☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויסטוהן ווייסע זאקען

אויסטוהן ווייסע זאקען

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6215
בלאט: 1 2 3

ארבעס » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:20 pm

· #194207
אויסטוהן ווייסע זאקען
קודם וויל איך מקדים זיין, איך דריי מיך אין שטיבעל איבער א יאר שוין אין איך האב זעהר הנאה פין די פילפילים אין נושאים.
א זאך דריקט מיך לאנג.
איך בין אזוי גערופענע א חסידישע אינגערמאן פין א גרויס חסידות קרייז.
חתונה געהאט היבש א פאר יאר שוין.
ווען איך בין געוועהן א בחור בין איך געוועהן אנגעצוימט אין א פאנאטישע.... איך קען שרייבען א בוך אבער איך וויל גיין צים פונקט.
איך טראג ווייסע זאקען אין איך פיהל מיך זייער נישט באקוועם מיט דעם מער.
איך וואלט מיך קאטאראגעזירט אלס א עוועריזש חסידישע אינגערמאן, איך שטרעב צי זיין ערליך, אין צי מחנך זיין מיין צאן קדשים על דרך אבותנו.
ווען איך האב היינט חתונה וואלט איך זעכער נישט אנגעטוהן ווייסע זאקען.
מיין פראגע איז, וואס איז די חטא אז איך דיסייד אז איך וויל מערנישט טראגען ווייסע זאקען?
עס באדערט מיך באמת......

ביטע נישט קיין ליצנות.....

שטילע אינגערמאן » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:26 pm

· #194208
וואס שטערט דיך די ווייסע זאקן?
ס'איז היינט נישט קיין סתירה מיט גארנישט.
איינער זאגט מיר ער האט שוין געזעהן אינגערלייט מוצ"ש ארויס קומען פון א טייאטער מיט די ווייסע זאקן,
ס'דא וואס שערן זיך די בארד מיט ווייסע זאקן, מאדערנע העמעדער מיט ווייסע זאקן, אפי באקעל שיך אין קאפלינגס אויך.
כ'ווייס נישט וועלעכע חסידות קומסט אבער כ'מיין טאמער א אינגערמאן טוט אויס די ווייסע זאקן גייט עס זיין טאלק אוו טאון.
לפע"ד בלייב דערמיט.

מצטמק ויפה » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:30 pm

· #194210
שטילע איז זייער גערעכט, ווייסע זאקן האט שוין היינט מיט פרומקייט נישט קיין שייכות ניטאמאל ערשטע קאזינס. און גארנישט האלט נישט אפ, ווייל מען גייט מיט ווייסע זאקן. משא"כ די בושה פון זיך אויסטוען איז נישט אזוי געשמאק.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:35 pm

· #194211
ס'ווענט זיך פארוואס דו טראגסט ווייסע זאקען:

פאר'ן אייבישטער - שטייט נישט אין די תורה.

פאר דיין חסידות - מ'וועט דיר ווארפן אויב נישט?

דיין שווער - ער גייט וויאזוי דו ווילסט?

דיין ווייב - זי וועט בעטן א גט אויב נישט?

אלא מאי, לאזט א שטיקל ווייסע (געלע) סחורה, אויסגעצויגן אויף די אינטערשטע חלק פון דיין פיס, צונעמען דיין מנוחה. מאכט נישט קיין סענס.

בעל הבית » דינסטאג אפריל 1, 2014 11:56 pm

· #194214
איך פארשטיי דיין ווייטאג, די אלע וואס זאגן וואס גייט דיך אן לאך דיר אויס, איז וועגן זיי אליין גייען נישט, באמת ס'איז א פראפלעים א סאך זיכן די וועג ארוס

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:09 am

· #194216
איך פארשטיי אז דאס גיין ווייסע זאקען איז היינט א נישט מער ווי א סטייל ביי אסאך.
נו נו. איך האב נישט ליב דער סטייל. פיריעד.
איך שעם זיך זייער.
איך קען זאגען אז עס שטערט מיך צי עבדות השם.

