☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן

תוצאות פון מלמדים און עלטערן וואס שלאגן

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6127
בלאט: 1 2

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:27 pm

· #191654
שמעקעדיג
עיי' בסמ"ג מצוה ע"ה, שם מבואר דאב הרודה את בנו ללמוד ולהדריכו בדרך ישרה כלשון לדרך האמת, אפי' מת תחת ידו הרי הוא פטור מגלות משום דעשה ברשות...

ויותר מזה מבואר במס' מכות דף ח' ע"א, שכך הוא הדין גם אם היכה בן/תלמיד שלומד ומתנהג כהוגן, כי מצוה היא להכות ולרדות.

לית דין בר נש » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:30 pm

· #191655
איך קען נישט זיין טאטע אבער ווען איך זאל ווען האלטן אז עס איז אמת וואלט איך אויך געוויינט! דערווייל האלט איך אז ער איז גיוועהן אין קעלער (מיט א אנגעצונדענע ליייט נישט ווי אונז פיקטשערן א קעלער שטיינערנע ווענט אהן עלעקטאר) פאר איין שעה ממילא לאך איך פון די פרייליכע מעמד דוירט ווי אידן זיינען זיך משמח.

העלא » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:38 pm

· #191659
איך קען דעם קרומאן'ס ברודער, ער איז א פיינע אינגערמאן,
איך האב אים געפרעגט צו זיין ברודער האלט נאך שבת האט ער מיר נישט געוואלט ענטפערן


לגבי שלאגן:
שלמה המלך האט שוין געזאגט "חושך שבטו שונא בנו"
אבער עס איז דא אהלכות אין שולחן ערוך וויאזוי און ווען מ'מעג שלאגן, און וויאזוי און ווען מ'טאר נישט שלאגן,
איינע פון די הלכות איז אז מ'טאר נישט שלאגן ווען מ'איז אין כעס,

שלאגן בשעת כעס, איז פארקערט ווי חינוך, ווייל מיטן שלאגן איז ער אים מחנך צו מדות מושחתות, ער ווייזט אים א סעמפל וויזוי מ'גיבט אויס די גערעגקייט,
חוץ מזה, נעמען אסאך קינדער פון דעם ארויס א מסקנא אז אידישקייט איז נישט צום אויסהאלטן און ברעכן אינטער

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:11 pm

· #191687
א מעסעדזש וואס פארט ארום פון קרומאן
I can give you guys a better story. Hold on.
ווען איך בין געווען פופצען יאר אלט האט מיין טאטע מיך געשיקט צי קאשוי ישיבה.
איך בין געווען א קליינע וואוילע בחור אין געלערנט זייער פלייסיג.
איך בין אריינגעקומען דער צווייטער זמן פון דער יאר אין מהאט שוין געהאט געלערנט דער לעצטער זמן האלב מסכת שבת.

אנפאנג זמן האט דער מנהל געהאלטען א דרשה אז דער זמן גייט מען ענדיגן מסכת שבת אין ווער עס וועט זיך פארהערן אויסנווייניג דער גאנצער מסכת ביי דער קאשוי רבי (ר׳ רפאל זצ״ל) וועט באקומען א געבענשטער בעכער פונעם רבין אליין אין עס וועט זיין איינגעקריצט אינעם בעכער.

ווען איך האב דעס געהערט האב איך געפייגערט צי באקומען אזא בעכער.
אבער מסכת שבת האט 157 דפין אין איז נישט גרינג. אין איך האב געפעלט דער ערשטער זמן.

האב איך געשאפט גמרא טעיפס פון קב ונקי וואס לערנט מיט דיך גמרא אין טייטשט עס אויף יודיש אין ביי יעדע הפסקה בין איך געזעצן אין געלערנט אלע בלעטער וואס איך האב פארפאסט אין דערנאך געחזרט איינמאל אין נאכאמאל.

בקיצור המעשה דער ישיבה האט געהאט ארום 140 בחורים אין סוף זמן בין איך מיט 17 בחורים געווען וואס האבן זיך פארהערט ביים רבין אין באקומען דעם בעכער!

