
אין דעם יעצטיגן שפאקטיוו פון חודש חשוון, איז אויספירליך באשריבן די דראמאטישע, שפאנענדע געשיכטע מיט אן אמעריקאנער פילאט וואס איז אראפגעשאסן און געפאנגען געווארן אין וויעטנאם ביי די דעמאלסדיגע מלחמה, די מעשה איז א must read פאר ווער עס גלייכט די סארט שפאנענדע געשיכטעס וועלכע האלט איין דעם אטעם צו וויסן וואס האט פאסירט!
יישר כח שמעון!
יישר כח שמעון!
א מעשה וואס וועט אייך האלטען געשפאנט פאר א לענגערע צייט
פרובירט אפאר מאל צו אנטלויפען
דאכט זיך פון די איינציגסטע פעלער וואס איינער זאל אנטלויפען פון וויעטנאמער געפענגעניש
פרובירט אפאר מאל צו אנטלויפען
דאכט זיך פון די איינציגסטע פעלער וואס איינער זאל אנטלויפען פון וויעטנאמער געפענגעניש