☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » דעת האדמורי"ם מסאטמאר איבער "כינוס כלל ישראל"

דעת האדמורי"ם מסאטמאר איבער "כינוס כלל ישראל"

126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #620
בלאט: 1 2 3

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 3:59 pm

· #11605
דעת האדמורי"ם מסאטמאר איבער "כינוס כלל ישראל"
מיין מיינונג
וואס האלט דער עולם? וועט זיך אדמו"ר מהר"א מסאטמאר יא צושטעלן צום כינוס בסופו של דבר? עס איז איראניש צו טראכטן אז ער וועט בלייבן אינדערויסן דערפון און זינגן דעם זעלבן ניגון ווי די בני יואל'ער מיט אלתר משה גאלדבערגער זינגן.

מ'שטיינס געזאגט אז נאך די יארן פון שווערע באשולדיגונגס אין זיין ריכטונג אז ער צעברעכט דעם סאטמאר'ן כח ההתבדלות מיטן גיין באזוכן אלע אגודיסטישע רבנים, וועט ער פלוצלינג פראווענען א קנאי'שער אקציע, און דערקלערן אז מ'מוז זיך מתבדל זיין.

לפי ידיעתי האט האדמו"ר מהר"א שליט"א פאר קיינעם נישט ערווענט אז ער האט א פראבלעם אלס קנאות חלק, וואס ער האלט באמת אלס חלק הקנאות ווייס איך נישט, אבער ער האט געהאט אנדערע פראבלעמען בנוגע דעם, ובעיקר העולה על כולנה אז ער האלט אז דער רבי דער דברי יואל זי"ע וואלט נישט געשיקט דעם ציבור אהין, ווער עס וויל מחולק זיין קען מחולק זיין מיט אים, אבער עכ"פ ער פילט אז ער קען נישט שיקן זיין ציבור אהין

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 4:02 pm

· #11606
דער דברי יואל וואט אפשר נישט געדארפט שיקן דעם עולם אהין. דער רבי איז געווען א קדוש וטהור, אויסגעוואשן אידישע הערצער מיט זיינע הייליגע תורות און דרשות, ער וואלט געקענט אליינס קער נעמען פון זיין קהילה און אפילו פון אנדערע אויך. ווי קען איינער דאס פארגלייכן צו היינט ??

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 5:44 pm

· #11643
פין האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א איז נישט דא קיין שום אפציאלע סטטעטמענט
איבער דעם כינוס ער האט זיך נישט געלאזט הערן זיין מיינונג אויף קיין שום פארום

ס'קוקט מיר אויס ער איז אין די בחינה פין אוי לי אומר אוי לי אם לא אומר
ער וויל ער עס נישט אונטער האקן דעם כינוס ווייל למעשה גייט מען דארט אויף טיען
די אנדערע וואס זענען קעגן שרייען ס'איז כפירה אין מינות וואס האדמו"ר מסטאמאר שליט"א מהר"א נעמט בכלל נישט אזא שטעלנונג פארקערט ער האט מחזק געווען די עסקנים
אין ער וויל נישט שיקן אהין זיין ציבור ווייל ער האלט אז די רבי ז"ל וואלט אהין נישט געלאזט
גיין דעם סאטמאר'ערן ציבור

ממילא טוט עס האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א איגנארירן אינגאנצען דערווייל

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 5:45 pm

· #11644
זר זהב
דער דברי יואל וואט אפשר נישט געדארפט שיקן דעם עולם אהין. דער רבי איז געווען א קדוש וטהור, אויסגעוואשן אידישע הערצער מיט זיינע הייליגע תורות און דרשות, ער וואלט געקענט אליינס קער נעמען פון זיין קהילה און אפילו פון אנדערע אויך. ווי קען איינער דאס פארגלייכן צו היינט ??

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 5:49 pm

· #11645
זר זהב
זר זהב
דער דברי יואל וואט אפשר נישט געדארפט שיקן דעם עולם אהין. דער רבי איז געווען א קדוש וטהור, אויסגעוואשן אידישע הערצער מיט זיינע הייליגע תורות און דרשות, ער וואלט געקענט אליינס קער נעמען פון זיין קהילה און אפילו פון אנדערע אויך. ווי קען איינער דאס פארגלייכן צו היינט ??

