"דער שפאקטיוו" מדי חודש בחודשו
120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #624
משוגע דארף ער זיין יא צו מאכן די פנימ'ער בלארי
זיי האבן דאך עם גע'אסר'ט אפילו ער האט געהאט בלארי פיקטשערס
שמעון, לאך דיר אויס און שטעל אונז צו גוד סטאף!
איך אלס שטענדיגער לייענער פון דער שטערן בין אויך זייער פרייליך געווען צו קענען ענדליך זען נעזער מיט אויגעלעך. און די בין לאדין אקציע איז לדעתי געווען דער הויכפונקט פונעם שפאקטיוו דעם חודש. יעפ, די גאנצע זאך איז געווען אויסערגעווענליך גוט.
יעצט די פארזעצונג האלט איך נישט מיט וויבאלד כ'האב פיינט צו זיין אנגעצויגן פון איין וואך אויפן צווייטן. איך האף נאר אז ער וועט זיינע פארזעצונגען איין טאג ארויסגעבן אין א בוך, כ'זאל עס קענען אויף איינמאל אראפשלינגען.
טאמבל סאסאיך אלס שטענדיגער לייענער פון דער שטערן בין אויך זייער פרייליך געווען צו קענען ענדליך זען נעזער מיט אויגעלעך. און די בין לאדין אקציע איז לדעתי געווען דער הויכפונקט פונעם שפאקטיוו דעם חודש. יעפ, די גאנצע זאך איז געווען אויסערגעווענליך גוט.
יעצט די פארזעצונג האלט איך נישט מיט וויבאלד כ'האב פיינט צו זיין אנגעצויגן פון איין וואך אויפן צווייטן. איך האף נאר אז ער וועט זיינע פארזעצונגען איין טאג ארויסגעבן אין א בוך, כ'זאל עס קענען אויף איינמאל אראפשלינגען.
נעה דו דארפסט נישט זיין אנגעצויגן א גאנצע חודש דערפאר איך פארגעס דערפון דריי מיניט נאכן אראפלייגן דאס ביכל!!
ליינענדיג די שפאקטיוו די חודש בין איך שטארק אנטוישט אין אשר לעווין'ס ארטיקל. נישט די תוכן וואס באדערט מיך אזוי, נאר די אפענע גראבע גרייזן ווי "דו VS די" און נאך אסאך אזאנע גראבע טעותים וואס פאר אזא שריפטשטעלער ווי ער איז עס א C-
ער פלעגט אמאל זיין מיין רבי אויב האב איך געוואלט וויסן וויאזוי אויסצולייגן א ווארט. יעצט איז ער ביי מיר אפגעפרעגט. עס טוט מיר וויי אז די שפאקטיוו האלט ביי אזא מצב
איך וואלט ענדערש געבלעימט דעם מגיה
ווען איך ליין די שטערן און שפאקטיוו ליין איך עס אויך זיך צו צורייבן אין שרייבן און אין גרעמער. ביז היינט האב איך געמיינט אז אשר לעווין איז חוץ א געלונגענע דענקער ווי דו רופסט אים אויך א געלונגענע שרייבער. כאטש איך ליין אים מער אלס זיין פאעטישע חלק פון זיין שרייבן וואס דארט האלט איך אויך אז ער קען ניצן צומאל א גוטן שאקל אבער שוין, דאס גייט נאך מיט. אבער די חודש האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז דער קען ניטאמאל די יסודות פון שרייבן. צו מאכן א טעות פון "דו און די" איז די סאמע יסודות.
און זר זהב. יא די מגי' איז זיך שולדיג פארן נישט פאררעכטן אלע גראבע טעותים אונעם ארטיקל ווי צוויי מאל די זעלבע ווארט אדער מערערע פינטלעך און קאמעס נישט, אין פלאץ. אבער מיט אשר'ן בין איך דיסעפוינטעד
ברויןווען איך ליין די שטערן און שפאקטיוו ליין איך עס אויך זיך צו צורייבן אין שרייבן און אין גרעמער. ביז היינט האב איך געמיינט אז אשר לעווין איז חוץ א געלונגענע דענקער ווי דו רופסט אים אויך א געלונגענע שרייבער. כאטש איך ליין אים מער אלס זיין פאעטישע חלק פון זיין שרייבן וואס דארט האלט איך אויך אז ער קען ניצן צומאל א גוטן שאקל אבער שוין, דאס גייט נאך מיט. אבער די חודש האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז דער קען ניטאמאל די יסודות פון שרייבן. צו מאכן א טעות פון "דו און די" איז די סאמע יסודות.
