☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאנסי זאל זיך צוגרייטן פאר נייע צניעות טעראר

מאנסי זאל זיך צוגרייטן פאר נייע צניעות טעראר

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6175
בלאט: 1 2 3

הירשל ציג » מיטוואך יוני 18, 2014 4:14 pm

· #206742
ווער 'עט אויפקלערען דעם עולם?

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 18, 2014 4:19 pm

· #206745
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען די בשורה מרנינה. אין אמת'ן, אן אסיפה פאר חיזוק אין צניעות און יראת שמים איז אייביג א גוטע זאך. אבער נישט ווען מ'מאכט עס יעדן בה"ב. און אויכעט, ספעציעל דער צדיק הדור ועובד ה' במסינ"פ, דער סקולענער רבי, שליט"א וועלכער האט נאך אלס יונגערמאן אין די קאמוניסטישע רומעניע זיך מוסר נפש געוועין פאר'ן באשעפער יעדן טאג, ממש. צוזאמען מיט זיין טאטע, דער הייליגער סקולענער רבי, זצ"ל. אבער זיין גדלות וצידקות דא אין אמעריקע איז אייביג געוועין, אז ער איז געשטאנען אין א זייט און געדינט דעם אייבישטן, און זיך קיינמאל נישט געמישט אין פאליטיק, אדער ארומגערידערט. נאר פונקט יעצט, אויף זיינע עלטערע יארן האבן זיינע קינדער מחליט געוועין אז מ'מוז דעם טאטן ארויפברענגען אויף די פאליטישע מאפע. און זיי שלעפן איהם נעבעך פון איין כינוס צום צווייטן און פון איין מערכה צו דער צווייטער. און די רעבעצין קלוגהויפט שליט"א רודערט לעצטנס זייער א סאך ארום. און זי זאגט און טוט די נישט ריכטיגע זאכן וואס ברענגען מער שאדן ווי נוצן... 😕 😎 🙄 😠 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

ראש הישיבה » מיטוואך יוני 18, 2014 4:55 pm

· #206764
ידידי פון מאנסי האט מיר היינט געזאגט אז היינט איז ווייטער געהאנגען פלאקאטן איבער דעם אזויגערופענע מעמד ממלכת כהנים וכו'.

תושבי מאנסי fasten your seat belts.

א פרישע רונדע פון טעראר הייבט זיך אהן. ער זאגט אז עס גייען רעדן פנחס חיים בן פאפא רבי דברי פתיחה, רב משה גרין זקן ראשי ישיבות, און נאך איינעם. אזוי אויך וועט מען מעלדן די אנדערע רעדנערס.

אויב איינער פון דא אין ק"ש ווייסט מעהר פרטים ביטע מוסיף זיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:15 pm

· #206887
.
📎 Part02.jpg 📎 Part01.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:16 pm

· #206888
עס קוקט מיר אויס 2 באזונדערע זאכן. איינס איז פרשת פנחס און איינס דברים?

הירשל ציג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:50 pm

· #206893
שאלה ליודעים:
היות אז קיין שום ליטווישע מוסדות געפינען זיך נישט אויף די רשימה, און היות אז די גאנצע אסיפה איז נאר וועגן "געוויסע מלבושים" (איינער ווייסט פון וואס מ'רעדט?) וואס זעהט אויס האבען חודר געווען למחנינו הטהור והקדוש, וויל איך אפשר וויסען צו מ'קען מיך אויפקלערן צו איך דארף מאכען א טומל אז אלע ליטווישע מוסדות זאלען אויך אנטייל נעמען אין די גאר וויכטיגע אסיפה!

לך לך » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:45 pm

· #206915
די חידוש איז אז וויזניץ (די גרעסטע מאנסי קהלה) איז נישט אויפן צעטל
ישועות משה וויזניץ איז די ארץ ישרא'לדיגע

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:07 pm

· #206922
זעט אויס די "מלבושים מסויימים" האבן נישט אריינגעדרינגען אין זייער קהילה.