דא קומט בכלל נישט אריין קדושה וטהרה
די רבי ז"ל האט געהאט א שיטה דערביי פין נישט אויס מישן דעם סאטמאר'ערן ציבור מיט דעם פרעמדן ציבור ער האט מורא געהאט פין די פרעמדע השפעה
נאך דער צי א פלאץ ווי מען האט בשיטה נישט געטארט רעדן אויף ציונית האט די רבי געהאלטן טאר מען נישט אהין גיין
ווייל די רבי ז"ל האט אנגעקוקט ציונית אלץ די גרעסטע קליפה בדורינו אלה ( ס'קען זיין ער איז געווען פארנאטיש צי וואן טרעק מיינדעד אבער אזוי האט ער געהאלטן )

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 5:53 pm

· #11646
האט אנגעקוקט ציונית אלץ די גרעסטע קליפה בדורינו אלה

דאס איז געווען בעפאר אינטערענעט, דער אינטערנעט איז פי כמה א גרעסערער קליפה בדורינו (פראקטיש גערעדט)

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 5:56 pm

· #11647
זר זהב
האט אנגעקוקט ציונית אלץ די גרעסטע קליפה בדורינו אלה

דאס איז געווען בעפאר אינטערענעט, דער אינטערנעט איז פי כמה א גרעסערער קליפה בדורינו (פראקטיש גערעדט)

לערן דעם רבי'נס תורות מיט ויואל משה וועסטו מיר זאגן וואס ער האט געהאלטן
פארגעס נישט די רבי האט געהאלטן אז 2 וועלט מלחמה ווי מען אויס גע'הרג'ט 6 מיליאן יודען איז געוקמען וועגן נעמן א מדינה פאר די צייט

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 5:58 pm

· #11649
דער ויואל משה איז ארויסגעקומן פארן חורבן האינטערנעט.

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 6:01 pm

· #11650
און דריי נישט קיין קאפ וועגן זיין מורא אויף וואס די רבי וואלט געטון... וואלט זיך דער רבי געטראפן מיט'ן בעלזער ? וואלט זיך דער רבי משדך געווען מיט'ן וויזניצער ?

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 6:06 pm

· #11652
זר זהב
און דריי נישט קיין קאפ וועגן זיין מורא אויף וואס די רבי וואלט געטון... וואלט זיך דער רבי געטראפן מיט'ן בעלזער ? וואלט זיך דער רבי משדך געווען מיט'ן וויזניצער ?

די רבי האט זיך געטראפן מיט חברי הכנסת הכלל ?
מיט דעם אלעם האט די רבי נישט געוואלט מען זאל זיך מישן

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 6:07 pm

· #11654
וואס מיינט מישן ?

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 6:12 pm

· #11656
זר זהב
וואס מיינט מישן ?

הער אויס שאפראנער רב שליט"א שלש סעודות תורה

גדעון » זונטאג מאי 13, 2012 6:15 pm

· #11657
מיין טעאריע: מהרז"ל קען באשטיין אינמאהל פאר אלעמאהל פטור צו ווערן פון די פארשידענע פראקציעס למיניהם וואס האבן זיך אריינגעזעצט אין זיין קהלה אנפאנג פון די סאטמארע טיילונג ווי בני יואל, נטורי קרתא, און סתם אידן וואס וועלן זיך קיינמאהל נישט אינטערוואפן אינטער זיין און זיינע דיינים'ס אויטאריטעט.
זיי האבן זיך געשפירט באקוועהם און די זלונישע בתי מדרשים, אבער האבן זיך קיינמאהל נישט ציגעשטעלט צו די חסידות, זיי האבן פראבירט און טיילמאהל מיט סוקסעס ארויפגעצווינגען זייערע עקסטרעמע שיטות, אבער ציגעגעבן צי די קהילה האבן זיי גארנישט.
יעצט שפירן זיי זיך אויסגעשפילט ווען מהרז"ל טוט וואס ער און זיין בי"ד פארשטייען און רעכענען זיך נישט מיט זיי. איך גלייב נישט אז ר' זלמן לייב וועט פארלירן ווען זיי וועלן זיך אלע אפטראגן, אויב עפעס וועט ער נאר פארדונען דערפון.

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 6:21 pm

· #11660
זלמן זאפיר
זר זהב
וואס מיינט מישן ?

