☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויסטוהן ווייסע זאקען

אויסטוהן ווייסע זאקען

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6215
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:41 pm

· #194456
גרוש
איך גיי מיט ווייסע זאקן,
און איך גלייך עס זייער שטארק
איך טראכט אפילו אז אויב כ'וועל מיר מוזן אויסטוהן, וועט מיר עס נישט שמעקן,

ווילאנג עס שמעקט נישט ווען דו טוסט עס אויס איז גוט 😛

יאיר » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:54 pm

· #194459
אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:55 pm

· #194460
דאס אז יעדער איד זיינס גלייכן גייט דערמיט, משא"כ ווייסע זאקן

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:06 am

· #194492
איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

חכם עתיק » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:43 am

· #194495
פערצופאל איך קוק עס אן זייער קאאל ווייסע זאקן.. שוין א לאנגע צייט וואס עס ציהט מיך..

אפשר מאכן מיר א חליפין?

יאיר » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:57 am

· #194505
תחת השמש
איך האב שטארק חשק זיך אנטוהן ווייסע זאקען. איך וויל זיין מער חסידיש, און איך קלער אז עס איז זייער שיין און שבת'דיג די ווייסע זאקען. מיין ווייב האלט אז עס איז משוגע, און פארוואס טראכט איך פון אזעלכע זאכען בכלל. אבער איך זעה אז אלע רעביס און בכלל חסידישע אידען וועמען איך בין מעריך האלטען יא דערפון און גיין אזוי, פארוואס זאל איך זיין אנדערש? וואס בין איך שולדיג אז ביי מיין חתונה האב איך נישט אזוי געפילט און איך האב עס נישט אנגעטוהן?
וואס האלט דער עולם?
איינער האט עפעס א פראקטישע עצה מען זאל מיר נישט אנקוקען פאני?

תשובה: לא לשנות. שלום ביתו עדיף מכבוד שבת.
הק' יאיר
פה בית הקפה

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:59 am

· #194507
וכאשר שאלו את רבי חיים, שליט"א, השיב במתק לשונו ובייחודיות המאפיינת את גדלותו בלא בלא בלא, ואמר בקצרה: "אולי".

ארבעס » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 11:59 am

· #194521
יאיר
אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

טלית קטן אין קאפעל שטייט אין שולחן ערוך. משא״כ זאקען.

ארבעס » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 12:01 pm

· #194522
עפל סיידער
איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

שוין איך בלייב דערמיט 😃

פישלע העררינג » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 12:10 pm

· #194524
ארבעס
יאיר
אויב אונזער ארבעס וועט אויסטון זיינע ווייסע זאקן ווייל ס'איז אים אומבאקוועם, וואס למשל וועט אים צוריקהאלטן פון אויסטון זיין טלית קטן אדער קאפל אויב ס'וועט אים ווערן אומבאקוועם?

טלית קטן אין קאפעל שטייט אין שולחן ערוך. משא״כ זאקען.

אין שלחן ערוך גאר? מראי מקומות פליז...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:24 pm

· #194535
אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

איך וואלט אייך געראטען דאס אויסצוטוהן וואס פריער וואס שנעלער.

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:29 pm

· #194537
דאס איז אנגענומען אז אוועקלויפן פון א פראבלעים פירט צו זייער שלעכטע ריכטונגען היינט ביסטו נישט באקוועם מיט ווייסע זאקן מארגן וועט דיר באדערן עפעס אנדערש וועסטו אויך אנטלויפן

די בעסטע וועג פראביר צו מאכן באקוועם מיט דיינע ווייסע זאקן אינאיינעם זוי ווי פריערט אראפ געברענגט

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 8:00 pm

· #194601
ארבעס
עפל סיידער
איך זעה נישט דער 'אויפגעקלערטקייט' פון אויסטון די ווייסע זאקען, אז דייקא די וואס זיכען ווייזען ברייטקייט זאלען אזוי קעמפן פאר דעם ארבעס עס אויסצוטון, איך ווייס פון עטליכע אידען וואס זיכען נאר פנימיות און גלייכען נישט קיין חיצוניות'דיגע מעשים האבען זיך פאר פרומקייט אויסגעטון די ווייסע זאקען, ואני הק' עפל סיידער טראכט אויך אזוי אז עס איז א ריכטיגע שריט,
נו!!!! רבותי אנהייבען קעמפן פאר ווייסע זאקען, @יאיר @לעיקוואד ארויף מיט די זאקען !