איך בין געווען מלא שמחה אזויווי איך האב געווינען דער לאטערי
אין איך קים אהיים קיין טאהש אין איך ווייז עס פאר מיין טאטע מאמע אין זיי פרייען זיך זייער שטארק מיט מיך.
אינדערצווישן נעמט מיין טאטע דער בעכער אין ער באטראכט עס
אין ער זעהט א קליינע סטיקער
made in Isreal
מיין טאטע איז געווארן ווילד ער נעמט זיך שרייען אויף מיך מיט קולות ווי וואגסטי זיך אריינציברענגען ציונות דא ביי אינז אין שטוב די ביסט אן אב הטמאה די ביסט מטמא די הויז.
אין מיט כעס האט ער געעפנט די פענסטער אין ארויסגעווארפן מיין אויסגעבעטענע בעכער אין געשריגן אויף מיך זאלסט דיך נישט דערוואגן מער אריינציברענגן ציונות אין שמיץ ביי מיר אינדערהיים.

קרעקער » פרייטאג מערץ 21, 2014 7:51 am

· #191746
איך קען נישט קורמאן אבער איין זאך האט ער פארזעכערט אז זיין טאטע גייט יעצט ווערען דער בעסטע טאטע וואס האט קיינמאל נישט געשלאגען אדער געטוהן שלעכטס קעגען זיינע קינדער, מגייט ברענגען עדות פון ברודערס שוואגערס שכנים וואסערי גוטע הארץ ער איז ווייכ ווי פיטער, אזוי ווי די סקווערע מלמד וואס איז פליצלינג געווארען דע בעסטער מלמד פון יאהר
נאר איינמאל האט ער עס געמיזט טוהן צו דעם שגץ זוהן וואס איז אפגעפארען פון וועג ער איז געוועהן א אויסווארף וואס מהאט זיך נישט געקענט א עצה געבען מיט עם בשום אופן, האטער עם געגעבען א ווארף אריין אין בעיסמענט פאר 24 שעה און פערטיג, אבער אויסער דעם איז ער געוועהן די בעעעעעסטע טאטע
אדרבה ווען דער טאטע געט עם ווען מער פעטש וואלט ער נישט אזוי אויסגעוואקסען.......

יא יא אזוי צוקראכען קיקען מיר אויס ביי דיפענדען די רוצחים און מעלעסטערס
יעדע טאטע און רבי וואס הארגעט און אביוזט א קינד איז א רוצח!!!!!!!!
אפילי ער טיט עס נאר איינמאל איז ער א איימאליגער רוצח נישט קיין סיריעל קילער

און קים נישט טענהען מיט סראציגע נאז מיך האט מען אויכ געשלאגען און געטאטשט און כבין נישט אפגעפארען, ער איז אפגעפארען פאר זיינע תאוות און יעצט באשילדיגט ער זיין טאטע, איך ווער סיק פון דע וואס שרייען דעס יעדעס מאל קעגען אפגעפארענע
נישט יעדער וואס משיסט ווערט געהארגעט, אבער סאיז דא וואס ווערען געשאסען און ווערען טויט
דאנק די אייבישטער אז דו האסט איבערגעלעבט די מכות און אביוז, נישט יעדער איז אזוי שטארק ווי דיר

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:34 am

· #191775
שמעקעדיג
דאס איז וואס כ'האב געשריבן אויבן, לכל זמן ועת.

איך ווייס פון א היינטיגן מלמד וואס גיבט אויך אכטונג נישט צו שלאגן בעת כעסו, ער איז א רואיגער מענטש. ויהי היום ער האט אריינבאקומען א קינד ממש ווי דו האסט דעסקרייבד, אלע מלמדים בעפאר האבן געציטערט פון אים, געווען דער אומגעקרוינטער קעניג פון קלאס, א מחוצף פון ערשטן קלאס, אפילו די אייגענע עלטערן האבן געהאט א שווערע פעלד מיט אים. איין טאג האט דער מלמד - נאך עטליכע ווארענונגען - באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט ארויסגערופן דאס קינד, און מכבד געווען מיט א פארציע מכות אז עס איז געגאנגען א רויך און דאס קינד האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער שטייט.... ויהי לפלא, פון דעמאלס און ווייטער רוח נכון חידש בקרבו, ער איז געווארן נהפך לאיש אחר מקצה אל הקצה, מיט א איידלקייט, ממש א וואונדער וואס די פאר פעטש האט אויפגעטון, ביז די עלטערן האבן אריינגעקאלט זיך באדאנקען פארן מלמד פאר די שינוי לטובה וואס עס איז געווארן מיט זייער קינד.