הער אויס שאפראנער רב שליט"א שלש סעודות תורה

שאפראנער רב דאווענט אין א בית חב"ד ?

יור מיססינג די פוינטץ שאפראנער רב מיינט עס ערענסט, צי ער איז גערעכט צי נישט קען מען דעבעיטען. מהר"א אבער מיינט עס כלל נישט ערענסט.

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 6:22 pm

· #11662
גדעון
מיין טעאריע: מהרז"ל קען באשטיין אינמאהל פאר אלעמאהל פטור צו ווערן פון די פארשידענע פראקציעס למיניהם וואס האבן זיך אריינגעזעצט אין זיין קהלה אנפאנג פון די סאטמארע טיילונג ווי בני יואל, נטורי קרתא, און סתם אידן וואס וועלן זיך קיינמאהל נישט אינטערוואפן אינטער זיין און זיינע דיינים'ס אויטאריטעט.
זיי האבן זיך געשפירט באקוועהם און די זלונישע בתי מדרשים, אבער האבן זיך קיינמאהל נישט ציגעשטעלט צו די חסידות, זיי האבן פראבירט און טיילמאהל מיט סוקסעס ארויפגעצווינגען זייערע עקסטרעמע שיטות, אבער ציגעגעבן צי די קהילה האבן זיי גארנישט.
יעצט שפירן זיי זיך אויסגעשפילט ווען מהרז"ל טוט וואס ער און זיין בי"ד פארשטייען און רעכענען זיך נישט מיט זיי. איך גלייב נישט אז ר' זלמן לייב וועט פארלירן ווען זיי וועלן זיך אלע אפטראגן, אויב עפעס וועט ער נאר פארדונען דערפון.

גם אני בחלומי איך האלט פונקט אזוי

האדמו"ר מהרז"ל האט זיך צי געקוקט ווי פעסט זיין ברידער האדמו"ר מהר"א פירט זיין חסידות קיינער וואגט זיך נישט איין צי טיילן מהר"א ווי אזוי צי פירן זיין חסידות
אין מהרז"ל האט באקומען קנאה אינעם ברידער'ס סטייל הנהגה אין ער קען אויך באשטיין פטור צי ווערן פין אלע בני יואל אין סוקריקים

האט ער גענימען א ווילדען דריי אויף לינק'ס איינמאל אויף צישאקלן דאס חסידות אין ווייזן ווער עס איז באמת אין קאנטראל

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 7:25 pm

· #11673
זר זהב
זלמן זאפיר
זר זהב
וואס מיינט מישן ?

הער אויס שאפראנער רב שליט"א שלש סעודות תורה

שאפראנער רב דאווענט אין א בית חב"ד ?

יור מיססינג די פוינטץ שאפראנער רב מיינט עס ערענסט, צי ער איז גערעכט צי נישט קען מען דעבעיטען. מהר"א אבער מיינט עס כלל נישט ערענסט.

ר' אהרן מיינט דעם ניין פונקט אזוי ערנסט, ווי ר' זלמן לייב מיינט דעם יא
אזוי האלט איך לדעתי

ברוין » זונטאג מאי 13, 2012 7:34 pm

· #11675
זר זהב. איך וואלט נישט אזוי שנעל געשאסן פיילן אויב ווייס איך אז יעדע שאס פליט אין צוויי ריכטונגען. יעדע שאלה וואס דו שטעלסט דא, גייט פארן ראב"ד,מנשה פילאף, פונקט אזוי.
איך וואלט שטיל געווען אזא צייט

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 7:37 pm

· #11676
ברוין
זר זהב. איך וואלט נישט אזוי שנעל געשאסן פיילן אויב ווייס איך אז יעדע שאס פליט אין צוויי ריכטונגען. יעדע שאלה וואס דו שטעלסט דא, גייט פארן ראב"ד,מנשה פילאף, פונקט אזוי.
איך וואלט שטיל געווען אזא צייט

די שנאה צי האדמו"ר מסטמאר שליט"א מהר"א מאכט אים פארזעהן פאקטן וואס טוט זיך אינערהאלב די ריס ביי האדמו"ר מהרז"ל ווי א יעדער ציט אן אנדערע ריכטנוג

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 7:50 pm

· #11678
דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'גייט טוט א גוטע זאך.

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 7:51 pm

· #11679
יידל
דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'גייט טוט א גוטע זאך.

