הוגהאיך ווייס נישט וואס גייט פאר אין מאנסי אבער די רשעות פון די ארטיגע רבנים און מוסדות גייט איבער אלע גבולים. איך זאג עס נישט צוליב די נייע אנטוויקלונגען איבער צניעות, נאר די בכלליות'דיגע התנהגות פון די ארטיגע מוסדות וואס פירן זיך מיט די ערגסטע סארט רשעות, כידוע.
עס איז אינטערסאנט אז דער נייעס קאואינסייד מיט די
היינטיגע ארטיקל פון
@איש עברי, וואס טראץ איר ראדיקאלע מסקנות האלט איך גאר שטארק דערפון. אולי וועט דער צניעות טעראריזאציע זיין די גוטע געלעגנהייט פאר ערליכע אידן איבער צו מישן א בלעטל און אנהייבן ריכטיגע ערליכע אידישע קהלות ומוסדות. הלוואי!!!
ישר כח פאר די קאמפלימענט, אבער וואס קען מען טוהן אז די פינסטערע מענטשן האבן גענומען אין געפענגעניש און דערקלערט בעלות אויף די "עהרליכע אידישע קהלות מוסדות" די איינציגע אלטערנאטיוו וואס שטייט היינט פאר א אינדעווידועל וואס נפשו קצה פון די גרויליגע סיסטעם איז צו אפלאזן יעדע זאך וואס שמעקט פון קהלה און מוסדות וד"ל
ברשותכם וויל איך דא איבערלייגן מיין סאמע ערשטע פאוסט דא אין שטיבל, וואס איך קלער אז עס בארירט א ענליכע נקודה צו דאס וואס איך ברענג ארויס אין די ארטיקל וואס הוגה האט צוגעברענגט
מקען נישט באהאנדלען די נושא פון צניעות אהן צו באהאנדלען בכלל די הימל-שרייענדע נארישע וועג וויאזוי מיר דיעל'ן מיט די גאנצע טאפיק פון סעקס, די קלוגהויפטס מיט די טויבער'ס זענען בלויז קליינע שרייפלעך אין די ריזיגע בנין פון נאנ-סענס וואס עס האט זיך אויפגעבויט.
מער ווייניגער האבן מיר בכלל נישט קיין סטראטעגיע וויאזוי צו העלפן אונזערע זכרים און נקבות זאלן זיך האלטן באשיידן און איינגעהאלטן, אלס וואס מיר טוען איז נאר אין די ריכטונג פון צודריקן צוקוועטשן, סטראשן, דעמאראליזירן, אראפקלאפן, מיר האבן אוועקגעווארפן יעדע ביסל לאגיק, פילינג, און נארמאלקיייט.
די סיסטעם ארבעט קודם ביי בחורים
מען פיטערט אים פון ווען ער איז געבוירן מיט שטותים איבער נישט "טאטשען" ווי מטאר נישט, און מפארציילט באבע מעשיות איבער געקויפטע בעיביס, עס ארבעט גאנץ פיין ביז א בחור קומט צו זיין עלטער ווי ער ווערט א עדאלט און זיינע הארמאנען הייבן אהן שפילן און ער ווייסט נישט וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט דעם "אבר קטן שיש באדם" ער פאלט אדורך אליין און פילט זיך שולדיג, ווייל ער הערט די שוידערליכע דרשות פון די מנהלים וואס לייגן אראפ דעם חומר העוון מיט זאפט און מיט אלע פארבן [אויך א סעקסועלע רעליף פאר זייערע פארפייניגטע נשמות] דאן ווארפט ער זיך ארויף אויף אלע חסידישע און מוסר ספרים, הערט שובבים תורה אין שטאפט זיך מיט עצות און סגולות און פאלט דורך און נאכאמאל חרטה וחוזר חלילה.
ווען ער האט חתונה וואלט נארמאל געווען אז מען זאל מאכן א סוף צו די גרויליגע אביוס און אים שיין ערקלערן די לעכטיגקייט און שיינקייט פון ליבשאפט. און אים זאגן א גרויסע "קאלארוואר" אויף די אלע נארישע רייד מיט וואס מ'האט אים געשטאפט און אים זאגן "שמח באשת נעוריך" האק א לעבן און האלט דיך ביי אידישקייט, אנשטאט זוכט מען אפור שרעקעדיגע טעקסטן פון ראשית חכמה און אנדערע ספרי מוסר [איך מיין נישט מזלזל צו זיין והמבין יבין] און נאך פאר ער האט ארויס די קאנסעפט פון ליבע און ווארעמקייט אינטימליכקייט און ראמאנטישקייט האט מען אים שוין נאכאמאל געהרג'ט און געשטאפט מיט גילט פילינגס.