און זר זהב. יא די מגי' איז זיך שולדיג פארן נישט פאררעכטן אלע גראבע טעותים אונעם ארטיקל ווי צוויי מאל די זעלבע ווארט אדער מערערע פינטלעך און קאמעס נישט, אין פלאץ. אבער מיט אשר'ן בין איך דיסעפוינטעד
ליידער ליידער!! זיי האבן שוין נישט קיין געפיעל צו דעים וועיגן דעים קיקט עס אזוי אויס.
איך זאג דיר צו אז ביי די זמן וועסטו נישט טרעפן אזאלכע טעותים!!
דער שפאקטיוו דעם חודש כסלו.
שיינע ארטיקלען!
איך בין בפרט נתפעל געווארן פון הרב אשר לעווינ'ס ארטיקל אנטקעגן אמעריקאנער תפיסות.
זעהט דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/62042">viewtopic.php?p=62042#p62042</a><!-- l -->
📎 0080.JPG
האט דער שפאקטיוו אויפגעהערט ארויס קומען?
א טאג נאך לעמיל'ס פראגע איז דער שפאקטיוו אנגעקומען אין די געשעפטן (זעט אויס שמעון ראלניצקי ליינט קאווע שטיבל). די קאווער ארטיקלען זענען: אינטערוויו מיט א הויכראנגיקער חרדי'שער איד אין די סיקרעט סערוויס, די היסטאריע פון דזשענערל מאטארס (GM) און די לעבן און שאפן פון הערי הודיני.
דורכבלעטערנדיג די ארטיקל איבער הודיני איז מיר געווען אינטערעסאנט צוויי חלקים פון הערי הודיני'ס לעבן וואס זענען נישט דערמאנט געווארן אין דעם ארטיקל. די ערשטע איז
זיין פילם קאריערע. ס'איז גאר פשוט און פארשטענדליך פארוואס די שפאקטיוו זאל דאס אויסלאזן. די צווייטע חלק איז שוין יא שטיקל תמיהה פארוואס עס איז נישט באשריבן געווארן און דאס איז
זיינע אקטיוויטעטן אין אויפווייזן די פאלשקייט פון זעלבסט-דערקלערטע כישוף מאכערס, חוזים און נביאים. עס איז נאך מער אינטערעסאנט, ווייל דער שרייבער פונעם ארטיקל מאכט זיכער מדגיש צו זיין אז הודיני האט נישט געארבעט מיט כישוף ח"ו, אבער ער פארפעלט צו שרייבן די צווייטע חלק אז ער האט גאר זיך קעגנגעשטעלט אזוי געריפענע כישוף מאכערס. עס איז אויך אינטערעסאנט צו באמערקן אז הודיני איז באשולדיגט געווארן אין זיין א כישוף מאכער, און איינער פון זיינע חבירים האט אפילו גע'טענה'ט אז זיין כישוף איז אזוי שטארק אז ער קען מבטל זיין די כוחות הכישוף פון אלע אנדערע מכשפים וואס זענען אין די צימער צוזאמען מיט אים. יענער האט געוואלט דערמיט פארענטפערן פארוואס די אלע א.ג. כישוף מאכער פארלירן זייערע "כוחות" ווען הודיני האט זיי אויספרובירט. הודיני האט זיך למעשה צושלאגן מיט דעם חבר טאקע איבער דעם נושא וויבאלד הודיני האט גע'טענה'ט אז אלעס וואס ער טוט זענען בלויזע טריקס בעת יענער האט געהאלטן אז ער איז א באהאלטענער כישוף מאכער. נאך אינטערעסאנטער איז אז דזשעימס רענדי, דער היינטיגער הודיני (וועלכער האט אויך איבערגעשטיגן הודיני'ס רעקארד פון זיין אין א קאסטן אונטער די וואסער און פירט א מערכה אנטקעגן א.ג. כישוף מאכער), ווערט אויך באשולדיגט און זיין א באהאלטענער כישוף מאכער, א זאך וואס רענדי לייקנט שטיין און ביין.