(איך קען דעם קינד און איך קען דעם מלמד)

איך האב געהאט אן ענליכע מעשה מיט א שכן וואס פלעגט נישט צאמלייגן די באקסעס אין גארביטש, און אזוי פלעגט די ווינט עס אריינבלאזן ביי מיר אין דרייוו-וועי. מיין בעטן פון מעורר זיין האט גארנישט אויפגעטוהן, ער איז געווען די אומגעקרוינטע פריץ פון בלאק, וואס האט אלעמאל געמעגט דאבעל פארקן און בלאקן דרייוו-וועיס, אקיצור איינמאל האב איך אפגעמאכט גענוג איז גענוג, עם אריינגעגעבן א פארציע מכות אזש ס'געגאנגען א רויעך, און ויהי לפלא, פון לענסמאל אן האט ער צאמגעלייגט די באקסעס, ארומגעבינדען מיט שטריק אויף א לעיער טעיפ אזוי דיק ווי פסח'דיגע באקסעס ביי מיין מאמע אין בוידעם! ממש א וואונדער וואס די פעטש האבן אויפגעטוהן, אפילו דעם יונגעמאנ'ס שוויגער האט מיר אריינגעקאלט זיך באדאנקן.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:40 am

· #191777
די מעשיות פון קרומאן זענען הארצרייסנד ועל זה ידוו כל הדוים ות'ח שאין בו דעת נבילה טובה הימנו כש'כ עם הארץ ובור.
אנשטאט רחמים וחמלה פאר די נעבעכדיגע אראבער זאל מען מקיים זיין דעם הדבק במדותיו און רחמנות האבן אויף די אייגענע קינדער.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:43 am

· #191778
געפילטע כ'האב געלאכט און געלייקט, אבער איך פארשטיי נישט וואו דו צילסט.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:53 am

· #191779
די אלע מראה מקומות אז א טאטע און רבי מעג שלאגן א קינד און אפילו ער שטארבט איז ער פטור איז דווקא ווען ער האט געשלאגן עפ"י דין כמבואר בבא בתרא פ' לא יחפור ברצועה קטנה וכו נאך פארשידענע תנאים ווי איין און וי אויס ממעג שלאגן א קינד, ולא הקפדן מלמד. משאכ אויב שלאגט ער מער דערפון איז ער א פשוטער רוצח.
ויעוי בשו'ע יו'ד סי' ר'מ אז א טאטע וואס ווייסט אז זיין קינד וועט רעבעלן און ער שלאגט אים איז ער עובר א לאו דאורייתא פון לפני עוור לא תתן מכשול.
פאר דו מקלסט צאם דיין קינד נעם גוט אין אכן, סאיז בכלל נישט אזוי פשוט.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:54 am

· #191781
@שמעקעדיג, איך ציל, אז נישט אלעס וואס העלפט איז ריכטיג. מ'קען אויך פטור ווערן פון אלע מאסקיטאס אין ניו יארק דורך לייגן אן אטאם באמבע.

יעדע קינד קען מען מיט די ריכטיגע חינוך מעטהאדן שטעלן אויפן פלאץ, נישט אלעמאל איז עס מעגליך מיט א כיתה פון דרייסיג קינדער און איין איינציגע מלמד פריש ארויס פון כולל, וואס פארשטייט צו חינוך ווי א גוי צו א מקוה שבת צופרי, ועל זה דוה לבינו.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 21, 2014 11:13 am

· #191789
אהא. האסט א פאוינט.
אבער היתכן נאר פאר נחום גיסטו א פרי פעסס צו לייגן אן אטאם צו רייניגן?........

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/71997">viewtopic.php?p=71997#p71997</a><!-- l -->

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 21, 2014 11:21 am

· #191791
אה, דער בחור האט א גוטע זיכרון, מ'וועט מוזן מאכן מער האומווערק...

אבער ביטע גלייך נישט צו אן עפידעמיק צו א קינד וואס זיין צוריקענטפערן פעאיגקייטן האבן זיך אנטוויקעלט אביסל פריצייטיג.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:46 pm

· #191800
דא איז דא א גאנצע אשכול פון זייער אסאך בלעטער אויף דעם ענין פון שלאגן און שטרענגקייט אין חינוך. כאטש פון די ערשטע הודעה זעהט אויס אז דער אשכול פארט אין אן אנדערע ריכטונג, האט עס די צווייטע תגובה געפירט צו אונזער שמועס.

"קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט"[/url]

בערל_פרוכטבייסער » פרייטאג מערץ 21, 2014 2:52 pm

· #191811
[ציטאט אראפגענומען]


עס אינרעסירט מיך נישט קיין איין טראפ עבאוטדע הול סטארי,דער מלמד איז א רשע, א אכזר, א סאך מער ווי דער וואס פאברענט דעם ראטנבערג

פוי א גרויל פון א רוצח, איך האב שוין א לאנגע צייט נישט אזוי געפלאקערט ווי יעצט נאכן זעהן די קליפ

איך בין עס » פרייטאג מערץ 21, 2014 3:42 pm

· #191823
איך זאג די צי אז ווען די וואלסט געקענט די מלמד וואלסטו אנדערש געטראכט

בערל_פרוכטבייסער » פרייטאג מערץ 21, 2014 5:31 pm

· #191841
איך בין עס
איך זאג די צי אז ווען די וואלסט געקענט די מלמד וואלסטו אנדערש געטראכט

בקיצור די קענסט אים אויכנישט!
די מיינסט נאר אז די קענסט אים, ער איז א אכזר, פוינט, נקודה, פינטל, שפיץ, בלענק

איך בין עס » פרייטאג מערץ 21, 2014 6:30 pm

· #191847
ניין ער איז געווען מיין בעסטע מלמד וואס איך האב נאר געהאט

בערל_פרוכטבייסער » זונטאג מערץ 23, 2014 2:13 am

· #191924
איך בין עס
ניין ער איז געווען מיין בעסטע מלמד וואס איך האב נאר געהאט

דאס מיינט נישט אז די קענסט אים
די ביסט אינגעזעצן ווי א לעמאלע
דער אנדערער איז ארוגעטאנצן ווי א באבל אין די סעטלטצער, אין דער "ניכר בכעסו" האט ארויגעשריגן פון יעדער וויניקל

אויס מענטש » זונטאג מערץ 23, 2014 8:34 am

· #191934
@קרעקער
גאר גאר פיין געזאגט
וואס קען מען אבער טון אז מיר מוזן פארטיידיגען אונזערע פראבלעמען
אזוי איז די מענשהייט נאטור

outspoken » זונטאג מערץ 23, 2014 10:54 am

· #191944
דער עולם ווערט משוגע פון א נערישע ווידיא פון 6 סקונדעס ווי א קינד כאפט א פראסק, כהאב ב''ה געכאפט פרעסק יעדעס יאר פון מיינע מלמדים AND NO HARD FEELINGS THERE מיין טאטע זז''ג האט געכאפט און מיין זיידעס און עלטער זיידעס, נאר מיין מלמד שפל שבשפלים וואס האט מיר מאלעסטעט בין איך נישט מוחל.

שרייבער » זונטאג מערץ 23, 2014 11:25 am

· #191948
בערל_פרוכטבייסער
עס אינרעסירט מיך נישט קיין איין טראפ עבאוטדע הול סטארי,דער מלמד איז א רשע, א אכזר, א סאך מער ווי דער וואס פאברענט דעם ראטנבערג

פוי א גרויל פון א רוצח, איך האב שוין א לאנגע צייט נישט אזוי געפלאקערט ווי יעצט נאכן זעהן די קליפ

קענסטו מיר מסביר זיין וואס דו קאכסט אזוי, דאס הייסט געשלאגן? דו ווייסט וואס איך האב געכאפט פון מיינע מלמדים? איך האב 100 פרי פעסער צו זיין א גוי,
איך בין נייגעריג ווי דו האסט געלערערנט אז די קליפ קאכט דיך אויף, כ'האב מורא ביסט א גר....

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מערץ 23, 2014 2:05 pm

· #191982
שמעו נא רבותי

מיין בלוט קאכט אין זודט ווי צו זעהן ווי אזוי דער עולם דא נעמען א ציל באופן כללי צו בארעד'ן דא די חשובע מלמדים וואס טוען דער עבודת הקודש מיט גרויס הארוואניע אין איבערגעגעבנהייט..