שוין איך בלייב דערמיט 😃

👍 👍
שוין לאנג נישט געהאט אזא גיטע געפיל, מאכען נאך א יוד אויפגעקלערט נאכדערצו אויף אזא גרינגע און שנעלע מיטל.

ראש כבש » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:03 am

· #194629
איך עפען א נייע ניק פאר דעם אשכול משום טעכנישע סיבות.
@ארבעס עמך אנכי בצרה,
איך בין פון א משפחה וואס איז שטארק אקטיוו און איינע פון אזויגערופענע חסידותען.
איך תהלה לקל האב ב״ה אן אייגען לעבן און מיין לעבן איז נישט געבויט אלץ נאך א שטיקעל פלייש צו די חסידות.
דאס איינציגסטע זאך וואס איך בין נאך געבליבען איז דיע נערישע יונפורם פון די קורצע הויזען און די ווייסע זאקען.
יעדען שבת עקסטער גייט מיר עס אויף די נערווען.
אפשר מאך מיר א חברותא טובים השנים,לאמיר צוזאמען אויסטוהן די זאקען לאמיר זעען וויאזוי סגייט דיע שבת אויב פילען מיר גאר גוט דעמאלס קענען מיר נאך קויפען שיינע הויזען אויף פסח, און אפשר גאר שיינע סטייל שיך.
וואס זאגסטו ארבעס א דיעל ?

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:41 am

· #194631
ציבעלע-קיגל
אדרבה טוה עס אויס אפי' אסאך בהמות וועלן זאגן אז דו ביזט א שיגץ אבער עס מוז נישט זיין.
איך קען גראדע אפאר אינגעלייט וואס האבן עס אויסגעטוהן אבער בעיקר איינער וואס איך קען שוין 30 יאר בערך. און ער פלעגט אלעמאל זיין א פרייליכע א שטיקל לץ אבער זייט זיין חתונה איז ער געווארן זייער א דיפרעסטע מרא-שחורה דיגע מענטש. ער האט מער קיינמאהל נישט אפי' געשמייכעלט.

אבער בערך 6 יאהר נאך זיין חתונה האט ער אויסגעטוהן די ווייסע זאקען און עס איז געווען ווי א נס... ער איז צוריק געווארען די זעלבע אלטער לץ א לעבעדיגער א פרייליכער.

אה, ממש דברים של טעם,
כ'האב אויך א חבר, ער איז זייער דיפרעסט לעצענס, כ'האב עס תולה געווען אין זיין שלום בית, פרנסה, נחת פון די קונדער,
כ'האב געוויסט עיהם צו העלפן וועט זיין שווער, שיקן פאר העלף, טרעפן א נייע דזאב, וגו'

אבער אינמיטן העלן טאג איז @ציבעלע אויפגעקומען מיטן געדאנק,
זיין דיפרעסיע האט גארנישט מיט שלום בית אדער פרנסה, ס'האט מיט איין זאך, איינמאל א וואך גייט ער לאנגע גאטשעס, דא שטעקט זיין דיפרעסט קייט, כ'גיי עיהם שוין יעצט רופן זאגן די לעזונג,
כ'בין זיכער ער גייט זיין א נייע מענטש

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:00 am

· #194668
ראש כבש
איך עפען א נייע ניק פאר דעם אשכול משום טעכנישע סיבות.
@ארבעס עמך אנכי בצרה,
איך בין פון א משפחה וואס איז שטארק אקטיוו און איינע פון אזויגערופענע חסידותען.
איך תהלה לקל האב ב״ה אן אייגען לעבן און מיין לעבן איז נישט געבויט אלץ נאך א שטיקעל פלייש צו די חסידות.
דאס איינציגסטע זאך וואס איך בין נאך געבליבען איז דיע נערישע יונפורם פון די קורצע הויזען און די ווייסע זאקען.
יעדען שבת עקסטער גייט מיר עס אויף די נערווען.
אפשר מאך מיר א חברותא טובים השנים,לאמיר צוזאמען אויסטוהן די זאקען לאמיר זעען וויאזוי סגייט דיע שבת אויב פילען מיר גאר גוט דעמאלס קענען מיר נאך קויפען שיינע הויזען אויף פסח, און אפשר גאר שיינע סטייל שיך.
וואס זאגסטו ארבעס א דיעל ?