מיר איז אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי די גביית עדות "מפי עסקנים ועסקניות" איז צוגעגאנגען.

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:54 pm

· #206933
וויזניץ איז זייער גוט רעלאטיוו אין צניעות. זיי האבן מצליח געוועהן אריינצוברענגן אין די מאנסיער עולם, אזויאויך אביסל אין זייער עולם ברחבי תבל, א בשיידענער צניעות וואס איז נישטא ערגעץ אנדערש. ביי זיי קען מען אביסל זאגן אז זייער צניעות איז א נאטירליכע זאך. זיי האבן שטארקע פאזאטיווע פראגראמען אין זייער שולע צו מאטאוועיטן די מיידלעך צו זיין צניעות. ממילא קען מען פארשטיין אז זיי ווילן נישט זיין א חלק פון דעם צניעות אסיפה, ווייל זיי פילן אז זיי האבן א גוטע גריפ אויף דעם נושא.

בנוסף לזה כפי ידיעתי ר' ישראל האגער אב"ד וויזניץ מאנסי, חתמ'ט נישט אבי אויף יעדן קול קורא. ער וועט קודם מברר זיין צו די פראבלעם עקזעסטירט טאקע, דערנאך וועט ער מברר זיין צו די פראבלעם האט אריינגעדרינגען אין וויזניץ, דערנאך וועט ער וועלן וויסן וואס די לעיזונג, ערשט דערנאך וועט ער עס שטיצן. אויב ער וועט עס שטיצן וועט גיין אל דע וועי, ער וועט טוהן אלעס פאר די הצלחה. אויב נישט וועט ער זיין שב ואל תעשה. כפי ידיעתי איז ער גאנץ א באלאנסירטע מענטש.

דאס וועט אביסל מסביר זיין פארוואס וויזניץ איז נישט אויף די רשימה. און מן הסתם וועט עס בקרוב ארויף גיין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:46 pm

· #206938
ר' ראש הישיבה: ייש"כ. א יעדעס ווארט וואס דו זאגסט איז אמת ויציב. נאר דו האסט אפשר פארגעסן מדגיש צו זיין אז די שטארקייט אין די מידת הצניעות אין די וויז'ניצער מוסדות נעמט זיך פון די שטארקע דגוש וואס די רבי אליין, כ"ק האדמו"ר שליט"א לייגט אויף דעים ענין.
איך ווייס מכלי ראשון אז ס'געוועין א מעשה, ווען די הנהלה האט אהיימגעשיקט די טעכטער פון א גרויסן גביר ותומך, פון סקול, ווייל זיי זענען נישט געוועין געקליידעט לויט די תקנות. איז דער טאטע געקומען צו לויפן צו די רבי. האט די רבי איהם געזאגט. "דו זאלסט זיך צו שטעללן צו די תקנות". ווען דער טאטע האט אנגעהויבן דערמאנען זיינע גרויסע זכותים, האט די רבי אויפגעמאכט זיין לעידל און געזאגט. "וויפיל בין איך דיר שולדיג"?... 😕 😎 😃 😉 😛 😳 😮

ראש הישיבה » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:23 pm

· #206944
דאס איז גראדע נישט קיין מעלה ביי מיר. איך קען נישט סובל זיין ווען מען טערעזזירט מענטשן, און בפרט אויף זאכן וואס זענען נישט קיין הלכה, נאר א געוויסע תקנה. וואס יא דער וויזניצער רבי ווייל ער מיינט עס ערנסט האט דאס מחדיר געוועהן אין זיינע חסידים וחסידות אז עס ביי זיי א טבעיות'דיגע זאך. דאס איז שוין יא א מעלה, ווייל אז מען קען אריין ברענגען א פאזעטיווע pride אין די מענטשן איבער א הנהגה חשובה, איז א געוואלדיגע זאך.

לך לך » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:26 pm

· #206955
שמועה שמעתי אז וויזניץ רב רבי ישראל האגער און סאטמער רב ר' חיים יהושע זענען אנטקעגן דעם
די פאפא רב וואס האט געדארפט רעדן האט צוריקגעצויגן
מאנסי 👍

סטעי טאנד!

