☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שמחות ווס. צרות

שמחות ווס. צרות

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6150

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:10 pm

· #192275
שמחות ווס. צרות
[quote="שמעקעדיג"]רחמנא יצילנו.
אזא חודש אדר געדענק איך נישט.[/quote]

איך האב באקומען אין אישי דאס פאלגענדע:
דו ווייסט וויפיל שמחות ס'געווען אין חודש אדר??


לאמיך איינמאל פאר אלעמאל איבערשרייבן מיינע מחשבות איבער דעם ענין, איך האף עס וועט זיין גענוג קלאר.
(איך האב באשלאסן צו עפענען א עקסטערן אשכול ווייל דאס איז ווערד א שמועס בפני עצמו, און נישט אריינמישן אין יענעם אשכול.)


בנוהג שבעולם אז עס זענען דא שמחות, בעביס ווערן געבוירן, מענטשן מאכן בר מצוה, חתונה למז"ט, א.א.וו.,

דערנאך איז דרך כל האדם אז ווען מען ווערט אלט, שטארבט מען און מען גיט צוריק די נשמה צום בורא עולם.

דאס אלעס רוף איך אן "נארמאלע פאסירונגען", עולם כמנהגו נוהג. מען פרייעט זיך ביי א שמחה, און מען טרויערט נאך די אלטע נפטרים, און די וועלט גייט ווייטער.

אבער דערנאך זענען פאראן אויסערגעווענליכע פאסירונגען, וואס לאו בכל יומא מיתרחיש. אז א יונגערמאן זאל געווינען א לאטערי טיקעט וועט דאס זיין א שמחה יתירה וואס מען זעהט נישט און מען הערט נישט טאג-טעגליך. אז א יונגערמאן זאל נאך 10 יאר האבן א דרילינג איז אויך א גרויסע (הגם שווערע) שמחה וואס מען הערט נישט צו אפט, און איז גורם א גרעסערע שמחה ווי א דורכשניטליכע געבורט פון א נייע קינד.

דערנאך זענען פאראן די אויסערגעווענליכע טראגעדיעס וואס איז נישט נארמאל, ווי אזא מעשה פון א גלויבער קאפל, יונגע מענטשן זאלן פארלוירן ווערן און שטארבן מיט מיתות משונות יונגערהייט רח"ל, יונגע מענטשן וואס מוטשען זיך מיט מחלות משונות ואיומות, עראפלאנען מיט הונדערטער מענטשן ווערן פארשוואונדן פון איין טאג אויפן צווייטן און שטארבן אוועק מיט מיתות משונות, און אזוי אויך די נאטורליכע טראגעדיעס, צב"ש הוריקעינ'ס און טארנעידאס וואס מאכן אין מינוטן חרוב גאנצע שטעט און לאזן הונדערטער טויטע און טויזענטער מיליאנען אויסגעהונגערט אן קיין דאך איבערן קאפ אין די שווערסטע קעלטן אדער ביטערסטע היצן, צונאמיס וואס איז מכלה כרגע מיליאנען מענטשן מיט זייער גאנצע האב און גוטס, שרעקליכע ערדציטערנישן וועלכע זענען גורם חורבנות וקרבנות, און נאך אסאך אסאך סארטן אויסטערלישע שוועריגקייטן.

אין א באלאנסירטע וועלט, וואלטן די זאכן געווען אייניג, ד.ה. כאטש מען הערט בשורות מחרידות, אבער אויב לעומת זה הערט מען אפאר מעכטיגע אויסערגעווענליכע גוטע בשורות וואס שאקלט אויף די צוזעצטע געמיטער, טוען זיך זאכן לעוולען. עס איז דא מיט וואס זיך צו מחזק זיין. אבער טאמער מען הערט כסדר טראגעדיעס וואס שאקלען אויף יעדע הארץ, און דו קומסט מיר מחזק זיין "ווייסט וויפיל (געווענליכע) שמחות עס איז געווען דעם אדר?", איז עס נישט קיין ריכטיגע פארגלייך ווייל עס איז בכלל נישט leveled, עס טוט נישט מחזק זיין דאס הארץ נאך די שמועות איומות אשר כל לבב דוי וכל ראש לחלי, די רעכטע זייט וואגשאל מיט די שמחות איז נאך גאר הויך, בשעת די לינקע זייט פון צרות האחרונות המשכחות את הראשונות וועגט אראפ גאר טיף.

אדרבה, אויב איינער קען מיר אויפקלערן אנדערש, הלואי מי יתן והיה.

לאמיר האפן אויף אמת'ע בשורות טובות, עס קומט שוין דער חודש אשר ישועות בו מקיפות.

הוגה » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:00 pm

· #192303
מאך שלום מיט דער מצב. מיר לעבן אין א טעריבל וועלט. אפשר וועט די נעקסטע וועלט זיין בעסער.

ברסלבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:22 pm

· #192313
פארוואס ביזטו ביזי צו קוקן אויף יענעמ'ס צרות?
ווי אזוי איז געווען "דיין" חודש אדר? דיין משפחה איז געזונט און שטארק? זאכן האבן זיך אויסגעצאלט? אוועראלל איז עס געווען פרייליך אדער טרויעריג?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 1:28 pm

· #192315
הוגה
מאך שלום מיט דער מצב. מיר לעבן אין א טעריבל וועלט. אפשר וועט די נעקסטע וועלט זיין בעסער.

דאס איז וואס איך טענה! אבער יענער וויל מיר בארואיגן אז עס איז נישט אזוי טעריבל, ווייל עס איז געווען אסאך שמחות.

ברסלבער
פארוואס ביזטו ביזי צו קוקן אויף יענעמ'ס צרות?
ווי אזוי איז געווען "דיין" חודש אדר? דיין משפחה איז געזונט און שטארק? זאכן האבן זיך אויסגעצאלט? אוועראלל איז עס געווען פרייליך אדער טרויעריג?

קודם כל, אנשים אחים אנחנו, איך בין זיך משתתף מיט יענעמ'ס צער, איך קען נישט גיין האקן א טאג און זיך קלאפן שישו מעי שישו ווען אן אנדערע איד טרויערט און וויינט?
און נאכדעם, ב"ה די משפחה איז געזונט, צי זאכן קאווערן זיך? שעם איך זיך צו ענטפערן וד"ל, אוועראל איז עס דזשאסט אוועראלל, נאטינג טו טשיר מי אפ.