דריידל » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:12 am

· #194217
קודם שלום עליכם רב ארבעס. יהא בואכם לברכה להרמת קרן השטיבל.

קוקט אויס די דרייסט דיך נאכנישט דא געניג לאנג. אלס א תושב דא וועסטי געוואר ווערן אז עניני לבוש ברויך בכלל נישט זיין קיין עסק. ווייל טאמער הייבסטי אן מיט די מהלך וועסטי נישט פערטיג ווערן. מארגן וועסטיך אפ רעדן אז די שטריימל איז צו שווער און איבערמארגן וועסטי זאגן אז א בעקיטשע מאכט שוויצן והיום אומר לו עשה כך ולמחר אומר עשה כך עד שיאמר וכו'. בעסער מאך שלום מיט די מצב אין לאך דיך אויס דערפון.

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:21 am

· #194220
ממה נפשך. איז לבוש נישט אן עסק, דעמאלסט לשיטתך זאל איך אויסטיהן אין מען וועט רעדן א פאר וואכען אין דעטס איט.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:30 am

· #194227
ארבעס טייערע,
די עולם דא זאגט אז נישט,
די וועגדגי רעדסט זעהט אויס די גייסט אויטוען עני וועי,
אבער כ'בעהט דיך ברחמים טראכט עס גוט אדורך, טוסט א גרויסע טעות אין מיינע אויגן,
זאגסט אז מגייט פארגעסען נאך אפאר וואכן, קען זיין מ'וועט נישט שמועסן דערפון אבער מ'גייט נישט פארגעסען,

כ'האב א חבר וואס האט זיך געטוישט פון א בעבער הוט צו א שטאפענע, ער עסט זיך די געזונט, נישט ווייל ער האט געכאפט א התעוררות עטאקע, נאר ווייל ער איז אנדריש פון זיין משפחה, אין בעיקור ווייל מענטשען געדענקען,

כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:33 am

· #194228
דער וואס איז גענוג א טיפיש צי אינזין האבען ביי שידוך טוהן , וויל איך עם נישט.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:35 am

· #194229
אויב זוכסטו דוקא אויסצוטוהן אבער דו שעמסט דיך מפני המלעיגים עליו, רעד איין דעם עולם אז דו האסט עפעס א מיחוש אויפן פוס און די דאקטאר האט דיר געהייסן אויסטוהן די ווייסע זאגן.

שטילע אינגערמאן
ארבעס טייערע,
די עולם דא זאגט אז נישט,
די וועגדגי רעדסט זעהט אויס די גייסט אויטוען עני וועי,
אבער כ'בעהט דיך ברחמים טראכט עס גוט אדורך, טוסט א גרויסע טעות אין מיינע אויגן,
זאגסט אז מגייט פארגעסען נאך אפאר וואכן, קען זיין מ'וועט נישט שמועסן דערפון אבער מ'גייט נישט פארגעסען,

כ'האב א חבר וואס האט זיך געטוישט פון א בעבער הוט צו א שטאפענע, ער עסט זיך די געזונט, נישט ווייל ער האט געכאפט א התעוררות עטאקע, נאר ווייל ער איז אנדריש פון זיין משפחה, אין בעיקור ווייל מענטשען געדענקען,

כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,

און איך קען מענטשען וואס האבן געטוישט די גאנצע לבוש, איינער די הוט, איינער די רעקל, ביז אפאר יאר געדענקט שוין קיינער נישט, און אז מ'געדענקט מאכט מען נישט קיין נייסעק דערפון. שידוכים? טאקע מיט די וואס וועלן מאכן אן עסק אז פאר צען יאר פריער האט ער זיך אויסגעטוהן די ווייסע זאקן און דערפאר נישט טוהן קיין שידוך מיט עם, מיט זיי וויל ער זיך טאקע נישט משדך זיין. דיר נישט איינגעפאלן, הא?

--

אה! ארבעס האקט, ברוך שכיוונתי.