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:29 pm

· #206957
פארוואס זענען זיי אנטקעגן?????

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:35 pm

· #206961
אפשר האבן זיי נישט ליב די סאפט פארן וואס הרב מחמוקי ירכיך האט צוגעשטעלט אין בארא פארק.

יין שרף » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:37 pm

· #206962
ווייל זיי האבן אויך געוואלט זעהן ערשטהאנטיג די פראבלעם פאר זיי חתמענען אונטער...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:48 pm

· #206965
ראש הישיבה
דאס איז גראדע נישט קיין מעלה ביי מיר. איך קען נישט סובל זיין ווען מען טערעזזירט מענטשן, און בפרט אויף זאכן וואס זענען נישט קיין הלכה, נאר א געוויסע תקנה. וואס יא דער וויזניצער רבי ווייל ער מיינט עס ערנסט האט דאס מחדיר געוועהן אין זיינע חסידים וחסידות אז עס ביי זיי א טבעיות'דיגע זאך. דאס איז שוין יא א מעלה, ווייל אז מען קען אריין ברענגען א פאזעטיווע pride אין די מענטשן איבער א הנהגה חשובה, איז א געוואלדיגע זאך.

דאס איז נישט קיין טעראר. פארקערט. ס'ווייזט אז די וויז'ניצע רבי ווערט נישט נתפעל פאר א גרויסן גביר און תומך. אויב ער האלט אז יענער האנדלט נישט ריכטיג. אפילו ער דערמאנט זיינע זכותים וועט די רבי נישט מאכן קיין אויסנאם פאר איהם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:52 pm

· #206966
געפילטע פיש
אפשר האבן זיי נישט ליב די סאפט פארן וואס הרב מחמוקי ירכיך האט צוגעשטעלט אין בארא פארק.

די מעשה מיט הרב פאלק שליט"א דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב אמאל געהערט. א יונגל איז אמאל געקומען צו זיין רבי און דערציילט. "די רעבע האט געהערט דער גרונם איז אזא מחוצף. ער האט גערעדט שלעכטס אויף די רבי. און ער האט אויסגערעכנט אלע נישט גוטע זאכן. האט די רבי איהם געענטפערט. "איך מיין אז דו ביסט דער מחוצף, ווייל דו זאגסט די אלע זאכן... 😕 😎 🙄 😠 😛 😳 😳 😳 😉 😮

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:08 pm

· #206973
יין שרף
ווייל זי האבן אויך געוואלט זעהן ערשטהאנטיג די פראבלעם פאר זיי חתמענען אונטער...

דערמאנט מיר פון דעם. "תן קודם לראות אם העבירה מצדיקה תקיעה".

הוגה » מאנטאג יוני 23, 2014 1:35 pm

· #207586
לך לך
די חידוש איז אז וויזניץ (די גרעסטע מאנסי קהלה) איז נישט אויפן צעטל


להוי ידועה אז מאנסי איז א גאר פארפ(ק)רומטע שטאט און עטליכע פרומע רבנים האבן א פראבלעם מיט הרב פאלק ווייל ער איז צו שטארק מקיל. הרב פאלק זעלבסט טענה'ט אז ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים. אלעס פסק'נט ער פונקט ווי עס שטייט אין הלכה, אפן און קלאר אין די ספר עוז והדר לבושה.

בנוגע וויזניץ האב איך געפרעגט א וויזניצער חסיד פארוואס וויזניץ איז אקעגן דער צניעות אסיפה. האט ער מיר געזאגט אז די וויזניצער רב הרב ישראל איז דערקעגן צוליב פיר סיבות.

1) וואס האבן יונגערלייט צו הערן און שמועסן פונקטליך אלע דעטאלן פון פרויערישע גופים און פרויערישע קליידער. יונגערלייט דארפן וויסן אז פרויען דארפן גיין בצניעות אבער נישט ווי לאנג, ווי קורץ, די נעקליין, וואו עס שטעקט זיך ארויס אויבן און אונטן וכו'.