וועלכע רבי

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 7:52 pm

· #11680
זר זהב
און דריי נישט קיין קאפ וועגן זיין מורא אויף וואס די רבי וואלט געטון... וואלט זיך דער רבי געטראפן מיט'ן בעלזער ? וואלט זיך דער רבי משדך געווען מיט'ן וויזניצער ?

פון דיינע קשיות קוקט אויס אז האדמו"ר מהר"א איז ביי דיר אינגאנצן אפגעפרעגט, נו וואס אינטערעסירט דיך בכלל וואס ער האלט בנוגע די אסיפה? פונקט ווי מיך אינטערעסירט נישט וואס הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש האלט בנוגע די אסיפה (כבודו במקומו מונח)

וואס א נפק"מ צו ער מיינט ערנסט צו נישט, לדעת זיינע שונאים האט ער שוין ערגערע זאכן ווי דעם געטון, נו הו קעירס וואס ער האלט דא, האט ער איינעם עפעס מחייב געווען?

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 7:53 pm

· #11681
ברוין
זר זהב. איך וואלט נישט אזוי שנעל געשאסן פיילן אויב ווייס איך אז יעדע שאס פליט אין צוויי ריכטונגען. יעדע שאלה וואס דו שטעלסט דא, גייט פארן ראב"ד,מנשה פילאף, פונקט אזוי.
איך וואלט שטיל געווען אזא צייט

וויאזוי גייט עס 2 זייטן ? זיי מסביר

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 7:54 pm

· #11682
שרייבער
זר זהב
און דריי נישט קיין קאפ וועגן זיין מורא אויף וואס די רבי וואלט געטון... וואלט זיך דער רבי געטראפן מיט'ן בעלזער ? וואלט זיך דער רבי משדך געווען מיט'ן וויזניצער ?

פון דיינע קשיות קוקט אויס אז האדמו"ר מהר"א איז ביי דיר אינגאנצן אפגעפרעגט, נו וואס אינטערעסירט דיך בכלל וואס ער האלט בנוגע די אסיפה? פונקט ווי מיך אינטערעסירט נישט וואס הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש האלט בנוגע די אסיפה (כבודו במקומו מונח)

אדמ"ר מהר"א איז ביי מיר נישט אפגעפרעגט און אויך נישט נישט אפגעפרעגט. זיין שטעלומג לגבי דעים כינוס האט גארנישט מיט רבי'ן זי"ע , דאס אלעס וואס איך זאג.

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 7:55 pm

· #11683
שרייבער
יידל
דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'גייט טוט א גוטע זאך.

וועלכע רבי

איך ווייס נישט. מ'האלט אין איין רעדן דא פון "די רבי" האב איך געטראכט איך וויל נישט זיין דיפערענט.

אורח » זונטאג מאי 13, 2012 7:55 pm

· #11684
זלמן זאפיר
גדעון
מיין טעאריע: מהרז"ל קען באשטיין אינמאהל פאר אלעמאהל פטור צו ווערן פון די פארשידענע פראקציעס למיניהם וואס האבן זיך אריינגעזעצט אין זיין קהלה אנפאנג פון די סאטמארע טיילונג ווי בני יואל, נטורי קרתא, און סתם אידן וואס וועלן זיך קיינמאהל נישט אינטערוואפן אינטער זיין און זיינע דיינים'ס אויטאריטעט.
זיי האבן זיך געשפירט באקוועהם און די זלונישע בתי מדרשים, אבער האבן זיך קיינמאהל נישט ציגעשטעלט צו די חסידות, זיי האבן פראבירט און טיילמאהל מיט סוקסעס ארויפגעצווינגען זייערע עקסטרעמע שיטות, אבער ציגעגעבן צי די קהילה האבן זיי גארנישט.
יעצט שפירן זיי זיך אויסגעשפילט ווען מהרז"ל טוט וואס ער און זיין בי"ד פארשטייען און רעכענען זיך נישט מיט זיי. איך גלייב נישט אז ר' זלמן לייב וועט פארלירן ווען זיי וועלן זיך אלע אפטראגן, אויב עפעס וועט ער נאר פארדונען דערפון.