יואליש » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:35 am

· #194230
נישט ווייל ער טוט זיך אויס די ווייסע זאקן איז ער א שגץ, נאר ווייל ער איז א שגץ טוט ער זיך אויס די ווייסע זאקן.

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:38 am

· #194231
טו עס נישט אויס, מאך זיכער עס נישט אנציטאן און פארטיג.
ערענסט גערעט אז די האסט די גאטס עס אויסציטון כל הכבוד. סוועט דיר גארנישט שאטן.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:38 am

· #194232
שטילע אינגערמאן

כ'וויל נעשט רעדן ברייט, כ'ווייס דע עולם וועט לאכן אבער ס'דא א ברירה מ'זאל עס געדענקען ווען דארפסט שידוכים טוען,

אוי האב איך גוט געטראכט, 😃

געפילטע מרעדט נישט וועגן טוישן די לבוש אינגאנצען, אין ווערן פון א סאטמערע א בנימין אייזנבערגער וגו'
אונז רעדן וועגן בלייבן די זעלבע סביבה,

דריידל » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:39 am

· #194233
ארבעס
ממה נפשך. איז לבוש נישט אן עסק, דעמאלסט לשיטתך זאל איך אויסטיהן אין מען וועט רעדן א פאר וואכען אין דעטס איט.

אז ס'איז נישט קיין עסק, לאזט מען סטאטוס קווא. אויב די מאכסט אזא טשעינדזש ווייזטי אז עס מיינט עפעס.
דיינע קינדער וועסטי אויסלערנען אז ס'איז נערישקייטן און זיי זאלן גיין וויאזוי זיי ווילן ווילאנג ס'איז איידל און אויסגעהאלטן עפ"י תורה

חביבי » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:40 am

· #194234
טו אויס דע וואך שבת נאר איינס אין קוק וויאזוי דיינע ארומיגע וועלן ראגירען אויב וועלן זיי עס נישט אויסהאלטען וועסטו עס צוריק אנטוען אין אויב וועלן זיי עס מקבל זיין באהבה זאלסטו נעקסטע וואך אויס טוען די צווייטע 😃 😃 😃 😂 😂 😂

יואליש » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:51 am

· #194238
טוה נישט אויס די ווייסע זאקן. קינדער וועלן דיך נאכלויפן ווי א גאסן משוגענער, "הע הע, א טאטע מיט נאקעטע פיס."

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:52 am

· #194240
אפשר ביסטו מער מסביר וואס עס שטערט דיך די ווייסע זאקן, אז מען זאל דיך קענען ענטפערן.
ווען ווייסע זאקן זאל ווען ברענגען מיט זיך גדרים וסייגים וועלכע גלעזער מען דארף גיין, און אז מען טאר נישט גיין מיט קיין מאט בעקיטשע, הער איך, אבער למעשה טוט די ווייסע זאקן נישט געבן קיין שום פליכטען, עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט גיין ווי אזוי די ווילסט און פארטיג.
און לאפוקי מדעת בעל הבית, איך גיי גראדע יא מיט ווייסע זאקן.

יושב קרן » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:56 am

· #194242
איך פאר איינס גלייך נישט ווייסע זאקן. ס'זעט אויס ווי טייץ וואס באלאנגט נאר אויף פרויען

דריידל » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:01 am

· #194245
און וויאזוי זעט אויס אז שטריימל? דאס באלאגט בכלל אויף א מענטש?

בארא פארקער » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:02 am

· #194246
סתם שטותים, ביי ר' ב''צ באבובער איז א מאדערנע קהילה אין די עולם טוט זיך אויס די ווייסע זאקן ווי גארנישט

יושב קרן » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:02 am

· #194247
א שטריימעל גייט יעדער אדער רוב אין אלע היימישע אידישע ישובים

יתרו » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:06 am

· #194249
ארבעס, טו דאס אויס אבער נאך דע וואך!
כקען איינער וואס האט אים גענומען דרייסיג יאר צו מאכן די מאוו און ער עסט זיך היינט פארוואס ער האט עס נישט געטוען דרייסיג יאר פריער. כנראה וועסטו עס ממילא אויסטוען איינטאג אויב אזוי זיי נישט קיין בהמה און טו דאס אויס זאפארט און געט אוואער וויט איט, נאך דריי וואכן וועסטו פילען ווי א נייע מענטש און קיינער וועט נישט געדענקן אויסער דיין חבר וואס פייגערט עס אויך אויסצוטען און האט נישט די גאטס.