2) ווייל וויזניץ איז גאנץ פיין מסודר מיט צניעות, זיי האבן נישט קיין פראבלעמען וואס דארפן ווערן פאראכטן.

3) ווייל ע"פ רוב, די פרויען וואס האבן פראבלעמען אין צניעות קומען סייווי נישט צו די דאזיגע אסיפות, נאר די פרומע קומען. וממילא מאכט עס די פרומער זאלן ווערן מער פרום, אבער ס'העלפט נישט פאר די פראבלעמאטישע.

4) און דער עיקר סיבה וואס הרב ישראל גיבט אן איז ווייל די עסקנים ורבנים וואס שטייען אונטער דעם צניעות אסיפה וועלן נישט דארפן דיעלן מיט די שלום בית פראבלעמען אחרי האסיפה, ער וועט יא, וממילא איז ער נישט אינטערעסירט.

ער איז גאנץ א קלוגער, דער וויזניצער רב.


.

לייבעלע » מאנטאג יוני 23, 2014 1:51 pm

· #207591
איך האב גיהאט א שמועס מיט איינער פין די עסקנים איבער די צניעות אסיפה און עים געפרעיגט וואס איז פשט פון דע אסיפה יעצט.אז מיר זענען טיף אין דער אדמה מיט כל מיני פראבלעמען בחורים אין ישיבות און שלום בית פראבלעמן און פרנסות זענען שווער ווי קימט יעצט אריין מאכען אסיפות פאר צניעות

האט ער מיר געענטפערט מיט איין אנטווארט. גאר פשוט די אלע פראבלעמען זענענן דאך תלוי מחמת חסרון אין צניעות

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 23, 2014 2:17 pm

· #207597
לייבעלע
האט ער מיר געענטפערט מיט איין אנטווארט. גאר פשוט די אלע פראבלעמען זענענן דאך תלוי מחמת חסרון אין צניעות

ודפח"ח....

שבת אחים » מאנטאג יוני 23, 2014 2:34 pm

· #207599
דבר ה׳ ברמה : הגאון הצדיק ר׳ שרגא האגער ??? ס׳פעלט רבנים אין מאנסי ??? וואס דארף מען אימפאטירן רבנים פון בארא פארק ? האט ער דען אלעס שוין מתקן געוועהן אין זיין שטאט בארא פארק אז ער גייט זיך שוין נעמען יעצט צו מאנסי? אדער אפשר ווי מ׳דארף אנפולן א ליידיגע ספאַט פון נאך א לאנגווייליגע דרשה ווי דער עולם געיניצט אין גרויסן ריקט מען אים אריין?

שבת אחים » מאנטאג יוני 23, 2014 2:48 pm

· #207603
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/207521">viewtopic.php?p=207521#p207521</a><!-- l -->]

ראש הישיבה » מאנטאג יוני 23, 2014 4:26 pm

· #207619
לויט מיינע ידיעה גייט ר' שגא האגער נישט רעדן, צוליב דעם ווס וויזניץ שטיצט עס נישט

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 23, 2014 5:29 pm

· #207630
שבת אחים
דבר ה׳ ברמה : הגאון הצדיק ר׳ שרגא האגער ??? ס׳פעלט רבנים אין מאנסי ??? וואס דארף מען אימפאטירן רבנים פון בארא פארק ? האט ער דען אלעס שוין מתקן געוועהן אין זיין שטאט בארא פארק אז ער גייט זיך שוין נעמען יעצט צו מאנסי? אדער אפשר ווי מ׳דארף אנפולן א ליידיגע ספאַט פון נאך א לאנגווייליגע דרשה ווי דער עולם געיניצט אין גרויסן ריקט מען אים אריין?