כוכב » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:17 pm

· #192360
שמעקעדיג, איך בין אביסל מחולק מיט דיר, אמאל האט א מענטש געלעבט אין א דארף און געטיילט אינפארמאציע מיט צוועלף אהאלב מענטשן און סהאט געקענט דורכגיין צוואנציג יאר און סזאל גארנישט געשעהן עפעס ספעציעל משאכ היינט האלט מען מיט וואס טוט זיך אין די גאנצע וועלט מיט מיליאנען אידן און ביליאנען גוים קען זיך דאכטן אז מבאדט זיך אין צרות.
בקיצור האסט אנגעכאפט גאנץ א גוטע משל מיט א לאטערי און סאיז אזוי ווי מזאל זאגן אז מענטשן געווינען לאטעריס רעכטס און לינקס ווייל יעדן טאג איז דאך דא עטליכע מענטשן וואס ווערן מיליאנערן. די זעלבע מיט רוב צרות וואס דו רעכנסט אויס ווי געקראכטע פליגער האט א מענטש מער טשאנסן צו געווינען א לאטערי ווי שטארבן אין א פלעין קרעש.
און דאס וואס דו ווילסט נאר אויסערגעווענליכע גוטע געשיכטעס איז אויך נישט קיין גערעכטע טענה ווייל דארפסט אין אכט נעמען וויפיל מיליאנען פלייטס קראכן נישט קעגן יעדע איינס וואס יא צו האבן דעם ריכטיגע בילד.
גאט איז נישט אזוי שלעכט און מענטשהייט נישט אזוי ויאויל אז מזאל נאך קומען מיט טענות.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 3:32 pm

· #192367
הוגה
מאך שלום מיט דער מצב. מיר לעבן אין א טעריבל וועלט. אפשר וועט די נעקסטע וועלט זיין בעסער.

פארוואס שלום מאכן מיטן מצב? לאמיר בעטן די אויבערשטער עס זאל זיין בעסער אויף דער וועלט. אמן

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:35 pm

· #192397
דאס הייסט לדעתך קומען די אלע צרות משונות פשוט ווייל מען בעהט נישט גענוג?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:37 pm

· #192401
כוכב
דארפסט אין אכט נעמען וויפיל מיליאנען פלייטס קראכן נישט קעגן יעדע איינס וואס יא צו האבן דעם ריכטיגע בילד.

"נישט קראכן" איז א נארמאלע זאך ביי א מענטש, אויסלעבן ביז די 120 אן א מיתה משונה איז די נארמאלע סדר העולם, און "טויזענט פליגערס וואס קראכן נישט" מאכט נישט אויס טראגעדיע איינס וואס קראכט יא.
דער מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלט מלא שמועות לא טובות ה"י.

מיר לעבן טאקע אין א עפאכע וואס מיר האלטן מיט די צרות פון די גאנצע וועלט, אבער מאידך גיסא אויך אלע גוטע בשורות פון די גאנצע וועלט, און עס איז ווייט נישט באלאנצירט (לויט אונזערע פליישיגע אויגן, שטייצעך).

טעפל » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:42 pm

· #192403
שמעקעדיג
כוכב
דארפסט אין אכט נעמען וויפיל מיליאנען פלייטס קראכן נישט קעגן יעדע איינס וואס יא צו האבן דעם ריכטיגע בילד.

"נישט קראכן" איז א נארמאלע זאך ביי א מענטש, אויסלעבן ביז די 120 אן א מיתה משונה איז די נארמאלע סדר העולם, און "טויזענט פליגערס וואס קראכן נישט" מאכט נישט אויס טראגעדיע איינס וואס קראכט יא.
דער מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלט מלא שמועות לא טובות ה"י.

מיר לעבן טאקע אין א עפאכע וואס מיר האלטן מיט די צרות פון די גאנצע וועלט, אבער מאידך גיסא אויך אלע גוטע בשורות פון די גאנצע וועלט, און עס איז ווייט נישט באלאנצירט (לויט אונזערע פליישיגע אויגן, שטייצעך).

נישט ממש, ווייל קיינער גייט נישט שרייבען אין וואצאפ אז ס'איז געבוירען א קינד מאלעזיע משא"כ געשטארבען..

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:48 pm

· #192412
גראדע איז דער וועלט בכלל נישט באלאנסירט, ווייל גוטע זאכען הערען נישט אויף צוקומען.


אלץ ווענד זיך וויאזוי די קוקסט דערויף.

דערמאן דיך די מעשה מיט דער רבי ר' זושא, עפעס פעלט מיר האט ער געפרעגט?

וואס אייגינטלעך האט דער עראפלאן אין מאלעזשיע מיט דיר?

דער גלויבער קאפעל איז רח"ל אומגעקומען צוליב מעשה ידי אדם, דער אויבערשטער לאזט דער וועלט צו א בחירה, און לאזט אלע מערדערערס הרג'נן וועמען זיי ווילען.

עפעס זעהט מיר אויס ווי די ביסט בייז אויף דער אויבערשטער, און ווילסט טענה'ן כאילו אונז ליידען לעצטענס צופיל צרות. לדעתי איז עס דיין פערספעקטיוו וואס ברויך א תיקון.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:56 pm

· #192421
טעפל

נישט ממש, ווייל קיינער גייט נישט שרייבען אין וואצאפ אז ס'איז געבוירען א קינד מאלעזיע משא"כ געשטארבען..


נאכאמאל, געבוירן/שטארבן בעתו ובזמנו איז נישט קיין נייעס.
אויב עס שטארבן 50 קינדער יונגערהייט פון הונגער אדער א טראגעדיע, וועלן 500 נייע בעביס נישט אויסגלייכן און באלאנסירן דעם בילד.

איך זעה אז דער עולם כאפט שווער דעם קאנצעפט. אפשר קען @לולקע-ציבעך (וואו איז ער טאקע?) אדער @פארוואס? אהערקומען מסביר זיין ברחל בתך הקטנה.

לאמיר געבן א משל, מיט נומבערס. לאמיר זאגן אז שמחה און צער גייט אויף א סקעיל פון 1 ביז 100. 1 איז א קליינע שמחה, 100 איז א ריזיגע שמחה. אזוי אויך 1 איז א קליינע צער, 100 א שוידערליכע צער.

ווען דו באקומסט א גוט ווארט פון א חבר, איז עס א שמחה בערך #5, האסט א קינד? מאכסט בר מצוה? לאמיר זאגן #10, עס איז דאך מעשים בכל יום (איך רעד שוין נישט פון דעם חלק וואס רוב שמחות קומט אן שווער און עס קאסט אסאך זייטיגע עגמת נפש, חבלי לידה, וליכא כתובה דלא כו', ואכמ"ל).

ווען א אלטער איד אדער אידענע ווערן נסתלק, איז א גרויסע אבידה, לאמיר זאגן די צער איז אויך בערך צווישן 5-10, ווענדט זיך ווי אלט און ווי שטארק דער נפטר/ת האט געליטן די לעצטע צייטן.