דענקער » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:18 am

· #194283
סארא מין גערעדאכץ 'בלייב דערמיט' 'וואס שטערט עס דיר?' עס איז זייער אבוויעס אז עס שטערט אים. און מיט רעכט. א מענטש איז פולקאם בארעכטיגט צו זיין אייגענע סטיל.
די מלבושים פון א מענטש באיינפלוסן וויאזוי ער באטראכט זיך זעלבסט. אויב ער איז אומבאקוועם מיט א אוניפארם וואס ער פילט זיך נישט א חלק פון, איז ער אין א תפיסה. בפרט אין די טעג וואס מען דארף גיין געקליידעט בבגדי כבוד ותפארה. עס קומט צו שמחות, ווען מען דארף זיין אויפגעהייטערט, אין די עלעמענט, און ער גייט פארשטעלט ווי א קאטשקע.

שמועס עס דורך מיט דיין וויייב. אויב זי האט דיין בעק. דיינע גוטע ידידים וועלן דיר סופפארטן. דאן טו עס אויס. יא, מ'וועט שמועסן פון דיר פאר א וויילע. ביז עס קומט אונטער די נעקסטע לשון הרע און צרות אחרונות משכחות את הראשונות. מ'וועט פארגעסן פון דיר. און דו וועסט פילן באקוועם אין דיין אייגענע הויט.

ארבעס » מיטוואך אפריל 2, 2014 11:49 am

· #194311
מצטמק ויפה
אפשר ביסטו מער מסביר וואס עס שטערט דיך די ווייסע זאקן, אז מען זאל דיך קענען ענטפערן.
ווען ווייסע זאקן זאל ווען ברענגען מיט זיך גדרים וסייגים וועלכע גלעזער מען דארף גיין, און אז מען טאר נישט גיין מיט קיין מאט בעקיטשע, הער איך, אבער למעשה טוט די ווייסע זאקן נישט געבן קיין שום פליכטען, עס איז דיר גארנישט מחייב, קענסט גיין ווי אזוי די ווילסט און פארטיג.
און לאפוקי מדעת בעל הבית, איך גיי גראדע יא מיט ווייסע זאקן.

איך פיהל, איך וויל דאס נישט.
זינט איך האב חתונה געהאט בין איך גענצליך אן אנדערע מענטש בנוגע אין מיין תכונת הנפש.
איך האב א אנדערע השקפה. ואין כאן מקום להאריך. עוד חזון למועד בין איך מסכים צי גיין מער דיטעילס.

פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

דענקער » מיטוואך אפריל 2, 2014 11:53 am

· #194313

יא!

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 11:55 am

· #194314
יא, מיט נאך א סאך וואלע אידן

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:07 pm

· #194317
דאונ"ט גע"ט מ"י ראנ"ג @ארבעס, איך פארשטיי דיך טויזענט פראצענט, איך וויל נאר ארויסברענגען די נושא אויף פאפיר אין נישט סתם דיינע געפילן זאלן דיך שטיפן אן א חשבון. און אפשר אז די וועסט אנהייבן אריינטראכטן אז עס איז נישט מעלה ומוריד יא ווייסע זאקן צו נישט, און עס געט נישט קיין שום אימעט"ש אויפן מענטש וואס טראגט עס. אפשר וועט דיינע אומבאקוועם-קייט אוועקגיין, און וועסט זיך קענען פארמיידען די גאנצע מאחארייקע פון זיך עס אויסטוען.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:25 pm

· #194320
ארבעס
פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

און ווי אזוי איז די געפיל מוצאי שבת ווען דו ווערסט פטור דערפון?