ס'קען דאך נישט זיין. אין קול קורא שטייט "פה מפיק מרגליות". קען דאך נישט זיין אז דער עוילעם געניצט לאנגווייליג. ס'דאך א בפירוש'ער צעטל. 😕 😎 😂 🙄 😞 😉 😮

לך לך » דינסטאג יוני 24, 2014 1:19 pm

· #207785
ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער האט די מודעה זאל ארויפלייגן

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 24, 2014 3:33 pm

· #207809
לך לך
ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער האט די מודעה זאל ארויפלייגן

מסתמא ווייל וויזשניץ איז זיך נישט משתתף. און צו זאגן אז וויזשניצע'ר רבי שליט"א איז נישט געניג פרום איז שוין צו פיהל, אפילו אין אזעלכע דור עיקש ופתלתול'דיגע צייטן. יעדער חסר דיעה קען, אן אחריות ארום רודערן, משוגע מאכן מענטשן, אנשרעקן און פייניגן . אבער אלעס האט דאך א גבול. דאס איז א בשורה מרנינה. דער "הרב" פאלק איז אויפגעכאפט געווארן. אבער ס'איז אן עקל און טיפשות זיך אזוי מעמיק צו זיין אין די שטותים, אזוי ווי ער טוט... 😕 😎 🙄 😈 😈 😂 😠 😛 😳 😢 🙂 😉 😮

שבת אחים » דינסטאג יוני 24, 2014 5:01 pm

· #207833
ראש הישיבה
לויט מיינע ידיעה גייט ר' שגא האגער נישט רעדן, צוליב דעם ווס וויזניץ שטיצט עס נישט


זייער גוט ! זאל ער בלייבן זיצן אינדערהיים און קעיר נעמען פון עכטע פראבלעמען און זעהן מיט וואס ער קען העלפן זיינע חסידים וואס ער האט נאך דערווייל...קיינער האט אים נישט געקרוינט פאר קיין רשכבה״ג !
די זעלבע דרשה האט מען שוין געהערט נעכטן און אייער־נעכטן און און בערך די זעלבע דרשה וועט מען הערן מארגן און איבער־מארגן... גארנישט פארפּאסט !

יין שרף » דינסטאג יוני 24, 2014 10:09 pm

· #207909
לך לך
ברעיקינג!!!
די אסיפה איז בטל ומבוטל!!!
היינט האט מען געהאנגן מיט עפעס א תירוץ אז פאלק קען נישט אנקומען...
ווער עס האט די מודעה זאל ארויפלייגן
📎 062414220557--44.jpg

יין שרף » דינסטאג יוני 24, 2014 10:10 pm

· #207910
וה׳ יעזור כיון דאדחי אדחי...

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 25, 2014 12:53 pm

· #208031
קצר ממש? דאס איז מיר גורם געפערליכע הרהורים!

גאנצל » מיטוואך יוני 25, 2014 1:11 pm

· #208034
אינטערסאנט ביים כינוס האט וויזניץ געשריגן אז מ'דארף זיך מבטל דעת זיין פאר'ן זקן צדיקי הדור סקולענע רבי מאי שני וואס האט פאסירט אז מ'ברויך מער נישט מבטל זיין דעת אפשר איז די סקולענע רבי יונגער געווארן מיט אפאר יאר איך ווייס נישט אתמהה

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 25, 2014 8:18 pm

· #208110
איינמאל מ'האט שוין מבטל דעת געווען די ערשטע מאל איז שוין גארנישט געבליבן מבטל צו זיין דאס מאל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 26, 2014 5:06 pm

· #208230
[ציטאט אראפגענומען]

און ס'דא נאך א פאר חילוקים. נאר מ'עמיר זיי לאזן נישט אויסגערעכנט... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

לייבעלע » דינסטאג יולי 22, 2014 10:37 am

· #212978
פרישע צעטליך
📎 0722140738.jpg 📎 0722140737a.jpg

לייבעלע » דינסטאג יולי 22, 2014 10:37 am

· #212979
נאך,
📎 0722140742a.jpg 📎 0722140742.jpg

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 22, 2014 11:36 am

· #212998
מ'וואלט שוין געמעגט מאכן עפעס א ראשי תיבות פון 'פרויען מיידלעך ראש חודש תפילת השל"ה סקולענע רבי'. פמרחתהס"ר? עפעס קעטשי, מ'זאל נישט דארפן ארויסשרייבן אויף יעדע צעטיל עקסטער.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 22, 2014 11:46 am

· #213000
אפשר מאכן פשוט, זאגן די ווארט 'סקולען' אריינציענדיג די פלייצעס זאל שוין כולל זיין די גאנצע לשון אין זיך.