מסכים.
מוצאי שבת עמיר פאויסטען אלע ביידע ווי אזוי ס,געגאנגען.
א דיעל?

ראש כבש » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:17 am

· #194673
איך זעע אז סאיז דא ניקס וואס זענען זייער צושרויפט פון דיע אקט וואס @ארבעס גרייט זיך צוטוהון, זיי זענען מקיים ״אין עונשין אא״כ מזהירין, זיי געבען דעם באוואסטע אלטע התראה וואס די בעשה"ק האט מתקן געווען,און אונזערע געטרייע מנהיגים ממשיכי דרכו זענען זיך כסדר מחזק און דעם דרך, ״מגייט זיך מיט דיר נישט משדך זיין
דיע ניקים זענען נישט יוניק און דעם, סאיז דא טויזענטע פון דיע סארט, צושפרייט איבער די הויעכע פרענטשיס פון, סקווער, וויזניץ, בעלז, באבוב,וא״א לפורטם כי רבים הם.
איינער פון די יסודות וואס די בעשה״ק האט מחדש געווען איז, אז איעדע תלמיד זיינע זאל אוועקשטעלען א דרעסס קוד, און ווער סגייט נישט נאך די דרעסס קוד איז פשוט משוגע, ער פארשטייט אנדערש ווי די רבי, אז די רבי פארשטייט אז א בחור ברויעך גיין מיט שווארצע זאקען שבת, און סמאכטעך א מענטש וואס טראכט מה לי לצרה הזאת, מוז זיין עפעס זייער ראנג מיט דיע מענטש ער טראכט אנדערש ווי די רבי, נוא אז ער איז טאקע אזוי משוגע ווער וועט עם נעמען פאר א חתן ער גייט דיך מיט לאנגע הויזען ער איז א פלעינע משוגענער.
ווער רעדט נאך אויב א יונגערמאן שטייט אויף איין טאג און איז מחליט ער וויל נישט גיין מיט שארטס ער וויל גאר גיין מיט א לאנגע הויזען, אדער ער וויל נישט גיין מיט boots ער וויל גאר גיין מיט איך ווייס וואס, אזא איינער מוז שוין זיין דעפרעסעד אוכט, וואו קומט בכלל צו אונזער א יונגערמאן אזוי צו טראכטען, לאמיר גיין רעדן צו עם, לאמיר עם זאגען אז קיינער וועט זיך מיט עם נישט משדך זיין, והיה אז מהאט עם געווארענט און ער האט נישט געפאלגט, פארשרייבט מען עם און די פנקס החסידות אלס א מורד, און א משוגענער,והא ראיה די רבי פארשטייט איין זאך און ער פארשטייט אנדערש.
ליידער ליידער התגברה הצרות,ירידת הדורות,און די דרך הבעש״ט ווערט נעבעך נשתכח, לולי הותיר לנו, דיע געציילטע גרויסע מנהיגים, וואס האבען באמת ארויס די טיפקייט פון דרך הבעל שם, און זיי ראטעווען מה שניתן להציל און זיי שטעלען צוריק די גדרים פון די פארשידענע סארט יוניפארמס, פאר די בחורים און יונגעלייט, און שטעלען אוועק וואס דארף זיין אויב איינער טוט זיך נעבעך אהן אנדערש.
סבלייבט איבער צוזאגען ב״ה אשר לא השבית גואל.

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 11:15 am

· #194684
ראש כבש. איך וואלט דיר געגעבן א לייק. וווען די ברענגסט נישט די בעל שם טוב.
איך פארשטי די בעל שם האט געוואיונט אין א דארף. ווי למשל א באנגעלוי קאלאני.
ער האט נישט געהאט אזויפיל חסידים געוואיונט אין זיין דארף. רוב כלל ישראל איז געווען בשפל המצב. הן ברוחניות, השכלה וכדומה.
בגשמיות אוודאי. אוי אוי מאשקעס פריצים. פאגראמען. עס איז נישט געוועהן א וועלט פין תורה ועבודה אזוי ווי היינט.