אפשר הייב נישט אן מיט שבת. גיי צעביסלעך, אויב טראגסטו עס נאך אין די יומי דפגרא'ס, ווי חוה"מ, שושן פורים, אדער אפילו ביי א קאזינ'ס/ברודער'ס חתונה, ענדיג קודם דארטן. קוק ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס, פרוביר צו דערשמעקן און דעטעקטן צו די געמיטער זענען אנגעהיצט אדער קיינער גיט נישט קיין DAMM, ומשם תדרשנו.

וחלופיהן » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:48 pm

· #194324
ארבעס, איך בין אמאל געווען ממש אזוי ווי דיר. עס האט מיך מער און מער געשטערט אבער איך האב מיך נישט געקענט ברענגן זיי אויסצוטון ווייל איך האב פשוט נישט געהאט דער גאטס. דער מערסטער האט עס מיך געשטערט ווען איך בין געגאנגן צו א שטיבל אויף מיין בלאק וואו איך האב קיינעם נישט געקענט און איך האב געפילט אז איטס נאט מי. אין מיין חסידות איז עס נישט א גדולה אבער ווען מען גייט אין דער פרעמד וואו אלע גיין לאנגע הויזן איז עס ווי א לעבל.

איך האב א סאך מאל פראבירט און זיך אנגעטאן לאנגע הויזן אויף פרייטיק און זיך איבערגעטאן פאר גיין אין שיל. איין מאל האב איך מחליט געווען אז עס איז נישט דא אויף דעם א שעת הכושר און דער שבת איז פונקט אזוי גוט ווי עני שבת אדער יום טוב. אומר ועושה און איין שבת אינדערפרי בין איך געקומען אין שיל מיט לאנגע הויזן.

מען האט געקוקט, מיינע חבירים האבן געמאכט פשי וכדומה, איך ווייס אז מען האט מיר אויך בארעדט הינטער מיין רוקן (ער איז נעבעך פארביטערט) וואס איך האלט איז געווען פון קנאה. למעשה האט מען זייער שנעל פארגעסן און היינט בין איך א היפשע פאר יאר נאך דעם. איך בין דאנקבאר אז איך האב געהאט דער שכל און דער קוראז צו טאן וואס איך האב געוואלט טאן. איך האב נאך קיין מאל נישט צוריק געקוקט.

פאר די וואס ווילן מסביר זיין אז עס איז נישט כדאי אדער עס דארף נישט שטערן איז בעסער ווען זיי שווייגן. דאס זענען זיינע געפילן און עס איז נישט דא אין דעם נישט קיין מצווה און קוים א מנהג. איז אז עס צושטערט איינעם זיין שבת און ער שפירט זיך אין זיי ווי א נאר און א טיפש יעדער שבת פריש איז אדרבה ואדרבה טו זיי אויס און וואס געכער איז בעסער.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 2, 2014 12:49 pm

· #194325
שמעקעדיג
ארבעס
פרייטאג נאכמיטאג ווען איך נעם מיין ווייסע זאקען פין לעדל, שטעכט עס מיך.

איינער פארשטייט מיך?

און ווי אזוי איז די געפיל מוצאי שבת ווען דו ווערסט פטור דערפון?

אפשר הייב נישט אן מיט שבת. גיי צעביסלעך, אויב טראגסטו עס נאך אין די יומי דפגרא'ס, ווי חוה"מ, שושן פורים, אדער אפילו ביי א קאזינ'ס/ברודער'ס חתונה, ענדיג קודם דארטן. קוק ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס, פרוביר צו דערשמעקן און דעטעקטן צו די געמיטער זענען אנגעהיצט אדער קיינער גיט נישט קיין DAMM, ומשם תדרשנו.