א גרויסע שמחה, אז איינער האט א דרילינג למשל, איז שוין 60-70. אז איינער באקומט א ריזיגע ירושה און ווערט רייך איבערנאכט נאכן זיך מוטשען אויף ברויט יארן לאנג, איז אויך גאר א הויכער נומער.
אזוי אויך ביי צער, אז א יונגער מענטש גייט אוועק בחיי אביו ואמו איז די צער לכה"פ 60-70, אז מען פארלירט אפאר קינדער אין איין עקסידענט ה"י איז עס ממש די שטארקסטע, א 100.

עס איז אויך דא זאכן וואס מיר נעמען פאר "גרענטעד", אז א פליגער קומט אן בשלום איז שוין היינט נארמאל און מען פילט נישט עפעס א שטארקע דאנקבארקייט (איך ווייס מען בענטשט גומל, אדער דאס איז וועגן דעם ים, נישט פליגער, והא ראי' אויף דאמעסטיק פלייטס בענטשט מען נישט), און כאטש חז"ל זאגן "על כל נשימה ונשימה תהלל ק-ה" איז עס נישט עפעס וואס דער ציבור טוט, מען עקספעקט עס זאל זיין אזוי לעולמי עד, ווייל "אזוי קומט עס", ממילא די אלע זאכן זענען כמעט נישט קיין נומער פון שמחה, אפשר אז מען איז זיך מתבונן וועט עס זיין שמחה לעוול 3, 4, אפשר 5. אבער דאס וועט ווייט נישט אריבערוועגן ווען עס קומט איין גרויסע באמבע שמועה אז טויזענטער מענטשן זענען אומגעקומען מיט א מיתה משונה, וואס איז נאך מער ווי 100.

איר פארשטייט? אדער דארף מען נאך הסברים?

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 24, 2014 4:57 pm

· #192423

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:01 pm

· #192425
שמעקעדיג
דאס הייסט לדעתך קומען די אלע צרות משונות פשוט ווייל מען בעהט נישט גענוג?

בכלל נישט, פארוואס אלע צרות קומען לאז איך איבער פאר עסקני העיר! איך זאג פשוט אז מען דארף נישט שלום מאכן מיטן מצב (דאס מיינט יאוש) מען קען בעטן עס זאל זיין בעסער! פארשטענדליך?

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:02 pm

· #192427
איך וויל בעטן איחוד און לעיקוואד, פליז זייט מרחיב בדיבור.
איחוד לויט דיר מיינט אז היות דער גלויבער זענען אומגעקומען מיט א בחירה פון מעשי ידי אדם, דארף עס נישט אפעקטירן אנדערע? מען דארף נישט גיין צו די לוויה? נאר זאגן שלום עלי נפשי, עס איז גארנישט, כבר היה לעולמים?
לעיקוואד, איך בין זייער א פאזיטיווע מענטש בעצם (חוץ ווען נישט...), איך זוך נישט צו זיין נעגאטיוו און באטריבן מיר מיט אנדערע, אדרבה, אויב זעהט איר דעם לעבן אנדערש ווי מיר, ביטע קלערטס מיר אויף, בארגטס מיר אייערע ברילן! איך וועל עס אפרישיעטן און אייך באדאנקען.

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:04 pm

· #192430
לית דין בר נש
שמעקעדיג
דאס הייסט לדעתך קומען די אלע צרות משונות פשוט ווייל מען בעהט נישט גענוג?

בכלל נישט, פארוואס אלע צרות קומען לאז איך איבער פאר עסקני העיר! איך זאג פשוט אז מען דארף נישט שלום מאכן מיטן מצב (דאס מיינט יאוש) מען קען בעטן עס זאל זיין בעסער! פארשטענדליך?

ניין. איך האב נישט גערעדט דא פון "סיבות" פארוואס די טראגעדיעס פאסירן. נישט דאס איז דער מדובר דא.
מען רעדט פון "פאקטן" - איך האב א וואגשאל, די רעכטע זייט איז בשורות טובות, די לינקע שמועות רעות. וועלכע וועגט איבער?
אין אנדערע ווערטער ביסטו מודה צו מיר, נאר זאגסט אז מען זאל זיך נישט מייאש זיין מהיום והלאה און בעטן מער תפלות פון השי"ת. אקעי. אדרבה ואדרבה. אבער לאמיר רעדן פונעם הווה, נישט פונעם עתיד.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:14 pm

· #192442
שמעקעדיג
לית דין בר נש
שמעקעדיג
דאס הייסט לדעתך קומען די אלע צרות משונות פשוט ווייל מען בעהט נישט גענוג?

בכלל נישט, פארוואס אלע צרות קומען לאז איך איבער פאר עסקני העיר! איך זאג פשוט אז מען דארף נישט שלום מאכן מיטן מצב (דאס מיינט יאוש) מען קען בעטן עס זאל זיין בעסער! פארשטענדליך?

ניין. איך האב נישט גערעדט דא פון "סיבות" פארוואס די טראגעדיעס פאסירן. נישט דאס איז דער מדובר דא.
מען רעדט פון "פאקטן" - איך האב א וואגשאל, די רעכטע זייט איז בשורות טובות, די לינקע שמועות רעות. וועלכע וועגט איבער?
אין אנדערע ווערטער ביסטו מודה צו מיר, נאר זאגסט אז מען זאל זיך נישט מייאש זיין מהיום והלאה און בעטן מער תפלות פון השי"ת. אקעי. אדרבה ואדרבה. אבער לאמיר רעדן פונעם הווה, נישט פונעם עתיד.

איך בין מיט דיר 100% מיין תגובה איז גיוועהן צו הוגה וואס האט געשריבן מען זאל שלום מאכן מיט די מצב. אבער אוודאי זיינען אונז אויף צרות ה' ישמרנו

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 24, 2014 5:23 pm

· #192450
שמעקעדיג, איר אליינס האט דאך גוט מסביר געווען די נעגיטיוויטי בייעס. ווי מיליאנע נסים ונפלאות קומען פאר יעדער סעקונדע, און די אן א שיער גוטס מיט וואס מיר זענען ארומגענומען יעדער מינוט קוקען מיר אן ווי "נארמאל", עס איז עולם כמנהגו נוהג, און עס איז נישט מעורר התפעלות, משא"כ טראגעדיעס קוקען מיר אן ווי א חידוש.

איך וועל געבן פאר ר' לואיס מסביר זיין אביסעל.

נולד מאוחר » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:35 pm

· #192506
שמעקדיג זיי האבן זיך אסאך ארימגעקריגט אבער אויף דעם זענען זיי צים סוף אויף זעלבן בלעטעל.
נימנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא.