גם אני בחלומי איך האלט פונקט אזוי

האדמו"ר מהרז"ל האט זיך צי געקוקט ווי פעסט זיין ברידער האדמו"ר מהר"א פירט זיין חסידות קיינער וואגט זיך נישט איין צי טיילן מהר"א ווי אזוי צי פירן זיין חסידות
אין מהרז"ל האט באקומען קנאה אינעם ברידער'ס סטייל הנהגה אין ער קען אויך באשטיין פטור צי ווערן פין אלע בני יואל אין סוקריקים

האט ער גענימען א ווילדען דריי אויף לינק'ס איינמאל אויף צישאקלן דאס חסידות אין ווייזן ווער עס איז באמת אין קאנטראל

ס'גאנץ א גוטע תורה,אבער ווייט פון ריאליטעיט, פאר ווער ס'האט מיטגעהאלטען איז מהרז"ל געווען היפש סקעפטיש איבער די גאנצע זאך אבער ער האט געהאט גרויס דרוק סיי פון דיינים א שטייגער ווי ר' שלמה לייב וו"ב ר' משה מנחם טירנויער ר' חיים דוד כ"ץ ווי אויך פון ר' טודרס זילבער אין סיי פון עסקנים א שטייגער ווי ר' יצחק שטערן, איך מיין אז קיין איינער פון די אויבען דערמאנטע זענען נישט נחשד צו זיין לינקע

בכלל אז די קוקסט דיך אים וועסטו זעהן אז אפי פון די בני יואל סטייל רבנים איז אויך דא וואס זענען דערפאר א שטייגער ווי אראד קרעמניץ אין נאך, די זאך איז פשוט די אלע רבנים ווי הרב ראזענבלוים שאפראנע רב וכו' לעבן פשוט נישט מיט די מציאות, אין וויאזוי ר' שלמה לייב האט געפרעגט ר' מנשה פילאפף ביי די אסיפה אין שטוב פון מהרז"ל וויפיל אינגעלייט זענען שוין אמאל געקומען צו אים אדרוך שמועסן זייערס א פראבלעם אין די ענינים

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 7:58 pm

· #11686
שרייבער
זר זהב
און דריי נישט קיין קאפ וועגן זיין מורא אויף וואס די רבי וואלט געטון... וואלט זיך דער רבי געטראפן מיט'ן בעלזער ? וואלט זיך דער רבי משדך געווען מיט'ן וויזניצער ?

פון דיינע קשיות קוקט אויס אז האדמו"ר מהר"א איז ביי דיר אינגאנצן אפגעפרעגט, נו וואס אינטערעסירט דיך בכלל וואס ער האלט בנוגע די אסיפה? פונקט ווי מיך אינטערעסירט נישט וואס הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש האלט בנוגע די אסיפה (כבודו במקומו מונח)

וואס א נפק"מ צו ער מיינט ערנסט צו נישט, לדעת זיינע שונאים האט ער שוין ערגערע זאכן ווי דעם געטון, נו הו קעירס וואס ער האלט דא, האט ער איינעם עפעס מחייב געווען?

ער האט קיינעם נישט מחייב געווען, ס'געפעלט מיר נאר וואזוי זיינע חסידים טרייען זיך אזוי שיין מסביר צו זיין פארוואס מ'טאר נישט גיין צום כינוס, ס'קומט צום לאכן.

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 8:10 pm

· #11692

ח"ו קיין איין סאטמארער האלט נישט פאר די פרעמדע גאס אז זיי טארן נישט גיין אדרבה יגדיל תורה ויאדיר
מען דעבאטירט נאר צי די רבי ז"ל וואלט געלאזט גיין דעם סאטמאר'ערן ציבור אין ס'איז דא טענות מיט באווייזנגען לכאן ולכאן

למעשה קען קיינער נישט באשטעטיגן וואס די רבי ז"ל וואלט געטיען אויף 100 פראצענט

ס'זאגט זיך גרינג אין פארשטענדליך אז די רבי ז"ל וואלט נישט געלאזט גיין דעם ציבור

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 8:11 pm

· #11695
איז מהר"א אזוי זיכער ביי זיך אז דער רבי וואלט גענומען ווייץ פאר מצות פון יומא אריזאנע ? כ'מיין, ווער מאכט אפ וואו יא און וואו נישט ?

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 8:26 pm

· #11704
זר זהב
איז מהר"א אזוי זיכער ביי זיך אז דער רבי וואלט גענומען ווייץ פאר מצות פון יומא אריזאנע ? כ'מיין, ווער מאכט אפ וואו יא און וואו נישט ?