א יעדער (איך, זיכער) האט געווארט ביז שמעקעדיג שליט"א וועט אריינווארפן זיינע צוויי סענט. עד שבא שמעקעדיג והכריע את כולם. דיין אייצעה מאכט נאך די מערסטע סענס פון אלע חכמי השטיבל וועלכע האבן ארויס געזאגט זייער חוות דעת, אדער בויך ווייטאג... 😎 🙄 😂 😠 😛 😛 😛 😳 😮

elter-zeide » מיטוואך אפריל 2, 2014 1:24 pm

· #194338
אויב דיין בני-בית וויל אויך נישט קיין ווייסע זאקען, פרעג נישט קיינעם אין טי עס אויס עס וועט זיין דע טאלק אוו דע טאון פאר א שטיק צייט אבער מיט דע צייט וועט עס אי"ה אדארעך גיין, עס וועט נישט שאטען פאר שידוכים, אדרבה, דיינע מחותנים וועלן דאס נעמען פאר א מעלה, אין דע וואס שעמען זיך מיט אזא מחותן ווילסטי נישט פאר א מחותן, אין יא, אבער דיינע קינדער וועלן זיך שעמען מיט דיר, אויב זיי זענען שוין געניג גרויס, איך ווייס אזעלעכע וואס האבען עס געטאן אין זענען גאר פיינע ערלעכע אידען אין טיען ב"ה זייער שיינע שידוכים

ברוךברוך » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:33 pm

· #194357
אז מען פרעגט דארף מען זיין גערישט אויף אן ענטפער,
איך מיין אז איז אויך א חילוק ווי מען וואוינט, און בפ אדער מאנסי דארף עס צו זיין די קלענסטע פראבלעם.

מ גפני » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:37 pm

· #194360
ברוךברוך
אז מען פרעגט דארף מען זיין גערישט אויף אן ענטפער,
איך מיין אז איז אויך א חילוק ווי מען וואוינט, און בפ אדער מאנסי דארף עס צו זיין די קלענסטע פראבלעם.

גערעכט, און שלום עליכם יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן השטיבל

לעיקוואד » מיטוואך אפריל 2, 2014 2:57 pm

· #194366
איימעמאדער האט זיך בטעות אהערגעמופט? אזוי א גאנצע ערנסטע דיסקוסיע איבער א פאר זאקען?

תחת השמש » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:23 pm

· #194376
איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:30 pm

· #194378
די ביסט זייער א פאני מענטש, 80% מענטשן וואס גיין ווייסע זאקן גיין דאס געצוויגענע יא, מיט נאך א סאך וואלע אידן
הייט, אין ווען עס בראכט אויס א מלחמה (רח''ל) וואלטען זיי עס אויסגעטהון

תחת השמש » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:35 pm

· #194381
ווייל דו מיט דיינע פערציג חברים טראכטען אזוי מאכט עס נאכנישט אכציג פראצענט.
עס איז נישט שיין צו רופען איינער פאני נאר ווייל ער האט א צווייטער טעיסט פון דיר.

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:51 pm

· #194383
סארי פארן דיך רופען פאני,

אבער אין מיינע אויגען ביסטו נאך אלץ פאני

למדן » מיטוואך אפריל 2, 2014 4:01 pm

· #194387
אדרבה אז דו האלסט אז עס גייט דיר צוגעבן טוה עס, פון אנפאנג גייט עס זיין טאלק אף טאון אבער מיט די צייט גייט זיך דער עולם צוגעוואינען, מאך נאר זיכער אז דו ווייסט אין וואס דו גייסט אריין ווייל ס' דא וואס האבן דאס אנגעטוהן אוין חוזר משלח געווען.
אדער ווי מאנכע וואלטן געזאגט קודם טוה עס אהן אינדערהיים ביי די שבתדיגע סעודה...
בנוגע דיין ווייב ווייס איך דיר נישט וואס צו ענטפערן.

בעל הבית » מיטוואך אפריל 2, 2014 4:06 pm

· #194388
פארוואס פעלט אויס צו פארדרייען די נושא
מ'רעדט פון "אויסטהון" נישט "אנטוהון"

עפען דיר אויף א אנטוהון ווייסע אשכול

איך אויך » מיטוואך אפריל 2, 2014 4:15 pm

· #194391
תחת השמש
איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

ר' תחת (וואס?) ביסט ווי פון הימל געשיקט געווארן סטרעיט צו ר' ארבעס דילעמע ,דו נעם פון עם זיינע ווייסע זאקן און געב עם דיין שווארצע ענד יו בוט וויל ליוו העפילי עווער עפטער.