איינגעמיירעט » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:25 am

· #192541
אזוי ווי כוכב האט ארויסגעברענגט איז די היינטיגע סארט לעבן שטארק צומישט.
מזעעט און חז"ל א מושג פון ״מעבירין את המת מלפני הכלה״ סאיז א שרעק א מת מיט א כלה, סאיז א גאנצע עסק.
יא אמאל איז א כלה געווען א כלה, סאיז געווען א מצב פון בנין פון שמחה פון קיום.
און א מת איז געווען א מת, סהאט זיך געשפירט א מיתה, חז״ל האבען געזאגט מעבירין את המת מלפני הכלה.
היינט האט יעדער איינער א מת מיט א כלה קלעש אפאר מאל א טאג.
ובפרט מיט what's app.
מזיצט בא א חתונה און מwatcht ווי משיסט און siriya.
משטייט בא א לויה און מwatcht די פענגווין טאנץ.

וואס סבלייבט basically איז
אז כלה איז נישט כלה און מת איז נישט מת, די רגשי האדם ווערען צוגאנגען.
אלעס ווערט א תיאוריה און די מענטשס הרגש איז gone.

פארוואס? » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:22 am

· #192555
@שמעקעדיג.
האסט מיר געלאדנט צו מסביר זיין ברחל בתך הקטנה, אבער דו האסט עס שוין געטוהן.
אין קורצן, דו ווילסט פארשלאגן א וועג צו מעסטן אויב עס איז א גוטע וועלט אדער א שלעכטע וועלט.
מיין דעה אינעם נושא, כאטש ס׳הערט זיך מאדנע, איז עס לדעתי ריכטיג:
עס איז נישטא אזא מין זאך א גוטע וועלט אדער א שלעכטע וועלט. אלעס דארף געמאסטן רעלעטיוו צו עפעס. ווען דו מעסט די לענג פון א זאך, (וויפיל פוס/מעטער וכדומה), איז עס בעצם רעלעטיוו צו א געוויסע לענג. ווען מיר מעסטן די טעמפערוטאר, די סטאק מארקעט, און בכלל די ווערד פון א חפץ. און אזוי יעדע זאך.
אם כן, קענסט דאך נישט מעסטן רעלעטיוו צו אן אנדער וועלט (כל עוד מיר ווייסן נישט צו זאגן פון אנדערע וועלטן), קענסטו נאר מעסטן אין אונזער וועלט איין זמן קעגן צווייטן.
ולכן, נישט קיין חילוק וויפיל צרות ס׳איז געווען דעם חודש, אויב אייביג איז אזוי, דאן איז גארנישט מער שלעכט. די שאלה איז נאר אויב עס איז טאקע אזוי.
פארשטייטס זיך, אז עס איז נאריש צו נעמען א דעה איבער דעם, (צו דער חודש איז מער שלעכט ווי אנדערע), כל זמן עס ווערט נישט געמאסטן קלאר און פונקטליך, מיט א געוויסע מהלך.
(דוכט זיך מיר, אז די לעצטע שרעקליכע בשורה וואס האט דיר געמאכט ארויסשרייען דיין ווייטאג, איז די סאנטאג מעשה אין מאנסי, וואס אזעלכע מעשיות און ערגערס געשעהן ליידער יעדן חודש, איבערן וועלט, אבער נישט דוקא צו אידן).

נולד מאוחר » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:05 am

· #192562
רעכענדיג מיטן זמן דארף מען נישט רעכנען די חודש vs אן אנדערע.
קען מען רעכנען, אויב האב איך יעדען טאג וויניגער גוטע מינוטן פון שלעכטע?

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 11:27 am

· #192583
א דאנק פארוואס?, פאר דיין שיינע תגובה.

לענינינו, עס איז דאך נישט מעגליך צו קאמפערן אונזער וועלט צו א צווייטע, ממילא קען עס נישט זיין דער ריכטיגער אופן ווי אזוי צו מעסטן שמחה און טרויער. הגם אביסל האב איך שוין געשריבן דא, אז די "עקספעקטעישאן'ס" פון א מענטש איז בעיקר גורם זיין שמחה און צער, ואאריך לקמן בזה; אבער דאס איז ווייט נישט אלעס.

איך בין נישט קיין גרויסער פילאזאפף (א קליינער אויך נישט), אבער לפענ"ד איז דא א פשוט'ער וועג צו מעסטן, און דאס איז: דעם מענטש'נס פידבעק. ווען לאכט ער און ווען וויינט ער. און לאמיך מסביר'ן.

לאמיר נאכאמאל נעמען דעם ווארט "נארמאל". אודאי איז יעדער מענטש אביסל אנדערש אין נאטור, אבער עס איז פאראן אזא זאך ווי "עולם כמנהגו נוהג". אין די תורה האט דער באשעפער געזאגט פאר נח אז די לעבן פון א מענטש איז 120 יאר. היינט איז עס ענדערש 80-90 יאר. דאס איז קאנסידערט "נארמאל", עוורידזש, און עס איז ערווארטעט. עס איז אויך נארמאל אז א מענטש קען נוצן געזונטערהייט זיינע אברים.

לאמיר נעמען א משל פון א קאר מאנופעקטשורער (קען זיין כ'האב שוין גענוצט ערגעץ דעם משל). ווען א קאמפאני בויעט א קאר, און אלעס ארבעט פיין, איז עס א פיינע קאמפאני, אבער מען גייט נישט יעדן טאג אנרופן די קאמפאני און זיי באדאנקען דערפאר. דער באשעפער איז אויך א מאנופעקטשורער, ער באשאפט די גאנצע וועלט, ער באשאפט אלע מענטשן, און עס איז טאקע וואונדערליך ווי אזוי אלעס ארבעט אינאיינעם, נפלאות הבריאה! די זון שיינט אויף און גייט אונטער, ביימער און בלומען ווערן איינגעפלאנצט און וואקסן שיין ארויס מיט געשמאקע ריחות, עס איז דא קעלט און היצן, פיינע פרישע פרוכט, שיינע פאנאראמאס, דער גאנצער סיסטעם ווי אזוי מענטש ארבעט איז למעלה מהשגתינו, וואס דאקטוירים נאך יארן ריסוירטש קענען קוים באגרייפן די ענדלאזע חכמה און קאמפליצירטע באשאף, א.א.וו. דאס איז טאקע וואונדערליך פאר אונז – פונקט אזוי ווי (להבדיל, אויף א קלענערע פארנעם) מיר ווערן ערשטוינט פון א וואונדערליכע פראדוקט וואס א בשר ודם האט געמאכט, צב"ש א ריזיגער מאסיווער עראפלאן וואס פליעט אין דער לופטן. אבער אונזער התפעלות פון גאט'ס גרויסע וועלט מיינט נאך נישט (בפשטות) אז פאר אים איז עס אויך געווען שווער, און אז מיר דארפן אים דאנקען כסדר דערפאר, פונקט ווי איך באדאנק נישט באואינג און עירבאס ווען איך פלי מיט זייער ערצייגטן פליגער. איך פארשטיי נאך נישט ביז היינט פונקטליך די כוונה פון געוויסע ברכות פארוואס מען מאכט זיי, ווייל עס איז קאנסידערט נארמאל, וכבר הארכתי בזה כאן.