אן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.
בענדזשאמין פרענקליןאן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.
איך האב איויכעט הנאה צי ליינען הרב לעווין אין די שטערן און שפאקטיוו, אבער וואס מיינסטו צי זאגין מיט "מכסה טפחיים"? עס איז גאנצ אבוויעס ווען ער זאגט אז ספעלט אין הנהגה, וואס איז ער דא "מכסה"?
אויבער חכםבענדזשאמין פרענקליןאן הערליכען ארטיקל פון הרב אשר לעווין שליט"א איז ערשינען אין "דער שפאקטיוו", ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
אפשר ביי א גלעגנהייט וועלן מיר בעז"ה ענדיגן דעם דשאב אין מגלה זיין דעם טפחיים אויך.
איך האב איויכעט הנאה צי ליינען הרב לעווין אין די שטערן און שפאקטיוו, אבער וואס מיינסטו צי זאגין מיט "מכסה טפחיים"? עס איז גאנצ אבוויעס ווען ער זאגט אז ספעלט אין הנהגה, וואס איז ער דא "מכסה"?
אונזער ערוה.
דאס איז פשט, ולא תעלה במעלות על מזבחי, כי אם בשפאקטיוו, אשר לא תגלה ערותך עליו.
דער שפאקטיוו דעם חודש האט אויך א גאר אינטערעסאנטער ארטיקל איבער אידענטיקעל צווילינגען וואס זענען געווארן אפגעטיילט הארט נאכ'ן געבורט און האבן זיך געטראפן יארן שפעטער, און מען האט געזען אז זיי זענען ממש אייניג, אפילו מיט געוויסע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די ען עי, ווי למשל די זעלבע משוגעת'ן. אויך זעט מען אז זיי האבן אפטמאל דעם זעלבן מזל, עס פאסירט ביי ביידע ענליכע געשעענישן אויף גאר א מערקווירדיגע אופן. איך וואונדער זיך אויב דאס קען זיין א מכה בפטיש פאר מאטעריאליסטן.
עס איז קלאר אז די זאכן האבן יא מיט גענעטיקס, עכ"פ במקצת.
ער שרייבט אז יעדן טאג ווערן געבוירן אין מיימאנידעיס שפיטאל א פולער סקול באס מיט יונגלעך און א סקול באס מיט מיידלעך... והמבין יבין.
נא דיר 6 דולער און גיי קויף דיך איינס.
עס איז א מצוה זיי צו שטיצן, די איינציגסטע אויסגאבע מיט אן הכשר.
לענ״ד האט ער נישט געמיינט דאס וואס אונז 'משכילים' דא אין שטיבל טראכטן, געווענליך זאגט ער קלאר וואס ער מיינט, ער לאזט זיך נישט אפלערנען ווי א ראשון.
ער ברענגט ארויס די נקמה אין היטלער ווי סאך אונז מערן זיך, און ער וויל אונז זאלן זיין גרייט פאר די קומענדיגע דורות מיט אלעם וואס ס'פעלט אויס, איך זע נישט קיין שום ליצנות אויף די קינדער האבן, ער בעט אז ס'זאל זיין מער עסקנים, און די אינגע זאלן נעמען עצות פון די אלטע, און אזוי ווייטער....
א געוואלדיגע ארבעט!!
כאוהב דעת ועוד, די ארטיקל שפיגעלט נישט אפ באמת דאס אויבענדערמאנטע ליצנות, אז ער מאכט אוועק דאס האבן פילע קינדער. לא מיניה ולא מקצתיה.
ער האט פשוט גערעדט פון דעם פאקט, פון דעם מציאות, און ווי אוהב דעת ברענגט שוין ארויס, אז מיר דארפן זיך אנגרייטן כראוי וכיאות פאר די דורות הבאים,
ווי צב"ש זוכן נייע מיטלען פאר דירות, בתי מדרשים, ביזנעס און ארבעט פלעצער, עסקנים, און אופנים וויאזוי צו האנדלען מיטן מצב הדור אז אידישע קינדער זאלן נישט אוועקפאלן, א.א.וו.