די אונטערשטע שורה מען לעבט אין דענייעל צו די גאנצע ענין פון יומען פילינגס, מלייגט אריין די אויגן אין זאמד און מברעטשעט שובבים תורה'ס, די רבוש"ע האט אונז באשטראפט מיט א אבר קטן וואס מאכן פראבלעמען און מדארף קעמפ'ן ווי א לייב צו אונטערדיקן יעדע פילינג, אונטערוועגנס דארף מען אויך פארשטייט זיך אויסמעקן א שיין חלק פון מקרא און א היבש ביסל גמרות און עס קאטעגאריזרן אלס עדאלט סטאף וואס איז נישט פאר קיין בחורים, [נאר פאר עלטערע וואס פארשטייען אז סנישט פשוט און סמיינט העכערע זאכן....]
אצינד לאמיר גיין אין ווייבער שול
מער ווייניגער האט מען נאך נישט אינגאנצן מצליח געווען צו רי-קאנסטראקטשערן אונזערע נקבות, רוב מיידלעך זענען מער עדיוקעטעד ווי בחורים בכלל, און אין די נושאים בפרט, א מיידל האט ליב זיך אהערצושטעלן, און איר נטייה צו ליבשאפט איז שטערקער,
און דא געשעהט די קרעש, די ראציגע בחור האט חתונה, און די מיידל וואס האט געחלומט פון שמעקעדיג'ע רויזן און א ראמאנטיש לעבן באקומט אנשטאט דעם א אפגעריסענע בחור, אויפגעפרעסן און אנגעגעסן, און אנשטאט ער זאל זיך אנטוויקלען א לאוו עפעיר אנטוויקלט זיך בלויז א סעקס אפעיר, די בחור האט ענדליך ווי זיך אויסצוגיסן די מעשה, ער איז פטור פון די צרה פון זרע לבטלה, אבער ליבשאפט וואס ווי ווען.
די מיידל שפירט עס און דאן שפלט עס אויף איינע פון צוויי וועגן, אדער ווערט זי אבסעסד מיט זיך אנטוהן אויפגעריסן און עלעגאנט, אדער פארלירט זי די טעם אין לעבן און טוט זיך אהן נאכגעלאזט און קוקט אויס ווי א שמוציגע פעמפער נעבעך.
דא קומען אריין די אלע שרייעדיגע רעבעצינ'ס וואס געבן די הארמאני פאר די עקל'האפטיגע קווייער, געווענליך זענען זיי מיטל-יעריגע פרויען אין די עידש וואס פארלירן די אורח כנשים, און דאס איז זייער קרעאטיווע וועג פון זיך ספראווען מיט די אלגעמיינע מיטל-עידש דעפרעשאן מיט וואס פרויען אין די עלטער מוטשענען זיך.
אנשטאט וואס מיר זאלן זיין נארמאל און עדיוקעטן די יוגנט, מדריך זיין חתנים, באגלייטן פרויען, און לאזן לעבן, האט מען אויפגעבויט א גאנצע אינדוסטרי פון צדיקים, שקצים, מנוולים, מאלעסטערס, מוכיחים, שלום בית מאכער'ס, שרייעדיגע רעביצינס, וואס הצד השווה שבהן אז זיי האבן זייער סעקסועלע הנאה אויף קרומע אופנים, און דאס איז בלויז א טיפה מן הים ווי ווייט מיר זענען נעבעך אפפ-טרעק אויף א מיאוסע אופן,
עס איז אלץ ווייל מיר זענען נעבעך מיאוס פארקראכן אין פארלוירן יעדע סענס וואס איז מענטשליך תורה'דיג אבער אידיש'ליך און סאיז נעבעך "נתערבו דם בחורים עם בתולות" הצד השווה אז אלע ליידן פון דעם קראנקן עקלהאפטיגן סיסטעם, וואס די ענדע דערפון זעהט זיך נאכנישט אויפ'ן האריזאנט.