עכ"פ בפשטות זייט די וועלט שטייט, איז נאך קיינער נישט געווארן זייער בשמחה ווייל די זון איז ארויסגעקומען צופרי, אדער ווייל עס איז דא ריזיגע ימים און בערג וואס מען קען משוגע ווערן פון זייער שיינקייט און מעכטיגקייט. דער חובת הלבבות איז שוין טאקע מאריך אז מענטשן נעמען די זאכן פאר גרענטעד. און די זעלבע זאך, פונקט ווי א קאר האט קנעפלעך פאר עירקאנדישן און מוזיק פלעיער וואס איז עקספעקטעד צו ארבעטן, אזוי האט דער באשעפער באשאפן א מענטש מיט א סיסטעם, די אויגן זעהען, די נאז שמעקט, די מויל רעדט און עסט, און די אויערן הערן, די הענט שפירן און טוען אנדערע פונקציעס וכו', און כאטש טאקע עס זענען פאראן בלינדע מענטשן און אויכעט אינוואלידן ה"י, איז די "נארמאלע וועג" פון גאט'ס בריאה אז מען זאל יא זעהן און יא קענען זיך באוועגן כראוי, און קיינער איז נישט עכט בשמחה דערוועגן, ווייל עס איז "ערווארטעט". (כאטש ר' אביגדור מיללער און דער חובת הלבבות און אנדערע שרייבן כסדר אז מען זאל יא האבן די התבוננות).


איך פארפאר שוין צו ווייט, לאמיר זיך פרובירן האלטן צום ליניע. יעצט א מענטש זאל פרובירן זעהן וועלכע זאכן מאכט אים פרייליך און טרויעריג, און אויכעט נעמען אין באטראכט די לעוול פון שמחה און טרויער. אויב שטארבן יונג וואלט געווען "נארמאל" און עקספעקטעד וואלט קיינער נישט געקלאגט דערויף אזוי שטארק, עס וואלט ניטעמאל געווען אין די נייעס. פאקטיש איז עס יא א הארצרייסענדע געשעעניש אויב עס פאסירט רח"ל. אויב דיין פעדער פאלט אראפ אויף דער ערד אינמיטן שרייבן, איז עס א אינקאוויניענס, אבער קיינער גייט נישט נעמען וויינען און קלאגן דערויף. מען וועט עס אויפהייבן און גיין ווייטער. דאס איז א פיצעלע לעוועל פון טרויער, און עס איז אויך ערווארטעט אז דאס זאל פאסירן צומאל. טאמער איז עס געווארן צובראכן, איז שוין א טראפ א גרעסערע לעוועל, אבער אויכעט נישט געפערליך, א כפרה די פעדער, נעם א צווייטע. טאמער פאלט אראפ דיין סמארטפאון, איז דאס שוין א גרעסערע חורבן, א העכערע לעוועל פון טרויער. עס אינוואלווד מער געלט, קאפ ווייטאג, א העסל צו גיין צום געשעפט איינטוישן, טראנספערירן אינפארמאציע, עס פאדערט צייט און מחשבה.

(זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז אויך א חילוק צווישן א איד מיט א גוי. דער איד האט מער שוועריגקייטן מיט וואס זיך צו מתמודד זיין, און בעיקר איז עס די חינוך און די ערווארטעטע נחת. בשעת א גוי אינטרעסירט נישט אז זיין בחור'ל האט זיך אנגעטראפן מיט א פריינדינע אין שולע, אפשר גאר האט ער הנאה דערפון, וועט א איד אין אזא מצב פארברעכן מיט די הענט און זיך רייסן די האר פון קאפ. און דאס האט אויך צו טון מיטן רצון און ערווארטונג פון א מענטש לויט זיין חינוך און רעליגיע).

מיט שמחה איז די זעלבע זאך. אז מען האט די מינימום "נארמאלע" זאכן, אדער שפירט מען בכלל נישט די שמחה אדער איז עס גאר א קליינע לעוועל. אז איך זיץ אויף א באקוועמע בענקל אדער רעקליינער האב איך הנאה דערפון, אבער עס איז גאר א נידריגע מדריגה פון שמחה. אז איך האב געוינען א גורל און דער מוסד צאלט מיר אויס מיין פסח מיט אלע הוצאות, דאס איז שוין פיל א גרעסערע, אומערווארטעטע שמחה. עס איז נישט דער NORM, ממילא איז די שמחה און סורפרייז גרעסער.

סך הכל, עס איז פאראן 3 מדריגות. איך וואלט געזאגט אז די ערשטע איז א גלייכע ליניע, וואס רופט זיך "נארמאל", עקספעקטעד און ערווארטעט. דאס וואלט איך געגעבן דעם נומבער זערא. דאס מאכט נישט קיינעם פרייליך און נישט טרויעריג. אביסל ארויס פון דעם ליניע איז נאך גאנץ עקספעקטעד, און גייט נאך אריין בגדר עולם מנהגו נוהג, און די זאכן מאכן נישט קיין גרויסער דיפערענץ אין לעבן. למשל א טאג מיט א שווערע וועטער און ביטערע קעלטן איז זייער אומבאקוועם, אבער קיינער גייט נישט קלאגן דערויף, עס איז א חלק פון נאטור און מען ווייסט אז ווינטער איז קאלט און זומער ביטער הייס. עס איז נישט קיין טראגעדיע, סך הכל א טראפעלע אוטער זעראו. און פונקט אזוי וועט קיינער נישט ווערן אויסטערליש פרייליך ווייל היינט איז יא א שענערע וועטער. און דאס איז דער מעסטער פאר די קומענדיגע 2 זאכן:

די צווייטע און דריטע שטאפל איז שמחות און טרויער. שמחות איז העכער זערא, שמועות לא טובות אונטער זערא. געבוירן א קינד איז נענטער צו די זיראו ליניע, ווייל עס איז 'ערווארטעט', עס איז 'נארמאל'. אן עלטערער מענטש ווערט נפטר איז אביסל בילאו זיראו, אבער אויך נישט געפערליך, עס איז נאך אלץ אינעם גדר פון עולם כמנהגו נוהג, נאך אלץ א רוח מצויה, און קלאר ערווארטעט.

ווי גרעסער די שמחה, און ווי שטארקער די טראגעדיע, אלץ מער רוקט זיך עס אוועק פונעם זיראו. א צונאמי וואס מאכט חרוב ונחרב א לאנד מיט הונדערטער טויזענטער אומשולדיגע מענטשן פרויען און קינדער איז 100 בילאו זעראו, און אז א כ"ק רבינו שליט"א מאכט חתונה און ער ערשיינט בהדרת קדשו און מען טאנצט קול רנה וישועה און די הערצער פון די חסידים זענען מלא שמחה על כל גדותיו אזש ס'איז נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן דאס איז הונדערט טויזענט העכער זיראו.