הער מיך אויס
חסידי מהר"א האבן אים אויפגענומען אלס זייער מנהיג ווייל זיי טראסטן אים און פארלאזן זיך אויף זיינע החלטות אין סאטמאר
חסידי מהרז"ל האבן אים אויפגענומען אלס זייער מנהיג ווייל זיי טראסטן אים און פארלאזן זיך אויף זיינע החלטות אין סאטמאר

ווער ס'באלאנגט צו איינע פון די זאל טון וואס זיין רבי הייסט, אדער הייסט נישט, און ווער ס'באלאנגט ערגעץ אנדערש זאל טון וואס זיין רבי הייסט, מהר"א האט דאך למעשה נישט געזאגט פאר דיר וואס צו טון אדער וואס נישט צו טון, ס"ה איז ער שב ואל תעשה, נו וואס ווילסטו פון אים? ער זאגט ער האלט אז די רבי ז"ל וואלט נישט געשיקט ממילא שיקט ער אויך נישט, דו האלטסט אז דער רבי וואלט יא געשיקט, נו שיק דיין ציבור

אגב, האסט נישט גענומען קיין גוטע דוגמא, ווייל די רבי האט דאך למעשה גענומען ווייץ פון אריזאנע (יעצט הייב אן מיט אריזאנא ווייץ, עפן שנעל א פרישע אשכול)

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 8:27 pm

· #11705
לאזט ענק אפ. ס'איז אלעס ריין פאליטיק. ס'געפעלט מיר ווי די אלע וועלכע האקן אלס אויף מהר"א אז ער נויגט אפ פון די סאטמארע מסורה זענען יעצט אזוי הייס פאר דעם כינוס, און די אלע וועלכע פארטיידיגען שטענדיג מהר"א אז מ'מעג אפנייגן זענען יעצט פארנומען אז מטאר נישט אפנייגען... ס'איז הויל פאליטיק, און - כדרכה של פאליטיק - וועט אייביג זיין צוויי צדדים, און קיין איין צד גייט נישט טוישן זיין מיינונג, וועגן א תגובה וואס איינער פון די צווייטע צד שרייבט.

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 8:28 pm

· #11706
אריזאנע איז זייער גרויס, יומא אריזאנע איז וואו די מעוררים האבן א שטארקן פראבלעם. ווען אין באפעלא שנייעט זאגסטע נישט אז ס'שנייעט אין ניו יארק... פארשטייסט ?

אבער דאס איז אן אנדערע נושא.

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 8:28 pm

· #11707
נו צוריק צום נושא, זר זהב, דו גייסט צום כינוס?

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 8:28 pm

· #11708
שרייבער
נו צוריק צום נושא, זר זהב, דו גייסט צום כינוס?

ראנג אשכול...

שרייבער » זונטאג מאי 13, 2012 8:29 pm

· #11709
גערעכט

זר קענסט מיר ענטפערן אין אנדערן אשכול

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 8:32 pm

· #11713
זר זהב
אריזאנע איז זייער גרויס, יומא אריזאנע איז וואו די מעוררים האבן א שטארקן פראבלעם. ווען אין באפעלא שנייעט זאגסטע נישט אז ס'שנייעט אין ניו יארק... פארשטייסט ?

אבער דאס איז אן אנדערע נושא.

ס'געווען אפאר יאר וואס סאטמאר האט גענימען ווייץ פים אריזרנא אין איך רעד פין די געזינטע יארן פין רבי'ן ז"ל

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 8:34 pm

· #11714
אריזאנע איז זייער גרויס, די רבי האט 2 יאר גענומען פון טוסאן אריזאנע נישט פון יומע.

גדעון » זונטאג מאי 13, 2012 8:34 pm

· #11716
יידל
לאזט ענק אפ. ס'איז אלעס ריין פאליטיק. ס'געפעלט מיר ווי די אלע וועלכע האקן אלס אויף מהר"א אז ער נויגט אפ פון די סאטמארע מסורה זענען יעצט אזוי הייס פאר דעם כינוס, און די אלע וועלכע פארטיידיגען שטענדיג מהר"א אז מ'מעג אפנייגן זענען יעצט פארנומען אז מטאר נישט אפנייגען... ס'איז הויל פאליטיק, און - כדרכה של פאליטיק - וועט אייביג זיין צוויי צדדים, און קיין איין צד גייט נישט טוישן זיין מיינונג, וועגן א תגובה וואס איינער פון די צווייטע צד שרייבט.