לענ"ד איז דאס דער ארטיקל פון יאר, און ברויך ווערן אויפגעהאנגען אין יעדן ביהמ"ד איבער טריי-סטעיט אמעריקע.
די שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.
אויב נישט די ריבוי הבנים, ווער וועט ליינען דעם שפאקטיוו?
א. לעווין האקט אונטער זיין אייגען ביזנעס...
בענדזשאמין פרענקליןדי שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.
דאס איז דאך וואס ער זאגט! ער גיט א ווינק פאר די רבנים ועסקנים (וועלכע ליינען נישט ח"ו דעם שפאקטיוו) אז מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין..
שיטת בעל ערוך השלחן? מה זה?
קאווע טרינקעראויב נישט די ריבוי הבנים, ווער וועט ליינען דעם שפאקטיוו?
א. לעווין האקט אונטער זיין אייגען ביזנעס...
כדפירשתי לעיל, נישט דאס איז געווען זיין כוונה.
קאווע טרינקעראויב נישט די ריבוי הבנים, ווער וועט ליינען דעם שפאקטיוו?
א. לעווין האקט אונטער זיין אייגען ביזנעס...
הרב לעווין האט אויך אנגעטראפן דעם גוי מיטן מאור ושמש (ברענג דעם לינק קאווע), ער האט מחליט געווען אז ביז צוויי יאר וועט יענער שוין ליינען דעם שפאקטיוו, און חבריה חבריה אית ליה, איימסארי... פעיסבאק פעיסבאק אית ליה... ביז עס גייט ווערן די הויפט-שטראם ליין מאטריאל אין די אלגעמיינע וועלט, און אלעס מיט א הכשר פונעם מכון!
שמעקעדיגבענדזשאמין פרענקליןדי שאלה איז וואס טוט מען ביז ווילאנג מ'איז נאך נישט גרייט פאר די דורת הבאים?
וואס טוט מען ביז די רבנים דיינים און עסקנים צוקראצן זיך אנצוגרייטן א נארמאלע סיסטעם פאר אזא ריבוי עם?
לבי אומר לי אז קיין תיקון און אונזער קראנקן סיסטעם וועט נישט געשען פארן אלף השביעי.
אפשר איז דא מרומז מען זאל זיך אנפאנגען צו פירן כשיטת בעל ערוך השלחן.
דאס איז דאך וואס ער זאגט! ער גיט א ווינק פאר די רבנים ועסקנים (וועלכע ליינען נישט ח"ו דעם שפאקטיוו) אז מען דארף זיך נעמען אין די האנט אריין..
שיטת בעל ערוך השלחן? מה זה?
ער רעדט דארט פון איינער וואס האט שוין מקיים געווען פריה ורביה, ער האט שוין געהאט א בן און א בת, אבער ער האט נאך דעם חיוב פון בבוקר זרע את זרעך ולערב אל תנח ידך.
ערוך השולחן אבן העזר הלכות פריה ורביה סימן א סעיף ח':
"וכן צוו חכמים שאם מכיר בעצמו שעדיין ראוי להוליד ישא אשה בת בנים
אם מעמדו מספיק לפרנסם וכך אמרו חז"ל נשא אשה בילדותו ישא בזקנותו היו לו בנים בילדותו יהיו לו בנים בזקנותו שנאמר בבקר זרע את זרעך ולערב אל תנח ידך כי אינך יודע אי זה יכשר הזה או זה אם שניהם כאחד טובים וכך נפסקה הלכה [יבמות ס"ב ב]
ומ"מ כתב רבינו הרמ"א דכשמתיירא שאם ישא אשה בת בנים יבואו קטטות ומריבות בין הבנים ובין אשתו מותר לישא אשה שאינה בת בנים אבל אסור לישב בלא אשה משום חששא זו עכ"ל דמשום חשש קטטה יכול לבטל לערב אל תנח ידיך אבל לא לעשות עבירה כי יש לחוש פן יתגבר יצרו עליו [ב"ש] ובכלל הענין לישא בת בנים
כתב הרמב"ן ז"ל דאין כופין אותו לכל הדעות דלאו תקנה היא אלא כעין ישוב דרך ארץ ואין מחמירין עליו כל כך [ב"ש] וכן משמע מדברי הרמב"ם שכתב שם לא ישא אדם עקרה וזקנה ואילונית וקטנה שאינה ראויה לילד אא"כ קיים מצות פו"ר עכ"ל ומבואר דאם קיים פו"ר יוכל לישא אף את שאינה ראויה לילד ואח"כ בס"פ כתב אע"פ שקיים אדם פו"ר הרי הוא מצווה מדברי סופרים שלא יבטל מלפרות ולרבות כל זמן שיש בו כח שכל המוסיף נפש אחת בישראל כאלו בנה עולם עכ"ל [ע"ש בהה"מ ובלח"מ]
אלא דזהו כעין הידור מצוה ומנהג דרך ארץ כמ"ש ואם יש איזה עיכוב בדבר אין כופין אותו " [קרעדיט בן תמליון באשכול אחר].