פארשטייט איר שוין מיין מעסטער? יעצט נעמט די מעסטער, מאכטס א עקסעל שיעט גרעף, מאכטס א עוורידזש פארמיולע, און קוקט וואס איז מער, אייערע מינוטן פון געהויבענע שמחה און פרייליכע בשורות, אדער שוועריגקייטן און צרות און שמועות מחרידות. ודו"ק.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 25, 2014 12:34 pm

· #192596
@שמעקעדיג, האסט זייער גוט ארויס געברענגט דיין נקודה, אבער לאמיר איבער'חזר'ן וואס איך האב פריער געזאגט מיט אביסל מער הסבר.
ווען ביי דיר אינדערהיים פאלט אראפ א טייערע באטל וויין און עס צוברעכט זיך האסטו גרויס צער פון דעם, אבער ווען אין א ליקער סטאר האט זיך צובראכן א גאנץ קעסטל וויין וועט דער בעה"ב נישט האבן אזויפיל צער ווי דו פון דיין איין באטל, ווייל ביי אים איז דאס מער א נארמאלע זאך.
יעצט ווי אזוי קוקסטו אן די פאסירונגען פון די וועלט? אויב קוקסטו אן דעם גרויסן בילד, די וועלט פארט עס איז דא פריידיגע זאכן און טרויעריגע זאכן, דאן דארפסטו נישט ווערן אזוי איבערגענומען אפילו פון א גרויסע צרה. עולם כמנהגו נוהג, פון די מיליאנען ערעפלאנען איז נאר איינס אראפגעפאלן. פון די פילע מענטשן וואס ווערן פארלוירן און געטראפן געזונטערהייט טאג טעגליך, איז איינער געטראפן געווארן נישט בין החיים. דאס איז פונקט אזוי נארמאל ווי פון די אלע צענדליגע קעסטעל וויין איז איינס אראפגעפאלן און צובראכן געווארן.
און אויב ווילסטו קוקן מער בפרטיות אויף דיין אייגן לעבן, דארפסטו דארט מעסטן די צער קעגן די שמחה אן אריינצומישן די דרויסענדיגע וועלט.
וועלכע פון די צוויי וועגן דו וועסט נוצן, וועט געווענליך איבערוועגן די גוטע זאכן.

אין אנדערע ווערטער, דארט וואו עס קומען אן טעגליך צענדליגע קעסטלעך וויין איז נארמאל אז איינס זאל אראפפאלן און מען דארף נישט האבן אזויפיל צער פון דעם, עס איז נישטא אזויפיל צער באיכות. און דארט וואו עס קומט נאר אן איין באטל וויין א וואך, דארט פאלט עס נישט אזוי סאך מאל אראפ, און מען האט ווייניגער די צער בכמות.

און אויב דו ווערסט אזוי איבערגענומען ווען דו הערסט אז ביים אנדערן עק שטאט האט זיך צובראכן א באטל וויין אין א סטאר, און דאס בארירט דיר פונקט ווי א אייגענע צרה. אויף דעם זאגט די גמרא אז די רחמנים - חייהם אינם חיים.

פליקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:48 pm

· #192619
אוי ביזטו ציקער זיס @שמעקעדיג

לאמיך אויך אביסל מיין געפיל איבערגעיבן

על פי רוב א שמחה געווענט זיך לפי הנישמח

ווי שמעקי'ס משל אויב דיין רבי מאכט חתונה איז די שמחה און אלע דיינע עולמות, אבער ווען א אנדערעם'ס רבי מאכט חתונה ווען די שמחה איז און א אנדערם'ס עולם, די ביזטו זייער פאסיוו צי די שמחה, אפשר גאר בצער אויב עס איז די רבי פון די שטרייטענדע צד שכנגד, קימט דאך אויס קלאר אז נישט די מעשה שמחה איז די שמחה נאר לויט דעים נישמח.

השתא, ווען מיר ווערן בצער איז עס אויך לויט דעים ניצער, ווען איינער ווערט בצער ווען ער הערט יעדע שלעכטע נייעס ווי אימער עס פאסירט אינעם כדיר, דאן וועט זיין לעיבן ווערן גאר פארביטערט.

פארשטייט זיך אז כל מבשר וואס האלט און איין מצער זיין די מענטשען מיט זיין וואונטש שנשמע ונתבשר בשורת טובות נאך יעדע לויה, איז נישט שטארק בייהילפיג צי באראיגען די מענטשען וואס הערען אים אויס.

אמת טאקע מיר הערן שויעדרליכע מעשיות כסדר, אבער זאל מיר דען איינער זאגן אז עס קימט צו צי די מעשיות וואס האבן זיך אפגעשפילט אינם שואה, אדער אנדערע שוידערליכע צייטן, אלע מאל האבן מיר געלעיבט און שרעק, און ווען מיר האבן איבערגעלעיבט א טאג, האבן מיר געהאט א שמחה שאין דגמתו,

נאר היות היינט ווען מיר האבן די אלע כלים וואס מיר ווייסן יעדע נייעסל און די וועלט אינטער א סקונדע, ברויכן מיר אויך זיך ספעציעל אויספרייען אז מיר לעיבן דא על מנוחה נכונה, מיר באזיצן רעכטן וואס איז קיין מאל נישט געוועין און די היסטאריע, מיר ברויכן זיך לחיים'ען עד דלא ידע יעדן איינציגן טאג, מיר ברויכן נעמען די קלייניקייטן ווי די שפע פון אפערטוניטי'ס וואס מיר האבן דא, מיר קענען ציקימען צי יעדע פרנסה, מיר קענען רייזן אן קיין פחד, מיר האבן הייזער, מיר פארקויפן און קויפן אויף עמעזאן, מיר בויען הייזער פאר גויים, מיר האבן אלע גיטע זאכן, מיר ברויכן שפרינגען און די גאסן אז מיר האבן אייגענע בלאגס ווי מיר רעדן לשון הרע אימגעשטערט, אזויפיל גיטע זאכן, וואס באלאנצירט אויס אז א פליגער ווערט נעלם, ביג דיל, אוודאי א וויין אויף די גלויבער קאפל, אבער גלייך ציריק גיין צים פרייד, נישט פארגעסן אז דער אויבישטער הערט נישט אויף צי געיבן פאר אינז אן א שיעור גיטע זאכן, פאהר דזשי, וואץ עפפ, מייקראעיוו אויבענעס, נייע קארן מיט בעקאפ קעמערעס, אלע מינע גיטע עסן וואס ווערן נישט פארדארבן, גוגל, איך בין אזוי העפי טענק יו השם, איי לאוו יא

עפל סיידער » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:39 pm

· #192633
פליקער
אוי ביזטו ציקער זיס @שמעקעדיג


פארשטייט זיך אז כל מבשר וואס האלט און איין מצער זיין די מענטשען מיט זיין וואונטש שנשמע ונתבשר בשורת טובות נאך יעדע לויה, איז נישט שטארק בייהילפיג צי באראיגען די מענטשען וואס הערען אים אויס.