איך האב אויך באקומען כמעט פין יעדן מלמד פעטש, אבער נישט סתם פעטש.... פרעגסט בעסער נישט... [איינמאל געדארפט אפי' ליגן אין בעט פאר דעם] קען זיין אפי' אפאר מאל וואס איך האלט אז עס איז מיר נישט געקומען דאס אבער דאך פין דעסוועגן בין איך זיי דאנקבאר.. [אויך מיינע חשובע עלטערן הודו לד'..] ווייל דאס איז דער דרך אין דאס האבן אינזערע הייליגע חז''ל קובע. אין נאר אדאנק דעם בין איך א מענטש צווישן מענטשן, דאווענט ווי א יוד, לערנט ווי א יוד, פירט זיך אויף ווי א יוד, א.א.וו. פין פעטש פארט מען בכלל נישט אפ, נאר ע"פ רוב 99% איז פין אנדערע סיבות וואס כ'קען טאקע נישט זאגן.. ווייל איך האב ב''ה נישט געפראבירט, אבער פין דא ביז בארעדן מלמדים אה נאו!!! סטאפ!!!

אוודאי אוודאי מאכט זיך א יוצא מן הכלל פין מלמדים וואס זענען נישט ערפאהר'ן אדער גייען אווער דער קאנטראל, אבער דאס געט נאכנישט קיין תירוץ צו גיין בארעדן יעדעם וואס שמעקט נאר פאר יעדער..

איך ווייס אז דער עולם גייט זיך אויפרעגן אויף דעם וואס איך האב געשריבן אבער דער אמת האב איך געמוזט זאגן אין זייטס אלע געזונט

קרעקער » זונטאג מערץ 23, 2014 5:37 pm

· #192070
דו האסט קינדער<?

אין א"י האט א טאטע אפגעבריהט זיין קינד מיט א ביגעלאייזען, אויך בארעכטיגט?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272</a>
רוצחים אכזריים קאניבאלן


<a class="postlink" href="https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg">https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg</a>

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מערץ 23, 2014 6:07 pm

· #192076
יעס געלויבט דער אויבישטער

Shiala » זונטאג מערץ 23, 2014 6:13 pm

· #192079
די סומע אויפמערקזאמקייט וואס יעדע מעשה'לע ברענגט איז א דירעקטע תוצאה פון אונזער איינגעבוירענע מידה פון רחמנים בני רחמנים וואס מאכט אזא מעשה א זעלטענע פאסירונג אויף די אנדערע זייט מטבע איז דא די גרעסערע פראצענט עלטערן וואס זענען באמת געטריי און האבן באמת ליב זייערע קינדער, און אפילו ווען זיי שלאגן איז עס אויך מיט געטריישאפט

לאליפאפ » זונטאג מערץ 23, 2014 7:56 pm

· #192135
קרעקער
דו האסט קינדער<?

אין א"י האט א טאטע אפגעבריהט זיין קינד מיט א ביגעלאייזען, אויך בארעכטיגט?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272</a>
רוצחים אכזריים קאניבאלן


<a class="postlink" href="https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg">https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg</a>

שרעק! שרעק! די שאלה איז נאר צו דאס איז נישט העצעריי פון ישראל'ישע מידיע אקעגן חרדים ווען באמת איז דאס מעגליך א טעות!

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 23, 2014 11:28 pm

· #192212
התם ומתמם עם תמימים
שמעו נא רבותי
איך ווייס אז דער עולם גייט זיך אויפרעגן אויף דעם וואס איך האב געשריבן אבער דער אמת האב איך געמוזט זאגן אין זייטס אלע געזונט

אה דו ביסט דער וואס האט געהיידזשעקט דעם אמת!

שרייבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 9:07 am

· #192234
קרעקער
דו האסט קינדער<?

אין א"י האט א טאטע אפגעבריהט זיין קינד מיט א ביגעלאייזען, אויך בארעכטיגט?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=66272</a>
רוצחים אכזריים קאניבאלן


<a class="postlink" href="https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg">https://pbs.twimg.com/media/BjanFwbCMAEyzlL.jpg</a>