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 2, 2014 4:18 pm

· #194392
א פארפלייצונג פון בין הזמנים בחרום'לעך האבן ווי דא ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך
בחורים אשר לא טעמו טעם ווייסע זאקען מעולם, ווערן דא גאנצע מבינים און דעות זאגערס

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 2, 2014 4:19 pm

· #194393
זאקן זאקן ווי איז דיין יוד?

וחלופיהן » מיטוואך אפריל 2, 2014 5:21 pm

· #194397
זאק זאק ווי'ז דיין פיס?
פיס פיס ווי'ז דיין זאק?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 2, 2014 5:33 pm

· #194398
תגובה תגובה ווי איז דיין הומאר?

ברוך שאמר » מיטוואך אפריל 2, 2014 7:01 pm

· #194408
פארשטיי גיט וויאזוי די ווילסט עס ריפן מיזטי געדענקן אז ווייסע זאקן איז א גאר חשובע חסידישע לבוש (כמעט ביי אלע רבנים ואדמורים )קימט אויס אז אויסטין אזא לבוש איז א קים ועשה וואס איז א גרויסע No No

איחוד פעלד » מיטוואך אפריל 2, 2014 8:49 pm

· #194434
עס ווענד זיך אביסעל אין דיין שלום בית אויף איין פעידזש מיט דיין ווייב סטאטוס, אויב זי איז מיט דיר, קענסטו איר בעטען א טובה, ס'זאל הייסען אז זי וויל נישט זאלסט עס טראגען, ושלום על ארבעס.

לאליפאפ » מיטוואך אפריל 2, 2014 9:08 pm

· #194437
ארבעס
דער וואס איז גענוג א טיפיש צי אינזין האבען ביי שידוך טוהן , וויל איך עם נישט.

באשטעטיגסט מיר פישלע העררינג'ס חשד...

תחת השמש
איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

איך גיי אויך ווייסע זאקן און איך האב עס גראדע ליב, אין מיין פארטיי גייען אסאך קילערע ווי מיר אויך אזוי און איך זעה גראדע הישט וואס דעי זאקעלעך זענען מעלה אדער מוריד, ווילאנג איך שעם מיך נישט מיט מיינע שיינע געקרייזלטע פיאות און מיין האריגע באקרוינטן שטריימל, שעם איך מיר נישט מיט דעם.

בעל הבית
פארוואס פעלט אויס צו פארדרייען די נושא
מ'רעדט פון "אויסטהון" נישט "אנטוהון"

עפען דיר אויף א אנטוהון ווייסע אשכול

פון דעי איין פאר זאקן דארף שוין זיין צוויי אשכולות? קוים איז דאס א דיסקאשן פאר איין אשכול..
לעיקוואד האקט.

גרוש » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:14 pm

· #194451
איך גיי מיט ווייסע זאקן,
שבת,
יו"ט
חוה"מ
פורים
און איך גלייך עס זייער שטארק

איך טראכט אפילו אז אויב כ'וועל טרעפן א שידוך וואס כ'וועל מיר מוזן אויסטוהן, וועט מיר עס נישט שמעקן,
אבער כ'וועל נישט האבן קיין ברירה,
אנדערע זאכן וואלט איך לכתחלה געטוהן פאר א שידוך,
דאס איז טאקע נישט קיין הלכה אבער, איך האב עס נאך אלץ זייער ליב, שבת ויו"ט,

בנוגע אויסטוהן, אויב די ווייסע זאקן באדערט דיר, האלט איך אז זאלסט עס שוין אויסטוהן, א חוץ אויב דאס וועט אויסמאכן אויף די לוק וואס דו וועסט האבן ביי דיין ווייב און קינדער,
פאר אנדערע מענטשן דארפסטו נישט געבן קיין דעם,
בלאט: 1 2 3