אין אמליגע צייטן איז נישט שייך געווען די גאנצע שאלה נאר ביי אשה שאינה בת בנים, ווייל ביי א בת בנים איז נישט געווען קיין מציאות פון מניעת ילדים נאר ע"י שימוש במוך וואס איז א שאלה פון הוצ"ל, משא"כ היינט צוטאגס איז דאך אכשר דרא (אפשר קומט דאס אינעם אכשר דרא'דיגע אשכול) ווען עס איז דא כדורים וואס עס איז נישט קיין שאלה פון הוצ"ל (כמיטב ידיעתי עי' באגרות משה) איז דאס נוגע פאר יעדעם.
אויב איר האלט אז איך בין מיך טועה דא מיט עפעס השמעינו את קולך.
די חתם סופר זאגט, אז דעפאר האבן די חכמים אנגענומען די הנהגה פון בנות ישראל "שהחמירו על עצמן" לישב ז' נקיים על כל טיפה וכו', ווייל נאכן חורבן הבית איז דער גוסטע פון ציבור געווען זייער LOW, און נישט געוואלט מרבה זיין גלות אידן, על דרך "על הראשונים אנו מצטערים, ואתה בא להוסיף..".
"לערב אל תנח" איז אפשר נאר אויב מגלייבט אין "אתחלתא דגאולה". אבער האלטן פון ביידע, לערב אל תנח, צוזאמען מיט "מדינה של גיהנום", איז לכאורה א סתירה.
יידלעס איז קלאר אז די זאכן האבן יא מיט גענעטיקס, עכ"פ במקצת.
זאג מיר נישט אז גיבן א קינד דעם זעלבן נאמען אדער
געבוירן די קינדער אין די זעלבע רייע און אין די זעלבע צייט האט צו טון מיט גענעטיקס.
בענדזשאמין פרענקליןנא דיר 6 דולער און גיי קויף דיך איינס.
עס איז א מצוה זיי צו שטיצן, די איינציגסטע אויסגאבע מיט אן הכשר.
אן אויסגאבע דארף אויך א הכשר? אריין אין אכשר דרא אשכול. (pun intended)
דער עצם זאך פון א הכשר אויף ליין מאטיריאל איז א פיינע זאך, עס גייט אריין אין מח און איז לכה"פ אזוי וויכטיג ווי וואס גייט אריין אין מויל. די שאלה איז נאר ווער עס גיבט די הכשר און ווי אפען-מוחדיג ער איז. הלואי וואלטען די סאטמארע חזרים גענומען א הכשר אוף זייערע פראפאגאנדע צייטונגען, אינעם יעצטיגע פארמאט וואלט קיין איין ערליכע רב נישט געגעבן א הכשר אויף זיי.
כאב יעצט געקויפט די נייע שפאקטיוו פון פאר פסח.
סע האלב ווי די שטערן אבער מער ווי די בליץ אבער נישט קאלער.
מיינסט צו זאגן *איז* דעם חודש באשריבן געווארן אין שפאקטיוו.
האט איינער געליינט די ארטיקל אינעם שפאקטיוו וועגן די אראבישע פרינץ?