בעל הבית » פרייטאג אפריל 4, 2014 11:30 am

· #194685
אפשר וואלט ווען געווען כדי צו פרעגן א אדם גדול א נאטראלע רב ראש ישיבה, געקעלרט האב איך אמאל אז אפשר מיט די זאקן עגמ''נ קומנט מען אפ אנדרע צורות רח''ל, ווער ווייסט,? לכאורה איז דאס א נערישע מהלך, אבער דאך ,גיי ווייס

חביבי » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:26 pm

· #194728
עס איז שוין באלד 2 שעה צום זמן לאז וויסען וואס איז געבליבען.

שטילע אינגערמאן » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:52 pm

· #194731
לכבודו פונעם אשכול אין לכבודו פון דער דעבאטע, האב איך שוין אנגעטוען מיין ווייסע זאקן אין געגאנגען צום ערשטען מאל טוען די ווייסע זאקן ער"ש שאפינג מיט א גרויסען שמייכעל.
איך ווייז ארויס וועלעכע זייט איך האב גענומען אונעם דעבאטע.

אי"ה נאך שבת וועל איך דרוקען טי-שירטס פאר אונזער פארטיי ארויס צו ווייזען אונזער שטארקע שיטה.
די טי-שירטס וועט שטיין אויף געשריבען "איך גיי ווייסע זאקן אין איך בין צופרידען דערמיט"

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:01 pm

· #194735
חביבי.
די ווילסט אויך אויסטיהן?
אדערווייל זיך איך שיינע לאנגע שווארצע הויזען אין איך טרעף נישט.
מיט געשטרייפטע בלויע סוט הויז וויל איך נישט גיין שבת.
עמער דאס לאזען אויף שבת הגדול?........

בעל הבית » פרייטאג אפריל 4, 2014 5:10 pm

· #194737
אז די שטיפסט עס אפ, מיינט אז די גייסט עס נישט אוסטהון, איך שווער מיך שון אפאר יאר יעדע מוצ''ש, אז די קומעדיגע וואך לאנגע הויזן, שון געקופט שיינע נארמאלע שיך קערצער געמאכט די באקיטשע, אבער ביז עס קומט נאכאמאל פרייטאג

ארבעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 6:23 pm

· #194747
וואס האלט דיך צוריק?

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 5, 2014 10:33 pm

· #194757
משפחה,בית המדרש,שכינים, סתם מענטשן, מה יאמרי הברוית

נאך א פשט » מוצ"ש אפריל 5, 2014 10:35 pm

· #194758
פאר אוועק פאר א שבת און נאכדעם די קומענדיגע וואך קום אין בית מדרש מיט לאנגע הויזן און זאג פארן עולם אז האסט זיך געכאפט גלייך פארן זמן אז האסט איבערגעלאזט די קארצע הויזן דארט ווי די ביסט געווען די פאריגע שבת.
איינמאהל די גייסט איין וואך מיט לאנגע הויזן וועט שוין זיין סאך גרינגער ווייטער צו גיין די קומענדיגע שבתים

לאליפאפ » מוצ"ש אפריל 5, 2014 10:44 pm

· #194762
איין זאך נאר ארבעס, טאמער טוסט דיר עס אויס עסטו מוזן עפענען א נייע ניק דא משום גילוי..

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 5, 2014 10:48 pm

· #194766
שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,

בכלל איז נישטא קיין 10 צווילזירטע מענטשן מאז הותוה לגוי וואס האבן אוסגעטהון די זאקן

נאך א פשט » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:10 pm

· #194772
בעל הבית
שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,


פרוביר עס. שפיל די געים וואס איך האב דיר ג'עצה'ט, לאז פאלן אזאכע ווערטער דארך שבת ווי "עס קוקט נישט אויס אזוי שלעבט" און "איך מיין איך האב עס ליב אזוי" און זעה ווי אזוי דער עולם ריעקט.