איך האב אמאל געזעהן א בירור הלכה געשריבען איבער'ן פראבלעים פון ק"מ אז מען איז מבשר ר"ל בשורות איוב, וואס נעמט איינוועג'ס אויך אוועק די נאטורילכער אידישער רחמנות געפיל צו שווערע בשורות, הגם מיר זענען שוין אזוי מורגל פון די צייטונגען, איז עס דאך אנדערש ווען א מענטש הערט לייוו, ווי א היימישער רעדט פון סושי, אדוועטייזמענט.., שמחת חצר, און דערנאך א הימעל אויפטרייסלענדע געשעהניש רח"ל.
ער וואלט שוין געמעגט טרעפן א לעזונג פאר דעם מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:39 pm

· #192634
פליקער
אוי ביזטו ציקער זיס @פליקער

פארוואס? » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:56 pm

· #192680
@שמעקעדיג.
האסט זייער שיין דעסקרייבט ווי אזוי דער מעסטער זאל זיין, און איך בין נישט חולק מיט דיר, איך וויל דיר נאר אויפמערקזאם מאכן, אז דו האסט לכאורה זיך נישט באצויגן צו מיינע דיבורים. און איך וועל מער מאריך זיין.
לאמיר זאגן מיר וועלן געבן נומערן פאר יעדע פאסירונג לויט זיין שטארקע טרויער/שמחה, און דערנאך נעמען מיר ארויס דעם סך הכל פונעם חודש/זמן (נישט קיין חילוק וועלכע פסק-זמן, כמובן), ווי אזוי ווייסן מיר צו דער חודש/זמן איז גוט אדער שלעכט?
פאר דעם דארף זיין א געוויסע יוניט, וואס רעלעטיוו צו דעם, ווערט געמאסטן אויב עס איז געווען גוט אדער שלעכט.
למשל, אויב דער סך הכל פון חודש שבט תשע״ד איז געווען 24 פוינטס (אויב שמחה איז פאזיטיווע פוינטס און טרויער איז נעגיטיוו), און חודש אדר א׳ איז געווען 32 פוינטס, דאן ווייסן מיר אז חודש אדר א׳ איז געווען א פריילעכערע חודש פון שבט, און אזוי ווייטער.
פארשטייטס זיך, אז כרבות הימים וועט ווערן מער און מער אקוראט דער average נומער פון גוט אדער שלעכט, און דאן וועט מען קענען מעסטן פונקטליכער.
איז דאס האב איך געמיינט צו זאגן, אז עס קען נאר זיין רעלעטיוו צו אנדערע זמנים.

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:49 pm

· #192736
לכאורה האט מיין טענה אז אסאך טרויעריגע זאכען געשעהן ע"י מעשה בני אדם, נישט קיין פשט לגבי דיין עיקר טענה. כ'האב עס נאר געשריבען כלפי דאס וואס זעהט אויס אז די פראבירסט צו מאכען א "קעיס" קעגען כביכול, היתכן דער מעסטער איז מער גענויגען אויף שלעכטע מאורעות.

אבער לגבי דיין עיקר טענה, איז נישט א מענטש מעיקרא אויסגעשטעלט צו וועלען אלעס, האבען אלעס, געוועלטיגען אויף אלעס, דאס איז דער נאטור, ממילא ווען א מענטש באקומט וואס ער וויל, מאכט עס אים נישט מער צופרידען נאר ווען עפעס גאר נישט ערווארטערט געשעהט.

למשל ווען איינער ארבעט און פארדינט פיפציג טויזענט א יאר, איז ער א ארימאן. ער ווערט נישט העפי פין דעם, לעומת זה, ווען ער פארלירט פיפציג טויזענט דאלאר, וועט ער ווערען בעצבות.

פארוואס?

די זעלביגע פיפציג פארדינט ברענגט נישט קיין גלייכער שמחה אדער עצבות, נאר מער עצבות.

וכן לגבי אלע ענינים. א מענטש קויפט א הויז, איז ער בשמחה ווען ער מופט אריין, ווען ער רח"ל פארלירט דער הויז, איז ער צען מאל מער בעצבות. איינער טוט א שידוך, איז דער שמחה קלענער ווי איינער וואס לאזט אפ א שידוך. איינער פארדינט מיליאן דאלאר איז דער שמחה קלענער ווי דער עצבות פין פארלירען מיליאן דאלאר. און מען קען אנגיין מיט משלים פאר אפאר בלעטער.

ממילא דיין טענה אז דער מעסטערעל איז נישט אין באלאנס איז אמת, אבער טאקע ווייל אונז מענטשען עקספעקטען אלעס, און פרייען זיך נישט עקוואלי אויף דער געווינסען ווי דער עצבות פין פארלירען דער זעלביגער זאך וואס מען געווינט.

בכלל האב איך נאך א הערה אויף דיין טענה, אין הכי נמי אז ביסט גערעכט אין מציאות אז עס איז דא מער צרות ווי שמחות, וכדבריך לעיל, מיט מיין הסבר דא, אבער די שמחות און צרות וואס די כאפסט אהן זענען בעיני מאדנע. כלומר, עראפלאנען און אינגערע מענטשען ווערען נעדר רח"ל צו משמים צו אליין אלס דעפרעסיע, צו ע"י מעשה בני אדם. די אלע צרות און שמחות זענען נישט אזוי ווייט נוגע פאר די פרטיות'דיגע מצב הנפשי פין רובא דרובא מענשטען (חוץ למשל די מעשה פין שטארק וואס יעדער בפרטות כאפט א טרייסעל אויס מורא פין נישט אהיים קומען ביינאכט, אדער העכער פיפציג מענטשען וואס האבען מורא אז זיי וועלען שטארבען פין דער "פלא" כדרך שמת פלוני, אבער דאס איז נישט "צרות" מער "פחד"). יעדער מענטש אבער גייט אדורך שווערע און גוטע מצבים טאג טעגליך, טאמער האט ער א דזשאב מאכט ער מיט פין זיין אויפזעהר ווען ער דערנידערט אים, טאמער א בעה"ב מאכט ער מיט פין שווערע קאסטעמערס, טאמער א רבי מאכט ער מיט ווען זיין ברודער האט הצלחה (מען קען לאכען פין היינט ביז מארגען, למעשה איז עס נוגע לנפשו), וכן לכל אחד ואחד. און אמת, אויף דער לעוועל איז שמעקעדיג אויך גערעכט אז רוב מענטשען זענען נישט קיין צופרידענע מענטשען, און וועלען ביינאכט זיין שלעכט מוטיג פין זייער שווערע טאג, חוץ מוצ"ש ווען מען פילט בעסער נאך פארברענגען מיט דער משפחה (אויב מען האט שלום בית). איז אז מען רעדט שוין שלום בית איז געוועהנליך אויך דא עולה ויורד.