נאכנישט געליינט, אבער כ'האב הנאה ווי ער האט זיך ארויף-געארבעט מיט זיינע קעפלעך, אמאל פלעגט ער נאך א זאפטיגן ארטיקל צוענדיגן - שלא לבייש את מי שאין לו - אז דאס איז ביי די טמא'נע גויים, אבער מיר ווייסן דאך אז אלעס איז פונקט פארקערט... וכו' וגו'.
היינט גייט ער שוין מיט יארמע רב'ס מהלך פון פארציילן פאר'ן תלמיד חכם וואס ער גייט איהם נישט פארציילן ווי למשל וכו', עכ"פ ווי אזוי באשרייבט מען א פרינץ א ביליאנער מיט זיינע שיפן קאר'ס און עראפלאנען אז ס'זאל בלייבן על טהרת השוטים? מען שרייבט אויפן דעקל: יש לו מנה רוצה מאתיים, דער אומצופרידענער ביליאנער, ער איז א ביליאנער דער אייגנטימער פון דער גרעסטער יאכט-שיף, דער גרעסטער פריוואטער עראפלאן, דער העכסטער וואלקנקראצער און טייערע פאלאצן וכו' וכל זה איננו שוה לו... פרינץ... סימבאליזירט דעם אין אדם מת וחצי תאותו בידו, אלעס וואס ער האט איז פאר איהם נישט גענוג.
יא, דאס אלעס איז ארויפגעקוועטשט אויפן דעקל אלס א סגולה קעגן עין הרע.
ער שרייבט אז איינער פון זיין גרעסטע מענעדשערס איז איינער 'סאנבאר '...
ער שרייבט אז יעדער וואס באשרייבט דעם פרינץ, באקומט א מתנה פונעם פרינץ. זעהט אויס ער וויל עס באקומען.
קען מיר איינער זאגען פארוואס דער שפאקטיוו זויגט אריין לעצטענס? סעזהט אויס ווי סמוז ארויסקומען נאו מעטער וואט נישט קיין חילוק אויב סאיז דא מיט וואס אדער נישט
קודם כל ווערט עס דינער יעדען חודש, די טעקסט ווערט ווייניגער און ווייניגער די פיקטשערס מערען זיך ווי די פיש און ווערען אויכט אסאאאך גרעסער פילענדיג אן גאנצעטע הוילע בלעטער (דעס איז אויכט ביי די שטערן)
כרעד שוין נישט פון די עצם ארטיקלען וואס סכאפט א שרעק לדוגמא די געהיימע אויפדעקונג איבער א מיסטעריעזע שרעקעדיגע שיף, סך הכל רעד זיך עס פון א שיפל וואס האט נישט געהאט ווי אפצולאדענען די גארביטש, און נאכען ליינען די ארטיקעל בין איך געבליבען פארשעמט וואס האטער דא געטוהן מיט מיר? פשוט געמאכט דאס גענאר? אנגעצויגען איבער א מיסטעריעז ארטיקעל און מיר געלאזט ליינען גארביטש? אנגעפילט מיט ריזיגע בלעטער פיקטשערס וואס האט נישט מיטען ארטיקעל
סאיז קלאהר נישט שמעון'ס ארטיקעל, פליז שמעון דערולם צאלט פאר דיינע סחורה פארשעם אונז נישט אפילו דאס געלט מאכסטו ביי די זמן דארפען מיר אבער נישט ליידען
כ'האב גראדע הנאה געהאט פונעם מיסט ארטיקל. נישט אייביג דארפן די ארטיקלען זיין עפעס פארגעשריטן, עפעס וויאזוי די אמעריקאנער רעגירונג טוט דאס אדער יענץ נישט ריכטיג, וכו וכו. ס'איז אן אינטערעסאנטע נושא פון וואס כ'האב קיינמאל בעפאר נישט געהאט געהערט, און אינטערעסאנט טאקע וויאזוי די וועלט'ס מידיא האט זיך פארנומען מיט הויפענעס מיסט
איך זע אז די בליץ האט אויך דעם חודש געכאפט דעם "דער גאווערמענט וויל אונז הרג'ענען" פיבער. מ'קען זיך שוין בארואיגן און שרייבן סתם אינטערעסאנטע נארמאלע ארטיקלן, ווי עס עפעס האט ארויסגעברענגט.