ארבעס » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:31 pm

· #194781
בעל הבית
שטותים , ביי מיר ארבעט עס נישט אזוי, למשל ווען איך פאר שבת ארוס פין שטאט גיי איך לאנגע הויזן, קאנטרי, האטאל וכדומה, אבער אינדערהיים גייט עס נישט דא דאווען איך מיט די זעלבע 20 מענטשן די זעלבע בלאק יעדער וועט מיך זאגן ביסטו אינגאנצן משוגע געווארן, ס'איז דיר אזוי גיט געשטאנען,

בכלל איז נישטא קיין 10 צווילזירטע מענטשן מאז הותוה לגוי וואס האבן אוסגעטהון די זאקן

איך פארשטיי נישט.
ווי לאנג וועסטי לעבן מיט דעם שירצעל מה יאמרו הבריות.

ארבעס » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:32 pm

· #194783
לאליפאפ
איין זאך נאר ארבעס, טאמער טוסט דיר עס אויס עסטו מוזן עפענען א נייע ניק דא משום גילוי..

גערעכט.
אויך אין פסח איז דער ניק נישט אויסגעהאלטען. חמץ.

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:38 pm

· #194786
איך פארשטיי נישט.

ווי לאנג וועסטי לעבן מיט דעם שירצעל מה יאמרו הבריות.[/quote]

די גאנצע אוסטהון איז דאך אויך וועגן מענטשן, נישט אזוי ?

ארבעס » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:40 pm

· #194787
ניין. איך בין אימבאקווען.

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:49 pm

· #194790
ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט

ביבער » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:52 pm

· #194791
סקווירער רבי האט דעס אלעס פאראויס געזעהן און האט באצייטנס געהייסן זיינע חסידים אנטהון בוצעס, אין סקווירא הערט מען טאקע נישט אז א אינגערמאן זאל אויסטהון ווייסע זאקן.

בעל הבית » מוצ"ש אפריל 5, 2014 11:54 pm

· #194792
אדער אין בעלזא שווארצע

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 12:10 am

· #194796
בעל הבית
ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט

איך וויל דיר פרעגן.
א אינגערמאן וואס האט חתונה אין מתחילה גייט ער לאנגע הויזען, נישט ווייסע זאקען, איז דאס ציליב מה יאמרו הבריות?

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 12:12 am

· #194797
בעל הבית
אדער אין בעלזא שווארצע

אבער אין בעלז ווייס איך אסאך וואס זענען געגאנגען אלס בחור אין אויסגעטויהן ביים חתונה.

לאליפאפ » זונטאג אפריל 6, 2014 12:21 am

· #194800
ברעיקינג: איך האב באקומען א באריכט אז ארבעס האט דעי מינוט אויסגעטוהן די ווייסע זאקן.

יין שרף » זונטאג אפריל 6, 2014 1:19 am

· #194804
איך האב מיר אויך אויסגעטוהן די ווייסע זאקן די וואך, די גאנצע ביהמ"ד האט געלאכט אז איך גיי בארוועס...

בעל הבית » זונטאג אפריל 6, 2014 1:27 am

· #194805
ארבעס
בעל הבית
ווי אזוי אנדרע קוקן אויף דיר, וואס פאר א רושם די געסט

איך וויל דיר פרעגן.
א אינגערמאן וואס האט חתונה אין מתחילה גייט ער לאנגע הויזען, נישט ווייסע זאקען, איז דאס ציליב מה יאמרו הבריות?


ניין,אבער עני שריט וואס מענטש נעמנט איז עפעס אנדרזש,

George » זונטאג אפריל 6, 2014 2:31 am

· #194812
ארבעס
ניין. איך בין אימבאקווען.



די שאלה איז וואס מיינט אומבאקוועם.

ווען איינער זאגט עס איז מיר אומבאקוועם קען מיינען פיזישע אומבאקוועמליכקייטן למשל ס'דריקט קוועטשט וכדומה, אסאך מאהל קען אבער אומקבאקוועם מיינען אומבאקוועם וויזוי מ'זעהט אויס, און ס'איז גארנישט ראנג מיט דעם, לאפוקי פון עטליכע דא וואס זאגן געב נישט קיין דעקל וואס יענער זאגט, רוב וואס זאגן דאס דאנט פרעקטיס וואט דעי פריטש, א מענטל געזונטער מענטש וואס איז מעורב בן הבריות גייט "יא" אהן וואס ארומיגע זאגן וועגן קליידער, אויפפירוג א.ד.ג. פארשטייט זיך ווען מ'נעמט עס נישט צו אן עקסטרים.