גאנצל » דינסטאג יולי 22, 2014 12:16 pm

· #213002
וואס איז פשט פון די אסיפה ?

קליגער אינגערמאן » דינסטאג יולי 22, 2014 12:42 pm

· #213008
אז נעקסטעס יאר זאל מען קענען שרייבן "אזוי ווי מיר האבן געמאכט פאריאר (אין ס'האט יא\נישט געברענגט די ריכטיגע רוזעלטאטען)"

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 22, 2014 12:46 pm

· #213009
עס קאסט $10 אריינצוגיין, אויסצוצאלן די קאסטן...?

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 22, 2014 2:39 pm

· #213056
וואס איז, תפילת השל"ה ברוב עם איז דיר נישט ווערט קיין צענער? עסקנים ארבעטן יעצט אז פאר $20 זאל מען אין איינוועגס באקומען די בריוו פון ר' שמשון אסטראפאלער אויך.

גאנצל » דינסטאג יולי 22, 2014 2:42 pm

· #213060
וואס טוט זיך מיט קבלת עומ"ש גייט מען נישט זאגן דארט איך האלט מ'זאל צו טיילן יעדע ד' מלך פאר א צווייטע רעבעצן

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 28, 2014 10:43 am

· #214128
הנה זה בא

.
📎 Tickets2.jpg 📎 Tickets.jpg

ראש הישיבה » מאנטאג יולי 28, 2014 11:45 am

· #214141
אגב די אשכול האט זיך געעפענט וועגן א צניעות אסיפה וואס האט געזאלט פארקומען אין מאנסי. דער אסיפה איז לעת עתה אוועק געשטופט געווארן.
דא רעדט זיך וועגן א אסיפה איבער די אזויגערופענע גזירת הטעכנעלאגיע.

גאנצל » מאנטאג יולי 28, 2014 2:58 pm

· #214200
קען מיר איינער זאגן פשט פון די אסיפה היינט ?

זינט ווען נעמט מען צאם פרויען זיי מסביר צו זיין א פירצה ?

הוגה » מאנטאג יולי 28, 2014 3:10 pm

· #214206
זינט מ'האט אויסגעפיגערט אז דאס איז נאך א וועג צו קאנטראלירן די מענער/מענטשהייט. הרב חיים יהושע האט פאריאר ביי א זיצונג פארגעשלאגן אז מ'זאל מאכן א סקולענער כינוס פאר די קינדער און מ'זאל זיי אינדאקטראנירן אז אינטערנעט, סמארט פאונס וכדומה איז אסור. מ'זאל אויסלערנען די קינדער אנצושרייען די עלטערן אויב זיי באנוצן זיך מיט אזאנע כלים.


.

גאנצל » מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

· #214212
מילא קאנטאלירן די כלים מאכן תקנות איז הערבאר אבער די אלע כנסיות האט נישט קיין שום פשט מ'נעמט דעם סקולענע רבי אויף א רייד איך בין מוחה אויף די בזיון ת"ח

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 28, 2014 4:17 pm

· #214215
מיינסט צו זאגן בזיון צדיק, יא?

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 28, 2014 4:39 pm

· #214217
שמעקעדיג: ייש"כ. די בילד פונ'ם פאוסטער איז נאר א משל. ס'פאסט דאך נישט צו ברענגען א פיקטשער ווי די נשים צדקניות זיצן/שטייען ביים מיטינג און זאגן מיט תפילת השל"ה הק' און באקומען ברכת צדיק... 😕 😎 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😳 😳 😳 😉 😮
בלאט: 1 2 3