דא רעדט מען פון ביגלאייזן? דא האט מען געעפענט א אשכול ווי א מלמד שלאגט א קינד, א נארמאלע ערשיינונג, און א מצוה וואס ליגט אויף יעדן טאטן און יעדן מלמד צו טון (הגה, וכן אני נוהג), אוודאי קען מען אריינגיין אז מען דארף מקיים זיין די מצוה לשמה, און נישט לשם כעס, די מצוה האט א גבול פון השלעגער לא ירבה והרחמן לא ימעיט, ביי די מצוה איז נישט שייך קיין הידור מצוה עד שליש, אבער די מצוה איז קאי וקיים, וכבר אמר החכם מכל אדם חושך שבטו שונא בנו, און שבטו איז טייטש א פאסיק, א קאנטשיק, און די וואס ווילן מקיים זיין מצוה בו יותר מבשלוחו נוצן די אייגענע הענט, בפרט אז דורכדעם איז מען מקיים עמו אנכי בצרה, ווייל אוי טוט די הענט וויי נאכדעם.
קומסטו מיט א מעשה פון א ביגל אייזן, דאס איז איינס פון טויזענט (אויב יא), ביי אונז אין חדר פלעגט מען רעדן פון א טיטשער וואס האט אריינגעסטעפלט א סטעפל אין א קינדס קאפ, בימים ההם האב איך עס געגלייבט, אוי האט מען געציטערט פון אים, היינט קלער איך אז גוזמא קתני, פונקט ווי מיין כתה ב' רבי פלעגט סטראשענען די קינדער אז ווער ס'וועט נישט זיין וואויל וועט ער אריינלייגן אין א סאדע באטל און צומאכן די דעקל, פיין האט מען געציטערט

רבותי, ווער דא האט א אינגל העכער 8 יאר און האט נאך נישט געהויבן קיין הענט אויף אים, זאל אויפהייבן די האנט

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 24, 2014 11:12 am

· #192262
די אשכול איז פאר אלע סארט אביוז וואס עלטערן טוען אפ פאר זייערע קינדער און די תוצאות. ביגלאייזענעס און צוברכענע בעכערס אריינגערעכנט.

שרייבער עס פאסט נישט פאר דיר בכלל די סארט דענקאכץ. ווען איך שלאג מיין קינד שלאג איך נישט קיינמאל עס זאל אים וויי טאן, נאר טאמער עס העלפט שוין נישט אלע געבעטענישן און געוויינערייען איז נאך א לאנגע פסק געבט מען א קליין פעטשל.

און אגב לאמיר דיר פשט לערנען אין "חושך" שבטו ווי דו רופסט עס: דו פארשטייסט אז טאמער א טאטע איז נישט אינטערסירט אין א קינד אדער א מלמד אין א תלמיד דעמאלטס קוקט ער נישט צו זיין זייט בכלל? קענסט אזא טערם? דאס מיינט חותך שבטו, און נישט אז מ'קען זיך אויסגעבן אויף א קינד דעם גאנצן סיסטעם און שרייען אז דאס איז ליבשאפט. סארי.

שרייבער » מאנטאג מערץ 24, 2014 12:08 pm

· #192274
לאליפאפ
די אשכול איז פאר אלע סארט אביוז וואס עלטערן טוען אפ פאר זייערע קינדער און די תוצאות. ביגלאייזענעס און צוברכענע בעכערס אריינגערעכנט.

שרייבער עס פאסט נישט פאר דיר בכלל די סארט דענקאכץ. ווען איך שלאג מיין קינד שלאג איך נישט קיינמאל עס זאל אים וויי טאן, נאר טאמער עס העלפט שוין נישט אלע געבעטענישן און געוויינערייען איז נאך א לאנגע פסק געבט מען א קליין פעטשל.

און אגב לאמיר דיר פשט לערנען אין "חושך" שבטו ווי דו רופסט עס: דו פארשטייסט אז טאמער א טאטע איז נישט אינטערסירט אין א קינד אדער א מלמד אין א תלמיד דעמאלטס קוקט ער נישט צו זיין זייט בכלל? קענסט אזא טערם? דאס מיינט חותך שבטו, און נישט אז מ'קען זיך אויסגעבן אויף א קינד דעם גאנצן סיסטעם און שרייען אז דאס איז ליבשאפט. סארי.

קיינער רעדט נישט דא פון זיך אויסגעבן, אבער מען רעדט יא פון פעטש וואס זאל וויי טון (נישט עד כדי רציחה, אבער ס'איז דא א דרך הממוצע אויך)
איך ווייס נישט ווי אלט דיין עלטסטער איז, אבער א קליין פעטשל פאר א גרויס אינגל געט מען ווען ער האט גוט געקענט, כלומר א שטארקע גלעט, כמנהג הרב עובדי' יוסף, אויב האלט מען נאך לאנגע געבעטעניש און געוויינערייען ופסק וכו' וכו' וכו' געבט מען נישט א קליין פעטשל, ווייל דאס איז גארנישט ווערט
בלאט: 1 2