זאגסט דאך זאוי גוט יידלע, אבער וואס טוט זיך מיט די אנטי סאטמארע דא וואס זענען געווען קעגן דעם כינוס פאר זיי זענען געווארן פרא-כינוס. אין די מינוט וואס זיי האבן געהערט אז געוויסע קנאים (טייל מיט אמת-עקסטרעמע מיינונגען און אנדערע מיט פאליטישע חשבונות) האבן א פראבלעם מיטן כינוס זענען זיי פליצלינג ארויפגעשפרינגן אויפן כינוס וואגן.

ריין פאליטיק!
בתפארתה!

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 8:36 pm

· #11717
100 פראצענט!!!!

פונקט דאס געזאגט נעכטן פאר איינעם, אז זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די ספיקות אין סאטמאר צי מ'וועט יא גיין צי נישט האט זיך אנגעהויבן א אבנארמאלער ווארעמקייט אין אלע אנטי סאטמארע קרייזן צום כינוס!!!

ברוין » זונטאג מאי 13, 2012 9:11 pm

· #11738
די נושא קריכט שוין פון די נאז, שוין דרייצן יאר וואס מיר טרעפן זיך יעדעס מאל ביי יעדע געשעעניש אויף א זאך וואס דער שרייט שווארץ וועט דער שרייען ווייס.
קיין תגובה, קיין טענה'ריי,קיין זאב ברענערס, קיין היידפארק. גארנישט האט נאכנישט באוויזן צו טוישן קיינעם. דאס איז אן אויסגעדראשענע טעמע וואס איבלט און גרוילט.
איך מיין נישט קיינעם, איך ווייס אז ס'איז דא אידן וואס געפונען א חיות דעראין און זיי וועלן זיך פילעווען אין דעם ביז משיח'ס טאג. זאל זיי עס וואויל באקומען און זאלן זיי הנאה האבן פון יעדע אות.

אגב פאר די אידן וואס דארפן חומר דא. געהערט היינט אין שיל א גוטע קשיא. פארוואס ביי די עירוב פרשה וואס די דעת קודש פונעם רבין איז נישט אזוי קלאר וועלן דאך געוויסע אידן אננעמען אז די רבי האט זיכער נישט געוואלט און זיי וועלן אפילו באשייגעצן די וואס זאגן אנדערש. אבער דא וואס די רבי'ס דעת איז קלאר (די שאלה איז נאר צו דא וואלט די רבי משנה געווען) זענען די זעלבע גרייט צו פארקוקן.

נו אידן, רייסט'ס ענק ווייטער מיט הנאה

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 9:14 pm

· #11741
דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!

דער שב ואל תעשה פון רבי'ן איז דער גרעסטער אינדיקעטער וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי מאכן אן עירוב אין ווילי.

פינטאו » זונטאג מאי 13, 2012 10:16 pm

· #11755
שוין דא אן עירוב אשכול. דאכט זיך אז א טוץ קשיות ווארטן דארט אויף איש חסיד'ס תשובות.

randy_couture » זונטאג מאי 13, 2012 10:49 pm

· #11762
זר זהב
אריזאנע איז זייער גרויס, יומא אריזאנע איז וואו די מעוררים האבן א שטארקן פראבלעם. ווען אין באפעלא שנייעט זאגסטע נישט אז ס'שנייעט אין ניו יארק... פארשטייסט ?

אבער דאס איז אן אנדערע נושא.

איך האב טאקע געהערט אז איבערס יאר גייט מהרז״ל אויך נעמען ווייץ פון אריזאנא נאר נישט פון יומע. זיי וועלן אויפקומען מיט צענדליגער תירוצים פארוואס פון ווי זיי נעמען מעג מען.

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 10:54 pm

· #11764
לא זכיתי להבין.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 13, 2012 11:00 pm

· #11765
פינטאו
שוין דא אן עירוב אשכול. דאכט זיך אז א טוץ קשיות ווארטן דארט אויף איש חסיד'ס תשובות.