איך קען א יונגערמאן וואס האט נאך די חתונה שטארק קאמפלעינד ווי אומבאקוועם די ווייסע זאקן זענען, זיין ווייב האט אים געזאגט אז זי האט עס ליב, ער האט געטרייט עטליכע שיך ביז ער האט זיך צוגעוואוינט, און יעצט נאך א יאר האט ער עס אויך ליב.

בנוגע ל'אויס טוהן, ווענד זיך אסאך צן דיינע ברודערס /שוואגערס גייען מיט ווייסע זאקן, טאמער נאכן אויסטוהן גייסטו זיין אנדערש ווי א גרויס חלק פון דיינע סיבלינגס גייט כסדר ארויסשרייען די חילוק, וואס איז נישט אזוי בא'טעמט. ווי אויך ווענד זיך עס היבש מיט וועלכע מין טייפ די דרייסט זיך, חבירים, ביהמ"ד, וכדומה, אויב גייסטו יעדע שטיק צייט נאכאמאהל הערן דערפון (געדעקסט נאך ווען ארבעס איז געגאנגען מיט ווייסע סמייטע פוס?... וואס? נאכאלס נישט פארגעסן דערפון?) האב איך מורא העסט שוין חרטה האבן אויפן טויש.

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 11:36 pm

· #194988
איך האלט מען זאל עפענען א נייע אשכול וואס רופט זיך ״מה יאמרו הבריות״
איך האב געליינט אן ארטיקעל לעצטענס פין א אדם חשוב, א שטודיע ווייזט אהן אז קינדער פין משפחות וואס וואוינען אין געמישטע געגענטער פין פרומע אין אויך אסאך גוים , וואקסען אויף ערליכע, משא״כ קינדער פין משפחות אין לויטער אידישע פרומע געגענטער לעבט מען אלץ פאר יענעם, נישט ריכטיג פנימיות.

George » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:08 am

· #194992
זייער אינטערעסאנט. מקור ביטע.

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:51 am

· #195003
חב''ד שליחם קינדער.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אפריל 7, 2014 9:28 am

· #195014
משה, דאס ביזסטו? אם סאררי ביזט גערעכט טו שנעל צוריק אן די ווייסע זאקען וועל איך דיר געבען א דזאב

ראש כבש » מאנטאג אפריל 7, 2014 3:01 pm

· #195082
@ארבעס צוריק צום נושא פון אויסטוהן.
איך האב געטראכט צוויי מהלכים וויאזוי אנצופאנגען צוביסלעך.
א)
אפשר זאל מען קויפען א גערער הויזען וואס איז אביסעל לענגער פון די ווייסע זאקען הויזען, אזוי וועט מען צוביסלעך לענגער מאכען די הויזען און קערצער מאכען די זאקען, און שלבים צוביסלעך, בדומה צו וואס @שמעקעדיג האט געצהט אז סלוינט זיך צוגיין צוביסלעך.
ב)
טוה נישט אויס די ווייסע זאקען אפילו מיט א לאנגע הויזען, לאז נאך די ווייסע זאקען אונטער די הויזען.
אזוי אויב איינער קאנפראנט דיך, קענסטו אייביג אונטערהייבען די הויזען, און ווייזען פאר יענעם אז בפנימיות גייסטו נאך יא מיט ווייסע זאקען.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 7, 2014 5:56 pm

· #195105
אדער טוה עס אין סטעפס. הויב און ביי ווייס, נאכדעם גרוי, קענסט אפילו דורכגיין די פופציג שאטענעס פון גרעי.

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 8, 2014 8:54 pm

· #195369
אשפ"ג, געפילטע
אבער אונזערע געשעפטן פארקויפן נישט די אלע שאטנס, וואו קען מען זיי פארשאפן?..

דזשאסט פאר די רעקארד, איך פערזענליך האלט אז ווייסע זאקן שבת האט א חסיד'ישן חן, סאו אויב איינער וויל מיר געפעלן, זאל ער נישט טראכטן פון זיי אויסטון.

איינגעמיירעט » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:29 am

· #195415
איך זעע אויך דערין א געוואלדיגע חן.
בוט for some reason האט עס נור א חן אויף מיין חבר׳ס פוס,אבער נישט אויף מיינס.
בלאט: 1 2 3