הערשלשרייבעראינטערעסאנט, די אסיפה איז געווען נאך בעפאר האדמו"ר מהרז"ל האט באשלאסן וואס ער טוט
איך קען נישט די דאטומען ווען מ'האט אפגעמאכט וואס, אבער עס טוישט נישט דער פאקט אז ער איז אינדרויסן פון כלל ישראל לעת עתה מיט אלע תירוצים וואס ער האט.
איך געב דיר דאטומען פונקטליך
חוה"מ פסח האט האדמו"ר מהר"א געהאט א אסיפה מיט בני האדמו"ר מסקולען און ער האט זיי דעמאלטס קלאר געלאזט הערן זיין מיינונג, כ"ו ניסן האט דער רבי געהאט א אסיפה מיט די מנהלים, און דאכט זיך אז דער שמועס איז געקומען צו דעם ענין, ווייל א טייל פון די מנהלים האט דער רבי געשיקט א דעלעגאציע צום סקולענער רבין מסכים זיין פונקטליך זיין שטעלונג, נאכדעם וואס ער האט געהערט אז זיי ווילן סקולענער רבי זאל אריבערקומען צו אים.
ב' אח"ק איז סקולענער רבי מיט ווינער רב וכו' אריבערגעקומען צו אים, און דער רבי האט צום דריטן מאל קלאר געשטעלט זיין שטעלונג, און דארט האט ער מער אויסגעשמועסט, אז ער רעדט נישט צו קיינעם דערוועגן, ווייל ער וויל עס נישט אפשוואכן, לויט וואס ווינער רב האט געטענהט אז אויב דער רבי גייט נישט גייען נאך אנדערע נישט גיין.
האדמו"ר מהרז"ל האט ערשט ד' אח"ק ארויסגעגעבן די פארווע בריוו צו נעמען פאולס פון זיין ציבור, און א וואך שפעטער געזאגט אז ער מיינט ס'איז א זכי' ווער ס'קען גיין, און אויף דעם איז גילטיג דאס ווערטל וואס האט זיך היינט ארומגעדרייט
"שאפראנער רב האט אנגעקאלט זלמן לייב און זאגט אים: מחותן טייערע וויזוי קענסטו עס טון צו מיר און שיקן דיין עולם אויף א פלאץ וואס כ'האלט ס'אסור בהחלט, האט אים זלמן לייב צוריק גענטפערט: מחותן טייערע אבער א ברודער קומט סוכ"ס דאך פאר א מחותן, ודו"ק כי נכון הוא"
חסידי מהר"א האבן געואוסט אז דער רבי האלט נישט דערפון, אבער אסאך האבן געוואלט גיין צוליב די אינטערעסאנטקייט.
פארוואס האדמו"ר מהר"א האט היינט באשלאסן יא צו רעדן קען מען זאגן אסאך סברות, וויפיל איך האב פארשטאנען פון די נאנטע, איז די עיקר סיבה געווען אז אין די לעצטע וואך האבן מענטשן כסדר געפרעגט צו מען "מעג" גיין, און אויף דעם ארויף האט דער רבי משמיע געווען וואס ער האלט פאר זיין ציבור, און אזויפיל ווייס איך אז זייער אסאך מענטשן וואס האבן געוואלט גיין פארדעם, חסידי מהר"א, זוכן יעצט צו פארקויפן זייערע טיקעטס
נעכטן ביי די דרשה האט האדמו"ר מהר"א לגמרי נישט צוגעגליכן די כינוס צו די בחירות, הער אויס דעם טעיפ, ער האט נאר געגעבן א משל אז די פילינג איז ווי אזוי אונזערע ברידער אין ארץ ישראל פילן בשעת די בחירות וכו'