עירוב אשכול, אריזאנע ווייץ אשכול, כינוס אשכול, סא'חילוק? אלעמאל קימט מען צוריק צום זעלבן שורש, רעבעזכרוינע לעווראכע.
נע וואס פעלט אויס עקסטערע אשכולות? מיר וויסן דאך אז דעת קדשו איז קלאר געווען אז [אינסערט שיטה העיר] ווי ער שרייבט אין על הגאולה ועל התמורה און ווי ער האט זיך צענדליגע מאל אויסגעדריקט אז ער האט געבליטיגט אויף דעם אלע יארן! קומען יעצט די מחבלים בכרם, מהרסייך ומחריביך און ווילן משנה זיין? נאך אין זיין שטאט וויליאמסבורג\קרית יואל? אפרא לפימיה!

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 11:32 pm

· #11773
איך האב געהערט פין אפאר מענטשן אבער נישט געהעריג באשטעטיגט אז די גאנצע זאך פין מהרז"ל מסאטמאר זיך משתתף זיין איז נאר ווייל ווייל האדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז זיך נישט משתתף
ווייזט איינער צי דעס האט געשפילט א ראלע

אין נאך מער בין איך נייגעריג ווען האדמו"ר מהר"א זאל ווען יא גיין צים כינוס וואלט ווען מהרז"ל אויך געגאנגען צי ער וואלט געווען פייער דערקעגן ?

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 11:35 pm

· #11775
האדמו"ר מסאטמאר האט זיך דורכגערעדט מיט זיינע דיינים און די עסקנים און נאכדעים איז ער געקומען צו די החלטה וואס ער איז געקומען. זייט וויסן פאר אדמו"ר מסאטמאר אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס זיין ברודער מהר"א טוט.

זלמן זאפיר » זונטאג מאי 13, 2012 11:52 pm

· #11781
זר זהב
האדמו"ר מסאטמאר האט זיך דורכגערעדט מיט זיינע דיינים און די עסקנים און נאכדעים איז ער געקומען צו די החלטה וואס ער איז געקומען. זייט וויסן פאר אדמו"ר מסאטמאר אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס זיין ברודער מהר"א טוט.

מהרז"ל'ס דיינים האבן נישט געהייסן גיין דעס הייסן גיין איז געווען דעם דעת פין מהרז"ל אליינס ווי ער האט געזאגט לדעתי
אין נאך מער האט געזאגט ל"ג בעמור אז דער גאנצער בריוו איז געווען צי זעהן וואס דער עולם וועט זאגן דערצי

קוקט מיר אויס ס'איז דאס ערשטע צאל אין היסטאריע אז א רבי זאל זיך אזוי משפיל זיין פאר ער מאכט אן החלטה איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז א רבי זאל מורא צי טיען עפעס וועגן זיין עולם

זר זהב » זונטאג מאי 13, 2012 11:58 pm

· #11783
ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ האט יא געוואלט גיין! און האדמ"ר מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א צעטל צו זעהן וואס דער עולם זאגט, פון וועם מאכסטע דא חוזק ?

מהר"א האט זיך מסתם דורכגערעדט מיט זיינע פאליטיקאנטען וואס ער דארפ צו טון.

יידל » מאנטאג מאי 14, 2012 12:05 am

· #11786
זר זהב
ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ האט יא געוואלט גיין! און האדמ"ר מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א צעטל צו זעהן וואס דער עולם זאגט, פון וועם מאכסטע דא חוזק ?

מהר"א האט זיך מסתם דורכגערעדט מיט זיינע פאליטיקאנטען וואס ער דארפ צו טון.

אזוי איז געשטאנען אין דבר יום ביומו, אז זיין צעטל איז געווען געשריבן לויליכערהייט ווייל ער האט געוואלט זען די רעאקציע פונעם עולם.

זר זהב » מאנטאג מאי 14, 2012 12:10 am

· #11790
סיז אלעס שטותים. דער צעטל איז געווען א דזשענעראלע חיזוק צעטל פאר די עצם כינוס, נישט קיין פסק הלכה. בשעתו האב איך שוין געהערט שמועות אז אדמו"ר מהר"יי מסאטמאר וועט דערפון רעדן מער באריכות ביים ל"ג בעומר טיש און הייסן זיין עולם גיין! דאס איז נאך פאר רעאקציעס זענען אנגעקומען.
בלאט: 1 2 3