☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויסטוהן ווייסע זאקען

אויסטוהן ווייסע זאקען

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6215
בלאט: 1 2 3

ארבעס » מיטוואך אפריל 9, 2014 11:19 am

· #195454
איך באמערק אינטערעסאנטע מהלך.
בדרך כלל די וואס זאגען טוה נישט אויס זענען די זעלבע וואס טראגען נישט.
די וואס זאגען שעם דיך נישט אין טוה יא אויס,,, אדער פייף אהן יעדער וכדומה, טראגען יא.
מה פשט ?

בעל הבית » מיטוואך אפריל 9, 2014 1:19 pm

· #195475
למעשה איז זייער זעלטען ממש אחד מאלפאים וואס האבן אויסגעטהון

ארבעס » זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:30 pm

· #228490
וואלסטי אויסגעטיהן די ווייסע זאקען ווען די גייסט אויף חול המועד טריפ?
כ׳האב שוין שלום געמאכט מיטן מצב אבער חול המועד אין פרעמד שטערט עס מיר זייער

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:08 pm

· #228495
איך קען א געוויסער חסידישער/ סאטמערערער רב וואס חול המועד גייט ער נישט קיין ווייסע זאקן, איז יש לך על מי לסמוך..

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:09 pm

· #228543
איך רעד דאך פון איינער וואס סתם שבת ויום טוב גייט ער יא..

moneyminded » זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:57 pm

· #228565
גוטן מועד
איך פערזענליך האב א שוואכקייט פאר ווייסע זאקן , איך וואלט ווען אנגעטין ווייסע זאקן ווען איך קען , איז זע עס פאר זייער א שיינע מלבוש ,איך רעד נישט ווען די יעניגע וואס די זאקן איז שמוציג אין מער שווארץ מיט אויסגעריבענע שיך אין די בענדלעך הענגן , שיינע קלאפידיגע פערטעל שיך מיט שיינע אויסגעצובערטע ווייסע זאקן איז הערליך , איך האב טאקע דעם גאנצען מלבוש אין פורים למשל טי איך אן די גאהצע סעט אפילו א שיין ווייס וועסטל

מאנסי חסיד » זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:23 pm

· #229205
הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן

ישראל קאפקע » זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:46 pm

· #229226
די גרינדער, נישט מר. וואשינגטאן!
📎 Screenshot_2014-10-19-19-43-14-1-1.png 📎 Screenshot_2014-10-19-19-48-44-1-1-1.png

ארבעס » זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:36 pm

· #229256
מאנסי חסיד
הלוואי כקען זיך אנטוהן ווייסע זאקן עס האט דרך אזא חן

ווער לאט דיך נישט

מאנסי חסיד » זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:40 pm

· #229259
די עקרת הבית

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:14 pm

· #229266
דו זאגסט איר אויך וואסארא קאליר זאקן צו גיין?

יאיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:39 am

· #229274
און איך פגר צו שלאפן אין די סוכה נאר מיין הארטנעקיגע ווייב לאזט נישט.

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:22 am

· #229282
קען איינער מיר מסביר זיין וואס א חילוק וועלכע קאליר זאקן מ׳גייט ? וואס פאר א שווארץ יאהר האט זאקן מיט אידישקייט ? האבן מיר טאקע אינגאנצען פארלוירן
touch with reality ???
אין עולם־ביצה רעד זיך איינער אויס די הארץ וועגען א געפעכט וואס זיין ברודער האט מיט זיין צוקנופטיגע מחותן וועגן טראגן זאקן 😕 😠

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=24564#p949459">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 64#p949459</a>

האבן מיר טאקע נישט קיין אנדרע דאגות ?
וואס זאל איך אייך זאגן יעך פארשטיי דאס נישט ! 😲

הוגה » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:32 am

· #229296
מען איז דן דארט וואס דער שווער האלט און וואס דער איידעם האלט. איך וואונדער מיר וואס די ווייב און די שוויגער האלטן. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן?

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:55 am

· #229299
דארט שרייבט איינער אז ווייסע זאקען האט א ענין על פי סוד. דאס איז טאטאלע בולשיט, ווייל אפילו עס איז דא א ענין צו טראגען ווייסע מלבושים, מיינט נישט אז מען ברויך טראגען קורצע הויזען. כאמור.

מאנסי חסיד » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:39 am

· #229742
ביידיוועי כווייס איינער וואס האט אינמיטן זימער זיך אויסגעטוהן די ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן און האט עס יעצט סוכות צוריק אנגעטוהן

אינטער ברימער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:51 pm

· #229973
ציבעלע-קיגל
אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

איך וואלט אייך געראטען דאס אויסצוטוהן וואס פריער וואס שנעלער.

א סגולה נפלאה ממש ווי די תהילים חצות קברי צדיקים מקוה וכדו' כוללים

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:28 pm

· #328719
לכבוד פסח, ווער איך גאר געוואויר אז אידן אין מצרים זענען אויך געגאנגען ווייסע זאקן (און פערטל שיך, און א גארטל און א רבישע שטעקן) 😛 😛

האט דאך דער קאלערינג בוכל "א הילף פארן קינד" יא געהאט א ווייטן בליק! 🙄

.
📎 שיך און זאקן.jpg

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:32 pm

· #328720
מקור?

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:48 pm

· #328725
פרעגסט מקורות? אפיקורס איינער 😕

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm

· #328731
פון וואו איז די בילד, כמו שלפני אדר שמרבין בשמחה צריך למעט מקודם כך קודם חג האמונה צריך למעט מקודם.

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:15 pm

· #328737
אה, דאס מיינסטו? א בפירוש'ער אויסשניט פון "דער איד" (שוין אפאר חדשים צוריק, אבער הקריאה מעורר הזמן)

פרייוויליג » מאנטאג אפריל 11, 2016 5:38 pm

· #328763
שוין דא צו באקומען שיינע האלבע שיך..
📎 photo12334184457677981.jpg
בלאט: 1 2 3