לגבי דעם ביסטו אויך גערעכט רב שמעקעדיג, און דא איז אויך חל מיין ענ"ד הסבר, אז א מענטש טוט עקספעקטען דער גוטער חלקים, און ווערט מער בעצבות ווען דער זעלבער זאך גייט נישט גוט, ווי בשמחה ווען עס גייט יא גוט.

וויאזוי זאגען די חסידים? "טראכט גוט וועט זיין גוט". ווייל בעצם ווען מען וואלט געוועהן בשמחה מיט דער זעלבער לעוועל ווי עצבות, ד.ה. מקיים געוועהן דער כשם שמקלל על הרעה כך מברך על הטובה, וואלט א מענטש נישט אויף געהערט צו זיין צופרידען.

פליקער » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:16 pm

· #192740
איחוד פעלד, דיין משל איז נישט דומה צים נימשל, די ברעינגסט משלים פון איינער וואס ארבייט א יאר פאר פיפציג טויעזנט טולר, און אויפן וועיג אהיים צי זיין פאמיליע באפאלט אים א רויבער און נעמט אים אוועק אלעס, די שמחה פון האבן די פיפציגער איז נישט נאר די געלט וואס ער פארמאגט, די פיין פון פארלירן איז פיל מער ווי די ארבייט, עס איז די יאר וואס ער האט פארלוירן, די מיילער וואס ער קען נישט פיטערן, די הויז וואס גייט באנקארפט, די מלוות וואס האבן געבארגט א גאנץ יאר.

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 25, 2014 9:42 pm

· #192744
לו יהא כדבריך,

אויף א פאל וואס ער דארף נישט דער פיפציגער אויף דיינע געברויכען, ער האלט שוין ביים פערטען פיפציגער.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:12 pm

· #192756
הערליך, האסטו א גוטן משל, נעם דיינע אייגענע ווערטער!!

אויב איינער געווינט פלוצלינג 50 אלפים איז די שמחה לעוועל פונקט אזוי שטארק ווי די עצבות לעוועל ווען איינער בארויבט עס אים. אבער טאמער האט ער געארבעט א גאנץ יאר פאר די 50 אלפים (ווי דו שרייבסט אין דיין משל) איז עס נישט עפעס א בשורה טובה, נאר "נארמאל". ער האט שווער געארבעט דערויף, 365 טעג א יאר (נעם אראפ שבתות וימים טובים), און עס איז דער דרך העולם אז מען ארבעט שווער פארדינט מען, איינער מער איינער ווייניגער, אבער ער האט עפעס געגעבן דערפאר, ער האט אוועקגעגעבן זיין צייט פון א יאר (וכדברי פליקער), זיין כח מח, בלוט און שווייס, ממילא וועט ער נישט זיין אויסערגעווענליך העפי אז ער האט יעצט א פופציגער, אפילו א פערטע אדער א פיפטע, כאטש ער וועט זיין לכה"פ צופרידן אז ער קען זיך קאווערן.

קומט אויס אז מען קען נישט קאמפערן די לעוועל פון שמחה פון א ארבייטער'ס פארדינסט מיט די לעוועל אויף צער פון איינער וואס פארלירט עס. דאס פארלירן קענסטו נאר קאמפערן צו איינער וואס געווינט אומגעארבעט און אומגערישט.

יעצט אין די ריעל וועלט וועסטו טרעפן פיל מער מענטשן וואס פארלירן זייער געלט, צי זיי ווערן בא'גנב'עט, באשווינדעלט, סתם פארלוירן אדער שלעכט אינוועסטירט, ווי איידער טרעפן אזעלכע וואס געווינען די געלט אומגעארבעט! לאז די ארבייטערס אין די זייט, זיי זענען אויף די ZERO לעועל, זיי גיבן צייט און כח און באקומען דערפאר באצאלט, דאס איז דרך העולם, דאס רעכנט מען נישט. רעכן בלויז פארלירער און געווינער. וועלכע איז מער?

איחוד פעלד » דינסטאג מערץ 25, 2014 10:31 pm

· #192758
יעצט אין די ריעל וועלט וועסטו טרעפן פיל מער מענטשן וואס פארלירן זייער געלט, צי זיי ווערן בא'גנב'עט, באשווינדעלט, סתם פארלוירן אדער שלעכט אינוועסטירט, ווי איידער טרעפן אזעלכע וואס געווינען די געלט אומגעארבעט! לאז די ארבייטערס אין די זייט, זיי זענען אויף די ZERO לעועל, זיי גיבן צייט און כח און באקומען דערפאר באצאלט, דאס איז דרך העולם, דאס רעכנט מען נישט. רעכן בלויז פארלירער און געווינער. וועלכע איז מער?


ביסט פשוט נישט גערעכט, ווייל ווען איינער פארלירט, פארדינט א צווייטער..

און ניין, די שמחה פין פארדינער אן עקסטערע פיפציגער, איז לדעתי נישט דער זעלבער ווי דער צער פין פארלירען אן עקסטערע פיפציגער. וכן בכל הענינים. לאז זיין כ'האב געמאכט א טעות מיט פארגלייכער איינער וואס פארלירט זיין ערשטער פיפציגער, הגם כ'האלט אז בעצם בין איך דארט אויך גערעכט, נעם איינער וואס פארדינט שענער פרנסה, פארדינט הונדרעט אלפים א יאר, און מיט אמאהל פאלט ער אריין אין חובות פין הונדרעט אלפים, אוודאי וועט ער זיין מער בעצבות ווי זיין טאג טעגליכע שמחה ביז היינט, איך פארדין הונדרעט אלפים. און דאס איז ווייל ער האט זיך אזוי פראגראמירט אז דאס איז "נארמאל". נישט ווייל דער מעסטער איז באמת מער אויף די צרות זייט.

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 26, 2014 10:23 am

· #192836
איך וועל מודה זיין צו דיר אז פארדינען איז נישט אזא שמחה פון די צער פון פארלירן, פשוט אלס דער פאקט פון "יש לו מנה רוצה מאתיים"...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 27, 2014 12:24 am

· #192979
אין די אשכול פון מנחם שטארק ע"ה,

רויטע וואנצעס
מזל טוב, א שמחה ענדליך פאר די צובראכענע משפחה. מנחם'ס אינגסטע ברודער איז היינט א חתן געווארן.