אין 'שפאקטיוו' פון חודש תשרי ברענגן זיי דעם בילד מיט'ן צו-שריפט 'דער קייסער פראנץ יאזעף ... ווערט אויפגענומען דורך דעם אידישן פרנס'.
למעשה איז דאס דער פרעשבורג'ער רב ר' עקיבא סופר.
📎 247_13.jpg
ער רעגט מיר אויף דעם חודש! א גאנצער שרעקעדיגער ארטיקל פון א ביאלאגישע אטאקע אויף אמעריקע ה"י, אבער עס איז בלויז א שטיק פאנטאזיע. א שאד די טינט און א שאד מיין צייט.
קען זיין אז ס'א שאד דיין צייט אבער ס'נישט קיין שאד די טינט! ער האט זיך געבראכן קאפ וויזוי פילט מען אן דעים ביילאגע דעים חודש
ווען ער ווייסט ווען אז ר'שמעקעדיג פון קאווע שטיבל וועט זיך רעיגן וואלט ער געטראכט צוויי מאל פארן עס אריינלייגן!
.
מרא דארעאדער ארטיקל איז געוועהן זייער אינפארמעטיוו, און איז געשטאנען ווייט פון די קאנספירעסי לאגער.
נישט צו ווייט. דארט האבן זיי אויך געמוזט צולייגן אז די קאנספעראציע טעאריקער האבן געזאגט אז עס איז געווען אן הכנה צו די 9/11 אטאקעס. איך ווייס נישט פארוואס לעצטנס איז כמעט יעדע ארטיקל אין די שטערן/שפאקטיוו אויף עפעס א וועג פארבינדן מיט קאנספיראציע טעאריעס. איך הייב שוין אן טראכטן אז די בני נח ארטיקל איז אויך עפעס א קאנספיריסי.
ברסלבערמרא דארעאדער ארטיקל איז געוועהן זייער אינפארמעטיוו, און איז געשטאנען ווייט פון די קאנספירעסי לאגער.
איך הייב שוין אן טראכטן אז די בני נח ארטיקל איז אויך עפעס א קאנספיריסי.
נאך ווי קאנספיריסי!!! מיט'ן מאכן א גזירה שוה צווישן בני "נח" און בני נ "נח" נחמ נחמן
האמת אגיד אז עס האט מיר טאקע געבאדערט אז ער מישט אויס בני נח מיט אומאן, ווי קומט אריין דא אומאן? וואס בין איך שולדיג אז ער האט פונקט געשמועסט מיט דעם גוי אין אומאן?
נעכטן געלייענט דעם דראמאטישן שפאנענדן ארטיקל אין דעם חודש ווי אפאר חברה האבן זיך אריינגעבראכן אינעם עף.בי.איי. אפיס, געוואלדיג!!
כ'האב שוין לאנג נישט געלייענט אזוינס, די הארץ האט מיר געבאכעט, אברי דא לדא נקשן, עס איז א גוטע מעשה און פיין אראפגעלייגט! ערליך ווערד יעדע קאפיקע!
נאך אזעלכע ארטיקלען ביטע!
עס האט מיר דערמאנט פון די עפיזאדן פון חזקי' המלך. די חילוק איז נאר אז זיי האבן טאקע געטוהן צו די זאך.
אינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.
ברסלבעראינעם פרישן שפאקטיוו שרייבט הרב לעווין אין זיין קוק ווינקל זייער א שיין ארטיקל איבער "עפארדעבל פאנדרעיזינג". ער האקט שטיקער פון די אלע נייע מארקעטינגס פאר צדקה ארגענעזעישאנס. עס איז כדאי צו ליינען, זייער זיס און הומאריסטיש געשריבן.
ער רעדט נישט פון נייע ארגענעזאציעס, ער רעדט פון נייע טאקטיקן אין מארקעטן די ארגענעזאציעס. פון מאכן מקוה האנטוכער און קאווע גלעזלעך מיט לאגא'ס, ביז אראפברענגן א פאנעל פון רבנים מיט ילדי הפלא'ס וכדומה.
עיי"ש ותמצא נחת.